הפוך לדף הבית גמ"ח קופונים
בית · פורומים · הרשם · התחברות · פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים
בית · פורומים · כל העולם כולו · ענדליך! הרב שמידל שליט"א ברענגט ארויס דעם אמת
שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/5/2012 18:32 לינק ישיר 
ענדליך! הרב שמידל שליט"א ברענגט ארויס דעם אמת

אין די לעצטע טעג גייט אתרא קדישא אן מיט פראטעסטן אין יבנה, און היינט האט געזאלט הייסן אז דער גאב"ד גייט אנקומען צום פראטעסט - אן א ישיבת בי"ד - אבער ער איז למעשה נישט אנגעקומען מיט א תירוץ אז ער שפורט נישט גוט.


די פרשה אין יבנה:

די פרשה האט זיך שוין אנגעהויבן מיט עטליכע וואכן צוריק.

אין יבנה ווערט געבויעט שינעס פאר א נייעם באן, און די פירמע וועלכע פירט אן מיט די בוי פראיעקט שוין א לאנגע צייט, א פראיעקט וואס ציהט זיך לאנגע שטרעקעס אין פילע שטעט, ארבעט לויט די אנווייזונגען פון די רבני הועד למניעת חילול קברים באה"ק, ובראשם מרן הראב"ד ירושלים שליט"א, והג"ר שבח ראזענבלאט בשליחות הגר"נ קרליץ שליט"א.

שוין עטליכע מאל איז אויסגעקומען אז מען האט געפינען קברים אדער מערות קבורה אויף די שטחים וואו זיי ציען די שינעס, און יעדעס מאל האבן זיי זיך ב"ה שיין צוגעשטעלט צו די הוראות פון די ועד, און אדאנק די געלונגענע ארבייט פונעם ועד זענען די שינעס פארדרייט געווארן צו זייטיגע שטחים כדי נישט צוצורירן צו קיין קברים.

אצינד ווען מען האלט אין יבנה, האט אתרא קדישא באשלאסן אז היות אין יבנה ליגן רבן גמליאל וחביריו, איז עס א גוטע געגלעגנהייט צו ווידער פארפירן דעם ציבור מיט שקרים נוסח אתרא קדישא, און וויינען און שרייען אין די גאסן אז מען גראבט מכלומרשט אויס תנאים ואמוראים.

חיים טויסיג, דער טעראריסטישער א"ג "משגיח קברים" פון אתרא קדישא איז ארומגעגאנגען צו רבנים און "עדות געזאגט" אז מיט זיינע צוויי אויגן האט ער געזעהן מענטשליכע עצמות רח"ל אויפן פלאץ ואו מען ארבעט!

אין ליכט פון די עדות'שאפט, איז דעם קומענדיגן טאג (צוויי וואכן צוריק דינסטאג) אראנדשירט געווארן א פראטעסט וואו עס וועלן זיך משתתף זיין כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, הגאון רבי סנדר ערלאנגער שליט"א, און הגרמ"ז זארגער. למעשה איז הרב ערלאנגער שליט"א נישט אנגעקומען, נאר עס זענען אנגעקומען 30 אינגעלייט אין שפיץ פון דער משכנות הרועים רבי שליט"א און הגרמ"ז זארגער, און מען האט געזאגט פסוקי תהילים.

איינער פון די משגיחים פונעם ועד איז דעמאלס אנוועזנד געווען, איז ער צוגעגאנגען צו חיים טויסיג און די רבנים, זאגנדיג אז ער הערט אז עמיצער האט געזעהן דא עצמות, דעריבער רופט ער אריין דעם טויסיג און די רבנים שליט"א זיי זאלן זעהן צו עס איז טאקע ריכטיג.

דער משכנות הרועים רבי שליט"א איז תיכף אהיימגעפארן, נישט וועלנדיג ווערן א טייל אין די פלוגתא.. ער איז געקומען נאכן הערן געשרייען אז מען זעהט עצמות זיך וואלגערן, אבער אריינצוגיין און דערנאך דארפן עדות זאגן וואס מען זעהט דארט באמת, דאס זוכט ער בכלל נשט.

זענען אריינגעגאנגען חיים טויסיג מיט הרב זארגער.

טויסיג האט אנגעהויבן זוכן די עצמות "וואס ער האט אליינס געזעהן", און דער משגיח פרעגט אין כסדר: נו? וואו האסטו געזעהן עצמות, און וואו זענען די קברים דא בכלל. דער טויסיג האט זיך געדרייט ימין ושמאל מעלה ומטה, געזוכט און געזוכט, און ער זוכט נאך אלס.

 תיכף דערנאך האט הרב ראזענבלאט שליט"א אנגערופן טויסיג, און אים געפרעגט וואס ער האט געטראפן, און טויסיג האט מיט גרויס בושה געזאגט אז ער זעהט טאקע גארנישט דא.

שפעטער רופט טויסיג צוריק, און ער זאגט אז ער האט זיך יעצט געכאפט אז ער איז נישט אריין ביי די לינקע זייט אינעם גדר וגו' (בלא בלא בלא...) און דארט איז באמת די פלאץ וואו עס איז דא קברים.

הקיצור, די הפגנות גייען ווייטער אן מיטן פולסטן טעמפא...


======

בי"ד הגדול:

אין די קומענדיגע טעג איז געווען פלאקאטן אז מען גרייט זיך אויף א הפגנה וואו דער גאב"ד הרב יצחק טובי' ווייס שליט"א וועט זיך משתתף זיין.

אין די היסטאריע פון בי"ד איז נאכנישט געווען אזא זאך אז בי"ד פארופט א הפגנה אן א ישיבת בי"ד. דא אבער, נאכדעם וואס אתרא קדישא האט שוין עטליכע מאל געליטן שוידערליכע בושות ביי די ישיבות בי"ד, ווען יעדעס מאל זענען אנגעקומען די עסקני ורבני הועד למניעת חילול קברים, און אראפגעלייגט דעם ריינעם אמת, און עס האט זיך אויסגעלאזט מיט ביטערע בושות פון אתרא קדישא, אפגערעדט אז קיין קול קורא איז נישט ארויס. (אריינגערעכנט דאס לעצטע מאל ווען הרב שמידל האט זיך אליינס באטייליגט ביים ישיבת בי"ד צו לייגן מער פרעשור אויף די רבנים זיך נישט מתחצף צו זיין מול כבודו הגדול וד"ל).

אצינד האבן זיי באשלאסן אז מען וועט אויסקרויסן דעם ענין פון א ישיבת בי"ד, און מען וועט צוגיין גראד צום ענים זעלבסט... דער גאב"ד וועט קומען אויף א הפגנה של חינם, און די כבוד פון בי"ד הגדול וועט זיך ווידער הייבן גאר שטארק...



==========

השגחה אנבאט פאר אתרא קדישא:

פארגאנגענע וואך זונטאג, האט די ועד אויפן בעפעהל פון די רבנים אנפגעשטעלט די ארבעט אויף 2 טאג, און אנגעבאטן פאר אתרא קדישא אז זייער משגיח הרב אייזנבאך, איינער וואס איז נשיט אין די טעראר אפטיילונג פון א"ק, קען אריינקומען און איבערקוקן דאס פלאץ, לשביעת רצון אתרא קדישא אז "נאר זייערע" מומחים זאלן זיין באגלייבט אויף קברים.

אתרא האט געענטפערט אז ער וועט קומען ווען ער וועט האבן צייט. (איר הערט?)

מען האט געווארט און געווארט 2 טעג, און מען ווארט נאך אלס. ער איז נישט אנגעקומען.

האט מען אנגעהויבן צוריק ארבעטן, און אתרא האט ווידער אנגעהויבן מיט די הפגנות מיטן פולסטן פרישקייט, שרייענדיג אין די גאסן אז עס איז שוידערליך, "מען גארבט אויס תנאים ואמוראים"!!! (......)

איינער פון די רבני הועד האבן אנגערופן הגרא"י סולבייציק שליט"א, וואס זיין נאמען פיגורירט אויפן לעדערהעט פון אתרא קדישא, און אים פארציילט אז מען האט אנגעבאטן פאר אתרא קדישא אז הרב אייזנבאך זאל קענען זיין אויפן פלאץ און גיבן השגחה, און מען ווארט ער זאל אנקומען. נאך א שטיק צייט האט הגרא"י שליט"א געענטפערט אז ער האט גערעדט מיט הרב שמידל, און ער האט אים געזאגט אז אייזנבאך איז זייער פארנומען, און אי"ה זונטאג וועט ער אנקומען.

וואספארא מין ארגאניזאציע איז דאס אז מען "האט נשט קיין צייט" צו "ראטעווען" קברים?!.. אבער זאל זיין. זונטאג איז זונטאג.

וואס מיינט איר האט געמיינט דער זונטאג?

אה הערט. פרייטאג זענען אלע גאסן געווען באגאסן מיט פלאקאטן אז היות מען גראבט ווייטער אויס טאג טעגליך די קברים פון רבן גמליאל און נאך תנאים רח"ל (...), גייט זונטאג ארויספארן צענדליגער באסעס "בחינם" קיין יבנה, און עס וועט פארקומען א ריזיגער מאסן הפגנה "בראשות חברי בי דינא רבה, ובראשם מרן הגאב"ד שליט"א".

פארשטייט איר שוין פארוואס אייזנבאך האט נשט קיין צייט...

למעשה איז דער גאב"ד נישט אנגעקומען נאר ער האט געשיקט א בריוו, עס זענען געווען בערך 100 משתתפים און הרב אולמאן פון בי"ד האט זיך יא משתתף געווען. (משום כבודו לא נאריך בזה).

=============

דרשת הרב שמידל שליט"א:

היינט ביים הפגנה הט אויפגעטרעטן הרב שמידל שליט"א, לאנג יעריגער מנהל אתרא קדישא, וועלכער פארמאגט נאך די סמכות פון בריסקער רב ז"ל, וועלכע האט אים אמאל געשיקט קיין טברי' ער זאל זיך אריינלייגן אין די נושא פון קברים און אויפטוהן פאר די קברים אין טברי'.

הרב שמידל האט צום ערשטן מאל בארירט ביי זיין דרשה די ועד למניעת חילול קברים, און אנשטאט פארקויפן פארן ציבור דעם שקר אז מען גראבט דא קברים, האט ער דערציילט דעם אמת אז עס איז דא א מלחמה פון "מי בראש".

ער האט ארויסגעברענגט (מיט בכיות) אז פונקט ווי ביי שעטנז וועט קיינער נישט גיין פרעגן א רב וואס קען נישט די מציאות הדברים, אזוי אויך ביי קברים קען מען נישט צולאזן אז די רבנים וועלכע וויסן נישט וואס קברים מיינט, זאלן טוהן אין די נושא.

דערמיט האט ער אראפגעשטעלט די מהלך פון אתרא קדישא, וועלכע זענען איבערצייגט אז נאר דער וואס ארבעט אין זייער ארגאניזאציע קען פארשטיין צו קברים, און דאקעגן אזעלכע רבנים ווי פוסק הדור מרן ראב"ד ירושלים שליט"א, און די אנדערע עסקנים פונעם ועד וואס "כולם כאחד" האבן ביז 15 יאר צוריק געארבעט פאר אתרא קדישא, און בשעתו פארשטאנען צו קברים, די אלע זענען נישט נאמן, און ווילאנג זיי וועלן ראטעווען קברים אויף די אייגענע האנט וועט אתרא קדישא מוחה זיין און שרייען "שודדים" און שרייבן פאשקעווילן קעגן די וועלכע "גראבן אויס" קברים פון תנאים ואמוראים...


============

אלזא: כולנו למערכה!!!...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2012 00:20 לינק ישיר 

הרב שמידל האט שוין די חזקה פון איבער 30 יאר צוריק צו גיין קעגן בי"ד

א איד וואס איז געווען אינוואלווד בימים ההם פארציילט מיר אז ביי די פרשה פון חומת הר הבית האט דער דעמאלצדיגער ראב"ד ירושלים הרמ"א פריינד האט באקומען קומען א ידיעה פון די פירמע אז זיי זענען גרייט צו גראבן לויט די אנווייזונגען פון בי"ד און במשכן טאג האט מען אויסגעארבעט א שטר מיט בי"ד און שמידל און דער גאב"ד בעל מנחת יצחק זצ"ל און די גאנצע בי"ד ווי די ארכילאגן און בעלי בתים האבן אויך געחתמט

סוף טאג וועו שמידל האט געדארפט חתמענען איז ער פלוצים נעלם געווארן מהאט אים געזוכט און מזוכט אים נאך יעצט
ויהי ממחרת זענען די גאסן ווייס געווארן מיט פלאקאטן צאי והפגינו עס גייט פארקומען א מעמד האלף פון טויזנט מוחים, ביים מעמד האט מען געשריגן נישט מער און נישט ווייניגער די פאלגענדע ווערטער: "משה ארי' פריינד גראבט קברים פוי..!!!" יא איר הערט גוט איר קענט פרעגן פון אידן וואס לעבן נאך

ווי באקאנאט איז אויך געווען אין די מיטעלע נ' יארן ווען ר' משה ארי' זצ"ל איז שוין געווען שוואך האט מען אין זיין ביהמ"ד סאטמאר אויף רחוב יואל אויפגעשטעלט איינע פון די עסקנים מיטן נאמען ר' בנימין וכו' און ר' משה ארי' האט זיך גענמומען מאכן קולות נעמטס אים אראפ און עס האט גארנישט געהאלפן ביז ער איז אראפ בחרפה נורא

אויך פארציילט מיר איינער פון קדמונינו אז ווען ער איז געשטאנען מיט ר' דוד שמידל און זיך געטנהט ביי הרמ"א פריינד האט זיך דער גאב"ד גענימען שרייען אויף שמידל טייטלענדיג מיטן פינגער "נאר ער גראבט קברים נאר ער"
ווער עס וויל קען איך זאגן אין אישי די נאמען ווער סאיז געווען אבער ברבים בין איך בבל תאמר

אויך האט מיר יענער דערציילט אז הרמ"א פריינד האט געשיקט איבערגעבן א שליחות בשמו פאר אים און פאר אלימלך שטערן און נאך איינעם (איך געדענק נישט דעם 3טן) אז ער זאגט צי אז זיי וועלן נישט ארויסגיין פון גיהונים אויב זיי הערן נישט אויף מיט זייערע מעשיות  

ממילא אין כאן חדשות כלל נאר איין זאך דעמאלטס זענען סאטמאר און נאך מיטגעשטאנען מיט דעם חופר קברים אבער היינט שטייען זיי אליין מיט האלב פון די האלב פון נטורי קרתא און האלב פון די זאליס און בני המן
און פון די אנדערע זייט שטייט סאטמאר און כלל ישראל מיטן וועד למניעת חילול קברים וועלכע האט די השגחה פון מרן ראב"ד ירושלים שליט"א און די הילף פון די הנהלת העדה החרדית ובהמלצת הרבנים חברי הבי"ד שליט"א און נאך גדולי ישראל

תוקן על ידי גרוינים ב- 07/05/2012 00:37:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2012 10:40 לינק ישיר 

פייו - און גרוינם.

זייער פיין ארויס געבענגט די דעטאלן, מען האט אלאמאהל געוויסט, אז ר' דוד שמידל שליט"א (כבודו בזווית מונחת), קומט זיך שלאגן, אבער ווען עס קומט צו זיך דארכקומען, איז ער אנטלאפן.

דאס איז טאקע די סיבה, וואס כ"ק אדמו"ר מתו"א זי"ע, האט מייסד געוועהן דעם הייליגן 'קדמונינו' ארגעניזאציע, מיט די פולסטן הסכמה און גוטהייסונג - פון מרן הגאב"ד בעל המנחת יצחק זי"ע - הראב"ד הרמ"א פריינד זי"ע - און דער ירושלימער בי"ד.

למעשה ביי די דארגעלאפענע 30 יאהר - ביז די לעצטע פאר יאהר (וד"ל), האט ר' דוד שמידל שליט"א, נישט געהאט קיין דריסת רגל כמעט ביים ירושליימער בי"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ענדליך! הרב שמידל שליט"א ברענגט ארויס דעם אמת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר