בית פורומים אבי מ'לעבט

פירות פון סאטמער רבי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/12/2006 06:48 לינק ישיר 
פירות פון סאטמער רבי

KJ Terror by Aron Teitelbaum's gangs, spray painted with character assassination of name "Muser etc." @ the KJ Shopping Center against many of Aron's ...
1 min - Dec 1, 2006

KJ Terror by Aron Teitelbaum's bucherem. Terror on Kiryas Joel Bnei Yoel families, Hunderds of Thousands of dollars in damages. Aron Teitelbaum's hotline ...
2 min - Nov 28, 2006
small full starsmall empty starsmall empty starsmall empty starsmall empty star   (1 rating)

KJ Terror, Protest against Rabbi Teitelbaum and KJ Public School
3 min - Dec 1, 2006
small full starsmall full starsmall full starsmall empty starsmall empty star   (2 ratings)

KJ Terror, TV reporting of the Rabbi Aaron Teitelbaum's Satmar Terror in Kiryas Joel Monroe NY.
24 min - Dec 7, 2006

KJ Terror, Protest against Rabbi Teitelbaum and the KJ Public School
44 sec - Dec 1, 2006
small full starsmall full starsmall full starsmall empty starsmall empty star   (2 ratings)

KJ Satmar Terror by Aron Teitelbaum's bucherem. Terror on Kiryas Joel Bnei Yoel families, Hunderds of Thousands of dollars in damages. Aron Teitelbaum' ...
2 min - Nov 28, 2006
small full starsmall empty starsmall empty starsmall empty starsmall empty star   (1 rating)

Aron Teitelbaum's terror group Broke the windows and Painted the Car of Rabbi Naftuli Tennenbaum, head of the Bnei Joel School, in Kiryas Joel Monroe ...
2 min - Nov 26, 2006
small full starsmall empty starsmall empty starsmall empty starsmall empty star   (2 ratings)

Television News Report of KJ Riot Against Rabbi יחזקאל Roth, and his supporters by Rab. Aron Teitelbaum's Yeshiva Bucherim in Kiryas Joel Monroe NY.
2 min - Nov 29, 2006
small full starsmall full starsmall full starsmall empty starsmall empty star   (2 ratings)

Aroinim Attacking Rabbi Yitzchok Leib Weingarten the Advisor to Mr. Joseph Waldman Dissident Leader in Kiryas Joel Monroe NY. Is in the Hospital
4 min - Nov 24, 2006
small full starsmall full starsmall half starsmall empty starsmall empty star   (9 ratings)

... Terror August 6 1991 at the Urtzit of her husband the Grand Rabbi Joel Teitelbaum, His Widow the Rebetzin was locked out from entering the KJ Cemetery ...
2 min - Nov 23, 2006
small full starsmall full starsmall half starsmall empty starsmall empty star   (5 ratings)



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/12/2006 10:02 לינק ישיר 

זיי האבן גענוצט דעם כח הטעראר קעגן מענטשען וואס זענען געווען זייערע בעלי מחלוקת . עס איז טאקע נישט ריכטיג . אבער וויאזוי פלעגט דער רבי פרעגען אין "חדר"   "ווער האט אנגעהויבן. " מען האט גענטפערט "יענער האט מיר געגעבן א "פאטש" האט דער רבי געזאגט יא! יא! און וואס האסטו עהם קודם געטון דערצייל נאר שעפעלע. (

שטעלט אייך פאר די הייליגע אידען ביים בית המקדש צייטן זענען געווען בעסער וויא אונדז (לכאורה)  און אין די קינות לת"ב וואס הויבט זיך אהן " אם תאכלנה" . רעכענט ער אויס די שרעקליכע זאכען וואס די פינסטערע גויים האבן געטון פאר די הייליגע אידישע קינדער. ערגער וויא צוברעכען קארס. ערגער וויא שלאגען. דאס קאפיטל רעכענט נעבעך אויס שודערליכס .אפקאכן קינדער ר"ל. צובינדן פאות צו פערד און שלעפען.  אויסשחטן 80 טויזענט כהנים משוחים . רח"ל  .  צום סוף קאפיטל גיבט ער נאך גערעכט די רציחהדיגע זאכען השם ישמרנו.   ער שרייט געוואלד און געשריגען.
"ורוח הקודש למולם מרעים" (דער רוח הקודש שרייט און ברומט. "הוי על כל שכני הרעים." מה שהקראם מודיעם. ואת אשר עשו לא לא מודיעם. דעס וואס מען האט זיי געטון דאס מאכען זיי ווידעאס און בילדער אוון דערציילן יעדען איינעם. אבער וואס זיי האבען געברענגט דערצו   אז מען זאל עס טון . דאס שרייבען זיי נישט .יעדע סיבה האט זיין מסובב(עס געט טאקע נישט קיין רעכט ) אבער דאס איז די פאקט.

אבער געוואלד דא אין וויליאמסבורג פלעגט מען גיין רוהיג שבת אויף די גאסן. די טעראריסטן פון אמאליגען קרית יואל האבן קיינעם נישט געשטערט. ביז די נייע ארענטליכע באהערדע איז אנגעקומען און געגעבן א באפעל מיט רשעות.. פאר תינוקת של בית רבן און בחורים " גייטס שרייטס נאך אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער ווייל זיי פאלגן זייערע רבנים גדולי עולם. און זיי ו ארפן זיך נישט אונטער אונזער טעראר . געוואלד די מענטשען האבען דאך אייך נישט געטשעפעט . זיי באלאנגן דאך נישט אמאל צו ענקערע קהילות. זיי וואינען דאך נישט אין ענקער שטאט. (קרית יואל קען מען זאגען עס האט חאטשיג א בעלות מען האט דעך דאך אויפגענומען דעם "ברך משה אלב מרא דאתרא . און די אלע טעראיסטישע אקציעס איז דאך געווען אין זיינע צייטן. זי"ע.) אבער דא אין ווילאמסבורג איז דאך זיכער נישט ענקער שטאט.
עס קומט א יונגערמאן פון לאנדאן און ווערט אן איידעם דאהי ביי א קלויזנבורגער חסיד. אדער א פאפער חסיד. און הויבט אהן אויפצושטעלען א אידישע חסידישע שטוב. און פאלגט אלעס וואס זיין רב און זיין דיין הייסט . קומען א פאר שקצים  מיטן רשות פון די באהערדע "כל שכני הרעים" פונעם פרנס וואס איז מטיל אימה על הציבור. וואס האט מחנך געווען די וויליאמסבורגער אינגלעך צו עזות און חוצפה. און צובראכן "קדושתן של ישראל" אז בחורים מיט יונגעלייט זאלן זיך נישט שעמען נאכשרייען  פרויען (וואס ביי פרויען איז נישט שייך ערבות) נאר פאר זיין אני ואפסי מיט זיין פינסטערע פאליטיק. "מען קען די בילדער אויך מפרסם זיין."  מען לאזט דאס אבער איבער פאר יענעם מקונן פון די הייליגע קינות פון יום המר והנמהר ת"ב.  וואס שרייט ארויס דעם אמת "הוי על כל שכיני הרעים.    עטץ רעדט נאך פון טעראר!!! .(ביי ענק זענען אלע אידען וואס ווארפן זיך נישט אונטער ענקער אני ואפסי  "פשוטע מילך קעסטלעך"  נו! אפשר זענען דעמאלס יענע אידען ביי די קרית יואלער באהערדע " ווערעמדיגע קינדער  . פארוואס דאס פארשטייט עטץ יא ???) בושה תכסה פניכם . עס איז א געוואלדיגע חילוק סיי להלכה אין אונזער הייליגע   תורת אמת און סיי להבדיל אין שכל הישר . פון "סעלף דעפענס" וויא די מאנראער באהערדא פון ברך משה אדער פון מהר"א ט"ב וואס האט זיך געוואלט באשיצען פון עזי פנים. אדער פון סתם באפאלן אויף די גאסען אומשולדיע אידען אומשולדיגע פרויען. .   וויזניצער רבי רב מאטעלע שליט"א לאזט אויך נישט טראגן מיטן עירוב . אבער עד כדי כך ח"ו נאכצושרייען פרעמדע אידען. דאס איז דער אמתר דרך התורה.  על הכל יביא השי"ת במשפט.    קינדערלאך די וועלט איז נישט "הפקר" אית דין ואית דיין" עס וועט נישט העלפען די באהערדא . די אלע נארישע תירומים ווערן נישט אנגעומען ביים היילגען אמתדיגן בי"ד של מעלה..   (אם יבא השי"ת במשפט עם אברהם יצחק ויעקב לא יכלו)עטס זעהט וואס איז געוארן די פועל יוצא פונעם טעראריסטישען דרך פון קרית יואל    על אחת כמה וכמה . וואס פאר סוף דאס וויליאמסבורגע טעראר וועט נאך האבען . בקרוב בימינו . ואת רוח הטומאה אעביר מן והארץ וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק . "די עקען פונעם ווארט צדיק. די קץ הגלות בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2006 15:05 לינק ישיר 

שקצים דארף זיך

קיינער ב  קיינעם נישט בארגן


לכל החסידויות יש להם משלהם הכל

גם טובים וגם רעים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2006 21:06 לינק ישיר 

אמת כמעט יעדע חסידות האט חברה לייט. כדי מען זאל זיך נישט דארפן בארגן.  אבער דער חילוק איז אזוי דער הייליגער רמב"ן עה"ת זאגט " פארוואס ביי סדום" איז געווען אזוי גרויס דער חרון אף רח"ל אז מען האט איבערגעדרייט די גאנצע שטאט רח"ל . עס איז שוין געווען א סאך שטעט וויא עס איז געווען געפערליך.  ל"ע שטייט אין איכה  "ותגדל עון בת עמי מחטאת סדום וגו'". (מען וויל ח"ו נישט מקטרג זיין) . נאר אין "סדום" האט מען דאס געשטיצט פון די באהערדע. רעגירונג.
דעס אז עס איז דא יונגאטשען. מהיכי תיתי . אבער דעס אז מען שטיצט עס פון אויבן . און "דער איד" (שטירמער") שרייבט יעדע וואך העץ קאמפיין קעגען די יודען יראים ושלמים ערגער וויא די "פראוואדא" ער שריייבט למשל די וואך "אז דער עירוב איז דאס גרעסטע פירצה אין דעם דור" דאס ווייזט אז די הנהלת האיד האט זיך נישט געטוישט דעם "פרצוף" ער איז דער זעלבער טעראריסט.

עס שטייט אין הייליגען ספר "תומר דבורה" פון המקובל הנורא רמ"ק זי"ע. "מלך עלוב" דאס אז א מענטש שטיצט איינעם און געט עהם צולייזען און יענער שפייט עהם צוריק אין פנים דאס איז טאקע דאס ארגסטע (נישט דער עירוב ח"ו) אדה"ר כפוי בטובה הי' (עבו"ז ה). . אז דער איד ווערט געשטיצט פון פאפא. פון ווין פון צמח צדיק. און דער אכזר (וואס האט בכלל נישט קיין מדות אנושיות) שרייבט אויף זיי יעדע וואך מחללי שבת (לאז זיין פאר א פאר טאלער)נו!  פאר א פאר טאלער מעג מען דען יענעם ארונטערייסן?  דע קהילות זענען איידל און מאכן א שווייג.  נאכדעם האט ער טענות אז מען שטיצט דעם צייטונג מיטן בלאט.   לאז זיין אז דער בלאט איז נישט אזוי ערליך (לשוטתם הנלוזה) אבער דאס איז דאך נאר "עבירות שבין אדם למקום" אבער " דער איד" מיט זיין פינסטערע "מלך עלוב" דרך " זינדיגט "בין אדם לחבירו" וואס ווער עס גלייבט אין אייבישטן און קען די הייליגע משנה אין יומא "וואס אפילו יוהכ"פ איז נישט מכפר  רח"ל זאגט אויף דעם דער הייליגער של"ה הקדוש. אז ביי עהם איז יוהכ"פ נישט מכפר אפילו "די עבירות שבין אדם למקום" און ער בלייבט פון יאר  צו יאר מיט זיינע עבירות.
אויף דעם זאגט דעל "בעל עקידה" "אם עוונות תשמר ק-ה  השם מי יעמוד" טאמער דו רבש"ע וועסט אפהיטן די עבירות פון יאר צו יאר וועסט עס נישט מוחל זיין ווייל ער זינדיגט "בין אדם לחבירו" דעמאלס "השם" הייליגער באשעפער "מי יעמוד" ווער וועט אויסהאלטן..

און דאס זעלבע די פאר צודרייטע נאכשרייערס (וואס זיי האבען זיך מוצא געווען מן הכלל. סימן יש באומה זו רחמנים ביישנים וגו' (ביי די אמעריקאנער רעגירונג האט יעדער "רייטס" רעכטן. ביז ער באפאלט מענטשען דעמאלס פארלירט ער די רעכט און ער הייסט א פארברעכער דאס זעלבע להבדיל בחוקותינו אין אונזער הייליגע תורה . אז א מענטש שטעלט זיך נאכשרייען יודישע קינדער . פארלירט ער און עס איז נישטא ביי עהם אלע הלכות " מען מעג אויף עהם רעדן לשון הרע "מען מעג עהם מבזה זיין ער איז א מזיק את הרבים בדיבורו. אזוי פאסקענט דער הייליגער רמ"א .

לאז זיין אז עס איז נישטא קיין עירוב ח"ו (וואס דאס דאך שוא ושקר הויל ליגענט ) איז עס דאך נאר א עבירה בין אדם למקום וואס דער באשעפער וועט זיי מוחל זיין ווייל זיי מייינען דאך אז עס איז יא דא. און זיי פארלאזן זיך אויף רבנים(עיין תשו' מהרי"ק הובא בש"ך יו"ד צט).. אבער דער נאכשרייער וואס שטעלט זיך ארויס דערשרעקן יודישע קינדער (המבעית את חבירו חייב בדיני שמים(ב"ק נו קידושין כד)) און מבזה זיין טייערע אידישע קינדער. . דער האט זיך מפקיר געווען צו אלע פגעים רעים. און איז עובר בין "אדם לחבירו" וואס דער הייליגער טאג איז עהם נישט מכפר גארנישט.
א שאד זיין פאסטען א שאד זיין דאווענען . און אלץ איז דערשולד די באהערדא . וואס שטיצט דאס. נו האטס נישט קיין טענה . נישט ח"ו צום רבש"ע אז עס געשעט עפעס וואס זאל נישט געשען. און אוודאי נישט צו מענטשען וואס לאכן זיך אויס פון דעם וואס עטץ וויזט בילדער פון די טעראר פון אמאל.  וואס עטץ ליגט נאך היינט אין ערגערן טערא וד"ל

לשון רבה"ק בעל דברי יואל זי"ע בסעודה שלישית פרשת נשא תשכ"ז (איך זאג נאר פאר דעם וואס ער וויל הערן.  פאר דעם וואס ער וויל נישט ! זאג איך סיי ווי סיי נישט.עכלה"ק)
והשי"ת יערה עלינו רוח ממרום להסיר לב העיקש מקרבנו ונזכה כולנו יחד למחילה סליחה וכפרה ולקבל פני משיח צדקינו באנפין נהירין אמן  י"ט כסלו-  בשלשה הימים לכ"א כסלו. .(קודם זאת חנוכה שנוא בחינת יוהכ"פ גמר החתימה לטובה ולברכה ולגאולה שלימה)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2006 00:08 לינק ישיר 

דער פראבלעם וואס איז געשאפן געווארן אינערהאלב דעם סאטמארען חדר, דאס הייסט דער אינערליכער ברודער קריג, האט ניט פארבינדונג מיט'ן פריערדיקן סאטמאר רב, ר' יואלי'ש זצ"ל. דער געשאפענער פראבלעם האט זיך גענומען צוליב, די בארעכקטיקטע, גאווה וואס די סאטמארע האבן פארמאגן אין זיך בימי ר' יואליש'ן.

עס איז קיין סוד נישט אז ר' יואליש איז געווען אין א געוויסן זין דער 'גדול הדור', ווי דער פאנאוויטשער ראש ישיבה, הרב שך זצ"ל, האט דאס שוין ריכטיק מגדיר געווען אין זיין ברייט-באקאנטן הספד אויף ר' יואליש'ן. די איינציקע וועלכע טראגן אין זיך א דיירעקטע שנאה צו ר' יואליש'ן זיינען די לאגערן פון די מזרחי (אממינסטענס אנהענגער פון רב קוק); קלויזנבורג און מעגליך בעלזא. די סיבה דערפון איז פשוט, די מזרחי, צוליב ר' יואלי'שנס אויסגעשפראכענעם מיינונג אנטקייגן איר אידילאגע; די קלויזנבורגע, צוליב וואס דער גרויסקייט פון ר' יואליש'ן האט אזוי אין שאטן געשטעלט דעם פריערדיקן קלויזנבורגער רבינ'ס זצ"ל אייגנשאפטן, אז פשוט מחמת דעם אליין איז שוין גענוג געווען אז אן אלוועלטליכע קריג האט אויסגעבראכן צווישן די צוויי לאגערן, וואס ביזן היינטיקן טאג קוקן נאך די קלויזנבורגע חסידים אויף דעם מיט זייער א שלעכט אויג; און די בעלזע איז צוליב דעם וואס נאך דער צווייטער וועלט קריג איז דער לעצטער רב, ר' אהרן זצ"ל, פאררעכנט געווען ווי דער פארהייליגסטער וואס חסידים האבן נאר פארמאגט, און דער סאטמארער רב האט זיך געטרויט דאס אייליג צו מאכן. ועוד, בעלז איז פאררעכנט געווען דער אלטער-היים ווי דאס פרומסטע, הייליקסטע און ערליכסטע, און אז דער סאטמארער רב האט זיך אנגעגעבן אז בעלז איז ניט דאס וואס זי איז געווען, זי האט געגליטשט, איז אויטאמאטיש ווי געוואקסן א האס מצד די בעלזער חסידים צו דעם סאטמארער רב. אבער א חוץ פון דעם איז דער סאטמאר רב געבליבן פארהייליגט, אלס אן אדם גדול פון די מנהיגי הדור, אפילו ביי די אגודיסטישע קרייזן מיט וועמען ער האט געקעמפט, און ווי געזאגט קען מען זיך דאס איבערצייגן פון דעם הרב שך'ס הספד.

דער פאקט אז סאטמאר האט געוואוסט וואס זי פארמאגט, אז זי פארמאגט דעם גרויסן רבי'ן, דאס האט זיי געטראגן צו א נעריש'קייט פון ערקלערן א לאזונג: "סאטמאר איבער אלעם", "סאטמאר איז גרויס", "סאטמאר" איז שטאלץ א.א.וו.

מיט די פטירה פון ר' יואליש'ן, ווען סאטמאר האט ארויפגעזעצט אויף זיין בענקל דעם לעצטן רב, ר' משה זצ"ל, האבן די סאטמארע ניט געקענט פועל'ן ביי זיך אז זיי האבן ניט מער דעם גרעסטן גדול אונטער זיך. דער לעצטער רב, דער ברך משה זצ"ל, איז אין קיין שום פאל ניט קיין פארגלייך צו זיין פארגייער; ניט אין תורה, ניט אין קדושה, און ניט אין הנהגה. נאר וואס דען? ער איז געווען א גאר חשובער רב, א גרויסער תלמוד חכם, און צודערצו א פלומעניק פונעם פרערדיקן רב, דעריבער איז צו אים געקומען דאס רבנות און הנהגה, אבער דאס נעמען און אים צושטעלן צו זיין פארגייער איז געווען נעריש און זינלאז.

די גרופעס, אינערהאלב סאטמאר, וועלכע האבן דאס ניט געוואלט פועלן ביי זיך אז דער נייער רב איז האר גענוי ווי דער פריערדיקער רב, האבן דעריבער געהאט פול אויסצושטיין פון זייערע ברידער, וועלכע האבן פאר יעדן פרייז דייקא געוואלט ערקלערן פאר די וועלט, אז סאטמאר פארמאגט נאך אלס דאס גרעסטע, בעסטע און שענסטע, און ביי זייערע צוזאמענקונפטן מוז מען נאך אלס קענען שרייען דעם סאלאג: "סאטמאר איז גרויס" "סאטמאר איז שטאלץ".

דער גאווה'דיקער סאלאגאן האט איינגעבויט סאטמארע נאציאנאליזים אין זייער יונגווארג, און דאס האט געפירט סאטמאר צו איר היינטיקן מצב.

דער גאנצער סאלאגאן און נאצי-אנאליזים איז געשאפן געווארן הערשט אין די קראנקע יארן פונעם פריערדיקן סאטמאר רב. טא וואס פאר א שייכות האט דאס מיט זיינע פירות? דאס האט מיט עגאיסטישע גאוה'דיקע פארטיי פירער'ס, וועלכע זענען געזעצן אויפן רידער און פאר יעדן פרייז געוואלט אנהאלטן זייער מאכט וואס זיי האבן פארלוירן מיט די פטירה פונעם פריערדיקן סאטמארער רבי'ן זצ"ל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2006 04:42 לינק ישיר 

עבדעברי43

ווי קומט דא אריין תנ"ך'ס, רבי ז"ל'ס תורות, דעמאגאגיע, אידילאגיע, סדום, שטירמער, מילך קעסטלעך,

איז דאס טאקע די ערגסטע מכשול וואס איז נאר געווען אין לעצטען יאהר הונדערט?,  אז די דארפסט אויסשארפן דיין פענע און אראפלייגען מיט שווארצע פארבן  איך מיין ישמעו אזניך מה שפיך מדבר: 

און "דער איד" (שטירמער") שרייבט יעדע וואך העץ קאמפיין קעגען די יודען יראים ושלמים ערגער וויא די "פראוואדא" ער שריייבט למשל די וואך "אז דער עירוב איז דאס גרעסטע פירצה אין דעם דור


דאס וואס מ'שרייט אויף מענטשען אויף מחלל שבת זיין (בכלומרשט) וואס איז די פראבלעם? ווען די זעלבע מעשה זאל ווען געשעהן פאר א הונעדרט יאהר צוריק וואלט שוין געווען חרמות, טויטע, וכו' מה כל הרעש!
 
קודם כל די פראבלעם זענען נישט די שרייער'ס, זיי לעבן אין אזא סביבה - וואס איז ידוע פון רמב"ם איז די מערסטע משפיע - ווי דארט איז כאילו געהעריג מחלל שבת געווען, די פראבלעם זענען די רבנים וואס ווילען ווייזען אז וויליאמסבורג געהערט צו זיי,

און נאכדעם ס'איז נישט אזוי געפערליך ווי די מאכסט עס, מענטשען טראגען נאך אלטס,  קיינער איז נאך ב"ה נישט געשעדיגט געווארן (און סתם, להוי ידוע, אין אפאר יאהר ארום וועט רוב שטאט טראגען אהן וויסען בכלל אז די רבנים האבען אמאהל נישט געלאזט)


און בעיקר מיין איך, אז "היסטאריע אין וויליאמסבורג" ביזטו נישט אזוי באקאנט, ס'איז געווען ערגערע מערכות אין וויליאמסבורג, וואס דעמאלט'ס איז יא ליידער געווען טויטע,  ממילא קענסט דערווייל ווייטער רואיג אריינכאפן פרייטאג צונאכט'ס א געפעפערט'ן טשולענט  (מיט א גלעזל ביר פארגעס נישט) סאטמאר האט אלעמאל געהאט מיט וואס צו פיטערן זייער עולם, און דאס איז דאס. 

מילא ווען דיין טענה איז ווילאנג וועט נאך סאטמאר שטיין, אדער ווען וועט ארויסקומען דעם אמת  (איבער אלע ענינים) וואס מ'האט פארדרייט דעם עולם דעמאלט'ס האסטו א פוינט.

אפאר נקודות

די זאגסט - "אבער געוואלד דא אין וויליאמסבורג פלעגט מען גיין רוהיג שבת אויף די גאסן"  -  יא די געדענקסט אזוי אמאל,   ווייל איך געדענק קיינמאל נישט א רואיגען שפאציר אויף די גאסן פון וויליאמסבורג,  (אפשר רעדסטו אינעם
18'טען יאהר הונדערט) וויפיל שידוכים זענען נישט געווארן ווייל די שומרי חלונות האבען געהאט צו א שטארקן בליק אויף איהם,  וויסאך קאפעל'ס פלעגן נישט קענען גיין שפאצירן (היינט איז אביסל בעסער אין דעם ענין), וויסאך מענטשען זענען אנגעקומען אין שפיטאל פון זיצען אויפ'ן אינטערשטן פיר און צוואנציג שעה א טאג, אהן קענען ארויסגיין,  מעדיקעישן נעמער'ס,  גיטין געבער'ס, ווי סאך פרויען זענען נישט געגאנגן אין מקווה נאר וועגן דעם,  וכו'


די זאגסט - אבער דאס איז דאך נאר "עבירות שבין אדם למקום" - די נעמסט אויף זיך דעם אחריות צוזאגען אז בין אדם לחבירו איז ערגער, ווען אפילו די גרעסטע גדולים וואגען זיך נישט מכריע זיין אין דעם!!
איך פארשטיי דיין פראבלעם פארוואס די מיזט אננעמן די וועג  () אבער מיט א פשוט'ן מהר"ל שטימט אלעס. די מהר"ל שרייבט אז ווער עס האט ליב דעם אויבערשט'ן,  מוז ממילא ליב האבען די ברואים ווואס ער האט באשאפן.  און נאך שארפער ווי אזוי ווייסט מען אז איינער האט אהבת השם אז ער האט אהבת ישראל ווייסט מען אז ער האט א שייכות מיט העכער'ס, אבער טאמער נישט האט ער נישט קיין שום שייכות.


די זאגסט - פארלירט ער און עס איז נישטא ביי עהם אלע הלכות " מען מעג אויף עהם רעדן לשון הרע -
איך וואלט געוואלט זאלסט וויסן די מעשה:  איינער איז געקומען צום חפץ חיים בסוף ימיו אז ער וויל איבער דריקען דעם חפץ חיים, מענטשען האבען אנגעהויבן צוריק צו רעדן לשון הרע. הער א תשובה פון א אדם גדול (ער וואלט ווען געדארפט אויפשפרינגן פון שמחה)  ווי פאלגענד: אזוי ווי איך האב געזעהן אז ווען מ'דארף רעדן לשון הרע (למשל מאכיל נו"ט וכדומה) נעמט מען מיין ספר צום שיץ, (אפילו איך שרייב אז מ'מעג) וויל איך נישט אז מ'זאל  איבער דריקן דעם חפץ חיים, ס'האט גארנישט נישט געהאלפן אין די חפץ חיים האט זיך געהאלטן ביי זיינט'ס,  קען זיין אז די ביזט פרומער פון חפץ חיים,  אבער שרייב כאטשיג אז ס'איז א חומרא, מ'טאר טאקע נישט רעדן לשון הרע אבער צו נישט איבער דעם שטריק, 

service_03

קלויזענבורג האט גארנישט געהאט קעגען סאטמאר,  סאטמאר האט געהאט קעגען קלויזענבורג, טאמער די געדענקסט נאך אין די ערשטע יאהרען נאך די מלחמה.

נאציאנאליזים האט גארנישט מיט סאטמאר ס'קען זיין גוט פאר א עדיטאריעל פון א צייטונג אבער ס'רירט נישט אהן צום אמת 

די פראבלעמן אין סאטמאר קומט פון אסאך גורמים, אנשטאט איך זאל דיר עס דא אראפשרייבן, און צולייגן,  געב איך דיר אפאר נקודות, ואידך זיל גמור: 

חינוך, צניעות, שמוציגע בחורים, פארמאכט, נישטא רצון, תאוה צו געלט, אונגאריש, וכדומה

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2006 09:55 לינק ישיר 

ווייסט פארוואס די ווילסט נישט מכריע זיין אז עבירות שבין אדם לחבירו איז הארבער?   ווייל דו רופסט דיך "למען השם" ממילא ארבעטס דו נאר פארן כבוד שמים . און וואס איז מיט רש"י אויפן פסוק וינוסו משנאיך (עיי"ש פרשת בהעלתך) דו פארשטייסט נישט . לאז זיין אז עס איז געווען ערגערע מערכות אין וויליאמסבורג . למשל ווען מען האט צוזאמענגעהארגעט קאסאניער רבינס זון. וכדומה. מען האט פארטריבן דעם קאלובער רבין פון ארץ ישראל אינמיטן א טיש אין פאפער ביהמ"ד. מען האט באווארפן דעם סקווערער רבין שליט"א מיט שמוץ און געשטאכן מיט שירעמס.ביי א שרעקליכע לוויה ב"מ רח"ל.  מען האט רבי משהלי וויזניצער באגאסען מיט וואסער. מען האט אלע גאסען אנגעסקריבעלט "בערל משכיל" וכדומה. מען האט שיעור נישט געהארגעט "רבי מענדל וועכטער שליט":א) . מען האט דעם הייליגען סקולענער רבין זי"ע אויסגעלאשן די לעקטער אינמיטן מעריב כידוע.  מען האט געשריגען "דאס קעצל זינגט" מען האט צובליטוגט אום יו"ט פסח תשל"ז און תשל"ח די ליובאוויטשע וואס האבען דורכגעוואקט וויליאמסבורג. . מען האט דעם הייליגען קרעטשענעווער רבין זי"ע פארטריבן און געשטויסן אינמיטן של"ס אין היינטיגען טשערנאוויטצער ביהמ"ד אויף מארסי.
ווען עס איז געווען דער מיטינג וועגען עירוב. אין הויז פון זקן הרבנים הגה"צ הישיש מאודווארי . וואס ער וואינט שוין דאהי פון אנפאנג אהן נאך פאר די אלע אזויגערופענע מייסדי הישוב.
מיט הגאון הגדול פוסק העיר רבי פישעלע הערשקאוויטש. שליט"א מיט הגאון הגדול הפוסק המפורסם רבי יחזקאל ראטה שליט"א  וואס די אלע דריי זענען די גרעסטע פוסקים פונעם היימישן ציבור פון יארן . (נישט נאר זיי נאר זייערע קינדער און אפילו עטליכע אייניקלעך) פאקן איין דעם גאנצען סאטמארען בי"ד סיי אין בקיאות בש"ס בבלי און סיי אין ארבע.  חלקי שו"ע. איך רעד שוין נישט פון די דריי רבנים אליין. וואס דער רבי זי"ע האט אליין אויפגענומען דעם אודאריער רב נאך בשעתו אלס יושב ראש פונעם בית הוראה פון די התאחדות הרבנים. און ער האט שוין ארויסגעגעבען 8 בענדער שאלות ותשובות אויף אלע ד חלקי שו"ע. און הגאון הגדול רבי פישעלע וואס קען כל התורה כולה. און הגאון הגדול מקארלסבורג וואס דער רבי שליט"א האט עהם אליין אהערגעברענגט פון ארץ ישראל פאסקענען שאלות פאר אידישע קינדער חסידי ותלמידי סאטמאר. . און ער האט שוין יארן צוריק ארויסגעגעבען דעם חיבור חזקת טהרה און שו"ת בד' חלקי שו"ע .  און מכלל הן אתה שומע לאו.   וואס זיי ......האבען נאך נישט ארויסגעגעבען אפילו איין ספר. צו אפילו איין קונטרס וד"ל וד"ל. והמבין יבין. זענען צוזאמענגעקומעאן די להבדיל "אנשי סדום" אטרומגערינגעלט דעם אודוואריער רבס הויז און ווען די רבנים זענען ארויסגעקומען. האבען זיי געשריגען מיט אומ אנומענע קולות וויא גוויים. מען האט געמוזט רופן פאליס זיי צו פארטרייבען. . אלעס האט מען שוין געהערט דא אין וויליאמסבורג   אבער קיינמאל אויסער ביי ליובאאוויטש האט דאס די "באהערדע " נישט אפיציעל באשיצט. . נאר דא וויל איך נאר אזויפיל. איך ווייס בעסער די היסטאריע פון סאטמאר און פון וויליאמסבורג. . יותר ויותר מה שכתבתי קען איך שרייבן וד"ל.
אבער דער שרייבער פאר מיר. האט געברענגט ווידעאס ווייזען וויא שלעכט די אהרונים זענען געווען אין ברך משהס צייטן. אויף דעם איז געקומען מיין "תגובה" צוויי זאכען .  איינס אז דאס איז נאר געווען א "סעלף דעפענס" זיך באשיצען פון די עזי פנים" וואס ווילן נאך היינט באגראבן דעם "ברך משה" און ווילן אז דער אייגענער זון הגה"צ רז"ל שליט"א זאל עהם פארשעמען און נישט רעדען פון עהם. .
צווייטענס. פשוט קשוט עצמך. ווען רז"ל וואלט געווארן רב דא אין וויליאמסבורג און די שטאט וואלט געווארן שטיל און אנגענעם ער וואלט געלאזט יעדען איינעם לעבען .  וואלט ער געווען . דער גאלדענער קרוין פון די שטאט. יעדער האט זיך מוראדיג געפרייט צו עהם אבער אזוי וויא ער געווארן באפיינדעט ביי אלע קהילות. פאפא. ווין. וויזניץ ב"ב. סקווער. מאכנובקא. באיאן.. טשערנאביץ. קלויזענבורג. מונקאטש. באבוב רמ"ד. אודווארי. בעלזא. טאקע וועגן די נארישע עירוב מערכה.
און אין סאטמאר האט ער אויך שונאים א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם. וואס איז בעסער געווארן דא אין שטאט . כונסנו מהארי והדוב פגענו. אנטלאפן פון א לייב און באגעגעננט א בער(זכור ברית מרגמ"ה). און צו וואס דארף דאס די צייטונג "דער איד" שטיצען . זאל ער עס לאזן לויפן און זיך נישט מישן . ער ווייס דאך גאנץ גוט אז עס איז נישט קיין פירצה. עס איז סתם א "פאליטיק" פון "אני ואפסי"
זאל ער אויך נישט האבן קיין טענות אזד מען שטיצט זיין שונא "דער בלאט"

ווען סאטמאר וועט בטל ווערן קען איך נישט פרעגען און וויל נישט פרעגען. אבער דער עירוב דא אין וויליאמסבורג וועט אי"ה קיינמאל נישט בטל ווערן עד ביאת גואל צדק . ווייל עס איז געווען דער רצון פון אלע רבנים מייסדי היישוב. והרבנים הגדולים החיים אתנו לאורך ימים ושנים. פון א פאר משוגעים וואס שרייען. אפילו זיי ווערן באשיצט פון די נארישע באהערע " ווערט כלל ישראל נישט נתפעל. אזוי וויא מען איז נישט נתפעל געווארן פון די שרייעכצער "שייגעץ ארויס" וכדומה.   נצח ישראל לא ישקר. דער שו"ע וועט נישט בטל ווערן קיינמאל עד ביאת גואל צדק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2006 10:02 לינק ישיר 

דו שרייבסט ווען דאס וואלט געווען פאר הונדערט יאר צוריק וואלט געווען איסורין קונמות וכו' . נו וואס ווילסט דעמאלס האבען פון די חסידי האדמו"ר מהר"א ט"ב שליט"א וחסידי הרבי ברך משה זי"ע אז זיי האבען גערודפט מענטשען . השמע לאזניך מה שאת מוציא בפיך. כבר היה לעולמים אמאל וואלט מען אזאלכע מורדים אומגעברענגט לשיטתך. ווייז ווידעא פון די אמאליגע מחלוקתן.  אלא מאי. ווייז נישט איין צד . קוק וויא א דרויסענדיגער ביידע צדדים ע"כ והשי"ת ישפות שלומו עלינו ועל כל עמו ישראל ונזכה להתגלות האור הגנוז.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2006 10:11 לינק ישיר 

וואס וועט זיין אין אפאר יאר ארום אז משיח וועט ח"ו נישט קומען. וועט יעדער טראגען מען וועט אינגאנצען נישט געדענקן אז עס איז געווען א מערכה.  אמת ויציב. קוק אריין אין קצה המטה. ווען מען האט אריינגעלייגט לעקטער אין א שול אין שטאט . זענען אלע רבנים בראש מיטן מונקאטשער בי"ד ארויס בחרב ובחנית געאסערט די שול און אפילו אריייננצולייגען עלעקטער אין ווייבער שול בלויז איז געווען א איסור חמור. ערגער וויא דער עירוב דא. עס איז געווען א התחדשות . היינט געדענקט שוין קיינער נישט אזא מערכה.
אמאל ווען רביצין שינירער האט געמאכט די "בית יעקב" מיידל שולע. זענען אלע רבנים וגם רבינו הקדוש זי"ע ארויס דערקעגען בחרב ובחנית באיסורין חמורין. שלא ישתנה בשום פעם ובשום אופן. שפעטער אין אמעריקא איז געקומען דער אופן וואס מען האט דאס אליין געמאכט (קאשויער רב זי"ע איז טאקע געווען זייער שטארק דערקעגען) . אבער ווער געדענקט דען בככלל אזא מערכה.

אבל של עתה באתי. רש"י ברענגט אין סוף פרשת בראשית . ווען איינער האט א קינד . פרייד ער זיך . איי עס וועט אמאל שטארבן .עכ"פ יעצט פרייט ער זיך. דאס זעלבע. וואס גייט אונדז אהן אז אמאל וועט יעדער טראגען.   די חברה וואס האבען געצאפט אומשולדיג אידיש בלוט די וועלן אפגעגעבן א "ביטערען" דין וחשבון און טאקע צוזאמען מיט זייער "פירער" פארפירער" וואס האט זיך קוים אראפגעזעצט אויפן בענקל "כשבת" און שוין אנגעהויבן רודפן דאס אידישע פאלק אין די שטאט. ויה"ר שלא יהי' לו שם כח וממשלה . אין בן דוד בא עד שתכלה מלכות הז"ל מישראל (רש"י שלא יהי' לישראל שום ממשלה אפילו קלה ודלה סנהדרין צח) עיין ספה"ק ויואל מש ה על גמרא. זו. וממילא נזכה לביאת גו"צ אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2006 07:07 לינק ישיר 

יעצט זעהט מען קלאר אינעם בריוו וואס די "בני יואל" חברה וואס זענען דעמאלס פונעם ערשטן טאג פונעם רבינס זי"ע הסתלקות כו אב תשל"ט . געווען בלוט שונאים פארן ברך משה און פאר זיינע אלע חסידים ובכללם הרה"ח רבי אליעזר קעסטענבוים(וואס ער איז עהם געווען א גוטער פריינט להבחל"ח) און זיי האבען אלע יארן גערודפט ר"א ט"ב . פארשטייט אז רז"ל האבען זיי גארנישט געטון ווייל ער האט נישט געפירט דעמאלס גארנישט אזוי וויא רש"א. . און יעצט אזוי וויא רז"ל האט איין ריר געטון קעגען זיי. וועגן דעם ענין פון ברך משה ישיבה. אדער וועגען דעם בריוו קעגען די אזויגערופענע נטורי קרתא. . האבען זיי אנגעהויבן צו פארפירן קעגען עהם מיט זלזולים . וכדומה.  די זעלבע חברה שרייען נאך פרויען אין די גאסען. די זעלבע חברה זוכען אונטערצוברעכען יעדען מין כח פון רבנים (אזוי וויא א מ ג) די זעלבע חברה. ווילן באגראבען דעם כלל ישראל. א סאך פון זיי האבען נישט אנגעהויבן צו גיין ווען רז"ל האט חתונה געמאכט ווייל עס אינטערסירט זיי רז"ל אין די לינקע פאה.   א שאד א שאד וואס רז"ל האט מיטגעטאנצט מיט זיי ביי די עירוב פרשה . ער האט געפענט זייערע פיסקעס. און זיי געגעבן א שטיקל פולמאכט. כאילו וויא זיי נעמען זיך אהן בכלומערשט פארן רבין זי"ע כבוד. און דורך דעם האט פארלוירן זיין נארמאלען פנים ביי רוב שטאט אין וויליאמסבורג און ביי רוב וועלט ער הייסט א טעראריסט וואס זיינע בחורים און יונגעלייט שרייען נאך יעדען שבת פרויען און מיידלעך ואין פוצה פה ומצפצף.  ער מיינט אז ער הייסט א ארענטליכער מענטש. ר"א האט אויך געמיינט אלע יארן. ביז עס איז נתגלה געווארן (נאך אלץ נישט ביי זיי) . . ער דארף באצייטענס אנהויבן אויסלערנען זיין עולם און זיינע בחורים מענטשליקייט ווייל אז נישט וועט מען עהם אליין נאכשרייען אויף די גאס. און עס וועט זיין מיט די הסכמה פונעם זעלבען רב  וואס הייסט גיין קיין איראן. און האט געהאלטן פון זיין טאטען דעם ברך משה א גרויסע מכה בדופן. . באצייטענס דארף ער אויסשליסן די שלעכטכ מענטשן פון זיין עדה. טאמער ער קען נאך .
דא איז א קאפי פונעם בריוו וואס זיינע פיינט (פריינט) די בני יואל האבען געשריבן אויף עהם(רבן דקרו)





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2006 07:31 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2006 07:34 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2006 07:36 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2006 15:50 לינק ישיר 

עבד עברי

וועמען מיינסטי מיט דיין ברענגען די גאנצע שקלי'ה וטריא פון אלע בריוון למיניהם

דיא מאכסט פון יעדן עמוד א עקסטערן מייל

פאר וואס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2006 20:35 לינק ישיר 

איך מיין אז די בני יואל וואס האבן מורד געווען אין סאטמארער רבי בעל ברך משה . און יעצט האט זיי רז"ל צוריקגענומען. זענען ווייטער מורדים. אין עהם אויך און אין זיין בי"ד.  זיי זענען מחזק די נאכשרייערס אויף די גאס. זיי זענען מחזק די יורדי איראן. דאס איז נישט אזוי וויא ערגעץ אנדערש איז אויך דא שקצים.  דאס איז א שיטה. זיי זענען ביי זיך נישט די שקצים אדרבה יעדער איז ביי זיי שקצים.  
פארוואס איך צוטייל די שקליא וטריא די בריוון. ? איז ווייל איך קען מיך נישט אויס אזוי גוט אין קאמפיוטער און אין פעיסטען. און איך האב נישט קיין צייט זיך ארומצושפילען. געב איך א שרייב אפ אדער א פעיסט אפ און גלייך שיק איך עס . פארשטייסטו. . ווילסט נאך עפעס פרעגען. דעמאלס "שאל בני שאל"(שבת לא)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/6/2008 23:18 לינק ישיר 

עבד עברי די ביסט גערעכט מיט עטליכע זאכן אבער נישט גערעכט מיט רוב דאס איז אמת אז ר' זלמן לייב האט אינטער זיך אויך אן עולם פון בני יואל וואס א טייל פון זיי זענען פשוט'ע קריטיקירערס ווי מען קען נאר און פון זיי וועט מען מען גארנישט האבן חוץ קריטיק אבער סוף כל סוף וועלן זיך די עקסטרעמיסטן וואס ווילן אז ר' זלמן לייב זאל פארגעסן אז ער איז געבוירן געווארן פון זיין טאטן (יא יא זיי ווילן אז ער זאל נישט גיין צום ציון פון זיין טאטן און ער זאל אים קיינמאל נישט מער דערמאנען זיי מיינען אז ער איז פון דער לופט אראפגעפלויגן און ביי אים גייט נישט אן קיין כיבוד אב)זיי וועלן זיך ממילא  אפלאזן פון אים און די זאלוינים וועלן פריי אפאטעמען און האבן מנוחה זיי האבן גענוג מענטשן אן זיי אויך, אבער דאס וואס די האסט טענות אויף די זאלוינים וועוגן די עירוב ביסטו נישט גערעכט ווייל ר'זלמן לייב אליין ווי אויך זיינע רבנים האבן קיינמאל נישט געהייסן שרייען אויף די אויבער חכמים עירוב טרעגערס, ווער עס האט יא געהייסן זענען בכלל נישט קיין זאלוינישע רבנים, ווי למשל ר' הילל וויינבערגער, הרב ביק, נייטרע דיין הרב מאשקאוויטש, און נאך (וואס איך רעד שוין נישט פון דעם אז זיי ווייסן אויך וואס זיי רעדן און זיי דארפן נישט צוקומען צו אונזער הסכמה)  סך הכל האט ר' זלמן לייב געזאגט אז אין זיין קהילה אין אין זיינע מוסדות לאזט ער נישט טראגן ס'הייסט אז ער האט נישט קיין רעכט צו זאגן פאר זיינע מענטשן וואס צו טוען ,חשוב על זה נוץ דיין קאפ אביסל  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אבי מ'לעבט > פירות פון סאטמער רבי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר