הפוך לדף הבית גמ"ח קופונים
בית · פורומים · הרשם · התחברות · פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים
בית · פורומים · מנשה לוסטיג · פארטאגס מיטן שטן
שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/12/2009 05:00 לינק ישיר 
פארטאגס מיטן שטן

ב''ה --------- מנשה לוסטיג --------------------------
א רואיגע פארטאגס א מחי', אלעס איז איבערגעפרישט מיט פרישע טוי, אינעם ווינטער סעזאן מאכט זיך עס צומאל א פארגליווערטע שיכט אייז, אמאל האגל און שניי געמישט. א פיינעם קאלטן ווינטעלע בלאזט אריין אין די אויסגערוהטע נפשות, א מחי', א פרישקייט א לעבעדיגקייט.
ס'שמעקט אזוי גן עדן'דיג.. ס'שמעקט א סארט וועטער – כאטש אמאל פארכמארעטע וואלקענעס צוקאפענס, אבער דאך א ווייס ציכטיגקייט איינגעהילט מיט הערליך שיינע פאנאראמעס ברחבי השמים הטהורים. ס'געבט א גוטע מוהט אנצוהייבן די טאג. מיט א מודה אני וואס רייסט ארויס ווי שולדיג זייענדיג דעם בורא עולם א מויל פוהל מיט שבח והודאה, פונעם טיפן הארצן און אלע געפילן צוזאמען צעזינגען זיך די געדערים ארויס א פרק שירה, אזאנס וואס איז אזוי זעלטן און אזוי שיין און הערליך.
יא, מנשה'לע שפאצירט זיך מיט געמאסטענע טריט, מיטן טלית ותפילין זעקל אינטערן ארעם, און געבט גוט אכטונג נישט צו כאפן א פלוצים'דיגע כורעים ומשתחווים ללבן.. זיך נישט אויסגליטשען אויף די זיסע שיינע אייז בלעכעלעך און בלעזלעך, איבער די שטראסע און שטרויזען.
די אויגען און הארץ גייען ווי נאטירלעך ארויף, צום שיינעם נאטור, ווי די פויגעלען פליען ארום פריי, און געבן צו צום פרימארגן הארמאניע. מה רבו מעשיך השם. כולם בחכמה עשית. מלאה הארץ קניניך..
ס'רואיג, ס'געשמאק, ס'געבט א גוטע געפיל צו עבודת השם און מיט א קלארע מח, און לייטערע געפילן, א קלאר זיכטיגע אטעם אריין אין די לונגען, און עס געבט אזא גוטע געפיל. און ס'גייט א טריט נענטער מקיים צוזיין דעם נשתחווה אל היכל קדשיך ונודה את שמיך..
פלוצלינג! הער איך א ווילדע גערויש..
דאס קול ווערט נענטער און נענטער.. שטערקער און ווילדער, עס גרידזשעט אזוי שטארק, אז עס צושטערט דעם פרימארגן מנוחה פון די לעבעדיגע, און גראד אויך פון די לאנג שלאפעדיגע נאך..
עס באווייזט זיך פלוצלינג א ריזן מאנסטער.. רופען רופט מען עהם 'אוטאבאס'!! ער קומט צו רייטן מיט אזא בייזע גאלאפ, אז עס צעשאקעלט אלע בעלי חיים, און רייצט אן די שרעק געפילן, אז מ'זאל זיך כאפן די נשמה אטעם אין האנט, ווייל דער מאנסטער איז אומשטאנד אנצוזייען שלעכטע געפילען און קאלמוטנע גייסטיגקייט.
נאך פאר וואס ווען ווי, און דער רוח שאינו מצויה, רייט ער אריבער מיט א איבערמאס פון פארטויבטע גערודער ווי ער בלאזט פון זיך ווי א רוח רעה איינגעהילט אינעם שרעקליכסטן געשטאלט, ס'קוקט אויס אז ער איז גרייט צו ממית'ן יעדע באשטאנדטייל וואס וועט עהם שטערן זיין וועג.. און לאזט איבער אזא מין שטינקעדיגע שטיקעדיגע שווארצע מיאוסע עקל'דיגע בייזע רויעך, וואס דרינגען אריין ווי רוצחים און רויבער, אין די לונגען און געהירן פון אלעמען און אלץ.
דאס פרימארגן איז פארשוואונדען, כי יצא הקצף, דער פויגעל פליעט זיך אוועק אין ווייטע שוץ נעסטען.. ווייל אזוי קאן מען נישט לעבן און אטעמען.. דער קעצל דער מאויקאש און רעביט, פראבירן צו אנטלויפן אין שעלטער, ווי דער בייזער שלעכטע גערוך פון פארברענטע גאז און דערשטיקענדע רויעך גרייכט 'אפשר' נישט.
און איך מנשה דער מדבר.. דער הולך דער מענטשעלע.. איז היבש אנטוישט פונעם ווילדע באגעגעניש.
די פרייע קלארע אטעם גייסט, איז בארויבט! די לופט איז פוהל מיט פילווער, פארברענטע גאז, שעדליכע באצילן, א שווארצע רויעך וואס פארנעפעלט די געזונט און געבט א ביטערע טעם און ריח פאר די רעשט פונעם מארגן פריה.
דאס גאנצע באנעמונג איז פארפעסטעט.. אך וויפיל מ'זאל נאר שפייען, קאן מען דעם ריח רע נישט פולט זיין פון זיך. און עס פארשליימט דעם שלונג אפאראט און פארשלייערט דעם הרחבת הדעת, און זייעט אן מגיפה שטויב איבער דעם האניג שיינעם וועלטעלע.
אך אזא שאד, אזא זיסע וועלטעלע, און אזא מיאוסע שטן יורט בדרך לנגדו.. איך גלויב אז איך בין נישט דער איינציגער באטראפענער. אוי רבוש''ע, ווי קאן מען אזוי ווילד פאר'רייסן אזא תענוג, ולהעלות אפר במקום פאר.. איך קאן היסטען און קרייען מיט אויפרעגעניש. אבער דער שטן איז אנטלאפן און איבערגעלאזט א חורבן נאך זיך, א טעראריסטישע אטאקע איבער אונז.
רבותי מ'קען דאך נישט דעם אטעם שעפן.. קוים צוריק באקומען די נשמה פון גאט ב''ה, און דא פארהאלטן אין פאטשיילע אפאר הוסטען מיט גרויס רעגעניש און בייזער.
וואס קאן מען טוהן, כל זמן שהנשמה בקרבי, ווילאנג כ'קאן געבן א אטעם צו גאט ב''ה, מודה אני לפניך וכו'.. המחזיר נשמות ער געבט צוריק די אטעם.. און ברוך השם איך לעב און לאך שוין ווידער...
הא הא הא




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > בידור ופנאי > מנשה לוסטיג > פארטאגס מיטן שטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר