הפוך לדף הבית גמ"ח קופונים
בית · פורומים · הרשם · התחברות · פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים
בית · פורומים · כל העולם כולו · ר' בנציון ווידער - ערשטער חסיד'ישער אסעמבלימאן (אי"ה)
שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/9/2012 08:25 לינק ישיר 
ר' בנציון ווידער - ערשטער חסיד'ישער אסעמבלימאן (אי"ה)

מיט גרויס שפאנונג גרייט מען זיך צו די פריימערי וואלן דעם דאנערשטאג ווען מאנסי און מאנרא (וואס זענען אריינגעשטעלט געווארן אין איין אסעמבלי דיסטריקט ביי די לעצטע רידיסטריקטינג) וועלן האבן א טשענס צו שטימען פאר א חסיד'ישן יונגערמאן, ר' בנציון ווידער, א טייערער איד וועלכער האט שוין אויפגעטאן א וועלט פאר אידישע קינדער, זינט ער איז געלאפן צום ערשטן מאל פאר'ן סקול דיסטריקט, דינענדיג צוויי טערמינען, און נאכדעם ווען ער איז ערוויילט געווארן פאר'ן קאונטי לעגיסלאטאר אמט.

ר' בנציון איז א איד וועלכער העלפט יעדן איינעם, מיט וואספארא געברויכן ער דארף נאר. איך פערזענליך האב געהאט א געוואלדיגן טובת הנאה פון אים. איך בעט דעריבער יעדן איינעם צו נעמען די פאר מינוט און ארויסגיין שטימען פאר דעם איד, און דערמיט טאן א טובה נישט נאר פאר מאנסי און מאנרא נאר אויך פאר גאנץ יהדות ניו יארק.

ר' בנציון, וועלכער קעמפט פאר שטייער צאלער שוין פאר לאנגע יארן, האט מאסיווע פלענער צו מאכן סקול וואוטשערס א פאקט איבער גאנץ ניו יארק. דאס וועט העלפן אינדיווידועלע טאטעס און מוסדות התורה. ווער ס'קען בנציון ווידער ווייסט אז ער איז א בולדאזער, ווען ער זאגט עפעס ווערט עס א פאקט.

יעצט איז די צייט אז דער ציבור אין קרית יואל זאל טאן וואס עס איז ריכטיג און זיך פאראייניגן מיט מאנסי (וואס טוט שוין סייווי וואס ס'איז ריכטיג דורך אינדארסירן ר' בנציון) און שטימען אין איין גרויסן בלאק וואוט פאר ר' בנציון ווידער.

שטימט פאר אייך און אייער עתיד, שטימט פאר ר' בנציון ווידער.

תוקן על ידי Ziskeit ב- 10/09/2012 08:25:11




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2012 01:57 לינק ישיר 

Ziskeit כתב:

ר' בנציון איז א איד וועלכער העלפט יעדן איינעם, מיט וואספארא געברויכן ער דארף נאר. .


דאס איז נישט אמת אין אז די גלייבסט מיר נישט פרעג מיך אין אישי פאר מער פרטים

הרב זיסקייט איך וויל פרעגן עפעס.

פיו קאונטי לעגי'סלעיטער וויל ער יעצט לויפן פאר אסעמבלי? ער ענדיגט ניטעמאהל זיין טערמין פין זיין יעצטיגע פאזיציע מארגן וועט ער לויפן פאר גאווערנער איבערמארגן פאר סענעט וכו' עס קיקט אויב זייער פאני...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/9/2012 04:23 לינק ישיר 

איך פרעג דיך גארנישט אין אישי, ווייל מיך האט ער געהאלפן מיט א טובה מיט די קאונטי גאווערמענט וואס האט מיך געשפארט צענדליגער טויזנטער דאלאר און אסאך עגמת נפש, און כ'האב פארדעם נישט געהאט קיין שום שייכות מיט אים.

דיין צווייטע שאלה איז סתם נאריש, און ס'איז דעריבער א שאד אפילו עס צו אדרעסירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/9/2012 18:36 לינק ישיר 

כ'קען נישט בנציון ווידער און איך קען נישט קיין בולדאזערס. איך ווייס אבער יא אז די ניו יארקער קאנסטיטוציע איז א גרויסער שטער צו מאכן סקול וואוטשערס אין די ליבעראלע סטעיט.

סתם נייגעריג, וויאזוי פונקטליך פלאנט ער דאס צו טוישן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/9/2012 19:56 לינק ישיר 

אין ניו יארק סיטי, דער ליבעראלסטער חלק פון די סטעיט איז עס דא, און ס'וועט אי"ה זיין אין אנדערע טיילן פון די סטעיט. מען קען נישט אריינגיין אין דיטעילס צוליב זייער פארשטענדליכע סיבות. עסקנים זיצן מיט לאיערס און פאליטישע לאביאיסטן אויסצוארבעטן א געזעץ וואס איז ענליך צום סקול דיסטריקט געזעץ, און וועט נאר אפעקטן געוויסע קאמיוניטיס, וד"ל. מער דיטעילס וועט יעדער הערן אי"ה ביז עטליכע חדשים ארום, ווען ר' בנציון וועט זיין דער חרדי'שער פארטרעטער פון מאנסי און מאנרא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
  אפוסתראפיה - הפתרון לכאבי ברכיים, גב ושחיקת סחוסים!   בק טק - הוכח כמשחרר כאבי גב ומוריד לחץ משרירי הגוף.   חוות ניר דוד-גן גורו - 10% הנחה למגיעים דרך הקופון
 
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' בנציון ווידער - ערשטער חסיד'ישער אסעמבלימאן (אי"ה)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר