אבן היסוד פון עירמאנט קלויז
ב''ה[דברים מרטיטי לבב מפי הפייטן הגדול הרב מ'עירמאנט שליט''א] טייערע ברודער עטס ווארטס, אז איך זאל אויפמאכן מיין הארץ פון ווי קומט צו מיר אזא ציל, אז איך זאל אויפבויען א שוהל? און אויב שוין א שוהל איר פארשטייט, ווי נעמט מען זעלבסט זיכערקייט פון זינגן פאר יידישע שאף, צו נעמען די פליכט פון א רב? נאר ווער עס איז א מענטש מפורסם בציבור, ווייסט מ'קען פוהל אויפטון ווי א גיבור מחזק זיין פוהל יידעלעך, מיט שמחה דורך לידעלעך און אמאל, מ'כאפט א שטיינדעלע דעריבער יעדע שוועריקייט איז ווי א שטיין, כ'האב קיינמאל נישט צוריקגעווארפן, ניין! ניין! נאכאמאל ניין!! פארביסן מיינע ציינדעלעך, אוועקגעלייגט די שטיינדעלעך און פון דעם געבויעט א שוהל, הערליך שיין..
|