בית · פורומים · הרשם · התחברות · פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים
בית · פורומים · היימישע קרעטשמע ·

ניו יארקער: די העפליכסטע מענטשן אויף די וועלט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-21/6/2006 19:46 לינק ישיר 
ניו יארקער: די העפליכסטע מענטשן אויף די וועלט!

מיין פוס!

אבער אזוי זאגט א נייע שטודיע וואס איז ערצייגט געווארן דורך די פאפולערע READERS DIGEST וועלכע פארמאגט אכציג מיליאן אבונענטן (סובסקרייבער) אריינגערעכענט עטליכע פון די שיכורי הקרעטשמע.

ליינט אן אויסצוג פון דעם נעכטיגן אויסרופער אויף "קול מבשר":


אין א נייע שטודיע וואס איז לעצטנס אדורכגעפירט געווארן, איז ניו יארק ארויסגעקומען אלס די שטאט מיט די העפליכסטע מענטשן!*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />


ניו יארק איז ביז היינט באקאנט געווען אלס א שטאט מיט נערוועזע מענטשן וועלכע פארגינען נישט קיין שמייכל אדער א גוט ווארט פאר קיינעם, דערפאר איז איבערראשנד צו הערן די רעזולטאטן פון די שטודיע וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך רעפארטערס פון "רידערס דייזשעסט".


די פאפולערע אויסגאבע האט אראפגעשיקט רעפארטערס צו 36 שטעט איבער די וועלט, אויסצופרובירן די העפליכקייט פון די דארטיגע איינוואוינער.


די רעפארטערס האבן אין אלע שטעט דורכגעפירט דריי טעסטס: ערשטנס, פלעגן זיי אריינשפאצירן אין בנינים אונטער אנדערע מענטשן, און געקוקט אויב מען האלט אפן די טירן פאר זיי. צווייטנס, האבן זיי געקוקט אויב געשעפטסלייט באדאנקן זיך פאר די קאסטומערס אפילו אויב זיי קויפן נאר א קלייניגקייט. דריטנס, האבן זיי זיך געמאכט ווי עס איז זיי אראפגעפלויגן א פעקל פאפירן, און האבן געקוקט אויב מענטשן בייגן זיך אראפ זיי צו העלפן אויפהייבן די צופלויגענע פאפירן.


איבער 2,000 מענטשן זענען אויספרובירט געווארן ביי די פראבעס, און ניו יארק איז ארויסגעקומען די בעסטע פון אלע!


90 פראצענט ניו יארקער האבן געהאלטן אפן די טיר פאר דער וואס איז אריינגעקומען אונטער זיי, 19 געשעפט אייגנטומער פון יעדע 20 האבן זיך העפליך באדאנקט פארן קאסטומער, און 63 פראצענט האבן ארויסגעהאלפן אויפהייבן די צופלויגענע פאפירן.




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/6/2006 19:47 לינק ישיר 

איין זאך איז זיכער, אז דער צוואנציגסטער געשעפט אייגנטומער וואס האט זיך נישט אזוי העפליך באדאנקט פארן קונד וואס האט געקויפט א קוואדערדיגע דרינק וכדומה, איז איינער פון צווישן אונז (יגר'ל; איך האב נישט געזאגט קיין נאמען).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/6/2006 20:35 לינק ישיר 

זענדיג ווי מען ברענגט נאכאמאל ארויף דא אויף הייד פארק די ענין פון האלטן אפען די טיר פאר די מענשט אונטער זיך ברענגט מיר שוין צו שרייבן דערוועגן.

איך האלט אז עס איז איינס פון די זאכן וואס מענטשן טיען און עס האט נישט קיין שום פשט.

ווי שווער איז דען אליין צו עפענן א טיר? איך דארף שטיין און ווארטן ווי לאנג דער וואס איז נאך 5-10 פיס אוועק פון די טיר קומט ביז די טיר?

ווען יענער שלעפ א שווערע אדער א גרויסע זאך, אדער ער שטיפט א קערידזש, איז זייער א שיינע זאך צו האלטן אפען די טיר, א אלטע מענטש קימט צו וואקן מיט אדער אפולי אן א שטעקן איז אויך א שיינע זאך.

אבער סתם אזוי, וואט פאר? וואס עפעס? אויף וואס ארויף?


מיט דעם אלעם האלט איך אויך אפען די טיר פאר אנדערע.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/6/2006 20:39 לינק ישיר 

... I just wonder what percentage  of new yorkers  dident show the middle...... when they  were cut off

on the road...that would have been  the ultimate test  how nice we  are
...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/6/2006 23:09 לינק ישיר 

איך האב היינט געהערט אויך cbs 880 א קול בייס/ציפ (sound byte) פין די שטאדיע (study)
 מען הערט דארטען נאכדעם וואס דער נוי יארקער העלפט העיפליך ארויס דעם שטאדירער אויפהייבען די פאפירען (papers) זאגט דער שטאדירער פארן שטאדירטען ייש''כ אבער איך האב נאר געוואלט שטאדירען וואו העפליך נוי יארקער זענען
האט אים דער שטאדירטער גענטפערט אבער דאס איז די אינטערעסאנטע חלק (thats the funy part) איך וואוין אין קאלעפארניע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2006 08:54 לינק ישיר 

עס איז אומגלויבליך ווי קורצזיכטיג מענטשען קענען זיין. מיט אזאנע רעזולטאטן וואלט יעדע בר דעת געדארפט אליינס כאפן אז די גאנצע שטודיע איז ווערט א חרוסת, אנשטאט דעם פארלייקענט מען אן אפענע פאקט וואס אפילו א בלינדער קען זען וועא"מ. עס איז אזוי ווי איינער וואלט געזאגט אז קערי איז פרעזידענט ווייל ער האט געווינען די עקסיט פאולס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2006 17:45 לינק ישיר 

דער רידערס דייגעסט רעפארטער האט ווייזט אויס נישט געבעטן צו נוצן א ביהכ"ס אין ניו יארק. ס'איז נישטא קיין טוילעטס אין ניו יארק. אדרבה פרואווט אריינגיין אין א רעסטוראנט אדער געשעפט און בעט פאר די רעסט רום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ניו יארקער: די העפליכסטע מענטשן אויף די וועלט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר