בית פורומים כל העולם כולו

גזירת גירוש ביי זאלונים... אלע איינגעשטעלטע מוזן הולכ'ן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/2/2008 05:50 לינק ישיר 
גזירת גירוש ביי זאלונים... אלע איינגעשטעלטע מוזן הולכ'ן

די נועם המידות קאמפאני האט אנגעהויבן גייען מיטן בייזען קעגן די פאר מחוצפים איינגעשטעלטע וועלכע לאזן זיך נישט איבעררעדן מיטן גיטען צו פארן מיט די מסע הקודש. א חוצפה און א העזה וואס די רעזשים נעמט אן אלס מרידה במלכות הזלה.

בפקודת הקודש האט ר' יעקב בער טייטלבוים האדמו"ר מבלעקבערי שליט"א, ממנה געווען דעם קאפיטאן פון די שלעגער ליפי קרויס מיט זיינע אדיוטאנטן סאכער בער טייטלבוים צו דערקלערן א זשיהאד קעגן די שוצלאזע איינגעשטעלטע וועלכע ווילן נאכנישט פארן מיט די "מסע הקודש" אויס'צו'פועל'ן אלעס גיטס פאר רז"ל... אז יעדער זאל מוזן מודה זיין אז ער איז א די ריעל רעבע, נישט קיין מעיק-ביליוו שטריק באיצטלא דרבנן.

מלמדים, מגידי שיעורים, מנהלים, שמשים, רייניגער, מענעדזשערס, קעכערס, מחוטב עצך עד שואב מימיך, יעדער באקומט טיקעטס פאר זיך און די קינדער,

נישט חלילה פאר די פארטיי... נאר פאר'ן רבי'ן זי"ע,

ווי נפתלי בלומענפעלד האט מסביר געווען בטוב טעם ודעת פאר די ציגארעטען רייכערער פון די הייליגע קווינסע ישיבה.


מיר בעטן יעדן איינעם פון די איינגעשטעלטע אין UTA אדער אין זייער קהל... שרייבט זיך שוין איין מיט די "מסע קודש"... מיט גוטן.... איידער מ'וועט אייך לייגן אויף די שווארצע ליסטע... און איר וועט דעמאלטס פארן מיט בייזען...

און אינאיינוועגס וועט איר האבן די זכיה מיטציפארן מיט די מסע הקודש פון רבי'ן זי"ע... (אינעם שלייער פונעם עם הארץ הדור, הגה"ק רז"ל שליט"א...).

מ'האט געטראגן די פארענטשעס פון דאהי, מיט שיפן קיין אנטווערפען. און אויך א גאנצן שטאל מיט בהמות וואס מ'וועט אי"ה האבן צו עסן פאר די הייליגע מאסא הקודש - אויך האט מען מיטגעטראגן ריזיגע אתרוגים און די דזשאמבא בעכער.

פרטים יבואו






דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2008 06:22 לינק ישיר 

 שטויבער מרדכי,מיט דרעזנער האבן שוין שלום געמאכט?

תוקן על ידי האקאבו ב- 18/02/2008 6:23:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2008 14:40 לינק ישיר 

who cares?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2008 18:20 לינק ישיר 

באקימען אין אישית

עזריאל גליק פארט קיין אנטווערפען
יודל וויינשטאק בלייבט דא וועגן די געשלגערייען ביי די מוירטל הכנסת תורה

ווייסא איינער וואס דארט איז געווען ? 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2008 20:16 לינק ישיר 

די ריזיגע פלאקאטן אויף ראדני,
די הונדערטער קאלערפול פעידזשעס אין דער איד
די מעכטיגע מעלדונגען איבער די געהויבענע, הייליגע, קודש-קדשימ'דיגה מסע הקודש, מסע התרוממות,
שטיק פייער טריפ...

עס קוקט אויס ווי רז"ל רייט אויף משיח'ס אייזל, און ער קומט אויסלייזן די אידן... און יעדער זאל זיך שנעל מיטכאפן מיט די הייליגע נסיעה (צו א חתונה פון זיין שוואגער)...


איך האלט אז ראצפערד איז "קאָצק" קעגן די נועם המידות קאמפאני...
אזא בעיבישע, ילדיש'ע נישט-פארטיי...  עקלדיגע פראפעגאנדא איז צום שטוינען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2008 20:22 לינק ישיר 


איך מיין מיר זאלן אלע מיטפארן

ס'איז מוראדיג! זיין אין ליזענסק פאר אזא ביליגע פרייז

די ביליגסטע פרייז נארמאל קיין ליזענסק איז איבער 1000




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2008 20:23 לינק ישיר 

סהייסט ספארן מיט אריבער 1000 יודען פין אמעריקע אליינס
אין דעס אן די בחורים וואס פארן מיט,
מען שיקט דאך מיט פארנטשעס פין דא,איך גלייב נישט
אז פאר 35 אנטוועפענע בחורים דארף מען שיקן בארנטשעס  

נישט אוועק צי מאכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2008 20:27 לינק ישיר 

כאכאכאכאככא
דאס ליצנות איז מורא'דיג
צי פארן נאר אויף ליזענסק מיט מהרז"ל קאסט די טיקעט  1,700 $
אויב פארט מען אויך אויף אנטווערפען קאסט די טיקעט   1,500 $




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2008 20:48 לינק ישיר 


איך האב אן אייעדיע פאר יענקל בער
מען זאל טיילן פעיראל און בעלגיע און ווער עס איז נישט דארט זאל הונגערן
אזוי טוען אלע קליינע רעבעלעך

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/2/2008 20:54 לינק ישיר 


אויף די פלאקאטן אין ביהמ"ד

איז אדווערטייזט מיט טייערע גרעפיקס צעטליך

די פרייז קיין אנטווערפן אינטער 400 דאלער




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/2/2008 22:14 לינק ישיר 

זושליאני08 האק נישט קיין טשייניק ס'איז נישט דא קיין שום גזירת גירוש, יעצט גערעדט צי א זאלי מלמד זאגט ער, מען האט אים געאפערט א פרי טיקעט, פרי האטעל, פעיד וויקעשאן, אין נאך דערצו א באנוס אין דער זייט פון 300 דולר וואס זיי וועלן באקומען אויף פסח מער פון אנדערע מלמדים, נו וואס קען זיין שלעכט,

יא אוודאי זענען זיי מרמז מכלל הן אתה שומע לאו, אבער וואס זיי געבען איז זייער גוט, זאלן זיי דאס מיר געבען וועל איך זיין א זאלי פאר 10 טעג נישקשה....

דער מלמד זאגט נאך מער אז ער האט געזען אז עס איז א שעת הכושר ער האט געהאט דעם קאפ אופן פלאץ אין ער האט זיך אפגערעדט אז אין זיין קלאס ציט פון איין פענסטער זייער שטארק א קעלט אין ער האט שוין געבעטן מען זאל אים טוישן קלאסן אין אין קול ואין עונה כדרכם, האט מען אים דאס אויך ציגעזאגט אז ווי נאר מען קומט אהיים וועט מען אים טושן קלאס, אויך האט ער זיך אפגערעדט וועגן זיין באנגעלוי אין קעמפ, האט מען אים דאס אויך ציגעזאגט אז ער וועט באקומען א נייע באנגעלוי,

בקיצור אלעס אלעס אבי נאר קומען יעדע נפש ציילט אין די רופסט דאס אן גזירת גירוש, שעם אן יא...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2008 01:30 לינק ישיר 

סקוקט אויס ווי אהרונישע פאשקוויל קעגן די זאליס
דערווייל איז דאס חלק פין גרויליגע פראפגאנדע פין די זאלי העראריכיע

בס"ד

 

נייעס:

 

אסיפת מלמדים:

 

דאנערשטאג נאכמיטאג האט כ"ק מרן רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט א יסודות'דיגע דרשה ביים אסיפת מלמדים וואס איז פארגעקומען פאר אלע מלמדי תשב"ר אינערהאלב מוסדותינו הק'. דער רבי שליט"א האט בטוב טעם ודעת ארומגערעדט וויכטיגע אנווייזונגן בנוגע דעם התנהגות וויאזוי מלמד ברויך זיך צופירן בשעת'ן זיין אינאיינעם מיט זיינע תלמידים צו זיין פאר זיי א מוסטער, פון וועמען זי זאלן זיך אפלערנען תורה ויראת שמים ומידות טובות.

 

דער רבי שליט"א האט דערביי שטארק אויסגערימט דאס חשיבות פון מלמדים וואס זענען מרביץ תורה פאר תינוקת של בית רבן, וואס בהבל פיהם העלפן זיי אז די וועלט זאל האבן א קיום, באטאנענדיג וואס ער זאגט כמה פעמים אז עס איז נישט מעגליך צו באצאלן פאר זייער געטרייע הארעוואניע און עבודת הקודש וואס זיי טוען במסירות ונאמנה.

 

כולל ליל שישי:

 

פארגאנגענעם פרייטאג פארטאגס פרשת תצוה איז פארגעקומען א מעכטיגער סדר חבורת ליל שישי אין היכל בית מדרשינו הגדול דקהל יטב לב אויף ראדני סטריט, וואס איז לעצטע וואך איינגעארדענט געווארן פאר א מקום מיוחד ללימוד התורה אגאנצן טאג, וואו עס האבן זיך משתתף געווען לערך טויזנט לומדים, בעלי בתים נכבדים, יונגעלייט און בחורי חמד דישיבותינו הק', און האבן אויסגענוצט די פארטאגס שטונדן צו הארעווען אויף די תורה הק', וואו דער קול תורה האט אפגעדינערט אויף א זעלטענעם פארנעם.

 

עס איז געווען א ערהאבענער מעמד קידוש השם אריינצוקומען אין בית המדרש אום פיר אזייגער פארטאגס, און פשוט זוכן א פלאץ וואו זיך אראפצוזעצן, אשרי עין ראתה כל אלה, און עס איז געווען אגאנץ שבת געווען דער געשפרעך צווישן אנשי שלומינו. אינמיטן דעם סדר הלימוד איז רבינו שליט"א זיך געקומען משתתף זיין ביים כולל, מחזק צן זיין און מעודד זיין די שווערע הונדערטער לומדי תורה.

 

שבת קודש:

 

דעם געוועזענעם שבת קודש פרשת תצוה איז אפגעראכטן גאר געהויבן בחצרות קדשינו, נאכדעם וואס דער רבי שליט"א איז נישט דא געווען צוויי וואכן, וויילנדיג אויף אפרוה אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק. עס האט זיך טאקע אנגעזעהן א ריזיגער ציבור ביי די תפילות שב"ק בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

פרייטאג צונאכטס איז דער בית המדרש געווען פול-געפאקט עד אפס מקום, און די תפילות זענען געפראוועט געווארן מיט גרויס דערהויבנקייט. עס האבן זיך אנגעזעהן אויפן מזרח וואנט צעהן חתנים וואס זענען געקומען שול פירן אין בית מדרשינו הגדול. תפלת מנחה האט דער רבי שליט"א געדאווענט פארן עמוד, און מיט קבלת שבת איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' דוד גליק שליט"א בן הרבני החסיד ר' עזריאל שליט"א, לכבוד שמחת שבת שבע ברכות פון זיין זוהן נ"י.

 

ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך אנגעזעהן א גרויסן ציבור פון חסידים ואנשי מעשה, מיט "כל מקדש" האט דער רבי געווען הרה"ח ר' יעקב כהנא שליט"א ראש הקהל דקהלתינו, מיט "מנוחה ושמחה" הרה"ג ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א ר"מ בישיבותינו הק'. נאך די דברי תורה האט דער רבי מכבד געווען הרה"ח ר' הערשל גלאנצער שליט"א פון בארא פארק, "ק-ה אכסוף", מיט "לקל אשר שבת" הגה"צ אב"ד קאלביסאוו שליט"א. מיט ברכהמ"ז האט דער רבי מכבד געווען גיסו הרה"ג רבי הערשל שפיץ שליט"א.

 

דאס זעלבע בילד האט זיך איבער גע'חזר'ט שבת צופרי, ווען דאס בית המדרש הגדול איז געווען פול עד אפס מקום; מיט פסוקי דזמרה איז נתכבד געווארן הרה"ח ר' אברהם משה קרויס שליט"א פון מאנסי. דער רבי שליט"א דאווענט פאר תפלת שחרית מיט גרויס השתפכות הנפש.

 

ביי קריאת התורה האבן עולה געווען לתורה 6 חתנים, דריי באווארפנס און דריי שול פירן'ס. מיט תפלת מוסף איז נתכבד געווארן הרה"ג ר' מנשה מאיער שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדתו, ביי זיין איידעם הרב ר' ברוך פרץ פילאפף שליט"א מחשובי מתפללי בית מדרשינו הגדול.

 

ספעציעל איז דער התעוררות געווען גאר דערהויבן ביי של"ס בעת רעוא דרעוין ווען עס איז זיך צוזאמגעקומען א ריזיגער ציבור זיך צו הערן צו די דברות קודש פון רבינו שליט"א. ביי ברכהמ"ז האט דער רבי שליט"א געזאגט ברכת שבע ברכות פאר דריי חתנים שיחי'. 

 

וועד הנסיעה נייעס:

 

נעכטן זונטאג נאכט איז פארגעקומען א העפטיגע אסיפה אין אפיס פונעם "וועד הנסיעה" אויף ראדני סטריט, וואו עס אויסגעשמועסט געווארן וויכטיגע איינצלהייטן פונעם גרויסארטיגן מעמד צאתכם לשלום, וואס גייט פארקומען זונטאג פארמיטאג פרשת ויקהל לפני ביתו נאוה קודש פון רבינו לשיט"א אויף 550 בעדפארד עוועניו, זיך געזעגענען פון רבי'ן שליט"א איידער דער רבי פארט ארויס קיין אייראפע פוקד זיין די ציונים הקדושים פון די צדיקים וקדושי עליון נבג"מ.

 

די טויזנטער תלמוד תורה קינדער וועלן זיין אויסגעשטעלט מיט ווייסע העמעדער אין א מוסטערהאפטן ארדענונג אויף פארענטשעס לענגאויס בעדפארד עוועניו. און וועלן זינגן אינאיינעם ניגוני שמחה והתעוררות לכבוד דעם געהויבענעם מעמד דערביי וועלן אויפטרעטן מיט דברי פרידה מזקני חסידי ותלמידי רבינו הקדוש זי"ע.

 

אין די יעצטיגע טעג ארבייט מען אויס אלע דעטאלן מיט די פאליציי וויאזוי צו בלאקאדירן די ארומיגע גאסן מיט די מינימאלע שטערונג פונעם טרעפיק פארקר פון די פארנומענע בעדפארד עוו.

 

***

 

***

פאר קאמענטארן און פארשלאגן בנוגע די מסע הקודש ביטע רעפלייעט צו אונזער בליץ-פאסט אדרעס: masahakodesh@gmail.com

ביטע פארווערד דעם מסע הקודש מעסעדזש פאר אלע חברים און גוטע פריינט וואס באקומען דאס נישט

 

 

*-- type =" else" *



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2008 01:31 לינק ישיר 

נאך נישט פערטיג, סווערט בעסער פין מינוט צי מינוט

וועד הנסיעה נייעס:

 

פארגאנגענע וואך האט די געטרייע "וועד הנסיעה" אפטיילונג פון ניו יארק - וואס געט זיך אפ מיטן מסדר זיין אלע וויכטיגע אנגעלעגנהייטן אין צוזאמענהאנג מיט די נסיעה פון רבינו שליט"א צו די מקומות הקדושים בכלל און קיין אנטווערפן בפרט - אפגעליפערט א ריזיגער קאנטעינער קיין אנטווערפן, וואס האט ענטהאלטן א ריזיגער באשטעלונג מיט פיל וויכטיגע סופלייען און פראדוקטן פארן געברויך פונעם געהויבענעם שבת קודש פרשת ויקהל אין אנטווערפן בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

עטליכע גאר ענערגישע עסקנים האבן גאר פלייסיג געארבייט אנצופילן דעם קאנטעינער מיט אלע נויטיגע געברויכן, אנגעהויבן פון פארשידענע ערליי פראדוקטן און אויסגעלאזט ביי פארשידענע אנדערע וויכטיגע מיטלן וואס פעלט אויס פארן געהויבענעם שבת אין אנטווערפן, וועלכע קומט אויס פיל ביליגער צו פארשאפן אין ניו יארק, וואו צו קויפן פאר די פולע פרייז אין אנטווערפן.

 

אינעם ריזיגן קאנטעינער איז אויך אפגעשיקט געווארן די גרויסע פארענטשעס וואס ווערן אויפגעשטעלט ביי גרויסע מאורעות בחצרות קדשינו. די עסקנים בראש פון העסקן החשוב ר' יואל שטערנבערגער הי"ו זענען געניט געשטאנען אין שפיץ פון שווערע ארבייט פון אנפולן דעם קאנטעינער מיט די הונדערטער אייזענעס און ברעטער וואס פעלט אויס אויפצושטעלן די פארענטשעס, וואס וועלן במשך דעם שבת קודש זיין אויסגעשטעלט אינעם ריזיגן בית רחל זאל, וואס וועט זיין איבערגעפולט מיט טויזנטער תושבי אנטווערפן און אנשי שלומינו פון אייראפע וועלכע וועלן נישט ווילן פארפאסן קיין איין איינציגע מינוט ביי די געהויבענע טישן פון רבינו שליט"א.

 

באזונדער האט זיך דער דינאמישער עסקן מוה"ר אברהם ברוין הי"ו זיך אפגעגעבן צו באשטעלן אלע אנדערע צוגעהערן, זיך אפגעבענדיג דאס צובאשטעלן און פארזיכערן אז אלעס ווערט ארויפגעלייגט אויפן קאנטעינער, ווי צום ביישפיל, פעיפער גודס, געטראנקן און לייכטע עסנווארג וכדומה, און עס זאל ווערן געפאקט אויף א פארזיכערט פלאץ כדי דאס זאל אנקומען בשלום.       

 

דורכגייערס אין פארענט פונעם נייעם בית המדרש הגדול אויף בעדפארד קארנער ווילסאן סטריט, האבן נישט געקענט אפוואונדערן דעם פלייס און געטריישאפט פון די עסקני וועד הנסיעה וויאזוי מען ארבייט כאיש אחד בלב אחד, צוצושטעלן אלע נויטיגע געברויכן פאר אונזערע אחים לדיעה תושבי אנטווערפן, אלעס בלויז דערפאר צו פארשפארן אידיש געלט וואס דאס אלעס וואלט אפגעקאסט שווערע געלטער ווען מ'דארף דאס אהערשטעלן אין אנטווערפן, וויבאלד כשר'ע פראדוקטן זענען זייער טייער אין אייראפע. 

 

דער ריזיגער קאנטעינער איז אפגעשווימען דאנערשטאג ב' דראש חודש אדר א' אויפן גרויסן אנטלאנטיק מיט א גרויסן קארגא שיף פון די האפן פון ניו יארק גלייך צום גרויסן פארט אין די שטאט אנטווערפן, וואס איז איינס פון די גרעסטע פארנומענסטע פארטן אין אייראפע. (די פארט פון אנטווערפן  האבן פארגאנגענעם יאר אין 07' אליינס באהאנדלט העכער צוויי ביליאן טאן מאטעריאל) דער קאנטעינער וועט אנקומען די וואך פרייטאג פרשת כי תשא, וואו עס וועט אפגעווארט ווערן דורך די געטרייע עסקנים פונעם וועד המסדרים אין אנטווערפן וואס וועלן זעהן דאס זאל אריינגעברענגט ווערן אין שטאט און אלעס זאלן ווערן מסודר על צד היותר טוב.

 

עס קומט זיך א גרויס דאנק פארן הויפט עסקן פונעם וועד הנסיעה אפטיילונג אין ניו יארק מוה"ר ליפא קרויס מנאמני בית רבינו שליט"א, פון די פירמא mk freight וואס בהשתדלותו איז דער ריזיגער קאנטעינער ארויסגעשיקט געווארן קיין אנטווערפן, פאר א מיניאמאלע פרייז, און וועט נאך שבת צוריקגעברענגט ווערן קיין ניו יארק.  

 

נייעס פון וועד הנסיעה אפיס אין ירושלים:

 

אין א אנדערע נייעס קומט אצינד אן די ידיעה אז מערכת "פתגמין קדישין" פון ירושלים עיה"ק גרייט אין די טעג אן גאר א הערליכן גליון וועלכע וועט ערשיינען לכבוד דעם געהויבענעם שבת פרשת ויקהל הבעל"ט, און עס וועט פארטיילט ווערן צווישן די טויזענטער אנשי שלומינו  וועלכע וועלן מיהאלטן דעם געהויבענעם שבת בצל כ"ק מרן רבינו שליט"א.

 

***

בייגעלייגט זענען עטליכע בילדער וויאזוי מ'לאדנט אן דעם קאנטעינער מיט אלע נויטיגע סופלייען בעפארן אפשווימען קיין אנטווערפן.

מערקט ווי די ארבייט גיט אן אפילו אינמיטן די נאכט שעה'ן

 

פאר קאמענטארן און פארשלאגן בנוגע די מסע הקודש ביטע רעפלייעט צו אונזער בליץ-פאסט אדרעס: masahakodesh@gmail.com

ביטע פארווערד דעם מסע הקודש מעסעדזש פאר אלע חברים און גוטע פריינט וואס באקומען דאס נישט

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2008 01:41 לינק ישיר 

אפהאנדלוגען
אבי מען זאגט הגז"ל האט נישט קיין ערליכע יודין
מיט "לקל אשר שבת" הגה"צ אב"ד קאלביסאוו שליט"א

ליפעלע קרויס איז אין ביזנעס דאס מאל איז פרעיט, ער שיקט פעקלעך
ווי אזוי האט מען געזאגט אויף ר' שמואל קרויס,
ביז ווילאנג כלל ישראל וועט האבן געלט וועט ער האבן

עס קומט זיך א גרויס דאנק פארן הויפט עסקן פונעם וועד הנסיעה אפטיילונג אין ניו יארק מוה"ר ליפא קרויס מנאמני בית רבינו שליט"א, פון די פירמא mk freight וואס בהשתדלותו איז דער ריזיגער קאנטעינער ארויסגעשיקט געווארן קיין אנטווערפן, פאר א מיניאמאלע פרייז, און וועט נאך שבת צוריקגעברענגט ווערן קיין ניו יארק

מזל טוב ליפעלע צי דיין ניי ביזנעס

נישט לאכן אויפן קול ווייל סאיז אסור
ספעציעל איז דער התעוררות געווען גאר דערהויבן ביי של"ס בעת רעוא דרעוין ווען עס איז זיך צוזאמגעקומען א ריזיגער ציבור זיך צו הערן צו די דברות קודש פון רבינו שליט"א




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2008 06:02 לינק ישיר 

איינער זאגט מיר אז מאטי רובינשטיין איז מיטגעפארן מיט די שיף
קען עס איינער ראטפיצירן אויב סאיז אמת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/2/2008 07:33 לינק ישיר 

אז א געוועליכע שבת איז דא ביי של''ס אזא גרויסער עולם דעמאלסט וואס וויל דער בלומנפלד אין זיין דרשה אז די לאציס פון קווינס'ער יעשיבע קומען נישט צו די הייליגע סעודת רעוא דרעוא פון הייליגע'ן הגז''ל .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גזירת גירוש ביי זאלונים... אלע איינגעשטעלטע מוזן הולכ'ן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.