בית פורומים היימישע קרעטשמע

עטליכע כללים אין די אידישע שפראך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/9/2005 23:48 לינק ישיר 

בענעדיקט: אונזער אלטע מנהל קרעמער האט זיך געהאלטן פאר א שטיקל ידען אין די אידישע שפראך פרעג אים אן אין אישי אפשר וועט ער דיר ענטפערן

תוקן על ידי - whats_up - 28/09/2005 23:47:40



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-29/9/2005 01:01 לינק ישיר 

העלא, כעוורע; שוין לאנג נישט זיך געזען.

כ'בין שוין לאנג נישט דא געווען. עפעס פארפאסט? (חוץ דעם טישל וואס די באהערדע האט צוגעשטעלט דארט ביי יענער קרימער וואנט, אויף דער דירעקטער פארארדענונג פון פאטאצקי'ס בן יחיד.)

איך וויל קאמענטירן אויף דעם וויכוח צווישן מאטעס-1 און בענעדיקט-13.

"ריכטיג" איז פונקט אזוי אויסגעהאלטן ווי "ריכטיק". דער ייוו"א-יידיש ("כלל שפראך", ווי די יידישע שאוויניסטן גלייכן דאס צו רופן) דיקטירט אז די אלע ווערטער זאלן אויסגעלייגט ווערן מיט א "ק", ווייל זיי האבן אדאפטירט דעם ליטווישן דיאלעקט פון דער אידישער שפראך, און דארט זענען די אלע ווערטער ארויסגעזאגט געווארן מיט א "ק".

מיר - טייטש, רוב פרימע, אידיש-רעדנדע אידן - זאגן אבער די אלע ווערטער מיט א "ג", ווי זיי זענען ארויסגעזאגט געווארן אין אונגארן און טראנסילוואניע, פון וואו דער גרויסער רוב פרומע שארית-הפליטה אידן שטאמען אפ.

מיר זענען דער ייוו"א, דעם "פארווערטס" און דעם גאנץ-ביסל שריים פון "לאטיין-יידיש" גארנישט "שולדיק". אידיש איז אונזער שפראך, און דער דיאלעקט איז - אפגעזען פון וואס דער וויינרייך ווערטערבוך דיקטירט - ווי מיר רעדן אים. אויב גייט אייך דער "ק" אין לעבן, באטראכט די דאזיגע שיטה ווי נאך א דיאלעקט פון דער אידישער שפראך. (ס'איז קיין שום חסרון פאר א שפראך אויסגערעדט צו ווערן מיט מער ווי איין דיאלעקט.)

דער ייוו"א-יידיש האט געזוכט פטור צו ווערן פון דעם טראדיציאנאלן "דייטשמערישן" זשארגאן; מיר - נישט. פון מיין זייט זאל דער ייוו"א צוטשעפען צו זייער "יידיש" וואס מער טשוועקעס און פינטלעך און שטרייכן און שטרייפן; אזוי ארום וועט ער ביסלעכווייז אנקומען צום ציל: פארוואנדלט ווערן אין מין אפצווייג פון כינעזיש...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 01:07 לינק ישיר 

מענטשעלע;

געוואלדיג!!!

דא האסטו עטליכע גרינע חברה



ביסט אזוי גוט, אז דו האסט מיר צוריקגעברענגט פון אויבן (אויוון).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/9/2005 01:12 לינק ישיר 

א דאנק דיר, קרעמער. און אויב שוין יא קאמפלימענטן, מוז זיך גראטולירן "בענעדיקט" פאר זיין סאטירישער סטיל. טאקע נישט די נארמע דא אין קרעטשמע, אבער פארט זייער צו דער זאך!

נאדיר קרעמער

נאדיר בענעדיקט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 01:15 לינק ישיר 

פון אנפאנג ווען "דער שטערן" האט אנגעפאנגען צו ערשיינען, האט איינער דארט פרובירט צו שרייבן איבער די פארפלאנטערטע ענינים עיי"ש ודו"ק ודפח"ח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 15:09 לינק ישיר 

טייערע מענטשעלע

אפשר בין איך אן עם הארץ, אבער וואס מיינט דאס 'סאטיריש'?

און אז מ'רעדט שוין פון עמי-הארצות. איך האב נעכטן געקלערט און איך מיין אז עס איז אמת אויך, אז די ווארט עמי-הארצים, איז א שטיק עמי-הארצות... ווייל די לשון רבים פון 'ארץ' איז 'ארצות' און נישט 'ארצים'. בין איך גערעכט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 19:06 לינק ישיר 

טייערער פויבסט!

בעצם פארוואס דער אויסדריק 'עם-הארץ' באלאנגט פאר איינעם וואס זיין ידיעה אין תורה איז באגרעניצט, פארשטיי איך נישט פינקטליך.
אבער אויב שוין יא אזוי, וואלט איך כשלעצמי געזאגט אז בלשון רבים (PLURAL) וואלט מען ווען געדארפט זאגן 'עמי-הארץ' כמ"ש למען דעת כל עמי הארץ וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 19:36 לינק ישיר 

לויז פארטייטשט, איז "סאטירע" די סטיל פון סארקאסטיש אפלאכן פון עפעס/עמיצן. (כ'מיין אז דאס ענגליש ווארט דערפאר איז SATIRE. קוק אין ווערטערבוך פאר דעם טייטש.)

דיין מהלך פון אפענטפערן מאטעס'ן מיט'ן אויפבלאזן דעם "ק"-שגעון (כגון "גלוקשאפט"), איז אן אויסגעצייכנטער ביישפיל.

וועגן עם/עמי הארצות/הארצים - כ'בין נישט קיין לשון קודש עקספערט; אבער כ'גלייב אז דער דיין ערעב זארעכ וואלט זיך גרינג אן עצה געגעבן: "אמעראצים", און געענדיגט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 20:28 לינק ישיר 

מפוקל טייערער

די סיבה פארוואס מען רופט אָן אַן "עם-הארץ" מיט דעם נאמען, ווערט מבואר אין די פאלגענדע:

עם הארץ= הנמשלים לעפר הארץ, הם בני אדם הבזויים והפחותים שאין בהם נפש קדושה וכו' והם הנקראים עמי הארץ (אוהחה"ק בראשית ט"ו, ג').

עם הארץ= קראו חכמים ע"ה מי שאין לו חכמה "עם הארץ", כלומר לא נמצאו כי אם לישב הארץ לפיכך הם מיחסים שמם לארץ (רמב"ם בהקדמת פי' המשניות, ד"ה דע כי הקדמונים).

עם הארץ= עם הארץ הוא איש שיש לו מעלות המדות אבל אין לו מעלות שכליות, רצונו לומר שיש לו דרך ארץ ואין בידו תורה, והוא הנקרא עם הארץ ר"ל שהוא טוב לישוב הארץ ולקבוצי המדינות מפני שיש לו מעלות המדות שתיטב בהם חברתו עם זולתו (פי' המשניות להרמב"ם אבות פ"ה מ"ז).

עם הארץ= לשון עם הארץ האמור בכל מקום, שרוצה בתקונה של הארץ, אבל אין בו חכמה להבדיל בתקונין הראויין (רע"ב אבות פ"ה מ"י).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 21:34 לינק ישיר 

בנדקט_ט"ז

האוה"ח שהבאת מסייע לדברי

עם הארץ= הנמשלים לעפר הארץ, הם בני אדם הבזויים והפחותים שאין בהם נפש קדושה וכו' והם הנקראים עמי הארץ (אוהחה"ק בראשית ט"ו, ג'

ישר כחך על הפתרון, תודה

תוקן על ידי - mefikel - 29/09/2005 21:33:49



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/9/2005 22:56 לינק ישיר 

קוידעמ פאר אונזער אדמ'ל


און דערנאך
ס'ארא כיליק

אמעראצעס
אמעראצעם
אמייארעצ

דעריקער איז, איר זאלט אייך זעצן לערנען וועט איר נישט זיין קיין איינע פון די אלע דריי...






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/9/2005 23:25 לינק ישיר 

פעפערל שארפער
אגודל ווארפער
איך ווייס נישט וואו זיך אהינצוטוהן
פארוואס באקום איך נישט עפעס אין גרין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 00:29 לינק ישיר 

געערטער פויפסט טוט צוהערן
איך פארגין אייך א גרינעם פינגער זייער גערן

איך טו אייך זייער שעצן
אבער איך האב אייך נאר געוואלט לאזן וויסן די יידישע געזעצן

ביי אונז איז זייער פע
צו זיין א תובע בפה

ב-עמעס זענט איר ווערט מער ווי דער גרינער פינגער
ס'דאכט זיך אייך נאר אויס אז יענעמ'ס איז גרינער

דעריבער האב איך זיך צוריק געהאלטן
און דעם פינגער באהאלטן

אבער אזוי ווי איך זע אז עס איז אייך באנג
דאן נאט אייך מיין שיינעם געשאנק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 01:14 לינק ישיר 

ערעב זארעחך,
גם יהא ברוך,
כמו שצריך,

פון געלעכטער איך טו זיך קאטשענען,
איך דארף זיך גארנישט מוטשענען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 01:20 לינק ישיר 

טייערער באליבטער ראשאקאל
איך וועל בעזהשי"ת נישט פארגעסן פאר אייך מיין אפצאל

איך וועל אייך צום גוטס געדענקען
איך וועל פאר אייך אויך דעם שיינעם געשאנק שענקען

און לאמעך טאקע באלד דערצו צוטרעטן
איך וויל נישט לאזן איר זאלט דאס דארפן בעטן

און פאר אייך דאס מאל
אויך דריי אין צאל





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > עטליכע כללים אין די אידישע שפראך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 10 11 12 לדף הבא סך הכל 12 דפים.