הפוך לדף הבית גמ"ח קופונים
בית · פורומים · הרשם · התחברות · פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים
בית · פורומים · חדשות אנש אין בילדער · וואס טו איך מיטן טיקעט?
שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/4/2007 03:30 לינק ישיר 
וואס טו איך מיטן טיקעט?

איך האב זיך זייער געיאגט און געכאפט א רעד לייט און דער פאליציימאן (אנטיסעמיט בלע"ז) האט מיר געוואלט געבן א לעקציע איך זאל האבן געדולד און סבלנות און מיר געשטעלט אין דער זייט און מיר אויסגעשטעלט א קוויטל.

וייסט איינער וואס איך האב צוטון נעקסט?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 12:45 לינק ישיר 

באצאל עס, און נעקסטיים זיי מקיים דעם ונשמרתם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 16:06 לינק ישיר 

דאס געזעץ איז נישט געמאכט צו פייניגען די מענטשהייט, עס איז געמאכט צו אפהיטען די מענטשהייט, אויב איך וואלט ביי מיסטעק אפילו אריבער געפארן א רויטען לייט, וואלט איך מיך געשעמט צו דערציילן, נאכדערצו אז עס איז במזיד, עס איז פארברעך פאר א איד  "שומר תורה ומצות" אדורך צו פארן א רויט לייט, א חוץ וואס די זאלסט באצאלן דעם טיקעט, טו תשובה, און נעם דיך פאר נישט עס צו טון מער.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/4/2007 20:01 לינק ישיר 

שקויעך פאר די עצות. איך האב נישט געמיינט צו פרעגן וועגן באצאלן, איך מיין די פוינטס וואס מבאקומט.

געדאנקען ביי דיר האט זיך קיינמאל נישט געמאכט אז ביסט שנעל געפארן און און זיך דורכגעגליטשט ביי א ארויט לייט? וואס איז די בושה? איך האב עס געטון במזיד?

איין זאך ביזטו גערעכט אז איך דארף אכטונגגעבן און נישט טון מער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/4/2007 21:06 לינק ישיר 

ער האט נישט געזאגט אז ער איז דורכגעפארן, נאר ער האט געכאפט. כאפסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
  UPREAL השקעות פרטיות -   בק טק - הוכח כמשחרר כאבי גב ומוריד לחץ משרירי הגוף.   חוות ניר דוד-גן גורו - 10% הנחה למגיעים דרך הקופון
 
נשלח ב-1/5/2007 03:39 לינק ישיר 

ערשטענס פלי נאט גילטי
פליען גילטי איז זיכער אז די פארלירסט
פליען נאט גילטי קען נאך געשען אדער די אנטיסימיט בלע"ז זאל נישט אנקומען אדער קענסטו נעמען א לויער אדער קענסט אליין האנדלען מיט פאלציי מאן

ווענד זיך וועלכע געגענט
ווי ביסטו?
למשל אין מאנהעטען הער איך קענסט גיין בארן קלאפן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2007 06:04 לינק ישיר 

 גיב עס אריין אין סעלפאן סטאר נעבען שומר שבת, און צאל איין. עס איז דא איינער וואס נעמט גוט קער פין טיקעקטס דארט.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2007 17:41 לינק ישיר 

ישר כח פאר די לעצטע צוויי וואס האבן געהאלפן און אויך איינער ואס האט מיר געשריבן אין תיבה אישית.

סנישט געווען אין מאנהעטען, די אנדערע באראס איז בעסער?

א צווייטער ניק "פטעטעלע" שרייבט מיר א גוטס:

איך האב א אנדערע שאלה.

איך פיר מיך דורך צי פארן ווי מער רויט לייטס. איז די שאלה א טיקעט איז געווענליך 250$
קומט דאך אויס אז יעדע מאל פארדין איך

נו ? ! דארף מען געבן מעשר...





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2007 18:24 לינק ישיר 

Shame on you



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2007 05:12 לינק ישיר 

קאמענטעטער, נישט איך פיר זיך. איינער האט מיר עס געשיקט. סנאר א וויץ. רעג זיך נישט.

איינער געט מיר א עצה איך זאל פליען נאט גילטי, און פאר איך גיי צו א לויער זאל איך טרייען מיין מזל און אפשר וועט דער פאליס נישט אנקומען אין קאורט דעמאלטס איז די קעיס דיסמיסט און אויב טרעף איך יא דעם פאליס דארט קען איך זאגן אז איך בין נאכנישט גרייט און דארף נאך א קאורט דעיט.

ווער קען זיך אויס מיטן קאורט? איך בין נאך קיינמאל נישט געוועןדארט.

למשל , וואס הייסט מאכן א סעטלמענט מיטן פאליס?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > וואס טו איך מיטן טיקעט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר