בית פורומים היימישע קרעטשמע

אידישע ווערטער: שאלות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/6/2006 08:21 לינק ישיר 
אידישע ווערטער: שאלות

ווען נוצט מען די ווארט 'באבע' בלשון פעולה (צוגעלייגט אותיות צום שורש)?




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/6/2006 09:10 לינק ישיר 

איך וועל דיר געבן אין 'באבענס באבן' אריין, וואס 'באבע'לסטו דא? (די צווייטע ווארט איז מסתמא 'בלאבעל': בלאבעל בלאבעל בלאבעל, אין קורצן: בלא בלא בלא. אבער דאס האט אויך א שייכות מיט די באבעס תחי', על שם וואס די עלטערע פרויען האט זיך ביי זיי דאס שיסל תשעה קבין איבערגעיורען...).

איך האב פרובירט ענטפערן צו דער זאך, דערווייל מיין איך אז עס איז א 'באבישע' תירוץ..




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/6/2006 20:30 לינק ישיר 

און וואס איז מיט 'באבערן'?

די 'באבע' זאל זיך מיען (וועא"מ) פלעגט שטענדיג פארציילן 'באבע' מעשיות, ביז ווען זי האט אמאל גע'באבע'רט אונעם זיידן'ס לעדל ווי זי האט אנטדעקט א מעשה ביכל פונעם גרויסן 'באבא' סאלי ז"ל, פון וועלכע זי האט זינט דאן אנגעהויבן נאך-צו-'באבע'רן פארשידענע ערציילונגען, אן צו פארשטיין קיין איין ווארט וואס זי זאגט.

ת.נ.צ.ב.ה.

(ת'אטי נ'עמט צ'ו ב'אבי'ס ה'ויזן) 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/6/2006 21:21 לינק ישיר 

ווען די באבע וואלט געהאט הויזן וואלט זי דאך געקענט צוגיין צום עמוד?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/6/2006 22:15 לינק ישיר 

באבעניו

וואס באדייט דאס אריינשמוגלען צוויי ווא"ו'ס אינמיטן א געווענליכע ווארט,
ווי למשל "שרעקעוודיג" , אדער "זעעוודיג" וכדומה.
וואספארא ו' אנשיקעניש איז דאס?
 איז דאס סתם פאר די נישטיגקייט אדער ליגט דא באגראבן עפעס א מיסטעריעזען געהיימען ציל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2006 22:51 לינק ישיר 

און פארוואס ביי דיין ניק איז דא אזויפיל ליינס צווישן די A און די W פארשטייסטו יא ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/6/2006 23:01 לינק ישיר 

פאר עטליכע מאנאטן צוריק איז ערשינען אין אונזער וועב-בלאג, א לענגערער אפהאנדלונג איבער דעם אפשטאם פון דער אויסדריק "באבא מעשה".

זעהט דא

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1717842



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/6/2006 20:45 לינק ישיר 

אידישע ווערטער וואס ווערט נישט אפט דערמאנט:


ערווענט, אַבערוואַס, געזאלט





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/6/2006 21:12 לינק ישיר 

אבערוואז, מען האט דאס קיינמאל געזאלט ערווענען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/6/2006 02:52 לינק ישיר 

די ווארט באבע בלשון פעולה אינעם קומענדיגן זאץ:

די מעשה האסטו געהערט פון איינעם אדער דו האסט עס אליין אויפגע'באבע'לט,

די באבע דערפון איז פון די ווארט באבע מעשיות און נישט פון בלאבעל, און לכאורה קען מען זאגן די זעלבע ביי וואס באבעלסטו אז די שורש איז פון די ווארט באבע.


נ.ב. אויב איינער האט נאך שאלות אדער חקירות בנוגע אידישע ווערטער זאל ער זיך נישט פוילן און מיטטיילען פארן עולם



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/6/2006 17:13 לינק ישיר 

אויף דיין גאנצע השערה קען איך זאגן בלויז איין ווארט: אבערוואז...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/6/2006 21:03 לינק ישיר 

בעני, די השערה האסטו געהערט פון איינעם אדער דו האסט עס אליין אויפגע'באבע'לט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2006 21:53 לינק ישיר 

וואס טוט זיך מיט " אקארשט " האט זיך איינער שוין אמאל געטראפן מיט אזא ווארט ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2006 22:37 לינק ישיר 

אמאל? איך האב זיך אקורשט געטראפן דערמיט....



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/6/2006 22:48 לינק ישיר 

פון ווי נעמסטו אז ס'קומט מיט א " ו " ? איך האב דאך דאס אקארשט געשריבן מיט א " א " .



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2006 23:06 לינק ישיר 

איך הער אז היצט אקארשט האט קרעמער געואלט זיין אביסל העברעאיש געשטימט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > אידישע ווערטער: שאלות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.