קליפ: הצלה וואלונטיר פירט זיך אויף ווי א גענגסטער
דער הצלה וואלונטיר, איינער פאטעלאוויץ, א "לעלו", איז געזיצן אין זיין קאר אין וויליאמסבורג, און גערעדט אויפ'ן טעלעפאן, ווען א היימישער יונגערמאן איז אנגעקומען מיט זיין קאר און זיך געפארקט. דער יונגערמאן האט בטעות אנגערירט דעם באמפער פון דעם פאטעלאוויץ. דער פארשוין איז ארויסגעקומען פון זיין קאר און מיט א רציחה באפאלן דעם קאר פון דעם יונגערמאן און אנגעפאנגען צו האקן אויף זיין ווינדאו מיט כעס, שרייענדיג מיאוס'ע ווערטער
אבער ער איז נישט געווען צופרידן דערפון דערמיט נאר ער האט ארויסגענומען א טעלעפאן און געשפילט ווי אן אפיסער, ער האט אנגערופן איינעם פון זיינע "באדיס" אין די ען וויי פי די און יענעם איבערגעגעבן די פלעיטס און רעדזשיסטרעישאן אינפארמאציע פון דעם יונגערמאן, אז מען זאל פון אים קעיר נעמען
ביי דעם פוינט האט דער יונגערמאן ארויסגענומען א טעלעפאן און אנגעפאנגען צו רעקארדן. דער פאטעלאוויץ האט געטרייט צו עקטן כאילו ער איז אן אמת'ער פאליסמאן און ארויסגעלייגט אויף זיין קאר א צעטל וואס ער האט ארויסגעפרינט מיט א קאלאר פרינטער, אן ען וויי פי די סימבאל.
ווען דער יונגערמאן האט פארמאכט דעם טעלעפאן און אוועקגעגאנגען האט פאטעלאוויץ אים נאכגעשריגן, "דעי אר גאואינג טו טאו עוועי יור קאר"
די שאלה איז אזוי, וואס פארא רעכט האבן הצלה וואלונטירס זיך אויפצופירן אזוי. וואס פארא רעכט האט א יונגערמאן וואס האט "קאנעקשאנס" אין די ען וויי פי די דאס צו נוצן צו מוסר זיין ממון ישראל פאר גוים ווייל דער יונגערמאן האט געטאטשט זיין קאר (קוקטס גוט אויפ'ן קליפ, ניטאמאל א קריץ האט ער אים געגעבן)
ועל הכלל כולו יצא, אויף די אלע "לעלוס" און "וואנעבי קאפס" וואס דרייען זיך ארום און אינטימידעיטן גוים און אידן צוגלייך וואס שטייען זיי אין וועג, און פירן זיך אויף ווי קאפס, און נוצן זייערע קאנעקשאנס ביי די פאליס צו געבן טיקעטס פאר זייערע שונאים. דארפן מיר פון זיי ליידן?
ישר כח פאר דעם חשוב'ן יונגערמאן פאר'ן אפכאפן דעם אינצידענט. ממנו ילמדו וכן יעשו. מיר וועלן אפשטעלן דעם אביוז וואס די גענגסטערס פירן קעגן אונז דורך רעקארדן עס און ארויף לייגן אויף יו טוב.
קליפ:
 |
|