מכתב גלוי – אפענער בריוו
ב"ה מכתב גלוי – אפענער בריוו לכבוד מנהלי ומלמדי מוסדות ויואל משה קרית יואל דער בריוו ווערט געשריבן נאך זייענדיג אינטערן רושם פונעם געוואלדיגן קידוש השם ומסירות נפש וואס די טייערע תלמידים אנגעפירט דורך זייערע מלמדים ומנהלים האבן געטוען, עס גלייבט זיך נישט אז ה'תשע"ב 2012 קען נאך אזא מסירות נפש עס פאסט פאר די פריערדיגע יארן, דאס איז א סימן אז נצח ישראל לא ישקר דער אויבערשטער בלייבט אייביג איבער מיט זיין מיליטער וואס זענען אים גרייט צו דינען אפי' ווען עס קומט אן שווער. אזוי ווי עס זענען דא וואס ליינען די בריוו און ווייסן נישט פון וואס מ'רעדט וועל איך בקיצור איבערגיין די פרטי הדברים. ווי עס איז איינגעפירט אין אלע מוסדות התורה טראגט מען די קינדער אויף א טריפ, צו א פארק וכדו' ווי די קינדער האבן הנאה, פארשטייט זיך אז די קינדער קוקן ארויס אויף די טריפ זייער שטארק, נעכטן דאנערשטאג איז געווען דער טאג וואס ביי אונזער פאל האבן די קינדער זיך צוגעגרייט מיט געוואלדיגע גרויסע הכנות צו זייער טריפ וואס איז געווען פארשפראכן צו זיין העכסט אינטערסאנט, מען איז געפארן צו גאר אן אינטערסאנטער פארק האלידעי מאונטען אין די קעטסקילס, ווי עס זענען דא גאר אסאך אינטעסאנטע ריידס, באמפינג קארס, שיפן, וכדו', לויטן פלאן האט מען געדארפט דארטן זיין צוויי שעה, אבער ווי נאר מען איז אנגעקומען אהין האט מען זיך דערזעהן אין א געפערליכע פראבלעם, לויטן פלאן איז געווען אפגעשמועסט מיל די בעה"ב פונעם פארק אז קיינער וועט נישט דארטן זיין אין די שעות, אבער צוליב א מיספארשטענדעניש איז דארטן געעוען עטליכע גוים פרויען און קינדער אינעם פארק, פארשטייט זיך אז מען האט תיכף פארשטאנען אז אזוי איז אונזער פלאץ נישט דארט, אבער נאך עטליכע מינט זענען די גוים זיך צוגאנגען, האט מען אראפגעלאזט די קינדער פון די באסעס, אבער נאך עטליכע מינוט וואס די קינדער האבן זיך געשפילט אויף די ריידס, האבן זיך אנגערוקט נאך עטליכע גרופעס פון גוים, אז מען האט געזעהען אז אזוי קען מען ווייטער נישט דא בלייבן, נאכן פרובירן צו רעדן מיטן בעה"ב, זענדיג אז עס איז נישט מיט וועם צו רעדן, האט מען באשלאסן אז אמת די קינדער קוקן שוין אזוי לאנג ארויס אויף די טריפ און מען האט געברענגט געלט, אבער דאך אזוי ווי אונזער עיקר ציל איז אויפצוציען ערליכע אידישע קינדער וואס זאלן זיין אפגעהיטן מיט די אויגן, מוז מען שוין תיכף ומיד פארלאזן דאס פלאץ, און טאקע עס איז נישטאמאל אריבער א האלבע שעה פון ווען די קינדער זענען אריין איז מען שוין געווען אויפן וועג ארויס. (ע"כ המעשה בקיצור) אשר על כן רופן מיר אויס אשריכם גבורי חיל, וואס האבן געוויזן אז אפי' עס איז נישט גרינג, מען פארט אויף א טריפ מיט אריבער 150 קינדער בליעה"ר, וואס די קינדער קוקן אזוי לאנג ארויס דערויף, דאך שטייט אונז נאך אלץ פאר די אויגן דער לאו פון ולא תסירו אחרי עיניכם, און מיר וועלן נישט זיך רורן פון וואס די תורה הייסט אפי' עס קומט אן שווער, מיר וועלן זיך נישט לאזן פארפירן פונעם עצת בלעם וואס האט געוואלט מכשיל זיין די אידן ח"ו מיט ראיות אסירות, ווי דער אוחה"ק איז מסביר די וואך (וואס די מעשה האט טאקע פאסירט ביומדה"ל) אז וישב ישראל בשטים, אז ווי לאנג מען איז אונדערהיים זעהט מען נישט קיין ראיות אסירות אבער ווען מען גייט ארויס אין גאס וואס איז פיל מיט פרוצות ווערט אלע פראבלעמען. האט מען געוויזן פאר'ן רבוש"ע קוק ווי געטריי מיר זענען פאר דיר, מיר זענען ארויס אין גאס און מיר היטן זיך נאך אלץ די אויגן, די טייערע תשב"ר האבן מוותר געווען זייער גאנצע הנאה כדי זיך צו היטן די אויגן. מען וואלט זיך געקענט טרעפן ק"ן היתרים עס איז שוין דערנאך מיר זענען שוין דא וואס זאל מען יעצט טוען, מען וועט אנזאגן די קינדער נישט צו קוקן, אבער די געטרייע מחנכים פון מוסדות ויואל משה האבן נישט געקיקט דערויף נאר געמאכט די ריכטיגע באשלוס און עומד בנסיון געווען, אז מיר האבן טייערע תשב"ר שלא טעמו טעם חטא, קינדער וואס וואוינען א גאנץ יאר אינעם הייליגן שטאט וואס איז געגרינדערט געווארן דורך רביה"ק טאקע פאר די סיבה זיך צו קענען היטן די אויגן וועלן מיר דאס נישט פאר א טריפ פארדארבן. אין אזא תקיפה ווען כלל ישראל קוקט ארויס אויף טהרה, מען מאכט אסיפות תקנה לדורות, מען וויל ראטעווען די צוקונפדיגע דור ווערט אזא שריט באגריסט דורך אלע שלומי אמוני ישראל, וואס מיט דעם האט מען געוויזן פארן רבוש"ע און פאר כלל ישראל אז מיר וועלן טוען אלעס אין די וועלט צו ראטעווען אונזערע דורות באמת וואלט מען געדארפט אסאך מער מאריך זיין נאר עס איז שוין שפעט ביינאכט, תן לחכם ויחכם עוד. א דאנקבארע טאטע ממנו ילמדו וכן יעשו
 |
|