בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ביהמ"ד שומר שבת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/1/2005 23:12 לינק ישיר 
ביהמ"ד שומר שבת

ווי אזוי געפעלט אייך דאס ביהמ"ד?
דער שמעק פין דער בעיסמענט? (ביהכ"ס - חדר האוכל - ביהמ"ד - בשמעק אחד נאמרו!).

איך האלט אז די גבאים דארט מאכען אפאר טעותים.
א. זיי לאזען אריין די פארקויפערס זאלען דארט פארקויפען זייער מעסערס - עלעקטראניקס - און אפילו טעיפס. די ביהמ"ד איז גאר קליין, ווען דער אלטער גבאי גייט נאך ארום און שרייט אנטשולדיגט, און מען דארף זיך ריקען און מען האט נישט ווי, ווייל ביי דעם טיש שטייט דער מוכר, און ביים אנדערען שטייט אן אנדערע, איז עס פשוט נישט ריכטיג פאר א בית המדרש.

ב. זיי לאזען אריין אלע משוגעים, שנארערס למיניהם. די חברה היטען נישט אויף קיין נקיות, אסאך מאל טאר מען נישט דאווענען דארט.

ג. די עסען דארט, השם ישמרנו, ווער דארף קוגעל טשאלענט פיש וכו'. נאר די ..., די נארמאלע מענשטען וואס עסען שוין יא, כאפען צום מערסטען א קוכען מיט א גלאז קאווע, אבער וואס פעלט אויס צו נעמען די איבריגע פין אלע קעיטערעס פין ב"פ?



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2005 00:38 לינק ישיר 

בקיצור
לויט דיר קען א הכנסת אורחים נישט ארבעטן צוזאמען מיט א שוהל.

איך קען דיך פארשטיין מיר שטערט דאס נישט, אפשר ווייל איך בין דארט איינמאל א יובל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2005 03:53 לינק ישיר 

ווען זיי האבן שכל -אדער זיי קארגן נישט, קויפן זיי שוין לאנג אפ דעם נעקסטן הויז, און בויען אויף א הערליך ביהמ"ד מיט עטליכע שטובלעך, מיט א מקוה.
עס וואלט געווארן נאך מער אויפגעפיקט
היינט איז למעשה דא עטליכע קאמפעטישאנס
כאטש שומר שבת איז זייער שטארק.בעיקר אין מנחה מעריב
שחרית האבן סאטמאר, באבוב, און בעיקר מונקאטש די שפעטע מנינים
מנחה מעריב האט באבוב, ספרדישע שוהל (האט נאך?)

מען זאגט אז פאר די עסן מאכט מען געלט פון האומלעס פראגרעמס. און אסאך אידן בעיקר משולחים און עלענדע מענטשן זענען זיך מחיה דארט מיט אביסל ווארעמס, א אומזיסטע קאווע און א קוקי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2005 03:58 לינק ישיר 

ווער זאגט אז די הויז נעקסט דאר איז צו פארקויפען?


באמת מיינסטו אז זיי מאכען געלט פון האומלעס שעלטערס?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2005 04:02 לינק ישיר 

כ'געדענק ווען ס'איז געווען צום פארקויפן
און בכלל זיי וואלטן געקענט מופן אויך
יעדער שמויגער האט היינט הערליכע הויך דאכיגע שוהלן, ]פארוואס זאל אזא צענטראלער ביהמ"ד דאס נישט קענען באווייזן
מען שנאר פאר קרן הבנין, מענטשן האבן ליעב צו קויפן א היכל, א שער, א בילדינג, דאס איז די בעסטע מיטל צום שנארן, און שנארן קענען זיי שוין איינמאל, זיי שנארן און פארטיילן מעות חטים א.ד.ג. יעדעס יאהר שיינע סכומים.

ווען דער לעגענדארער ר' משה מנין פאלגט מיך, זיכט ער שוין אין די געגענט ווי מען קען בויען א נייע הערליך שוהל מיט מערערע שטיבלעך, נישט מען זאך דארפן שטיין אין די קעלט אין די סוכה, און ביים שיעור קען מען נישט דאווענען, א.א.וו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2005 05:58 לינק ישיר 

יא זוך אין בארא פארק ווי צו בויען א שול.
איך מיין אז דו וועסט זוכען דעם פאריעריגער שניי וועסטו עס שנעלער טרעפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/1/2005 07:20 לינק ישיר 

איך האלט אז דאס געבען עסען אין בעיסמענט איז א טעות אבער עס ליידער פשוט א שאנדע און ח"ו א קיטרוג ל"ע צו זעהן אזוי פוהל הונגעריגע אידען.

נאך מער דאס פלאץ איז נאר פאר מענער איך בין זיכער אז עס זענען פארהאנן א סאך מער הונגעריגע פרויען און לויט דעם שלחן ערוך איז א פרוי קודם לצדקה ווייל דו בושה פון א פרוי איז גרעסער.

דער ביהמ"ד גופא איז פאר מיר מקום קדוש מאוד פאר די וואס האבען באזוכט דעם כותל המערבי דערמאנט דאס געפילען כמעט אזוי ווי דארט ... א פלאץ פאר אלע טיפ אידען א היים פאר כל כלל ישראל. די צדקה וחסד איז אין לשער.

פאר די וואס ווייסען נישט די היסטוריא האב איך געהערט אז 'שומר שבת' איז געגרונדעט געווארן פון אידען שומרי שבת וואס האבען זיך אפגעטיילט פון 'בית המדרש הגדול' ווייל דארט איז מען געקומען דענסמאהל מיט קאר'ס אים שבת צו 'בר-מצוה'ס וכדומה...די קנאים בעלי מסירת נפש בימים ההם אין די תרפ'ען האבען נישט געוואלט דאווענען אין אזה שוהל

צו זיין א מעמבער אין שומר שבת האט מען געמוזט היטען שבת עס זענען געקומען משגיחים בודק זיין דעם פרידשידער צו מ'עסט כשר אין אז מ'האט עקסטערע בעטן. דאס אלס נאך איידער די צווייטע וועלט מלחמה. ווען איהר גייט אריין דארט אין איהר זעהט נעמען אויף די ווענט איז כדי זיך מאכן א חשבון אז אט די אידען האבען מייסד געוועהן דעם מקום קדוש

יעדער יו"ט ביי מזכיר נשמות נעמט מען ארויס א ספר פנקס פון עכט קלף און סופר'ישע אותיות אין הרב טירנויער לייענט די נשמות אין איז זיי מזכיר לטובה זכרונם לברכה!






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/1/2005 07:21 לינק ישיר 

דער עזרת נשים וואלטען זיי געקענט מאכען אביסעל בעסער אז מען זאל דארט קענען דאווענען נארמאל מנינים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2005 02:07 לינק ישיר 

איך מיין אז דאס אייגנארטיגקייט וואס 'שומר-שבת' פארמאגט מיט זיך, האט צו טוהן דייקא מיט דעם פלאץ און מיט דעם פארם וויאזוי עס איז יעצט אויסגעשטעלט.

ווי אויבנדערמאנט, מנינים צו דאווענען איז דא גענוג אין אנדערע פלעצער. מענטשן קומען אבער נאך אלץ צו 'שומר-שבת'. דאס פלאץ ציהט, און ווי איינער האט שוין דא דערמאנט, דערמאנט אונז דאס פלאץ פונ'ם כותל המערבי. און דאס איז דער געדאנק פון דעם שוהל, יעדער כל מאן דהו קען דארט קומען, און שפירט זיך באקוועם, ווי אינדערהיים.

כ'מיין אז אויב דאס פלאץ וועט מופן, אדער זיך בויען א שיינעם שוהל מיט א הויכ'ן דאך, פארלירט עס איר חשיבות. דאס גלאנץ פון שומר שבת, איז דער שמעק, דער ציבור, דער אויסזעהן, דער גבאי, די אפיעלס, די מנינים אין די סוכה, און אין די האלוועי וכו' וכו' אלע מעלות וואס שומר שבת פארמאגט מיט זיך.

כ'דערמאן זיך א זאך, וואס כ'האב געהאט די זכי' מיטצולעבן - און דאס קען פאסירן נאר אין שומר שבת - עס איז דא א בלינדער איד ל"ע אין בארא פארק, האט ער א הינט - נישט סתם א הינטל, נאר א גרויסער הונט - איז ער געקומען דאווענען אין שומר שבת, האט איהם דער גבאי געהאלפן אריין ברענגען זיין גרויסן הונט, אונטן אין דעם ביהמ"ד-ביהכ"ס-הכנסת אורחים, צווישן דעם גרויסן געדרענג פונ'ם ציבור. דער הונט האט זיך שיין אראפ געזעצט נעבן זיין בעל הבית, און געווען שטיל א גאנצן דאווענען.

הקיצור, עס איז דא ליידער אזויפיל שיינע בנינים, און אלטע אידישע שוהלן, לענדמארקס, וואס מ'האט שוין ליידער חרוב געמאכט (דורכ'ן איבערבויען). כ'בעט ענק, לאזט נאך דאס איינע, אויב זענט איר נישט באקוועם, גייטס דאווענען אין סאטמאר מונקאטש וכדו'.

שומר שבת איז היסטאריע!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 02:18 לינק ישיר 

עפעס זאגסטו!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2005 17:33 לינק ישיר 

משיח,
דוקא דער מעשה מיט דער הונט האסטו הנאה געהאט?
ווען איך זעה דאס ברענגט עס לידי גיעול, פוי, א הונט אין א בית המדרש.

דא האסטו א תשובה אין די זאך פין די פוסקים. ר' משה איז מתיר, אבער אלע אנדערע האבען עס גע'אסר'ט.

כלב נחיה בבית הכנסת
עיוורים רבים נוהגים כיום להיעזר בכלבי הנחיה, המאולפים לסייע להם כדי שלא יכשלו בדרכם. והתעוררה שאלה, האם מותר לעיוור להיכנס עם כלבו לבית הכנסת. הרב משה פיינשטיין התיר על סמך כמה מקורות מדברי חז"ל, שמשמע מהן שהיו רגילים להכניס לבית המדרש בעלי חיים, חמור או כבש. ועוד, שהואיל והעיוור זקוק מאוד לכלבו, מן הראוי להקל בדבר, כשם שהקלו בכמה דברים נוספים בדיני בית הכנסת. אך הוסיף שטוב שישב סמוך לפתח כדי שלא לבלבל את הציבור (אג"מ או"ח ח"א מ"ה). אבל כמה פוסקים אסרו על העיוור להכניס את כלבו לבית הכנסת, מפני שיש בזה פגיעה בכבוד בית הכנסת, ועלול הדבר להיתפש בעיני הרואים כחילול ד'. ומה שהוזכר בדברי חז"ל שהיו באים לבית המדרש עם בעלי חיים, הכוונה שהשאירו אותם בחוץ. ועוד שיש חשש שמא הילדים יתעסקו עם הכלב ולא יתרכזו בתפילה. ולכן ראוי שהגבאים יתקינו עמוד מחוץ לבית הכנסת, כדי שהעיוור יוכל לקשור אליו את הכלב (שערים המצוינים בהלכה יג, ב; ילקוט יוסף קנא, כה).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2005 18:18 לינק ישיר 

הרב בארא פארקער

כ'בין נישט אריין אין דעם חלק ההלכה, כ'האב נאר גערעדט פונ'ם עצם געדאנק אז אזא זאך קען פאסירן.

געווענטליך איז דאס תלוי אין דעם מענטש'נס מהלך המחשבה, ווי אזוי מ'קוקט אויף דעם. א מענטש וואס האט ליב די מענטשהייט, וואס האט הנאה פון ליבעראליזם, Live & let live וכדו'. וואס גלייכט נישט קיין פארמאליטעט, עס זאל זיך טוהן א געמויזעכץ, א געשמאקייט, א היימישקייט. א מענטש וואס זאל קענען סובל זיין די צובראכענע נשמות וואס זענען זיך מלבש אין שמוציגע קרעציגע האומלעס'ן. אזעלכע מענטשן האבן הנאה פון אזא מראה.

עס איז נישט משנה גארנישט, אויב א מענטש האט יא הנאה דערפון אדער נישט. נישט למעליותא און נישט לגריעותא. עס איז נאר א נאטור.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 18:28 לינק ישיר 

I think that you forgot to add "especialy someone who loves pets" a



תוקן על ידי - אנאליזירער - 02/02/2005 18:37:20



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2005 07:26 לינק ישיר 

לייג די טענות פון דעם הינט אין די זייט, האט משיח עפעס א פוינט.

שומר שבת האט עפעס א חן וואס די אלטע שולען האבען געהאט, אין באבוב, טאש, מונקטש,מונקאטש האבען נישט.

אין די אלע שוהלען איז זייער בטעמט צו דאווענען, אבער שומר שבת איז עפעס אנדערש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/4/2005 23:57 לינק ישיר 

איצקאוויטש אין בני ברק איז אויך אמאל געווען אזא סארט כאטקע שומרי שבת, היינט איז דא דארט א קאמפלעקס פון אפאר שטאק פול מיט מנינים אין שיעורים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/4/2005 21:13 לינק ישיר 

עס וואלט געווען א שיינע זאך ווען איינער קען דא ברענגען א מעות חטים דרשה פין די גבאי (משה).
די סיום איז סערך די זעלבע איעדע טאג.
have a pleasant evening and thank you for listening.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ביהמ"ד שומר שבת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר