| נשלח ב-25/8/2009 20:20 |
|
| |
לגבי די עצם מעשה איז מיר אויך נישט קיין חילוק צו מען האט געפעלשט דעם ווידיאו צו נישט, איך האב עס געהערט פון אסאך מענטשן וואס זענען דארט געווען בשעת מעשה, און די אלע הונדערטער אידן וואס זענען דארט געווען האבן דאס ליידער מיטגעהאלטן,
איך וויל נאר וויסן ווי מען זעהט אז די ווידיאו איז געפעלשט
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 20:21 |
|
| |
אין וואס איז מיט דעם
Report to Satmarreporters
show details 11:15 AM (1 hour ago) Reply
Yesterday, JK Bums Chased away by State troopers from Pollak's porch
after they sat out there with Beer! After being asked by Mrs. Pollak
to leave they started calling on her dirty names, she came back out
with a camera and stones started flying, her son called police, police
chased them away. Today a Bum was coght red handed trying to spill
honey on the Grave (looks like to get bee's so people won't be able to
come say THILIM and light candles) he was taken into a police car but
we requested he should be released after promising he won't return.
What wonders me is Y are people that are so "happy" still doing stuff
like this? May it be they are "just saying" that they are happy?
----------------------
The "big brains" are trying now to stop KHELOS TOSH in KJ from helding
a ATZERES HESPED after R' Ezreal, looks like its easier to fight tosh
then Satmar... Let's wait and see
איך האב עס באקימען אויף אימעל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 20:37 |
|
| |
1. דאס אמאל קלאר אז דער ווידעא איז פאלש און איך האלט איך דארף מיך מיטאמאל קימערן עס צו אויפווייזן, אויב די האלטסט ס'נישט פאלש, געב איך דיר שוין נאך, און איך רעד נישט צו דיר.
2. מ'האט נישט פארלאנגט ער זאל אויפגעבן די תביעות איבער די ביה"ח, לגמרי נישט, דאס איז שקר, מ'האט בלויז פארלאנגט ער זאל עס ארויספירן די סיכסוך פון ערכאות של עכו"ם צו א בי"ד כשר בישראל.
3. איך באשולדיג נישט און איך זאג נישט צו ענקערע דיינים האבן געטאן גוט אדער שלעכט, איך זאג נאר אז דאס וואס מ'האט נישט באגראבן דעם נפטר אינעם ביה"ח איז געווען BY CHOICE, דאס איז געווען ענקער טשויס זיך צו עקשנען און בלייבן בערכאות, ממילא בלעים נישט די ארויניס.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 20:41 |
|
| |
סקאט
הרוצה לשקר ירחיק עדותו
אדרבה ווייז ווי עס איז פאלטש
קוק די קליפ ביי 1 מינוט
די זעעסט א באגלייטן ביים ברך משה???
אדער זעעט מען פאליציי הייסן די בחורים זיין שטול???
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 20:43 |
|
| |
ווי אזוי זאגט יחצאל כסדר נישט ענפערן פאר ארוני
מעג זיין 100טער אידען וואס האבן געזען וועט ער עס לייקענען אן קיין פראבלעם זיי האבן געוואלט יענם באגאנווענען נאך דעם וואס ער האט באצאלט זיינע געלטער פאר דע ארונים אין דע דיינים זענען דע וואס האבן געמאכט די דיזישען וועגען אויפהאלטן דעם מת (ביי דע ענפער פארוואס ווען ער האט געגעבן די געלט האט מען עס יא גענימען )
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 20:47 |
|
| |
עס איז שוין גרינגער צו זאגן
עס איז קיינער נישט אוועק!!!
עס איז איז סתם א חתונה אויפן פעלד!!!
ווי צו זאגן אז די בחורים האבן נישט געזינגען
איין זאך סקאט דא ווייזטו גוט ארויס ווער די ביסט
אין וועמען די פארטרעטסט
(אויב עס איז נאך געווען איינער וואס האט נאך געהאט א ספק)
סתם נאכצושרייבן וואס מען שיקט דיר אין אישי אן געבן קרעדיט איז נישט קיין שיינע זאך!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 20:49 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | 1
2. מ'האט נישט פארלאנגט ער זאל אויפגעבן די תביעות איבער די ביה"ח, לגמרי נישט, דאס איז שקר, מ'האט בלויז פארלאנגט ער זאל עס ארויספירן די סיכסוך פון ערכאות של עכו"ם צו א בי"ד כשר בישראל.
