ר' בנציון ווידער - ערשטער חסיד'ישער אסעמבלימאן (אי"ה)
מיט גרויס שפאנונג גרייט מען זיך צו די פריימערי וואלן דעם דאנערשטאג ווען מאנסי און מאנרא (וואס זענען אריינגעשטעלט געווארן אין איין אסעמבלי דיסטריקט ביי די לעצטע רידיסטריקטינג) וועלן האבן א טשענס צו שטימען פאר א חסיד'ישן יונגערמאן, ר' בנציון ווידער, א טייערער איד וועלכער האט שוין אויפגעטאן א וועלט פאר אידישע קינדער, זינט ער איז געלאפן צום ערשטן מאל פאר'ן סקול דיסטריקט, דינענדיג צוויי טערמינען, און נאכדעם ווען ער איז ערוויילט געווארן פאר'ן קאונטי לעגיסלאטאר אמט.
ר' בנציון איז א איד וועלכער העלפט יעדן איינעם, מיט וואספארא געברויכן ער דארף נאר. איך פערזענליך האב געהאט א געוואלדיגן טובת הנאה פון אים. איך בעט דעריבער יעדן איינעם צו נעמען די פאר מינוט און ארויסגיין שטימען פאר דעם איד, און דערמיט טאן א טובה נישט נאר פאר מאנסי און מאנרא נאר אויך פאר גאנץ יהדות ניו יארק.
ר' בנציון, וועלכער קעמפט פאר שטייער צאלער שוין פאר לאנגע יארן, האט מאסיווע פלענער צו מאכן סקול וואוטשערס א פאקט איבער גאנץ ניו יארק. דאס וועט העלפן אינדיווידועלע טאטעס און מוסדות התורה. ווער ס'קען בנציון ווידער ווייסט אז ער איז א בולדאזער, ווען ער זאגט עפעס ווערט עס א פאקט.
יעצט איז די צייט אז דער ציבור אין קרית יואל זאל טאן וואס עס איז ריכטיג און זיך פאראייניגן מיט מאנסי (וואס טוט שוין סייווי וואס ס'איז ריכטיג דורך אינדארסירן ר' בנציון) און שטימען אין איין גרויסן בלאק וואוט פאר ר' בנציון ווידער.
שטימט פאר אייך און אייער עתיד, שטימט פאר ר' בנציון ווידער.
תוקן על ידי Ziskeit ב- 10/09/2012 08:25:11
 |
|