| נשלח ב-30/4/2012 22:01 |
|
| |
וועט תולדות הארון רבי זאגן "לתפארת מדינת ישראל"????
שוין צוויי יאר אריבער זייט די מחבלי הכרם וואס האבן יארן פראבירט מיט א פני תם שפילן קנאות, האבן אויפגדעקט זייער אמת'ער פנים און געוויזן יעדען איינעם ווי זייער קנאות איז.
מיט צוויי יאר צוריק ווען די גאנצע אידישע וועלט איז געווען אויף מיט מירון האט דער בעל הארון מיט א ביליגע ליצנות פאר אביסל כבוד המדומה גענומען א ארון און זיך בגראבן דארט און געטאנצן מיט פייער אין די הענט.
נאכדעם בזיון הנורא האט ער וכת דילי' געשוואוירן נקמה אין די קנאים, דער קלימקס איז געווען ווען ער האט געגבען א האנט פאר די ציונים צו איבער נעמען די שליטה אויפן מקום קדוש "מירון" מיט א הבטחה אז ער וועט ווייטער בלייבן מיט זיין חזקה צו קענען זיך שפילן במקהלות רבבות עמך בית ישראל מיט פייער און טאנצען כידוע.
אבער א מענטש טראכט און גאט לאכט, בור כרה ויחפרהו, דאס איבער געבן שליטה פאר די ציונים אויפן מקום קדוש האט געברענגט פארקערטע תוצאות, און ווי ס'איז געווען באשריבן פאריגע וואך אין איינע פון די צייטונגען, האט די רעגירונג נאכן מעכטיגן פייער אין כרמל געמאכט נייע רעגולציעס פאר רשות אויף הדלקות, צווישן אנדערע אז קיינער וועט נישט קענען צינדן קיין הדלקה אין מירון נאר ביאאן וואס איז קאנטראלירט.
כאשר ראה כי כלתה אליו הרעה, מיט די ביטערע דורכפאל פון זיינע נייע חברים און ידידים איז זיין אויסערן מיניסטער "אהרן סאמעט" געלאפן צו די סאמע גרעסטע טומאה "די כנסת המינים" און געמאכט א זיצונג מיט יעקב ליצמאן דער חבר הכנסת מיט תחנונים אז מ'זאל לאזן דאס יאר אויך מאכן די שפיל בפני רבבות אלפי ישראל.
ליצמאן האט מיט גרויס פרייד אנגענומען די בקשה אבער מיט א פאקערטע כוונה, וויסנדיג אז מיט אפאר דאלער וועט מירון זיין אין די הענט פון משרד התיירות, און האט געזאגט אויב אזוי, איך וועל ברענגן געלט פון די קאסע פון די רעגירונג, אבער בתנאי אז אונז וועלן מחליט זיין אלעס, מיר וועלן בויען א גשר פאר די כוהנים (נישט נאר תוא"י נאר טויזנטער כהנים פון אלע שיכטן און קרייזן) און מיר וועלן צאלן אלע לעגאלע פאפירן מיט געלט וואס פעלט זיך אויס פאר די גרויסע הדלקה.
אזוי אז דער תולדות הארון רבי זאל קענען טאנצען "לתפארת מדינת ישראל"
המשך יבוא מיט נישט גלייבינדיגע שריט פון די ............
דא איז די בילד ווי דער שליח פון תולדות הארון זיצט אין כנסת המינים

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/4/2012 22:15 |
|
| |
נו וויאזוי האלט מען אפ די קריעה רייסן "רבינו סר מן הדרך"???
אבער די בילדער וועט דאך ארויס קומען אין גאס, יעדער וועט זעהן ווי די שענסטע קהילה בישראל די שפיץ פון קנאות גייט מטה מטה, ביז נעמען טויזענטער שקלים פון די רעגירונג און מיט א פחד אז הרב משה שטערן וועט זיך נאכאמאל אויפשטעלן רייסן קריעה אין ביהמ"ד שרייענדיג "רבינו סר מן הדרך".,
אזוי אויך איז געפלאנט א נסיעה צו מונטריאל ווי מרדכי דוד קאהן וועט אפשר נישט געבען די פעטע טשעק ווי יאר יערליך, און די בזיונות וועט זיין גרויס.
איז די ערשטע כלל, מע לאזט ארויס א שמועה אז די רעגירונג בויעט איבער די גשר הכהנים פאר תולדות אברהם יצחק, אזוי אז אויב וועט ארויס קומען די שמועה זאל כאטש יענער אויך כאפן א קלאפ.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=40299&cat=1&scat=1
און מיט האפענונג אז קיינער איז נישט גענוג קלוג צו טראכטן וואס עפעס תוא"י איז דען נישטא טויזענטער כהנים וואס ווילן דעם גשר כהנים? אבער מיט די בת היענה קאפ לאזט מען ארויס א שמועה רחוקה.
נאכדעם לייגט מען ארויס א בריוו מכלומרשט אז ס'איז א גרויסע סכנה דא אויף די הייליגע שפיל במקהלות רבבות עמך ישראל, און מע דארף געלט צו זוכה זיין נאכאמאל צו שפילן די שפיל און מיט מעשה קנאות פראבירט ער צו שפילן אז אן געלט פון חו"ל וועט נישט זיין קיין הדלקה ח"ו והס מלהזכיר.
http://www.bhol.co.il/article.aspx?id=40308&cat=6
אבער דער אמת איז שוין ארויס גערינען, יא יא די סאמע חסידות תולדות הארון וועט דאס יאר נהנה זיין מיט אסאך געלט ממקורות זדים, איר קענט פראבירן שפילן אז איר ווילט נישט ח"ו, אבער יעדער וואס האט אויגן אויפן קאפ זעהט צו וועלעכע אפגרונט זיי זענען ליידער אנגעקומען.
מיט האפענונג צום באשעפער אז לא ינוח שבט הרשע, און די צבועים הגרועים מהאפיקורסים וועלן נישט שולט זיין אויף דעם מקום קדוש
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2012 00:20 |
|
| |
נעם דיר מיסטער באגאצניק

|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2012 16:50 |
|
| |
| הולך_לבגץ כתב: |  | שוין צוויי יאר אריבער זייט די מחבלי הכרם וואס האבן יארן פראבירט מיט א פני תם שפילן קנאות, האבן אויפגדעקט זייער אמת'ער פנים און געוויזן יעדען איינעם ווי זייער קנאות איז.
מיט צוויי יאר צוריק ווען די גאנצע אידישע וועלט איז געווען אויף מיט מירון האט דער בעל הארון מיט א ביליגע ליצנות פאר אביסל כבוד המדומה גענומען א ארון און זיך בגראבן דארט און געטאנצן מיט פייער אין די הענט.
נאכדעם בזיון הנורא האט ער וכת דילי' געשוואוירן נקמה אין די קנאים, דער קלימקס איז געווען ווען ער האט געגבען א האנט פאר די ציונים צו איבער נעמען די שליטה אויפן מקום קדוש "מירון" מיט א הבטחה אז ער וועט ווייטער בלייבן מיט זיין חזקה צו קענען זיך שפילן במקהלות רבבות עמך בית ישראל מיט פייער און טאנצען כידוע.
אבער א מענטש טראכט און גאט לאכט, בור כרה ויחפרהו, דאס איבער געבן שליטה פאר די ציונים אויפן מקום קדוש האט געברענגט פארקערטע תוצאות, און ווי ס'איז געווען באשריבן פאריגע וואך אין איינע פון די צייטונגען, האט די רעגירונג נאכן מעכטיגן פייער אין כרמל געמאכט נייע רעגולציעס פאר רשות אויף הדלקות, צווישן אנדערע אז קיינער וועט נישט קענען צינדן קיין הדלקה אין מירון נאר ביאאן וואס איז קאנטראלירט.
כאשר ראה כי כלתה אליו הרעה, מיט די ביטערע דורכפאל פון זיינע נייע חברים און ידידים איז זיין אויסערן מיניסטער "אהרן סאמעט" געלאפן צו די סאמע גרעסטע טומאה "די כנסת המינים" און געמאכט א זיצונג מיט יעקב ליצמאן דער חבר הכנסת מיט תחנונים אז מ'זאל לאזן דאס יאר אויך מאכן די שפיל בפני רבבות אלפי ישראל.
ליצמאן האט מיט גרויס פרייד אנגענומען די בקשה אבער מיט א פאקערטע כוונה, וויסנדיג אז מיט אפאר דאלער וועט מירון זיין אין די הענט פון משרד התיירות, און האט געזאגט אויב אזוי, איך וועל ברענגן געלט פון די קאסע פון די רעגירונג, אבער בתנאי אז אונז וועלן מחליט זיין אלעס, מיר וועלן בויען א גשר פאר די כוהנים (נישט נאר תוא"י נאר טויזנטער כהנים פון אלע שיכטן און קרייזן) און מיר וועלן צאלן אלע לעגאלע פאפירן מיט געלט וואס פעלט זיך אויס פאר די גרויסע הדלקה.
אזוי אז דער תולדות הארון רבי זאל קענען טאנצען "לתפארת מדינת ישראל"
המשך יבוא מיט נישט גלייבינדיגע שריט פון די ............
דא איז די בילד ווי דער שליח פון תולדות הארון זיצט אין כנסת המינים
 |
|
וועט ער זאגן?! מיין גוטער פריינד ער זאגט שוין לאנג, לתפארת מדינת ישראל, ראה ערך ההפגנות והמבין יבין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2012 18:56 |
|
| |
דברים כהוויתן
לעצם הענין, די בילד איז ביים האפיס פון אלכס ויזניצר - דער יושב ראש פון "ועד החמישה" - וואס איז נתמנה געווארן דורך די מדינה אויף אלע עניינים פון מירון.
ויבאלד אז עס איז נתברר געווארן אז די מדינה האט דעם יאהר מחליט געוועהן, אליין צו צו שטעלן די אלע זאכן וואס מען דארף אין מירון, נישט אזוי וויא אלע יאהר וואס יעדער האט געדאגה'ט פאר זיך - און פארוואס?
פאר איאהר, איז צוזאם געפאלן אפאר פארענצ'עס ביי די פרויען, עס איז געוועהן ממש ניסים - אז עס האט גארנישט פאסירט, וועגן דעם האט די מדינה אזוי מחליט געוועהן.
די געטרייע עסקנים פון תו"א, זענען געגאנגען ביי דעם מיטינג, ביי אלכס וויזניצער אין האפיס, בכדי צו זעהן וויאזוי דער פראיעקט זאל יא ווערן באצאלט פון תולדות אהרן, און נישט פון די קאסע פון די מדינה.
ווען די עסקנים האבן געזעהן, אז די מדינה איז איינגעאקשנט, דוקא צו באצאלן - האט דער תולדות אהרן רבי געלאזט וויסן, אז אויב וועט דאס אזוי זיין, וועט ער מיטן גאנצן צער פון די זאך נישט אנצינדען די הדלקה ביי ר' שמעון'ען.
מען טוט נאך ביזדערווייל אלעס וואס מען קען, צו מבטל זיין את רוע הגזירה.
בשם ה' נעשה ונצליח
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2012 19:27 |
|
| |
| גערעכט כתב: |  |
לעצם הענין,

זריית חול בעיני הציבור!!! לא דובים ולא יער
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2012 19:59 |
|
| |
| גערעכט כתב: |  |
לעצם הענין, די בילד איז ביים האפיס פון אלכס ויזניצר - דער יושב ראש פון "ועד החמישה" - וואס איז נתמנה געווארן דורך די מדינה אויף אלע עניינים פון מירון.
ויבאלד אז עס איז נתברר געווארן אז די מדינה האט דעם יאהר מחליט געוועהן, אליין צו צו שטעלן די אלע זאכן וואס מען דארף אין מירון, נישט אזוי וויא אלע יאהר וואס יעדער האט געדאגה'ט פאר זיך - און פארוואס?
פאר איאהר, איז צוזאם געפאלן אפאר פארענצ'עס ביי די פרויען, עס איז געוועהן ממש ניסים - אז עס האט גארנישט פאסירט, וועגן דעם האט די מדינה אזוי מחליט געוועהן.
די געטרייע עסקנים פון תו"א, זענען געגאנגען ביי דעם מיטינג, ביי אלכס וויזניצער אין האפיס, בכדי צו זעהן וויאזוי דער פראיעקט זאל יא ווערן באצאלט פון תולדות אהרן, און נישט פון די קאסע פון די מדינה.
ווען די עסקנים האבן געזעהן, אז די מדינה איז איינגעאקשנט, דוקא צו באצאלן - האט דער תולדות אהרן רבי געלאזט וויסן, אז אויב וועט דאס אזוי זיין, וועט ער מיטן גאנצן צער פון די זאך נישט אנצינדען די הדלקה ביי ר' שמעון'ען.
מען טוט נאך ביזדערווייל אלעס וואס מען קען, צו מבטל זיין את רוע הגזירה.
בשם ה' נעשה ונצליח
|
|
איך וויל פון דיר איין הבטחה כתוב וחתום אויף הייד פארק
טאמער איז מען נישט מצליח צו ברעכן די ציונים
גייט נישט זיין א הדלקה דאס יאר?
אדער גייט מען צינדן מיט א ארון?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2012 21:50 |
|
| |
| גערעכט כתב: |  |
די געטרייע עסקנים פון תו"א, זענען געגאנגען ביי דעם מיטינג, ביי אלכס וויזניצער אין האפיס, בכדי צו זעהן וויאזוי דער פראיעקט זאל יא ווערן באצאלט פון תולדות אהרן, און נישט פון די קאסע פון די מדינה.
|
|
דאס מיינט פארקויפט פאר דעם עולם לאקשן. אין יעדע אפיס אין אר"י איז דא 4 פענער אויפן טיש? דאס איז נאר אינעם כנסת
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 00:09 |
|
| |
באגאצניק
ביי אסיפה וואס איז נאר יעצט געשלאסן געווארן, אין איינע פון די זאלן פון תולדות אהרן קהילה אין ירושלים, האט מען געגעבן צו פארשטיין דעם ציבור, אז אויב וועט מען נישט קענען באצאלן פאר דעם פראיעקט, נישט משנה פון וואסארא סיבה, וועט נישט פארקומען קיין הדלקה אין מירון, חד וחלק, מען האט נאכגעזאגט וואס דער תו"א רבי האט געהייסן איבער געבן, אז ח"ו צו נהנה זיין אפילו איין פעני, פון די רשעים בכלל, און אויף אזא הייליגע מטרה בפרט.
איינער פון די רעדנערס, האט ארויס געברענגט, אז פון עצם דעם וואס מען זעהט יערליך, יאהר נאך יאהר וואס דער שטן זוכט זיינע וועגן, וויאזוי צו שטערן די געהויבענע שמחה, די אומפארשטענדליכע מניעות וואס קומט אלס אונטער, די געוואלדיגע התעוררות אויס צו מעקן מעל פני האדמה, דאס אליינס דארף אונז מחזק זיין.
מען האט געבעטן דעם ארימער ירושלימער ציבור, זאל זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים, בכדי מען זאל קענען באצאלן פון ריינע אידישע געלט - על טהרת הקודש, דו צוגרייטונגען צום מעמד הנשגב והקדוש.
לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 00:22 |
|
| |
גערעכט טייערער, איל וויל וויסן איין זאך:
דו, ביי דיר אין הארצן, האסטו אצינד א צל ספק אז עס גייט נישט זיין קיין הדלקה אין מירון היי יאר?
יא אדער ניין.
----------
(אגב, צו די אנדערע שרייבער, ביטע נישט שרייבן דברי זלזול בדרך שפל אויף ערליכע אידן. עמיצער וואס שפילט פאליטיק ווערט נאכנישט קיין שייגעץ טמא...)
תוקן על ידי FiveBoro ב- 02/05/2012 00:28:54
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 00:31 |
|
| |
פייו, אויב מען וועט נישט קענען צו שטעלן דאס געלט, אדער אויב עס וועט נישט קענען ווערן באצאלט דאס געלט, עמטליך כדת וכדין, וועט קיין הדלקה פון תו"א נישט זיין.........ויפל איך קען די תולדות אהרן חברה, זענען זיי נישט קיין לאזערס, אזוי וויא די זאליס - זיי וועלן זיך אן עצה געבן מיט אלעס....
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 00:34 |
|
| |
צו לאנג געענטפערט.
עס איז דא "אמת'ע" טשענס עס זאל נישט זיין קיין הדלקה, אזוי ווי דער צעטל זאגט?
"יא אדער ניין".
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 01:25 |
|
| |
| FiveBoro כתב: |  | עס איז דא "אמת'ע" טשענס עס זאל נישט זיין קיין הדלקה, אזוי ווי דער צעטל זאגט?
"יא אדער ניין". |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 01:55 |
|
| |
איך האב עטליכע שטיקלען פון הולך לבגץ וואס זעהן אויס צו זיין געשריבן ביי א שוטה גמור אפשר קען דער עולם וועריפייען אז איך זעה גוט
1 מחבלי הכרם 2 בעל הארון 3 גענומען א ארון און זיך בגראבן 4 כת דילי' 5 זיך שפילן במקהלות רבבות עמך בית ישראל מיט פייער און טאנצען 6 כאשר ראה כי כלתה אליו הרעה 7 געלאפן צו די סאמע גרעסטע טומאה "די כנסת המינים" 8 תולדות הארון רבי זאל קענען טאנצען "לתפארת מדינת ישראל" 9 שליח פון תולדות הארון זיצט אין כנסת המינים 10 סר מן הדרך 11 נהנה זיין מיט אסאך געלט ממקורות זדים 12 לא ינוח שבט הרשע 13 צבועים הגרועים מהאפיקורסים
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2012 18:12 |
|
| |
און יעצט גייט מען מיט מסירות און א שמוץ קאמפיין ביי די פרייע מידיא
נאכדעם וואס ס'איז נתגלה געווארן קלונו ברבים אז מיט דעם וואס ער שטיצט די גזירה פון הפקעת מירון, וועט זיין הדלקה זיין מיט געלט פון די ציונים ח"ו.
פראבירט ער מיט זיינע חברים די פרייע מידיא צו באשמוצן זיין ברודער, ווי כאילו דער גשר הכהנים וואס די מדינה בויעט פאר די טויזענטער כהנים פון בעלזא וויזניץ גער וכו' איז נאר עפ"י בקשתו, און אז דאס קאסט א מילאן שקל אזוי וועלן די אזוי אויך צוהיצטע פרייע ארויס קומען מיט א געשריי אז דאס איז א אויסגעבעריי.
דא האט איר א ארטיקל וואס איז אריין אין די פרייע "הארץ" צייטונג מיט פינגער פרינט פון תולדות הארון, ווי כאילו דער גשר כהנים איז נאר פאר תוא"י און פון די ציונים, און מיט א וויי געשריי אז ס'איז איבעריג
נישט צום גלייבן ווי דער גליטש לינקס איז אנגעקומען

|
|
|
|
|