פלאקערט! ארונים-אראבער נייע צייטונג קעגן בּלאַט!
יעצט הייבט אהן מער און מער ארויסצורינען, אז די נייע ארונים "אוצרות צייטונג" פון די אראבישע ארונים פראקציע, איז געצילט צו אינטערהאקן די פיס פון די בּלאַַט אינגאנצן!
ש. ש. טעלער האט אנגערופן די וואך שמואל ווידער מיט טויטע קללות אז ס'איז געווען אפגעשמיעסט ווען ער האט געפרעגט אהרן פאר'ן פארן וואס מ'גייט זאגן פאר'ן עולם גולם אויפ'ן בעלזע פגישה, און אהרן האט אים מדחה געווען אז מ'גייט הערשט דעסיידן ווען ער קומט צוריק פון א"י, און אויב אזוי פארוואס האט ער אריינגעלייגט תיכף אין בלאט בילדער פון די באזוך, מיט א קאווערעדזש, אהן זיין דעת תורה!? מ'וואלט עס געדארפט קודם איגנארירן אזוי ווי נאכ'ן מעמד מחילה אין ק"י.
אבער ש. ווידער האט זיך אויסגעלאכט פון און אים געזאגט אז ער האט אים מיט אהרנ'ן אין דר'ערד, און אז ער איז אזא תמים און ער כאפט נישט אליין אז די רבי פגר'ט פאר די אטטענשאן....?! און אראפגעקנאַקט די טעלעפאון אויף שמואל שלמה'ן.
דאס האט אים אינגאנצן אנגעצינדען און ס'איז איז געבליבן אז מ'גייט איצט נאכמער אויסברייטערן די אוצרות אויסגאבע, צו א פול קאמפעטישען מיט די בלאט, און שמואל שלמה טעללער גייט פערזענליך זעהן אז ס'זאל מער נישט אריינקומען קיין בלאט צו די יעשיווע בחורים, נאר מנחם גרשון'ס "אוצרות" צייטונג!
ימים ידבירו
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 23/02/2012 00:29:58
 |
|