בית פורומים אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק

באריכט דעקט אויף קאנספיראצע פון וויליזש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/1/2005 18:23 לינק ישיר 
באריכט דעקט אויף קאנספיראצע פון וויליזש

חברה, עטס מוזטס אנפאנגען צו ליינען דעם באריכט. איך ליין עס יעדע וואך און איך באלעק מיך די פינגער. נישט יעדן טאג זעט מען וויאזוי מענטשן טוען זיך אויס נאקעט בפני כל עם ועדה. איך זאג ענק, זייט עס איז דא אזא זאך ווי קיען איז נאכנישט געווען אזעלכע קיען ווי די קיען.

די וואך האבן זיי א מעכטיגע קאנספיראציע אויפדעקונג. ממש אנבעליוועבל. זיי האבן אויסגעפינען פונקטליך וויאזוי די ווילידזש פלאנט צו מאכן אן אייגענע פאליס דעפארטמענט.

דהיינו, עס איז ממש אוממעגליך צו מאכן אן אייגענע פאליס דעפארטמענט ווייל רוב אנדערע ווילידזשעס אין אמעריקע האבן נישט קיין אייגענע פאליס דעפארטמענט; די שכנות'דיגע ווילידזשעס, מאנרא און הערימאן, האבן נישט קיין אייגענע פאליס דעפארטמענט און אויב די ווילידזש וויל קענען זיי נישט מאכן אפילו אן אייגענע ווילידזש קאורט, פונקט ווי אין סקווער.

מען מוז ארבעטן מורא'דיג כיטרע צו עפענען אן אייגענע פאליס דעפארטמענט. מען קען עס נישט טאן סתם אזוי.

סאו וואס טוט מען?

הערטס און שטוינטס מיט וואספארא בהמות מען האט דא צו טאן.

זיי זענען ארויפגעקומען, אז די ווילידזש האט זיך אנגעפאנגען צו שלאגן מיט די סטעיט פּאליס. ביי יעדע פייער אדער עקסידענט וואס געשענט מאכט די ווילידזש זיכער אז "ס'זאל קומען צו לייכטע אנשטויסעניש" מיט די סטעיט פאליס. אויך האט די פאבליק סעיפטי אריינגעגעבן קאמפלעינטס קעגן "געוויסע פאליציי אפיצירן אז זיי קומען זיך נישט אויס מיט די קאמיוניטי". אזוי וועט ווערן א רעקארד אז די פאליציי פארטראגט זיך נישט מיט קרית יואל און מען וועט בעל כרחך מוזן גרינדן אן אייגענע פאליס דעפארטמענט.

פארגעסטס נישט ס'איז 2005 און ס'איז אמעריקע, נישט קאריע אדער טשיינע, און מען פארקויפט פאר מענטשן אזעלכע באפקעס.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2005 18:45 לינק ישיר 

איך הייב שוין טאקע אן צו ווארטן אז דער באריכט זאל אנקומען קיין וויליאמסבורג...

די בהמות האבן שוין פארגעסן ווי דער רעקארד פארלאנגט כסדר יעדע שטיק צייט אז מען זאל עפענען א אייגענע פאליציי ???
וועמען ווילן זיי איינרעדן אז די ווילעדזש דארף א תירוץ צו עפענען א פאליציי דעפארטמענט ???

נאך א רינגעלע אין די לאנגע פאנטאזיע קייט.

און נאך א "סעמפל" וויאזוי דער ווילעדזש וועט אויסקוקן אונטער זייער פירערשאפט.

תוקן על ידי - זאליweaky - 28/01/2005 18:48:38



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/1/2005 19:09 לינק ישיר 

א מורא'דיגע אויפטרעף, אז די ווילידזש שלאגט זיך מיט די פאליס, אבער זיי קענען דאס נישט איינרעדן פאר די קרית יואלע, ווייל אונז אלע ווייס מיר וויאזוי אברהם ווידער האט אלעמאל געהאט זייער פריינטליכע קאנעקשאנס מיט די פאליס און אין צייטן וואס גאנץ קרית יואל איז געווען אנגעווייטאגט קעגן זיי, ווייל זיי האבן דיסקרימינירט קעגן קרית יואל איז ער אלעמאל ארויסגעקומען און זיך אנגענומען פאר זיי.

אין תשנ"ו איז געווען א רעפערענדום צו די סטעיט פאליס זאל בלייבן נעבן קרית יואל אדער זיך אוועקציען. אסאך מענטשן האבן געהעצט אז יעדער זאל וואוטן אז די סטעיט פאליס זאל אוועקגיין פון דא. אברהם ווידער האט דעמאלטס ארויסגעשיקט א בריוו צו די איינוואוינערס און געשריבן אז מיר זענען אין גלות און וועגן דעם טאר מען זיך נישט שלאגן מיט די גוים און מען זאל וואוטן אז זיי זאלן יא דא בלייבן, און א דאנק דעם איז די סטעיט פאליס דעמאלטס דא געבליבן.

אין תשס"ב האט די סטעיט פאליס וואסער קוואל אויסגעטרוקנט. די ווילידזש האט זיי דעמאלטס געאפערט אז זיי קענען נעמען וואסער פון קרית יואל.

און אזוי כהנה וכהנה, וואס יעדער איינער ווייסט אז די ווילידזש לעבט זייער גוט מיט די סטעיט פאליס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2005 19:28 לינק ישיר 

מיט אפאר יאר צוריק האט דער שונא ישראל אליווער מעקסאן געשריבן א גאנצן ארטיקל אין רעקארד קעגן קרית יואל, היתכן זיי סאקן אויס די ריסארסעס פון די סטעיט פאליס, פארוואס מאכן זיי נישט קיין אייגענע פאליס דעפארטמענט, פארוואס מוז די סטעיט באצאלן פאר א פאליס פאר קרית יואל.

א שאד נאר אז מעקסאן האט דעמאלט נישט געוואוסט ווי שווער ס'איז פאר א ווילידזש צו מאכן אן אייגענע פאליס דעפארטמענט. ס'איז ממש אוממעגליך, מען מוז זיך שלאגן מיט די סטעיט פאליס דאס צו קענען אויספירן.

Boss Twieder of KJ should pull some weight, too

By Oliver Mackson
Times Herald-Record
omackson@th-record.com

The village of Harriman has about 2,200 people. It supports its own police department. So does Ellenville, a village of 4,100 in Ulster County. So does Monticello, the Sullivan County seat.
Kiryas Joel's bigger than all three put together. It's an Orange County village of about 15,000. It's bigger than some cities up here. But KJ doesn't have its own cops.
So while state agencies have taken a 5 percent whack in this year's budget, with more to come, state police have assigned a car to Kiryas Joel. The post is sometimes covered by troopers on overtime.
Major Al Martin commands the state police on this side of the Hudson. He's also on a regional counterterrorism committee. Since KJ is almost all Hasidic Jews, the thinking is that it's up there with reservoirs and malls on the terrorism risk list.
"We have more people at the reservoirs than we do anyplace else. Politics aside, the counterterrorism committee, which I am a part of, has deemed Kiryas Joel to be a target," says Martin, a straight shooter. "I'm telling you that this is the right thing to do."
Another right thing to do would be for Kiryas Joel to start pulling its weight on the safety front. The right thing would be for the village to form its own police department, to help bear some of the cost of keeping the post-9/11 world safe.
That isn't happening because of politics.
Mayor Abe Wieder is described even by rivals as a decent guy in matters of business. In politics, he's Boss Twieder. He's renowned and feared, even in Albany, for his command of thousands of KJ votes.
Lately, his juice has taken a hit because of the hard, brave work of dissident Hasidim embarrassed by the arrogance he shows to the outside world. On his watch, KJ's been the scene of voting fraud, shenanigans with housing and the hiring of a convicted felon as a security guard.
For years, if you went to the wrong synagogue or backed the wrong rabbi, there was also a good chance of catching a rock in your picture window.
That's changing. A dissident whom I'll call Fred, to save him trouble, is right when he says, "There's a lot of good being done in this village." He talks with such enthusiasm that his glasses and black skullcap nearly fly off his head.
But politics is still a rough sport in KJ. Fred worries that a police department would become just another tool for Boss Twieder and his cronies.
"That's the way it will work," he says. "That's why we don't want a police department here. We trust the state police."
Well, politicians can be stopped from using police departments to carry out vendettas. This is New York in 2003, not Alabama in 1953.
These are terrible times. There's a multibillion-dollar hole in the state budget. It's going to get bigger next year.
The fanatical religious thugs who murdered thousands of innocents in lower Manhattan have put Americans and Jews at the top of the al-Qaida hit list. But there are plenty of other targets. A century or so after the Crusades, al-Qaida still refers to Christians as "crusaders."
There are places up here where there's homegrown terror that demands a stepped-up police presence. I'm not saying troopers should lose overtime. I'm saying the need is more pressing in places like Newburgh, where there's been deadly gang violence.
In 2001, Boss Twieder survived the first contested election in KJ's history. He'll be challenged again, but not until 2005.
Long before then, Boss Twieder should be told that he's got to pick up the burden of making his villagers feel safe, the same way it's done anywhere else.
http://www.th-record.com/archive/2003/01/12/omcolumn.htm



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2005 21:02 לינק ישיר 

יא-פאר-די -וואסער-ציען-פאר-די -סטיעט-פאליס-האט-די -ווילידזש-באקומען-3-מיליאן-דאלער--קענסט-עס-נאכקוקען-ביי-די דעפרטמענט-אוו-העלט-לייג-אריין-דארט*-דעם-ווארט-kiryas-



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2005 10:57 לינק ישיר 

קעניינע הארע עקשטיין, ביזט דאך אזוי זיס, קעניינע הארע
האסט אטענשאן פון דיינע דעשעס (-)?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2005 23:42 לינק ישיר 

ע-ק-ש-ט-י-י-ן-ע-ס-א-י-ז-א-ס-א-ך-ב-ע-ס-ע-ר-ו-ו-ע-ן-ד-ו-ש-ר-י-י-ב-ס-ט-א-ז-ו-י-ו-ו-ע-ט-מ-ע-ן-ו-ו-י-ס-ן-ו-ו-א-ס-ד-ו-ו-ו-י-ל-ס-ט
(-ק-ע-נ-ס-ט-ע-ס-נ-א-כ-מ-א-כ-ן-?-)

תוקן על ידי - חילול_השם - 30/01/2005 23:45:18



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק > באריכט דעקט אויף קאנספיראצע פון וויליזש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר