בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פסק הלכה שטורעמט אויף אלוועלטליכע בתי דינים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/12/2007 03:27 לינק ישיר 
פסק הלכה שטורעמט אויף אלוועלטליכע בתי דינים

לייענערס פונעם צייטונג "דער איד", שטויענען ווי עס ווערט דארט אדווערטייזד וואך נאך וואך מודעות איבער א משפחה סכסוך.

 עס האנדעלט זיך און א פאל ווי דאס פארפאלק איז סעפערירט איבער דריי יאהר, און די מאמע דערלאזט נישט דעם טאט'ן האבן א שייכות מיט'ן קינד. 

ווי געווענליך ביי אזא פאל זאגט די פרוי כ'וויל נישט גענוג געווען אין דיינו! דער טאטע לויפט נעבעך נאך ערשטע הילף צו איצא גליק פון התאחדות אדער צו משה ראטה אדער הרב יודל גרובער און באצאהלט טבין ותקילין פאר די הזמנות און סירובים און מכתבים אאוו. ער פארלירט צייט פון די ארבעט, און לייגט צוגרונד זיין דזשאב אדער ביזנעס. לעומת זה לויפט די פרוי צום אלוועלטליכן באקאנטן אויסווארף אין טוען רבני שמואל פריעד, און גיט עהם א דעפאזיט פון א פאהר אלפים צו פירן א מלחמה, און אין די גאנצע בית דין אינדאסטרי ווערט ליהודים, מען לעבט פשוט אויף, סאיז דא א פרישער קעיס, ס'קומען זיך צונויף מיט פארקנייטשטע שטערן די דיינים ווי הרב מענדל זילבער, הרב אייכענשטיין און רב גרובער און מען באד זיך עטליכע יאהר אינעם בלוט באד, און מ'באקומט נאך צו א גאר פיינע אפותיקי. ווער רעדט נאך אויב איינע פון די צדדים זענען גאהר פארמעגליכע לייט, ווי ביים איצטיגען קעיס מיט יענקל פעקעטע. 

אזוי איז געווען ביז היינט! 

דא איז אינטער געקומען הרב וואלהענדלער אין הרב שניאור זלמן בערנבלוט און מחדש געווען א חידוש, דהיינו אז לפי ההלכה לויטן שלחן ערוך מוז די "פרוי" האבן א רשות בי"ד אויף נישט צו ווייזן די קינדער, און אויב די פרוי האט נישט קיין רשות בית דין, און שטעלט זיך נישט צום בי"ד, און גיט נישט אן קיין גרונטליכע נימוקים פאר וואס דער טאטע זאל נישט זעהן זיינע קינדער, דאן קען דער בלויזער פאקט אליין גענוצט ווערן דורכ'ן מאן אלץ א יסוד פאר א היתר מאה רבנים, ווי באלד זי איז עהם מבטל פון מצוות חינוך, און די קינדער פון כיבוד אב.

 אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אזוי, די כנופיא גנבים און גזלנים פון די בתי דינים המפורסמים זענען גענצליך ארויסגעשניטן געווארן, יעדער רב בישראל וואס פאסקענט איסור והיתר שאלות וועט אויך די שאלה קענען פסקענען. און אויב סוועט אויספעלן וועט מען אויך מאכן א היתר מאה רבנים.

דא האבן זיי אלע די גאנצע בעטדין אינדאסטרי צוזאמען געכאפט א שאס, פון וועלכן זיי וועלן זיך שווער ארויסזעהן, און וועלן דאס פיעלן אין זייער פאקעט'ס לאורך ימים ושנים. ווייל דאס איז שוין א געשעהנער פאקט. 

דעריבער פראבירן זיך נאך עטליכע בתי דין צו ראנגלען און אפשלאגן זיין חידוש דין. ווי מיר הערן אבער פון פארלעסליכע קוועלן האבן זיך שוין מערערע רבנים צוגעשטעלט מיט תשובות און באפעסטיגן דעם לאגישן און הלכהדיג'ן בעשלוס. 

און די אלע וואס קענען רב וואלהענדלער זאגן אז זיינע געגנער פייטן א פארלוירענע מלחמה, ווייל ביי אלע זיינע רבנישע מערכות אין דער רבנישער וועלט, ווי ער האט זיך ארויסגעשטעלט פעלזען פעסט, האט ער תמיד מכריע געווען את הכף.
____________________________________________________

דא איז א קאפי פין א בריוו וואס האט אויפגערידערט די עולם התורה, אין איז ארויסגעשיקט געווארען צו רבנים אין בתי דינים די וואך. 














תוקן על ידי בר_כוכבה ב- 25/12/2007 3:47:24




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2007 04:42 לינק ישיר 

הרב וואלהענדלער חזק ואמץ

כל מן דין סמוכו לנא
כמותך ירבו בישראל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2007 21:42 לינק ישיר 

עס איז זייער גרינג צו אטאקירן דעם שליח messenger
דער איד האט בלויז אפגעדריקט בריוון פון רי יחזקאל רוטה\ראטה בי"ד
התאחדות בי"ד און ר' יודל גרובער'ס בי"ד (וואס אינקלודעט ר' יעקב זיידא)
דריי נארמאלע קאמפטענטע בי"ד (לפי המצב בדורנו, ואין לך אלא שופט שבימיך) וואס איז זייער א נארמאלע זאך אנצונעמען צו דריקען מודעות פון זיי.

איך האב נישט קיין מושג אין די גאנצע מעשה, אבער אויב רוב פון זיין בריוו איז ער נאר ביזי מיט דער איד, און מיט דעם אז די פרויס ברידער איז פלוני, קוקט אויס ווי עפעס שטימט נישט.

זיין בר פלוגתא זענען דריי בתי דינים!



_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2007 23:37 לינק ישיר 

א עקלדיגע זאך אז א צייטונג שרייבט וועגען פערזענליכע משפחה קריגערייען.

דאכט זיך מיר אז דאס איז דאס ערשטע מאל.

איך קען שוין דאס נישט אריינעמען אין שטוב וועגען מיין טאכטער פרעגט מיר די קושיות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2007 20:11 לינק ישיר 

אין אזא פאל קען מען זאגן: ברוך השם ס'איז פאראן אזא פלאטפארמע ווי "האידפארק" - און דערביי אינזין האבן דעם "חייב אדם לברך על --- כשם שמברך ---."
דעם עצם פרשה קען איך נישט; הגם דעם אנאנס אין "דער איד" האב איך יא געזען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2007 21:41 לינק ישיר 

איך האב באקימען אין די אימעל א PDF מיט אלע דאקומענטען ארום די פרשה.

ניצט דעם זום צו פארגרעסערן א דאקומענט.

מען קען עס דאונלאדען פין די צוויי פלעצער.


http://www.mediafire.com/?7ytumgsg1xj

http://rapidshare.com/files/79233014/markowitz.pdf.html 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2007 02:14 לינק ישיר 

באקימען אין אישית

http://www.rabbigruber.com/

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2007 02:40 לינק ישיר 

נישט קענענדיג די פרשה כלל וכלל, בין איך מסכים אינגאנצען מיט "אנאליזירער" וואס דער מציאות איז דאך קלאר אז עס איז דא דריי בתי דינים אויף דער צד און דער אנדערער צד האט דערווייל הרב וואלהענדלער, איז פארשטיי איך נישט פראקטיש וואס דער טענה איז דא אויף "דער איד" פארן דריקן אט די פסקים פון די דריי בתי דין? ובפרט אז לויט זייער פסק האנדעלט זיך פון עובר זיין אזא הארבער ענין ווי חרד"ג וואס פארשטייט זיך אז מען דארף דאס מפרסם זיין ווי מען קען נאר אז רבנים זאלן נישט מיטשטיין אומוויסענדיגערהייט צו אזא זאך, אין נאכאמאל איך נעם באמת נישט קיין שטעלונג חלילה און די פרשה וואס לכאורה פון ביידע צדדים פעלט נעבעך נישט קיין שברון לב פון אזא אנגעווייטאגטע פרשה ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, און ווי אויך בין איך דער לעצטער זיך אנצונעמען פאר "דער איד" וואס ווען מען האט מבזה געווען דארט עהרליכע אידן במשך די יארן האט זיך קיינער פון די וואס שפרינגען יעצט אויף מיט א געוואלד בכלל געקומערט וועגן דעם {הגם און די לעצטערע יארן מיין איך אז עס האט זיך עטוואס אפגעשטעלט די ביזוי ת"ח ב"ה) עכ"פ איך שרייב פשוט לאגיש לענ"ד. און אדרבה לאמיר זעהן וואס אנדערע בתי דינים זאגן איבער דעם ענין.                



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2007 03:32 לינק ישיר 

דערשרעק זיך נישט פון דעם ווארט דריי בתי דינים

בפרט אז איינער פון די בתי דינים {אורחות משפט} איז נאר א לעטערהעד פון א טוען רבני




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פסק הלכה שטורעמט אויף אלוועלטליכע בתי דינים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר