הפוך לדף הבית גמ"ח קופונים
בית · פורומים · הרשם · התחברות · פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים
בית · פורומים · היימישע קרעטשמע ·

נאטורליך'ס טאגבוך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/10/2005 04:40 לינק ישיר 
נאטורליך'ס טאגבוך

ביז אהער
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1503945

תוקן על ידי - kraitchmer - 30/10/2005 5:33:41



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2005 04:41 לינק ישיר 

שיקט הערות צו
natirlich@gmail.com



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2005 04:45 לינק ישיר 

מוצשב"ק בראשית, כ"ז תשרי תשס"ו

דער חוה"מ איז כמעט פארשווינדען, די קינדער זענען שוין געווען אויף אלע רייד'ס, געפארען אויף פערד. די סוועטער'ס און קויט'ס באקלעבט מיט קאטען קענדי, געקויפט און געווינען טשאטשקעלעך. מיר האבען זיי שיעור געקויפט אפיקומן'ס ביי א געשעפט וואס שפארט אפ. ווען נישט דער סוחר האט געמיזט גיין דאווענען מנחה וואלטען מיר געהאט א נייער לעגא-סעט פאר ווייסעך וויפיל דאללאר לכבוד שמיני עצרת. מען וואוינט אין די קאר מער ווי אין דער סוכה, עס איז פארכאזערט פון פרעצעל מיט קאקי'ס. מיר האבען אויך אפגעשטאט א באזיך ביי אמעריקען גירל, יעצט קען מען גיין רואיג הערען חזן מעכיל אפכיפערען דברים.

דער הושענות פארקויפער מאכט היינט שיין צו לייזען, ער קוקט מיר עפעס אויס ווי א מאנסי'ער איינוואונער וואס האט זיך געברענגט זיינע פלאנצונגען פון גארטען אויף א פערד און וואגען. די בלעטער זענען שווארץ ביי די שפיצען און עס הענגט אויף אראפ, אבער א פרייז וויל ער ווי א גיש קטיף הושענה. איך פרעג אים צו עס איז ערבי נחל, וואס איז ערבי נחל פרעגט ער.
גענוי ווי די כפרות, די מהדרין קויפען איין שענה פאר אלע זכרים און א צווייט פאר די נקיבות. מיר זענען פון די מהדרין למהדרין, אז אלע קינדער האבען זייער אייגען הושענה. ווילאנג דער ערד און אלע שטיבער זענען נישט פיל מיט בלעטער איז מען נישט יוצא די מצוה פון הושענות קלאפען, א מזל עס איז נישט דא א ברכה אויף די שענות קלאפען ווייל מען וואלט נישט געטארט אויסרעדען ביז'ן גמר.
איינמאל א יאר שפירט זיך דאס ווייבעריש פאלק מענערדיג, ווען זיי לויפען היינט אין שוהל מיט די ווייסע טיכלעך און הושענות אין די הענט, א ווינדער מען פארקויפט נאך נישט ספעציעלע פינקע הושענה האלטער'ס נאר פאר זיי.
ווען די צ'מזיק'טע בלעטער ליגען אויפ'ן ארון קודש און דער פיטום איז אפגעביסען קען מען צוגיין צו די הקפות. אזוי ווי איך האב נישט קיין פיטום האב איך זי געראטען גיין אפבייסען דעם פיטום צוזאמען מיט די מאמע, דער שווער קויפט יא א מאראקויער.

די הקפות אין שוהל איז א גיטע געלעגענהייט צו זעהן וויפיל קינדער די חברים האבען. מאיר נתן האט געברענגט זיין פיצעל'ס פון 5 חדשים און געטאנצען מיט איר ווי זי וואלט אליין געבעטען מען זאל איר מיטנעמען אין שוהל. ווילאנג מען האט אים נישט אויפמערקזאם געמאכט אז די בייבי שלאפט איז ער געטאנצען מיט איר אז זי האט שיעור נישט געבראכען. אלע גיט הארציגע אידען זאגען "קעניינעהארע, זי קוקט אויס פונקט ווי דו" און דאס פנים שטראלט אים. דאס ווייב איז צום סוף אריין געקומען אין רינג אוועק נעמען דאס מיידאלע.
שמחת תורה איז א מנהג אז די פרויען מאכען זיך קאמאט אין מענער שוהל. איין אזא ווייבעלע האט זיך אראפ געזעצט אויף מיין פלאץ. איך זאג עממ אנטשולדיגט עמממ, זי מאכט זיך שטים און טויב. אז משה'לע זאגט שוין פליעז ריק דיך, זאגט זי אים קענסט גיין אויף מיין פלאץ ביי די מאמעס.
די קינדער וואס האבען געזינגען הויעך האבען באקומען "סעיפטי קארד'ס" פון א כלל טועהר, די גרויסע מיידלאך האבען געווארפען ציקערלעך און דער אתה הראית האט אפגעקאסט מער וויפיל איך מאך א חודש. איך ווייס נישט וויאזוי דער קויפער קען זיך דאס ערלויבען אבער וואס טוט נישט א איד פאר אביסעל אטענשאן. מען וואלט געדארפט טרעפען א היתר צו אפנעמען פון אים דאס געלט גלייך דורך א קרעדיט קארד.

חתן בראשית, חתן תורה מיט חתן כל הנערים. די אלע געווינער האבען מער מיט די כלה ווי מיט'ן חתן אבער ווער עס האט פון די גראצער'ס און איז וויליג צו שטעלען א קידוש מיט גאלע און הערינג איז בארעכטיגט זיך צו לאזען וואול-גיין. די רעבעצין וואלט איינגעגאנגען עס זאל זיין צעהן מאהל א יאר הקפות. אלעס האט מען פארקויפט, נר למאור מיט נר תמיד, א גויטע צו רייניגען דעם שוהל מיט פיש און בילקעס פאר שלוש סעודות'ער, נייע האנטיכער פאר די מקוה מיט הייצונג פאר זימער. אשר יצר פאפיר מיט זאלץ פאר די שניי. ווען איינער זאל מיר אויסצאהלען אלע אויסגאבעס פארן יאר גיב איך אויך א קידוש מיט האלעפצעס און קרעמיש קעיק. אפאר חברים האבען זיך צוגעזעצט לעבען דזאשני-וואקער איידער איינער האט אויסגעטרינקען איין כוסה האט די נאז אויסגעטרינקען צעהן.

עס האט מיך קיינמאל נישט פאראינטערסירט אדער געצויגען די ברענד נעים רבי'ס מיט זייערע טישען, א גרויל איז צו זעהן באהאנגען אלע לעקטער שטאנגען אין וויליאמסבורג מיט לעמפעלעך א חודש נאך יעדען בנש"ק'ס א אינטער נעפיו מאכט א פדיון הבן. ווער שמועסט אז דער צדיק'ס אייניקעל איז א כלה, שפארט מען אפ צום תנאים גאנץ בעדפארד אויף זיבען שעה בעפאר און דערנאך להגדיל הטראסק.
אויב איך זעה פלאקאטען אין די גאסען חכם בא לעיר, ווייס איך אז א טאג שפעטער קומט א צווייטע רונדע פלאקאטען צו רופן צום טיי אווענט און יאנג איזרעל. אז משה'לע וויל אבער גיין זעהן גרויסע הקפות שטופ איך אים אפ מארגען ביינאכט, איבער מארגען, נעקסט'ס יאר, ביזט נאך קליין, כ'קען מיך נישט שטיפען. ער עקשנט זיך איין "איך מיז זעהן א גרויסע הקפות". א אינגעל אין חדר האט אים געלייגט פייגלעך אין קאפ און געזאגט אז מיר דאווענען אין א קליינע שוהל.

עס איז שוין נאך 4 אזייגער שמחת תורה נאכמיטאג, ער וויינט און ברעטשעט. און איך וויל זיך צולייגען מיט'ן ביכעל וואס איך האב נאך 35 פעידזשעס צו פארטיגען איידער סי אויס יונטיף און איך וויל וויסען די ענדע פון די געשיכטע. טאטי קום, טאטי האט נישט קיין אויסוועג. איך גיי אריבער צום צענטער פון וויליאמסבורג, איך באפעל משה'לע איבער צו לאזען די תורה'לע מיט'ן נאש פעקעל אינדרויסען, אפילו ס'איז יו"ט, קען מען זיך אויסרעכענען? איך וויל נישט מען זאל האבען א תירוץ מיך איינצושפארען אדער ארויס יאגען מיט הינט. אריין קומענדיג איז אונז שווארץ פאר די אויגען מען האט פונקט גענדיגט, קופקעס צוהיושטע שרייען איינער אופ'ן צווייטען, מיר גייען ארויס איידער עס פאלט אויף אונז א בעזים.

איך נעם אים אריבער צו איינעם פון די חכמים בא לעיר, פון די זעלבע טייג געקנויטען נאר א קלענער בארד. איך הער אויך אז די פיאות מאכט ער נישט מיט ציקער וואסער, און שבת טוט ער נישט אן די ברילען. אה דא הערט מען נאך עפעס זינגען, מושה'לע שמייכעלט שוין. איך בעט זיך ביי א גיטען איד זאל מיך ארויף לאזען אויף די פארענטשען, קיינער קימערט זיך נישט קיינער מאכט זיך נישט צוטוען, איך ווער נישט באליידיגט, איך בין דאך געקומען ווייל משה'לע זאגט ער וויל זעהן ווי א רבי מיט א קליינע תורה'לע וואס איז עכט און נישט א בעבי תורה. איך דערזעה א באקאנטען איך זאג אים "ממש מעין ה-יענקי סטעדיום" א האר האט געפעלט איך זאל כאפען א פאטש אין דער גאמבע.
דאס לעצטע מאהל וואס כ'האב געזעהן אזויפיל מענטשען אינטער איין דאך איז געווען ביים לעצטען סיום הש"ס אין מעדיסאן סקווער.
פלוצלינג דערזעהט מיך מיין פיש סטאר. איך בין אים טאקע שולדיג אפאר דאללאר, ער ווייסט אבער אז דער פוד סטעמפ קומט באלד, אלעס וועט ווערען אויסגעצאהלט. ער דערפריידט זיך צו מיר ווי אלטע פריינד פון קינדווייז, ער מיינט איך בין שוין געווארען א מעמבער אין זיין קהלה, אדער וויל ער איך זאל זיך שמד'ן צו זיין פארטיי. ער פיהלט זיך פאר א פליכט אונז מקרב צו זיין און שרייט אראפ, ווינקט מיט די האנט, יאנקעל קום, קום ארויף, יא קום, ברענג ארויף דיין קליינעם. מיט גרויס געשטיפעניש און כאפען ריקעס מיט שטויסעס פון אלע זייטען, זענען מיר ארויף צום עלעפטען שטאק גאנץ אויבען. איך האב זיך געפילט ווי איך נעם אנטייל אין דער טראפיקעל איילענד "סארווייווער שאוי".
יעדער פרעגט ווי גייסטע? סי נישט דא ווי צו גיין! גיי אראפ, נישט דא. משה'לעס קאשקעטעל איז אראפ געפאלען א בחור הייבט דאס אויף און מיר זענען פלאצירט, מיר צוויי נפשות האט אונזער פיש-מאן אריין צוקוועטש אינדעצווישען פון נאך צענדליגע פארשוויצטע קערפער און דורך-געווייקטע טליתים אויף א שטיקעל האלץ וואס קען זיך איינברעכען אין א ליאדער מינוט.
אויף וואס ווארט מען? מען גייט אנהייבען די זעקסטע הקפה זאגט ער. אבער איך הער עפעס זינגען? נאא דאס איז חרדים, וואס? יא חרדים ווייסט נישט?. דאס נייגער וואקסט, וואס איז איצט?.
דאס שטופעריי ווערט ערגער פון מינוט צו מינוט, מושה'לעס פאטעיטע טשיפ איז שוין אראפ געפאלען, דער אפעטיט איז מיר שוין פארגאנגען, מיר גייען אהיים, איך וויל אראפ גיין. מיסטער פיש סטאר זאגט, יעצט ווילסטו אוועקגיין? איך האב דיר געשאפט דאס בעסטע פלאץ, בלייב דא. די בעקיטשע ווערט צוקנייטשט און נאס, זייענדיג פון די ווייניג אידען אין ביהמ"ד אן א טלית פליט מיר דער שטריימעל אראפ און ארויף און משה'לע געפעלט גראדע דער גאנצער מאכערייקע.
דאס געדרענג ווערט גרעסער איך פיהל איך דערשטיק זיך, משה'לע וויל שוין אויך אהיים גיין. איך בעט דעם רבוש"ע זאל מיר דערהאלטען ביים לעבען ווייל איך פארנעם נישט דאס שוויצעריי, די האר און קאפ קראצט, די קאפאטע פארלירט א קנעפעל, דער אטעם איז שווער און די שיך איז פארשלומפערט און צוטרויטען אבער קיינער לאזט אונז נישט אראפ אדער ארויס, מיר זענען פארשפארט און ארום גענומען מיט א צוים פון מענטשען פלייש. אלע הינגעריגע מיילער שפייען אויס ווארימע ליפט ווי דער קאוטש באס אז איך דערטרענק זיך פשוט און מיטאמאל הייבט מען אן צו זינגען.
איך ווייס נישט צו מען קען דאס אנרופען זינגען, איך וואלט דאס ליבערשט אנגערופען שרייען. מען קען דאס אנרופען טאנצען?, איך וואלט דאס ליבערשט אנגערופען שפרינגען. איך ווייס נישט צו מען קען דאס אנרופען לעבעדיג, איך וואלט דאס ענדערשט אנגערופען הייס און קאכעדיג, עס קאכט זיך א דערהויבענקייט. איך דערזעה זיך מיטאמאל און א פארפלייצעניש פון קולות. איך קוק אויף אלע זייטען, די פינגער'ס פון די האנד זענען שטייף און משה'לע זינגט אויך.
מיינע אויגען האבען נאך אזוינס נישט געזעהן זינט איך לעב. איך שאץ אז אינטער דעם ווייסען ליילעך וואס איהר דאך גיסט אראפ שווייס ווי א קראן, האט אין זיך ענהאלטען א מינומום פון פינעף צו זעקס אדער זיבען טויזענט אידען, נישט נאר האבען געטאנצען בחורלעך און קינדער. נאר אלטע לייט, קליינע קינדער, בעלי בתים וואס איך זעה זיי אויף די גאס און איך גלויב פשוט נישט אז זיי קענען זיך עפענען דאס מויל, ברייטבאכיגע אידען שפרינגען ארויף און אראפ מיט אויפגעהייטערט געמיטער אז עס וויל זיך דיכטען זיי האבען אלע געלערענט 11 חדשים פון יאר און זיי פרייען זיך טאקע מיט דער הייליגע תורה ווי דוד און יונתן.
איך זעה דיינים, חשובע אידען, פרומאקעס און פארכניאקטע בחורים, אלע שווייסיג-גלאנצעדיגע שטערענס פלאמען, א ריהרענדע סצענע. א צינויפפליהעניש פון אלע זייטען, איך האלט אן משה'לע מיט אלע כוחות, מיך אליין פרוביר זיך אנצוכאפען און שכן נישט אראפ צו פליעהן.
נישט לאנג האט גענימען צו זעהן וואס דא גייט פאר, דער רבי לויפט פארביי מיט די תורה ארום דער באלעמער און די מאסען הייבט זיך, אלסדינג הייבט זיך ווי א עראפלאן אין די לופטען. אלעס אלעס, די טליתים, די קעפ, די ספרי תורה מיט די פארענטשען, אלעס הייבט זיך אין די ליפטען. אין די ליפטען ממש. ווען דאס געטאנצעריי ענדיגט נישט נאך אביסעל וואלט איך געדארפט גומל בענטשען בשם ומלכות. קוים וואס ער איז דא געווען און ער איז שוין צוריק, אפשר וואלט ער געדארפט לויפען די מאראטאן.

די צוואנציג מינוט וועלען מיר קיינמאל נישט ארויסגיין פון געדענקעניש קאמערעל. דער רבי לויפט און שטעלט זיך אפ, לויפט נישט זייער שנעל און שטעלט זיך אפ יעדע פאר מינוט, פערווארפענדיג מיט'ן קאפ און בחור'לעך מאכען אים ליפט מיט די ביבער היטען און ער לויפט ווייטער, ער הויבט אויף די פיצי תורה'לע אין דער הייעך ווי איינער פרעגט "ווער וויל עס האבען", און לויפט ווידעראמאל אן אויפהער. מאכט מיט'ן תורה וואס איך טוה מיט'ן לולב, אפשר איז דאס א ענין איך האב זיך געשעמט צו פרעגען. דער רבי שטעלט זיך אפ און אלעס קומט צו א שטילשטאנד.
ביז דער טיפעניש פון הארץ איז מיר געטרויטען צו זעהן. דאס ווארימקייט, אלעס זינגט און פאטשט, שאהלט און יובל'ט. דאס לעבעדיגקייט, אלע זענען פרייליך אויפ'ן העכסטען מאס. דאס ברידערליכקייט, אלע כאפען זיך אן האנט ביי האנט, אינג און אלט. ווי א מאגנעט עס ציהט צו א ווארצעל וואס איך האב נישט געוויסט עקזעסטירט.

מיין רבי אין חדר, אויך דער מגיד שיעור אין ישיבה. אלע פלעגען מיר זאגען "יאנקעלע ביזט קאלט" יאנקעל אביסעלע ווארימקייט" אפילו מיין רבי אין ישיבה האט מיר א ליבליכען דזשאכע געטון אין ריקען אמאל ביי א חתונה "יאנקעל קוקסטע אריין אין א מוסר ספר?" כ'האב אים קיינמאל נישט נאך געלאפען און קיינמאל נישט געפינען, נישט אין באר מים חיים און נישט אין נועם אלימלך. כ'האב איר היינט אויך נישט געפינען און דעם שאטער אבער כ'האב געזעהן ווי מען קען עס געפינען, ווי אידען טרעפען דאס, איך בין געוואור געווארען ווי פיאות אידען קויפען זיך איין אמונה און יראה. כ'האב איר היינט נישט געזיכט, עס איז מיר נאך געלאפען און אריין געגריבעלט ביז די טיעפסטע סטרונעס פון הארץ אז עם ישראל חי און נצח ישראל לא ישקר. עס איז נאך דא אידישע קינדער וואס פרייען זיך מיט די תורה, עס איז נאך דא מנהיגים וואס לאזען אזא איינדריק אויף זייערע חסידים, אז עס גייט אריין א קאלטער אינג אין א שאטער אין וויליאמסבורג און געפינט זיך מיטאמאל אין א אינזעל פון הייליגקייט וואס שמעקט פון גן עדן. ווייט אוועק פון דעם ברויזענדען ים אמעריקא.

אז די האלעפצעס איז נישט געלונגען האט שוין די שוויגערס נאז דערציילט גלייך ביים אנקומען. איך זאג אבער "שוויגער טייערע די קרויט איז אזוי גיט, די שוויגער קען עפענען א קרויט געשעפט נאך יונטעף" ביזטע סארקאסטיש? ניין איך מיין עס זייער ערנסט! יא? יא! און זי וואלגערט זיך אין בעט, האט יאנקעל עס געמיינט אדער גאר געטריבען שפאס.

ביים זמן איז שוין געווען א מעסעדזש אויפ'ן טעלעפון פון בעה"ב אז ער וועט ערשט צוריק זיין פרייטאג און איך זאל אנגיין מיט'ן סדר היום, מאכען זיכער אז אלע ארדער'ס ווערען אקצעפטירט ווי עס ברויך, דער סוכה איז צונומען, דער שלאק און סכך אוועגעפאקט אויף איבערעס יאר. דער אתרוג ווייקט זיך שוין אין וואסער אויף חמשה עשר בשבט, די קינדער גייען צוריק אין חדר און סקול מיט נייע חומשים און ביכער, די באסעס פארען צוויי שעה שפעטער און מען דארף א נייע שארפענער פאר סקול מיט זיבען פענסלעך און ווער ווייסט וואס נאך. . דער לענדלארד זאגט אז ער צינדט אן דעם סטיעם ממש ביז אפאר מינוט, און לאמיר גיין זיכען א בראשית חומש פאר משה'לע.


תוקן על ידי - נאטורליך - 30/10/2005 4:50:07

תוקן על ידי - פענסטער - 31/10/2005 3:40:04



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/11/2005 03:02 לינק ישיר 


און אז מען זיכט טרעפט מען, אבער דאס יאר וויל ער א נייע חומש, דער פאריעריגע רבי האט געבעטען אלע קינדער צו קויפען שמירת עינים חומש דאס יאר באפעלט ער א עוז והדר ווייל עס האט בילדער פון נח'ס תיבה און לוט'ס ווייב. משה'לע וויל אויך א נייע סידור מיט א תהלים, פארוואס? ווייל די אלטע איז צוריסען און חני האט אויך א ניי בריעוו-קעיס. ער וויל עס אויך בינדען פאר 3 דאללאר און ער וויל אלעס נאר נישט גיין שלאפען ווען מען הייסט אים. ער איז שוין אפילו מסכים זיך אנגרייטען נעגעל וואסער אבער נאכדעם איז ער געווארען זייער הונגעריג און וויל עסען א עפעל.

שמחת תורה איז אריבער מיט גרויס פרייד, דער לולב ווארט מען זאל אים פארברענען מיט די חלה טייג ערב פסח. מיר האבען זיך ווארים אפגעזעגענט מיט'ן ר' לדוד אורי. דער בעקעריי באקט שוין ווידער לענגליכע חלות. און די פיש, מיר בענקען זיך זייער נאך פיש, שוין לאנג נישט פארזיכט.

צוריק געריקט די זייגער'ס און צוריק און דער ארבייט אריין, די טעגליכע מיטפארענדע אויפען באן לאזען מיך נישט טייפען במנוחה, זיי פרעגען זיך נאך וויאזוי דע וועקאציע איז געווען און ווי מיר האבען פארברענגט. גיי זיי מסביר פאר'ן ערל מיט'ן נאז באנד אז זיך לייגען שלאפען צוויי וואכען נאכנאנד אויף א פיהלען מאגען מיט רינדערענד פלייש און טורן אויווער'ס, אדער זינגען א הארציגען ממקומך ביי כתר הייסט ביי מיר נאך נישט א וואקאציע אבער איך זאג זיי העפליך "טענקיא איט וואז ווערי נייס ענד רילעקסינג" איין שיקסעל וויל נאר וויסען פארוואס איז געווען חוה"מ א גרויס אנלויפעניש פון חסידים אין דער טרעין און א טאג דערויף איז נישט געווען צובאקומען א זכר פון א איד. זאל איך איר אויסזאגען דעם סוד העיבור פון חול המועד?

אונז האט ער אהיים געברענגט א שיינער מתנה פון הייליג לאנד, א זילבערנע ברוינפען סעט איינגעקריצט אונזער משפחה נאמען און א כותל מיט בלימאלעך. ווער האט אים פארציילט אז איך גלייך נישט אלקעהאל? א נער איז ער אויך נישט, ער ווייסט אז מען דארף קודם שמירען די רעדער און צופרידען שטעלען די פרוי. מיר האבען זיך שיין באדאנקט אבער איך וויל וויסען צו איך קען מאכען א קאנטראקט, באלעבאס לעבען אלעס ווענדט זיך אויב וועט איר זיך אהער שטעלען מיט א שטיקעל צוגאבע, דאס הויז וועט קאסטען א מיאנטיק.
ער זאגט מען וועט נאך רעדען קודם לאמיך אפדעכען, ער האט הנאה פונעם שיינעם ברוך הבא טאוועל וואס חנה'לע האט געמאכט און געפארבט מיט רעגען בויגען קרעיאן'ס. אפילו די קליינע שופי האט צוגעהאלפען מיט די חנופה טעוועלע.
איך פרעג אים אויס ווי אזוי דער יו"ט איז פארביי, איך באדאנק זיך פאר'ן מיך אינזינן האבען ביי קברי צדיקים, ער האט געברענגט א גריס פון מיין משפחה אין חיפה. און פארציילט פרישע מופתים פון זיין רבי'ן וואס ער האט הערשט געהערט פון בעל המעשה (באקער) אליין. און איך שאקעל מיט, פלאי פלאות, נישט דא נאך אזא קדוש. די אויגען לייכטען אים אויף.
ער קוקט זיך אום מיט א בייז אויג ווי איך האב אים געמאכט ארדענונג אין זיין אפיס. אפגערייניגט דעם גרויסען שטויביגען מוהאגעני טיש מיט'ן גלאז דערויף, און געמאכט שבת פאר זיך. אוועק געווארפען זיין הויפען פאפירען און געלייגט מיין טעלעפון אויף זיין טיש. דאס מערסטע איז ער צושאקעלט ווען אלע מיט ארבייטאר'ס און ארבעטארין שמייכלען פון רעכטען אויער ביז'ן לינקען איבערען יומא אריכתא פון לייכט ארבעטען. ער איז אביסעל אויפגעברויזט אז זיי פרעגען מיך נאך קשיות, אים טוען זיי מיט באהאלטענע פרייד איגנארירען. ער פרובירט צוריק נעמען דעם טראהן מיט געוואלד פונעם משנה למלך, ער שיקט מיך צו א לויער אפנעמען שריפטען אבי איך זאל זיך נישט דרייען אינטער זיינע פיס יעצט. דערווייל פרובירט ער צוריק געווינען דעם צוטרוי פון זיינע קנעכט. ער קומט אריין צו מיר אין אפיס און הייבט אן קוקען אויפ'ן פיש קעסעל ווי איינער וואס האט עפעס אויף די צינג נאר ווייסט נישט וויאזוי ארויס זאגען. איך פרעג אים צו ער וויל נישט אפשר טיילענאל, "נא כעל דיר זאגען, יאנקעל, איך מיז מיך באמת באדאנקען פאר'ן נישט פארען אויף אומאן און לאזען די ביזנעס אויף הפקר, איך וועל עס געדענקען צום גיטען, וועסטע זעהן. גיב מיר ביז חנוכה איך האב פלענער צו פארברייטערען, די וועסט זיין זייער צופרידען, איך קען נאך נישט רעדען. זארג נישט יאנקעל.


דער קאנטראקט איז נאך ווייט פון זיין פארטיג און אינטערגעשריבען אבער איך בין שוין א הויז אייגענטומער. יעדע נאכט ווען די קינדער זענען שוין פארפאקט אינטער די דאכענעס נעמט מען אפיר דעם ספעציעלען רינדיגען פישקע מיט די "פלענער" מען צועפענט איר אויפן טיש אין דיינונג-רום, און מען חלומ'ט הויעך. מען מעקט אויס און שרייבט צו, מיר גייען עס דורך ליניע ביי ליניע, מ'צוקייעט יעדען ביינדעל וויפיל סקווער-פיס וועט זיין די לאנדרי רום און ווי קליין איז דער קאך, האט די קינדער שטוב יא פענצטער? אויף פאפיר זעהט אלעס אויס ווי סאדאם כוסעין'ס פאלאץ, ביז די פארטאגס שטונדען איז מען פארטון.

אז איך פרוביר צופארען אהין מיט די קאר פארבלאנדזשע איך ביז אין הארלעם אבער ערגעץ אין א פינסטערע גאס אינדרויסען פון די וויליאמבורג וואס איך קען פון קינדווייז, און לעבען נאך א כאפטקע אידישע ברידער האבען מיר אנגעזייט כמעט א האלב מיליאן דאללאר וואס איין ג-ט ווייסט וויפיל יאר עס וועט נעמען צו פארווישען דעם חוב פאר די באנק. קוים וואס דער פונדאמענט שטייט אבער ער וויל שוין א דאון פעימענט פון מער וויפיל עס קאסט אפ פאר צוויי מחותנים חתונה מאכען א פארפאלק, ווען אימער מיר גייען קוקען דעם אפענעם קבר שטייען אנדערע פאמיליעס און גלאצען אויפן פרייען זאמד מיט גרויס פארגעניגען. דא וועלען מיר מערצעשעם וואונען. די קינדער שמעקען שוין אז עפעס טומעלט זיך איבער א דירה און האבען שוין געזאגט די שכינים און פריינט אז מען מופט.
איך זאג דארט איינעם פאר הלצה אז קומענדיגע וואך גייט דער פארקויפער מאכען א גרויסארטיגע הנחת אבן הפינה און יעדער זאל פארופען משפחה און גיטע פריינט, אוי האב איך באקומען א מי שבירך פונעם סוחר. אלעס טעלעפאנירט איבער דעם געפלאנטען אבן הפינה און ער ווייסט נישט ווער עס האט אנגעדרייט.
דער געגענט איז ווייט פון אידישלעך, דערווייל וואונען אפילו א שפאר ביסעל יאפי'ס מיט בלויזע ארבעל און העד-פאוינס אין דער אויער. אבער די ווייסער זאגען אז ביז איבער א יאר וועט עז זיין ארטיסטען פריי. איך בין נישט באזארגט, אז איין אידישער פיש סטאר וועט זיך אהין ציען וועלען אלע היפסטער'ס גלייך אפציען. פארזיכערט.

מיר שטייען איבער'ן בלו-פרינט'ס און באטראכטען די גרויסע באקען-פאפיר מיט די פלענער, ווי געשוהלטע בוי מייסטער. איך האב פארגעשלאגען מען זאל דאס ניצען פאר א טישטעך און דיינעט, וועט מען האבען א תירוץ דאס זאל שטענדיג זיין אויפ'ן טיש.
עס איז שוין אן געפירקעלט און אלע זייטען. אז עס דוכט זיך עפעס שטומט נישט קלינגט מען גראד אן די שוועסטער זי האלט זיך הפנים פון די פארשטייעדיגע, אויב זי פארשטייט נישט עפעס קלינגט זי צו אונז מיר זאלען באשיידען דעם חלום און אזוי ווערען מיר אלעס געוואר וואס א טאג שפעטער אז יעדע בלויע שטריכעלע מיינט א פיס און אט איז מען מיט א פיס ארויס פון דאנען, צו א נייער דירה? וועלען מיר נאך זעהן.

מען רעדט מיט א דעזיינער, ניין נישט א פעישען דעזיינער. מען האט באשטעלט א פרוי וואס פארשטייט, זי פארשטייט גאר גיט און סאך בעסער וויאזוי אונזער דירה זאל אויסזעהן. וואס איז נישט גיט די פארטיגע פלענער פון קאנטראקטער? יעדער שמויטע פאנע וואס בעט נאך רעשט פון א קוואדער ביים צדקה גייער אין שוהל האט אבער א מארגידזש אויף א האלב מיליאן, מיט א דעזיינער וואס אפילו פרעה'ס יועצים וואלטען זיך געקענט פאר זיי פארשטעקען. זיי באפעלען אויסדריקלעך צו נעמען שטיינערנע קאונטער טאפ'ס אין פסח קאך, אינטער-קאמס און אלע צימערען אפילו אין ביהכ"ס, אז נישט קען מען נישט מופען.
איך ווייס נישט צו מיר וועלען למעשה קויפען א דירה, איך ווייס נישט אויב מיר וועלען ניצען די פלענער. איך ווייס אבער יא אז די פרוי האט באוויזען ארויס צו דעזיינען א וואך געהאלט פון מיין באנק אקואונט בלויז פאר'ן געבען גלענצענדע עצות.
ווען זי רעדט צו אונז מאכט זי דעם אנשטעל אז די דירה איז שוין פארטיג מען מיז נאר באשטעלען די פעינט וואס זי וויל און אויף שבת וישב קען מען מאכען דעם חנוכת הבית. אז איך זאג איר מען האט נאך נישט געלייגט ציגעל, זאגט זי "ווילאנג מיינט איר געדויערט דאס גאנצע ציגעל-לייגען "?


זינטאג נח, מיין ביינאכט-חבר האט ערקלערט קריג מיט מיר. ער זאגט איך לערן צו שנעל פאר אים, איך פארפעל מער ווי איך קום און ער גייט זיך זיכען א נייעם חבר. אויך ווייל זייט מיר לערנען אין ארט-סקרול גמרא האב איך ווייניג געדולד צו אים.
איך האב אים צוגעזאגט איך וועל שוין זיין וואול, ער שלעפט אראפ די קוטשמע ביז אינטער די אויער און זאגט איך קען מער נישט! זיך דיר דיינ'ס גלייכען, דיין קאפ ליגט אין די נייע דירה. אדער אין ווער ווייסט וואס.
איך פרעג אים צו ער האט שוין געזעהן הערי פאטער?
ער גיט א מאך מיט'ן אקסעל און גייט ארויס, קומט צוריק מיט א הייסע טייה פאר ביידען און זאגט, נו, ווי האלטען מיר? זאגט די גמרא.
זעהט איר וואס עס פאסירט אז דער נאכטמאל געלונגט נישט איין נאכט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2005 03:46 לינק ישיר 


מזל טוב, מומע ביילא איז געהאלפען געווארען און א מזל'דיגע שעה, דריי און צוואנציג און א האלב יאר נאך די חתונה, ענדליך א בן זכר. דאס מיז אוודאי זיין דער ברכה פון א גרויסען מקובל פון ארץ ישראל וואס איז געווען דאהי פארגאנגענעם ווינטער.
עס ווערט ערווארטערט א גרויסער שלום זכר קומענדיגען פרייטאג צו נאכטס. איך גרייט שוין צו א דאללאר פאר'ן שמש וואס וועט מיך בענטשען הוא יברך ביים סעודת ברית. אויך פאר די ברידער'ס וואס האבען קיינמאל נישט קיין סינגעל'ס אין טאש, איך לייג זיי אייביג אויס.
זי פארציילט נישט קיינעם ווען זי האט א קינד, אונז משפחה מיטגלידער ווייסען שוין אליין אז יעדע 12 חדשים קאלט מען איר פרעגען "א אינגעל צו א מיידעל"? פשוט איך זאל וויסען צו איך האב א זכר אדער א קידוש. מאכט זיך אמאל אז זי הייסט צוריק קאלען ביז א וואך. און צומאל האב מיר פונקט פארפאסט דעם קידוש, דאן זאגט זי נאר דעם נאמען פון ניי געבוירען'ס און מען ווינטש זיך איבערעס יאר מערצעשעם און אבאנטש נחת. איין מינוט ביילע. דאס וויפעלסטע צום גיטען? איך צייל שוין נישט..
שוין פאסירט אז זי האט אונז אלע אויסגעשפילט דאס איז געווען יארען צוריק, נאך אין די מ' יארען ווען זי האט געהאט דעם צווילינג.
זי ווייסט קיינמאל נישט וויפיל דאס קינד האט געוואוגען און די קאליר פון די אויגען. אז מען פרעגט איר "ווי וועם קוקט דאס קינד אויס" זאגט זי שטענדיג "ווי איינע פון אונז דו נער'לע".


חני וויל וויסען וואס נח און זיין פעמילי האט געטון אין די תיבה, איז געווען א קאמפיוטער? אדער געים בוי'ס?. איך זאג איר, עס איז נאך נישט געווען קאמפיוטער'ס יענע צייטען, זי קוקט מיך אן ווי א זיידעטשקע אן ציין פון פאר די מלחמה. עס גייט איר נישט אריין אין קליין קעפעל אז יענע צייט איז מען נישט אויפגעוואסען מיט טשארלי ענד דע טשאקלאד פעקטארי און דיזני געימס. וויל זי וויסען אויב דזשעלי ביענס איז יא געווען.
און וויאזוי קען זיין אז שרה אמינו האט זיך נישט צעלאכט זייענדיג איינגעשפארט אין קאסטען? פרעגט זי די וואך. אלץ האט זי קשיות וואס מיר פאלט נישט ביי, איך האף אלעס צו געדענקען איבערדערציילען דעם חתן אי"ה ווען עס וועט זיך אויספעלען.


דער חתן כל הנערים האט ענדליך מקיים פסק געווען און געשטעלט א קידוש שבת נח, א קידוש וואס מען זעהט נאר ביים נגיד אדער ביי אזעלכע קבצנים ווי ער, אים איז א קליינער חילוק אז דער קרעדיט קארד בילל איז געשטיגען מיט א זערוי ארויף צו אראפ. סייווי איז ער אנגעזעצט פון אלע זייטען. א קידוש אויף פעטער וויזע פון באנק אויף אמעריקא אדער טשעיס באנק וועט אים נישט מאכען א קלענערער דלפון.
ער האט באשטעלט א היימישען טשאלענט פון א באוויסטע טשאלענט מאכערקע אין בארא פארק. צוזאם געשלעפט פריינד וואס ווייסען קוים זיין ערשען נאמען, ווער עס גריסט אים אויף די גאס זינט שמחת תורה איז געלאדענט צום קידוש. אונזער קליינער שוהל'כעל איז איבער געפילט מיט כל צרוע וכל. דער געדרענג איז גרויס, פון די היץ אליין האלט זיך דער טשאלענט קאכעדיג הייס אן א אויבען.
לכבוד דעם קידוש האט ער אויך געלאדענט זיין גאצע משפחה מיוחסת וואס פון זיי אליין איז דער בית הכבוד געווען פארנימען פון אנקום ביז אנעים זמירות, ביים לייענען רעדט זיך מיר אפ ר' בערל אז ער דארף עמערדזשענסי. האב איך געשיקט משה'לע זאל עפענען דעם טיר און אריין שרייען אז דער קידוש הייבט זיך שוין אן, א מינוט דערויף זענען אלע גאלע ליבהאבער ארויס און ר' בערל האט מיך געבענטש מיט אלע ברכות וואס מען ווינטשט א רך הנימול.

דער שבת איז קורץ, קוים וואס מען ענדיגט כמנחה על מחבת און מען ליינט זיך אן מיז מען שוין צוריק מנחה'ן. מערסטענ'ס קומען אן ביי שטילע שמונה עשרה מידערהייט מיט צעקנייטשטע פנימער, ווען דער טשאלענט דריקט אין אלע זייטען און געניצען אן אויפהער, דער געטרייער גבאי כאפט מוציא'ס פון די אום-אויסגעריהטע מתפללים. איינער פרעגט פארוואס איז נישט דא געניג בילקעס א צווייטער איז אנגעבלאזען ווייל זיין חיימ'ל האט קנאפ געקענט די חומש ביים פארהער און אלע פרעגען וואס טוט מען די לאנגע מוצאי שבת'ער?.

קוים וואס דער שפייז צו נאכטס האט זיך אנגעהויבען, די אויגען זענען נאך פאכט פון הבדלה וויין, משה'לע שלעפט מען דארף גיין צום מעיאר. דער מעיאר מיט זיין סוויטע קומען אט אפנעמען דאס ביסעל כבוד וואס די אידישע פירער האבען אים פארשפראכען. ער זאל נאר קומען באזיכען די אדמורי"ם און צוזאגען א ליסטע מיט פארשפרעכונגען. קיינער בעט אים נישט איינצוהאלטען, דער עיקר איז ער זאגט צו. דערנאך שטעלט מען זיך פאר א קאמערע מיט'ן רשכבה"ג און אלע פעיפער'ס ווייסען צו באריכטען אז דער מעיאר מיט'ן כ"ק מרן זענען איינשטימיג אז מען מיז אים געבען נאך 4 יאר.
אלע גאסען זענען באהאנגען מיט טישטאכער וואס באדעקען די רויט לייט'ס, ווי עס פאסט פאר'ן גרעסטען ירום הודו זייט אחשורוש. ער זאגט צו פון אלעם גיטען, צוזאגען און ליעב האבען קאסט נישט קיין געלט. און אז יא האט ער גענוג און נאך דערפון.
מען האט געזינגען מלוה מלכה זמירות און דער מעיאר זיצט אויבען אן מיט א יארמולקע אויפ'ן שפיץ קאפ, ער שמייכעלט העפליך צו די חסידים אויף די פארענטשעס, אזוינס פאסירט נישט אזוי אפט. אלע חסידים האבען געזינגען יחי אדונינו. אויף די ענגלישע שפראך הייסט דאס 4 מאאר יוערס. די באקאנטע קהילות פארטרעטער האבען זיך אויסגערימט און געפאטש אין בויך וכל העם ענו אחריו אמן. ער זאגט צו דעם בריק, אז איר גלייבט נישט מאכט נישט אויס דער עיקר איז, קומט אלע ארויס שטימען ווייל די וואלען זענען קריטיש וויכטיג, וויכטיג פאר וועם? פאר מיר זיכער נישט.
איך פרעג די חבירים פארוואס, קיינער ווייסט נישט אבער איין זאך ווייסען אלע קינדער. פאר איעדע שטימע וועט מען באקומען א גיטע זאך אין חדר. עולם גולם לויפט שטיין אין דער רייע צו מאכען זיכער אז דער מעיאר באקומט זיין פארדינטען כבוד.
ער ווייסט ביי אונז חסידים קען ער העכערען שטייער און ארום שיקען פאליציאנטען צו גיבען וואס מער טיקעט'ס דריי יאר, צום סוף וועט ער אלעס ארלעדיגען מיט א צוזאג צוויי, און מיר זענען אים אלע שטארק דאנקבאר.


היינט זינטאג וויל זי א פופציגער ווייל א חברטע'ס מאמע מאכט א פארטי, אנדערש קען מען נישט אנקומען. זי האט געבעטען מען זאל זיך אנשטרענגען צו רופען אלע פרויען פון בלאק, אלע חבר'טעס פון סקול. איך האב שוין פאר די וויכטיגע מוסד געגעבען ביים דינער, ביים טיי אווענט און יעצט מאכען זיי א פארטי ווייל א נישט גייט דער מוסד אינטער. נו הכלל אז עס וועט אינטער גיין? וועלען די קינדער גיין צו א צווייטער מוסד, מה כל הרעש? זענען מיינע קינדער נישט ערשט אז זייער שכר לימוד זאל זיין אויסגעצאהלט? וואס קען מען אבער טוען אז דער מוסד וואקעלט זיך ממש אז אן מיין פיפציגער קענען זיי נישט עפענען מארגען צופרי.

די מוצאי'ס ווערען לענגער ביי די וואך און קיינער וויל נישט איין זיצען אין שטוב. די גרויסע ווילען גיין שאפינג און די קליינע ווילען גיין אין פיצא סטאר, זיי זענען מסכים אפילו צו וואדבורען פיצא. אבי ארויס פון שטוב און אריין אין קאר, משה'לע האט עפעס אויפגעברענגט אבות ובנים איך האב פארדרייט דעם שמועס און מיר זענען ביידע צופרידען. אין פיצא סטאר שטייען מיר אין דע רייע, גרויס מאדען קומען אריין און רעדען הויעך אז דער טיילער הערט נישט וואס מען בעט פון אים. ווער דארף א פיי? אלע הייבען אויף די הענט. פון גרויס געטומעל גיבט ער אונז צוויי איבעריגע סלאש מיט ווייסעך וואס נאך, מיר האבען עס ערשט באמערקט אין די קאר ווען חני'לע זאגט דע סלאש איז געווען דעלישע'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/12/2005 05:44 לינק ישיר 

אלעמאל רופט ער א שעה פאר'ן זמן אדער פונקט ווען מען לייגט די קינדער שלאפען, אלץ יאגט ער זיך און ברומט אינטער די נאז, קוים וואס מען פארשטייט וואס ער זאגט. די איינציגסטע ווארט וואס ער זאגט דייטליך און פאוואליע איז די סומע געלט. דאמאלס באגיסט מיך אלעמאל א קאלטער שווייס און ווארימער שטרוים .

אצינד וויל ער נאך פינף און א האלב טויזענט דאללאר פאר א פארטש גלייך פון קאך ארויס. און אויב דארף איך נישט א פארטש פרעג איך? ווער וויל דען נישט א פארטש? די שכינים העכער אייך ווילען! און אז איך וויל נישט? דיין ווייב וויל יא.
טראכט איבער, ענטפער נישט איבעראייליג איך וועל צוריק רופען מוצאי שבת. פארגעס נישט - אז די וועסט די דירה פארקויפען לכשירחיב וועסטו קענען אינלייזען 10 טויזענט מער נאר פאר'ן פארטש אליין.
אין דער אמת'ן קען איך ניצען דעם פארטש, איך ווייס אבער אז נאך דעם פארטש קומט א צווייטער זאך. שטיפ איך אלץ אפ מיט פוילע תירוצים און א שווערען זיפץ.
אז איך וועל אים געבען פאר א פארטש וועט ער באלד דערויף בעטען נאך זיבען טויזענט פאר טרעפ ארויף? אן טרעפ קען מען דאך נישט ארויף.
ווי בטלניש ער קוקט אויס, געלינגט אים שטענדיג אריין צו לייגען א פיס אין מיין בייטעל.
לייט זאגען, ער האט דעם ערשטען מעלוינע געשיקט קיין שווייץ נאך איידער איך בין געבוירען.

פון 375 האלט עס שוין ביי 425, יעדען טאג וואס איך שרייב נישט אינטער דעם קאנטראקט, וואקסט דער סומע און ער רופט מיט נייע באדינגונגען און פארשלאגען וואס מאכט זיין קעשענע געשוואלען און איך זינג שוין יעדען שפייז צו נאכטס דעם "דברה לו האשה יותר" מיט גרויס כונה.
יענע וואך זאגט ער נאכאמאל, כ'האב א צווייטען וואס וויל פאר די זעלבע דירה צאלען סאך מער. אז איך זאג אים "גיי פארקויף עס א צווייטען" טוישט ער דעם טאן און פריווט א צווייט מאהל מיט א אנדער טעכניק אריינדרינגען אין מיין ליידיגע קעשענע.

איינמאל א וואך גייט מען אויף באשוי מיט א צווייטע בעל הבית'טע, נישט מיט אליין נאר מיט איר קיך.
מען רופט אן א צוויי צענדליג אידענעס וואס האבען לעצטענס געקויפט נייע קיכען. און מען גייט זעהן אלע סטייל'ס און מאדעלען ביי זייערע נייע הייזער. אז מען זעהט א געפעליגע קיך שרייבט מען אראפ די דעטאלען אין ביכעלע. מיר האבען שוין האלב באשלאסען, דאס פארב זאל זיין ווי ביי די פרידמאן'ס אויף קלעסאן, די דעזיין זאל זיין ווי די אנדערע פרידמאן פון וואלאבאוט, די טשאטשקעלעך ארום דער ברום פון אויבען ווי ביי א דריטע משפחה אויף טעפפי פלעיס. דאס האלץ מאטריאל ווי א מומע אין פאז. אבער אלעס קען זיך נאך טוישען אכט און אכטציג מאל, איך בין נישט מקנא ווער עס וועט געווינען ביי אונז דער ליציטאציע אויפ'ן קאך.

ווען דער בויער זאל אזוי פלייסיג אין אייפערדיג בויען ווי אונז מאך מיר באשליסען וואלט ער שוין געבויעט א סיער'ס טאוער אין וויליאמסבורג.
דאס אפשטאטען די באזיכען קומט מיט א פרייז פאר ביידען, מיר מיזען ארויסגעבען ווי מיר קויפען, וויפיל מיר צאהלען. וויפיל קינדער און אלע ארומיגע פראגעס וואס ליגט אינטערען צינג.
אזוי שטעלען מיר זיי אויך אויף א קרייץ פארהער. קענען מיר אפשר איינוועגס זעהן די באדע-צימערען? ווער איז געווען דער פעינטער? ווער האט געמאכט די מאולדינגס? און די טיילס? אא"וו
אנטשולדיגט מיר ווילען נישט אויפהאלטען, מיר מיינען נישט ח"ו....
נא סיז אקעי, איר קענט, קומט אריין דא, דאס האבען מיר געקויפט ביי.. אין לאמעך ווייזען דעם פסח קאך...
יוש סי אזא כאזעריי איך שעם זיך פשוט... די גויטע איז היינט נישט געווען..
ביסלעכווייז זענען מיר גאר ווייטע קאזינ'ס, זיי ווילען שוין מיר זאלען נעמען די מארגידש ביי זייער'ס א געוועזענער שכן וואס וואונט היינט אין מאנסי. און אלעס איז פארשטייט זיך פאר'ן תכלית פון די נייע דירה וואס מען ווען אפשר נעמען אין גיכען.

מיר האבען זיך שוין אויסגעלערענט צו פרעגען וויפיל "פאט וועט זיין די סילינג", וויפיל אינטשעס די וואנע. דער דירה וועט זיין 1650 גראויס אדער נעט? אא"ו.
געווארען גאנצע זאך קענער און ארכיטעקעטשער. פרעגט מיר סיי וואסארא פראגע אין בויעריי וועל איך ענטפערען אן א קעקעצען. מיר שטייגען היינט איבער אלע פיפיגע סוחרים פון לייפציג ווען עס קומט צו א וויליאמסבורגע כאטקע.

איך שלאג פאר דאס פאלגענדע: אלע וואס קויפען נייע דירות זאלען באוויליגען די ערשטע צוויי יאר ארויס הענגען א קליין בלעכעל אויף אלע נייע איינריכטונגען מיט די פרייז, ווי מען האט דאס געקויפט, וויפיל האט מען זיך געדינגען מיט'ן סוחר, פארוואס האט מען אויסגעקליבען דוקא דער מאדעל און נאך נויטיגע אינפארמאציע וואס קען זיין בייהילפיג צו מיר ניי-הייזער קויפער.
און פאר א קליינער אפצאהל זאל מען אריין לאזען געסט איינמאל א וואך, ווי צום טיער-גארטען.
העכטסענס קען מען קויפען א גאנץ-יאר-בילעט, דאן וועלען די אייגענטומער מיזען ארויס געבען די שבת שלאס נומער פאר די וואס באצאלען, אזוי ארום וועלען מיר קענען קומען קוקען אן אויפהער פראנק און פריי ביי אלע דירות, ביז מען וועט פאסען דעם ענדגילטיגען באשלוס ווי אזוי דער קיך זאל אויסקוקען. אין איינוועגס וועט דאס ארויס העלפען מיט'ן מארטגידזש.
ביי אלע נייע דירות זאל הענגען א קליין צעטעלע אינטער די מזוזה, אפען פאר באזיכער, יא? ניין? באזיך-צייטען? פרייז?
אדער זאל דער "ביזנעס דירעקטארי" האבען א צייכען לעבען דער אדרעסס וואס זאל אנדייטען אז מען קען אהין קומען.



א נייער אינגערמאנטשיק איז געקומען אין שוהל, ער רעדט נישט צו קיינעם, דאוונעט צווישען די ספרים שאפעס גרייזלענדיג דערביי א פיאה, אז מען שיקט אים צום עמוד איז ער אלץ גרייט אבער נאר צו מעריב מוצאי שבת. ער האט שוין באקומען אן עלי' אויך הגבה. אלע אין שוהל האבען שוין געגעבען שלום, איך רוף אים דער שותק.
דער הויעכער שווארצער שטריימעל מיט די ברוינע הארעלעך זאגט עדות ער איז נאך נישט געווען ביי א דיין מערסטענ'ס איין מאל.
דאס בערדעל גראדע וואלט מען געקענט ניצען פאר א בעזים אויסצוקערען דער שוהל. עס זאל נישט אויסגערעדט זיין.

קוים געווארען א איידים ביי א שטענדיגער מתפלל, ער קווענקעלט צו ער מיז זיצען לעבען דעם חשובע'ן שווער אדער קען ער זיצען מיט זיינ'ס א ישיבה חבר נעבען קאווע שטיבעל. טייל מאהל קומט ער מיט א רעזשעוואלקע, אנדערע מאל מיט'ן געבלימטע כאלאט. ביי כגוונא פיצט ער אלעמאל אויס די שויבען פון די ברילען און זינגט צושטיהל יוסעלע'ס רזא דשבת.
ביים פארפארטיגען דאווענען בליקט ער רויטערהייט. רחמנות'דיג און פארלוירען צו דארף ער גיין צום שווער, אדער זאל ער ווארטען דער שווער זאל אים פארביי גיין און אים אפנעמען אויף קעסט.
געווענליך קוקט ער זיך פאר א דבר תורה ביי שטילע שמונה עשרה הינטער ווייליכס.
די וואך האט דאס ווייבעלע אים אפגעווארט אינדרויסען ביים אהיים גיין. דאמאלס האב איך אויסגעפינען אז ער קען א שמייכל טוהן.
ער זעהט אויס היבש צוטומעלט פונעם גאנצען חתונה טאראראם. פאר גרויס מיטלייד, און נאך זיך דורך רעדען מיט זיין שוואגער האב איך זיך גענומען די אויפגאבע אים ארויס צו העלפען לייזען דעם כל התחלת קשות.
איך פרעג אים וויאזוי גייט עס? איז דא שלום בית? ער כאפט נישט אז איך מיין אים מקרב זיין.
פרעגט ער מיך "מען רעדט אין שוהל אז איך האב נישט שלום בית"?
זאג איך אים, מען דארף נישט פרובירען געפעלן דעם שווער, קום און גיי, גיב א שמייכעל און זיי מחי' דאס ווייב, איבערעס יאר וועסטע מאכען דעם שווער פאר א זיידע.
זאגט ער מיר אין דע אויערען אז דער שווער דערקיטשעט אים די יארען און ער ווייסט נישט ווי מען גיבט זיך אן עצה. ער מישט א קאשע און שטעלט אים אויפ'ן צימבעל ביים שבת טיש. וואס טוט מען?
כ'האב אים געראטען וויאזוי ער זאל אים באהאנדלען לאמיר האפען אז מען וועט דעם שווער נישט מיזען אויספראקען.


משה'לע ברענגט אהיים א פראגע צעטיל וואס מען דארף אויספיהלען אויב ער לייגט זיך צייטליך און אויב ער האט נישט געשטערט ביים לייענען. פירט ער זיך שיין אויף מיט די געשוויסטער? זאגט ער נישט קיין ליגענט?
זינטאג אז מיר ווילען אויספיהלען דעם ריינעם אמת קערט ער איבער דאס הויז און וויל נישט גיין אין חדר.
די וואך האב איך אים געזאגט אז איך גיי עס פאקסען צום רבי'ן אהיים און ער איז באפרייט פון טראגען.
דאס האט געהאלפען ערשט קלאסיג.


דער בעה"ב מאכט בר מצוה דאס בן זקונים'על קומענדיגען חודש. פארציילט ער מיט זארג, אלע חברים און טייל משפחה פארען באלד צו די בעדער קיין מיאמי-ביעטש, ווער וועט זיך באטייליגען ביי די בר מצוה?
איך האב אים געראטען ער זאל מאכען דער בר מצוה דארטען לעבען ים הגדול. וועט ער האבען מער געסט ווי דא.
ווען איך זאג אים ער זאל נישט פארגעסען צו טאנצען מיט א בעזים, האט ער עס זייער ערענסט גענומען און מיך געהייסען אים דערמאנען.
וועסטו אכט געבען אויף די ביזנעס ווען איך בין אין מיאמי?
האב איך נישט גיט געהיטען לעצטעס יאר?
יא זיכער, יאנקעל.
דאס זענען די ערשטע קערענדלעך פאר א האפענדיגער באונעס.


איר געבורט'ס טאג קומט אינטער, אלע יאר קויף איך איין ביים אפטייקער צוויי קארטלעך. איין ערנסט קארטעל און דאס צווייט מער א קארטאניש. און א גיטען טאג קען זי לייענען דאס ערענסטע, אז זי איז נישט גיט געלאונט קען זי קוקען אויף די צווייטע און צולייגען צום פעקעל טענות אז איך מאך חוזק. שטענדיג פרעגט זי, דאס אלעס?
דאס יאר האט זי שוין באשטעלט ביי מיר צירינג פון גין-גאלד, איך ווייס ניטאמאל ווי מען קויפט דאס, אין דער קאטעלאגע איז עס פינעף מאות אויף סעיל.
איך צייג איהר די קאטאלאג, אזוינס זאל איך דיר קויפען?
יא, דאס איז עס.
אויף די מאדאמע אויפ'ן בילד שטייט עס גאר גיט. זאג איך איר
האב איך זי געבעטען אפצושטיפען דאס יום ההולדת אויף נאך קראצמעך, דאן גייט אלעס אויף סעיל. זי גייט איין דערויף. וכיון דאידחי אידחי פלעגט זאגען דער רבי אין חדר.


א באווארפען ביי אונז אין שיהל מאכט זיך זעלטען. ווען א דאווענער טוט א שידוך מיט זיין תכשיט זיכט ער אויף א גרויסער שוהל ווי מען קען ווארפען פעקלעך פון די הייעך.
אבער אז מאיר דער אינטער ראש הקהל מאכט חתונה דאס ערשטע קינד וועט ער אונז נישט לאזען ווי א דארף אן א הינט, ער מאכט טאקע דעם באווארפען ביי אונז אין שוהל, באשטעלעט האט ער אזויפיל פעקלעך אז עס וועט איבער בלייבען ביז איבערעס יאר צום וואך נאכט אי"ה.
עס האט אלע טעמים פון היימישקייט. דער חתן שפאנצירט אריין מיט'ן ווייסען שאהל צוגעבינדען צום אויבעראק מיט א זיכערהייט'ס נאדעל.
אלע מתפללים גיבען אים מזל טוב איידער מען הויבט אן דאווענען, מען זעצט אים אוועק הארט נעבען רב זאל מאריך ימים זיין, די קינדער קוקען אלע אויפ'ן חתן ווי א באשעפעניש וואס מען זעהט נאר אין די גרויסע שטעטליכע שיהלען. און ער שמייכעלט צו אונז פון דערווייטענס מיט שפאסיגע בליקען.
דער רב גיט אים א ברייטען שאקיל מיט'ן האנד און ווינשט מזל טוב פרייליכערהייט, א שטייגער ווי פאר אייגען משפחה. נישט א אפטער ערשיינונג ביי אונז אין שטיבעל. ער לאזט איבער אפאר ברכות פאר'ן נאכען עולה זיין און מען הייבט אן שחרית, דאס ביהמ"ד שמעקט שוין פון די פעקעל ווארפערען'ס און די קינדער דאווענען ערליך און אויך פרייליך פאר די ראזינקעס מיט מאנדלען און קאצקע ציקער.
ווי נאר מען שפרינגט ימלוך שטעלען זיך שוין די קינדער ארום דער באלעמער, אלע אויף די פאזיציע'ס ווי סאלדאטען גרייטען זיך אויף די שיסעריי און א דזשעימ'ס באנד.
קוים וואס דער חתן האט גענדיגט דעם חי עולם נטע האט זיך א אינגעל צושריגען אחד יחיד און דער שיסעריי האט נישט געשפעטיגט.
א געווארפעריי פון אלע זייטען, זייער נישט פראפעצינעל. די קליינע כאפען און שרייען, ווארף דא, נאך, נאך. אטייל פעקלעך צועפענען זיך, די פאפ-קארען פליט. און דער ערשטער שניי איז געפאלען.
מערסטענס פאלען נישט אין ציהל, איין פעקעל האט אומגעווארפען די מעשענע לייכטער ביים עמוד, א צווייט אויף די נאז פון חזן מעכיל. אבער קיין איינס דערגרייכט נישט מיין ביזעם.
ווי עס שיינט, טוען אטייל ווייבער זיך יעצט אפרעכענען מיט די מענער און פרובירען אמבעסטען.
אפילו די גרויסע נעמען אנטייל. אונזער שכן ר' בערעל שיקט ארויס זיין קליינעם און ער שיילט זיך אפ די משה רבינו ניסלעך, עסט פאר קידוש מיט אפעטיט ווי איינער וואס פאסט נאך פון יענע וואך שבת. ווען ער איז פארטיג און דער קליינער איז צוריק שרייט ער אים אן, ווי ביזטו געווען א גאנצען לייענען? און ער ענטפערט צוריק ווער האט אויפגעגעסען מיינע ניסלעך.


מוצאי שבת זענען אלע גאסען פיל מיט מלוה דמלכה גייער'ס. שפאציר איך אויף די עוועניא ווען א באקאנטער האנט קלאפט אין ריקען, יאנקעל ווילסט קומען? ער שלעפט מיך אריין צו א מלוה מלכה פון א גאר חשובער איד, א קנאבעל טיילער. פאר'ן ארויס גיין זאגט מיר דער רבי'לעס א קינד, האסט אוודאי נישט געברענגט געלט? שבת'דיגע בגדים, הא? נאדיר א ענוועלאופ און שיק אריין. האב איך אים געבעטען א סטעמפ.
זאגט מיר דער חבר ער וועט מיך קומענדיגען יאר מער נישט רופען. רופען צו וואס?
און אז כעל קיינעם נישט פארציילען אז דיין צדיק'ס רעבעצין מאכט נישט א גיטער קיגעל וועסטו מיך יא רופען?

זינטאג איז געווען א וואך נאכט ביים שוואגער פון לעקוואד. דאס דריטע צו גיטען, די שמחה איז אן א גרעניץ. מען פארברענגט איבער געשמאקע זעמעל מיט טארקי, ווארימע בארשט מיט פאטעטע, הייסע טייה מיט פארבליבענע שבת-קיגעל וואס טיכטיגע שכינות האבען נישט דאס הארץ ארויס צו ווארפען.
דער אבי הבן איז מיך מכבד מיט פארציילען די וואך-נאכט מעשה, דער מוהל האט שוין געברענגט דאס געצייג אינטער צולייגען דאס קעפעלע. ער זיצט מיט פארגלייזטע אויגען און שוויצט מיט א אייזערנעם אפעטיט איבער א שיסעל לאקשאן קיגעל, קייעט הויעך און פאמעלעך ווען דער פארע גייט ארויס פון צווישען די אויגען ברילען. שמייכעלט צו די ארומיגע און פרעגט ווי איז דער ברית? און ווערט פארשווינדען.
איך זאג דעם שוואגער צווישען פיהר אויגען די משנה אין יומא גרייט דיר אן א צווייטער מוהל שמא יארע..

די שוועגערין קומט אריין און בעט פון אלע געשוויסטער צעהן דאללאר פאר'ן מתנה. איינער האט נאר א הינדערטער און קיינער האט נישט קיין רעשט. דער צווייטער האט נאר א טשעק א דריטער האט פארגעסען דאס בערזעל אינדערהיים.
האב איך גאבעליר און צוקונפטיגער הויז אייגענטימער אויסגעלייגט פאר יעדען. אלע האבען צוגעזאגט אפצושיקען דעם צענער בקרוב, בלינעדער, איך זאל קאלען דערמאנען, מען עט זיך פארעכענען.
מען וואלט געמעגט ארויס קומען מיט א הימעל שרייענדער קול קורא מיט די ארגעניעלער אינטערשריפט פון אלע צדיקי דורינו אז יעדער איד זאל האבען א פעי-פאל אקאונט, אזוי ארום וועט פארמיטען ווערען גרויסע גניבות, פארשטייט זיך אומוועלענדיגע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2005 06:28 לינק ישיר 

ווי דאס ערשטע מאל אלץ פינף יעריג קינד ווען איך האב אנגעכאפט די כפרה. עס ציטערט די האנט, מיט א בלויע פעדער אין די רעכטע האנט גייט מען אט אינגיכען אינטערשרייבען דעם נאמען און דערביי צוזאגען פאר איינעם וואס איך קען ניטאמאל, צו ווערען א בעל חוב אויף ווייניגסטענס דרייסיג יאר מיט א שמיץ אריבער, איך ווייס אליין נישט פון וואנעט איך נעם דאס געלד, 2036 קוקט מיר אויס ווי א הויכער בארג וואס איך קען נישט זעהן איר שפיץ, משיח זאל אוודאי געבען א קום אן פריער, א נקמה וועל איך האבען, איך וועל לאכען פון סיטיבאנק צוזאמען מיט'ן הויז פארקויפער וואס איז נישט קיין סאך עלטער ווי מיר אבער אן אפעטיט צו שינדען די הויט האט ער ווי א טאטע פון פיפצען.

נישט מער געדאכט ביים אינטערשרייבען די תנאים האב איך אויך געפילט א שפאר ביסעל אנגסט זיצענדיג אויבען אן, קוקענדיג אויף די אלע טארטען און פרייליכע נאך-אומבאקאנטע פנימ'ער, אבער דאן האב איך העכסטענס געקענט אנווערען די כלה מויד. דאס איבעריגע האבען די עריבים זיך אינטער גענומען צו צאהלען אויב איך מאך פליטה. דא וויל קיינער נישט אינטערשרייבען, מ'שטעלט נישט קיין לקח און ברוינפען. איך מיז גאראנטיען צו צאהלען חודש'לעך א סומע וואס איך שעהם זיך פארציילען מיינע פריינד אז איך נעם זיך אינטער. זיצען מיר אליין מאן און ווייב מיט א באבערדעלטער אינגערמאן וואס וויל נאר ווי מער ארויסקוועטשען און דערנאך לאזט ער אונז ווי א שיף אינמיטען ים, גיי טרענק זיך.

מיר לייענען די פיצקעלע אותיות איינמאל און נאכאמאל, פרעגען קשיות אן אויפהער אז ער ווערט שוין נערוועז און זאגט אונז מיר זאלען עס דורך-טאן און ער וועט צוריק קומען נאך מעריב, אז איך בעט אים צוריק קומען מארגען וויל ער נישט, "עץ וועץ מיר צו טיעף אפלערנען" ווי א מהר"ם שיק. קיינעם לאז איך נישט אזוי לאנג אן אינטערשרייבען.
איך פארקירעווע דעם שמועס צו א צווייטע טעמע. ניין! קודם שרייב אינטער און דער געשעפט איז געשלאסען. ער טייטעלט מיט'ן פינגער, דא. שרייב אינטער, האסט א פעדער? שרייב, גיך, און לאמיך לויפען.
איך זאג פאר אים מיט'ן פרוי, עס גייט נישט אזוי כאפ לאפ, לאז מיך אנידער זעצען, לאז זי זאל מאכען א בילד.
ניין זאגט זי, דארפסט נישט א בילד, דער מארגיטש בילל יעדען חודש וועט זיין דער בעסטער פאראייביגונג און היינטיגען טאג.

עס איז געגאנגען גלאט ווי א שוחט שעכט זיין אקסעלע, געמיינט האב איך עס וועט פאסירען א נס פון הימעל ווי מען האט געהערט ביי די פריערדיגע גדולים אז דער טינט האט זיך אויסגעגאסען.
און יעצט גיב אהער דעם דעפאזיט און צום ווידער זעהן, זאגט ער קאלט בליטיג.
איך בעט אים א פאטא-קאפי פון דעם קאנטראקט. גיט, דא האסטו א צעטעלע און פאר די איבעריגע אפיציעלע דאקומענטען זאל איך האבען א קאפטישקעלע געדולד ער וועט שיקען מיט די מעיל.
פון זיין גרויס שמייכעל פארשטיי איך אז ער האט געמאכט א בעסער געשעפט ווי מיר האבען.
ער זאגט "איך האב זעלטען אזא כיטערער קאסטומער אבער "איך האב ליעב מיט דיר צו האנדלען"
איך ענטפער דאס מייניגע, די האסט ליעב דעם דאללאר נישט מיך.

מען קען שוין מאכען א לחיים זאגט ער. איך פארקנייטש די פאפירען אריין און שיפלאד, אויפהייבענדיג מיט א זיפצעלע די אויגען צום הימעל, השלם זה הבנין, השלם קען אויך מיינען באצאהל. זאל דער פון אויבען באצאהלען פאר טיר און טויער, פאר מיר און פאר'ן בויער. השלם ענדיגען און אויך באצאלען, דער חוב זאל מיך נישט צומאהלען.
זי זאגט אמן ווען א הייסע טרער קייקעלט זיך פון די פינקע בעקעלעך. א שאד דער ווידיאו קאמערע האט נישט געהאט קיין באטאריע.

די שוויגער האט דאס ערשטע געקאלט גיסען זאלץ אויף די ווינדען, זי שרייט הייזעריג מיט אלע קרעפטען, מזל טוב! אז מען הערט איר עקסטאז דורכ'ן טרייבעל ביז'ן שכן אריין, זי רופט מיך צום טעלעפון - דאס מאכט זיך נישט אזוי אפט.
יאנקעל, ביזטע העפפי?
שוויגער, גענוג, מיר איז גיט צו וואונען אין סאמע וויליאמסבורג, טאקע דא ווי איך זיץ יעצט איז מיר זייער באקוועם.
וועסט דיך טוישען דיין מיינד זייער שנעל. עניוועי, איי עם סאוי העפפי, יאנקי גיטע נאכט.



יעדער כאפט מיט איין שנעל אטעם, אלעס יאגט און איז פארסאפעט, קיינער האט נישט צייט צו לעבען רואיג פאר'ן טעגליכען זיהן אויפגאנג. די וואכעדיגע גראסערי ארדער האט שוין ערהאלטען שמן זית, די פרויען קויפען שוין חנוכה פרעזענט'ס, מען גרייט שוין צו פראגראמען וועם צו באקרוינען און וועם צו פארשעמען.
אפילו דער פרעזידענט וואס יאגט זיך אוועק פון וואשינגטאן האט שוין מיט גרויס פאראדע געצינדען ליכט יענע וואך און געגעסען כשר'ע לאטקעס צוויי וואכען איידער חנוכה.
אפשר קען איך שוין עסען די חמשה עשר אויבס וועל איך נישט דארפען מיט שלעפען באקסער אויף וואקאציע. די רבי'ס און טיטשער זענען זיכער מסכים צו באקומען מיין טשעקעל אפאר וואכען איידער עס חנוכה'ט.
מען באקט שוין מצות אין גרויסען, די צייטונגען שרייבען שוין "קויפט בעפאר עס הויבט זיך אן די פסח סעזאן" און יא מען האט שוין געקאלט פרעגען צו מיר נעמען נאכאמאל די באנגעלוי.
הכונו צום דיננער מוצאי שבת תרומה, האלטס פריי דעם אווענט צו די ביקור חולים פארטי זונטאג ויקרא, מען רעדט שוין אין גרויסען וואס מען וועט אנטוען חנה'לע צו די מומע'ס חתונה נאך שבועות.
אינטערסאנט, קיינער רעדט אבער נישט אז דער סאפער פון היינט נאכט איז נאך נישט גרייט, דער לענדלארד גיסט נישט זאלץ אויף די פארפרוירענע אייז פון היינט. און ווער וויל העלפען חנה'לע מיט סקול-ארבייט? די מאמע איז אינדרויסען שאפפינג.


ווי אלע יאר איז מען שוין פארנימען שלושים יום קודם החג וועלכע נאכט זאל מען מאכען די חנוכה פארטי ביי די מאמע און ווען ביי די שוויגער, איינטיילען די טעג לויט יעדענ'ס געשמאק ווערט שווערער פון יאר צו יאר, ווען מער פארהייראטע און צוגעקומענע אייניקלעך דארפען זיך צושטעלען צו די שוויגער'ס קאפריזען.
דאס ווייבעריש פאלק רופט אויפ'ן טעלעפון טרי וועי צו אלע געשוויסטער, מען פלאנירט אין גרויסען אז אלע זאלען קענען טאנצען אויף ביידע חתונות און נישט פארפעהלען דעם פארשפייז אין ערגעץ. אך און וויי פאר די מאמע וואס קען נישט צופרידען שטעלען אלע 8 טעכטער און 9 שנירען, ווען די בית הלל און שמאי זאלען וויסען די גרויסע פלאגענישען וואלטען זיי אפשר ווייניגער גערעדט וויפיל אויל צו צינדען נאר געמאכט עפארדעבעל חנוכה פארטי'ס למהדרין שמהדרין.
א מאמע פון 10 אז זי קען צופרידען שטעלען דאס גאנצע געזינדעל איז גרינגער ווי זיך לאזען ארויס שלעפען אלע צאהן אויף אמאל. אז דער חנוכה גייט פארביי מיט גרויס מאטערניש אן דאס פנים זאל רויט ווערען דארף זי גומל בענטשען אין מענער שוהל.

אפילו די פארהארעוועטע שוועגערען מלכה וואס האט א הערשערישע נאטור, איז ווי פארלוירען ווען עס קומט צו די חנוכה פארטי'ס. אמת, זי האט מאנסבילישע הענט און א רויט פנים פארברענט פון שטיין מיט'ן הילצערנעם קאך לעפעל איבערען פייער, זי שרייט אלעמאל איבער אלע געשוויסטער אויף אמאל, רעדט זי זיך מיר דאך אפ אז דער חנוכה נעמט איר ארויס דאס לעצטע טראפ כוחות. דאס געאמפעריי מיט יעדען.
אז איך האב איר געווינטשען א ברכת הדיוט זי זאל זיך באגעגענען דעם קומענדיגען חנוכה מיט אסאך איין אין צוואנציגערס ביים קוויטעל שפילען. האב איך באוויזען א שמייכעל אויף איהרע לעפצען וואס דער מאן זאגט ער האט שון נישט געזעהן ביי איר זינט ווען זי האט געהאט דאס קליינעם חיים'ל לעצטעס יאר.


דער שכן פון אויבען מאכט חתונה און וויל וויסען צו מיר קענען אריין נעמען אויסלענדישע געסט אויף א וואך. זיי קומען פון לאנדאן און האבען נישט ווי איינצושטיין.
און אפשר גייען מיר דעמאלס אויף לאנדאן און מיר טוישען דירות? אהה דאס איז א גיטער איינפאל, פארוואס נישט. מיר גרייטען זיך צו פארען קיין לאנדאן אויף א וואך. מערצעשעם נאך חנוכה, פארשטייט זיך דער בעל הבית וועט מיזען אפשטיפען זיין מיאמי געפארעכץ.


פארהאן אידען וואס לעכצען ארויס א גאנצער חודש צו קענען קלאפען אויף די בימה יעלה ויבא, און ווער רעדט נאך ביי ותן טל ומטר, זיי קלאפען אויפ'ן טיש צו אויפן סידור אן א רחמנות אז די האנט פלאך ווערט געשוואלען, א גאנצער געיעג טוט זיך אלע מאהל אפ צווישען מעכיל דער חזן און דער רבינ'ס בן זקונים, ביידע פארכיפערען אייביג צו יעלה ויבוא ווער עס קומט אן ערשט צו שרייען י ע ל ה ויבא האט געווינען.
איך ווייס דאך אז אונזער מעכיל איז נישט קיין גרויסער אלס ווייסער, זאג איך אים פאריג'ן מוצאי שבת נא, שריי אויס ותן טל ומטר. ער וויל מיר נישט גלייבען אז איך האב נישט געוויסט אז ער מארגען הייבט מען אן, און וויל נישט מוחל זיין אויף די געשרייען פונעם עולם און צעמשעניש, נאא נא אאא, לא, מחר. די קליינע האבען שוין נאך געשריגען הויעך ותן טל ומטר. ער וויל מער נישט רעדען מיט מיר. דערווייל.

די וואך מוצאי ש"ק, ביי עלינו זאגט ער מיר שוין "יאנקעל קידוש לבנה" זאג איך אים סי נישט דא קיין לבנה, עס רעגענט.
נאך מעריב זאגט ער הויעך פאר די ארומיגע "נישט דא קיין לבנה, עס רעגענט", דער עולם גייט ארויס און לאכט פון אים.
איז ער ווייטער ברוגז אויף מיר.


דער שמייליגער שכן וואס האלט זיך מעכלאמפערשט פאר א שטיקל שטערען זעהר האט שוין אנגצינדען אלע לעמפלעך אויפ'ן בוים אין פאדערשטע הויף, ווי שנעלער עס בלינקט אלץ שטערקער ווייזט זיך ארויס זיין געטריישאפט צום יאשקע און די געטשקעלעך. דער טאטע פלעגט מיר אלץ זאגען נישט צו קוקען ווי די כהנים דיכענען און להבדיל אויף די קראצמעך לעמפעלעך.

מוצאי שבת אז איך טראג חנה'לין קוקען די שויבען אין מאנהעטען איז זי אינגאנצען איבעראשט, "שענער ווי אונזער נוי סוכה" זאגט זי.

היינט רופט מיך אן דער שווער זאל לאנג לעבען, נא יאנקעל, איך הער די האסט געקויפט א דירה. ער מיינט צו זאגען היתכן איך האב זיך מיט אים נישט דורך גערעדט, יא דער שווער איז ערשט היינט געוואר געווארען? אלעס איז דאך געווען מיט די שוויגער'ס גיטסהייסונג, נישט אזוי?
יא, נא ווי איז דער דירה יאנקעל?
א ווינדער די שוויגער האט פארפעלט צו געבען דער אדרעסס עס איז אין ניי וויליאמסבורג, עס האט א אנדערען זיפ קאוד, און קען אפילו זיין א אנדערען עריא קאוד.


יעצט הייסט עס אז די מאמע מאכט די חנוכה פארטי ערשט מאנטאג נאכט אסרו חג חנוכה, ווען מען צינדט שוין מער נישט.
די שוויגער מאכט מוצאי שבת איידער חנוכה ווען מען צינדט נאך נישט.
אלעס למען השלום עס זאל נישט קומען צו רייבערייען און אום אנגענעמליכקייטען. נו ווער מאכט אים חנוכה? קיינער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/1/2006 06:30 לינק ישיר 


מען האט שוין איינגעקנויטען די וואטע פאר'ן בוימאייל, אלע שאפעס זענען פיל מיט אויל באטעלעך, איטליכען מיט זיין באזינדער קלעב צעטעלע, וועלכער מוסד עס האט דאס געשיקט. קען מען דען אפזאגען די שכנט'עס אלע קינדער? יעדעס יאר קומען צו נאך א פאר מוסדות וואס שיקען חמשה עשר אויבס און חנוכה ליכט. ווער ווייסט צו זיי וועלען נישט שיקען צעהן ברעקלעך אויף בדיקת חמץ.
מיין פרוי -ווי דער שטייגער איהרער מיט א פארשטעקט פארטוך- זאגט פון קאך ארויס, ווילאנג די קינדער קלאפען נישט די טיהר צו פארקויפען א גאנץ שאכטעל געפעפערטע לאקשען קיגעל יעדען ערב שבת זאל איך זיך נישט אפרעדען.

מיר נעמען אפיהר דעם לייטער פון יעקב אבינו'ס חלום, קריכען ארויף גאנץ אויבען, אויפ'ן העכסטען שטאפעל, דאס מינדעסטע בלאז און איך בין אינטען. ערגעץ לעבען פסח'דיג געשיר ליגט עס, פארוויקעלט אין א פארקנייטשטער זילבער פאפיר, האלב אפגעניצט. א גרויסער געלער וואקסענער ליכט וואס איז נישט געווארען פארברענט ביז אינטען ביים פאריעריגען בדיקת חמץ נאכט, פארטראפט ביי די זייטען. עס שמעקט נאך פון פסח'יגע לאקשען, יעצט וועט ער האבען דער תיקון הכללי, עס וועט גאר זיין מצוה גוררת מצוה, דערמיט וועלען מיר אנצינדען די הייליגע חנוכה ליכטלעך וואס דרינגט אריין ווארימקייט ביז די טיעפסטע סטרונעס פון די קושקע.

זונטאג פארנאכטס, אלעס יאגט זיך צום ערשטען לעכטל, מעכיל דער חזן איז שוין אינדרויסען פון מקוה, אן צובינדען די שיכען בענדל לויפט ער צו זיין ארט. איך זאג אים, יעצט איז מיר פארענטפערט געווארען דער בית יוסף פארוואס מען צינדט דעם ערשטען טאג.
דער ערשטער נס איז געווען, אז דאס וואסער וואס טראפט נאך פון די פיאות בשעת'ן צינדען האט נישט אויסגעלאשען די ליכט.
ביי מעריב, ווען אלע קלאפען נאך סלח לנו שרייט ער שוין ווי זיין שטייגער מיט א קענטיגע הנאה "על הניסים"!!, אזוי ארום גיט ער אונז גענוג צייט צו פארגעסען ביז מען קומט אן נאך מודים.
אהיים גייענדיג פרעג איך דעם גרויסען חזן, "וואס פאר א ניגן זיגט איר אויף מעוז צור, רעב מעכיל?"
דער חי ה' ניגון! האסט געגלייבט? ענטפערט ער סארקאסטיש.

אויף א קליין רונדיג בענקעל זיצט דער זילבערנער מנורה וואס דער שווער האט מיר געשיקט אלץ חתן. ער שטייט שטאלץ און גלייך, ווי א סאלדאט, אויף איין פיסעל. מען קען זיך שפיגלען אין איר גלאנץ, געפיצט און גערייניגט. סייווי נאך צינדען אין איר צוויי טאג איז עס באגאסען מיט אויל פון אלע זייטען ווען די קליינע קערען עס שיעור נישט איבער.
דער שמש שטייט אינדערמיט העכער איהרע שכינים ווי א שפין אין דער מיט פונע'ם גרויסען ראד שפינוועבס און הערט זיך צו מיינע הנרות וואס ווערט געזינגען הינגעריג און שלעפעריג.
ויהי נועם זאג איך איינמאל, זאל משה'לע -און אלע קומענדיגע דורות ווייטער- ווייניגער כיפערען און איינשלינגען דעם פארמעסט ווער עס קענען שנעלער פארטיגען זיבען מאל דעם ויהי נועם און איין שלינג ווי די עשרת בני המן.
איך זינג וואס מער צו פארמיידען א דרימעל. ווען אינדערצווישען זינגט ער איבער א ניגון וואס זיין רבי האט אים אויסגעלערענט און איך שאקעל מיט'ן קאפ.

חנוכה און שבועות איז א מצוה צו עסען קעיז, אן אביסעל טשיז איז מען נישט יוצא די מצוה וואס יהודית האט באשאנקען כלל ישראל. אנדערש ווי אלע ימים טובים ווי דאס ווייבעריש פאלק איז ווי א פיפטע ראד, דא אבער זענען די אידענעס גאר טעטיג מיט'ן חנוכה, מען פרעגעלט און בארויכערט אלע ערליי פעטע עסען. די מענער און קינדער פארציקען די לאטקעס מיט פלאכע קיגעל ווי א בער נאכען שלאפען זעקס חדשים.

אין גראסערי בעט מיך אן אלטער מאן איך זאל אזוי גיט זיין אים אנצייגען אויף די פאנקען, די אשת חיל האט אים באפוילען אהיים ברענגען "א דאזען דוינאט'ס, האלב מיט ווייסע קאסטערד, די אנדערע האלב מיט רויטע מאסטערד. א מיידעלע וואס הערט זיך צו אונזער שמועס שמייכעלט פון דער זייט און לאדענט אן דעם אלטען מיט א זעקעלע פאנקען באשפריצט מיט ווייסע שניי וואס קוקט מיר ליבערשט אויס ווי די וואס מען באשפריצט די קליינע ביים איבערפאקען.
משה'לע זאגט ער האט א סימן אויף די פאנקען וועלכע איז אינעווייניג רויט אדער ווייס, מען געט א בייס אריין, אויב דאס העמד ווערט רויט איז עס געווען די מיט דזשעם, אז עס בלייבט ווייס איז עס געווען דאס אנדערע.

די רבי און טיטשער באקומען זייערע חנוכה געהאלט מיט אפאר צענדליג דאללארען, אפגערעדט צו עס קומט זיך זיי, אזוי האט דער טאטע געטון צו מיינע רביים.
מיין בעל הבית רוקט מיר אריין א מאה. נאקעט און בארוועס נישט אין א ענוועלאופ. ער זאגט אז ער פארכט זיך איך וועל עס אויפרייסען אזוי איילעדיג אז איך וועל אריין רייסען אינעם גרין בלעטעל.


צוליב כיבוד אב, בין איך ווידער אריין געפאלען ביי א רבנישע אנגעלעגענהייט, א חנוכה ליכט צינדען ביי א רבי'לע אין יענער עק וויליאמסבורג, דער רבי האט א נישט קשה'דיקער עולם צוקוקער, אזש ווען דער רבי געניצט, געניצען ספאנטאם אלע חסידים.

אויבען אן איז באציערט מיט זיידענע טישטיכער און ליידיגע גלעזער וויין וואס גיטע אידען האבען שוין אויסגעליידיגט איידער מיר זענען ערשינען. א גרויסער קיפערנער זייגער שטייט אימיטען טיש וואס צייכענט אן מיט ווילנא אותיות דעם רבין'ס יחוס ביז באבע גיטל.
אינערצווישען קומט אן א צווייטער כ"ק מרן, דער הויז בחור טוט אים אויס דעם שווערען פעלץ וואס קוקט ליבערשט אויס ווי שנויצען פון א שווארצער קאץ. מען רוקט צו א גרויסען פאטעל און די צוויי וואנצעס פארפירען א פארברענג ווען דער עולם זינגט צמאה מיט צוגעמאכטע אויגען.
וואס א שטייגער קענען די גדולים שמועסען? אפשר זאגט איינער דעם צווייטען, די האסט אויך משוגעים וואס קומען קוקען ווי די צינדסט ליכט?
ווי איך האב געלייענט פון די לעפצען איז דער שמועס געווען בערך אזוי:
רבי א' - האסט געהערט מיין גבאי האט מיר געקויפט א נייע קאר מיט לעדערנע זיצען, אויסגעשטאט מיט רויטע הצלה לעמפעלעך און פייפערלעך.
רבי ב' - אהה, מיין גבאי האט מיר אויך געקויפט א קאר נישט לאנג, איך ווייס נישט דעם נאמען גענוי, איך פיהל ווי איך זיץ אין א עראפלאן פורסט קלאס.
סוך וואך, אין עולם כולו וועט איר זעהן א שיין בילד פון די צוויי אדמורי"ם, אנגעצייכענט, האדמו"ר פלוני עם האדמו"ר פלוני בסוד שיח שרפי קודש בעניני חנוכה, זאלט איר וויסען פון וועם מען רעדט.

נאכען אויסטיילען הייסע קיגעל האב איך געגעבען די האנט פאר'ן אדמו"ר הזקן, עס האט געדויערט אפאר סעקונדען ווילאנג ער האט ארויסשטרעקט די האנט פון די זשופיצע ארום גענומען מיט גרויסען סאמעט ביז די קנעכעל. מיט א שארפען בליק האט ער מיר געגעבען א פיל האנד מיט ברי'עהדיגע קיגעל.
ווען דער געדרענג אין רבין'ס צימער איז געווארען גרעסער בין איך ארויס אז קיינער זאל נישט מערקען, אינדערפרי זאג איך דעם טאטען אז צוליב די האנט באגעגעניש פון מיר מיט'ן רבי'ן ביים טיילען שריים גיי איך נישט אין מקוה, ביז ווען פרעגט ער?

די שוויגער האט טאקע געמאכט די חנוכה פארטי מוצאי שבת בעפאר חנוכה, מערסטענס געשוויסטער האבען זיך יא געקענט באטייליגען.
מיר זאגען אן די קינדער זיך גיט אויפצופירען, איך לייג אריין א שמאטקע אין די אויער און ויסעו, מען גייט זיצען צונאזאם פיפציג נפשות קליינע וויינעדיגע מיט גרויסע באבלאזענע אלע אינטער איין דאך, דער גרויסער שוואגער וועט ווי שטענדיג שטעלען א טוץ מיט קשיות איבער די דירה און מיין דזשאב, דער קליינער שוואגער וויל נאר רעדען וועגען ראש-ליבמאו אדער אנדערע מויל מאכער אויף די ליפט-סיגנאלען.

די שוועגערען איז א באזינדערע פרשה, ווילאנג זיי עסען, שרייען זיי ווייניג און מיר מענער ביים אויבען אן קענען שמועסען גאנץ אנגענעם. איינמאל דאס עסען הערט זיך אויף, מאכען זיי נישט צו דאס מויל, די מיילער גייען, מען לאכט, מען שפעט מיט א באזינדערען אפעטיט, ס'איז א ליארם, א געפילדער. די שוועגערען חנה איז פיל מיט פאדראס און רויט באקיג צעהיצט איבער א סעיל וואס זי האט נישט אנגעיאגט אריין צו כאפען בעפאר דער קראצמעך איז פארשווינדען. די שוויגער איז גארנישט אינטערשטעליג, זי עסט פאר דריי, און צווישען איין כוסה און די אנדערע שיט זי אויך וויצען אז מען זאל לאכען און די שלאפעדיגע קינדער אין אנדערען צימער ווערען אלע וואך.
ניין מאס רייד קלעקט פאר צוויי ווייבער נישט מעהר ווי אויף אפאר טעג, ביז וואנען ס'איז דא פון וואס און פון וועם צו רעדען, קלאפט דער צינג און מאהלט אן אויפהער. אז קיינער לאכט נישט פון אירע מעשה'לעך הייבט זי אן מיט די מתנות.

די שוויגער פארטיילט יעדען אייניקעל באזינדער זיין אפיקומן, משה'לע האט באקומען סעלצער'ס נייע טעיפ, זיין מאמע פרעגט מיך אויב עס איז א שיינער סי-די.
איך וואלט אים געראטען –דעם שמעלץ'ער- א נאמען געבען דעם קומענדיגען טעיפ שעשני כרצונו, און מאכען דערויף א קנאקעדיג'ס. עס וועט זיך פארקויפען ווי האט-קעיק'ס ביי אלע אידישע הייזער ווי פרויען טראגען אויערינגלען.
וואס אזוינס זענען די פרויען משטיינס-געזאגט באקריוועדט?

חנה'לע האט באקומען א קליינע פאלם-פילאט פארוויקעלט און רויטע פאפיר, ניין עס האט נישט קיין שמינטערנעט חס וחלילה, אויך ווייסט זי נישט וויאזוי מען באניצט זיך דערמיט. האב איך עס געירש'נט אויף דערווייל. די בייבי שמאנצקע האט די שוויגער באקומען פון א פריינד אומזינסט און מיר האבען איר אנגעווינטשן איבערעס יאר זאל צוקומען פרישע פאר וועמען צו קויפען.
זי זאגט מיינע ברכות זענען כסדר ווי א ביין און האלז נישט אראפצושלינגען און נישט אויסצושפייען. פרעג פארוואס.


מען האט געקויפט פאר די שוויגער א פאר בעט געוואנט, איך האב געמאכט אביסעל גראמען לכבוד די שמחה.
דער קליינער שוואגער האט דאס געזאלט פארלייענען, אזוי ווי ער האט געשליקערצט האט ער מכבד געווען דאס ווייב צו לייענען די מגילה.
אן אויסצוג פון די זאצען:
.....זאל די שוויגער כאטש זעהן, צו וואס מיר קינדער טויגען,
מיר האבען אלע באצאלהט, מען האט אונז אלע אויסגעזויגען.
דאס בערזעל געפענט און דאס געלט ארויסגעצויגען.
אויב די שוויגער האט דאס נישט ליעב זאל זי שלאפען מיט צוגעמאכטע אויגען.
אז זי האט דאס יא ליעב זאל זי פון בעט אפנויגען......
דערנאך האט זי געזינגען ביי די פרויען זייט מיינע הארציגע גראמען, די שוויגער איז פארגאנגען טרערען אין די אויגען און מיך שטארק באדאנקט ווען קיינער האט נישט געזעהן.

דער שווער זיצט שא שטיל אויבען אן, שטארק פארטון אינעם רבותי מיר וועלען עסען.
די געדיכטע גרייז-גרויע בארד ליגט פארטוען אין די הייסע פאמעדזשאן ארום גענומען מיט א פיל טעלער לאקשען מיט קעיז. אים האט מען היי יאר גארנישט געקויפט. פון מאל צו מאל זינגט ער אינטער יונים נקבצו עלי מיט זיין הייזעריג קול ארויס קוקענדיג פון די ברילען וואס הענגט אויפ'ן שפיץ נאז, הוסט אינטער און קוקט אריין יעדען אין טעלער אינטערשפארענדיג דעם קאפ אויף די נאז-טיכעל, ווען מיטאמאהל שטעלט ער זיך אויף ווי אויפשטעהנדיג פון א קרענק. דערטאפט ארויס פון קעשענע א בינטעל איינזער'ס און גלעטענדיג דעם שטערען גיט ער אלע אייניקלעך איין דאללאר פאכענדיג מיט'ן הויפען דאללארען, מיינענדיג ער קויפט זיי דערמיט אפ אויף שטענדיג.
די קינדער שרייען ביז'ן זיבעטען הימעל "איך דארף" "כא נאך נישט געהאט" ווען משה'לע זעהט דעם דאללאר קרימט ער מיר מיט'ן נאז ווי איינער וואס וויל זאגען "דאס האב איך אינדערהיים אויכעט"

ווען די טעלער זענען ליידיג מאכען די פרויען א פראגראם, די זעלבע ווי פאר א יאר נאר מיט א צווייט נאמען. ווי א בדחן בי א חתונה, קומט די רייע אויף יעדען באזינדער, מען פראקט אריין מיט וועם מען וויל זיך אפרעכענען.
די בייזע שוועגערין האט מיך דאס יאר פארשוינט און צוגעטיילט א פארעווע פזמון, אדער קוקט אויס זי ווייסט איך בין אויסען זיך אפרעכענען אויף צוריק. ווי פאר א יאר נישט מער געדאכט.
ביים אהיים גיין פרעג איך משה'לע אין געגענווארט פון די שוויגער, האסט ליעב דיין פרעזענט?
יא!
וואס זאגט מען?
ער איז שטיל
זאג שיין טענקיא
ער מורמעלט אינטער לשנה הבאה בירושלים.


משולם דער תהלים זאגער ביי אונז אין שוהל פרעגט מיך היינט, ווען געפאלט אויס "מיטל נאכט" היי יאר?
עס האט מיר גענומען צו כאפען אז מען רעדט דא פון "ניטל".
איך זאג אים איך האב שוין געהאלטען ניטל קראצמעך נאכט, שרייט ער מיך אן איך זאל ח"ו נישט לערנען קומענדיגע וואך. כ'האב אים געמיזט צוזאגען און ער האט זיך בארואיגט.


די צווייטע נאכט חנוכה, מען גייט שפילען קוויטלעך מיט די גרויסע שוואגער'ס. איידער מען גייט האט זי שוין געמאכט פלענער וואס צו טוען מיט'ן געלט אויב מען געווינט.
און אויב פארלירען מיר, פרעג איך? "דעמאלס ביך עך זיכער וועסט אויפקומען מיט א פלאן וויאזוי צו ערפילען דעם לאך", זאגט זי.
נאך איידער מיר ליידיגען אויס די טעלער פאפ-קארען האבען שוין די ווייבער צוריק אנגעפילט דעם שיסל. צולייגענדיג געבראטענע ניסלעך איינגעווייקט מיט האניג, פאנקען און געזאלצענע בונדלעך מיט קאלטע קאווע. ווען נישט איך בלייב אן א פרוטה שפילען מיר ביז'ן זין אויפגאנג ווי רבי עקיבא פון בני ברק און יענע צייט.
נישט ווייל עס ציהט אזוי שטארק, נאר ווייל עס איז א בפורשע מצוה צו פארפאטשקען די נעכט. און אנווערען דאס געלט.
אלע זענען שוין מיעד אויסער דער שוואגער יצחק מאיר וואס גייט אהיים מיט איבער הינדערט דאללאר מער וויפיל ער איז געקומען, ער פרעגט מיט שפאס און רייץ צו מען וויל נאך שפילען.
ער מאכט נאס די ליפען ווי די צדקה גייער און ציילט הויעך זיינע פרישע דאללארען. פארקנייטשט זיי און לאזט אונז איבער גלייך גילטיג. ווי א היט-אין-ראן
דאס ווייב זיינע, שפרה וואס רעדט שרייעדיג, גיך אין מיט איין אטעם, בעט זיך ביי אים ער זאל פארבלייבען. אז ער איז שוין אויף די צווייטע זייט טיהר, זאגט זי אונז מיר זאלען נישט זיין ברוגז און זי גייט אים נאך ווי א אומבאהאלפענ'ס.


משה'לע וויל גיין זעהן א חנוכה ליכט צינדען ביי א רבי'ן, פרעג איך אונזער רב אין שוהל ביי מעריב צו משה'לע קען גיין זעהן. מי שלא ראה שמחה זו, דאס פנים האט געלאכטען פאר שמחה, "נו אוודאי זאל ער קומען" כעל אים שוין אויך געבען חנוכה געלט.
און א צוואנציגער האט ער באקומען.

דינסטאג נאכט, די קינדער מאכען דריידעל קוקיס און מיר שפילען מיט זיי דריידעל, משה'לע שפילעט מיט'ן דריידעל ווי איך אלץ אינגעל, ער פרובירט אלע קינצען אלעמען אויסשפילען, אז ער באקומט א ג' נעמט ער אלעס, אז ער ציהט א נ' טוישט ער דעם שפיעל אז ביי נ געווינט מען.

פרייטאג דער חנוכה איז ווייט פון פאראיבער, די צימערען זענען ציכטיג אבער דא דארט ווערט גליטשיק פון אויל און שוועבעל. גיי קלער אויף די פוילישע גויטע אז דער עיקר מצוה איז אז דאס אויל זאל רינען איבער די גלעזעלעך ווי הבדלה וויין, ווערט זי ברוגז.
די פרויען קענען שטענדיג זיין גרייט צום זמן ליכט צינדען, איינמאל א יאר מען פארלאנגט פון אונז צו צינדען ליכט ביים זמן קומט עס מיט קולות, געטרייבעכץ און געיאגעניש אז א וועלט קערט זיך איבער.
חנה'לע זאגט מיט א תמימות, לאז מאמי צינדען די מנורה.

נאך א פארטי מוצאי שבת, ווער האט כח? אז די חברים האבען באשלאסען צו פארענדיגען דעם חנוכה מיט קוויטלעך און העררינג ווער בין איך צו זאגען אנדערש.
יאנקעל דעם שוחט'ס האט געברענגט די קארטלעך, מיילעך האט געברענגט די פאטעיטע טשיפס מיט דייעט סאדא. מיר האט מען איינגעטיילט צו ברענגען אינטערטעימענט מיט אלטע אידישע חנוכה לידער. משה מענדל'ס פאך -נאך פון ישיבה- איז, גיט אויסמישען די קארטלעך אז קיינער זאל נישט באקומען א גיט קארטעל.
די נאכט בין איך ב"ה אהיים א צופרידענער, אז זי פרעגט מיך וויפיל כ'האב דערלייגט, האב איך מיט שפאס זיך געקענט בארימען אז איך בין גאר א געווינער, "עס איז פשוט נישט באשערט צו מאכען אן אפוטקי אין דיין געגענווארט".

זאת חנוכה, קוים וואס איז דורך א האלבע שעה, פרעגט זי שוין אויב זי קען פארפיצען און אוועקפאקען די מנורה. עס שטייט איר פשוט און וועג. גיי מאך מיט אזוינע פרויען שבת.
יעדעס יאר באלד נאכען צינדען די לעצטע אכט ליכט, הער איך די זעלבע קשיא. "קען מען שוין דאס הויז אויפרוימען פון אויל?
איך לאז נישט. איך גיי ארויס צו די חברים ווען אהיים קומענדיג צאנקט נאך די ליכט צווישען לעבען און טויט, נאך אפאר שעה און די גויטע שינדט אפ דאס הויט פון מיין שיינע מנורה, צוריק און טשיינע קלאזעט.
איך פארקוק זיך איין און זיי ווי אין די בעכער קידוש. דער אטעם פון די נאז לעכער פארלעשט דאס לעצטע ליכטעל, די רויעך דערטראגט זיך ביז אין קינדער שטוב, איבער א יאר צום ווידער זעהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/4/2006 00:53 לינק ישיר 

*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" /> 

טררר דער וועקער קלינגט און זינגט זיין באקאנטער מעלאדי "לונדון ברידזשעס פאללינג דאון".

מיין פרוי דערמאנט מיך, דאס לעצטער מאל וואס דער גאס האט געהאט די זכי' צו מיין באשיינונג אזוינע פריע מארגען שטונדען איז געווען ווען מיר האבען געכאפט א טעקסי צום געווינען שפרה'לע. דאן האבען מיר אויך גערופען ברוקלין קאר סערוויס איידער דער זוהן אויפשיין.

יא יא - דער חילוק איז, יעצט ביזט דו עטליכע דרייסיג פונט לייכטער - מורמעל איך מען זאל נישט הערען.


דעם דרייווער האבען מיר באשטעלט אויף 5:30 פארטאגס צום אפליה. זעקס צופרי זעהט קענעדי עירפארט אויס ווי דער קראקא מארק אין די גיטע צייטען. א ספרדיש אידעל האט מיך דערזעהן, ער זיכט א מנין אויף שחרית, איך האב אים געזאגט איך וועל דאווענען ביים אנקום מערצשעם.

 

אלץ קינד פלעגט די מאמע זאגען "טוה אויס די שיך, נא, גיי טוה דיך שון אויס, אריין אין בעט".

דאס איז מיר געקומען אויפ'ן געדאנק ווען די פארטאריכישע מאדאמקע וואס איז קוים פיר און האלב פיס שרייט און באפעלט "טעיק אף יאר שאוס".

מיט די שיך אין האנט שטעלען מיר זיך אין די ליניע צו ווערען באטאפט, דזשונדארען באזיכען די פעק, איין שווארצער וואלף האט נאר געוואלט דערשנאפען דעם לעפ-טאפ, ביז מיר זענען געווען אויפ'ן עראפלאן איז שוין כמעט פארגאנען דער אפעטיט פון פארען. ווי די היישעריקען בעפאלען זיי אונזערע פעק, נישט אז איך האב מיך צו שעמען מיט'ן קאליר פון איהרע פידזשאמעס אבער צו וואס פעהלט דאס אויס.

אויף מיין סיעטינג-קארד איז געצייכענט צו גיין ביז רייע צוואנציג ביים פענצטער און די פרוי מיינע האט מען באזייטיגט ביים אריינגאנג זיץ. מיר זיצען מיט נייגער צו זעהן ווער גייט קומען זיצען צווישען אונז ביידען. האבען מיר געמאכט א שטילע אפמאך אויב עס וועט זיין א אובטעמטע/ר וועלען מיר שיינערהייט בעטען אונז לאזען זיצען צונאזאם נישט צו מאכען א אפטיילונג בין הדבקים חלילה.

איידער דער טיר האט זיך פארמאכט האט זיך באוויזען אן עלטערע גויע, ווען זי וואלט געווען משלנו וואלט זי געקענט זיין א  עלטער עלטער באבע פון 155 אוהר אייניקלעך. זי זעצט זיך אריין צווישען אונז ביידע און וויל זיך נישט טוישען.

מיר נעמען זיך רעדען הויעך אן אויפהער אין אידיש. נאך 10 מינוט בעט זי שוין "אפשר ווילט איר ביידע זיצען איינע לעבען אנדערען".

 

יא מיר זענען אויפ'ן וועג קיין מיאמי. געוויסע פיין שמעקער אז זיי פארען קיין מיאמי וועלען זיי שטענדיג צולייגען "איך פאר נישט צו די אידישע געגענט" כלומרשט איז א בושה צו גיין קיין מיאמי מיט נאך נעבאכדיגע. "איך פאר קיין נארט מיאמי, פרייוועט ווילא" אפטאון ווי די אידעלעך דרייען זיך נישט". מיין בעל הבית פארגעסט נישט צו זאגען אלעמאהל פאר ער פארט, איך פאר צום מיאמי "אבער ארויס פון די אידישע געגענט" דא אין וויליאמסבורג שעמט ער זיך נישט צו וואונען צווישען 2 בערג שמוץ, דארט גייט ער מיט א בעזעם אין רוקען און לאזט אפילו איבער די פעניס אין סופער-מארקעט.

 

זיצענדיג 30 טויזענט פיס אין דער הייעך, ארום גענומען מיט וואלקענעס און ווייסע פארע. דער זוהן שטראלט שוין אריין צו די קליינע פענצטערלעך. דער קאפיטאן לאזט אונז וויסען אז זיין נאמען איז דזשאן דאקלעס און ער פריידט זיך זייער צו אונז. און אויב עפעס געשעהט זאלען מיר זיך אנטוען די געלע קליידער און ארויסטאנצען פון פליגער ווי די סטוארדקעס וועלען צייגען.

זי פרעגט מיך וואס וועט זיין אויב חס ושלום מיר מאכען עס נישט ביז פלארידא. איך ברויך בארואיגען א דערשראקענע אידענע וואס האט נישט מורא צו שטיין אינדרויסען פון פערטען שטאק פיצען דאס פענצטער אבער "וואס וועט זיין אז דער עראפלאן וועט קראכען"

עס קומט שוין א מעלדונג אז מען קען שוין אפטוען די באווארענונגס פאסיק. מיר כאפען דאס אטעם, מען טיילט שוין אויס דאס נאש פעקעל, די מוידען ברענגען קאלטס און ווארעמס לעקיך מיט שנאפס און מיר דאכצעך האלט שוין ביים לחיים נאך שחרית.

די צוויי שעה אין דער הייעך גייט אדורך פלינק, זי איז פארטוען אין א ביכעל און רעדט צו מיר צווישען יעדען פאראגראף.

איידער מיר קענען זיך אויסגלייכען די ביינער און דער באלון גרייט זיך צום ענדיגען די רייזע. זי וויל שוין קאלען די מוטער אנזאגען די גיטע בשורה אז זי איז שוין אט אויף דער ערד, זי איז אזוי ענטוזיאסטיש ווי נאכען האבען שפרה'לע.

ווי נאר מען קען שוין ווידער ניצען דעם טעלעפון:

האלאוי מאמי וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג?

גארנישט! וואס עפעס קאלסטו?

איך בין שוין אין דא!

דא? ווי דא?

דא אין פלארידא!

אהה! כאב פארגעסען ד פארסט היינט, אקעי סי נאך 10 אזייגער איי עם סוי טייערד, טאק טא יו לעטער. ביי.

 

מען לאדענט אריין די רענצלען צום געדינגענעם פיצינקע שווארצע קאר, איידער מען קען טראכטען פון זיך אויספאקען האבען מיר שוין באגריסט א צענדליג היימישע וואס שמייכלען אינטער "אהה זיי זענען אויך דא". דער ספרדי וויל וויסען אויב יעצט וויל איך שוין יא דאווענען, מי כעמך ישראל. ווי קען איך אבער דאווענען אן א גלעזעל קאווע?

 

די דירעקשען'ס צום האטעל וואס יאהו האט מיר פארצייכענט שטומט וואנדערבאר. מיט ציטערדיגע האנט עפענען מיר אויף דעם ווילא מיט'ן ווייסען קארטעל, ווער ווייסט אפשר וועט ער אויך ארבעטען אין עי-טי-עם מאשין. הלואי !

דא גייען מיר פארברענגען א וואך מיט דריי טאג און שיעור נישט פארגעסען, זיך אויסרוען פון די שווערע ארבייט.

 

מיר פאקען אויס דאס גערענצעל, פרובירען אויס דעם ביגעל אייזען, באטאפען די זייפלעך, מיר מאכען זיכער אז דער בייבעל איז אין נאכט קעסטעל. פון די אפענע שפארעס קומט אריין א געשמאקע פרישע לופט, ווען מען קען דאס אריין לייגען אין א באטעל, פארמאכען און אהיים ברענגען קיין וויליאמסבורג וואלט דאס געווען א האט-אייטעם.

הממ מיר גייען צום וואסער מען עט שוין ענדיגען אויספאקען שפעטער.

 

ביים זאמטיגען בארטען זעהן מיר הערשט די וואונדערליכע וועלט, דער גן עדן פון ג-ט. די נאטור פון באשעפער שפראצט ארויס פון אלע  ווייעכע גרעזעלעך און גרינע ביימעלעך. עס שמעקט פיין פון דער אפענער הימעל, עס ווערט עפעס גרינג אויפ'ן הארצען. ס'לעבט זיך דא געשמאק. דא קען מען עסען פונעם עץ הדעת מיט אלע שיינע אידען שפאצירען הין און צוריק ווען ווייסע רויב פויגעל טשיפשען זיך רואיג און אלע רבי'לעך הערען דאס אייגענע שלוש סעודות ניגון. איין אזא מה יפית האט זיך פארקוקט אויף אונזער שפאצירען, זיך אנלאנענדיג אויפ'ן זילבערנעם שטעקען מיט קענטיגע הנאה צו זעהן א היימישקייט. דער גבאי זיינער מיט מיין פרוי זענען ביידע אויפאמאל פארויטעלט געווארען.

 

די ספאניטשקעס ביים וואסער זיצען אויסגעלייגט ביים זומפיקען בלאטע, א טייל אינטער שטרויענע ביידלעך, איינע צו קאפענ'ס די אנדערע, זינגענדיג זיס-טרויעריגע לידער פון באגער און האפענונג, טרייסט מיט ליעבשאפט, רחמנות און בענקעניש צונעזאם. אלעס איז פארטיעפט שטילערהייט אין פייגעל מילך מיט האניג.  מיט צוגעמאכטע אויגען בראטענדיג אויף דער זוהן קוקען זיי אויס ווי ביים פלייש יריד און ווען דייקא דארט טרעף איך מיין חבר פון שוהל, שעמעוודיג  זאגט ער "איי ווי בין איך דא אריין געפאלען? איך זיך דעם וועג צום רוסישען שוויץ זאגט ער.

יא און איך זיך דעם דעשער רבינ'ס בוידעם.

 

דער סאפער וואס מיר האבען מיט געבראכט פארפאקט אין פלאסטיק האט א טעם גן עדן, נישט ווייל ער איז אזוי גיט. אויך נישט ווייל איך דארף נישט ווארטען דערויף ביז זי לייגט אראפ דעם טעלעפון - ווי אינדערהיים.  נאר ווייל מען קען עסען בשעת'ן זעהן דעספערט האוזווייפס וכו'

 

צום צווייטען טאג האבען מיר זיך דערקייקעלט צו א שיינער ליכטיגער שוהל, ווי א מערהייט דאווענער פארזיכען שוין די יארצייט ברוינפען איידער ובא לציון. ווען נישט איך באקום א טעלעפון-קאל און דער שמש שיקט מיך רעדען אויפ'ן באלאטע וואלט איך מיטגעלערענט דעם חק און געזאגט צוויי יום תהלים.

כ'האב אהיים געטראגען מיט די קאר ר' מנשה'ן צו זיין הייזקע. ער זאגט ער וואונט דא כמעט א גאנץ יאר. דאס ווייב ווארט שוין אויף אים פארענט פון הויז גרייט מיר צו געבען א טוץ ברכות. ער זאגט מיר צו שטיל, די ערשטע קשיא גייט זיין "וואס האסטעך היינט געזוימט?" אזוי איז טאקע געווען, מיט א קוויטשעדיג קול שרייט זי "מנאשע, וואס האט געדויערט היינט?" ער ענטפערט מיט א שמייכעל "עס איז געווען א ברית אין שוהל" און לאכט צו מיר.

 

זי העלפט אים ארויס פון די קאר אינטעהאלטענדיג ביים זייט און טייטעלט אויף מיר מיט'ן פינגער, ווער איז דאס?

זי מוטיגט מיך איך זאל זיך זוימען אפאר מינוט.  איך פארשט אים אויס פון וואנעט זענט איר פון דערהיים.

איך פרעג אים איבער זיינע קינדער און אזוי ווייטער.

געווינענדיג זיין צוטרוי זאגט ער מיר ער איז זייער ברוגז אויפ'ן רמב'ן הק', שוין עטליכע וואכען וואס אים באדערט א שטיקעל רמב"ן און ער קריכט נישט ארויס.

גייט אין שוהל זאג איך אים, דא זענען פארהאן געניג תלמידי חכמים.

ניין ענגבערט זיך ר' מנשה און ער ווערט רויט ווי א בוריק. דא קומען נאר אזוינע וואס קענען נישט לערנען. כאב שוין געפרעגט ליטפישע מיט חסידישע קיינער קען מיר דעם רמב"ן נישט פארענטפערען. זיכער א טעות הדפוס. איך וועל טרעפען דעם בחור הזעצער און כ'וועל אים דערווערגען.

זי שמייכעלט צוריק צו מיר און זאגט "ווען די עסט זיין אלט וועל איך לאכען"

 

אויך דאס פיטער ברויט אין מיאמי עסט זיך לייכטער אויפ'ן הארץ, וויסענדיג אז היינט ווארט נישט אויף מיר א שטאך ארבייט, אויסער זיך אויסרוען. איך ענטפער נישט קיין טעלעפון'ס. איך יאג נישט דורך קיין "אראנדש" לייט'ס. איך בארטאכט די קאליר פון די הייזער, דאס רואיגקייט פון די אלטע לייט און עס ווילט זיך אפשטעלען דער זייגער אויף נאך אביסעל.

 

גייענדיג צום טעגליכען שיעור ביים וואסער, טוה איך זיך באקענען מיט א צווייטען אלטען איד, זיין אפגעבראטענע בארד זאגט עדות אז ער האט געכאפט דעם ערשטען פליגער מוצאי סוכות זיך צוקומען ווארימען אויף די הייליגע ערטער.
זיין פאדאנטקייט ווייזט אז ער איז שוין אן אלטער קומער, ער רוכערט קיובאנע פיפקעס וואס די פריינד פון דער שכינותדיגער ווערץ-הויז טוען אים שענקען. אויפ'ן בארטען פון ים רופט מען אים "סאנטע-קלאוז" צוליב זיין לאנגע ווייסע בארדע.

פרעג איך ר' נטע, פון ווי קומט א איד פון דערהיים?

און אז כעל דער זאגען, עסטע וויסען? קינד איינער, וואס פארשטעהסטו..

רבי איד זייט נישט בייז, עך קען מעך אביסעל אויס דא און דארט

גיט, זאג-זשע נאר אינגערמאנטשיק, ווי ארבעסטע?

אין וואל סטריט

ר' נטע מאכט מיטן אקסעל ווי ער וואלט אצינדער געטראפען א פארלוירענעם דימאנד

אזוי? [אינגאנצען באגייסטערט] האב עך צו דיר א פארלאנג, איך קען נישט יעצט רעדען ווייל מיין אידענע וועט זיך באלד אריין שטיפען די נאז, מארגען בלינעדער וויל עך צו דיר רעדען, כאב עפעס א פלאן, קענסט מאכען שיין געלט. זיך מיך אויף אין קערעסטירע שוהל באלד נאכען דאווענען.

גיט, אי"ה, צום ווידער זעהן א גיטע נאכט.

איך פרעג זיך נאך אויפ'ן קארעסטירער שוהל גרייט צו מאכען געלט, אפשר איז ער א עלענדער מענטש וואס זיכט פאר וועם איבער צו שרייבען זיינע הייזער און שווייצע אקאונט'ס.

נאכען דאווענען, נו וואס קען איך אייך העלפען ר' נטע?

ער ווישט אפ די ברעקלעך פון די בארד. קום ארויס אינגערמאנטשיק, באגלייט מיך אהיים. מיר'ן רעדען.

ער שענקט מיר א בליק פון האפענונג און טרעט צו צום ענין אן קווענקעלנישען. הער זיך איין קינד מיינ'ס, איך בין שוין א איד קרוב די אכציג. איך האב מיר אנגעזאמעלט א לייטישער סומע אינטערען מאדראץ, אפשר קענסטו ארויף לייגען מיין פירמא אויף די בערזע?

און וואס פאר א שטייגער ביזנעס האט איר? וועלען אייערע יורשים'לעך נישט זיין ברוגז? איז עס שוין א קארפארעשען?

נאא מאכט רבי נטע מיט די איינגשריפעטע זיידיטשקע הענט, פארשטיי גיט מיין קינד איך בין שוין א שדכן קרוב צו פופציג יאר.

א מזל איר זייט נישט א מוהל זאג איך אים.

נו הכלל וועסטו העלפען אן אלטען איד? איך וויל מיין ביזנעס לייגען אויף די בערזע!

אבער זאג מיר קודם  -פרעגט ער- וואזוי ארבייט דאס דער סטאק מארקעט? וויפיל פראצענט וועל איך מאכען א יאר? כ'האב אן אייניקעל וואס איז רייך געווארען פון די מארקעט.

ר' נטע שוועבט יעצט אין א צווייטע וועלט, ער גלעט זיך די בארד און פארווישט דאס שווייס פון שטערען, נא וואס טראכסטע?

ווען נישט זיין אידענע קומט אריין ווייס איך נישט וויאזוי איך דריי זיך ארויס פון דעם פלאנטער.

די פרוי זיינע אן אלטע באביטשקע אבער זייער א פראקטישע, האט אונז געפאקט ביי די מעשה. ווער איז דער אינגערמאן? פרעגט זי מיט כאפעניש, וויאזוי הייסט איר? הא, פון וואס א שטאט? הא? פארוואסערע מוסד גייט איר נאך געלט?

זי קען מיין מאמע און באבע, זי ווייסט אויך צו זאגען אז מיין זיידע ע"ה איז געווען א טייערער איד און זי איז געווען שטארק באפריינדעט מיט זיין ערשטע פרוי פאר די מלחמה.

נאכען זיך בארואיגען זאגט זי "א שיינעם דאנק פאר'ן באזיכען. און זי בעט מיר א גענאדע.

מיר זאלען גיין אין דער פארמאסי קויפען א לאטארי, נו פארוואס דען נישט. נאא זי וויל די "סקרעטש אאף, די אינסטענט לאטטא

און זי וויל מיר זאלען דאס אפקראצען מיט איהר קוואדער און מיט רעכטע האנט. אזוי איז זי פארזיכערט אז זי וועט געוואונען א שיינער סכום, און נישט פארגעסען צוריק צוברענגען דעם קוואדער. שרייט זי מיר נאך.

ווער ווייסט וויל לאנג דער ר' נטע חלומ'ט שוין פון זיין ביזנעס אויף די בערזע.

אפאר טאג שפעטער זעהט זי אונז שפאצירען און לויפט צו אונז מיט גרויס אימפעט, "מיר האבען געוואנען מיסטער"?

ניין ליידער!

אזוי? א כפרה פאר'ן דאללאר. זאגט נאר ווי איז דער קוואדער?

כאב עס אוועק געפאקט אין טאש איך וועל עס בלי"נ נוצען פאר א מיטער אויף ליע עוו.

"נו זאל עס זיין לע"נ מיין מוטער ע"ה.

 

וואקאציע דריי איך איבער פון טאג נאכט און נאכט טאג, מיינע פריינד ווייסען שוין מיך צו רופען נאך חצות. אזוי גייען מיר ביידע ביים וואסער איך רעד אויף מיין סעל און זי אויף איר'ס. און טייל באגעגענער לאכען פון אונז.

מיר הערען ווי א אינגערמאן וואס שפאצירט הינטער אונז זאגט "קוק די משוגעים זיי שפאצירען צונאזאם און רעדען אוודאי איינער צום צווייטען אויפ'ן טעלעפון"

 

פרייטאג מיטאג רעדען מיר מיט די קינדער קיין וויליאמסבורג, מען מאכט זיכער זיי האבען געשעמפאאט דעם קאפ און אנגעטון די רעכטע שיך אויפ'ן רעכטען פיס. אז דער שבת קודש גיט א קום אינטער. פיהלט זיך עפעס מאדנע אנצוטוען דעם שטיימעל אן הערען דאס געפייף. איך לויף אין שוהל אינאיינעם מיט נאך שכינים איינער מיט שיך און זאקען א צווייטער מיט א ספאדיק און קעצעלע גלעזער. דאהי זענען מיר אלע געסט. אין וויליאמסבורג וואלט מען נישט צוגעלאזט אזא חמור אייזעל.

 

מיין ברידער'ס א חבר א אויפגעקומענער פארמעגליכער, האט מיר א גרויסען שמייכעל פארגונען, היינט זענען מיר אלע אנגעוויזען אויף א פרעמד שאקעל מיט'ן קאפ. ביי שטילע שמונה עשרה האב איך אפגעציילט זעקס און פערציג ערוואקסענע און דריי אינגעלעך. א אלטישטשקער איז צוגעקומען צו מיין טיש מיט בייזע בליקען, היתכן דאס טישטיך האט זיך אביסעל אויפגעדעקט. איך האב אים געפרעגט צו סי דא א זכר? זאגט ער "נו וודאי, מיר זענען אלע זכרים דא".

נאכען דאווענען מאכט זיך א רעדעל פון אלטע לייט, אלע פילען זיך דא ווי אין שארעשפאטיק פאר די מלחמה, מען שמעקט טאביק און מען וועבט א שמועס האלב זיסלעך און האלב זויער. טייל כאפען זיך אן איינער דעם אנדערען ביים ארעם און גייען אהיים קופקעסווייז צוזאם מיט א ווארימען גיטשאבס. 

איך שפאציער אהיים פאמעליך מיט א חבר ווען די שטערען פון הימעל לייכטען אראפ און מיר זעהן ווי דאס וואסער קראן וואס באשפריצט די גראז האט מיר נאס געמאכט די בעקיטשע. עס איז שא שטוהל די פאר ווייבעלעך זיצען אינדרויסען פון האטעל ווי אין דער קאנטרי, איך זינג דער זמירות געשווינד ווי אין שנה ראשונה.

דער פרייטאג צו נאכטס אין מיאמי אן די קינדער איז עלענד און איינזאם, ווען דער לבנה שיינט אריין צום פינסטערען שטוב דורך א פענסטערעל דעק איך זיך אינטער די דאכענע אן רעדענדיג א איבעריג ווארט.

 

א צווייטער איד וואס האט זיך פארטשעפעט אין מיר איז ר' יאנקעל, אין קליין שוהל'כעל ווען מען האט מיך אויסגערופען צו די תורה יעמוד ר' יאנקעב בן, איז ער געקומען אויך צו לויפען. דער גבאי ווייזט אויף מיר, והוא באחת שרייט ברכו את ד'. אז מען מאכט אים אויפמערקבאר זאגט ער "וואסא נאפחע מינע אבי מעהאט עולע געווען"שפעטער באמערק איך זיינע אויגען ברעמען  גייען אים אריבער ביז די נאז, נאך שיין ער זעהט און הערט נישט קלאר.

 

דער שכן אין האטעל זינגט הויעך דעם חי ד' און דאס ווייב זיינע זינגט מיט. אזש די פרייע ווילען פרום ווערען.

א ספעציעלער טעם האט דאס אראפ שפאצירען דעם טשאלענט ביי די קוואליעס פון וואסער. מיר טרעפען נאך א פארפאלק פון דערהיים, זיי זאגען אונז מיר זאלען קומען עסען ביי זיי שלוש סעודות.

גענוי ווי אין קאנטרי יעדער באקאנטער וואס טרעפט אונז וויל וויסען ווען מיר זענען געקומען, ווען גייען מיר אהיים. טרעף איך א פעטער וואס וואונט אין מאנסי, וויל ער וויסען ווי מיר נעכטיגען און ווי איך דאווען שבת. וואסארא טשאלענט האט עטץ געגעסען, ווען קומט עטץ באזיכען?

מנחה בין איך שוין אנגעקומען פערסאפעט צום שפרינגען קדוש, רבי מנשה- מיין נייער פריינד- האט מיך באזינדער מכבד געווען מיט א גלאנציגע בילקע אימפארטירט פון סאנדער'ס בעקערי אויף ליע עווניא. אלע זיידעס ארום האבען מיך מקנא געווען. אפילו דער רב האט מיר שוין שלום געגעבן. ווען נישט ער מאכט א גרויסען האפטשא און איך ענטפער צום געזינד וואלט מיין האנד נאך געווען אין זיין האנד אצינדער.

גלייך ביים זמן רופט מען ווידער קיין וויליאמסבורג, אויסצוגעפינען אויב אלע הייזער שטייען גאנץ. איך בענק שוין נאך די קינדער, זי זאגט אז דער הארץ נאגט איז א גיטער סימן.

 

מוצאי שבת נאך חצות קוקט אויס דער בארטען פון ביעטש ווי וואדבערען מוצאי שבת נחמו. אינג און אלט שפאצירט איינער רעדט הויעך א צווייטער לאכט. יעדער גריסט זיך הויעך אגיטעוואך און פרובירט זיך דאס פנים באוויזען פאר וואס מער היימישע.

איין אינג פארפאלק האט זיך באוויזען מיט א קליינער ביקסעל פיצא, געגעסען פון א בעג ווי ערב פסח שחל בשבת.
 

זונטאג גייען מיר צו "פערעט דזשאנגעל" גיטע פריינט באפעלען מיט צונעמען זוהן ברילען, אנדערע זאגען סי'ז א נעבירה די פינף צוואנציג דאללער א טיקעט. אהיים קומענדיג טרעפען מיר ר' מנשה, וויל ער וויסען פארוואס מיר האבען אים נישט מיט גענומען. אז איך פארצייל אים איבער דיינעסארס זאגט ער איך רעדט ווי זיין אייניקעל שרה'לע.

 

אין גראסערי טרעף איך שלמה'ן מיין שכן פון בלאק. פארציילט ער מיר די נייעס אז חיים פון אראונד דע קארנער איז אויך דא, טרעף איך שפעטער חיים פארציילט ער מיט גרויס פרייד "נו וואס זאגסטע, שלמה איז אויך דא" "יא כאב עם היינט געזעהן אין מקוה". א שמחה אין אלע וועלטען.

 

מען האט זיך שוין אפגעבאקען אלע גלידערען, אויסער דאס פלאץ פון זייגער  איז די אויבערפלאך פון פינגער מיט די שטערען און נאז פעך שווארץ, יעדער וועט אונז שוין גלייבען אז מיר זענען געווען אין פלארידא.

איינגעקויפט טשאטשקעלעך פאר די קינדערלעך. זיך באקאנט געמאכט מיט האלב מיאמי אין דער גאנצער שטאט. סי צייט אהיים פארען.

געווען אמאל א צייט אז א אינגעל אין חדר איז געקומען מיט א עוג מלך הבשן פענסיל אין חדר האט מען געוויסט אז דער באבע האט אים אהיים געברענגט עפעס פון פלארידא. היינט מיז מען שוין ברענגען א גאנץ פעקעל נאש מיט שמאנצעס אז די קליינע זאלען זיין צופרידען.

משה'לע וויל איך זאל אים אהיים ברענגען א פעקעל גדולים קארד'ס פון מיאמי, איך האב אים געזאגט "פון פלארידא קען איך  אהיים ברענגען די גדולים, קארד'ס ווייס איך נישט".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/4/2006 06:52 לינק ישיר 

*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" /> 

זייט מען האט געבענשט ראש חודש אדר באקט מען שוין נישט חלות און בראוני קעיק ביי אונז אין שטוב, די סאפערס ווערען מאגער און שפעטיגט אינטער, מיר ווישען זיך שוין אפ מיט נעפקינס כשר לפסח בהשגחת דעם רב וואס האט דאס זיכער באקוקט, ס'טייטש  אונזערע עלטערען איז גארנישט בייגעפאלען אז מען דארף האבען א בדיקה פאר נעפקינס אדער פלאסטיק טישטיכער.

אפילו די קעיז און יאגערט שאכטלען האבען שוין דעם זיגעל כשר לפסח אבער שטיקלעך פרעצעל וואלגערען זיך אינטער אלע בעטען.

צוליב די אנגייענדע רענאוואציעס איז שוין א טראדיציע צו עסען שבת אין קאך פינף וואכען איידער מען זעצט זיך צום סדר. אבער די קינדער לויפען אין דיינונג רום אינטערען טיש און ווארפען ארום 10 ברעקלעך.

 

אז איך קום אהיים פון דער ארבייט, איידער איך עפען דער טיהר, אויב הער איך נישט דעם וואקיום קלינער ארבייטען ווייס איך אז זי איז אוודאי אין דער גאס ביי א סעיל. און ווער וויל נישט עפעס ניי און פריש פאר די שעפעלעך לכבוד חול המועד -פעישאן וויק ביי אונז אידעלעך-  פאר זיך קויפט מען איין נייע פאנדזעלויס און שטרימפ ווי די גאבעלירטע פין שטאט.

אויב וועט דער בעל הבית געבען אפאר זייטיגע דאלאר לכבוד יום טוב איז פארהאן א גרויסער שאנס אז מיינע דריי יורשים וועלען שפאנצירען אויף דער גאס מיט'ן זעלבען קאליר העמד און הויזען שיך אין טראגער אזוי אז די גאנצער גאס וועט זיי באוואונדערען און אלע וועלען זיך אויסדרייען קוקען אויף די קיין עין הרע'דיגע. פוי פוי פלעגט די באבע זאגען.

חס וחלילה אויב באקום איך נישט דעם באונעס קען געמאלט זיין אז די קרעדיט קארד פירמא וועט אונז מיזען ארויסהעלפען.

 

דער עיקר איז, מען זאגט שטרענג אן די גויטע אפצורייניגען גיט דעם דאך, יא דער ניין פוסיגער דאך וואס שטייט דאס ווייטסטע אוועק פון חמץ ער איז דער ערשטער צו ווערען פסח'יג ביי אונז אין שטוב, אזוי האט מען זיך געפירט ביי די עלטערען.

 

אלע טאשען, אלע ארבעל זענען שוין געפיצט. די פענטצער זענען ריין פון שטויב, די הילצלעך ארום די שויבען ווערען איבער געפארבט ציכטיג ווייס, עס זאל למען הרחמים נישט זיין חמצ'יג. די אייער קוכען וואס מיר האבען זיך אזוי געפריידט צו איר יענע וואך ווערט פארוואנדעלט און די מלחמה צווישען אונזער משפחה מיט להבדיל די ברעקלעך. עס הערשט אזא אנגסט אין הויז אקעגען ברעקלעך אז די פרוי שרייט אין מיט'ן חלום "נאאא ארויס פון דא, שוין פסח'יג"

 

משה'לע פארשטייט גארנישט פארוואס מען טאר נישט עסען פיצא אין דיינונג רום "איך מאך דאך נישט אן קיין ברעקלעך. און חנה'לע לאזט נישט נאך מיר זאלען קויפען א פסח'יג לעוואר פאר נעגעל וואסער און א ניי קליידעל פאר די בעבי דאאל. איך מיין מיר זאלען זיך פשוט ארויס ציעהן פון שטוב אויף אכט טאג צו א האטעל אריין, מיר'ן אלץ אפקומען ביליגער ווי בלייבען אין שטוב, ווי יעדער מינוט דא באטרעפט נאך א צוואנציגער, ווען איך זאג אז דאס בערזעל איז ליידיג זאגט זי איך זאל שטיין ביים פענצטער אין ווארטען אפשר וועט אנקומען א פערד און וואגען מיט א רייכען פעטער וואס זיכט ווי איינצושטיין אויף פסח.

 

מערקעוודיג, פון ראש חודש ניסן עסען שוין די שכינים ביי די טרעפ, און נישט אינדרויסען נאר הארט פאר אונזער טיר אז די געשרייען און געפילדער פון די סאמע גרעסטע פאמיליע אויפ'ן בלאק הערט זיך ביז צו אונז אין שלאף צימער אריין. "פייגעלע קום נעם די קינדער וואש זיי גיט אפ די האנט" שרייט א בת קול פון אויבען צום גרויס מיידעל אין באד-רום. שלמה'לע נישט ארום לויפען די שטיגען. אן אמינדעסטע איינזעהניש אז ביי אונז לייגט מען שוין די קינדער שלאפען.

דער קארידאר זאגט אונז אויס וואס זיי האבען געגעסען פאר נאכטמאהל, די טרעפ ווערט פארשמירט מיט שבת'דיגע טשאלענט און קעטשאפ, פארבליבענע פלאסטיק גאפלעך פליעהן ביז אין דער גאס ארויס.  די פארבליבענע שריים הענגען זיי אן אויף די הענטעל פון טיהר אינדרויסען.

גיי איך צום שכנ'טע און בעט זיך איין, אפשר קענען זי איינהאלטען די קינדער נישט צו טאנצען אויפ'ן קאפ, קענען זיי נישט עסען אין הויף? דער וועטער איז נישט שלעכט, גייט אין הויף ארויס ווייל די קינדער קענען נישט אינשלאפען ביי אונז.

"דאס עסען אינדרויסען איז שוין אזוי איינגעפעדעמט פון אונזערע עלטערען" מיר גיבען שטארק אבאכט זיך נישט אוועקצורורען פון זייערע מנהגים ספעציעל אום פסח".

נו אפשר געט איר זיי שניצעל מיט פאטעיטעס און עסט אין שטוב?

"גיט כעל זיי האלטען אין די ראמען."

אלעס קומט צו א שטילשטאנד ווען דער מאן חיים מענדל קומט ארויף פאמעליך די שטיגען, אזוי אין דער גאס זעהט נישט אויס ער קען זיך הייבען די שטומע. אינדערהיים אבער האבען זיי פאר אים דאס קדחת.

ר' חיים מענדל וואס גייט אין די קוטשמע ביז עס ווערט ניינציג אינדרויסען, קומט ארויף אינטערזינגענדיג א ניגון'דיל וואס ר' טובי' פון פידלער האט נאך פארפאסט. ביי יעדער טריט רוהט ער זיך אפ און קרעכצעט הויעך ווי איינער וואס וואלט גערען געבליבען שלאפען אין דער גאס ווי אהיים צוקומען. א מזל ג-ט האט אים באשאנקען מיט גרויסע אויערען ווען נישט וואלט אים דער קוטשמע אריבער געשווימען די נאז.

אז ער דערזעהט מיך פרעגט ער מיט א ניגון " נא יאנקעל וועסטע מעך קענען אפשעהרען פאר פסח?

ווער עס קען אונזער חיים מענדיל וואס גייט מיט די זעלבע פאר זאקען משבת לשבת און ציין פאסטע האט נאך נישט ארויף געטרעטען אויף זיינע ציין זייט ער איז א קינד, פארשייט פארוואס איך האב שיעור נישט אויסגעבראכען דעם סאפער.

 

דאס גאנצע הויז ביי אונז שמעקט פון כאמיקאל און בליעטש, שארפע זייף און איזי אףף. אלעס איז איבער געדרייט ווי נאך א מבול אבער דער טעלעפון הערט נישט אויף צו קלינגען פון נייגעריגע פריינד און געשוויסטער "ווי האלסטו מיט'ן פסח יוטעלע?" האסט שוין ג'כשרט? יאאא נאך יענע וואך!

 

זי לאזט ארום לויפען דאס קליינווארג מיט קוקיס און דער זעלבער צייט רוימט זי ארויס די ברעקלעך. און וואס איז די קוקי? נישט חמץ? פרעג איך

נו וואס זאל איך טוען? זאל זי מיר וויינען אויפ'ן קאפ? כעל דעך אנדערש נישט אנקומען מיט'ן פסח.

גיי ברענג א שטיין צום כשר'ן אדער גיי טראג דעם שמות אין שוהל אריין. טראג די מצה טאשען און בעכערס צו מיין מאמע אדער פארקויף דאס חמץ. הערסט יאנקעל, און פארגעס נישט צו ברענגען עפעס צו עסען ווייל כאב גארנישט געגעסען היינט. איים סטארווט.

 

נאך א מזל איך פארברענג נישט צופוהל אין די ספרים וואס מען האט מיך מיט זיי בר מצוה געמאכט, דאן וואלט איך געדארפט דורך בלעטערען איטליכען בלאט באזונדער.

אלע גאסען זענען פיל מיט שמות טראקס, איך פיהל זיך פשוט ווי א גר אין שטאט צו ברענגען אזא ארים פעקעל צום שמות טראק.

 

די ערב פסח מצות ליגען שוין באהאלטען ערגעץ אויף א גיט פלאץ אז עס זאל נישט צוקומען מייז אדער חמץ, דער פאדלאגע ווערט אפגעוואשען און גערייניגט,  אלע שפילצייג און צאצקעלעך וואס די קינדער נעמען אין מויל אלע טישען און בענקלעך ווערען אפגעוואשען.

רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב וואלט שטאלץ געווען ביז גאר מיט אונזער טעפ גערייבעכץ.

 

א באזינדער קאפיטעל איז דער גראסערי ארדער בעפאר פסח, דורכ'ן יאר גייען די פרויען אליין איינקויפען אדער דורכ'ן טעלעפון. צום פסח ווילען אלע מענער נעמען אנטייל אינעם שאפינג הו הא. מען וואנדערט ארום פון איין גראסערי צום צווייטען צו מאכען זיכער אז מען האט געכאפט דאס גרעסטע מציאה אין שטאט. פאר-פעלקער וואס שמאצען ארויס גרויס געלט אויף אלע נארישקייטען ווערען פלוצים שפארזאם און פרובירען צאלען וואס ווייניגער פאר א פלאש גרעיפ דשזוס, און אז מען קען זיך אויפטוען פאר א חבר אין מקוה אז מ'האט געצאלט 20 סענט ביליגער פאר די באנאנעס ביי א גראסערי אין יענעם עק וויליאמסבורג אדער א דאללאר ביליגער אויף א קעסטעל סעלצער ביי כולל אין בארא פארק איז דאס פרייד אומגעהויער.

איך הער ווי א אינגערמאנטשיק טוט זיך אויף אז דער שווער האט אים געקויפט די 3 פונט מצות און ער איז גליקליך שבגקליקליך. גיי דערצייל אים אז דער שווער האט באקומען די מצות פון קמחא דפסחא.

 

וואס א טאג נענטער ווערען די זויבער מאכונגען מער פיבערהאפטיג, די אייער זענען שוין באוואשען, די צימרינג איז גרייט פאר'ן חרוסת, די שמוציגע מייערען און פעטרישקע פארנעמט דעם אויבען אן.

די גראבע אום אויפגעהאקטע ניס שטייט גרייט מיר זאלען זיי צוקלאפען אין די פרייע פסח צייט. דאס ווייסע שווייצע שאקלאד ליגט אין פסח'יגע פאפיר פאר שבת חול המועד נאכמיטאג. מען פרעגעלט די פאטעיטעס מיט אייער ביז עס קריכט פון די נאז ארויס, דא ווידער איז א גאנצער פארמעסט וויפיל דאזען אייער מען האט פארניצט. ווער עס פארניצט דאס מערסטע איז דער גליקליכסטער און וועט עס קענען פארציילען אין פריידען אי"ה אין קאנטרי.

 

און אזוי ווערט דאס חמץ צוביסלעך פארשווינדען און די פסח'יגע הארטע זאלץ מיט גאלאונען שמאלץ קומען אריין אין קיך מיט א ברייטען שמייכעל. מען לייגט זיך שפעט און שטייט אויף פריה, די קינדער פארשפעטיגען דעם באס און מ'וואשט נישט קיין קליידער, אלעס איז אבער לשם מצות מצה.

 

די קינדער פרעגען "ווי וועט מען גיין חל המועד? טאטי האסט שוין מצות? ווייסט וואס איך גיי בעטען אויף אפיקומן? אין דאס ווייב פרעגט, וועסטו מיר קויפען עפעס א שהחינו? ווילסט קומען ערגעץ שבת הגדול? האסט נאך געלט?.  

יא, אז דו טרעפטס א האטעל ווי א רב זאגט א שבת הגדול דרשה גייעך, אנדערש בלייב איך דא.

 

די גויטע לאזט מען נישט רוען א מינוט, זי קומט פריה אין גייט שפעט, מען זאגט איר צו דאס גליק אז זי ווען בלייבען נאך א שעה. זי גייט אנגעטוען אין דעם זעלבען שירצעל ווי די פרוי אז איך ווייס שוין נישט וועס סי'ז ווער.

 

איך קוק זיך פאר א תורה'לע פאר'ן שווער. דורכ'ן יאר דרימעלט ער איין, קען איך זיך פארקוקען ווי א בר מצוה בחור וואס איז זיכער מיט'ן אריין זינגען. פסח אבער, שפיצט ער אן א אויער און פרעגט אריין מעשה תלמוד חכם בשעת ער קייעט די מצה אן אויפהער. ביים סדר איז ער שטארק אויפגעלייגט צוליב דעם איבערפלוס פון היימישען וויין, ער לאזט זיך וואול גיין מיט די אפיקומן'ס. צוזאגען און ליעב האבען קאסט נישט קיין געלט, זאגט ער צו וואס מען פארלאנגט אן איבערקלערען, חוה"מ געדענקט ער שוין נישט ווער עס האט געגעסען ביי אים דעם סדר.

 

דאס ביהמ"ד אז שוין אפגעוואשען פאר יום טוב, די רעבעצין שארט ארויף די ארבעל אין רייניגט ארויס די שלוש סעודות ברעקלעך פון אלע קעסטלעך. די פארקעי אוילט מען איבער, מען ריקט אלע גרויסע זייגער'ס אויף א שעה פאראויס. דער לייטער שטעלט מען אויף און די ערלים טוישען איין די לעמפ. און מעכיל דער חזן זיכט נאך א צענטען אויף קידוש לבנה.

 

דער מקוה איד שערט קאפ נאך קאפ ביז דאס האר רינט ארויס אין דער גאס, היימישע מתפללים פרובירען אן די קאפלעך אויף די פריש געשוירענע קעפ פאר זיך און אלע קינדער מען פרובירט איינס און מען ווארפט עס צוריק אן א טראפ בושה.

 

ר' בערל פון די חשובע מתפללים ווארפט אנידער זיין פעקל שמות און שרייבט אויף כל הקודם זכה.

 

משה'לע קען שוין קוים ווארטען אויפ'ן שריפת חמץ, ער איז פון די צינדער נישט פון די לעשער. אז איך לאז אים נישט שטיין ביים פייער שטייט ער ביים פענצטער און קלאצט אויפ'ן ספעקטאל וואס ער ווארט דערויף א גאנץ יאר.


דער קיטעל איז געביגעלט, מען גרייט שוין צו די צעהן ברעקלעך
און דער פסח שטייט גרייט און ווארט מען זאל אים עפענען די טיהר און אריין לאזען. מיר וועלען אים עפענען די טיהר און צייגען דאס זויבער הויז, עס האט זיך געלוינט צו ווארטען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 06:43 לינק ישיר 

*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />*:namespace prefix = o /> 


יא מיר האבען גענישטערט נאך די ברעקלעך און זיי נישט געפינען. נאר אייניגע שווארצע הארעלעך אין נאכט קעסטעל, שטויב אין די שבת הויז ארבעל, עפעס אן אלטער שמיראכץ אין מעדעצין קאבינעט וואס רב בלומענקראץ רעדט נישט דערפון, און די צעהן ברעקעלעך.


געזאגט דעם כל חמירא מיט פארשלאסענע אויגען און פארברענט דאס חמץ מיט'ן הילצערנעם לעפעל נישט פארגעסענדיג פונעם לולב מיט די חנוכה קנויטען.


א אידענע שרייט אראפ פון אויבען צום קינד "יואלי גיי אוועק פון פייער" ער ווארפט אריין גיך א גרויסען ליידיגען שאכטעל און שטייט פון דער זייט צו באטראכטען זיינע פירות ווען דער גרויסער ברידער קומט מיט'ן בעזים שטעקען און מאכט זיכער אז די וועקיום בעגס ווערען גיט דורך געברענט.


מיט אייפער האבען מיר אריין געברענגט די געפעלטשטע פיש, ציפעדיגע חרוסת געמישט מיט אינגבער. אראפ געשלעפט די הגדה'ס פון די באהעלטעניש און איידער מען געט זיך א דריי, דאס בארשט און די עירוב תבשילים שטייען נאך אומבארירט אין פריזשדער און מיר זיצען שוין אלע איבער די פרישע האלב געבאקענע פיצא מוצאי יום טוב.


ווען נישט די קינדער מיטשען נאך אלץ פאר די אפיקומנ'ס וואלטען מיר שוין לאנג פארגעסען אז עס איז געווען פסח אויף דער וועלט.


 


דער שליסעל חלה ווערט באשמירט מיט לויזע אייער, פרנסה וועט יעצט קומען מיט א ברייטקייט, אצינד קען מען גיין איינקויפען מיט א רואיג געוויסען.


צום ערשט א נייע שווים קלייד, פרישע בעט געוואנט מיט טישטיכער. אז עס וועט נישט גיט זיין פאר די קאנטרי וועט עס גיט זיין פאר די נייע דירה, מען לויפט ארום קיין בורופארק און צי געפ, מען קויפט און טראגט צוריק, מען זיכט געפעליגקייט ביי אלע שכינות און אויב איינע קרומט מיט די נאז איז מען צופרי אויפ'ן באן צוריק קיין מאנהעטען.


זי קויפט אן אויפהער. וואס דען קען א אידענע טוען א גרינעם מיטוואך ווען די גויטע האט שוין אויפגערוימט דאס הויז און די קינדער זענען נאך אלע אין שולע? גייט מען איינקויפען. ווען דער לעצטער גראשען לאזט זיך אויס נעמט מען אפיר דעם פלאסטיק קארטעל וואס גיט ניטאמאל ארויס א קרעכץ אז מען באניצט זיך מיט איר צעהן מאל אין איין טאג. זיפצען זאל דער וואס ברויך לייענען די קליינע אויתיות סוף חודש וואס אין אידיש האט דאס איין ווארט, "באצאהל" ביז דרייצען טאג. וועה און ווינד אז מען לייענט דורך יעדעס שורה איינציג ווייז.


נו וואס קען איך טוען ווען עס קומט דער טאג וואס דער בילל דארף אנקומען? פארלירען דאס שליסעל פון פאסט קעסטעל? טאנץ איך ליבערשט אינטער א איבעריג טענצעל ביי קידוש לבנה און קוק זיך איין אויף די שפאגעל נייע לבנה מיט א שטילע געבעט אין די געדאנקען אפשר וועט זיך דאס הימעל צועפענען אין עס וועט אראפ פאלען פון אויבען א בייטעל הינדערטערס גראד אין מיין טאש.


 


פאר די אכט וואכען זימער, פארלאנגט זיך צו רעגיסטרירען און געבען איינגאבעס פאר די קינדער אין דעי קעמפ, ביים מיידעל  מיט די העלע הויט וואס באקוקט די לייז אין די קינדער קעפעלעך, דערמאנען דעם קורץ באבערדעלטער פיש סוחר וואסערע פיש מיר האבען ליעב, מען דארף איינשרייבען ביי ווערייזאן דעם טעלעפון. קלינגען און באשטעלען א ווען סערוויס מיט'ן דאטום און צייט וואס מיר ווילען פארען.


אזוי זענען מיר פארנומען זיך קוויטלען ביי אלע וואס זיכען צו מאכען אפאר דאללאר, פאר די איינע צוועק ווייל מיר ווילען זיך אויסרוען אויסער די שטאט.


פארשטייט זיך אליין מיר מייענען נאר די טייערע קינדערלעך.


 


דאס יאר קומען מיר צוריק ווי אלט באזעצענע, קיין באזינדערע ענדערונגען אין די באנגעלוי, דער שכן נעבען אונז האט מיר שוין געווינקען פון יענע זייט גאס מיט זיינע לאנגע אויגען ברעמען ווי ער וואלט געוואלט זאגען "מיר'ן זיך זעהן בקרוב".


אויך די געשוויסטער און אמייסטענס גיטע פריינד קומען צוריק צו די פאריעריגע באשטימטע ענגע באנגעלויס איינע מיט נאך א קינד און דאס צווייטע אט אט. אלע מיט פאק דריקענישען, נישט געפלויגענע מעשה'לעך און שיעור נישט געשעהנע פאסירונגען וואס ליגט אין גארגעל גרייט אויסצושפייען ביים ערשטען זיצונג אין רינג דעם ערשטען טאג נאך איידער מען פאקט זיך אויס.


 


איינע אבער, וואס קען נישט קומען צוליב אנדערע אומשטענדען שיקט די שוועגערין אבאכט געבען אויף די קינדער, מיין פרוי מיט די געשוויסטער פרעגען זיך נאך אויף איר ווי בעפאר א שידוך פון א אייגען קינד. אלע שטימען איין אז זי איז נישט אזוי געשמאק אבער פארט נעמט מען איר אריין אין די גרופע פאר די דריי וואכען, עס זאל זיי אלע גערעכענט ווערען. און מען גרייט צו עפעס מזונות אין פריזער אז עס וועט זיך אויספעלען.


 


מיר ווייסען שוין פון פאר א יאר ווער איז דער מקוה איד און ווער ס'איז דער גראסערי מאן, גרויסע טוישינגען קומען נישט פאר אין די באהערדע. מיט'ן אויסנאם פון די גוים וואס זיי טוישט מען סייווי דריי מאהל א זימער ווי נאר זיי ווילען מער געהאלט ווי א  קאלט קעסטעל ביר מיט א אומזיסטיגע געלעגער. אויך די לעפקאוויצ'ס קומען מיט א נייע שנירעלע.


פון געהיימע קוועלער ווערען מיר-מיוחסים אויך געוואר איבער דער נייער צוים וואס מען לייגט ארום דעם סווימינג פול כדי עס זאל זיין אויסגעהאלטען פאר די דיין'טע. און ווער עס גייט זיין די טיטשער פאר חנה'לע. אלעס איז מסכים, אלעס באשטייט אז דער זומער זאל זיך שוין אנהייבען וואס פריער, מיט גרויס פאראדע און געהייטערטע געמיטער.


 


מיר זענען אלע שוין גרייט צו פארלאזען די שטאטישע ציגעל הייזער מיט איר זימער'דיגע שימעל-שווייס גערוך צו די אלטע כאטקעס ארום גענומען מיט פריש געשארענע גראז וואס שמעקט אזוי באטעמט אין דער לונג, ביז דער ווייס האריגער סקאנק טוט איר נישט באשפריצען. ווען עס פאסירט נאכ'ן זין אינטערגאנג ווערט דאס געפלוידעריי אפגעשיבט צום אנדערען טייל קאלאני און די באטרעפענדע ווייקען זיך און טאמעטע דזשוס צו אלעמענס מיטלייד.


 


אויסער די פאר טויזענט רובעל וואס פעלט זיך אויס צום באנגעלוי, צו פארטיגען צאלען דעם פלייש געשעפט און שכר לימוד וואס גראדע איז נאך נישט פארהאן א שפור דערפון אין באנק-קאונטא. ווייסען מיר אבער אויסענווייניג וועלכער דאנערשטאג מען דארף האבען גרייט די פעקלעך. דער פרייז היי יאר איז ארויף מיט נאך דריי הינדערט זיבעציג דאללאר צוליב די הויכע אויל קאסטען.


אז זי פרעגט מיך פון וואנעט איך קלער צו נעמען דאס געלט, איז מיין ענטפער ווידעראמאל. דער זעלבער באשעפער וואס האט געשיקט רבי ליב שרה'ס אונזערע זיידעס צו הילף, וועט זיכער שיקען א אנגעפילטער קערבעל מיט דאללארען דער לעצטער מינוט איידער דער פריץ שליידערט אונז אריין אין לאך. און אפשר וועט דער רייכער חבר אריין לייגען זיין דעפאזיט אין מיין באנק אקאונט אומוועלענדיג. אנדערש זעה איך נישט א אויסוועג וויאזוי צופרידען שטעלען דעם קאנטרי אייגענטומער, נייער דירה סוחר, בוטשער און פיש געשעפט און אזוי ווייטער.


 


 


צו די זעלבער צייט רוקט זיך אינטער דער יום טוב פון קעיז דעלקעלעך מיט בלינצעס. די געבעקסען שפירט זיך אריין צו אלע שטובער, נאך אפאר טאג ספירה ציילען און די קרעפלעך וועלען ליגען אין די טשיינע געשיר לאכעדיגערהייט. די קליינע שלעפען ארויס די קוכען פון די בעקעלעך פאר עס קילט זיך נאך אפ און די גרויסע באקומען צימרינג מיט קעיז קוכען אינעם לאנטש זעקעל.


דער שוואגער שמעריל האט גערופען אויף זונטאג צופרי צום אפשערען פון זיין חעזקעלע.


דער קליינער ווערט דריי יאר ערשט מיטוואך, שמעריל שערט אבער שטענדיג אפ נאר אויף א זינטאג. דעמאלס ארבייט ער נישט, ביי אים פאסירט נישט ער זאל קומען שפעט צו דער ארבייט, סיידען ער וועט הערען דאס געשריי פון אלי' הנביא אויפ'ן ווייסען אייזעל.


 


פאוואליע, איידער די חתן גייט זיך טרעפען מיט די כלה אום שבועות כאפען מיר זיך נאר אריבער אויף א שבת אין די בערג.


אידישע קינדער דארפען זיך כסדר אויסרועהן, צו שבת הגדול אין האטעל, נאך חנוכה אין מיאמי, פאר פורים אין שווייץ, גאנץ זימער אין קאנטרי, אינמיטען זימער קומט מען אריין אין שטאט אויף א צוויי טאג פאר "א טשענדש".


אינדערצווישען מיז מיר אויך ערגעץ גיין. פארוואס? ווייל יענער גייט.


זענען מיר געפארען אוועק פון שטוב פאר קנאפע זעקס הינדערט דאללאר, זיך אויס צו רוען. מיר האבען זיך אזוי אויסגערוהט אז איך שפעקוליר צו דער קאנטרי פעהלט אונז שוין נישט אויס.


 


צוגעזאגט האט מען אונז אין דעם ליפלעט, פיש פון לויתן און רינדערען פלייש, אנגעקומען זענען מיר צו פארטיג געקויפטע געמאלענע אייער מיט לעבער און אלע גיטע זאכען וואס מיר ערלויבען זיך אויך אינדערהיים.


באקומען האבען מיר הוילע צימעס, מען האט סערווירט קאלטע וואסער מיט קאלא און א שמוציג פלאש, איין סערוועטעל מיט א זמירות לאשכנז. ס'האט געזינגען איינער זעלצער, מיט הילף פון א שניצלער, און נאך עפעס א באפיצטער, א בעל דרשן האט געזאגט א דרשה, געשטורמעט אקעגען עפעס א רשע, פרובירט צו מאכען וויצען, כדי צו האלטען דעם עולם אין די זיצען, ווען קיינער האט נישט געהארכט, האמיר זיך ארויסגעריקט אן פארכט. קיינער האט נישט געלאכט, האבען מיר געמאכט נאכט.


 


דאס עסען האט אויסגעזעהן ווי א סעודה אין דע בעדפארד גארדענ'ס סוכה, יעדעס פארעל האט מען געזעצט אינטער א אייגענעם טענענ-בוים מיט א שטארקע ליכט וואס שיינט אויף די אויסגעמאגערטע בילקע.


מען האט באשטעלט א חזן אבער איז נישט אנגעקומען, מיט'ן אויסרייד איבער א לעצט מינוטיגע אומפאראויסגעזעהנע אנטוויקלונג ביי זיין משפחה, האט זיך דער האטעל באלעבאס געוואנדען צו א צווייטען אינגערמאן מיט א שטריימעל און נעקטיי וואס האט א אויסקוק ווי א חזן, אים איינגעבעטען ער זאל זינגען אלע זמירות. נאכען זינגען האבען מיר אים געפרעגט צו ער הייסט נישט פערצופאל ראזענבלאט אויפ'ן לעצטען נאמען, ער האט זיך שטארק געפריידט.


שבת צופרי זענען מיר שוין געווען אזוי אויסגערוהט אז כ'האב געזיכט א דיין זאל מיר מתיר זיין אהיים פארען צוריק.


מיר האבען זיך געשעמט צו פארציילען אז א שאד איז געווען דער געז אהין צו פארען האבען מיר כאטש געלערענט א לעקציע נישט צו זיין פון די אלץ גלייבער אין קאליערטע אדווערטייזער. פארציילט האבען מיר יעדען פון די גלאז האלב פיל, אז געדאווענט האבען מיר אלע אידען באנעזאם, חסידים, ליטווים, היטען ארויף און אראפ געבויגען, שטריימלען הויכע מיט נידעריגע א שטייגער ווי אין די יו ען.


 


און יעצט שטרעקען מיר אויס ביידע ארעמעס צו ענטפאנגען דעם הייליגען יום טוב שבועות. זאל ער קומען זאל ער זיך באווייזען, זאל זיך טרעפען די חתן מיט די כלה, מיר בענקען זיך אזוי.


דער נאסטאלאגיע נאך דער ניגון פון אקדמות קלינגט שוין אין די אויערען. ווען דער עולם שטייט ארום די בימה וואס איז באדעקט מיט פוירפעל און פינקע בלומען, רויטע רויזען און גרינע ביימעלעך. מעכיל דער חזן זינגט הויעך מיט זיין זיסער שטומע אז אפילו די וויינעדיגע קינדער אין ווייבער שוהל שלאפען איין מיט א שמייכעל איבער די חן גריבעלעך.


 


 =========

אביסל גרעסער געמאכט דער עולם זאל זיך נישט ברויכן אנשטרענגען די אויגן

תוקן על ידי - kraitchmer - 25/05/2006 20:54:15



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2006 05:38 לינק ישיר 


דער אטמאספער פון די וויליאמסבורגע טומעלדיגע גאסען ווערט פארטוישט פונעם געווענליכע שמיץ און ארום פארעדיגע קארס וואס רופען אויס פארטיס, צו א לעבעדיגער באטאניקעל גארטען, שמעקעדיקע דעיזיס מיט טאליפס, רייפע  געזינטע ארטשידס מיט ליכטיג פורפעל ליליס וואס זענען שוין האלב אפען לכבוד שבועות.


ערב יום טוב גאנץ פרי, די פלייסיגע פרויען מיירען איין די גרויסע חלות אין שיסעל. שיקען אפ דאס געזינדעל אין חדר אריין מיט אום-געמאכטע פיאות, סייווי א האלבער טאג. טוען שנעל אן די ברוינע באקוועמע שיך און שטעלען זיך אין רעגען ביז'ן צווייטען פייף צו פארקויפען בלימען פאר די הייליגע מוסדות.


יעדעס גרינע בלעטעלע וואס ווערט היינט פארקויפט, ברענגט אריין צעהן גרינע בלעטער פאר די תלמוד תורה. מען שוויצט און פיבערט איבער צו רעדען די קויפערס "מיר זענען די איינציגסטע וואס האבען די פרישסטע בלימען אין גאנץ וויליאמסבורג, אליין געווען ביים שניידען, נאך נעכטען געווען אין גארטען, מיר שטייען אינטער השגחה פון דיין. אא"וו פרובירט מען מיט גיט אין בייז צו כאפען א צוואנציגער פאר א קליין צווייגעלע וואס יענע וואך ערב שבת האט דאס דער מוסלעמענער פארקויפט צוויי פאר פינף דאללאר ביים זעלבען ווינקעל.*:namespace prefix = o />


 


פאר צוויי מאל חי' שיקען די ליידיס אקזולערי אהיים א קליין ביימעלע מיט די פרי-וואן-עי מיידעלעך וואס קומען און באגלייטונג פון אלע געשוויסטער צו שליסען א געשעפט ביי אלע שכינים.


זיי גיבען מיט א צעטעל וואס לויטעט "מיט אייער קויפען ביי אונז שטיצט איר די העכער 300 תלמידות", איך האב געוואלט צו שרייבען אויפ'ן צעטעל "איר העלפט "די מאמעס" פון די 400 תלמידות. אז זייערע קינדער קלאפען ביי א צווייטען און דרייען אייך נישט דעם קאפ.

פון אונזער ערפארונג ביז אהער, שטארבען די ביימער נאך איידער מען מאכט הבדלה מוצאי.

טאני דער וויליאמסבורג בארבער שרייט אויף די קונדען וואס פארלאנגען עיר קאנדישאן צום אטעמען און קריגען זיך איבער די יענע וואכעדיגע פיפעלס מאגאזין.


אז משה'לע זעצט זיך ארויף אויפ'ן שטענדער צו ווערען אפגעגאלט זאגט ער מיר שמייכלענדיג "זאג אים ער זאל מיר נישט אראפ נעמען די שנויצען". ער האט אים שיעור נישט אראפ גענומען א האלבע פיאה ווען עמיצער מיט א גרויסע וואקי-טאקי און אסאך שליסלען האט אים פארגעהאלטען הלמאי ער האט נישט דעם היינטיגען דעילי נאוז. זיין נעקסטעל האט נישט אויפגעהערט צו קלינגען מיט א "רינג טאון" פון א ישראל'דיג זינגערען תואר כלה מאוד נתעלה, אז טאני איז ארויס פון גלייכגעוויכט און אויסגעטון די ברילען, ארויס אין דער גאס געבען א שטיקעל אנצובייסען פאר'ן פארבייגייענדיג הינטעל.


כ'האב אים געצה'ט אין אינגליש, "וואס רעגסט דיך אזוי טאני? שנייד אים נאר אפ א האלבען קאפ און זאג אים ער איז פארטיג".


דער אינגערמאן האט אפילו נישט פארשטאנען וואס כ'האב גערעדט. אז ער שניידט אים ווען אפ איז אויך נישט א מעלער, מייסטענס קוקען ניטאמאל אין שפיגעל ווען ער פארטיגט.


אלע זענען דא רואיג, די זעלבע אינגעלייט וואס אויב א קינד וויל אריבער די גאס וועלען זיי נישט אפשטעלען די קאר צוליב מאנגעל אין צייט, זיצען אבער דא געמיטלעך פאר איין סיבה, ווייל דא זענען אלע געבינדען צום איינרעדעניש אז ער קען אשטייגער שערען בעסער ווי אלע מקוה אידען וואס ברויכען דאס געלט צעהן מאל וויכטיגער ווי דער טאליענער וואס שימפט אונז אלע אן ווי נאר מען עפענט אויף זיין שוועל, און וועט נישט אראפ נעמען דעם בילד פון יוזעל וואס הענגט אויף די וואנט.


 


דער שמש לויפט ארום מיט'ן טלית קטן אויפ'ן איקסעל, שטעלט אן די שבת זייגערס אין ביהמ"ד, ער באויפטראגט אפאר אינגלאך זיי זאלען רייסען ביימער און אריין ברענגען אין שוהל. זיי האבען ארויסגעשלעפט אפאר בענק פון ווייבער שוהל און פון דער הויעך אויסגעריסען אלע צווייגען ביים הויף דערנעבען. ווען אן אלטער דורכגייער האט זיי אנגעשריגען האבען זיי אריין געברענגט דעם אוצר אויפ'ן באלעמער ווי דער שמש מיט'ן הילף פון אפאר מקוה ארויסקומער האבען צוגעבינדען מיט שטריק ארום די בימה.


 


א צווייטער כלל פארזארגער אין שוהל האט שוין אראפ געשלעפט דעם ספירת העומר טעוועלע, עס אריין געשטעלט אינטערען ארון קודש קאמערעל פאר איבערעס יאר. צוזאמען מיט די זילבערנע טייטלער און אפגעניצטע מענטעלעך.


 


די אייער פאר'ן עירוב תבשילין ליגט שוין גרייט מיט א בילקע צוגעקניפט. די מחזורים שלעפט מען אפיר פון שראנק און דער יום טוב איז דא. אויפ'ן וועג צום שוהל פרעג איך משה'לע פארוואס מען מאכט יום טוב שבועות, פארציילט ער מיר די מעשה מיט רבי מאיר וואס איז אריבער דעם סמבטיון און געמיזט בלייבען וואונען מיט די אנדערע שבטים, ער האט געטוישט פרוי מיט רבי דן. גאר אינטערסאנטע געשעהניש האט פאסירט יענע צייטען...


 


יעצט קען מעכיל דער חזן אראפ לייגען זיין מערבית, און פארברייטנוג צום מארגענדיגען אודך כי עניתני, דאן וועט שוין די רעביצינ'ס הייסע לאטקען שמעקען ביז צו אונז אין שוהל אריין. עס איז זימער אין דער גאס אבער ער קומט מיט'ן ווייסען האלז שאהל ווי חצי טבת. דאס זאגען די אלץ-ווייסער, איז א צוואה פון א זיידען וואס האט נאך געלעבט אין די צייטען פון חזן יוסעלע.


 


און משה'לע וואס רעדט שוין דריי טאג פון אויף זיין א גאנצע נאכט, שלאפט אויפ'ן רעקליינער מיט די שמונה בגדים און גרעיפ דזשוס באגאסענעם העמד. מיין שכן געציל קלאפט שוין אויף די טיהר מיך מיט צונעמען אפרעכטען דעם תיקון.


 


ענדליך ער דערוועקט זיך פין טיפען שלאף, עפענט אויף די אויגען צוביסלעך-ווייז ווי נאך א טינקעלע שלוש סעודות תורה. דער שטערען אינגאנצען רויט פונעם אווערנייט דרימעל. נאך א זיסער חלום פון די מארגענדיגער סמייטע זיפ מיט מילכיגע קיכען לויפט ער אראפ כאפען א טינק אינטער'ן האלב-ווארים וואסער איידער עס הייבט אן טאגען און די פייער פינקען פון עלות שפראצען אריין אויף די שוין אויסגעליידיגטער שוהל.


דאס ווייב זיינע מיינט אוודאי ער האט אויסגעזאגט דעם גאנצען גראבען תיקון ליל שבועות פון דעקעל צו דעקעל, אפילו מיט די טראפען. אונזער ר' בערל איז יעצט אויסגערוהט ווי א בער נאכען אפשאלפען א איבער-יאריגען ווינטער. דער גאנצער קערפער טרייסעלט זיך ווען ער קומט צוריק ארויף פון מקוה, דזשאכעט אין ריקען פון זיין זעכצען יעריג בכור, דערמאנט אים פונעם אנזאג נישט אויסצורעדען ביז נאך כתר אזוי וועט ער א חתן ווערען אינגיכען, דער טשאטשקעלע  זיינער איז געקומען צו פארען אויף יום טוב פון ישיבה אין דע מערכאקעם, דאס פיצינקע בערדעל שפרודעלט שוין פון די ערשטע אומגעפלאכטענע גרעזעלעך, דאס אויבערשטע קנעפעל אין העמד איז ברייט צועפענט, די אויגען שטייט אים קרום אין קאפ אבער דער טאטע רעדט שוין צו אים פון שידוכים ווי גלייך ער האט 2 ברידער העכער צוואנציג וואס ווארטען אין די רייע.


 


מיר אלע שטייען נאך אינטערען טלית ביים דוכענען, עס הערט זיך א גערידעריי פון גלעזערנע פלעשער און אייער בייגעל עפעס טוישט מען שוין איבער צו קלאר-ווייסע טישטיכער, דאס מיז זיין די רעבעצין וואס טוט אונז נישט אנטוישען. ווי נאר דער חזן זאגט שלום זעהן מיר דעם דריי שטאקיק טשיז קעיק געמאכט פון זויערע מילך מיט ווייסע טשאקלאד, יאגדעס און קליינע לעבעדיגע גרינע בלעטער נעמען ארום דאס געביידע, דער שכן מיינער האט שוין אריין געגאסען א גאנץ גלעזעל משקה אין קאפ און מיר געצוצקעט פון יענע זייט איך זאל אים דערלאנגען פון די פוטער איינגעמאכטס.


דער רב זאל לעבען ווארט נישט היינט אויפ'ן קדיש יתום נאך אנעים זמירות נאר מאכט שנעל קידוש האסטיג און פרייליך, אנגעגורט די לענדען צו עסען די לאקשען קיגעל מיט קעיז ווי ס'איז דער מנהג ישראל, ער טיילט פאר די קינדער פון די הייסע קיגעל אין די נאקעטע הענט אז זיי טאנצען אינטער, אים ארט דאס גארנישט נאר טיילט ווייטער ביז א אינגעלע שרייט "אוטש" און לאזט אראפ דעם קוגעל אויפ'ן זיינע גלאנציגע שיך.


 


 


חנה'לע הערט ווי איך דעצייל אין שטוב אז דער שוהל איז עפעס שיטערער היי יאר, געוויסע חברים זענען צופארען, ווער צו די קאנטרי-היים און ווער קיין הייליג לאנד. אפאר חברים זענען געפארען קיין קרית יואל איינער אפילו קיין קרית קאשוי און קרית טאהש. די וויליאמסבורגע גאסען זענען היי יאר היבש ליידיג, זאגט זי. זי וויל פאר'ן קיין קיוריעס "דזשארש".


 


דער שווער האט יארצייט אים סאמע שבועות נאך זיין מאמע זאל זיך מיעהן, זענען מיר אלע געלאדענט צו עסען די מילכיגע סעודה ביי אים אין שטוב. אלעמאל פארציילט ער ווי זי איז פארפאלען געווארען אין די טעג פאר שבועות, מען ווייסט נישט גענוי וועלכער טאג, האט מען עס באשטימט אויף שבועות. ער פארלאזט א טרער און ווישט זיך אפ די נאניע ווי זי וואלט נעכטן נאך געווען צווישען די לעבעדיגע.


איך פרעג אים יעדעס יאר פארוואס מען האט נישט באשטימט די יארצייט אויף פסח, וואלט מען אפגעקומען מיט הארטע אייער.


ער באפעלט די קינדערלאך זינגען א שיינעם ניגון אויף תחתונים עלזו, אז זיי זינגען נישט מאכט ער מיט'ן גראבען פינגער "העכער" ביז שפרה'לע צוברעטשעט זיך פון זיין שטרענגען בליק העכער די ברייטע נאז לעכער און וויל אהיים גיין.


 


מוצאי יום טוב באלד נאכען זאגען ג-ט פון אברהם הייבט זיך אפיציעל אן דאס געפאקעכט'ס צום קאנטרי. זאכען וואס מען לייגט געווענליך אוועק בלייבט יעצט ליגען אויפ'ן דיינונג רום טיש, מען באקט שוין נישט מען רוימט שוין נישט, אלע קאנטרי זאכען נעמט מען אפיר, מען פרובירט אן די קליידלעך אויב זיי זענען נאך צו די מאס פון די קליינע הענט און פיסאלעך, ווער עס איז געוואקסען באקומט א ניי וואס איז נישט גיט פאר קיינעם לייגט מען אוועק פאר'ן קומענדיגען אז ס'וועט זיך עפעס מאכען.


=========

אביסל גרעסער געמאכט דער עולם זאל זיך נישט ברויכן אנשטרענגען די אויגן

תוקן על ידי - kraitchmer - 09/06/2006 4:43:52



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/7/2006 03:45 לינק ישיר 

 

דער חתונה טאראראם אין וויליאמסבורג הייבט זיך אן דריי טעג איידער יו"ט שבועות און האלט אָן מיט די פולע פארע ביז אין די דריי-וואכען אריין. א פאמיליע וואס באקומט נישט צוויי צענדליג חתונה בריוולעך אין פאָסט קאסטען דורכאויס די צייט, אים איז א באזינדערע מצוה ליעב צו האבען, אזוי שטייט אין חומש "ואהבתם את הגר"

 

נעכטען נאכט האט חתונה געמאכט פעטער יאנקעל, די שוויגערס גרויסע ברידער. שוין דאס אכטע קעניינע האָרע. אונזער חתן איז גאָר א גרויסער טשאטשקע מער פון זיינע ברידער, מען שמועסט אין די משפחה אז דאס איז צו פארדאנקען עפעס א ברכה פון א ירושלים'ע עלטער עלטער מומע.

 

מיר זענען אנגעקומען צום זאל הארט נאך די חופה אבער נאך אריינגעכאפט צו זעהן ווי דער חתן דנן גיבט א טרעט אָן די כלה'ס ווייסע שיך.  דאס ניי-געבוירען פאָרעל באגלייט פון די מאמע און שוויגער גייען לאנגזאם אינטערען רויטען טעפיך ביז צום יחוד שטיבעל האנד ביי האנד, ווען די טרערען פליסען פון צווישען די מוטער'ס אייגעלעך. אלע ארומיגע קוקען צו דאס ליעבשאפט וואס הענגט אין די לופטען, מיט געבעט און האפענונג צו דעם פון אויבען אז דאס מזל אזוי שיינען ביז משיח'ס טאג.

פעטער יאנקעל נעמט אן די מזל טוב'ס מיט גרויס אנוטוזיאסטישקייט ווי עס וואלט געווען א איינס איינציגס. די האנד איז נאך פארקלעבט מיט די אראפ געטראָפטע חלב פון נארוואס פארלאשענע הבדלה.

 

אונזערע קינדער קומען אויסשטאָפירט מיט קליידונג ווי קינדער פונעם קאָזאק, משה'לע האט באקומען א נייעם אנצוג ווי א ערוואקסענער, מיט א נעקטיי און דעם גאנצען קלאפער געצייג, דאס רעקעל האט אפילו א שניט פון אינטען. די קליינע שיכעלעך גלאנצען אז מען קען זיך קוקען אין שפיגעל דערין. ער קוקט אויס ווי א "לומעזין דרייווער" אז אלע האבען אים געקניפט אין בעקעל.

די מוידען זענען נישט הינטערשטעליג, עלעגאנט, באפיצט און באשמירט, די האָר פארלאָקט ביי א ספעציאליסטקע וואס צייכענט זיך אויס מיט האָר פאר געשוויסטער פון די מחותנ'עסטע.

 

דער מוזיקאנט טוט דאס זייניגע, אזש מען קען פארטויבט ווערען און דעם אייגענעם קול נישט הערען. פעטער אליעזר זיצט שוין אויף זיין באשטימט פלאץ און האט שוין פארטיליגט אלע זויערע פיקעל פון אויבען אָן טיש.

 

גיטע פריינט פון פעטער יאנקעל זיכען אים ארום און אלע עקען זאל, ער איז נישט צום געפונען. ווייניג וויסען אז מען פאראייביגט אים יעצט מיט אלע קינדער אין יחוד שטיבעל. גייען זיי אהיים מיט דער האפענונג אז דער מחותן יאנקעל וועט זיי גלייבען מארגען אז זיי זענען טאקע געווען.

 

מיר שוואגערס דרייען זיך ארום זיכען א פאסיג פלאץ, מען מאכט א ענגע בארוטונג און דאס בעסטע ארט ווערט באשטימט דארט און דער זייט ווי קיינער באדערט נישט און מען גייט זיך וואשען, אלע שוואגערס אין די רייע, די קינדער שיקט מען זיי זאלען ברענגען דעם פאָרשפייז פון די פרויען, דארט איז אלעמאל פארהאן בעסערס. אלע בייסען אריין אין די המוציא און רעדען אויפ'ן טעלעפון וואס הערט נישט אויף קלינגען, די בייבי סיטער'ס רעדען זיך אלע אָפ אז די קליינע טאנצען ארום און די גרויסע ווילען נישט פאָלגען. דער שוואָגער חיים שרייט אריין און טרייבעל, "משה'לע כ'על דיך אזוי אָנפאטשען ווען איך קום אהיים אז דו וועסט מיך געדענקען" און לייגט אראָפ דעם טעלעפון א בייזער.

 

איין פארשפעטיגטער שוואגער קומט אָן  פון זיין אווענט דרימעל מיט א בילקע אין האנט. מיר ווייזען אים אלע אָן ער זאל צוריקען א בענקעל דא, דארט, נאר נישט לעבען מיר. ער רעדט זיך אפ פארוואס מען האט נישט געווארט אויף אים מיט די חופה. און סי שוין נישט איבער געבליבען קיין פיש. ווען דער געלט-גייער בעט אים א נדבה גיבט ער א קרום מיט'ן נאז און אקסעל, נישט ווי זיין שטייגער, כאָ נישט.

 

דער שפיעלער נעמט ענדליך אראפ די פינגער פון פויק געצייג און גייט אויף פאזע,  ער בעט א אינגעלע זאל אים ברענגען פון קאָך א טעלער פיש, ווען דאס אינגעל קומט צוריק מיט'ן אוצר, שרייט ער "כא דער פארגעסען צו זאגען, "כאב ליעב דאס וויידעל, גיי ברענג א וויידעל" ווען ער איז פארטיג ווישט ער זיך אפ די בארד, לייגט צוריק אריין דאס פויק הייטל אין אויער און נעמט זיך מיט א פרישקייט צום קלינג קלאנג פון די זעלבע אויסגעדראשענע ניגונים. לויפט פון שטייטע קלעזמער צו שנעלע רעפ געוואנדען אינעם זינגער וואס קאָמאנדעוועט מיט זיין האלב הייזעריגער שטימע, קענטיג אז ער האלט שוין נאך 4 וואכען פון נעכטליכע זינגערייען. די לויזע אייער האט אים הפנים היינט נאכט נישט געהאלפען, ער קוקט אויס זייער ערשפעט און נישט מוטיג, פון דעסטוועגען זינגט ער פיבערדיק מיט'ן האפענונג אויף א שמייכעל פון א דורכגייער.

 

דאס איז טאקע מענדעל, מיין חבר מענדל פון ישיבה מיט'ן דין-קוויטשיגע שטימע. זיינע עלטערען האבען אים אלץ קינד געזאגט "מענדעלע, מיט אזויפיל שכל וועסטו א חזן אויסוואקסען" ער שטייט מיט די מייק אין האנד און זינגט א שלוש סעודות ניגון דערנאך קומט בן בג בג און צוריק צו פרוק ית ענך. איך זאג אים, "דו ביזט דאס מענדל? כאב געמיינט סי בען דעוויד" האט ער זיך גענומען בלאזען ווי א אינדיג, זינגען מיט א זיכערער קול העכער און שנעלער ווי דער בעל קורא מאכט א קרני פרה. און איך האב זיך עולם הבא איינגעקויפט.

 

ווען ער זאל אונז אלע אויסטיילען די וואטע און ער אליין וואלט געזינגען אביסעל שטילער וואלט איך כאטש געהערט וואס דער שוואגער האט זיך אפצורעדן אויף די שוויגער, און די ווארימע ברכות פון פעטער יאנקעל וואס גייט יעצט ארום מיט'ן ברוינפען גלעזעל אין די פישיגע האנד אויסטיילענדיג זיינע ברייטהארציגע ווינטשען פאר אלע געשוויסטער.

ער שטעלט זיך אפ ביי איטליכען פון אונז מיט זיין נייעם פרעכטיגען שטריימעל. די שטערען שיינט אים ווי דער לבנה. יעדען גיט ער א ברכה צוגעפאסט לויט'ן געברויך, מיר האט ער געווינטשען איך זאל מיך אין די דירה אריין ציעהן אין א גיטע שעה.

 

אינמיטען עסען די זיפ רופט א קינד אויס ביים הויך-הילכער "מעריב", אלעס לויפען ארויס איבערלאזענדיג די הייסע בונדעל זיפ, ענדליך יאוועט זיך א בעל תפילה ווען צווישען השכיבינו קומט אריין א שכן מיינער און שאקעלט "נא, מזל טוב! וויאזוי ביזטו דא א קרוב יאנקעל? איך זאג אים נא, אהא, מעריב, ער פרעגט ווידער דאס זייניגע אבער וואס טוסטו דא מיט'ן שטריימעל יאנעקל? ווארט דא איך וויל מיט דיר רעדען. ער ווערט פארשווינדען.

 

ביי די שטילע שמונה עשרה רופט איינער אויס "ווער עס האט געפארקט א קאר מיט'ן לייסענס פלעט עקס וויי זי כאפט יעצט א טיקעט, דער דרייווער -וואס האלט און מיט'ן שמונה עשרה- לויפט גיך ארויס.

קוים איך זאג עלינו און דער קליינער נעפיו דוד'על זאגט מיר אין די אויער, יוטעלע זאגט זאלסט נישט פארגעסען אהיים רופען דעם בעבי סיטער צו מאכען זיכער אז די קינדער זענען וואול.

 

מען קומט צוריק צום קאלטען זיפ, זעהנדיג ווי א אנדערע משפחה האט זיך שיין פלאצירט אויף אונזערע ערטער, אומבטע'מט מיז מען זיי אויפהייבען.

דער כינעזער גוי מיט'ן קאפעל פרעגט "שיקען אָר סטעיק? אלע ווילען סטעיק אויסער דער קליינער דארער שלמה'לע, ער וויל נישט גראָב ווערען.

דער מוזיק גראגערט אז מען קען דיל ווערען, דערצווישען שפיר איך א ווארימקייט בלאזט מיר אין די אויערען, איך דריי זיך אויס זעה איך ווי דער שוואגער רעדט צו מיר, ווער ווייסט ווילאנג ער האלט שוין א דרשה און איך ווייס גאר נישט.

 

איידער איך ענדיג אפלעקען דאס לעצטער ביינדעל, איך דריי זיך אויס צו געבען שלום א שוועסטער-קינד און דער טעלער אז מער נישטא, איך וויל זעהן ווער עס האט גענומען און דער טיש צוזאמען מיט די אומאויפגעגעסענע געבראָטענע שוועמלען איז אוועק געשלעפט, די סארווירער מאכען שוין ארדענונג. ווען מיטאמאל ווערט שטיל, א סקרוך גייט דורך די ביינער ווי נאר מען הערט די ערשטע סטרונעס פון דעם באקאנטען מארטש וואס צוזינגט זיך העכער און העכער מיט די בשורה אז דער קוים אויסגעפאסטער חתן קומט אריין איבעראשט און צוטומעלט פון די ביז איצטיגע  איבערלעבענישען וואס האט יעצט פאסירט צווישען פיהר אויגען. 

 

זיינע ישיבה פריינט, בחור'לעך און שנה ראשונ'יקעס לייגען אים געשווינד ארויף אויף א בענקעל און מען שאקעלט ווי א כפרה ארויף און ארום, דער קאָפ איז אים שוין גיט צוטרייסעלט נעמט אים דער ברידער ארויף אויף זיינע פליגעל און לויפט ארום ביז דער שטריימעל ווערט פארהאנקעט אין טשענדעליער. ער זעצט זיך ענדליך אראפ ווי א גענעראל אין פעטרעסבורג. אלע שטיפען זיך צו רייכען די האנד, דער קליינער ברידער לויפט אים אקעגען אפווישען דעם שטערען, דער גרויסער שוואגער ברענגט א גלעזעל סאדא וואסער, שהכל נהי' בדברו, קוים איין טרינק און א רעוועלע איז שוין אין רינג, מיט צוויי פארגלייזטע אויגען כאפט ער אן די פייכט-פארשוויצטע האנד פון חתן און טאנצט צום ריטעם פונעם פיאנאָ, ווי העכער די ארומיגע פאטשען אלס שטערקער מאכט ער צו די אויגען און איז זיך מדבק און באשעפער ביים מקיים זיין די אומגעהויערע גרויסע מצוה פון זיין א משמח חתן וכלה, ווען נישט א קינד לויפט דורך און ווארפט אים שיעור אנידער וואלט ער געטאנצען ביז ווען דער חתן כלה שטייט אויף.

 

דערנאך קומט די רייע אויף די איבעריגע משפחה, יעדער באזינדער שטופט אריין דעם צווייטען, טאנץ דו, יעצט דו, נישט מיר נישט דיר טאנץ דער חתן מיט די לעצטע כוחות, ער האלט און איין ארויף ריקען דאס גארטעל וואס גליטשט זיך אראפ פונעם דזשי ענד דזשי יאפאנעזישען כמו זיידענע בעקעטשע. די ארומיגע שטיפען צו א בענקעל אבער מען לאזט נישט זיצען, פעטער מרדכי קומט יעצט צו גיין קורצע טריט אויפגעהייטערט, ווען די קינדער האלטען אים אינטער, ער טאנצט אז עס נעמט נישט א עק. מען שלעפט אריין נאך און נאך נאענטע און באקאנטע, זיי וואלטען זיך ליבערשט געדרייט יענע זייט בעט ווי צוקוקען ווי מען שלעפט דעם חתן ארינגעראנגעראָזי.

 

דער טראדיציע זאגט אז יעצט קומט דער פרישער שווער צום טענצעל, אלע קינדער מאכען אים פריי א וועג, ער כאפט אן דעם נייעם גן עדן מיט א דרייסטקייט, האלזט זיך ארום און טאנצט די הקפות. אלע קינדער לויפען אויף פאראויס הין און צוריק, ווארפען אים אלע צוקוקער, מען עפענט אויף א דורכגאנג ביז כמעט אין פרויען זייט, ער ווערט שיעור דערינקען פון אייגענעם שוויץ, אטעמט הויעך מיט די לעצטע כוחות. ביז איינער דערבארעמט זיך מיט א בענקעל פאר'ן חתן און זעצט זיך אראפ אפגעמאטערט.

 

א בת קול איז געקומען פון א קליין מיידעלע, "דיין ווייב רופט דיך", אלע שטייען ביי די מחיצה, איינע קוקט ווי די בחור'לעך טאנצען א צווייטע ווארט אויפ'ן מאן. איך פאל שיעור אנידער פונעם לייטער וואס דער פאטאגרעפער האט אראפ געשטעלט לעבען מיינע פיס.

"יא וואס איז?

נאטינג ספעשעל! ענדזשויסטעך?

יא, איך גיי אריין טאנצען!

יא אר? איי עם גאואינג טא וואטש יא!

גיט, דערנאך קען איך גיי זעהן ווי דו טאנצט?

זי לויפט אוועק.

 

דער מוזיקאנט נעמט ווייטער אראפ די פינגער פון די גרויסע ווייסע קנעפ מען רוהט זיך אפ, דער זינגער טרינקט א גלאז וואסער, דער חתן שמייכעלט צו זיינע חברים וואס רינגלען אים ארום, זיי ווילען וויסען אויב דער יחוד שטוב צערעמאניע איז געקרוינט מיט סוקסעס. ער פינטעלט מיט די אויגען האלב פארשעמט, צו זאגען "גאנץ גיט"

דער און יענער ברענגט א פארמאכטען קאנווערט, דער ביזעם טאש האט נאך פלאץ פאר א פאר טשעק'ס, זאל מען נאר ברענגען.

מערערע ערשטע און צווייטע קאזינס שמוגלען זיך אריין מיינענדיג קיינער באמערקט זיי נישט. ווי נאר זיי גיבען די האנד ווערען זיי פארשווינדען נאך איידער מען קען זיי מכבד זיין.

 

מען ברענגט אריין פארציעס אייז קרים וואס די גוים האבען נאך אריין געשטעלט אין פריזער יענע נאכט, עס האט אלע קאלירען ווייל פון די נעכטיגע ווייסע אייסעס איז איבער געבליבען צופיל, האט מען עס אריין געמישט און היינטיגען רויטע און רעסייקעלד. אבער פעטער מרדכי פארציקט דאס מיט גרויס אפעטיט שטייעדיגערהייט און פרעגט יעדען דורך גייער, פאָרסט אפשר קיין בורופארק?

 

דא דארט ווערען געפירט א טוץ מיט געשעפטען פון באקאנטע און נאָנטע, מען ווערט געוואור אלצדינג, ווער עס האט לעצטענס געקויפט א דירה און וואס איז דער מצב מיט די פאלעסטינער. צו גייט מען אין קאנטרי, אויב יא ווי, וויפיל רומס, וויפיל צאָלסטע, צו כאב געהערט אז שמעון משה האלט ביים צושפארען דאס געשעפט. צום לעצט קומט דער שווער מאכען פאָרש-ארבייט צו סי דא עפעס נייעס ביי אונז?

יעדער פלאפעלט און פרעגט "ווען גייט מען שוין בענטעשן?" "ווער גייט גראמען? "

 

דערצווישען קומט אריין דער בדחן מיט נאסע צולאָדזשעטע פיאות, פרעגט זיך נאך ווער עס איז דער מחותן פון די אנדערע זייט, פארצייכענט זיך אין ביכעלע ווער ס'איז ווער, ער שטעלט צוזאם דעם פאָזעל וועֶם מען וועט היינט באזינגען און באשמירען. ווען אלעס קלאפט גייט ער צום אבי החתן און האט צו אים א בקשה ער זאל אים פרובירען צו געבען קעש ווייל די קינדער פאָרען אין קעמפ, דער מצב איז פחדים. דערנאך זאגט ער: דער אנדערער מחותן וויל עס מאכען טשיק שטאק, איר ווילט אויך?

אקעי, אז ער וויל, בין איך מסכים.

יעצט גייט ער צום אנדערען מחותן ווי אהרן הכהן'ס ארבייט, און זאגט:

דער אנדערער מחותן וויל אויסלעשען די לעקטער 2 איר זענט מסכים?

נא ער באצאלט דאך. זאל זיין אזוי.

 

אינימיטען ווערט א טומעל, עס קומט אריין אין זאל דער וויאזוי-הייסטער וואס האט גילערנט מיטן חתן ווי זיך צו פירען, שטיפט ארויף זיין פארהויכטכע ברילען צום שפיץ נאָז, רוקט אראָפ דעם היט ביז איבער די שטעכיגע אויגען ברעמען און צולאזטע בארד, מאכט צורעכט די פיאות און טאנצט פון מזרח ביז צפון מיט'ן שם הוי' אז די אדערען אין קאפ קומען שיעור ארויס. דער חתן'ס טאטע קומט אריין אין רינג שעפענדיג נחת, ער פלאנטערט מיט די פיס, ווי דער שטייגער איז. לעבעדיג, פרעהליך, טרא-רא-ראם-באם-באם און דרייט אן אקאפעליע.

אלע געשוויסטער פרובירען מאכען גיטמוטיג, די קליינע קינדער מאכען א באזינדער רינג און האלטען זיך אינטער אז מען לאזט זיי אויפזיין אזוי שפעט.

 

אז מען הייבט אן די האָרא קומען צולויפען אלע אינטער דרייסיג, חברים פונעם חתן שלעפען אים אין א זייט און מען פאכעט און האפקעט ביז דער שווייס רינט אויף דע באָרד. מערסטענס קענען נישט טאנצען די טענץ, די וואס קענען יא ווערען אומגעדולדיג און מאכען א באזינדער רינג פאר די קענערס. דארט הייבען זיך די פיסלעך גענוי צום טיק ווי דער זינגער מאלעוועט. מיט שטאָלץ דרייען זיי זיך ארום ווי דער מארטש אויף דע פענגווינס, איינער א שלימואל האט נישט געקענט די פיס אויפהייבען גענוג געשווינד, האבען אים די חברים ארויס געשליידערט פון צוג ביז'ן זינגען פון דוד המלך טאנץ.

די פרויען שטייען אויף די בענק א בליק צו כאפען, משה'לע לויפט אויך אריין פרובירען זיין גליק, און מיט רעכט, ער האט דאך שוין א רעקעל. ווען ער פאלט אום קומט ער מיר זאגען "די מאמעס טאנצען שענער"

ווען א שטארק נאנטער חבר טאנצט, טוט מען אים אָן א שטריימעל, אויב איז ער אויך א פויגעל פייפען די חברים מיט'ן מויל. דער זינגער האלט יעצט אן אויג אויף די חתן רינג און אויף די מחותנים באזינדער. ער שוויצט ווי א ביבער און ווינקט פאר'ן מוזיקאנט זאל שוין אויפהערען ווייל ער דערהייבט עס נישט.

 

דער מוזיק שטעלט זיך ווידער אפ, מען רופט אויס "מע גייט בענטעשן אין צעהן מינוט - די כלה זאל אריין קומען", אין חתונה שפראך: "יעדער קען אהיים גיין" [אויסער די גאר נאענטע]" יעדער שטייט ביי די מחיצה און רופט ארויס זיין באשערטע, יאנקעל רופט מעכיל'ס אידענע, ווען זי קומט אן בעט מען איר זי זאל גיין רופען חייקעל'ס מאן, אזו טוט זיך א גערופעכץ און אפגעשמיסעכץ, "ווארט מיך ביי יענע קארנער", "קום ארויס ביז זיבען מינוט" איך גיי נאך זאגען מזל טוב די טאנטע דוואשע און איך קום".

ביז אלע זענען אינדרויסען און ביז ווען דער חתן טוישט זיך די קליידער און די כלה ווערט פריש באשמירט איז שוין א שטונדע און א האלב שפעטער און די פלייסיגע צווישען אונז דרימלען שוין. די גרויסע אויפ'ן טיש, די קליינע אויסגעשפרייט אויף צוויי בענקלעך.

 

איך כאפ זיך אויף פין קליינעם דרימעל ווען איינער פון די כלה'ס זייט וואס זיצט לעבען מיר האט באקומען ברכה אחריתא, מען ברענגט שנעל דאס גאנצע פאטאגרעפירער צו פאראייביגען דער ניגונ'דעל און אז מען גיבט אים דער מייק הייבט ער נאכאמאל אן די זיבעטע ברכה פון אנפאנג.

 

ערשט יעצט זעצט מען אריין דעם חתן אויבען אן צווישען די פרויען, דארט קוקט ער אויס ווי א יון אין די סוכה, דער בדחן סודות'ט זיך מיט די מחותנים און שטעלט זיך אין דער הייעך, הייסט יעדען זיצען, מאכט אפאָר וויצען, אלע בייסען זיך שוין די ליפען, ער טוט יעדען אריין ציפען, פליקט יעדען  פעטער באזינדער, רעכענט אויס די עבירות פון קינדס קינדער.

 

די ערשטע ווען מען אויסרופען פעטער לעיזער, מיט די זיידע גלעזער, יעדער דא קען עם, וועט קיינמאל נישט אריין אין גיהנם, לויפט אינעם רעגען דעם גאָס, אפצורעכטען תיקון חצות, א געוואלדיגער גאון הגאונים, יעדען צופרי פון די עשרה ראשונים, אויפגעשטעלט אזא שיינע שטיב, יעדער האט אים ליעב, אינדערהיים איז ער געווען א בארשען בינדער, געהאט א ווייב מיט 3 קינדער.

 בלאזט גיט א שופר, אין געשעפט א גיטער פארקויפער. שבת געלט איז א מנהג וואס ער טוט פון קינדווייז אן שטרעבען, וועט ער יעצט ברייט עפענען דאס בערזעל און געבען, זאל ער ווייזען פאר אלע, וויאזוי מען טאנצט פאר די כלה, שרייט אלע שרייט, מע גייט מע גייט.

 

די קינדער און איידעמער פון פעטער גייען מיט צום טענצעל, יעדער זיכט א דאללאר אין די קעשענע מען וועקסעלט און בארגט, מען זאגט צוה אפצוגעבען שפעטער. דער בדחן קרימט מיט די נאָז אז איינער דרייט זיך ארויס.

פעטער לעיזער'ס עטלסטער זוהן הייבט זיך אינטער מיט די האלב פארקלעפטע אויגען און הערט נישט אויף צו געניצען. א אינגעלע ברענגט דאס גארטעל אבער דער זינגער דארף פונקט מאכען א טעלעפון קאל, אָן אים ווייסט מען נישט וואסארא ניגון עס קומט אויף די רייע, ווען ענדליך דער זינגער וויל שוין זינגען האט א קינד אוועק געכאפט די מייק און די כלה שטייט ביז דעווייל אינמיטען דריידעל, איינער זאל איר א כאפ טוען און זינגען דעם געדאטשקע.

 

פעטער אליעזר איז שוין א איד אין די מיטעלע אכציג, אזוינע שפעטע שעות ווייסט ער ניטאמאל צו ער איז וואך אדער איז ער אינמיטען א טיעפען חלום, אבער די מומע ביילא האט אים נישט אהיים געלאזט ביז איצטערט, זי וויל זעהן ווי ער טאנצט. זי טרעפט א געניצטע פארשמירטע פאפיר פון טיש און ווישט זיך דערמיט אפ די אויגען, זי טוט קוועלען ווי דער מאן נעמט דאס גארטעל ווי א אינגעמאן און זינגט דעם אלטע'ן רבינ'ס הקפה ניגון. דערנאך טאנצט ער זעלבסט מיט'ן חתן אליין. דאס פריער צוקנייטשער שטערען בליטשקעט יעצט ווי א שיינטורעם. אלע מחותנים רוקען זיך ביסלעכווייז אריין אנטייל צו נעמען אין די געשעהניש ווי פעטער לעזער איז פרייליך. אז ער ווערט פארטיג באגלייט מען אים ארויס פון זאל און דער בדחן נעמט די פארבליבענע אויפ'ן צימבעל.

 

און יעצט וועט מען אויסרופען א רייכען פעטער, אים צו אויסרימען וויל איך בעטען א היתר, ער טיילט דאך אויס צדקה אן א שיעור, טרינקט נאר כשר'ע ביער, שוין גענדיגט ש"ס אן א צאהל, דף היומי לערענט ער קיינמאל.

 

פעטער ישראל שלום -א פעטער פון די כלה- גלעט אויס דאס ציגען בערדעל, מיט'ן אריסטאקראטישען בליק קוקט ער זיך אים אויף זיינע ארומיגע און הייבט זיך אויף לאנגזאם, טוט זיך אריענטירען,  נישטערט אין צוריסענעם בערזעל אָן אויפהער, וואלט מען געקענט מיינען אז מען רעדט דא פון א צוואנציגער כאטשיג. ער קנייטשט איין דאס גרין -איין דאללאר- בלעטעל אין שטיפט עס אריין באהאלטענערהייט צום בדחן אין האנט, ער בארעכטיג זיך און זאגט מיט זיין פולישער אקצענט "דער שוחט וואס קויליעט דעם טשיקען ערב יום כיפור באקומט אויך נישט מער".

 

ער גיסט זיך אן אביסעל וויין פון פעסעל, גיבט לחיים די ארומיגע פיל מיט עמאציע און טוט דאס זעלבע ווי זיינע פאָרגייער, בריקעוועט מיט די פיס און אלע קינדער האבען הנאה ווי ער ווארפט מיט'ן גארטעל אגרעסיוו צו אלע זייטען.

 

פעטער גבריאל מיט'ן האמבורג היטעל קוקט טאקע אויס ווי דער וועלטס נער, אז דער בדחן מאכט פון אים היבש חוזק, ביים טאנצען הייבט דער זינגער אן זינגען דעם צענטראלען חי' ד' ניגון, אז יעדער לאכט שוין טוישט ער דאס איין צו כי לד'.

ווען פעטער גבריא'ל וואס קוקט אויס פונקט ווי זיין ברידער -דער זיידע ע"ה- קומט נענטער צו די כלה כאפט אונז אלע אן א בענקעניש נאכ'ן זיידען וואס וואלט זיכער פארגעניגען געהאט צו זיצען דא מיט אונז. די שוויגער כאפט א בילד און מען קישט זיך מיט'ן פעטער וואס פארטרעט די משפחה ביי די עלטערע לייט. ער ווינשט אן די קינדער און אייניקלעך און גייט אויך אהיים.

 

מען האט שוין אויסגערימט אלע מעלות פון טאטע און שווער, מיר האבען אליין נישט געוויסט וואס פאר א ענבי הראזשינקע דא האבען זיך משדך געווען. ביידע מחותנים האבען שיעורים און טיילען צדקה, האבען א גיט הארץ און האבען אריין געלייגט גרויסע כוחות אויפציעהן א חסידיש שטוב, אלע ביידע זענען גרויסע חסידים פון זעלבען רבי'ן און געבען זיך אוועק דעם אייגענעם קישען פאר א ארעמאן. דער הספד וואלט אנגעגאנגען ביז פארטאגס און עמערס טרערען וואלט געפלאסען ביז ארויס פון זאל ווען נישט מען מיז זיך נעמען איבערען חתן כלה זעלבסט.

 

ווי שטענדיג הייבט זיך עס אָן מיט א משל פון א בן מלך, דער נמשל קען יעדער. דער בדחן באנעמט זיך לאנגזאם אז ווער עס איז נאך אויף אין זאל ווערט יעצט פארשלאפען פון זיין געמויזעכץ. ער מוסר'ט זיי אָן א פארציע ביז זיי וויינען.

דאן ער טוישט דעם ניגון און הייבט אן צו בענטשען דאס אינג פארעל און אלע וועקען זיך אויף.

 

דער הויעך פונקט קומט אצינדער ווען דער חתן שטעלט זיך אוועק ווי א העלד פאר די כלה צו זינגען דעם אשת חיל, אלעמענס אויגען זענען געוואנדען ווי דער חתן שטעלט זיך אויף און כאפט אן שעמעוודיג זיין לעבענס באגלייטערען. די כלה שטייט אינטערטעניגט, ווי א קעניגען גלייך אקייגען איבער דעם קעניג מיט אראפ געלאזטע פארוויינטע אויגען פיל מיט באגער און באשיידונג צום לאנג ערווארטענער מאמענט וואס אויף דעם קוקען ארויס עלטערען און משפחה.

 

מיר קלייבען צוזאם די שלאפעדיגע קינדער און מען גייט אהיים, מען ווינשט נאכאמאל די באבעס און מומעס מיט אלע געשוויסטער, מען לאדענט איין אויף שבת שבע ברכות און זאל דער אייבערשטער העלפען אז דאס אינג ביימעלע זאל זיך צו בליעהן און פרוכטבארען צום שיינקייט פון די גאנצע משפחה.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2006 04:58 לינק ישיר 

מיר זענען פון די אייניגע קליינע משפחה'לעך וואס זענען שוין אנגעקומען אין א מזל'דיגע שעה נאך איידער מערסטענס קאנטרי-לייט. מען גרייט זיך צום ערשטען שבת מיט גרויס געהויבענקייט. ווי עס איז דער שטייגער, האט מען היבש זאכען פארגעסען צו ברענגען. עס שאָדט נישט, צו אונזער גליק איז וואל-מארט נאך נישט ארויס פין ביזנעס און מיר זענען באלד אויפ'ן וועג.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 

דער אייגענטומער לויפט ארום זייער פאַרסאַפעט מיט האלב אראָפגעפאַלענע הויזען-טראַגער, ער מאכט זיכער אז קיינער פאָרט נישט אריבער א רער אין דער ערד. פרובירט צופרידען שטעלען אלע אידענעס וואס האָבען זיך אפצורעדען אויף פריזערס וואס פרירען נישט גענוג, לעכעריגע סקרינס אין די פאָרטשען, פעלערהאפטיגע גאַז רענטשעס אא"וו. ער טיילט אויס באַטעריען פאר די "סמאוק-אלאַרמ'ס.

די קינדער פרייען זיך צו די פאַריעריגע גיטע פריינד און ווערען פאַרשוואונדען צו יענעם עק קאָנטרי, זיי קומען נאָר צוריק ווען זיי דאַרפען עפעס אין מויל אדער ווען איינער האט זיי געשלאגען.

איינע באטראכט דעם צווייטענס קינדער. פשֶע ביזטו געוואקסען משה'לע, קום לאמיך דיר זעהן דיינע שיעכ'עלעך חנה'לע. די מאמעס לייגען צו א קאמפלימענט.

 

די פרויען זענען פארנומען מיט'ן צוגרייטען דעם קאָך און אויפהענגען די פליגען כאפער'ס, מען לאזט די קינדער שלעפען פון פריזער און שאַפע, לעמאָן אייסעס מיט פארפרוירענע דרינקס אַבי זיי זאָלען נישט שטיין אינטער די פיס. עס קוקט אויס ווי ערב פסח א שעה פאר'ן זמן. דער טעלעפון ארבייט היינט פלייסיג, עס הערט נישט אויף צו קלינגען פון די נייגעריגע פריינד און אנדערע קאָלאָניס, זיי ווילען וויסען צו מ'איז שוין פאַרטיג אויספאַקען. און שכינים האבען שטענדיג וואס צו בארגען. קוים וואס מען איז דא און דער וואַש-מאַשין שטייט שוין אין פולען באניץ. אלעס איז ווי פאר א יאָר אן קיין באַזינדערע איבעראַשונגען.

 

געשיקטע אידענעס ווילען פאָרט א שמועס טאן, עס ארט זיי נישט אז די בענקלעך זענען נאך נישט אינדרויסען, און די וואס יא זענען דורכגעווייקט נאַס. זיי באשטייען צו פלעטקען פראָסט אזוי אינטערען צווייגיקער בוים וואס לאזט אראפ טראָפעלעך פונעם קוים פאַרענדיגטער רעגען. זיי מיזען אניאָגען צו הערען אלע נייעס שטייענדיג מיט'ן זאק וועש אין די הענד און פאריקטען טאָרבאַַן.

 

דער גראָסערי מאַן איז אויך מיט א יאָר עלטער, ער דערמאנט נאך יעדען פון די יעניגע פרוי וואס איז אים שולדיג געבליבען פאר צוויי יאר צוריק זיבען דאללאר. ער האָפט שטארק אז מען זאל נישט היי-יאר אוועקלויפען קויפען אין דער פרעמד, דאס יאר זאגט ער, "וועל איך פארקויפען קרעפטיגע היימיש געמאַכטע קאלטע אָראַנדזש דזשוס" אויך א גאנצער אויסוואַל פון בעקעריי פריש און וואַרים. הייסע קאָפי אינדערפרי און מעגליך, נאָר אפשר, וועל איך ברענגען פיינע סאָשי פון א רעסטאָראַנט אין טאון.

גיי גיב אים צו פארשטיין אז זיינע פרייזען זענען געשוואלען ווי דער בייכעל וואס ער שלעפט.

ער דערציילט אלע אידענעס וואס קומען אריין -צושטיל- א גרויסען סוד, אז ער גייט זיך לאזען צוזאם ציעהן דעם מאָגען און ווערען דאַר. א פרוי ענטפערט אים, שאַא זאָל אוודאי נישט שאָדען קיין עין הרע.

 

דער רעגען קומט אראפ אָן אויפהער, מען באָדט זיך אין מאָראַסט אבער אז מען רעדט צו די מאמע אין שטאָט לייקענט מען דאָס גאנצע רעגען. מיט'ן טרייסט אז ערגעץ אנדערש איז אויך מאָראַסטיג

 

וויבאלד עס לייטערט זיך אביסעל אויס און דער רעגען פאָלגט נאך מיט א צפון ווינטעל, ליגען מיר שוין אויפ'ן צוזאם-לייג בעטעל, אינדרויסען פון די פאריעֶריגע אבער שוין אויסגעריינטע באָנגעלוי. די ווייסע זימער פויגעל דערשפירען אונזער אנוועזען, זיי קומען צופליעהן א לאנגע שטרעקע פון זייער נעסט אין טיעפען וואלד, אלע אויפאַמאָל מיט א גענויע פונקטליכקייט ציפשען זיי פרייליך און העפליך לכבוד אונזער אנקומען, ווי אלטע גיטע פריינד וואס זעהן זיך נישט א לאנגע וויילע.

דאס קאַלעך פון דרויסען איז היבש אפגעשיילט פון קאַלטען ווינטער, א שפין האט באוויזען צו לייגען א וועב ביים אריינגאנג פון באנגעלוי און דער רוסישער גוי וואַלידמָאר האט שוין אפגעגאָלט די פארברענטע גראָז מיט זיין אַלטען פארדזשאַוועטער טראַקטאר וואס קרעכצעט אינטער יעדעס מאָהל מען צינדט אים אן אויפסניי.

 

מיר ליגען ארום גענומען מיט א פילפארביגער פענעראַמע פון אלע זייטען טינקעל-גרינע גראז וואס גיבט ארויס א בשמים שמעקעדיג גערוך בעסער פון די בעסטע זאַלב-אויל אז עס צוגייט אין די קושקע. א פלאַטערבלעטעל פליהט, א פלעדערמויז דזשומעט, די אויגען פארמאכען זיך ביסלעכווייז פון דער גאלדענער זון וואס בראָהט אויפ'ן קערפער און פאַרבט אפ דאס פנים, קודם רויט דערנאך ברוין.

יעצט קען דינערען און בליצען, די ערליכע שכינים צינדען שוין אָן די יולי 4 פייער-וואָרקס. איך הער נישט א קרעכץ. מאַמעס שרייען, קינדער וויינען, אויטאָס גלאפירען און איך בין ווי טויב צוגעשמידט צום לעכעריגען נאָגיאַד.

 

די פרישע גרעזעלעך טוען ערוועקען א ציעהנדע בענקשאַפט וואס צועפענט דעם געדענקעניש קאַמערעל און ציעהט אוועק דעם געדאנק פון איצטיגען קאנטרי צו ווייט אוועק, א צירקע יאָרען זענען שוין פארביי, ערגעץ אין די אינגעלישע יארען ווען מיר זענען געזעצען אינטערען גרויסען ברייטער בוים וואס איהרע קרומע צווייגען האָבען באדעקט אונזער פאָרטש מיט האַלב פונעם וואש-צימער. עס פאַלט פון איהר אומגעצייטיגטע עפאלעך, מיר קינדער האבען זיי אומוועלענדיג צוטרויטען אריבער פארענדיג מיט די "ביג-וויל'ס".

מיין גרויסע ברידער ישעי'לע פלעגט פון אים ארָאפקראַצען דיקע שפעֶנדלעך און זאגען ער וועט עס אוועק לייגען פאר ווען ער וועט ווערען א טאַטע, און עס פארקויפען אלץ פימזען האָלץ אין קליינע שאַכטעלעך פאר די אלע פרומע לייט וואס לייגען אריין העלצעלעך ווען זיי שניידען  זיך די נעגעל אין מקוה.

ארום א רויטען טיש איז דאס געווען, מיט בענקלעך וואס די ראָסטיגע נעגעל האט ארויסגעשטאַרט פון אלע זייטען און קיינער האט זיך נישט געקימערט אים צו פאריכטען.

די מאמע האט אונז דארט טעגליך דערציילט די מעשה פון גאָלדי לאַקס, ווען א קאנטרי רואיגקייט איז אויסגעגאָסען אויף איר פנים.

דורכדעם האט זי קונצליש ביסלעכווייז באוויזען אריין צו קייקלען דעם גאנצען טעלער שניצעל מיט רייז אדער איבערגעצויגען פלייש מיט פרישע קאָרן אין אונזערע קליינע מיילער, דערנאך ווען זי איז געגאנגען ברענגען דאָס אייז קאַלטע פרוכט זיפ זענען מיר שוין לאנג אַנטרינען, צוריק אין וואַלד אריין ווי מיר האבען געבויעט א כאַטקע צווישען צוויי געדיכטע ביימער, און זיך איינגערעדט אז ווען ער וועט זיין פאַרטיג וועט די מאמע אונז לאָזען ארויף שלעפען דאָכענעס מיר זאל קענען דאָרט איבערנעכטיגען.

פון גרויס פרייד האב איך אפילו א בריוו געשריבען צו די באָבע קיין וויליאַמסבורג,  אז מיר וועלען זיך צוקוקען ווי די הערשען קומען ארויס אינמיטען די נאַכט, מיר האָבען שטענדיג פלאַנירט ווי אזוי מיר וועלען דעם הערש פאַרכאַפען אין א נעץ און בינדען הענט און פיס, שחט'ן און אָפבראָטען, עסען זיין האַרטע צינג אויף סאַפער.

אז סי טינקעל געווארען איז די מאמע אונז געלאפען זיכען איבעראַל, געשיקט די גרויסע שכינים אונז אהיים רופען, מיט א סטראַשע'דיג שטומע האט זי געזאגט זי וועט דערציילען דעם טאטען סוף וואך. די האַרטע רייד האט אונז גאנץ ווייניג דערשראקען. געוויסט האבען מיר אז ער וועט אונז -ווי שטענדיג- אהיים ברענגען ווייסע טשאקלאד מיט ניס.

אויפ'ן וועג אהיים האבען מיר נאך געשלעפט מילך קעסטלעך און נאָכגעלאָפען רעקאָנס מיט צווייגען וואס מיר האבען אראָפ געזויגען פון בוים. באַהאַלטען די אוצרות אינטערען באָנגעלוי, פאַרדעקט מיט א ברעט אז קיינער זאל עס נישט לקח'נען.

זי האט אונז אריין געוואָרפען אין בעט מיעד און ערשעפט פון ארום לויפען דעם פרייען פעלד אין קאָלאָני פראַנק און פריי. פון גרויס מידעניש זענען מיר איינגעשלאפען גלייך נאכען זיך אפבאָדען דעם שמוציגען קלעבעדיגען קאָפ, נאך איידער זי האט עספיעט צו ענדיגען דעם וויג ליד.

 

  

איך דערוועק זיך צום געשריי וואס איך הער פון די פרוי אין קינדער-צימער, "יאנקעל ווען גייסטע צו וואָל-מארט"?, אלע זיסע חלומות צופאַלען ווי א בינטעל שטרוי. א סעקונדע צוריק בין איך נאך נישט געווען דער טאטע פון דריי מיט א הויפען חובות. פאר די אויגען איז דורך געלאפען בליץ שנעל דאס לעבען פון א קינד וואס ווייסט קנאַפ אז עס קומט א צייט וואס די מאמעס ווערטער קומען צושטאנד "אוי וועסטיך נאך בענקען יאנקעלע".

אזוי ליגענדיג שפיר איך ווי אינטער די הויט פאָרעמט זיך אט דאָס ערשטע ווייסע האָרעל גרייט ארויסצושפראָצען מיט ווידערשפענונג, אומגעפרעגט, אָן רשות.

 

 

אלע קינדער זענען אין קאַר, דער צעטעל איז פוהל מיט באַדערפענישען פון וואָל-מארט. אפשר דינגען מיר א באָנגעלוי לעבען וואָל-מאַרט פרעג איך.

נאַ, לאָזען זיי אהער קומען, כאָ ליעב דעֶי קאנטרי. – ענטפער זי מיר.

 

דער פארקינג לאט איז פיהל מיט מיני-ווענ'ס מיט טינקעלע שויבען. מען באגריסט זיך מיט אלטע פריינט, קלאַפט זיך אין די פלייצע, באקוקט דעם צווייטענ'ס וואגען. די זעלבע געשפרעכן חזר'ן זיך איבער ביים יערליכען אנקומען "ווי ביזטו? שוין געקומען אויף שבת? קוק שוין די ביסט אויך דא?" קום אריבער מוצאי וועלען מיר פארברענגען, אא"וו. יעדערער פרעגט, וואס עט זיין דער וועטער אויף שבת? סע גייט רעגענען?

 

מערערע וויכטיגע און טיכטיגע ארימעלייט דרייען זיך דא ארום מיט די סעלפאָונס אָן דראָטען. צוגעטשעפעט איז א קליינטשיק מאשינדעל אין אויער וואס צינדט אָן א בלויער לעמפעל איטליכע סעקונדעס, זיי רעדען הויעך ווי צו זיך אליין. מהסתמא זענען זיי אין ריעל עסטעיט. צווישען אלע האב איך זיך געשפירט אויסגעשלאסען.

 

מען קויפט צוזאם ווי עס קומט א הינגער יאר. די קינדער ווילען שפילצייג מיט נאשעריי, מיר קויפען קעסטלעך וואַסער, סאָדא און אלעס וואס איז אויף סעיל. און וואס איז דען נישט? ביז דער וואָגען רינט נישט איבער, קויפט מען אָן אויפהער.

 

 

 

שפרה'לע וויל איך זאל איר נעמען שווימען מיט די מאַמעס, איך זאג איר אז זי וועט ברענגען א צעטיל פון טיטשער וועל איך איר נעמען, זי נעמט נישט "ניין" פאר א ענטפער, ביז ווען איך האב איר פארשטיין געגעבען אז די מאמעס וועלען מיך אריין ווארפען אין וואסער מיט אלע זאכען האט זי נאָכגעלאזט.

 

דער נייער שכן ר' פייוועל איז זיך געקומען שלום עליכם'ען, ער האט נישט געוואַרט איך זאל אים פרעגט ווי הייסט א איד, נאר אויף איין פיס פארציילט זיין גאנצער לעבענס געשיכטע פון ווען דער זכרון דינט אים. יעצט הייבט ער אן שטעלען פראגעס איבער מיין פרנסה און ווילאנג איך קום שוין דא. וויפיל איך צאהל. איך האב זיך געמאכט געניצען און שליקערצען, איך זאג "גיט וועלמער גיין אין מקוה צו א צווייטער קעמפ", האט ער זיך אָנגשלאָסען און מיט געקומען, א גאנצען וועג צוריק באקלאגט ער זיך אז מען האט נישט פארקויפט וויין און פארוואס כאב אים נישט געזאגט אז מען טיילט נישט דארט קיין האנטוכער.

 

ר' פייוועל איז געקומען אין קאנטרי אדאַנק זיין געטרייע שוועגערען וואס איז פאַרגאַנען יענע וואך. זיי האט מען פארבעטען אָבאַכט געבען אויף די צוויי משפחה ביז די מיטער וועט זיך צוריק אויף די פיס שטעלען. צווישען זיינע און יענע איז ר' פייוועל יעצט א טאַטע צו 16 כן ירבו. קיינער דאָרט איז נאך נישט געפאָרען אין קעמפ, איז ער ערב שבת ארום צו אלע שכינים זאגען און בעטען, אדער זאל מען אים באָרגען א בעט, אדער שיקט ער א קינד, צוויי, דריי, נאר ביז איבער שבת.

גיי פיהר א געשעפט מיט אונזער ר' פייוועל, ווען זיינע לאנגע שווארצע האָר פון נאז, אויער און אלע פינגער אליין רופען ארויס א באזינדער דרך ארץ.

 

 

20 מינוט נאכען זמן קומט א קינד פון שכן פרעגען צו סי שוין געווען דער זמן. מיר זענען שוין באַלד ביי קבלת שבת. די בענק אין שוהל זענען נאך פארשטויבט פונעם ווינטער, נייע פנימ'ער זיכען זיך ארום נאך א באקאנטען אדער פריינדליך פנים.

נאכ'ן דאווענען האב איך שוין געהאט 3 נייע חברים, זיך גערייכט די האנד מיט אלטע און נייע מיטגלידער, אלע זענען ב"ה צופרידען פון די נייע סידורים וואס איינער -וואס וויל זיין נאָמען פאַרהוילען- האט מנדב געווען.

א מידעל-עידזש אינגעמאן האט זיך אויך באקאַנט געמאכט פאר אונז, ער זאגט אז די קאנטרי געפעלט אים פון ערשטען בליק, ער פרעגט צו דער סווימינג פאל איז אפען צום טובל'ן שבת צופרי און ער גיבט אונז אנצוהערען אז ער איז א גיטער בעל קורא אין פאל עס איז א נויט.

 

שווער האָט זיך צוזאמען געקראַצט צעהן ערוואַקסענע צום דאווענען שבת צופרי, איידער עלף אזייגער איז אנגעקומען איינער פון די חבריא מיט א גרויסען האַנטוך אויפ'ן ארעם און זיך געבייזערט אז מען שטעלט נישט פאלטשע ציקער פאר די קאווע און פארוואס מ'שטעלט זיך נאכנישט. אביסעל דערנאך איז אונזער ר' פייוועל אנגעקומען מיט ברעקלעך פון קאָקאָשקעיק איבער די באָרד, ער קומט תיכף צו מיר און פרעגט ווי ליגען די חומשים. גיבט נאָכאַמאָהל שלום עליכם פאר די וואס ער האט אויסגעלאזט נעכטען נאַכט, די קליינע קינדער באַגריסט ער מיט'ן אריין שטעקען די ציצית אין אויער אז זיי גיבען זיך א צאַפעל.

ביים זינגען קל אדון איז שוין געווען גענוג מתפללים אז מען זאל אונז הערען ביז'ן שאָסיי.

 

די שוועגערען וואס האט פארגעסען צו לייגען אויפ'ן פייער דעם טשאלענט איז אריבער געקומען נאך די איי-מיט-צוויבעל צו פארענדיגען די סעודה. זי קוקט אויפ'ן זייגער און זאגט "זיבענע וועט מען שוין קענען טרינקען א קאָפי" און זי ווערט פארשווינדען.

 

צו שלוש סעודות האט אונזער באליבטער גבאי מיך מכבד געווען מיט ידיד נפש צוגעבענדיג אז איך בין אים א ידיד נאף פון פאַר-א-יאָר. דערנאך האט ער פארגעלערענט תורה און זיך פארענטפערט אז די שיינע אידען זענען נאך נישט דא, און במקום שאין איש, איז הערינג אויך פיש. ער האט פאָרגעלערענט פון אינווייניג א אורח חיים הק' צוליב די יאָרצייט וואס קומט אינטער און דערנאך האט ער צוגעגעבען אז ער איז טאקע נישט קוואליפיצירט צו זיין דער גבאי נאר דאס ווייב קוקט אים גאָר שטאַרק ארויף ממילא זאל מען אים זעהן בכבוד האַלטען.

נאך הבדלה האט אונזער ר' פייוועל געשיקט קנאָבעל ברויט אלס דאנק פאר'ן אים ארום פירען פרייטאג, און זעלבען אָטעם פרעגט ער אויב איך קען אים אהיים טראגען מאָרגען נאכט.

יא, פארוואס דען נישט?

און וואס עפעס שיקט איר שלַחמנות?

דאס איז א סגולה פאר די מאַסקיטאָס, זיי זאלען נישט בייסען, פרוביר עס אויס.

 

זינטאג נאָכען שווים פארען מיר צוריק אריין אין שטאט אויף א קורצע וואך, דער אמעריקאנער יום העצמאות וועלען מיר פראווען אין די קאנטרי נאכ'ן הייסען צוזאג פון די אידענע אז זי וועט נישט באַכלעפטשען צו פאָרען און ערגעץ. מעג מען איהר גלייבען?

 

משה'לע שטייט ביים שוועל פון באנגעלוי און זאגט מיר אָן בגזירות כיבוד אב איך זאל נישט צוריקומען אָן א פעקעל מיט גיטע זאכען.

וואס למשל ברויכסטו?

איך ווייס נישט, ברענג עפעס, עניטינג, ברענג א גרויסע באַקס מיט אסאך גיטע זאכן.

 

 

אויפ'ן וועג אהיים איז טאקע מיטגעקומען ר' פייוועל, ער האט נישט געלאזט אָנצינדען דעם ראַדיו, אויך נישט קיין מוזיק. אז איך האב גערעדט אויפ'ן סעלל האט ער צוריק גענטפערט ווי איך רעד גאָר צו אים.

ער האט מיר דערציילט אז ער איז אויף וואַקאַציע די וואָך אבער ער קען נישט אויסהאלטען פון ביידע משפחות, וועט ער ליבערשט זיצען אליין אין שטאָט אגאנצען טאג.

אין ניו דזשורסי ביים גאַז סטעשען האט ער זיך באזעצט אויף א האלבע שעה צו זיינע געברויכען, ארויסקומענדיג האט ער אָן געטוען היט און רעקעל צום אשר יצר און מיך פאָרגעהאלטען פארוואס איך טרינק די קאווע פון א נישט היימיש פלאץ.

ער האט נישט אויפגעהערט פרעגען קשיות איבער מיין פרנסה. כ'האב אים געמיזט זאגען אז זיין רעדען טוט מיך איינשלעפען, האט ער איינגענומען א שטיל שטאַנד.

אין זיין שלאָף האט ער פארציילט א גאנצע מעשה. דער סוף האב איך שוין נישט געהערט ווייל ער איז אויפגעשטאַנען און געהאַלטען און איין פרעגען ווי בין איך דא? ווער ביזטו?

איך האב אים אפגעטראגען ביז זיין טיר און דאַן האט ער מיך באשטעלט אויף דאָנערשטאָג אווענט צום ווידער זעהן. ער זאגט מיר אָן איך זאל קיינעם נישט מיטנעמען ווייל ער האט צוויי עירקאָנדישאן'ס וואָס ער וויל מיטברענגען.

 

צום יואלי דעם פערד'ען זענען מיר ווידער ארויס געקומען אין קאָנטרי. דער וועג איז טאקע ליידיג אבער א אידעל וואס איז שטעקען געבליבען מיט א פעלערהאַפטיג רעדעל האט מיך אויפגעהאלטען, ער האט נישט געקענט אראפ נעמען דאס שטומפיג רעדעל. אינצווישען האט זיך דער דראַמא פארברייטערט מיט'ן איבעפלוס פון ארויסהעלפער ווי תמיד. א פאָלאציאנט איז אנגעקומען און פארטריבען דאס געזעמעל.

 

אונזער ר' פייוועל האט מיט גרויס פרייד מיטגעבראַכט א טעיפ פון איינעם א ר' מיכלי פון נתני' און מיך באפוילען זיך איינהערען די וויצען ביז'ן סוף.

 

איך קום אָן שפעט און אווענט, די באנגעלוי איז שטיל און ליידיג, האלב נאך איינס שפאַנצירט אריין די פרוי איבעראַשט מיך צו זעהן אין שטוב, ווען ביזטו געקומען? האָטסטאָך נישט געוואָלט קומען, וואַט ע סאָרפרייז.

 

מען שווימט און מען עסט און מען לאזט זיך וואול גיין, דער דיין האט שוין צוזאם גערופען דעם עולם זאגען א שיעור אין הלכות ווערים, אנגעזאָגט מען זאל איבערגעבען אין שטוב נישט צו גיין אין לאַנגע פאָנדזשעלויס, אויך האט ער גערעדט מיט דערביטערונג איבער די יעניגע וואס לאזען די פרויען שווימען אומאיידעל און איבער פארשידענע איבלונגען און שטרויכלענישען וואס קומט פאר אין די זימער וואכען. ליידער. אונזער ר' פייוועל האט רעקאָדירט דעם שיעור פאר די פרוי זיינע.

 

אייניגע חבר'טעס פון א אנדערע קאנטרי האט געלאַדענט צו מאכען א געבראָטעכץ, א "קאָק-אויט" ווי מען רופט עס. זי האט אָנגעקויפט גערייכערטע צינג מיט זיסע וויין, מיט'ן געבלימטע קאָכען שירצעל האט זי געטיילט די פאָרציאָנען מיט קיפערנע מעסערס און לאנגע גאָפלעך, האַט ענד ספייסי פרענטש פרייעס, אויפ'ן טיש איז געווען שיין אַראָנזשירט הענגלעך טשערי'ס מיט אויפגעשניטענע רויטע מעלוינע.

פאר די קליינע האט זי געהאט א באַזינדערען טיש פון מאַשמעלויס מיט וואָרשטלעך אויף קליינע ברויטלעך, זיי זאָלען נישט ארום באָרדען. ווען קיינער האט נישט געזעהן האָבען די קינדער אויסגעגאסען דאס גאנצע באָטעל קעטשאָפ אויף די ריינע פלאהר.

 

דער מאַן איהרע -ווי סע קוקט אויס- זיצט אינטערען טיש. זי האט אים באפוילען צו ברענגען בענקלעך פון שכן, גלעזלעך פון א צווייטען, און נישט געלָאזט זיצען א מינוט רואיג. אגאַנצער צייט איז ער געזיצען ווי א שטומע באַשעפעניש און האַלב דרימעלדיג. נישט געזאָרגט דאס פרוי זיינע רעדט אַנשטאָט אים און נאָך זיבען אנדערע.

דארט האבען זיי א ווינטערייזד-באנגעלוי, זיי גייען קיינמאל נישט ארויס אום ווינטער, זיי קענען קיינעם נישט פון די ארומיגע שכינים, אבער זי זאגט סי פאָרט גיט צו האָבען א הייזקע אין אָפסטעיט ווי אלע אָרימעלייט.

זי האט געמאַכט בילדער פון אַלע קינדער און צוגעזאָגט נאָכצושיקען און מען האט זיך אפגעזעגענט.

דער מאַן זיצט נאך אלס ווי א מאָנומענט און אָטעמט אוודאי אָפ אז מיר גייען.

 

משה'לע פאָרט מיט זיין בייק (טאָ ווילער) בעסער ווי איך מיט'ן קאַר, ער מאַכט קונצען און באווייזט ווינדער, שפרינגט אריבער א גרויסען באַרג זאַמד און פליהט אין די לופט ווי א ערוואַקסענער ספאָרטלער. ער שטעקט אריין א פלאַסטיק קאָפ ביים רעדעל עס זאל מאַכען א גרידער ווי א עכטער מאָטאר ביציקעל און ער איז גליקליך און צופרידען.

 

איך בין אריבער אין דעי קעמפ זעהן און הערען וואס דער רבי האט צו זאגען איבער'ן תכשיט.

דער רבי א הויכער דאַרער אינגערמאַנטשיקעל וואס דער גאָמבע האט נאך נישט אנגעהויבען ארויס געבען פירות. דיקע ברילען און שוואַרצע לאַנגע פיאות פונעם זעלבען קאליר ווי די זאָקען, ברייטע אַרבעל ביים העמד און האלבע שיך אינדערוואָכען. קוים חתונה געהאט און ער איז שוין א רבי, אויף אים האָט מען ארויף געלייגט דעם יאָך פון מאַכען די אַכט און צוואנציג קינדער זיצען רואיג אייניגע שעה. ער שפרינגט ווען ער רעדט און באקלאָגט זיך איידעל אז משה'לע חלומ'ט היבש ביים לערנען און שוין דעם ערשטען טאג האט ער געברענגט א מיידעלע-פרענד אין חדר. אז איך האב אים געגעבען א פופציגער האט ער מיך אנגעמאָסטען פון אויבען אראָפ מיט אָפענער שטוינונג, אויף אזא גרויסען פיאַסטער האט ער זיך נישט געראָכטען. ער האט מיך בארואיגט און ארויס באגלייט ביזן טעראַסע, הייס צוגעזאגט צו האלטען משה'לען אינטער די לייצעס.

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/9/2006 03:14 לינק ישיר 

try



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/9/2006 08:44 לינק ישיר 

what happened here ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > נאטורליך'ס טאגבוך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.