איטערעסאנט פון ווי די ווייסט אז עס איז שקר?
און אפשר טאקע זאגסטו מיר וואס ער האט געדארפט אינטער שרייבן?? וועלכע תנאים פינקטלעך איז געשטאנען אויף די שטרי בירורין??
3. איך באשולדיג נישט און איך זאג נישט צו ענקערע דיינים האבן געטאן גוט אדער שלעכט, איך זאג נאר אז דאס וואס מ'האט נישט באגראבן דעם נפטר אינעם ביה"ח איז געווען BY CHOICE, דאס איז געווען ענקער טשויס זיך צו עקשנען און בלייבן בערכאות, ממילא בלעים נישט די ארויניס. |
|
און כלפי דיין לעצטע טענה, דערמאנסטו מיר ענקערע נארישע טענה,
ווען גאנץ בארא פארק האט זיך איבערגדרייט, ווען די זעלבע סבלנים האבן באשפריצט הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפ שליט"א מיט פאוידער,
און ענק האבן איינגעפאקט פאר בושה אזוי היינט,
איז געקומען די תירוץ:
אינץ האבן מיר געווארנעט אינץ גייען מיר עס טוהן,
אז ער איז געקומען, איז עס געווען זיין CHOICE.........................
נישטא ווער זאל לאכן.
תוקן על ידי שמעון93 ב- 25/08/2009 20:46:11
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 20:51 |
|
| |
סקאט מאלען ס'איז בכלל נישט געווען קיין רעכט צו נעמן זילא'ן און אויפהאלטן זיין קבורה מיט די טענה אז זיין טאטע דארף ארויסגיין פון קאורט, ווייל ער איז געווען א אויסגעצאלטע מעמבער,
ווען מען ווען געזאגט פאר זילא'ן א צייט צוריק אז ער ווערט אויס מעמבער און מען קען נישט פון עם נעמען זיין מעמבער שיפ געלט ווייל זיין טאטע איז און געריכט אקעגן ענקער קהלה, וואלט איך געשוויגן, (איך האלט נישט אז מען האט רעכט עם צוריקצוהאלטן פון צו זיין א מעמבער וועגען די עבירות פון זיין טאטן, ווי איך וועל שוין שפעטער אויסשמועסן) אבער דערנאך וואס מען האט עם נישט אפגעזאגט פון צו זיין א מעמבער, און מען האט ווייטער גענומען פון עם געלט, איז נישט געווען קיין שום רעכט אפצוהאלטן די קבורה וועגן די זינד פון זיי טאט'ן, און מען האט דאס יא געטוהן איז נאר געווען ווייל מען האט געהאלטן זילא'ן פאר א משכון כדאי זיך אפצורעכענען מיט זיין טאט'ן, און ענק האבן זיך איינגערעדט אז מיט דעם וועט מען קענען פארלאנגן פון שאול דאס וואס עטס האטס געוואלט פארלאנגן, (איך גיי נישט אריי יעצט וואס מען האט פארלאנגט שטרי בירורין, אדער ער זאל בכל אויפגעבן די ביה"ח, נישט דאס איז די נידון דא יעצט) און דאס איז געהעריג בזיון המת, און אומדערהערטע רשעות, זילא איז נישט קיין קינד וואס איז נאך און דער שטוב פון זיין טאט'ן אז מען זאל עם קענען שלאגן וועגען זיין טאטנ'ס עבירות, זילא איז שוין געווען א יונגערמאן וואס האלט אינמיטן חתןנה מאכן קינדער, און נאכאמאל ער איז געווען א אויסגעצאלטע מעמבער, און אזוי ווי אויב איינער וואס זיין טאטע קען נישט זיין קיין מעמבער ווייל ער האחלט נישט איין דחי תקנות וואס ס'איז דא פאר א מעמבער קען אבער זיין זון וואס אויב ער פירט זיך יא לויט די תקנות זיין א מעמבער און מען קען עם נישט צוריקהאלטן פון צוט באערדעגן און ביה"ח מיט די טענה וועגען זיין טאט'ן, די זעלביגע זאך דא האט מען נישט געטארט צוריקהאלטן די קבורה פון זילא'ן וועגען די עבירה פון זיין טאט'ן, און מען האט עס נאר געטוהן וועגן ממען האט פרובירט ארויסצובאקומען די ביה"ח פון די שאול אויף אזא שמוציגן אופן,
סוי קיין שום טענה וועגען זיין טאט'ן איז נישט אקטועל,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 20:55 |
|
| |
פאר די וואס פרעגן בתמימות,
די גלייבסט וואס די זאליס פארציילן? עס זעט אויס אויסגעטראכט?
יא יא ווער עס געדענקט נאך די צייטן,
ווען די סאטמערע טיילונג, איז נאך געווען קאנצעטרירט נאר און קרית יואל,
צילוב דעם וואס מקום מושבו פון "די סיבה פינעם טיילונג" איז געווען דארט,
און מצידתו איז נאך נישט געווען פרוסה בכל קצוי תבל,
און די קרית יואלער אידן האבן געדארפט ציקומען צו חסד פון אנ"ש די בכל אתר ואתר,
נאר אז מען זאל זיי נישט אנקוקען ווי פון קאפ אראפ געפאלן, ווען זיי פארציילן וואס עס טוט זיך אפ און קרית יואל,
יא יא
ווארשיינלך איז דאס געווען די פאלסי פון די סבלנים,
אז ווען מען טוט עפעס, זאל עס זיין געניג ווייט פון די גרענעץ פון מארלישקייט און נארמאלקייט,
כדי אז ווען איינער וועט דאס איבער פארציילען, זאל דער פארציילער אויסזען ווי אויפן קאפ געפאלן און ווי א הוילע פאנטעזירער,
אזוי ארום וועלן זיי ווייטער קענען אנגיין מיט זייערע מעשי סבלנות,
(אגב, עס איז נישט זייער אויפטרעף, אוך וואלט נישט געשריבן וועמנ'ס חידוש דאס איז געווען, וד"ל)
זייער שטאטלעך, זייער שטאטלעך, זייער שטאטלעך,
האבן אנ"ש אנגעהויבן צו כאפען מיט וועם מען האט דא ציטון,
נישט ווייל זיי האבן זיך שוין ערלויבט, מקבל צי זיין אזעלעכע מעשים אויף זרע ישראל,
נאר ווייל מיט די צייט, האט דער סבלן אנגעהויבן אויסצישפרייטן זיין סבלנות אויך ארויס פון די גרענעצן פון ק"י,
עס רייסט דאס הארץ צי זען ווי ווייט אינזערע ברידער האבען פארבלאנדשעט,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 20:58 |
|
| |
יחצאל סאיז נישט אינטערסאנט צי ליינען יעדען טאג די זעלבע איינמאל געלייגט אין געניג אז די קענסט יא זיי מהנא דעם עולם מיט פרישע מאמרים פארשטאנען
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 21:02 |
|
| |
אנטשלדיגט
אפשר זאגסטו מיר ווי די האסט געזען דעם מאמר
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 21:16 |
|
| |
אוך מיין אז די האסט א פראבלעם אז די אויגן טאנצט דיר,
און עס נעמט דיר צייט צי כאפען , הערשט נאכן ליינען אביסל כאפסטו אז דאס איז שוין געווען,
דאס דארף טאקע נערוועס מאכן,
אבער פארשטיי אז אויב באמערקט מען עפעס אויפן בליק,
ארט נישט צי מען האט עס שוין יא/נישט געזען,
דאס איז דער טעם פארוואס עס האט דיר אזוי געשטערט נעכטן די נייעאשכולות,
אזש האסט געדארפט עפענען א נייע אשכול, צי ריפן די מנהל,
זיי מיר מוחל למופרע, אוך נעם פשט אפ מיינע רעכטן צי ווערן נערוועס,
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 21:20 |
|
| |
סקאט פליז ווער מיר נישט פארשווינדען יעצט
די האסט ליעב צו באמבענען אין באמבענען ווילאנג מען ענטפערט דיר נישט
איינמאל מען נעמט די טרחה יתירה דיר צוריק צושרייבן ווערסטו פארשווינדען
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2009 21:24 |
|
| |
ביסט גערעכט,
נעכטן האב איך געשריבן אפאר מאמרים,
אינדערצייט וואס דער מנהל האט געהאלטן אינמיטען פארמאכן אשכולות,
און ווען אוך האב געענדיגט שרייבן, איז די מאמר ארויס געפאלן,
האב אוך מיך היינט געזעצט איבערשרייבן, מיר האט זיך געדאכט אז די מאמר איז אויך געווען פון די באטרעפענדע,
|
|
|
|
|