בית פורומים היימישע קרעטשמע

קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/9/2005 00:30 לינק ישיר 
קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות

אויף עטליכע פלעצער דא אינעם קרעטשמע איז שוין אויפגעברענגט געווארן 'בדרך אגב' אינטערעסאנטע לאזונגען און אויסדריקן פון קינדער ווי למשל "פייערלענזשער" וכדו'.
הגם 'נאטורליך' בענקט זיך בכלל נישט נאך יענע יארן, פארט איז כדאי ארויסציברענגען דא 'בפונדק אחד' די גוטע ווערטער 'המביא לידי גיחוך'.

ווען 'בא-לאנטש' האט זיך אנגעפאנגען, און אלע קינדער לויפן ארויס און 'הויף' שפילן 'קעטש' שרייען אלע יונגלעך ספאנטאן "not it!"
און די קלוגערע 'הרואין את הנולד' הייבן זאפארט אן טיילן ארדערס "נאו-פארלייקונג" אדער "נאו-טאפינג-רייט-בעק"
דער וואס איז נעבעך געבלילן 'איט' לייגט זיך ארויף דעם קאפ אויף די צוויי הענט, און פאנגט אן ציילן ביז צעהן און פארגעסט נישט צוצולייגן "הא-איז-עראונד-דע-בעיס-איז-איט"



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2005 02:42 לינק ישיר 

מפוקל; קודם כל איך מיין אז דער וואס בענקט זיך נישט צי די קינדער יארן איז 'יענטאאש', וועגן 'נאטורליך' ווייס איך נישט, ברויכסט אים פרעגן.

יא, די אינטערסאנטע אידישע אויסדרוקן וואס האבן נישט קיין שום פשט, היינט הער איך איינער זאגט "גוט מארגן געלע פעטרישקע"... קען מיר איינער זאגען פשט דערין?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/9/2005 03:03 לינק ישיר 


גייסט צום רעבין... גייסט צום רעבין... גייסט צום רעבין...

דאס קומט מיט א ניגון אזא...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2005 03:09 לינק ישיר 

קרעמער;

אהא כ'פארשטיי!

כ'מיין, למשל, אויסגעגעבן דע 'גרינע גאל', אין 'רויטן ים' אריין ווייסטע שוין. וואס באדערט דיך איז נאר די 'געלע פעטרישקע'?

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 14/09/2005 3:24:47



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2005 04:58 לינק ישיר 

זרח; האסט נישט פארשטאנען די 'געלע, פעטרישקע' קאמענט. עס איז נישט אזוי ווי די קאליר געל, נאר אזוי ווי די נאמען געלא.

GELE און נישט GAILE

גוט מארגן געלע, (פעטרישקע, איז נאר עפעס אזא צושטעל דערצו, צוגעלייגט געווארן שפעטער, בדרך אגב).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/9/2005 07:30 לינק ישיר 


ראביי פעפפער

ס'יז דא נאך

א גרינע מיטוואך,,, גיי ווי די שווארצע פעפפער וואקסט...


קרעממער

גראדע האב איך געהערט נישט פטרישקע

"גוט מארגן געלע רעטעך "
אנדערע לייגן צו דערנאך די ווארט "טראגער"...

גאו פיגור




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/9/2005 07:34 לינק ישיר 

אויב די זאגסט אויס, ווען משיח וועט קימען וועסטו ווערען א קעצעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2005 09:18 לינק ישיר 

קרעמער, איך געדענק אויך עפעס די נוסח 'גוט מארגן געלא רעטאך טראג איך' אזוי פלעג איך הערן ביי מיין עלטער באבע, און נישט פון קיין פעטרישקא, איך מיין אז עס קומט מסתמא פון עפעס א ענליכע מעשה ווי די פון ר' יום טוב ערליך ז"ל ביי די מעשה מיטן אינגל וואס האט אראפגעלאזט די גראסערי בעג און צוקראכט די אייער, האט איינער געזאגט 'אויל אויף אייער' האט די שכנ'טע געמיינט 'אוי א פייער'.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/9/2005 14:45 לינק ישיר 

גוט מארגן געלע, רעטעך טראג איך? (ווער טראגט? סארא סארט רעטעך? שווארצע אדער רויטע?).

דאס איז א טיפישער סעמפל פון סלאגאנען וואס יונג און אלט וועלן נאכקייען און אויסשפייען, און קיינער וועט נישט וויסן פשט דערין. אבער מען וועט דאס נאך אלץ איבערגעבן פאר די קומענדיגע דורות כאילו ס'וואלט געווען עפעס א הלכה לבאבע צירל מסיני.

==

רארארארארעגסטיך מאמאמאמאמעגסטיך וואוואוואוואווילסט נישט מאמאמאמאמוזט נישט (אפשר נאר אין מיין חדר פלעגט מען אזוי זינגען?).

קארעלעקארעלעקענסטעךנישטאריינכאפן

אויב איינער קושט זיין עלנבויגן, קומט משיח

ווען משיח וועט קומען וועסטו האבן א לאנגע צינג (איך געדענק שוין נישט אויף וועלכע עבירה דאס איז די שטראף).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/9/2005 15:37 לינק ישיר 

ס'רעגנט ס'גיסט
די אלטע באבע היסט

ס'קומט א פאליס
און געט א שיס

(אפשר באלאנגט עס ביי די אשכול פון חרוזים-פאומס)

============


אלטע באביטשקע וואס טוסטו איינס-ע-זייגער?? וגו'







תוקן על ידי - nafcha - 14/09/2005 15:36:30



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/9/2005 16:58 לינק ישיר 

נפחא; מאכסט מיר לאכן...

פארגעס נישט איבערצודרייען די קאפעל ווען עס רעגנט



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/9/2005 00:18 לינק ישיר 

קען זיין דאס באלאנגט אויך אין 'חרוזים פאומס', נפחא אויב די טרענספערסט דיינס אהין נעם מיט מיינס אויכעט.

אברהמ'עלע מלמד ליגט אין שניי,
אוי וויי געב מיך טיי,
די טיי איז ביטער,
געמעך צוקער,
די ציקער איז זיס,
לעק דיין פיס,
די פיס איז נאס,
גיי אין גאס,
אין גאס האב איך מורא,
לערן תורה,
די תורה איז הייליג,
עס בייליג,
די בייליג איז פארדארבן,
המן איז געשטארבן,
יעקב אבינו איז געבוירן........


איימסארי, אבער אויף דעם ניגון האב איך א מיליארד קשיות און פירכות, לאמיר גיין פאוואליע, וואס האט דא פאסירט?:

דער ר' 'אברהמ'עלע מלמד' דער ליגט נעבעך אין שניי...., מ'העמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם ווער עס האט אים דארט אריינגעווארפן, דער מציאות איז אז ער ליגט אין שניי, יא?, אקעי, יעצט איז דאך לכאורה פארשטענדליך דער 'אוי וויי געב מיך טיי', פשוט, עס איז אים ביטערליך קאלט, ער ליגט פארפרוירן אין שניי שרייט ער 'אוי וויי' און ער בעט זיך 'געב מיך טיי', פיין. אבער העי איין מינוט! וואסארא טיי אין קאפ אריין? נעמטס אים ארויס פון דארט און פארטיג ניין?!!!, נאכדעם אז איר ווילט אים דערווארעמען אביסל פונעם פראסט דאן קענט איר אים דערלאנגען א הייסן טיי אבער 'פוירסט טינגס פוירסט' זעטס אים ארויס פונעם שניי!!...., אקעי אז עטס זענטס אכזרים און איר ווילט אים נישט ארויסנעמען עטליעסט גיב אים כאטש דעם טיי!!!!.... ניין, הייבן זע אן ארומדרייען מיט די צונג 'עה כ'ווייס... די טיי איז ביטער.... בלא בלא בלא' פאר א גוט יאר וואסארא תירוץ אין קאפ אריין איז דאס?!!!!.... ער בעט זיך ווי א גזלן גיב מיך טיי!!! גיב אים שוין דעם טיי און פערטיג!!!.....

נו שוין ער דער 'אברהמ'עלע' נעבעך וויל דאך נישט אריינגיין אין קיינע וויכוחים יעצט, ס'איז אים דאך ביטער קאלט.... גיבט ער נאך, 'נו שוין... אז ס'איז ביטער נו 'געמיר צוקער'...., העעע... קומען זע מיט א גאנצע טענה 'די צוקער איז זיס.....' איר הערט א גערעדעכץ? ס'איז זיס!!.... נו וואדע איז עס זיס דאס איז דאך דע חכמה!!!! צו מאכן זיס די ביטערע טיי!!.... זע לאזן נישט נאך די רשעים זיי מאכן אים נאך צו שפאט און הייסן אים 'לעק דיין פוס'....... וואסארא אכזרים!!!!!!!......

דער אברהמ'עלע ליגט נעבעך דארט אזוי אין די שניי, די ציינער קלאפן זיך אים איינע דאס אנדערע, די נאז רינט אים ווי א קוואל, ער היסט ביטערליך, ער פרירט פאר קעלט... נו זאל ער זיך גיין איינרייסן מיט די חברה??.... גיבט ער זע נאך און זאגטסע 'ההמממ... אנטשולדיגט... די פיס איז נאס.....', דעי חברה גייען ווייטער אן מיט די רציחה.... 'גיי אין גאס!!!' שרייען זע אים.... איר הערט??, איין מינוט קודם כל... ער איז דאך יעצט אין גאס ניין??!!... און אפילו ווען נישט אזוי ענטפערט מען??!!!....

דער אברהמ'עלע זעט דאך אז ער האט נישט קיין ברירה שפילט ער מיט און זאגט מיט א צובראכן קול 'אין גאס האבעך מורא...., קומען זיי אן מיט א טענה 'לערן תורה...!!!...', איר הערט א חוצפה! די קליינע ראצערלעך די לאבאווצעס גייען זאגן דעם תלמיד חכם ר' אברהמ'עלע'ן דעם מלמד נישט מער און נישט ווייניגער ווי 'לערן תורה'....,

נו שוין ענפערט ער צובראכן 'די תורה איז הייליג'..., גראדע דאסמאל פארשטיי איך נישט אביסל דעם ר' אברהמ'עלע'ן, ווער זאגט אז די תורה איז נישט הייליג? און אז ס'איז הייליג איז וואס? קען מען איר נישט לערנען אין די שניי? די תורה ווארעמט דאך אן?, נו שוין אבער קען מען דען פרעגן קשיות אויף אים ווען ער ליגט נעבעך געפרוירן אין די שניי און די חברה ליצים מאכן דאס גענאר פון אים....., אבער הערט וואס די רשעים ענטפערן אים 'עס בייליג...', סתם רשעות אן קיין פשט... און נאך מער!!!.... אפשר ברענגט איר אים א שטיקל פיינע ווארעמע בייליג??!!!!...דאס פאלט אייך שוין נישט איין הא??!!!....

עניוועי דא ווערט שוין דער שמועס סתם אין די וועלט אריין פארדארבן, געשטארבן, געבוירן, אהין און צוריק.....

אבער וואס איז געווארן פון דעם ר' אברהמ'עלע נעבעך?????.....

תוקן על ידי - יענטאאש - 15/09/2005 0:24:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 00:24 לינק ישיר 


ניען ניען ניען
א יוד טאר נישט קניען

עין עין עין
א יוד טאר נישט שפייען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 01:22 לינק ישיר 

ארי בארי באקסער
אויבן וואוינט דער דאקטער
אונטן וואוינט דע קוה
און דאס ביסטו

נא, ווער האט עפעס א גוט פעשאט דערין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 02:00 לינק ישיר 

יענטאאש;

נעקסט טיים פאר די לייגסט ארויף אזא תגובה, לייג ארויף א סיין
"Caution נישט קוקן ווען די טיר איז אפן!!!."
מילא מיין גאטשע דאס וועט שוין מיין ווייב וואשן, אבער די בושות וואס די האסט מיר אנגעמאכט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 02:13 לינק ישיר 

יענטאאש

בע-עמעס אונזער כאשעווער באליבטער 'קרעמער' האט שוין לאנג צוריק אויפגעברענגט דעם פזמון מיט אירע אומפארשטענדענישן, ווי מ'קען זען דא אין דעם אשכול

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1503038

דארט אין יענעם אשכול איז געווען די מסקנע, פון קרעמער'ן, אז דאס מיז זיין עפעס על פי קאבאלע און מיט עפעס העכערע קאוואנעס עיי"ש.

דא ביסטע שוין אויפגעקומען מיט עפעס א שטיקל מהלך אויך על פי ניגלע...

עס קען זיין אז דער טויש פון אלטע באבע שרה ביז אברהמעלע מלמד, האט אייך געעפנט די אויגן אויף א שטיקל ביאור עפ"י ניגלע?

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 15/09/2005 2:14:00



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.