הפוך לדף הבית גמ"ח קופונים
בית · פורומים · הרשם · התחברות · פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים
בית · פורומים · אידישע געדאנק ·

אכן נודע הדבר>>> דער באזוך אין בעלזא: א ביזנעס דעזישען!‎

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/2/2012 04:55 לינק ישיר 
אכן נודע הדבר>>> דער באזוך אין בעלזא: א ביזנעס דעזישען!‎

באקומען אין אימעיל


פאריגע וואך האבן די אהרונים פארשפרייט מיט גרויס פאמפע דראמפע א קונטרס מיט דעתו הברורה פון ר' אהרן טייטלבוים וועגן שלום מיט בעלזא, געזאגט דורכן בלאט שרייבער שמואל שלמה טעללער. פארקויפט דארט שמואל שלמה פאר די בחורים אז מענטשן הייבן אן מאכן קאנספיראציעס וואס איז דער חשבון וואס וויל מען?


פון די צווייטע זייט, זאגט ער, איז דא ווער ס'דארף מאכן פרנסה אויך, און ער טענה'ט אז די אלע קאנספיראציעס איז גוט פאר די אויסגאבעס פאר זייער פרנסה צו שרייבן און אנאליזירן דערוועגן.


יעצט ווערט מען אבער געוואויר, און נישט פון סאטמאר, נאר טאקע דייקא פון בעלזא, אז דער באזוך האט געדינט ס"ה צו פארשטערקערן דעם קשר פון אהרונים מיט בעלזא אנבאלאנגט דעם בית השחיטה אין קרית יואל!


און אזוי שרייבט דער "מחנה החרדי", דער אפיציעלער בעלזא צייטונג די וואך:
האדמו"ר מסאטמאר שליט"א סיפר בסיפוק ובהנאה על שיתוף הפעולה המבורך שבין הביד"ץ דקהל מחזיקי הדת בארה"ב והביד"צ דקרית יואל, שזה כמה שנים עוסקים יחד בשחיטת עופות והכשרתם, בתכלית הכשרות ובשיא ההידור.


אין אנדערע ווערטער, דער באזוך מיינט טאקע גארנישט קיין שלום מיט בעלזא, אזוי ווי ר' אהרן האט געזאגט ביי זיין דרשה אין ישיבה, ווייל שלום מיט בעלזא אין שוין לאנג! עס איז דא א "געבענטשע צוזאמארבעט" צווישן סאטמאר און בעלזא ביי די שחיטת העופות!!!


און נישט פארגעסן, דאס איז נאכדעם וואס דער רבי דער ברך משה זצ"ל האט געוויינט און געשטורעמט אז די בעלזא זענען ווי די רעפארמער און מ'טאר זייער פלייש נישט עסן. קומט זיין בן סורר ומורה פון קרית יואל, און טוט זיך אויף מיט "סיפוק והנאה" אז ב"ה סאטמאר און בעלזא ארבעטן שוין א שיינע פאר יאר צוזאמען אויף די פלייש. און דאס איז אלעס פאר דעם "בקשת מחילה." אויפן ציון פון רבותינו הקדושים זי"ע.


יעצט קומט טעלער פארקויפן פאר די בחורים אז ס'נישט דא קיין שום קאנספיראציע, עס איז דא וואס דארפן מאכן פרנסה, און אין אונזער פאל איז דאס דער בית השחיטה אין קרית יואל, און וועגן דעם לאזן זיי ארויס קלאנגן אז ס'דא שלום.


חסידי סאטמאר, תלמידים פון רביה"ק זי"ע רופן אויס מיט שטאלץ אשרינו מה טוב חלקנו אז מיר האבן נישט קיין שייכות מיט דעם כת הנודע פון קרית יואל וועלכע זוכן צו צעברעכן דעם חומת ההתבדלות וואס מיר האבן געהאט אלע יארן פון די פרעמדע קרייזן. מיר וועלן נישט איינטוישן אונזער שיטה הקדושה מיט אפאר דאללער פארן בית השחיטה אין קרית יואל!


:באגעלייגט
 אויסצוגן פון טעעלער'ס דרשה פאר די בחורים
די דרשה פון ר' אהרן טייטלבוים פאר די בחורים
דער באריכט אין המחנה החרדי




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 04:58 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 04:58 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 04:59 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 08:59 לינק ישיר 

איך האב דא פריער געשריבן, אז ס'איז אמת אז דער רבי אהרן פארקויפט זיך בעד בצע כסף, און מ'ווייסט עס שוין לאנג אז דער ברך משה האט געמאכט א טריפה'נעם סקול דיסטריקט וואס איז פול מיט כפירה ומינות פאר א פאר טאלער פון די רעגירונג.

די קשיא שטעלט זיך: פארוואס האט בעלז געשיקט א מנין צום ציון און זיך מבזה געווען און משפיל געווען?

וואס האט בעלזא מרוויח געווען פונעם געשעפט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2012 13:47 לינק ישיר 

דא איז די גאנצע קונטרוס פון טעללער

http://www.scribd.com/doc/82092208
Untitled * id="doc_95573" name="doc_95573" type="application/x-shockwave-flash" data="http://d1.scribdassets.com/ScribdViewer.swf" style="outline:none;" height="600" width="100%"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אכן נודע הדבר>>> דער באזוך אין בעלזא: א ביזנעס דעזישען!‎
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר