הפוך לדף הבית גמ"ח קופונים
בית · פורומים · הרשם · התחברות · פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים
בית · פורומים · כל העולם כולו · דער נייער (איבערגעבויטער) זאל אולם עקשטיין
שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2009 19:38 לינק ישיר 
דער נייער (איבערגעבויטער) זאל אולם עקשטיין

היינט נאכט קומט פאר א קביעות מזוזה פאר די זאל, און גלייכצייטיג א שבע ברכות לכבודו פונעם נדבן ר' דוד עקשטיין

דער ציבור נעמט אויף מיט פרייד די אלע תקנות וואס איז איינגעשטעלט געווארן לטובתינו מען זאל קענען גרינג און ביליג חתונה מאכן.

למעשה ביז היינט איז דער זאל נישט געווען אזוי אקצעפטירבאר צוליב איר אינערליכן  אויסזען

איז אפשר קען איינער ביטע שרייבן וועלכע זאכן מען האט געטוישט אויפן עצם זאל




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2009 20:37 לינק ישיר 

וואלען מען האט געטוישט אז איעדער קען דארט חתונה מאכען אמאל האבען נאר מלמדים געקענט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2009 21:01 לינק ישיר 

קודם מיין איך אז דו האסט א טעות, יעדער האט געקענט חתונה מאכן דארט
מלמדים האבן נאר באקומען א ביליגערע פרייז, צו גאר אומזיסט

צווייטנס, איך האב נישט געפרעגט וואס ס'האט זיך יעצט געטוישט, אוודאי איז דא געוואלדיגע זאכן וואס האבן זיך געטוישט, די עצם זאך אז מען וועט דורכברעכן דעם MP3 סיסטעם האט זיך שוין אלעס געלוינט

איך פרעג נאר אויב אינעווייניג אין זאל האט מען עפעס איבערגעמאכט, צו מען האט געלאזט די זעלבע הערליכע דראפ סילינג, מיט די זעלבע נאבעלע עלעגאנטע טיילס, האט מען איבערגעפעינט וכו' וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2009 21:54 לינק ישיר 

אינעווינוג האט מען שיין אבערגעבויט מען האט אויך געמאכט א שיינע אריינגאנג די טיילס האט מען געטוישט אויף נייע טיילס מען האט נישט געמאכט פארקעי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2009 00:03 לינק ישיר 
א בילד פונעם זאל פון אינעווייניג

באקומען אין אימעיל kjgast@gmail.com






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 07:38 לינק ישיר 

האנעסט גערעדט, נישט אויף דעם האב איך זיך געהאט געראכטן.

ווען מען האט גערעדט פון איבערבויען דעם זאל בין איך געווען זיכער אז מען גייט עס מאכן פאר א יופי, אז מחותנים זאלן נישט האבן אפילו נאר קיין נסיון פון וועלן צאלן טייער געלט חתונה צו מאכן ערגעץ אנדערש.

איך וויל ח"ו נישט אוועקמאכן די שיינע נדבה פון דעם חשוב'ן נדבן. דאס איז קלאר אז ער האט געטאן א געוואלדיגע זאך וממנו ילמדו וכן יעשו. עס איז א מסירת נפש ארויסצונעמען אזויפיל געלט פון טאש און אוודאי ווען מען רעדט פון אויפטאן פאר'ן ציבור. מען זעט טאקע אז מען האט אריינגעלייגט אסאך געלט צו נעמען די פיר נאקעטע ווענט און מאכן דערפון א זאך.

וואס איך וויל נאר ארויסברענגען איז אז מען האט אומנויטיג געהעכערט די עקספעקטעישאנס פונעם עולם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 15:12 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט, כבין נעכטן דארט געווען באזוכן, סאיז א הערליכע ארבעט, סהאט זיך נישט צו שעמען פון קיין איין חתונה זאל (נאר די פלאר האט מען נישט געקענט אינגאנצן איבערמאכן ווייל סגייט צוגרונד עניוועי).

און סאיז נאכנישט אינגאנצן פארטיג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2009 15:35 לינק ישיר 

איך בין נעכטען דארט געווען, די עסקנים און נדבנים האבען אראפגעלייגט א געוואלדיגע ארבעט,

ס'איז זייער שיין אויפגעפרישט געווארען די אינעווייניג, און צוגעבויעט א שיינע לאבי אין פראנט מיט א קאוט רום, און שיין געמאכט אינדרויסען.

זיסקייט
איך ווייס נישט אויף וואס די האסט דיך גערישט... האסט אפשר געמיינט אז ס'גייט אויסזעהן ווי עטרת חי'? אדער אפילו ווי בית רחל פאראדייס?

די מין זאך פון מ'מוז חתונה מאכען אין א "שיינע" "גרויסע" זאל איז געשטארבען.

א מחותן וואס מאכט נישט דארט חתונה פאר די כמעט אומזיסטע פרייז בין איך דן לכף זכות אז ער האט שלעכט חתונה געהאט און האט נישט דאס לעצטע ווארט און שטוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 17:24 לינק ישיר 

ביז אהער און קי קהל, איר זענט נישט הונדערט פראצענט גערעכט
איך בין נעכטן אויך געווען ביי די שבע ברכות, און איך האב געזען דעם זאל, אוודאי אויפן ערשטן בליק (און כש"כ אויפן פיקטשער) איז עס הערליך, און מילד גערעדט די פרויען זאל איז נישט אוועקצומאכן, ס'איז ווי מ'זאגט בחסד, אפגערעדט פונעם קויט רום ס'האט דאך סערעמיק טיילס, נו אפגעקויפט די וועלט, אבער מיט די מענער זאל האסטו ליצנות געמאכט פונעם גאנצן ציבור, אנטשולדיגט נישט פון דעם האט מען גערעדט, איך רעד נישט פון די טשילארס, אז ס'מוז האבן עטליכע הונדערט שטיקער קריסטאל, נא, ס'איז גוט ווי ס'איז יעצט, אבער די פאר דאלער וואס קאסט איבערצומאכן די פלאר פאר פארקעי (לאמיר אננעמען אז ס'קאסט פופציג טויזענט דאלאר ווי איינער האט נעכטן געוואלט פארקויפן) שפארט מען זיך, דוכט זיך אויב איך געדענק גוט האט מען געזאגט פאר א יאר צוריק אז ר' דוד האט מנדב געווען א מיליאן דאלאר איבערצובויען דעם זאל, אפשר זאגט איר מיר ווי אין דעם זאל ליגט נאר א האלב מיליאן דאלאר.
בקיצור לאמיר מאכן א סך הכל, לכתחלה האט יעדער פארשטאנען אז ווען מען רעדט פון איבערמאכן דעם זאל מיינט דאס די ערשטע זאך א אנדערע פלאר, און פארשטייט זיך מסתמא וועט מען מאכן געוויסע טאטש אפס פון פענטן, טשילארס, א. א. וו.
בדיעבד וואלט מען אראפגעשלינגען ווען מען מאכט כאטש די פלאר ביי די מענער אזוי ווי מען האט יעצט געמאכט ביי די פרויען, ס'זאל עכ"פ לפנים אויסקוקן נארמאל, אבער עס צו לאזן אזוי כאילו לא היה מיינט ליצנות געמאכט פונעם עולם.

און יעצט צום אויספיר, איך -ווי אסאך תושבי קרית יואל חסידי רבינו- האב געוויסע טענות אויף ר' דוד, ב"ה נישט וועגן זיין ארבעט אין וועד הצניעות, איך שעץ עס זייער שטארק, נאר בנוגע זיין ארבעט אין די קהלה וואס דא איז נישט דאס פלאץ אויסצושמועסן, און גלייבט מיר אז ר דוד וואלט זיך געקענט אביסל אפווישן דאס שמוציג פנים מיטן אהערשטעלן דעם זאל, סוכ"ס א מיליאנער וואס שטייט בראש פון א קהלה צוואנציג יאר, און קיינמאל גארנישט מנדב געווען, און יעצט ענדליך כאטש איין נארמאלע זאך אהערגעשטעלט און מנדב געווען (ווייל ווען מען האט נעככטן גערעדט פון זיינע פעולות לטובת הקהלה האט מען נאר גערעדט ווי ער האט געשניטן הוצאות פאר די מוסדות, און לאמיר נישט רעדן ווער ס'האט געליטן פאר דעם), אפילו די וואס גלייכן אים נישט (איבער זיינע פעולות אין קהל) וואלטן אים אפרישיעט.
און דא ניטאמאל איין נארמאלע גוטע זאך קען ער אהערשטעלן, ס'זייער נישט שיין,
אויף אזא זאך זאגט רש"י (בראשית מ"א י"ב) זייער א שארפן אויסדרוק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 17:38 לינק ישיר 

בקיצור אין אנדערע ווערטער, קיינער האט נישט ערווארטעט ס'זאל אויסקוקן ווי בית רחל פאראדייס, און בית רחל מעג זיין שענער ווי דעם, אבער פארקעי פלארס הייסט פענסי, דאס איז נארמאל, אין די ביליגע ברכה סימא זאל אין וומ"ס איז אויך דא פארקעי.
און דאס וואס "ביז אהער" זאגט אז די פלאר גייט צוגרינד עניוועי, ביטע זיי מסביר וואס דו זאגסט, איך מיין אלע סארט פלארס דארף מען איבערמאכן, טיילס גייט דעם קיינמאל נישט צוגרינד.

און דאס וואס איינער האט מיר פריער געזאגט אז מען קען נישט איבערמאכן ווייל די קינדער עסן דארט און ס'זאפט זיך איין עסן, קודם ביי חתונות עסן אויך קינדער, און אין יעדע אידישע שטוב עסן וועכטנליך קינדער אין א דיינונג רום און ס'גיסט זיך קיעה"ר, און ס'איז גארנישט.

און צווייטנס, איך ווייס נישט ווי אזוי ס'איז היינט, אבער ווען איך בין געווען א אינגל, איך האב געוואוינט אין וומסב"ג, האבן די קינדער געגעסן אין זאל פון ויואל משה, און דאס איז שוין נישט די ביליגע זאל, ממילא איז דאס נישט קיין תירוץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 17:56 לינק ישיר 

וואלן, אויב דיין פראבלעם איז דוד עקשטיין, דאמאלטס געב איך אויף.

ערשטענס, איך ווייס נישט פון וואו די האסט גענומען אז ער האט מנדב געווען א מיליאן, וויפיל איך ווייס איז עס טאקע נאר א האלב מיליאן
צווייטנס, וויפיל איך ווייס, גייט מען ערשט אנהייבן חתונה מאכן דארט סיון, ממילא איז עס נאך ווייט פון פארטיג
דריטנס, איך האב באקומען נאך בילדער פונעם זאל, וואו עס קוקט אויס זייער לייטיש





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 17:57 לינק ישיר 
פרויען




תוקן על ידי גאסט ב- 06/01/2009 18:11:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 17:58 לינק ישיר 
מענער




תוקן על ידי גאסט ב- 06/01/2009 18:11:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 17:59 לינק ישיר 
אריינגאנג - אינעוייניג





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 18:00 לינק ישיר 
אריינגאנג - אינדרויסן





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2009 18:37 לינק ישיר 

גאסט, האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, ליין גוט איבער מיין תגובה און נאכדעם רעד, דו האסט גענומען דעם טפל און דאס געענטפערט,

איך האב נאר איין זאך ארויסגעברענגט אז ער האט געהאט א געלעגנהייט זיך שיין צו מאכן און ער האט עס פארפאטשקעט.

איך דארף נישט קיין בילדער ווייל איך בין נעכטן דארט געווען

יעצם צום עיקר, נישט קיין נפק"מ צו א מיליאן צו א האלב מיליאין (מען קען עס נאכקוקן ווי אזוי ס'איז געווען דעמאלטס געשריבן), צו וועם איך האב דערוויל גערעדט איז יעדער מודה אז אן טוישן די פלאר איז עס איז נישט א דבר השלם.

איך ווייס אז מען גייט ערשט אנהייבן חתונה מאכן סיון, און פארדעם פרעג איך נישט אויף די ווינדאו שעדס צו אויף אנדערע קלייניקייטן, ווייל איך ווייס ס'גייט נישט אויסקוקן ווי אזוי ס'האט נעכטן אויסגעקוקט, אבער די פלאר האבן די עסקנים קלאר געזאגט אז דאס בלייבט אזוי.

אויב קאסט עס פאר ר' דוד'ן צו סאך, פעלן דען נדבנים וואס וועלן עס משלים זיין, ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין וויפיל מענטשן האבן שוין אין די פארגאנגענהייט געוואלט איבערמאכן די זאל און "איינער..." האט נישט געלאזט, און אז יענער האט געוואלט כאפן די מצוה טו עס כאטש בשלימות




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דער נייער (איבערגעבויטער) זאל אולם עקשטיין
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.