הפוך לדף הבית גמ"ח קופונים
בית · פורומים · הרשם · התחברות · פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים
בית · פורומים · אחים אנחנו · הערות איבער פארמעגליכ'ס באשרייבונג פון ר"ח אלול תשס"ט
שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/8/2009 00:59 לינק ישיר 
הערות איבער פארמעגליכ'ס באשרייבונג פון ר"ח אלול תשס"ט

ביטע דא שרייבן אלע הערות וואס מען האט אויף די דעטאלן וואס פארמעגליך ברענגט אראפ איבער די טאג ר"ח אלול תשס"ט,
די טאג וואס וועט באשריבן ווערן און די סאטמארע היסטאריע, א טאג וואס מען האט פארלוירן איינע פון די גרעסטע עסקנים און קרית יואל, אזוי פלוצלינגדיגערהייט, און א א טאג וואס מען האט געשינדעט די הויט פון די נארוואס געווארענע אלמנה, און א טאג וואס מען האט צו די פארלייכטערונג פון טויזענטע סאטמארע חסידים באנייט די נייע ביה"ח, און וואס ס'האט געברענגט אז מען דארף שוין נישט בלייבן אונטער די רעזשים פון די ארונים




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 01:05 לינק ישיר 

איך האב איין קשי' וואס איז האב שוין מעורר געווען אין א אנדערע אשכול, דהיינו אויב פארמעגליך האט זיך צוגעזעצט צום קיבאורד, פארוואס איז ער נישט ממשיך מיט זיין אינהאלטסרייכע ארטיקל, א באשרייבונג איבער די פארגאנגענע פרשה ר"ח אלול וואלט אריינגעפאסט ווען ער וועט האלטן דארט אין די אנדערע ארטיקל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 01:10 לינק ישיר 

ניין יחזקאלע דאס ביסטו גערעכט אז פארמעגליך וואלט ווייטער געדארפט אנגיין מיט די ארטיקל פון די סאטמארע חלוקה היסטאריע, אבער די ארטיקל פון דאס וואס איז פארגעגאנגען ר"ח אלול מיט דעם טארמען נישט ווארטן אפילו איין טאג, דאס מוז איבעראל מפורסם ווערן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 01:12 לינק ישיר 

  Cheskeleh, I strongly disagree, we really appreciate Farmeglich for taking his time to write down this terrible tragedy that happened last week, moreover we are thanking rAron for giving us the opportunity to get away from him and his Natzi Regime, live or death.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 18:03 לינק ישיר 

דער בעבי האט  נישט קיין פראבלעם מיט טרינקען אידיש בלוט
ער האט נאר איין  אין איינציג פראבלעם אז די וועלט וועט וויסען דערפון



די פארמעגליך ארטיקלעך  האט איין פראבלעם עס איז נישט איבערגעטייטש אויך ענגליש


טאקע א שווערע ארבעט  אבער עס א קידוש השם עס צו מאכען אויף א ענגלישער פארמאט
 עס איז א  עת לעשות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
  אפוסתראפיה - הפתרון לכאבי ברכיים, גב ושחיקת סחוסים!   חוות ניר דוד-גן גורו - 10% הנחה למגיעים דרך הקופון   בחגוי הסלע- חופשה שהיא חוויה גלילית מדהימה - אירוח זוגות ומשפחות לציבור הדתי בלבד
 
נשלח ב-25/8/2009 18:46 לינק ישיר 


פארמעגליך זאל ביטע אנהלטן מיט זיין שרייבן אויף אידיש אז די ווילסט פרעג עם רשות אין טייטש עס איבער אויף ענגליש אויב דארף ער עס טיען וועט זיינע ארטיקלען זיין נאך שטאטער ווי ביז יעצט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 19:08 לינק ישיר 

ד' הגהות בדבר:

1. דיין לעצטע תגובה ווי די מאכסט א לענגס און א ברייטס פון די ישיבה בחורים זינגען קענסטו שוין אראפפלאשן ווייל דער ווידעא קליפ איז שוין אויפגעוויזן געווארן אז ס'פאלש, און אלמלי וואלט עס געווען אמת וואלט מען דאך נישט גאדארפט פעלשן,

2. דאס וואס די דארפסט דערנידערן ר' אהרן בעת די ביסט משבח דעם נפטר איז זיכער נישט לעילו נשמתו.

3. פארוואס ווען ס'פאסירט א צרה ביי ענק זענעט עסט ביזע מיט יענעםס חטאים?

4. אויוון שרייבסטו אז דער רבי האט געזאגט פאר ר' שאול "אלע אפציעס זענען אפען" דאס איז נישט מדיוק ווייל 1 אפציע וואס איז זיכער נישט געווען אפען, דהיינו ארויסגיין פון ערכאות של עכו"ם און אינטערשרייבן שטרי ברורין, ממילא חסורי מחסרא והכי קתני; דער רבי האט געזאגט "כמעט אלע אפציעס זענען אפען"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 19:20 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

ד' הגהות בדבר:

1. דיין לעצטע תגובה ווי די מאכסט א לענגס און א ברייטס פון די ישיבה בחורים זינגען קענסטו שוין אראפפלאשן ווייל דער ווידעא קליפ איז שוין אויפגעוויזן געווארן אז ס'פאלש, און אלמלי וואלט עס געווען אמת וואלט מען דאך נישט גאדארפט פעלשן,

2. דאס וואס די דארפסט דערנידערן ר' אהרן בעת די ביסט משבח דעם נפטר איז זיכער נישט לעילו נשמתו.

3. פארוואס ווען ס'פאסירט א צרה ביי ענק זענעט עסט ביזע מיט יענעםס חטאים?

4. אויוון שרייבסטו אז דער רבי האט געזאגט פאר ר' שאול "אלע אפציעס זענען אפען" דאס איז נישט מדיוק ווייל 1 אפציע וואס איז זיכער נישט געווען אפען, דהיינו ארויסגיין פון ערכאות של עכו"ם און אינטערשרייבן שטרי ברורין, ממילא חסורי מחסרא והכי קתני; דער רבי האט געזאגט "כמעט אלע אפציעס זענען אפען"



ויהי בחצי הלילה!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 19:24 לינק ישיר 

ליינענדיג פארמעגליך'ס תגובה 6
קומט מיר ארויף אין די מחשבה דער פסוק היטבת חסדך האחרון מן הראשון
הרה"ח ר' עוזיאל ע"ה האט געהאט די זכיה במותו צו טאן א "חסד" עם החיים ועם המתים
ער האט געראטעוועט טויזנטער אידן פון צער און עגמת נפש.
הערנדיג די אלע מעשה צדקה וחסד וואס ער האט געטאן בחייו קען מען פארשטיין פארוואס ער האט געהאט די זכיה צו ווערן אויסגעקליבן צו אזא אויסטערלישע מצוה.

אוודאי פארשטייען מיר נישט די דרכי השי"ת פארוואס אזא גאון אין חסד האט געענדיגט זיין טייער לעבן אין אזעלכע יונגע יארן, אבער השי"ת איז דאך א רחום וחנון, און ס'איז זיכער אזוי די טובה און דער תיקון.

נישט אומזיסט האט ער געהאט דעם געוואלדיגן כבוד און זכיה אז גדולי ישראל, צדיקים ותלמידי חכמים זענען געקומען צו פארן קיין קרית יואל אין אזא הייסן טאג זיך מטפל זיין מיט זיין מקום מנוחה, נאר אז מען טוט חסד ביים לעבן באצאלט השי"ת מדה כנגד מדה.

און עס איז וויכטיג צו צולייגן אז די אכזרים וועלכע האבן אים געטשעפעט, און צוגענומען זיינע רעכטן פון כבוד האחרון, האבן געמוזט טאן זייער אסאך רשעות ביז יעצט, צו קענען האבן אזא פארשטיינערט הארץ, און פארלירן דעם גאנצן געפיל פון א איד, זיך צו קענען אויפפירן מיט אזא רשעות און אכזריות. און קיינער זאל נישט פארשטיין דעם ביטערן צער וואס א משפחה מאכט מיט אין אזעלכע אומשטענדן.
עס איז דאך אומגלויבליך ווי ווייט זיי האבן זיך דערקייקלט, זיי האבן זייער אסאך עבירות אפגעטאן אז דער עבירה גוררות עבירה האט זיי געברענגט אויף אזוי ווייט.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 19:39 לינק ישיר 

סקאטמאלען לאמיר דיר ענטפערן,

א) דאס וואס די ווילסט לייקענען אז די בחורי חמד האבן נישט געזינגען, ס'איז א שאד דאס האבן מיטגעהאלטן הונדערטע יודן וואס זענען געווען בעת מקדש זיין די ביה"ח, און צו קענען לייקענען וועסטו מוזן זייער לאנג ווארטן אז מיר זאלן דאס פארגעסן, ס'לאזט זיך טאקע נישט גלייבן אבער ס'איז ליידער א פאקט,
איך פארשטיי ס'איז א בושה די שעמסט זיך און ס'באדערט דיר אז דיינע קינדער וועלן מוזן אנקומען צו אזא ישיבה, אבער נעקסט טיים טראכט פארדעם נאכדעם איז שוין טו לעיט, עניוועי איי פיל יור פעין,

ב) און דאס וואס די ביסט מוחה אז מען דערנידערט ר' אהרן, מען מיינט נישט ח"ו צו דערנידערן, מ'דערציילט נאר די מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט דברים כהוויתן, דאס האבן די פילע בני המשפחה וואס פון דעם איז דא געוויסע וואס געהערן אן צו ענקער פארטיי מיטעגהאלטן,יא יא ס'איז ליידער א ביטער פאקט, א מציאות וואס פראסקעט און פנים, עכ"פ ער האט זיך אליינס דערנידערט מיט זיין התנהגוות,
איך פארשטיי ס'איז דיר שווער אנצונעמן די מעשה, יא די שעמסט זיך און וועלכע פארטיי די געהערסט, אבער נעקסט טיים זעה אז דיינע פירער'ס זאלן קוקן אביסעלע ווייטער פון 15 מינוט, (זייער הארץ וועל איך נישט וויכער מאכן)

ג) און דאס וואס די רעדסט פון חטאים, איז ווידער מען דערציילט ענק נאר די מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט, און אויב די זעסט און דעם חטאים איז איט יור פראבלעים, זעה אז דיינע פירער'ס זאלן עס מתקן זיין ווי שנעלער, (אויב תשובה העלפט נאך פאר זיי,)
יא סקאטמאלען, איך פאשטיי אז די קאנסט נישט גלייבן מיט וואסארא רשעות מען האט זיך אויפגעפירט צו די משפחה פונעם נפטר אפילו ער איז געווען א אויסגעצאלטע מעמבער, איך ווייס אז די זעסט עס אליינס איין פאר חטאים, אבער איצטעט איז שוין צו שפעט די מעשה נבלה איז שוין ליידער געטוהן געווארן, (יא אלעס האט זיך אפגעשפילט ווען ר' אהרן האלט שוין נאך זיין תשובה, ער רעדט שוין נישט מיאוס אקעגן רבנים, און ער הייסט שוין נישט שלאגן און ווארפן שטיינער, פארברענען קארן וכדו')

ד) און דאס וואס די רעדסט וועגען אפציע'ס, ניין די אפציע פון אונטער שרייבן שטרי בירורין איז ביי אונז בכלל נישט געווען קיין אפציע, ווייל מיר גייען לויט די הלכה אונטע די ווען וואס ווערט געוויזן דורך אונזערע הייליגע דיינים, און שאול איז נאר א ראש הקהל וואס גייט לויט ווי אונזערע רוחניות'דיגע פירער'ס הייסן עם צו טאהן,(און יא ס'קומט זיך גרויס קרעדיט פאר ר' שאול וואס  ער האט געוויזן גרויס שטארקקייט אפילו ווען מתו מוטל לפניו, זיין זון איז אזוי יונגערהייט אוועקגעריסן געווארן פון די עולם, און איבערגעלאזט א א יונגע אלמנה, און א שטוב מיט קליינע יתומים, און דאן אעפ"כ וואס די ארונים האבן צו עם און צו יוסף פנחס'ן אויפגעפירט מיט א געוואלדיגע רשעות, אעפ"כ האט ער זיך אפילו און אזא שווערע צייט נישט געלאזט זיך בייגן אופיצוגעבן די ביה"ח, ווען ער קריגט זיך איבער עם אליין וואלט ער אוודאי אויפגעגעבן, אבער ווען ער איז א שליח ציבור פון טויזענטער סאטמארע יודן, האטט ער געוויזן שטארקקייט און נישט אויפגעגעבן,) און איצטעט צוריק דאס וואס די טענה'סט אז ער האט געהאט א אפציע פון שטרי בירורין, איז ווייל דיר גייט אביסל נישט גוט און קאורט וויל די האסט געמאכט א אומלעגאלן טרנעספאר, און די דזשאדזש ווארט אויף א תירוץ פון ענק, און עטס גענטס אנגעצויגן, און דאן ווילט עטס לויפן צום בי"ד און דארט פרובירן ענקער טשאנס, איז שאול נישט מחויב ענק נאכצוטאנצן, און ער האט נישט קיין רעכט אופיצוגעבן אויף ממון הקדש, ווען ער איז מדינא מותר צו בלייבן און קאורט, דערנאך וואס ענק האבן אריינגעטראגן די גאנצע סכסוך און געריכט, ניין סקאט מאלען שאול וועט פרובירן מיט אלע כוחות צורחקצונעמעןן פון ענק די ביה"ח מיט אלע מיני מיטלען ווילאנג ס'איז אויסגעהאלטן מדין תורה, און טאמער ס'איז אויסגעהאלטן צו נישט, פארדעם האבן מיאר אונזער רבנים און דיינים, און מיר דארפן נישט צוקומען צו ענקערע בלאט שרייבער'ס, זאל אונז זאגן וואס די הלכה איז, און דאס וואס עטס האטס גענוצט מיט רשעות און קאלט בלוטיגקייט די נפטר פאר א משכון צו צווינגען שאול זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין איז ביי אונז בכלל נישט געווען קיין אפציע, ווייל מיר האבן מיט אזעלכע נידריגע פערזאנען בכלל נישט קיין שפראך, מענטשן וואס קענען נעמען א נפטר און עם אפהאלטן פון קבורה סתם פאר אייגענע נצחון, און מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין הארץ צו אזא שרעקליכע טראגעדיע נאר צו סטראשענען נישט צו געבן א דעד סערטיפיקיט נאר אויב מען באצאלט א וואסער ביל, מיט אזאנע מענטשן קען מען נישט אפילו פארהאנדלען, ווייל אילמלא ער שרייבט ווען אונטער שטרי בירורין וואס ווייסן מיר וואס זיי וועעלן בעטן ביי מציבה שטעלן, מען רעדט דא נישט פון קיין מענטשן מען רעד פון חיות וואס גייען אויף 2 פיס,

עניוועי איי רילי פיל יור פעין, יא ס'אוועט פארשריבן ווערן מיט בלוטיגע אותיות די טאג און די היסטאריע פון סאטמאר, און די מעשה וועט מאכן געדענקט ווערן ענקער פירער'ס נישט צו גוטס,
און פון היינט אן און ווייטער סקאט פאר דיר און אלע דיינע פירער'ס טראכט נישט נאר ביז 15 מינוט ווייטער,





תוקן על ידי וואלוועלע ב- 25/08/2009 19:52:15



תוקן על ידי וואלוועלע ב- 25/08/2009 20:01:29




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 19:57 לינק ישיר 


די עולם פארגעסט איין זאך, ס'איז בכלל נישט געווען קיין רעדע פון שטרי בירורין,

די רעדע איז געווען, אז ער זאל אינטער שרייבען א צעטיל,

אז ער האט נישט קיין שום תביעה אופן בית החיים, און ער געט אויף אלע רעכטען וואס ער האט געהאט דערויף,

דאס איז די פשוט'סע אפטייטש פון די ווארט "חמס"

ווי האט רבינו שליט"א געזאט ביי די הספד:

"גזלנים "חמסנים", עס וועט זיי קיינמאל נישט העלפען קיין תשובה"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 20:04 לינק ישיר 

1. איך פרעג דיר זייער א נארמאלער קשיא, פארוואס האט עטס געמוזט פעלשן די ווידעא קליפ ווען עטס וואלטס ווען געקענט האבן אטענטישע, אלא מאי האט עטס נישט געהאט אטענטישע, עפעס אנדערש קען איך נישט טראכטן.

2. אויב ענקערע הייליגע דיינים זענען די וואס האבן נישט געלאזט ארויסגיין פון ערכאות של עכו"ם און אינטערשרייבן שטרי ברורין, און אזוי באגראבן דעם נפטר 10 שעה פריער, זענען דאן די דיינים די וואס האבן נישט געלאזט באגראבן, (קען טאקע זיין ע"פ תורה) אבער וואס בלעימסטו די ארויניס?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 20:08 לינק ישיר 

וועלוועלע איז שטארק גערעכט

הרה"ח ר' שאול שליט"א, האט נישט געטאן קיין שום פעולה,
נאר לויט די קלארע אנווייזונגען פון רבנים ודייני הקהלה.
דאס איז נישט זיין פריוואטער רכוש, אז ער זאל קענען אויפגעבן דערויף.
פופציג אלפים פאר די פיראטן וואלט ער אפשר געקענט באצאלן,
אבער אויפגעבן די רעכט אויף די קהלה'ס נכסים האט ער נישטאמאל געהאט די רעכט על פי תורה.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/8/2009 20:08 לינק ישיר 

ווער רעדט פין די ווידא 100 מענטשן זענען דארט געעווען אין עס געזען מיט די אייגענע אויגן


נאכאמאל זיי האבן נישט געהייסן אינטער שרייבן שטרי ברורין זיי האבן געוואלט ער זאל אויף געבען די רעכטען פינעם בית החיים (מקען מיינען אז סאיז זיינס ער איז נישט מער ווי א פארטרעטר פין קהל)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 20:13 לינק ישיר 

סקאט,

איך זעה נישט אז די קליפ זאל זיין געפעלשט, אפשר זאגסטו מיר וואוו?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/8/2009 20:17 לינק ישיר 

א) מיר גייט בכלל נישט אן די ווידיאו קליפ איך דארף נישט צו דעם צוקומען, און אויב די האלטסט ס'איז געפעלטשט דאן גיי פרעג אן יוסף וואלדמאן, אבער אויב די ווילסט וויסן די אמת ווייל די האסט א בחור און זייער ישיבה אדער ווייל די גייסט דארט שיקן, אדער אויב די ווילסט סתם וויסן און וועלכע פארטיי די געהערסט זאג איך דיר אז יא מען האט געזינגען, און אויב גלייבסטו מיר נישט דאן פרעג אן די אנדערע הונדערטער יודן וואס האבן זיך דארט געפינען,

און וועגען די ווילסט באשולדיגן אונזערע דיינים, אז מען האט געדארפט אונטערשרייבן שטרי בירורין, ניין מען דארף נישט אויפגעבן פאר דעם פאר ממון הקדש, און מען האט נישט קיין רעכט אויפצוגעבן פארדעם ממון הקדש, און אויב מען טוט עס יא איז עס א עולה ווייל מיט ממון הקדש טאר מען זיך נישט ארומשפילן,

און יא איך בלעים די ארונים ווייל זיי האבן אויפגעהאלטן פון צום באגראבן א נפטר וואס איז געווען א ויסגעצאלטע מעמבער און ווען ער האט געצאלט זיין ביל האט מען עם נישט געזאגט אז די קענסט נישט זיין קיין מעמבער ווייל דיין טאטע פירט אן דער קאורט, נאר מען האט געהעריג גענומען זיין טשעק און עס דעפאזיטעד, אפילו זיין טאטע פירט דער קאורט, אבער יעצט ווען זיי האבן זיך איינגערעדט אז מען קען צוריקצאלן זענען זיי געקומען צו לויפן און אנגעמאכט א בזיון המת, און אויפגעהאלטן א נפטר פאר א לאנגע צייט פון קומען צו קבורה,

ניין סקאטמאלען אונזערע דיינים זענען גארנישט שולדיג, מעו האט נישט געטארט אונטערשרייבן שטרי בירורין, אויב מדינא איז מותר צו בלייבן און געריכט און מיר האבן א טשאנס צוריקצוזעהן די ביה"ח,

און אויב ס'איז מותר צו נישט האבן מיר ב"ה אונזערע דיינים,

און נאך איינמאל ענק האבן געטוהן רשעות לייג עס נישט אן אויף יענעם,

איך רעד אלעס לויט וואס ענק האבן נאר געבעטן שטרי בירורין, אבער לויט ווי די מעשה איז געווען אז מען האט געבעטן א פלעינע צעטיל אז ער זאל אונטערשרייבן אז ער גיט אויף די רעכטן אפילו אן א די"ת איז מיינע ווערטער נאך פיל שטערקער, אבער אפילו לויט ענק וואס מען האט נאר געבעטן שטרי בירורין וויל איך ענק זאגן אז ביי אונז איז דאס בכלל נישט געווען קיין אפציע,



תוקן על ידי וואלוועלע ב- 25/08/2009 20:14:39



תוקן על ידי וואלוועלע ב- 25/08/2009 20:18:31




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אחים אנחנו > הערות איבער פארמעגליכ'ס באשרייבונג פון ר"ח אלול תשס"ט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.