הפוך לדף הבית גמ"ח קופונים
בית · פורומים · הרשם · התחברות · פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים
בית · פורומים · אידישע געדאנק ·

א בריוו צו די משפחת מיטעלמאן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/1/2010 22:14 לינק ישיר 
א בריוו צו די משפחת מיטעלמאן

א בריוו פון פארמעגליך צו די גאנצע משפחת מיטעלמאן פון ברוקלין און קרית יואל

לכבוד די חשובע משפחת מיטעלמאן שיחי'

די סיבה פארוואס איך האב איך גענומען די מי און צייט פאר אייך משפחת מיטעלמאן צו שרייבן און טאקע בלויז פאר אייך, איז ווי פאלגענד:

עס איז שוין היינט צו טאגס גוט באקאנט פאר אלע חרדישע אידן בכלל און פאר סאטמארע חסידים בפרט אז "מלכות סאטמאר" איז געווארען צוטיילט. פונקטליך ווי אזוי עס איז צוטיילט דינגט מען זיך נאך, און עס זעט נישט אויס אז דאס גייט אזוי שנעל קלאר ווערען. אבער דאס אז דער "גרויסער" ר' אהרן איז נישט אנגעקומען צו וואס ער האט לאנגע יארען געפלאנט, געהאפט, געגארט, געחלשט, געפייגערט צו ווערען, איז היינט א געשעעהנעער פאקט און דאס לייקענט קיינער נישט. יעדער ווייסט היינט אז געבליבען איז היינט פון דעם גרויסען מעכטיגען תקיף ובעל יכולת, בלויז בילדער. אלעס וואס ר' אהרן טוט, אנגעהויבן פון קלאטשען ביז שובבי"ם בכיות, איז היינט געווארען צו "ווייזען" זיין מעכטיגקייט. אלע זיינע מעשים האט זיך פון רעאליסטישקייט אריבערגעפירט צו מאטרעאליסטישקייט. דאס איז שוין יעדער מודה.

האב איך געשריבען "יעדער"? אויב יא, צו איך צוריק. עס איז נאך נישט יעדער מודה. עס איז פארהאן בלויז איין משפחה אין סאטמאר וואס ווייסען נאך נישט אז היינט, ווינטער תש"ע, איז שוין פארהאן צוויי רבי'ס איבער סאטמארע חסידים. און דאס איז די באוויסטע מיטעלמאן משפחה וואס באשטייען פון 6-7 ברידערס, מיט פילע אייניקלעך וואס הצד השוה שבהן, אלע פון זיי האבן זיך אונטערגענומען נישט צו פארמאגען א "איי-קיו" פון העכער נול. די מיטעלמאן משפחה זענען געבענטשט מיט שכל וואס ביי א קינד פון דריי יאר פארלאנגט מען שוין צו פארמאגען מער.

און אט פאר די משפחה ווידמע איך מיין בריוו. ווי עס איז באקאנט פאר אלעמען, איז די איינציגסטע פלאץ וואו ר' אהרן וואקסט איבער זיין יונגערען ברידער - אין פובליק רילעישאנס. ר' אהרן פאקט איין נישט נאר זיין ברודער, נאר אויך יעדען רבין און חסידות אין די לינקע טאש ווען עס קומט צו פראפעגאנדע. ר' אהרן האט היינט צו טאגס, דרייי בילדער מאגאזינען – "כל העולם כולו", "עולם החרדי" און "די וואך" ­– וואס האבן זיין בילד אויפן דעקל יעדע וואך. און אלע דריי פארמאגען פון אים אינעווייניג שיינע פאר בלעטער וואו אלע סארט פאזעס איז דארט דא. ביי איין בילד לאכט ער, ביי איינס קוקט ער שטרענג, אין די בחינה פון לא תגירו, ביי איין בילד בלאזט ער, אין די בחינה פון א תקיף, איין בילד ווייזט אין ווי ער פירט די וועלט, קלאטשט, פאטשט, לייגט ארויף זיינע הייליגע הענט אויף ת"ת קינדער ווי גאר א ווארעמער מענטש וואס ווערט איבערגענומען אז מען זעט אז אידישקייט וואקסט נאך די מלחמה, א נקמה אין היטלער ימ"ש... א.א.וו. און דאס איז אויסער וואס בילדער פון זיין אמאל לעכטיגע און אמאל שטערענגע און מאל באבלאזענע צורה ווערט ארומגעשיקט צו יעדע סארט אויסגאבע וואס ווערט געליינט דורך אידן. מוז נישט א רעליגיעזע אויסגאבע. אפילו פרייע צייטונגען ווערען זייערע אימעיל קעסטלעך אנגעפולט מיט בילדער פון דעם גרויסען ר' אהרן. און דאס אלעס איז נאר די פובליק רילעישאן פון בילדער.

נאכדעם קומט ארויס פון ר' אהרן יעדע וואך הונדערטער בלעטער פון טעקסט וואס באשרייבט ר' אהרן אלץ דער גרעסטער מנהיג הברואים זייט די התייסדות העולם פאר פינף טויזענט זיבן הונדערט און זיבעציג יאר צוריק. דער בלאט האט יעדע וואך צענדליגער בלעטער וואס עס שטייט דערויף אומצאליגע מאל דאס ווארט "הגה"ק" און וואס אלץ דער הגה"ק טוט אלץ נישט. אויסער דעם קומען ארויס יעדע וואך עטליכע גליונות וואס אנהאלטן שמועסען פון ר' אהרן וואס איז גוט איבערגעארבעט אז מען זאל גארנישט דערקענען אז דאס האט געשמועסט א נאריש מויל, א דברן, א באביטשקע פון ערשטן קלאס. עס קומען ארויס אין קרית יואל עטליכע צייטונגען וואס טוען די זעלבע ווי דער בלאט. מען טיילט יעדע וואך פאר די ארונישע קינדער אין זייער ת"ת בלעטער מיט פראפעגאנדע ארטיקלען. נאכדעם זענען פארהאן עטליכע סארט טעקסט-מעסעדשעס סיסטעמס וואס פליען גלייך צו אלע ארונישע סעלפאונס. עס זענען פאראן האט ליינס ווי מען קען הערען אלע סארט ארונישע נייעס מיט שטותים, דרשות, גג על גג פשעטלעך און אויך נפתלי משה ווייס וואס זיין ארבעט איז בעיקר פארן עזרת נשים וואס אף הם היו באותו נס. זיי אויך זענען א טייל פון דעם גרויסן חסידות און רוב פון די מיטלען וואס פראפאגאנדירן ר' אהרןס גרויסקייט איז טאקע בלויז פארן עזרת נשים ווייל זיי קען מען איין רעדען וואס אימער.

און די אלע פראפעגאנדע מיטלען וואס ברויך מכלומרשט אויפבויען ר' אהרן ביז'ן זיבעטען הימל, קומט נישט צו דעם הויפט פובליק רילעישאן מיטל, וואס דאס איז "הייד פארק". אין הייד פארק ווערען געשריבען אזעלעכע נארישקייטען וואס לאזט דעם ליינער'ס מוח פארטעמפט און פארשטאפט. פון הייד פארק ווערען אלע מעשיות טראנספארמירט צום בלאט און נאכדעם צו די קינדער בלעטער. דא ווערען יעדען איינציגען טאג געשריבען אזעלכע גראבע אפגעריסענע שטותים אז עס איז שוין נישט פארהאן קיין איין איינציגער וואס גלייבט איין ווארט.

ר' אהרןס אינטערנעט כוחות מיט וועבסייטס ובראשם הייד פארק, גייען שוין אן מיט זייער בעיבישע מעשיות א צירקע פון באלד צען יאר. שוין גאנצע צען יאר וואס יעדע וואך איז דארט דא כאטש איין מעשה וואס שמואל ווידער באקט איבער א פרישער מלחמה צווישן משה דעם גבאי, ליפא קרויס, שמואל טייטלבוים, די שפיצקע מיט'ן תימנעם בלעקבערי רבי. עס איז שוין נישט אפילו דא איינער וואס ווענדט עס אפ ווייל אזאך וואס חזרט זיך איבער וועכנטליך איז שוין אפילו נישט שייך צו שפילן נצחון...

אפגערעדט וואס אויף הייד פארק איז ר' אהרן דער מייסד הכשרות אין אמעריקע, וואס ביז תשס"ו האבען אידען אין אמעריקע נישט געגעגעסען מצות אין פסח, וויין אויף ד' כוסות, פלייש אין שבת. גארנישט. אלע פראדוקטען אין אמעריקע זענען נאר געווען בלויז בדיעבד און שטארק נאך געלאזט. ביז דער אייבערשטער ברוך אשר לא השבית לנו גואל האט ברוב רחמיו וחסדיו געשאנקען פארן דור דעם מעכטיגען ר' אהרן און די גאנצע וועלט האט איינגעזען אז ר' אהרן איז דער בעל המהודרת.

צו קענען בעסער פארשטיין מיינע רייד, וועל איך אראפברענגען די הויפט שטותים וואס הייד פארק איז געבענשט געווארען דורך דעם באקאנטען ספין מייסטער שמואל ווידער, און דאס אלעס וואס איך ברענג אראפ איז געשריבען געווארען אין ר' אהרןס הייד פארק בלויז פון תש"ע.

פארשטייט זיך אז מיר האב ניטאמאל אראפגעברענט ניטאמאל א צענטעל פון אלע געשרייבעכצער דארטן. איך האב אויפגעזוכט בעיקר דאס בעסטע און געשמאקסטע וואס שמואל ווידער האט אלץ געשריבען. יעדע קעפל האט א נומער, און אויב איז אין מיטען געווען געשריבען נאך שטותים אין דעם ענין האבען מיר געמאכט א שטיקל הפסק כדי דער לינער זאל וויסען אז עס איז פון דעם זעלבען ענין.

ליינט און האט הנאה:

(1)

סקאנדאל ! זאליס פארקויפן טריפה פלייש זייט חנוכה

ביי די זאליס האט אויס געבראכן א מורא'דיגען שטורעם נאך דעם וואס מען איז געוואיר געווארן אז זיי פארקויפן שוין ספק טריפה פלייש זייט חנוכה.
ס'איז דא אפאר מיני קאטשקעס וואס מען שחט.
קרית יואל האט די כשר'ע וואס הייסט "פויקן " ס'האט גויעלע פיסלעך G&G האט גע'שחט'ן זייט חנוכה די קאטשקע וואס הייסט "מאסקוויע " ס'האט פינקע פיסעלך וואס דעס איז לויט רוב פוסקים טריפה.
די וואך האט א שוחט וואס ארבעט ביי G&G א.י.ע. געכאפט דעם פראבלעם אין ער האט תיכף אנגעהויבן צי מאכן געוואלדעס
די זאליס וואס שחט'ן דארטן האבן געזעהן אז ס'איז צרות האבן זיי גראד ארויס געלזאט די מעשה אז ס'איז קרית יואל.
למעשה האט קרית יואל קיינמאל נישט געהאט די וויילהאפטיגע קאטשקעס. דעס קומט שוין נאכדעם וואס זיי האבן גארנישט געטיען איבער צימות וגידין . אין נאכדעם וואס זיי ניצן ניצן נישט קיין שטיין זאלץ.

 

(2)

די מצב אין כשרות ביי די זאלי פלייש איז איום ונורא.

עס האט נישט קיין שום הכשר, מען טוט דארט וואס מען ווילט, און אפילו ר' ישראל חיים מנשה וואס דארף געבן די הכשר, גייט נישט אהין נאר איינמאל א יובל, ער איז שוין נישט געווען ביי ווייליאנד 8 יאר, און מאנטריאל ביי זאלי טשיקן שחיטה איז ער נאך קיינמאל נישט געווען, ווייל ער האט שוין געשריבן אז עס איז נאר ממליחה ואילך.

ביי די בהמה פלייש איז אפגערעדט, ביי די זאליס בוטשער פארקויפט מען ארוגוויי פלייש, ווייל דאס איז די ביליגסטע פלייש, עס איז הפקר, מען טוט דארט וואס מען וויל, עס האט נישט קייין שום השגחה, די כשרות דארט איז לא יאומן כי יסופר, קיינער גיט נישט קיין הכשר, אזאך וואס מען טוט נישט אפילו ביי די שוואכסטע אידן ר"ל.

פאר א צוויי וואכן צוריק האבן די זאליס פארקויפט טשיקען פון מאנטריאל, וואס האט געהאט שרעקליכע מכשולות,
ובפרט איז לונגען געווען געלעכערט, און התאחדות האט עס נישט געלאזט ניצן, מען האט עס געשיקט קיין 82, און עס געגעבען פאר ביליגער, ווייל דארט נעמט מען אלעס אריין ווייל עס האט נישט קיין הכשר.

זייט וויסן ווען מען קויפט פלייש און די זאליס בוטשער סטאר, איז ווי מען קויפט פלייש ביי פעט מארק ל"ע.

 

 

(3)

שמחת בית הגה"צ מסאטמאר מאנטריאל שליט"א, דינסטאג שמות אין עטרת חינקא בארא פארק

ביי די פאריגע חתונה האט רז"ל געהאט א קאנקעדיגע באווארפען, מען האט אים באשריגען און באווארפען, ער האט געהאט בושות וחרפות, פאר די רשעות און אכזריות וואס ער האט געטאן, מיטן נישט לאזן קומען מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע צו די חתונה.

גייט ער דאס מאל אויך האבן א באווארפען?

 

(4)

 

פלאקערט: משה לוזער בלייבט אין דערהיים

דער געוועזנער גבאי משה בן פראדל האט נעבעך געמיזט בלייבן מיט בושות וחרפות אין ווילי אויף דעם שבת, נישט קענעדיג פארן קיין קרית יואל מיט זיין תלמיד רז"ל.

די מעשה ציט זיך שוין א גאנצע וואך עס פלאקערט און עס ברענט, שמואל טייטלבוים, ליפא קרויס האבן געמאלדען פאר משה , אז ער קען נישט מיט קומען קיין קרית יואל אויף שבת, ווייל די זאליס אין קרית יואל ווילן אים נישט זעהן פאר די אויגן, אויך די בני יואל ווילן אים נישט זעהן.

ממילא קען ער נישט מיט קומען אין ער דארף בלייבען אין דערהיים, משה האט געברענט ווי א פאקל, ער האט געסטראשעט מיטן ארגסטן, ער האט אריין גענומען שמשון שפאטיווקער אינעם בילד, א גאנצע וואך האט שמשון געמאכט פאני קאלס צו ליפא קרויס, און שמואל טייטלבוים.

משה האט געזאגט דענערשטאג נאכט אז ער פארט און שמשון פארט מיט, אבער פרייטאג צופרי איז ער געוואור געווארן אז שמואל טייטלבוים האט אנגעדרייט א אפאר אינגעלייט, וואס האבן געמאכט א מיטונג דארנערשטאג נאכט אז טאמער משה קומט, דעמאלס טראגן זיי אים ארויס, זיי גייען אים נישט לאזן פירן די זאך, און אוודאי נישט שטיין אויבן אן, זיי זענען גרייט אפילו אויף מכות, אבער משה אראפ.

משה איז געוואור געווארן דערפון, זיינע קינדער זענען אריבער צו אים און געבעטען אז ער זאל נישט פארן ווייל ער גייט האבן בזיונות וחרפות, און עס קען קומען צו בלוט פארגיסונג, משה זעהענדיג אז ער האט שניט קיין ברירה איז ער געבליבען אין ווילי ווי א סוטה, ער האט אויסגעקוקט ווי איינער וואס זיצט שבעה נאך אלע זיינע קינדער.

משה שווערט ביטער נקמה, ער ברענט פאר כעס, ער וויל נישט איין זעהן אז שמואל ט"ב האט אויסגעפירט, און משה איז אפילו ביי די זאליס היסטאריע.

משה בן פראדל איז אויסגעשפילט אפילו ביי די זאליס, ער איז א טויטער מענטש, די איינציגסטע זאך וואס ער קען נאך אפטאן די זאליס, איז ווען ער שטארבט נישט צו ליגן אין פאלאקס מיט די מאנגאס...

_

 

משה'ס גוטע צייט'ן האבן זיך גע'ענדיגט, מער נישט די בעה"ב פון די וועלט, קען מער נישט איינטיילן פאר קיין איין רב, רבי, מו"ץ, דיין איינגעשטעלטע וואס צו טוהן. פשוט עבר זמנו בטל קרבנו, אדער אויף פויליש "נעמא". ניט דא.

אוי איז דאס זיס, עס קען נישט זיין בעסער, דער אומ-מענטש וועלכע האט געפירט גאנץ סאטמאר אין א בלוט באד אדאנק זיין נער'ישע תאוות השררה, איז גע'ענדיגט.

ער האט פארלוירן זיין גאנצע POWER וואס ער האט געהאט. אפילו סטראשן זלמן לייב אזער ברענגט צוריק רבינ ושליט"א קען ער אויך נישט, ער קען אים מער נישט סטראשן אז ער ברענגט צוריק רבינו שליט"א צו זיין טאטע וועלכע האט אזוי געבענקט נאך אים.

עס דערמאנט מיר ווען רבינו בעל ברך משה זי"ע האט א שידוך געטוהן מיט זיין עלצטע איר אייניקל מיט הרב יואל גלאנץ שליט"א, האט משה גבאי אריינגעלאזט רבינו שליט"א און די גאנצע משפחה, אפנעמען די מזל טוב. ווען מ'האט געפרעגט משה נאכדעם וואס די גאנצע וועלט האט געזעהן די אמת ווי אזוי די אהבה פונעם הייליגן טאטע צו זיין געליבטע זוהן שפראצט פון אלע זייטן, און ווי אזוי ער שעפט נחת. ווי אזוי האסטו עס צוגעלאזט?

האט ער גע'ענטפערט: קודם כל איך האב נישט גע'חלומ'ט אז עס וועט זיין בילדער פון דעם. און צווייטענס, איך האב געוואלט ווייזן פאר זלמן לייב און שמואל קאמפאט, "איך בין נאך בעה"ב, ווען איך וויל קען איך מאכן ריוויינד, און צוריקדרייען די טעיפ פון ווי איך האב עס אפגעשטעלט".

והנה, רבינו ז"ל האט צוגעמאכט זיינע הייליגע אויגן אויף אייביג , משה איז מער נישט בעה"ב אויף סאטמאר און אויפ'ן מנהיג הדור. האט משה געהאפט צו זיין כאטשיק בעה"ב אויף די שונאים פונעם רבי'ן. און יעצט טראךךךךך!!! דאס אויך נישט.

הדא היא דכתיב, געגעסן פארשטינקענע פיש, און פון שטאט ארויסגעווארפן.

_

 

משה גבאי איז געווען די וואך אין ווילי, יעדער האט אים געזעהן ער האט געשאלטן און געשמיפט, קומט דער זאלי און שרייבט לא דובים ולא יער, ער איז גאר געווען אין ק"י...

 

(5)

נאך א נפטר ביי פאלאק'ס לאט

די זאליס האבן שוין ענדליך נאך א נפטר צו לייגן אין פאלאק'ס לאט.

אבער דערווייל מוז מען זיך נאך אביסל שלאגן אויף דעם נפטר. ווייל די סיטי מעדיקעל עקזעמינער גיט נאך נישט ארויס דעם קערפער, -און מ'פלאנט א גרויסארטיגע דעמאנסטראציע קעגן די פארשאלטענע סיטי

עס האנדעלט זיך אין די געפערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט נעכטן, א' כי תבוא, ווען מ'האט ליידער געפונען א חלל לעבן גאלדען פלאו, מ'ווייסט נישט ווער עס האט אים אומגעברענגט רח"ל.

אבער ארומקוקענדיג האט מען זיך דערזעהן אז ער איז דער ריכטיגער קאנדידאט צו לייגן אין פאלאקס לאט - די ארונים ווילן דאך אין נישט לייגן אין ביה"ח ישן נושן, וועט מען מאכן א מעכטיגע לויה און מ'וועט נאכאמאל שרייען גנבים גזלנים חמסנים !

אלעס איז שוין מער ווינציגער מסודר. די בני יואל געבן שוין די מקוה זייערע, אברהם הערש וויינשטאק, חיים שלמה וויינטשאק מיט יודעלע וויינטשאק האבן שוין אן הויכע בוצעס, און זענען שוין גרייט... אבער די סיטי איז פאר'עקשנ'ט.

מ'דארף איינרייסן אז די סיטי זאל ארויסגעבן דעם נפטר וועלכער ווערט געהאלטן אויף די זון שוין 19 שעה אינעם אומבולאנס.
און אלעס איז שולדיג דער סעגעדין (!)

ומכאן מודעה רבה לאורייתא.

אויב וועט מען חלילה נישט קענען לייגן דעם נפטר אין פאלאק'ס לאט, איז עס נישט אונזער שולד. מיר זענען גרייט, נאר די ארונים זענען שולדיג ! מיר וואלטן שוין געקענט האבן 2 נפשות, והקולר תלוי בצואריכם!
הכונו למערכה !

(6)

זאליס ב"פ: רביה"ק זי"ע נישט בעל הבית!

היינט איז געווען טישן אויף בענק ביי די דין תורה אין ב"פ, דאס איז געווען ווען די הנהלת המוסדת בראשות רבי אהרן וועלץ שליט"א האבן געזאגט ביי די דין תורה, אז כ"ק מרן רבינו שליט"א איז די פולקאמער בעל הבית אין די מוסדות, און רבי אהרן וועלץ איז נאר איין איינגעשטעלטער, אזוי ווי עס איז געווען ביי מרן רביה"ק בעל דברי יואל, און מרן רביה"ק בעל ברך משה.

און אזוי ווי דער אמת איז.

ווי א עראפלאן קראך האט עס געלאנדעט אויף די זאליס, שניאור קליין האט אנגעהויבען צו שרייען קולות אז טאמער מען ברענגט דא אריין איבער די רבנות דעמאלס לאזט ער איבער די דין תורה און קומט מער נישט צוריק, און רז"ל האט אים בפירוש געזאגט אז טאמער מען רעדט איבער רבנות אדער פון סיי וועלכע זאך חוץ בארא פארק, זאל ער איבער לאזן די דין תורה.

בי"ד האט געזאגט אז זיי זעהן נישט פארוואס מען טאר דאס נישט אריין ברענגען, און זיי קענען לכאורה נישט גיין ווייטער, ווייל מען דארף דן זיין צו רבינו שליט"א איז בעל הבית, מען דארף צוריק גיין ווי די שורש פון די מוסדות קומען, און ווער עס האט עס מייסד געווען.

און דאס איז זיכער אז רביה"ק בעל דברי יואל האט געגרידערט די מוסדות און ער איז געווען בעל הבית, דארף מען קוקן ווער עס האט עס פון אים איבער גענומען, און ווער האט די כוח פון אים היינט.

דא איז אויפגעשפרינגען שניאור קליין, און געשריגען מיט עזות און חוצפה, אז רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע איז נישט בעל הבית געווען אין די מוסדת!!!! און ער האט עס נישט געגרינדערט!!! נאר יונתן פייערווערקער, ממילא באלאנגט עס היינט פאר יעקב בערקאוויטש...

ווי שעמט זיך נישט אזא יונג צו זאגן אזא זאך!!!

אוי לאותה בושה!!!

נאך זיך ארום הרג'נען פאר 4 שעה איבער די נושא, האט שניאור געזאגט אז טאמער מען גייט זיך נעמען רעדן איבער די נושא, דעמאלס לאזן די זאליס איבער די דין תורה, עס איז געבליבען אז מען וועט ווייטער זיך ארום טענה'ן ביי די נעקסטע זיצונג.

ווי עס קוקט איצט אויס האלט עס ביי דעם, אזוי ווי יעדער האט זיך פארגעשטעלט, אז די זאליס וועלן אוועק גיין פון דין תורה, ווייל דין תורה איז ביי זיי חזיר טרייף, איצט גרייטן שוין די זאליס צו גאנצע זעק מיט תירוצים פארוואס זיי האבן איבער געלאזט די דין תורה.

 

(7)

זאלי אין לאנדאן צופליקט און צוהרגט

סאטמאר 86 לונדון נעמט אויף א וועד פאר'ן ביהמ"ד

איך בין יעצט אויפן טעלעפאן קיין לונדון

איך הער אז סאטמאר 86 (בערגער'ס) האט אויף גענומען א נייע וועד פון 4 מענטשען פאר'ן ביהמ"ד

די וועד באשטייט פון  גרושים  " שלו' בית קעיסעס
2 פון זיי זענען פון משפחת בערגער

די גאנצע עולם איז זייער אויפגעקאכט, מען מאכט פשוט ליצנות פון דעם ציבור, די וואך שבת גייען די אברכים עפענען א נייע ביהמ"ד, זיי דינגען ארויס פרדס זאל, ש.צ. סטראשעט ער ריזיינט פון ת"ת

איך וועל טרייען צו אראפ שרייבן לויט וויפל איך האב פארשטאנען. אויף די נעמען כאפטס מיר נישט ביים ווארט, איך האף איך געדענקט גוט וואס מ'האט מיך פארציילט

 די מעשה איז אזוי:

אנפאנג וואך האט די ביהמ"ד סאטמאר 86 (בערגער'ס) ארויס געלייגט א צעטיל אונטער געשריבן דורך די 2 גבאים,
שלמה לויפער און שלמה יחזקאל גראס, אז היות דער ציבור האט זיך צו וואקסן קיהע"ר האט די ביהמ"ד מחליט געווען צו שטעלן א וועד שע"י הביהמ"ד

אהרן אבערלענדער - איידעם ביי לויפער, געציל בערגער'ס שוואגער
בעריש גראס - זון פון משה גראס ע"ה, שלו' בערגער'ס איידעם
מנחם עקשטיין - ארגעטינע עקשטיין
יואל ראטבארד - זון פון שלו' ברוך ראטבארד, ראה"ק פון די ארונים אין מאנשעסטער

דער יונגערמאן פון לאנדאן וואס דערציילט מיך די מעשה זאגט, אז האט געהערט אליינס פון אן ערענסטע עסקן וואס פירט גרויסע מוסדות און ציבור'אישע ענינים
אז די 4 מענטשען זענען מענטשען וואס אדער האבן זיך גע'גט אדער גייען זיך גט'ען אז דער עסקן האט אליינס מיט געהאלטן ביי צוויי פון זיי ערענסטע שלו' בית פראבלעמען, און נאך איינער פון זיי איז יעצט ביי זיוויג שני,...

 די מעשה הייב זיך אן פון אנפאנג כסלו

ווען שאול פערלשטיין מיט בנימין הערש בערקאוויטש זענען געקומען קיין לאנדאן  צו מאכן סדר ביי די זאליס, מיט די פלאן צו מאכן וואלען אין אריין שטעלן נייע מענטשען אין הנהלת ביהמ"ד, און אויך אויף נעמען א נייע גבאי א יונגע יונגערמאן צופרידן צו שטעלן די אברכים דארט אין ביהמ"ד

אבער למעשה האבן זיי נישט געקענט פועל'ן ביי די בערגער'ס די בעלי בתים פון ביהמ"ד, האט שאול פערלשטיין צוזאמען גערופן א גענעראל פארזאמלונג אין מודיע געווען אז ביז 3 וואך וועלן די בערגער'ס מודיע זיין ווער זענען די נייע מענטשען וואס זיי נעמען אויף אלץ גבאים צופירן די ביהמ"ד, נאך יענעם מיטונג איז א פאר שעה ביז אין שפעט נאכט אריין געגאנגען קולות וברקים אויף בעריש בערגער מיט זיין שוואגער שטערנליכט אז זיי געבן נישט קיין געלט מער, ס'אינטערסירט זיי נישט אז די מוסדות ברעכן אונטער, און ביהמ"ד שטעלן זיי גארנישט צו, יעדע וואך נעמען זיי אלע עליות פאר זיך אליינס, קאווע געבן זיי קוים פאר ביז 8 אזייגער, און ווען איינער פארבירט עפעס אידישקייט אריין ברענגן אין ביהמ"ד לאזן זיי נישט, אפי' א שיעור פון רז"ל פיליפ פאר די ימים נוראים האבן זיי בשום אופן נישט געלאזט מאכן אין ביהמ"ד.

בקיצור זיי האבן דארט געכאפט קאלטס מיט ווארעמס. פארשטייטס זיך אז די ערשטע קרבן איז געווען שאול פערלשטיין, בעריש בערגער האט עם געזאגט אז ער רעד שוין נישט מיט עם ווייל ער איז שולדיג פאר די גאנצע איבערקערעניש אין ביהמ"ד און למעשה פון יענעם גענעראל פארזאמעלונג איז אריבער 2-3 וואכן אין דער עולם האט געזעהן אז "אלעס בלייבט ביים אלטען" האבן די אברכים אנגעהויבן מאכן אייגענע שלש סעודות אלץ הפגנה. די בערגער'ס האבן געזעהן אז ס'איז צרות, דער עולם טוט תכלית זענען זיי ארויס געקומען מיט א באמבע די וואך און געהאנגען א צעטיל, כדי צו ראטעווען די מצב.

 אבער למעשה האט דאס נאכמער גרעסער געמאכט די פייער און אויפגערעגט דעם עולם אז מ'מאכט ריכטיג פורים, אנשטאט צו טוען תכלית און אויפנעמען נייע גבאים האבן זיי גענומען א פאר רחמנות קעיסעס און געשטעלט מיט א נאמען "וועד" מאכן דעם שפיל אז דאס האט שאול פערלשטיין געמיינט און יעצט נאך מער פארשטאפט די מויל פון עולם.

 ווי די פלאן יעצט ביים עולם איז, אז די וואך שבת גייען די אברכים ארויסגיין און מאכן אן עקסטערע מנין, זיי דינגען אפ די זאל דערנעבען און דארט גיין דאווענען

 שלו' צ. שרייט אז ער גייט ריזיינען פון ת"ת

אז אויב וואס מען ווילן טוען האלט די בערגער'ס און איין צו ברעכן, און נישט אז זיי געבן געלט פאר די מוסדות זאלן קענען אנגיין, אפי' בעריש בערגער איז פון הנהלת ת"ת,

און יעצט ווען יעדער האלט אז מ'דארף אויפנעמען נייע גבאים אין ביהמ"ד, און שאול פערלשטיין האלט אויך אזוי, קומען זיי און מאכן פורים פון עולם און מ'שטעלט א "וועד"

זאגט ער אז אויב בלויז א פאר יחידים האלטן זיך פעסט אן צו זיין בעה"ב אויפן ביהמ"ד און האלטן דעם ביהמ"ד פאר א פרייוואט זאך, על דעת זה האלט ער נישט ביים ווייטער ארבעטן, ער איז נישט אינטערסירט צו זיין א עבד פאר א פאר יחידים,

ש.צ. זאגט אז אויב גייען זיי נישט טוען עפעס תכלית גייט ער דאווענען אין קלויזענבורג ביי ווייס אדער אין נדבורנא_

ווי זאגט דער וועלט? אבי נישט ביי אידן...

 

(8)

תקנות ביי זאליס / זייער אמת'ע פרצוף !

קוים אדורך א גאנצער חודש זינט די זאלונים האבן געמאכט א פאמפע דראמפע, מ'האט געמאכט א חתונה זאל.

WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE -

מ'האט געיובל'ט און געשיכור'ט און געמאכט דערפון 8 קעפלדיגע העדליינס אין דער איד און די ציוניסטישע פרעסע, מיט די מורא'דיגע דערגרייכונג אז די זאליס האבן אויפגעפיקסט זייער חורבה צורבה חתונה זאל, אלעס דורך דעם בארימטן נגיד האלוף המרומם, הקצין הטפסר המכובד, דער ראטשילד פונעם 22'טן יאר הונדערט, ר' אליעזר קעסטענבוים ירום הודו!

WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE - WOW WE -


יעצט. ווען די דאסט איז שוין געסטעטעלט ווי מ'זאגט אין אמעריקע, דעקט זיך אויף דער אמת'ער פרצוף ! וואס מיינט תקנות און וואס איז מען דארט מתקן באולם פרדס פיגא הנכבדה.

דאס איז אלעס די נייע תקנות נאכן ערשטן מאנאט!
1) מ'מוז נעמען זלמן לייב פעלדמאן דער זאלי משמש צו זיין דער מסדר החופה.
2) מ'מוז נעמען רז"ל טייטלבוים אלס מסדר קידושין.
3) מ'לאזט נישט געבן קיין פיש אלס "מעין דיש" וואו גאר אסאך מענטשן ווילן געבן פלאנדער אדער טעלפאיע פיש. דאס איז א נייע תקנה נישט וועגן כשרות נאר ווייל "יעדער מוז קויפן זייערע פלייש".

עס איז גוט דער ציבור זאל וויסן וואס תקנות ביי זאליס מיינט. נישט געבן אפשענס פאר מענטשן, נאר דאס פארקערטע.

_

 

זיי זאגן קלאר אז מ'מוז נעמען פעלדמאן
און זיי זאגן אויך אז מ'דארף נעמען רז"ל פאר סידור קידושין.

פעלדמאן האבן זיי שוין אינפארסירט, רז"ל קומט נאך!

דאס איז תקנות נוסח זאלי.

_

 

נאך א זאך, קעסטענבוים פארקויפט אין די גאס אז ער האט אריין געלייגט איבער א מיליאן דאלער אויף צו שטעלן די ברכה סימא זאל.

דאס איז נאך א גניבה פון אים, ווי יעדער זעהט מיט די אויגן ליגט דארט אפשר 200 טויזענט דאלער, די גאנצע וואס מען האט געטאן דארט געמאכט א נייע פארקע פלאר, איבער געפעינט, געלייגט נייע טשילארס, געריקט די אריינגאנג, דאס די גאנצע מעשה וואס מען האט געטאן דארט, אפילו די טייערסטע וועג קאסט דאס אפשר 200-150 טויזענט דאלער.

סתם פארקויפט הוילע לגיונות, להגדיל הטראסק נוסח קעסטענבוים, און די זאליס זענען נאך ארום געגאנגען שנארן געלט דערפאר, לכאורה האט קעסטענבוים געגעבען אפשר 100 טויזענט דאלער.

פארשטייט זיך אז ער גנב'ט אזוי פיל פונעם ציבור, מעג ער כאטשיג צוריק געבן עפעס.

_

 

גיי אריבער אין ברכה סימא, און זיך אויך דארט מער ווי 150-200 טויזענט דאלער.

טאמער די זאל האט געקאסט מער ווי 200 טויזענט דאלער קומט אויס אז די בנין עטרת יואל צו בויען האט געקאסט 200 מיליאן דאלער...

­_

 

די קשיא שטעלט זיך פארוואס אז ער מאכט א זאל, צווינגט ער וועמען צו נעמען פאר משמש?
פארוואס אין ויואל  משה צווינגט ער נישט?
פארוואס אין עטרת בלעם צוינגט ער נישט?

פון דאנעט איז די ראי' אז די גאנצע תקנות איז פשוט'ער זאלי שפיל פאר זיינע נידריגע פאליטיק בענעפיטן.

_

ר' יונה טייערע
די רעדסט ווי א פשוט'ע זאלי'ס..... זעהט אויס אז די ביסט אין א פארביסענע גיסטע
רעדסט זייער ווילד מיט קללות

כ'האב נישט נאכגעטשעקט וועגן פעלדמאן, אין וועגן מסדר קדישין זאגסטו אליין אז מ'האט עס נאכנישט אינפארסירט.
אבער וועגן פלייש ביזטו גערעכט אז מ'מעג נאר געבן זייער ממליחה ואליך פלייש פיל מיט די קולות אין היתרים, אין אויב איינער בעט פיש ווייל ער וויל אז זיינע ערליכע געסט זאל קענען עסן פין די סעודת החתונה רעכנט מען אים צו תבין ותקילין פאר יעדע פארציע

סיי וויאזוי, מ'דארף נישט צו קומען צו דעם, צו ווייזען פין וואס פאר א בלאפער מ'רעדט. די מציאות איז: היינט צו טאגס מאכט 82 מער געלט פין די זאל ווי פאר'ן איבערבויען די חשבון איז פשוט אמאל האט געקאסט דארט א חתונה ארום  5000 דאלער אין היינט קאסט 9000 דאלער אין זיי זאגען אז ס'קען זיין אז קומענדיגע יאר וועט די פרייז שטארק געהעכרט ווערן
יא! מ'גיבט א זינגער (אויסוואל פין 3/4), א שפילער (אויסוואלן פין '1' אין אויך נאר פין 9:00 ביז 11:45) א פאטא גראפירער (אויסוואל פין 2) אין פאלטשע בלומען (ווערט יעדע נאכט איבערגעניצט)
אין פארדעם נעמט מען נאך 4000 דאלער.... ווען אין פאקט קאסט עס נישט פאר זיין קיין גאנצע 2000 דאלער, פרעגט די א''ד וויפיל מ'צאלט זיי. (זיי האבען א דיל אז מ'מעג נאר זיי נעמען אין ציליב דעם צאלט מען זיי נאר למחצה ולשליש)
אין די גאנצע איבערבויען האט אויך גארנישט געהאט מיט 82, אדרבה זיי האבען אינטערגעשטלט פיסלעך אין אלע זייטן ווי זיי האבען נאר געקענט.

אין יעצט ווען מ'האט גענדיגט בויען די זאל האט זיך 82 געזעהן אין א מורא'דיגע פראבלעם, וואס זיי האבען פארזעהן פין פאראויס
אה''נ מ'מאכט מער פין ברכה סימא פער נעכט, אבער די אנדערע זאלען ווי ויא'מ אין בית רחל זענען שטארק געפאלען (דאס איז אויך ציליב די 2 ראוז קעסיל זאלען, וועלכע האבען די גרעסטע מעלה אז מ'קען דארט האבען מהודר'דיגע אין כשר'ע פלייש)
אין וויבלאד זייער ציל איז נאר געווען צי פארשווייגען די למה נגרע געשרייען, (ווען זייער ציל וואלט געווען ארויסצוהעלפן דעם ציבור וואלטען זיי נישט געווארט אויף די למה נגרע'ס,) האבען זיי יעצט אפגעמאכט אז דערווייל בויעט מען נישט די צווייטע זאל....

(9)

פארוואס די זאליס זענען דערביטערט אויפן טרעפן די כתבי ידות!

די דערביטערקייט פון די זאליס!!!

וואס גייט לעצטענס פאר? פארוואס זענען די זאלונים אזוי דערשלאגן?
און אזוי דערביטערט, אז מען האט געטראפן א אוצר כתבים און מכתבים וואס רבינו שליט''א האט פארלוירן בימי חורפו? וואס שעלטן זיי און מאכן חוזק?! מילא די אהרונים פרייען זיך דערמיט און זענען בשמחה, פארשטיי איך ווייל זיי פרייען זיך בשמחת רבינו, און פארוואס דער רבי שליט''א איז אזוי בשמחה איז אויך פארשטענדליך, ווייל ער האט געטראפן אזא פארלוירענעם אוצר
שאין לו תמורה, און טאקע אזוי בהיסח הדעת איז דאס געפינען געווארן איז פארשטענדליך די שמחה רבה, אבער פארוואס זענען די זאליס אזוי פארווייטאגט?
איך רעד צו זיי און זיי שעלטן מיט קללות, וואס האט דערמציאה מיט זיי?. און פארוואס זענען זיי לעצטענס אזוי פארווייטאגט און אזוי דערביטערט?  א איד גייט נאך געלט ווארפט מען אים ארויס, וואס גייט פאר?

איך וועל אייך זאגן!, נאר (כנוסח הדברי תורה בספרי סיגוט), לכאורה איז שווער נאך א קשיא, עולם הפוך ראיתי, די שנאה פון די זאלונים צו די אהרונים איז פי כמה ווי פארקערט, לכאורה וואלט דאך געדארפט זיין אז די אהרונים זאלן פיינד האבן די זאלונים, פשוט זיי האבן צו געגנבעט די בנינים, און צו קיין
דין תורה ווילן זיי נישט גיין און בדרך הטבע זעהט מען נישט קיין וועג מען זאל דאס קענען צוריק באקומען, און ביני לביני מיטשעט מען זיך למעלה מן המשוער זיך אויף צובויען פרישע בנינים, וואלטן די אהרונים געדארפט האבן א שנאה עזה
צו די זאלונים, ווידער די זאלונים וואלטן געדארפט שטיין אין לאכן, זיי האבן א רבי וואס הייסט נישט רבי אהרן טייטלבוים זייער רבי איז געקומען לתחי' בהיסח הדעת ס'איז געווען בבחינת מאשפות ירום, קיינמאל נישט געהארעוועט, זיך קיינמאל נישט
געגרייט צו ווערן רבי, לא קרא ולא שנה, און פלוצלינג געווארן דער גרויסער "סאטמארער רבי" און נאך דער אייגענטימער פון מאנכע בנינים אין די ווערט פון מיליונען דאלאר, נו, וואלטן זיי געדארט לאכן פון די נעבעכדיגע אהרונים, און זיין צופרידן מיט זיך, איז שווער פארוואס אין ווירקלעכקייט איז להיפוך, די אהרונים טראץ אלע שלעק אין פליקעס וואס זיי האבן געכאפט, זענען זיי צופרידן און שמייכלען כסדר, און די זאלונים טראץ זייערע כסדר'דיגע געווינסן און הצלחות, שימפען זיי, און זיי שעלטן כסדר, זיי זענען אנגעבלאזן און ברוגז אויף די גאנצע וועלט, פארוואס?
 
דער תירוץ אויף ביידע קשיות איז איינס, אזוי ווי המן האט געזאגט, "וכל זה איננו שוה לי בכל עת אשר אני רואה את מרדכי היהודי יושב בשער המלך" מאן מלכא רבנן!!!, דער פלאן פון
די אינוואזיע איז נאר מקויים געווארן למחצא לשליש ולרביע, דער ר' זלמן לייב האט געוואלט זיין דער סאטמארער רבי, אבער א רבי בנוסח אנדערע רבי'לעך,  אום אנגעשטרענגט, ער איז גרייט צו זיין למשל ווי א טאשער רבי אדער א סקולענער רבי, צו א רבי לייבוש לייזער, (כבודם במקומם מונח), ער איז גרייט צו טיילן שיריים, נעמען קוויטלעך, אנטוהן א שיינע ווייסע
בעקיטשע, גיין מנחם אבל זיין, באזוכן אין די שפיטעלער, זיין סנדק ביי ברית'ן, און מסדר קידושין, גיין באזוכן דעם חדר, די מיידל סקול, די קעמפס, פארן אויף וועקעשאן צו קווינס קעמפ,
פארן קיין לעיקוואד און קיין פייוו טאונס, און דעטס איט, איז אבער דא א גרויסער פראבלעם, און דער פראבלעם הייסט (רבי) אהרן טייטלבוים (שליט''א), דער פלאן וואלט העכסט געלינגען
ווען דער רבי אהרן וואלט מיט געשפילט מיטן פלאן און פארשווינדן קיין איסט פלעטבוש ווי דער בלו פרינט האט פארצייכענט, נו, איז דער רבי אהרן א עקשן און א מחוצף, ער פאלגט נישט די פארשריפטן פון דעם משתמש בקודש, און די צרות וואקסן פון טאג צו טאג, קודם הייסט דער פראבלעם "תורה", און דאס איז לכאורה דער גרעסטער פראבלעם, ווען איר זאלט וויסן וויפל שווייס און כח עס קאסט זיך פארצוקוקן א תורה פאר איינעם וואס איז זייער ווייט פון תורה וואלט איר דאס פארשטאנען, יעדע מינדעסטע פשעטעלע אדער תורה'לע קאסט דמים תרתי משמע קודם דארף מען באצאלן פארן מגיד שיעור תבין ותקילין, און דערנאך קאסט דאס מוח און כח
זיך דאס איינצוחזערן, און דערנאך דארף מען מתפלל זיין אז מען זאל חלילה נישט מאכן קיין טעות ביים איבערזאגן עפעס א פסוק אדער א מאמר חז''ל, אלזא ס'איז א עבודה קשה שבמקדש,
ווען דער רבי אהרן וואלט נישט עקזעסטירט, נו, וואלט מען געזאגט א צוויי תורה'לעך א יאר און גמרנו, קומט דער רבי אהרן, און זאגט דרשות און תורות ווי ווען ס'גייט געווען ארויס פון סטייל, ער ווערט פשוט נישט מיד, ער זאגט און זאגט, עס איף טהער איז נא טומארא, נו, דארף מען דאך אביסל נאכטוהן, ועל זה הם מצטערים, דאס איז דער וכל זה איננו שוה לי, ווי לאנג דער רבי אהרן איז דא אין זאגט תורה איז נישט ווערט די בנינים, נישט ווערט די ניחום אבלים, נישט ווערט די ווייסע בעקיטשע,
גארנישט איז נישט ווערט.

און דאס איז נאך נישט אלעס, ס'איז דא א גאנצע ליסט מיט פראבלעמען וואס איז נאך מוסיף על הראשונים, אריזאנא ווייץ, שחיטה מהודרת, שחוטה מונחת, לימוד התורה, היכל התורה,
תקנות לחתונות, אינטערנעט, סעל פאונס, תכנית הליב''ה, משלחן מלכים, בית הוראה, וכו', דער רבי אהרן פארט מיט אזא שנעלן צוג אז דער נועם המידות איז נאך מיט א צוואנציג סטעישאנס אונטערשטעליג,  יא מען פראבירט כסדר חוזק צו מאכן פון די אלע אויפטוהן, אבער סוף כל סוף זעהט דאך די וועלט ווער עס איז באמת סאטמארער רבי און ווער עס פרובירט נאר צו שפילן רבי, און דארט ליגט דער בראך, מען מאכט חוזק פון די שחיטה אין טעקסעס, און נאך אפאר חדשים ליצנות מאכן דערפון פארט מען קיין שיקאגא צו א שחיטה, און וואס זאל איך אייך זאגן, די בושות זענען געוואלדיג, די שוחטים וואס זענען על פי רוב זאלונים, און זענען באמת חפץ ביקרו, פראבירן אזוי מיט א דרך ארץ עהם צו פרעגן אפאר שאלות, און באמת גרינגע שאלות, עהם חלילה נישט צו פארשעמען, נו, וואס מיינט
איר?, ער הייבט אן צו קעקעצן, און די שוחטים קענען זיך נעבעך נישט איינהאלטן..., איז אייך דען נישט שווער געווען פארוואס ווען אונזער רבי גייט צו די שחיטה איז געניג א חאלאטל און א העלמעט, און ווען דער גז''ל גייט אויף שיקאגו צו די שחיטה דארף מען אנטוהן א פארכטוך אויפן מויל, הא?
איך בין געוואויר געווארן דעם סוד פון מיין געשוועסטער קינד וואס איז איינער פון די שוחטים, זאגט ער מיר אז דאס פאריגע מאל, ווען דער גז''ל האט גענומען דעם חלף בודק צו זיין, און האט נעבעך נישט געוויסט ווי מען האלט א חלף, און האט זיך נעבעך מיאוס צושניטן, ופרצו כל הקהל מיט א געלעכטער ופני.....חפו, האט מען באשלאסן אז פון היינט און ווייטער פארדעקט מען דאס מויל, קיינער זאל נישט זעהן אז מען לאכט.

על כל פנים, פארשטייט יעדער פארוואס די אהרונים זענען בשמחה טראץ זייערע פארלוסטן, און די זאלונים זענען דערביטערט טראץ זייערע נצחונות, די אהרונים האבן א רבי כשאיפת לבבם, זיי האבן א סיפוק, זיי האבן נאבעלע מוסדות, טראץ די שטרויכלונגען, אבער זיי קיקן פאראויס, מען האט בתי מדרשים מלאים מן הקצה אל הקצה, היכלי התורה וואס טאמער קומט מען נישט גענוג צייטליך האט מען שוין נישט קיין פלאץ, מען הערט דברות קודש וואס גיט אריין א חיות דקדושה, מען האלט זיך צו תקנות וואס דער רבי שליט''א מתקן געווען און זיך געשפארט שוין שווערע געלטער, מען עסט א שטיקל פלייש ווייסט מען אז דאס איז העכסט מהודר מיט די גרעסטע חומרות והידורים, און נישט נאר ממליחה ואילך, מען האט מוסדות התורה דפקע שמיה אלץ די בעסטע מוסדות וואס יעדער
(א חוץ די זאליס) פראבירט נאך צו מאכן, מען האט מצות לפסח מיט די גרעסטע הידורים וואס ס'איז נאר פארהאנען, בקיצור מען האט א סיפוק הנפש אויפן גרעסטן פארנעם, איי די בנינים, נו, שטנא נצח, וואס זאל מען טוהן, מען מיטשטעט זיך אבער בעזר השם זעהט מען א סייעתא דשמיא למעלה מדרך הטבע, במילא איז מען צופרידן.

ווידער ביי די זאליס, המן'ס מידה פון וכל זה איננו שוה לי דערביטערט זייער לעבן, זיי שעמען זיך מיט זייער רבי, זיי האבן נישט  קיין הקפות, קיין הושענא רבה, קיין חנוכה, קיין שובבי''ם, קיין ל''ג בעומר, קיין תורה, קיין דרשה, קיין היכל התורה, קיין כשר פלייש, גארנישט מיט גארנישט, א נעילת החג און א שושן פורים שוי און דאס אלעס, זיי ווייסן אז ביי די וועלט איז ער נישט מער ווי דעם סאטמאר'ער רבי'ס ברודער דער וואס האט פראבירט צו צוגנבענען די ראביסטעווע און ס'גייט נישט, און וועגן דעם זענען זיי דערביטערט.

_

די וואך ביי מנחה שבת נאכמיטאג האט עולה געווען אין הופפער ר' אלימלך בן רבי יקותיאל הערש ווערצבערגער וואס איז דארט געווען דעם שלש סעודות צו באדינען זיין טאטן, האלט עמעצער אז ר' יודל ווערצבערגער וואלט געקענט עולה זיין אין ראדני? און צו וואלט ער געקענט זיצן אין ראדני ביי שלש סעודות אן כאפן אין פנים אביסל שפייעכטץ פונעם משתמש? ר' יענקעלע איז 100 פראצענט גערעכט, די זאליס זענען דערביטערט און די ארונים פארן ווייטער רוהיג.

(10)

רח"ל נידערמאן מיט ווייזער ביי א קראצמיך פארטי


ישראל כשהן יורדין א שוידעליכע בושה איז דער מיליאנער משה דוד נידערמאן מיט שימעלע ווייזער זענען אין דעם פין קראצמיך, געגענאגען צי א קראצמיך צעראמניע, אלעס ווייל מען האט זיך אנגעהויבן צי דרייען מיט ארכי שונא ישראל וויטא לאפאז ימ"ש.

מיר וועלן נישט ווערן שאקריט צי זעהן נידערמאן מיט א שתי וערב

_

אזוי ליידער האט זיך אנגעהויבן אלע דורות מיט מושמדים קודם איז מען געגאנגען צי זייערע חינגואת אין געהיוליעט מיט זיי נאכדעם איז מען שוין געווארן איינס מיט זיי.

די משנה זאגט היום אומר לו עשה כך עד שיאמר לו לך עבד ע"ז טרייבט די משנה אויך איבער.

_

ביי אינז האט מען געוואסט אז ס'קען נעמען 80 יאר אויכט
ליידער האט משה דוד נידערמאן גערעדט אויפן טעלפאן ברבים יום טוב אויף בעדפארד עוו
משה דוד נידערמאן מסר'ט יודן
משה דוד נידערמאן בא'גנב'ט יודען טעגליך
משה דוד נידערמאן זיצט מיט די קריסטן ביי זייערע חגאות.
 
ווער ווייסט וואס ס'איז נעקסט.

ֹ_

די רבי דער ברך משה ז"ל האט געזאגט אז די בני יואל וועלן זאגן הלל ה' אייר, ס'האט געדוירט 20 יאר צי זעהן ווי די בני יואל / זאליס זענען געגאנגען אין די טמאנע  בג"ץ.....

משה דוד נידערמאן האט דורך געבראכן א זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט געטאן געווארן אפילו די מאדערנע וועלט
צי גיין זיך באטייליגען ביי גוי'שע חגאות ביי זייערע צעראמאניעס.

בלעם האט געזאגט הֶן-עָם לְבָדָד יִשְׁכֹּן, וּבַגּוֹיִם לֹא יִתְחַשָּׁב. די גרויסקייט פין כלל ישראל אז מען מען מישט זיך נישט אויס מיט די גוים, ביי נידערמאן איז דעס נישט גולטיג.

משה דוד נידערמאן האט געמיזט אסאך עבירות צי ציקומען צי אזא פריקות עול אין אזא הפקרות.

(11)

זאליס מארשירן ארויס פין מאנטריאל ביהמ"ד

די וואך האבן די זאליס ארויס מארשירט פינעם צענטראלען בית מדרש אין מאנטיראל אין זיך געפענט א נייעם שיל פין אן ערך 35 זאליס. זייער שיינער איד איז ר' משה מנחמ'ס איידים א יונגערמאן יושע לערנער.

דעס קומט נאכדעם וואס די זאליס האט געקלעמיט זיג ביי די וואלן פאר 3 יאר צוריק אז זיי האבן געווינען די וואך האבן זיי קאפטעלירט אין ארויס פין בית מדרש.
 
ס'וועט זיין אינטערסאנט צי זעהן ווי ס'וועט זיך אויס שפילן מיט רב אין ר' משה מנחם אין וויפיל פראקציעס ס'וועט זיין אין מאנטיראל ? 

נישט פארגעסן אין מאנטיראל וואינען 220 סאטמערע יודען.

אזוי קוקן אויס אלע זאלי זיגן " אלעס בלייבט ביים אלטען".

_

די  זאליס שיקן נעבעך ארום צימישטע מעסיזשעס וועגן מאנטיראל, זיי קענען עס נעבעך נישט אראפ שלינגען אז זיי האבן פארלאזט דעם שול אין ענדליך איינגעזעהן אז דער שוהל באלנאגט פאר ר' דוד מייזעלס אין נישט פאר די זאליס, אין טאמיר הגז"ל וויל קומען א שבת קיין מאנטיראל מיז ער זיך אליינס מאכן א שול.

ווי ס'קוקט אויס וועט מאנסי נאכפאלגן.

למעשה איז הגז"ל ארויס געפלויגן
פין קרית יואל
בארא פארק
בני ברק
מאנטשסטער
מאנטיראל
אין יעצט קומט מאנסי אויף די ריי.

 

(12)

זופניק מיטן געהעלן בארד איז ווילד

 

היינט איז געווען א אינטעסאנטער ספעקטאקל אין קליימער בית המדרש.
 
דער ש"ס בוי משה שמואל זופניק מיט געהלן געפארבטן בארד איז נאך געלאפן איינע פין אינזערע גרויסע עסקנים אין קליימער פארן גייט נאך געלט, דער עולם האט זיך געקאלרט פאר געלכטער פין דעם האלבן מאנגוי קיין איין זאלי האט זיך פאר נישט אנגענימען.

טאמיר דאס איז נישט געווען געניג בזינות פאר דעם ש"ס בוי, האט זיין זין דער חתן געשטאנען אינטער זיין טאטע אין געמאכט פאקסן, אין געוויזן פארן עולם וואספארע חוש קינד זיין טאטע איז, נאכדעם האט זיין זין פארענפערט זיין טאטען ס'איז געקומען ווייל זיין פרעניד שטוהל איז נישט געווען לעבן אים, וד"ל.

איבעריג צי זאגן אז דער עסקן האט געהאט א סוקסעס פין א טאג.

 

(13)

יחזקאל בראך טעראריזירט שוין ווידער

שוין לאנג נישט געהערט פון דעם מסור יחזקאל בראך.

יעצט האט ער זיך אויפגעוועקט און לייגט שרעקליכן טעראר אויפן בי"ד אורח מישור אז זיי זאלן צוריקציען פון זייער הזמנה פאר די דריי נותנים יד לפושעים. ער פרובירט אויסצואיבן דרוק אויף דעם יאקער רב שליט"א אז ער זאל צווינגען זיין אייניקל צוריקצוציען פון די הזמנה אבי ס'זאל חלילה נישט זיין קיין רעדע פון א זאלי וואס זאל רח"ל דארפן האבן א הוה אמינא אפילו פון גיין צו דין תורה.

(14)

ווען דער בעל דברי יואל זצ"ל האט געהייסן פארשפארן א ביהמ"ד

איך האב באקומען פון איינעם די פאלגענדע דאקומענטן, ער האלט אינמיטן צוזאמשטעלן די ביידע אין איינס אז עס זאל זיין א דבר השוה לכל נפש

אזוי פאנגט זיך עס אן

ב"ה

א טייל – פראטאקאל – מיטינג יום ב' משפטים תש"ל בערב, שעה 7:30

פאלגענדע האבן זיך באטייליגט: ר' יוסף אשכנזי, ר' אהרן טייטלבוים, ר' חיים הערש יאקאבאוויטש, ר' משה ארי' גליק, ר' אברהם ווערצבערגער, ר לייבוש לעפקאוויטש, ר' יודל ראזענבערג, ר' אהרן וואלף גלויבער, ר' משה אייזענבערג.

עס איז גערעדט געווארן צווישן זיך וואס פאר א שריט מען זאל נעמען קעגען די וועלכע האבן זיך באטייליגט ביום ה' יתרו תש"ל ביים פיקעטען, ביים יו-ען, אן דעם וואס זיי זאלן פרעגן פון רבי'ן שליט"א (זצ"ל) און אן א באשלוס פון קהל אדער התאחדות הרבנים וכו' און טראץ די ווארענונג וואס קהל האט מפרסם געווען נאכען פיקעטען פון פאר א יאר, אז אן א באשלוס פון רבי'ן אדער פון קהל, טאר קיינער זיך נישט באטיליגן אין אזא אקציע. עס איז באשלאסן געווארן צו רופן טעלעפאניש צום רבי'ן שליט"א (זצ"ל) קיין פלארידא און פרעגן זיין חוות דעת קדשו.

ר' יוסף רופט פלארידא – ר' חיים הערש האלט א צווייטן טעלעפאן – ר' משה ארי' האלט א דריטן, און ר' אברהם ווערצבערגער דעם פערטן טעלעפאן. ר' עזריאל גליק הייבט אויף דעם טעלעפאן און ר' יוסף גיט אים איבער וואס מען האט גערעדט ביים מיטינג און מען בעט ר' עזריאל'ן פרעגן דעם רבי'ן שליט"א (זצ"ל):


פונעם טעיפ פון די מיטונג

דער אפיציעלער פראטאקאל פון קהל

עס איז דא זאכן וואס איז דא אין איינס און נישט אין די צווייטע, ארבעט יעצט יענער צו צוזאמשטעלן ביידע, און איך וועל עס אי"ה ארויף לייגן ווען עס וועט פארטיג ווערן

 

(15)

ראדני בית החיים חנוכה תש''ע

פין אישי

די קעפ ביי די זאלי'ס ווארפען שוין ווייטער די שילד איינער אויפן צווייטען.

דעם פארגאנגענעם יו''ט חנוכה איז נישט געווען ציפיל בעסער פין שמו''ע אין שמח''ת, אין רז''ל האט אנגענומען שווערע  בישות.


טראץ וואס מ'האט אזוויפיל געלט אויסגעגבן פאר די הנרות צו שלעפן מענטשן, כדי צו קענען האבען א פיקטשער האט זיך עס אזוי ביטער אויסגעלאזט, אין ס'איז געוווען ממש א רחמנות אריינצוקומען חנוכה ביינאכט אין ראדני, ווען די גזלן וחמסן, זיצט ביי די ג'גנב'טע מנורה אין איז ר''ל מנאץ אויף א מצווה הבאה בעבירה ר''ל.

די שוואכע באטייליגונג סיי בכמות אין סיי באיכות האט ציגעלייגט צו די מרא שחורה'דיגע אטמאספערע.

אויף היי יאר חנוכה האבען זיי געדינגען איינעם וועבערמאן (ער באלאנגט טיילווייז ביי מהר''א, ער פירט אן די חברה תהילים אין ביהמ''ד איחוד התלמידים) זאל אנפירן די כאר,
(זייט מ'האט אפגעזאגט הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער ביי רביה''ק בעל ב''מ ז''ל האבען זיי נאכנשיט געהאט כמעט 2 יאר אין א צו, דעם זעלבן מענטש אנצופירן די כאר (לדוגמא: דעסער, רוטנער, דאסקאהל, פאלאטשעק וכו' כו')
זיי האבען שוין גאהאט עטליכע מאל גענועמן גאר שוואכע יונגעלייט אזש קלים ורקים אנצופירען די כאר'ס אבער געטויגט האבען זיי נישט)

מ'האט פאר דעם וועבערמאן ציגעזאגט א שיינעם פרייז, אין מ'האט יעדע נאכט ציגעשטעלט א מעיזשאר חזן ביי חסוף, וכו'
אבער די געלט איז ליידער געגאנגען לאיבוד.

ביי די כאר איז נאך געווען גאנץ כמעשה אבער ביי די תורה האט אויסגעקוקט גענוי וויי ביים טיש פרייטוג צו נאכטס,
די נ''מ איז געוען אז די אלע בחורים אין יונגלעך וואס זענען געקומען צו בייוואינען די כאר האבען זיך געזעצט שמיעסן ביי די ברייטע בענק אין טישן, אין טראץ וואס רז''ל האט געזאגט תורה אין די מייק האט ער זיי כמעט נישט געקענט איבערשרייען.

עס איז געווען שטארק אנמערקבאר, אז די פארענטש אויף צפון זייט איז געווען נאר פין 3 סטעפס, אין איז געווען גענצליך ליידיג, ציליב דעם וואס פין יענע פארענטש קען מען נאר זעהן רז''ל אין נישט די כאר...

אין די אנוועזענדע ''וואס זענען געווען מער ווייניגער בחורים אדער יונגלעך'' זענען געשטאנען בעיקר אויף די צפון פארענטש ווייל דארט קען מען די בעסטע זעהן די כאר, טראץ וואס דארט קען מען אפי' נישט זעהן געהעריג מהרז''ל, נאר ביי די תורה ווען ער דרייט זיך אויס, אין ''דעמאלטס זענען אלע פארענטשס געווען דורכזיכטיג ליידיג''.

די תלמידי רבינו קאמפעני האט יעדע נאכט ארומגעשיקט ווי שיין די הנרות זענען אין שטארק ס'לוינט זיך צו קומען, אבער אלעס איז געגאנגען לריק, ווייל  שקר אין לו רגלים....

אין טראץ וואס ביי די כאר איז נאך געווען כמעשה איז אבער ביי די תורה געווען שרעקליכע בזיונות,

_

 

פינקט ווי ער האט נישט קיין פראבלעם צו מאכען א לישב בסוכה אין א סוכה גזילה האט ער נישט קיין פראבלעם צו מאכען א ברכה אויף א קלאר ג'גזל'טע מנורה. - קיינער לייקענט נישט אז מ'האט קיינמאל נישט ציטיילט די ירושה פין רביה''ק בעל ב''מ ז''ל
האט ער דען א פראבעלם צו דאווענען אין די הייליגסטע טעג פין יאר אין א ג'גאנב'ט ביהמ''ד?
האט ער א פראבלעם צו שלאפען אין א ג'גאנב'ט הויז?
איז דארט דא אפי' יר''ש?

עס איז כדי צו באמערקן אז צו בארויגען די קעלבער צינד ער די צווייטע האלב חנוכה אין א מנורה פין רבי'ן ז''ל פין  יודא לייב פערלמוטער, אין מיט דעם איז ער זיך מוחל די עבירות

 

(16)

די פראטאקאל פון תש"ל, אומגלויבליך

די פראטאקאל וואס דער בלאט האט געדרוקט די וואך פון די תש"ל, איבער דאס פארשפארן א בית המדרש אין וויליאמסבורג עפ"י פקודת הקודש פון רביה"ק זי"ע איז מרפסין איגרא.

1) דאס אז ס'איז געווען מחוצפים אין סאטמאר ביהמ"ד פאר רביה"ק בחיים חיותו.
2) דאס אז זיי האבן זיך אנגעפיפן און זענען אריינגעקומען אין רבינ'ס ביהמ"ד, אפילו נאכן אסר'ן דריסת הרגל פאר זיי.
3) דאס אז מענטשן האבן נאך גערעדט צו די ארויסגעווארפענע מחוצפים.
4) דאס אז קהל האט זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די מחוצפים.
5) דאס אז מ'האט פארלאנגט פון רבי'ן רשות צו פארשפארן א ביהמ"ד.

און די גרעסטע חידוש איז אז דער פראטאקל איז געבליבן אלס עדות וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין סאטמאר תש"ל.
אז מ'זאל היינט נישט פארקויפן אז מחוצפים אין סאטמאר איז געבוירן תשל"ט.

ווער קען עס ביטע ארויפלייגן?

א דאנק

 

(17)

ווער האט אפגעשפארט בתי מדרשים?

אין בחדרי חרדים האב איך געלייגט דאס, ווי מען זעהט ווער עס האט אפגעשפארט בתי מדרשים, די אלע וואס ווייינען איצט אז מען האט אפגעשפארט זייער מושב ליצים, צוליב דעם וואס זיי זענען האבן נישט געוואלט גיין צו דין תורה, נאר אינעם גוי'שען קארט.

די בני קרח, מיט די זאליס, האבן שוין ליידער מצליח געווען אפצושפארען פילע בתי מדרשים, פארן איינעם חטא, ווייל מען האט נישט געדינט די פארטיי.

אזוי פיל קען מען איצט זאגן אז עס קומט צו נאך א ביהמ"ד אויף זייער ליסט וואס זיי האבן אפגעשפארט דורך דעם וואס זיי זענען געגאנגען אין קארט, די "בית מושב ליצים".

מעשה הפשע אשר לא נהייתה בישראל מימות רבך בגניבת ובסגירת "ביהמ"ד החדש" ווילסאן, ולהשתמש בו למכלת!

מעשה הפשע אשר לא נהייתה בישראל מימות רבך בגניבת "ביהמ"ד ראדני"!

מעשה הפשע אשר לא נהייתה בישראל מימות רבך בסגירת ביהמ"ד "קליימער" קומה א' לתפלת שבת בוויליאמסבורג!

מעשה הפשע אשר לא נהייתה בישראל מימות רבך בסגירת ביהמ"ד "תהלות יואל" לתפלת שבת בוויליאמסבורג!

מעשה הפשע אשר לא נהייתה בישראל מימות הני בני קרח בסגירת ביהמ"ד "בית יואל" בוויליאמסבורג!

ואחרון הכביד!!!

מעשה הפשע אשר לא נהייתה בישראל מימות רבך בסגירת "ביהמ"ד וכולל אברכים" בוויליאמסבורג, עם כלבים ושחורים, וזרק מאות אברכים בני תורה חוצה!!

 

(18)

רח''ל!!!! מיילעך שטערן זאגט!!

 

 

אין די טעג קימט פאר א מערכה אקעגן די טרפהנע צייטונגען אין קרית יואל סהאט זיך אנגעהויבן ביים די מעכטיגע אסיפת כללי ווי די רבנים האבן אויפגעפאדערט דעם עולם דערצי אין זייט דעמאלטץ גייט עס אן ווייטער ווי דער עסקן הנמרץ לכל קדשי בית ישראל ר' אלימלך שטערן האט מעיד געווען דעם כ"א כיסלו אז די שרייבערס אין דע צייטונג'ן זענען כופרים גמירים ליידער זייט דעמאלטץ האבן זיך 100ער תשבי קרית יואל שוין איינגעשריבן נישט צי קענען באקימען די טרפהנע מאגעזינען אין ק"י מהאפט אין די קימעדיגע טעג אריין צי געבען די לעגאלע פאפירן אין פאסט אפיס

 

איך ווייס נישט צו איך זאל לאכען אדער וויינען, אדער ביידע אונאיינעם, איר הערט ווערטער אלימלך שטערן, וואס גדולי ישראל האבן מעיד געווען, אאז ער איז א מין און אפיקורס, א מלעיג על דברי חכמים, וואס איז נידן בצואה רותחות, איז מעיד אז וואס ? יא! איר האט גוט געהערט! אז

 

אז די שרייבערס אין דע צייטונג'ן זענען כופרים גמירים!!!

 

דער מיידליך שטערן שר''י, וואס איז דער גרעסטער בעל מחלוקות און דעם יאר הונדרעט איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י וואס ליגט און טינופות ביזן איבערען קאפ, איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י וואס האט געשריבען דעם שמיציגען פאשקעוויל מתי שוא, קעגן כ''ק אדמו''ר מניקלשבורג שליט''א, און פארגאסען זיין בלוט על לא דבר איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י, וואס האט געשריבען דעם שמיציגען פאשקעוויל ''כת המולך'' נאך די מעמד יסוד איתן, וואס ער האט אנגערופען די טויזענטער יודען וואס האבן זיך משתתף געווען צו שטיצען די הייליגע ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל ד'סאטמאר מולך, וואס דאס מיינט אריבער טראגען די קינדער לשם ע''ז איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י, וואס האט געשריבן א קונטרוס מיטן נאמען ''מלחמת השם'' אויף אלע חסידים פון כ''ק רבינו שליט''א, אז זיי זענען נואפים, ל''ע, כל הפוסל במימו פוסל, איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י וואס האט זיך אויפגשטעלט נאך דעם וואס דער מענדל שווימער האט ביטערליך פארלוירען די וואלען און קרית יואל, און צוזאם געשאלטען מיט די ארגסטע ניוול פה די תלמידי המתיבתא הק' איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י, וואס איז די גרעסטע מסלף, און אונזער דור, און די תורות פון אבינו רועינו כ''ק רבינו הקוה''ט זי''ע, איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י וואס האט געשטערט מיט אלע מיטלען וואס איז נאר שייך די פארהאנדלינגען וואס וועד הצלת קברי הקדמונים האט געפירט מיט די שפאנישע רגירונג, צו ברענגען לקבר ישראל, די עצמות וואס מען אויפגעגראבען און טאלידא, איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י, וואס יעדע רעכט דענגקיגער מענטש גיבט אבאכט אויף די קונדער מען זאל נישט שטיין און זיינע ד' אמות, איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י, וואס האט זיך מתחצף געווען כאחד הרקים, קעגען דעם ב''ד הגדול און ירושלים עה''ק, איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י, וואס האט זיך אויפגעשטעלט אויף די טרעפ פון די חרדים שוהל, וואס איז געווארען געאסערט, דורך רבתינו הק' , דא האט איר א ליסטע:

 

כ''ק רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע

דער הייליגער מנחות יצחק זי''ע

כ''ק הרה''ק ר' משה אריה פריינד זי''ע

כ''ק רבי ישראל יעקב פישער זי''ע

כ''ק רבי בנימין (הצדיק) ראבינאוויטש זי''ע

כ''ק ר' משה האלבערשטאם זי''ע

כ''ק ר' מאיר בראנדארפער זי''ע

כ''ק ר' אברהם דוד הארוויטץ זי'יע

כ''ק הרב משה שטערונבוך שליט''א

הגה''צ ר' אליקים געציל בערקאוויטש שליט''א

הג''ר מנשה פריעדמאן שליט''א

הג''ר זלמן פילאף שליט''א

ועוד ועוד!!!

 

און מחרף ומגדף זיין, אויפן ארגסטען פארנעם, איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י, וואס פון זיין גיפטיגען פעדער אונטערן פען נאמען ''אין לי קעניג''' לאכט ער אפ פון גדולי ישראל, און שרייבט דברי חוריף וגיגף געקען זיי, באגלייט מיט לייצנות, און ניוול פה, וואס פארשעהמען נישט די גרעסטע אפיקורסישע שרייבער, וואו, אלי' וויזעל, נחמן ביאליק, שלום אליכם, חיים שאולזאהן, חיים ליבערמאן, ימ''ש, איז מעיד!

 

דער מיידליך שטערן שר''י, וואס האט שוין געשפירט דעם יד ה', מיטן פארלירען א קינד, איז מעיד!

 

אז וואס??? יא! איר האט גוט געליינט דאס איז זיין טמא'נעם לשון:

 

 אז די שרייבערס אין דע צייטונג'ן זענען כופרים גמירים!!!

 

דער רשע און נואף, דער מטמא בהבל פיו איז מעיד, רח''ל,

 

עס איז נישט דא ווער עס זאל לאכען!

 

די זאליס – בני יואל – אדער וואו דער הייליגער ברך משה האט זיי אנגערופען די ווערימדיגע און קרעציגע, האבן זיך אזוי ווייט דערקיילקעלט, אז זיי זאגען און שרייבען נאך זאכען, פון דעם טמא'נעם יונג אלעזר אלימלך שטערן שר''י,

 

עבירה גרורת עבירה! אז מען גייט און טמא'נעם קארט, און מען מסור'ט יודען, קימט צו צו דעם נאך צו זאגען און נאך צו שרייבען זאכען פון מינים און אפיקורסים, ל''ע,

 

זאל שוין מקיים ווערן ואת רוח הטומאה תעביר מן הארץ, בהרוממות קרן התורה בישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב''א

_

 

איך טרעף היינט אן א נעפיו פון דעם חזיר כל הדודרות מיילעך שטערן שר''י, און איך כאפ מיט אים א שמיעס, איבער זיין פעטער, וואו אזוי ער איז נעבאך אפגעפארען, וואו אזוי ער איז אויסגוואקסען אזא אפיקורס,

פארציילט ער מיר א אונטערסאנטע זאך, ווען רבינו הקוה''ט זי''ע, איז נסתלק געווארען, זענען געווען 3 יונגעלייט, וואס האבן געוואלט לייגען די האנט אויף די חינוך און סאטמאר, זיי האבן געמאכט א צעטל כאילו רבינו הקוה''ט האט זיי ממנה געווען אלס וועד החנוך, דמוסדות סאטמאר,

איינער פון די באגאבונד'ס, איז שלמה הערצאג, דער צווייטער איז אברהם צימערמאן פון בארא פארק, און דער דריטער איז, יא איר האט גוט צוגעטראפען, ''אלעזר אלימלך שטערן שר''י,

פארשטייט זיך אז דער שומר הפיקדון, רבינו דער ברך משה זי''ע, האט דאס אוודאי נישט צו געלאזט, און ער האט פאר די לייצים געהייסען גיין ארבייטען און 47 פאטא, און זיי אנגעווארענט אז זיי זאלן שטיין ווייט פון חינוך כמטחוי קשת,

דער אפיקורס, מיידליך שטערן, שר''י, האט דאס ביטער פול קיינמאל נישט געקענט פארדייען, ער האט דאן באקימען שלשול, וואס האלט אן ביזן היינטיגען טאג, זיין כעס, האט נאך נישטו אפגעקילט, עס זידט נאך, די הייסע ווינט פון נאז לעכער, לאזט נאך איבער זיינע שפירען עד היום הזה,

עס קיקט אויס אז עס וועט נאך אנהאלטען ביז ער ווען לאנדען און פאלאק'ס

איך האב מיר נאך געפרעגט אויף די מעשה, און איך הער אז עס איז אמת, אויב עמיצער האט מער דעטאלען, זאל ער מקיים זיין דעם מפרסמין אנשי רשע, און עס מיטטיילען מיטן ציבור,

 

(19)

עת לעשות: זאלי'ס עפענען א וועבסייט

פין אישי
כ'זיך די נומבער פין הרב פילאף, הרב וויינבערגער, הרב כ''ץ
כ'זעה אז א א א''ג קהילה אין ''וומ''ס'' פייפט זיך אריין אין די רבנים...., אין האבען געפענט א אייגענע וועבסייט, פאר נייעס PR אין שמוץ.

פאשטייט איר שוין וואס פאר א פנים זיי טראגען?

(באלד גייען זיי צו שרייבן אויף די וועבסייט אז ס'ווערט געפירט דורך א פריוואטע מענטש....)

 

(20)

שרייבט צום גאווענער: UJO גנבים רוצחים

אזוי ווי גאווענער דעוויד פעטערסאן, האט געמאלדן אז ער וויל שניידן 250,000 פון די גניבה'ישע רויבערישע ארגענאזאציע UJO וואס ווערט אנגעפירט דורך די צוויי מוסרים און רשעים משה דוד נידערמאן און שמעון ווייזער.

איז זייער זייער וויכטיג אז דער עולם זאל שיקן בריוון, אימעלס, פאן קאלס, צו אלע פאליטישאנס אז זיי זאלן שטיצן די ווילן פון גאווענער, ובפרט זאל מען שיקן צו די אפיס פונעם גאווענער ווי מען זאל שרייבן אז UJO מיט די 2 גנבים בראש פארטרעטן נישט קיינעם, און די געלט וואס גייט אהין גייט אין גארביטש, קיינער אויסער די 2 גנבים האבן גארנישט דערפון, ובפרט איז היינט געווארן אז UJO איז נישט מער ווי טעראריסטישע ארגענעזאציע, וואס טוט רשעות און אכזריות צו מענטשן וואס שטייען נישט מיט זיי.

נישט מער ווי פארגאנגענע וואך האט מען געזעהן ווי די 2 מוסרים משה דוד נידערמאן און שמעון ווייזער האבן זיך אויפגעשטעלט ברבים, סיי פאר קאמיאנעטי בארד 1, און זיי פארן בארא פרעזידענט מארי מארקאוויטש, און בריש גלי מיט רשעות און רציחה זיך אויפגעשטעלט רעדן און גיסן פעך און שוועבל ווי די דייטשען קעגן האחים החשובים הנגידים ר' יצחק, ואברהם יודא ראזענבערג ני"ו.
 
עס איז נישט דא די ווערטער אויף וואס די 2 רשעים האבן געטאן, מאבד געווען ממון ישראל מיט די גרעסטע מאס רציחה, ווי זיי האבן געהאלטן וויסטע העץ דרשות ממש ווי די דייטשן - זיי האבן געזאגט אז זיי רעדן אין נאמען פון אלע ווילי אידן - אז מען זאל נישט נאכגעבען די ריזאנונג פאר סערטפייד לאמבער, און די הויפט סיבה איז: ווייל די לאט זייערע איז פיל מיט שרעקליכע שעדליכע אויל, גאז, וכו' און אויב מען וועט זיי לאזן בויען דירות דארט וועט גאנץ ווילי שרעקליך ליידן עס וועלן זיין קראנקע אין אלע גאסן!!

לאמיר ראטעווען ווילי פון די 2 רשעים, שיקט אריין אימעלס צום גאווענער אז ער זאל אפהאקן די 250, און אזוי אויך אלע געלטער וואס ער גיט זיי.

מען זעט ווי זייער העלפער דער ציוני און הילף-גנב ווילי ראפויגעל נעמט זיך אן פאר דעם מסור נידערמאן און וויינט אז אן ujo וועט ווילי ממש אונטערגיין....

_

א נחת צו זען וואו דער זאליבאן ניפעל ווערט אזא נועם המידות, עס קימט פשוט צו וויינען פאר גלעכטער!

שעדיגען א צדקה קאסע, ווער וועמען,

מען האט פאריגע וואך געמאכט א פראטעסט קעגען א מרא דאתרא, וואו איז אונזער בן שלושים יום ניפעלע דאן געווען?

ווען מען האט ארויס געטראגען די ספר תורה אויפן גאס פאר גארנישט סתם פאר קאמידע, וואו איז דאן אונזער ניפלע געווען? 

ווען דער ר' יחזקאל גאלד דער ניקס, האט זיך אויף געשטעלט און אנגערופען דעם צדיק הדור, און רבן של ישראל, קוק, וואו איז דאן אונזער ניפעלע געווען? 

ווען דער טשאטער ר' מאיר יודעל איז געשטאנען אויפן גאס און געשאסען ליגיונות, און בלוט בולבילים וואו איז דאן אונזער ניפעלע געווען?

ווען דער ים חזיר מיידליך שטערן האט זיך אויף געשטעלט שימפען און שעלטען אויף א שוהל וואס איז געווארען געאסור'ט דורך דער הייליגער מנחת יצחק זי''ע ובית דינו, און דער הייליגער ברך משה זי''ע מיטן היינטיגען ר' מנשה פר''מ דער דומ''ץ פון די ראדני שוהל, און פון דעם איינגעבויגענעם הרב פילאף מיטן ריזען ביבער הוט, וואו איז דאן ניפעלע געווען?

זיץ און טאהש און פארדריי נישט קיין ספאדיק, זיי פארנימען מיט משה ראטמאן, און מיט לאון און פירקעל נישט אן אונזער פורם מיט דיין געמויזעכס!

 

_


UJO איז א מוסד וואס איז ספעציעל געווארען אויף געשטעלט דורך הרה''ח ר' לייבוש לעפקאוויטש ע''ה צו העלפן אימינגראטען וואס זענען נישט בהאווענט און די ענגלישע שפאך. ביי די שטאטישע בהערנדע,

מיט די צייט האט משה דוד נידערמאן אנעלעזירוט אז דער מוסד קען זיין א גאלד גרוב, האט ער דורך פארשידענע וועגן און אומוועגן געלייגט א האנט אויפן מוסד, און ער האט אנגעהויבן צו אפעלירען ביי די שטאט אז ער העלפט מענטשען,
 מיט מיט עסן פאר פסח, מיט ביליגע דירות, טרעפען דשאבס,
הער מאשינדליך פאר די זקינים, און נאך פארשידענע זאכען וואס איך קען נישט שרייבען צילוב די תקנות פונעם פורם, למעשה, האט ער באקימען שווערע געלטער פון די שטאט, ער האט באקימען עסען פאר פסח, וואס איז נאך איינגעפאקטערהייט אפגעליפערט געווארען צו די גראסערי פון זיינס א ידיד וואס האט עס פארקויפט פאר די וויליאמסבורגער אנוואוינער פאר גראב געלט, און די געלט פאר די אלע פראגראמען וואס ער האט באקימען פון די שטאט ליגט ערגעץ און א כאטקע און די גלילות פון קרית יואל וד''ל

דער משה דוד נידערמאן איז א יוד א גנב!
דער משה דוד נידערמאן איז א יוד א רשע, וואס ער האט מחלל יו''ט געווען און געהאלפען זיינע זאליס ארויסצוווארפען יודען פון זייער ביהמ''ד בעצם היו''ט
דער משה דוד נידערמאן איז א זייפן, און א פעלשער פון די ערשטע קלאס, ער האט צוזאם גענימען פטעציעס, פון יטויזענטער יודן ביי די מציצה בפה מערכה, און עס דער נאך געניצט קעגען סאטמאר און געריכט,

דאס איז נאר א קליין חלק פון זיינעע מעשים טובים, און דיין קישיא וועגן געמויזעכס, איז אזוי, יעדער מעג שרייבען וואס ער וויל, וואו לאנג עס איז מיט שכל, און עס איז אמת, אז מען רעד וואו א פערד און אישו'ס וואס מען האט אן השגה וואו ר' זלמניו האט השגה און די גמרא, און זאכען און נושאים וואס עס איז ככלל נישט באקאנט, נאר מען הערט פון א שוואגער, ברידער, שוועסטער, זיידע, עלטער זידע,  שוויגער וכו' קריכט דאס אביסעל אויף די נערוואוינים, ואתכם הסליחה אויב איר זענט געווארען באליידיגט!!!

 

(21)

 

קארלסבורגער רב צו בני המן: גייט צו דין תורה !

די בני המן עמלקים, זענען געלאפן מיט א ווילדען אימפעט צו הגה"צ שר התורה רבי יחזקאל ראטה שליט"א און געוויינט פאר אים מיט קראקעדיל טרערן... מ'שפארט צו שולן רח"ל, די הייליגע רעבעצין קאקאש קעיק שול וכו' וכו'.

האט זיי רבי יחזקאל געפרעגט:

1) פארוואס זענט איר געגאנגען אין ערכאות?

2) פארוואס האט איר תובע געווען דעם דאך און דעם בעיסמענט, דאס איז אסור לויט אלע דעות, און ס'איז פיל מער פון א בלויזער עיקול?

3) זיי האבן דאך געזאגט אז זיי זענען נאך יעצט מסכים צו גיין צו דין תורה, פארוואס פראבירט איר נישט דאס?

די בני המן האבן זיך גענומען דרייען מיט די צינג, אז שארמאשער און טענענבוים האבן געזאגט. און אז מ'האט שוין געקויפט הונדערטער זעק, מיט 50 שווארצע שופרות, און מ'זוכט יעצט נאר ווער עס וויל עס אנטאן...

ר' יחזקאל האט ווידער געפרעגט, האט איר געהאט א היתר צו גיין אין ערכאות איידער מ'האט אנגעהויבן די געריכטליכע פראצעדורן יא אדער ניין?

האט איר בכלל געשיקט אן הזמנה פאר זיי יא אדער ניין???

די בני המן האבן ווייטער געשריגן, אבער די שול, אבער די רעבעצינ'ס צוואה נעבעך.
האט ער ווייטער געזאגט זייער קלאר: שיקט זיי יעצט אן הזמנה, און נאכדעם וועט מען זעהן. דערווייל האט איר נישט געטאן עפ"י תורה, און איך קען אייך גארנישט געבן.

ופני בני המן חפו !

 

(22)

א טאטלע איבערקערעניש און וויסטעניש, הערשט אצינד ביי די פארמעגליך לעזער, די זאליבאנעצעס, צילוב דעם וואס דער ''הייליגער חבר הב''ץ'' ר' שלמה לייב וויינבערגער הי''ו וואס איז נעבאך אצינד פאר יתום'עט געווארען, האט געוויזען פאר לבן פערלשטיין א גרויסען פייג,

לבן פערעלשטיין מיין זיינע שותפים האחים החשיבים למלכות שמואל קרוס לרפ''ש, האבן אנגעהויבן לייגען אפנארמאלע דריק אויפן חבר הבד''ץ דער נייער יתומ'על, אז ער זאל אוועק לייגען דאס געביין פון זיין פאטער, דער פייער רב ז''ל אונטערען פלויט צו ווישען די גייסטיש באגרעניצטע פארשוינען, ל''ע,

דער ''חבר הבד''ץ'' האט געגבען דאס אנווארט אז ער מיז אנפרעגען דעם גרויסען ראב''ד, (וואו פאסט דאס אז אז א חבר הבד''ץ זאל ארויסגעבן א פסק אן זיך דורך רעדען מיטן ראב''ד???)

דער ''דער ראב''ד'' האט קלאר געזאגט פאר זיין קאלעגע פאר דעם יתומ'על,

אז ער זאל לייגען זיין טאטען און בית החיים של קהל יטב לב ד'סאטמאר

דער לבן דרייט זיך ארום כמעט וואו ער האט זיך געדרייט, דעם טאג וואס ער האט דעם זון זיינעם אנגעווארען, רויט וואו א ברוק, מלא כעס וחימה, שעלט צו זאם דעם נייען יתום, מיט אלע מיסע ווערטער,  וואס איז נאר שייך, ניסח זאלי - דשיגאן, בייסט מיט די ציין  דעם קארפעט,  שימפ און שוימט אז עס איז א מחיה!!!

_

 

פערלשטיין און פיצי יאקאבאוויטש האבן צוגעזאגט צו געבן פאר פאייער רב:

1) א אוהל
2) א גאנצע חלקה פאר די גאנצע משפחה
3) מ'וועט אים אפזונדערן פון די אלע... וועלכע ליגן דארט.
4) מ'וועט האבן מנינים תהלים במשך די שלשים.
5) פאלאק וועט שוין ארויסמופן פון דארט. אומר ועושה.
6) אויב ער לייגט זיין טאטן דארט, וועט מען אים מאכן סגן ראב"ד.

ווען די אלע הבטחות האט נישט געהאלפן האט מען אנגעהויבן מיט בייזן אז מ'וועט אים אפרעדן שידוכים וכו' וכו', מ'וועט אים ווייזען וואס מ'קען וכו' וכו'.

רש"ל וויינבערגער האט געזאגט: מיין טאטע האט מיר קלאר געזאגט אז מ'זאל אים נישט דאמפען אין פאלאק'ס לאט. איך האב אים מבטיח געווען אז איך וועל פאלגן וואס ער הייסט מיר.

טרעפטס מיר איין רב וואס איז מיר מתיר צו גיין קעגן מיין טאטנ'ס דירעקטע צוואה וואס איך האב אים פארשפראכן לפני מותו.

און דא קומט אריין וואס פארשטיי דערציילט, אז ער איז געגאנגען צו ר' מנשה'ן, און ר' מנשה האט אים נישט געוואלט געבן דעם היתר אנצופייפן.

ומעשה שטן הצליח !

ופני המן חפו, חפו, חפו, חפו, חפו חפו חפו טויזענט מאל חפו חפו חפו !

_

די זאליבאנצעס זענען שוין לאנג ביטער אנגעווייטאגט אויף ר' שלמה לייב, זיי טענה'ען אז איז  א לץ, ער מאכט דאס גענאר פון די גאנצע פורים לישכע, און נאר צילוב אים האט די לישכע אזא פנים,

און נאך דעם וואס ער האט געטאן דעם שריט, וואס האט טאטאל געדעמשעט דעם גאנצעם זכור אשר עשה לך עמלק קאמפיין, וואו אויך האט דאס צוגעברענגט אז  ר' מנשה דער ראב''ד, האט קלאר געשטעלט וואו ער פלאנט צו לייגען זיין געביין,
 
איז ערווארטערט אז די זאלי מטרופים גייען דעם ר' שלמה לייב'ען דאמפען, און במקומו גייט מען מצרף זיין צו דעם לישכע הרב ''הגאון'' ''הקדוש'' ''המפורסם''' משולם הכהן  כץ הי''ו,

והעיר שישן צהלה ושמחה

_

 

וועט דער משכיל ר' שלמה לייב איבער נעמען די פאזציע פין משגיח על החלונות אויכעט?

_

 

ווי א וואלקן בראך, האט באטראפען די זאליס מיט די פטירה פונעם פאיער רב, צוליב דעם וואס די נפטר גייט ליגן אינעם בית החיים דקהל יטב לב דסאטמאר בחלקת הרבנים נעבן רביה"ק זי"ע, און נישט אינעם מסרבים לדין פאלאקס לאט צוזאמען מיט די מאנגאס.

הרים והגבעות האבן זיך היינט איבערגעדרייט, אלעס איז געווען אויפן טעלעפאן צו ר' שלמה לייב וויינבערגער, יעדער האט געקאלט געשריגען, געסטראשעט מיט גוטן און בייזן, מסור יודא אליעזר יאקאבוויטש פון פלארידא. ליפעלע קרויס, אברהם בער יאקאבאוויטש, אביש וויינבערגער, זענען אריבער געלאפן צו שלמה לייב געקלאפט אויפן טיש, אז דאס טאר נישט געשעהן. איר הרגט דערמיט אלע זאליס די קהלה אלעס, האט אברהם בער געשריגען. ליפא קרויס האט געשריגען איר האט אנגעפירט מקדש צו זיין פאלאקס, איצט מיט דעם פירט איר אן עס צו מאכן אויס א בית החיים, עס ווערט א פורים אין שטאט, אביש שרייט פאר דעם האט מען דיך געמאכט חבר הבדי"צ זאלסט דאס טאן פאר אונז און ווערן א חבר אהרונים.

ר' זלמן לייב אליין קלינגט און בעט זיך ברחמים ווי צו א גזלן, שאול פערלשטיין מיינט ער כאפט אן הארץ אטאקע, נאך א שטאך אין ריקן פאר אים, זיין זון בלייבט נעבעך ליגן דארט ווי א שעיר לעזאזל. שאול פערלשטיין און יוסף אלי' שלעזינגער לויפן אריבער צום פיאע רב אינדערהיים, מאכן יעלות דארט אויף די משפחה, פערלשטיין שרייט פארדעםם בין איך א מתפלל דא אין פיאע אזוי פיל יארן, אז אזאנעס זאל מען אים צוריק טאן, די אלמנה שטייט נעבעך און קוקט זיך צו ווי די רשעים האבן נישט עפעס אנדערש וואס צו טאן, ווען מתו מוטל לפניו, נאר מיט רציחה און רשעות סטראשענען אויף אלע מיני וועגן. עס האט אויסגעקוקט דארט ווי די 2 גייען כאפן דעם נפטר און לויפן. 

משה גבאי שרייט אז ר' שלמה לייב איז שוין אן אלטער לאו לייף ער מיינט אלץ זיך מיך און איך, ער זאגט איצט זעט מען אז דער ברך משה איז געווען גערעכט ווען ער האט אים געוואלט ווארפן פון תהלות יואל. די זאליס דרייען איבער א וועלט, אבער ר' שלמה לייב זאגט אלעס פיין און וואויל, איך וועל שרייבן חרמות, פאשקאווילען, קעגן די אהרונים, קריכן אויף די בערג ווי א נער מקדש צו זיין פאלאק'ס, איך וועל אלעס טאן.

אבער פורים פון מיין טאטע האלט איך נישט דערביי, מיין טאטע וועט ווערן פורים רב אין די שטאט אז איך לייג אים ביי פאלאק, ער האט זיך די אויערןפ אר שטאפט און זיך אנגעפיפען אין די זאליס.

די זאליס דרייען זיך איצט ארום און שעלטן טויטע מיאוסע קללות קעגן ר' שלמה לייב, זיי זענען שרעקליך אין כעס אויף אים, און ווילן אים אויף שטיקער צופליקען, איצט אין ראדני איז ממש תשעה באב, די קללות אויף שלמה לייב איז עד אין לשער.

נאך א נקודה - די לעצטע פאר וואכן איז ר' ישראל חיים מנשה ממש דיפרעסט וועגן די בית החיים, ער רעדט דערפון טאג און נאכט ווי ער גייט ליגן, ער שיקט צו קהל יטב לב כסדר שלוחים ער וויל פארהאנדלען.

און דאס איז פארוואס ער איז נישט געווען ביי די סעודה כ"א כסלו פון די זאליס היי יאר.

_

 

כ'הער אז ביי די לוי' איז הרה''ח ר' שלמה ווצב''ג - לאנגיעריגער משמש גערופן געווארען צו די לוי' אין האט געוואלט עפענען די רייע מספידים אבער די זאלי'ס וואס זענען דארט געווען מורא'דיג ווילד אין ווי נאר ר' שלמה נעמט די מייק אין די האנט האט ל' ק' געגבן א ווילדע שטופ ר' שלמה, אין געכאפט דעם מייק אין געגבן פאר די זאלי שמש פעלדמאן מיט די שיינע פיאות
נעבעך.......

(ר' שלמה קען שוין די מהלכים וועגן פין די אלע יארען וואס ער האט זיי געדינט, אין איז געגאנגען אין א זייט אן קיין ווארט)

 

(23)

שמילא וואלדמאן פליט פין זאלי חברה קדישא

נעכטן האט זיך שמילא וואלדמאן אויס געפיפען אויף די זאלי קאמפעני אין ער האט מקבר געווען זיין ווייב ל"ע אין די בני יואל חלקה.
אין ער איז שוין איינע פין די זאלי חברה קדישא אלץ שטארף הייסט עס יעצט אז די אליס גייען אים ווארפן פין די חברה קדישא

ישראל כשהן יורדין.

 

(24)

שוטרמישע מיטניג ביי ר' זלמן לייב

נעכטן איז פארגעקומען א שוטרמישע מיטניג ביי ר' זלמן אין שטוב וועגן די מצב פין פאללאק'ס בית החיים
ס'איז לעצטענס געווען היפש נפטרים ביי די העכסטע זאלי'ס אין קיינער וויל נישט גיין ליגן ביי פאללאק'ס.

1) דער פאיער רב
2 ) אשת ר'' חיים ארי' בראווער
3) ר' אלימילך בערגער
4) די פרוי יאקאבוויטש
5) הישיש עהרנפעלד


דארט איז געועון משה בן פראדל ליפא קרויס אברהם בער יאקאבווישט פיצי יאקאבוויטש שאול פערלשטיין
הג"ל איז געווען זייער דעפרעסט אןי דערשלאגן ווי מען קען אפילו זעהן ביי כ"א כסלו איז ער געווען זייער דערשלאגן
דער מצב גייט בכלל נישט אין זיין דירעקשען, דארט איז געווען קולי קולות ס'איז געפלויגן באשולדינגען פין
ר' שלמה לייב ביז להבדיל דעם רבוש"ע.

מען האט דארט צאם געשאלטן ר' ישראל חיים מנשה מיט ר' שלמה לייב ווייל זיי אינטערסעפטן די גאנצע מערכה
זיי ווילן אז ר' זלמן לייב זאל אינטער שרייבן אז ער גייט דארט ליגן, אין אויכט אז הרבנית פעסיל לאה זאל אהין גיין ליגן.

דערוויל איז די גאנצע געלט מערכה טיף אין פאללאק'ס לאט, נישט קיין טאללער פאר קהל קיינער האלט נישט ביים געבן קיין געלט

אברהם בער האט געסטראשט מיט רעזיגנאציע טאמיר ס'גייט נישט ווערן אינטער גענימען דראסטישע שריט.

פרטין יבאו.

 

(25)

שוידערליך: בני יואל התגרות באומות רח"ל

די בני המן פרומאקעס מיט די ברייטע ביבער הוטן האבן געטאן שרעקליכע התגרות באומות רח"ל וואס לאזט זיך נישט גלייבן.

די אויסווארפען וועלכע פאררופען זיך אויפן נאמען פון הייליגן רבי'ן זי"ע, האבן געשיקט א סטראשונגס בריוו צום ריכטער, און דראוען אים, און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי האבן זיך געוואונדן צום שופט, ער זאל פסק'ן זייער סכסוך, נישט די תורה הקדושה.

תורה תורה חגרו שק ! התגרות באומות רח"ל אויפן ארגסטן פארנעם - זיי סטראשען אים אז זיי וועלן נישט לאזן זיין זון ווערן א ריכטער, און וועלן שטימען קעגן אים.

געוואלד, מיר זענען דאך אין גלות, מיר זענען אין אמעריקע, דאס האט דאך רבינו הקדוש זי"ע אלעמאל געשריגן אז מ'טאר דאס נישט פארגעסן, און דא קומען די בני המן מיט די זעק, מיט די ספרי תורה, און סטראשען אמעריקאנער שופטים רח"ל !

פונקט ווי די ציונים פינקט אזוי זענען די בני המן עמלקים !


(26)

 

ריח''מ פר''מ נישט געקומען כ''א כסליו צו מהרז''ל'ס דינער

רבי ישראל ח' מנשה שליט''א געווען כ''א כסליו ביי מהרז''ל?
אין כל העולם כולו שרייבט איינער אז רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן שליט''א וועלכער דינט אלס ראב''ד ביי מהרז''ל, איז נישט געקומען היי יאר צום דינער כ''א כסליו ביי מהרז''ל
(דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי אפוועזענהייט האט זיך שטארק אנגעמערקט סיי ביים מקדש זיין די נייע בית החיים פין מהרז''ל אין סיי ביים נאכגעפאלגטן גענעראל פארזאמלונג אין ראדני - א פאקט וואס קיינער לייקענט נישט)
קען עס איינער באשטעטיגען?
אין אויב נישט זאל מען ביטע ברענגן א בילד ווי ער באטייליגט זיך, לכתחילה ביי די דרשה פין מהרז''ל,

סיי וויאזוי צד מהר''א זאגט עפעס א סיבה דערפאר
כ'בין נייגעריג צו הערן וואס פאר א סיבה זייערע בר פלוגתא'ס זאגען אויף דעם. (פארשטייט זיך אויב עס איז אמת)

אין דאס איז געווען די תשובות אויף מיין שאלה

ר' ישראל ח' מנשה שליט"א האט זשאסט געגעבן א בריוו א קעגן מהר"א'ס פאבליק סקול אין KJ אין דער זעלבע בריוו איז ער שטארק ממליץ דעם הייליגן מוסד חמלה ואמונה

אז די ארונים ווילן אויסטייטשן זיין נישט קומען צום דינער פון מהר"יי צוליב זיין שטארקע בענקעניש נאך ר' אהרן --- זאל זיין אזוי.....

------------------
ואס מישטו דא אריין פובליק סקול, ער פרעגט פארוואס איז ער נישט געקומען, ער איז פארקילט? ער פילט זיך נישט גוט?
-----------------
היות די רעדסט זייער ברמז האב איך מלקט געווען אביסל פון די סיבות וואס ווערן דערמאנט אין כל העולם כולו און געקאפיעט. איר קענט סעלעקט"ן וועלכע עס שמעקט אייך...

ר' ישראל חיים מנשה האט געזאגט פאר הגז"ל אז אויב באקומט ער נישט א שטענדער אין ראדני אזוי ווי הגז"ל האט געהאט ביים טאטען ווערט ער א ארויני....

זיין מענעדשער אין פאסט אפיס האט אים נישט געוואלט לאזן אוועק גיין אינמיטן די ארבעט

אויף די עלטער האט ער מחליט געווען תשובה צו טון און זיך איבערבעטן מיט דעם ראצער א טייטלבוים

די פעיראלל האט זיך געסטאפט סטראשעט ער ביז מען וועט ווייטער צאלן
--------------
ערנסט גערעדט וואס גייט דארט פאר, אפשר קען מען פועלן ביי ריח''מ ער זאל פארלאנגען צד מהרז''ל זיך צו שטעלן צו די''ת?

(27)

א ווארנענוג צי זאליס וועגן ווייטערדיגע ערכאות

היות די זאליס / בני יואל פארקויפן אז זיי ווילן גיין אין פעדראלן געריכט אןי מסר'ן די וויליזש מיט די קהל יטב לב
זאל זיי אין די זעלבע צייט גוט נעמען אין באטראכט, אינז זיצט מיר נישט מיט קיינע פארלייגטע הענט.
 
אינז האמיר א שלל מיט אינפארמציע אויף XXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXXX
השם ישמרנו וחינו וואס ס'איז דא אויף סיי . זאכן וואס מען טאר ניטאמאל טראכן
אויב זיי וועלן גיין אין געריכט וועלן מיר זיך בלית ברירה מיזן באנציען מיט די זעלבע מיטלען.

אין עונשין אלא אם כן מזהירין.

 

 

(28)

רז"ל פייפט אן בני יואל. איגנארירט זיי טאטאל !

די בני יואל האט איינגעלייגט וועלטס פרעשער אויף דעם נועם המידות אז
*  ער זאל זיך אננעמען אויף זייער פארגאסן בלוט
*  ער זאל זיך אננעמען פאר'ן רעבעזכרוינע לעבראווכע
*  ער זאל זיך אננעמען פאר די הייליגע ספרי תורה וואס מ'האט ארויסגעטראגן
*  ער זאל זיך אננעמען פאר די הייליגע רעבעצין
*  ער זאל זיך אננעמען פאר די קאקאש קעיק וואס איז ליידער מער נישטא

אבער דער נועם המידות און מחזיר עטרה האט זיך אויסגעלאכט פון זיי דאס צווייטע מאל.

מוצש"ק ביים דינער פון סאסמאן האט ער זיי אנגעפיפן און קיין ווארט נישט מוחה געווען
נעכטן ביי די כ"א כסלו צערעמאניע האט ער זיי וויידער אנגעפיפן און קיין ווארט נישט געזאגט וועגן דעם.

אנשטאט שיקט ער רעדן שניצלער און מיידלעך שטערן. און ער אליינס איז שטיל ווי א פיש און מאכט דאס גענאר פון זיי.

די בני יואל זשיהאדיסטן באצאלן יעצט א פרייז פאר'ן נישט חנד'לען גענוג דעם נועם המדות און ווייל זיי שטעלן זיך נישט צו צו אים, האט ער יעצט פארפאקט די תורה הקדושה מיט די רעבעזעכרוינע לעבראווכע מיט די קאקאש קעיק אינאיינעם.

ווער עס קוקט גוט זעט אז ביידע זענע לוזערס:
די בני יואל כאפט מכות, און די זאליס לאכן זיי אין די פויסטן. ווי מ'זאגט "מיינד יור אהון ביזנעס"
און די זאליס וועלן ליידן ווייל די בני יואל וועלן שרייען וואו ביסטו ווען מיר דארפן דיך. ביזט א פרא אדם !

און די ארונים שטייען און לאכן. די שול איז פארשפארט, יעצט קען מיידלעך שטערן זינגען און בלאזן מיט שווארצע און רויטע שופרות !

 

_

 

טרעף איך א בני יואל.

איך פיץ מיר אויס די אויערן איך גלייב נישט וואס איך הער, זיסע מוזיק.

ער זאגט מיר: דער עם הארץ זאלי, א טמא'נער יונג, סתם א גארנישט, א לאו לייף, ער טרעט אויף רבנים.

איך בלייב שטיין נישט גלייבענדיג וואס איך הער, איך פרעג אים מיט וואונדער וואס איז געשעהן, די פלעגסט דאך זיין ביזי כסדר רבי זלמן לייב, רבי רבי זלמן לייב, א פיינער איד, ער פירט זיך ווי די רבי זכרונו לברכה...

וואס האט פאסירט?

זאגט ער מיר מיט כעס, קיין איין ווארט האט ער זיך נישט אנגענומען פאר אונז, ער שטייט און לאכט פון אונז, די שארמאשער האט אים געבעטן ברחמים מוצאי שבת אז ער זאל רעדן אין קרית יואל, א פייג האט ער אים געוויזען, דאס זעלביגע נעכטן נאכט, אלע 3 רבנים האבן אים געקאלט אז ער זאל רעדן, אבער ער האט זיך אויסגעלאכט פון זיי.

אלעס ווייל משה גבאי, אליזער קעסטענבוים פירן אים, און זיי זענען זיינע בעל בתים, און זיי האלטן איצט אין מיטען אוועק נעמען פון נחמן בראך די הויז וואס די רעביצען האט אים געגבען, אז ער זאל עס האלטן פאר א מקום תורה ותפלה לזכרה, און אזוי ווי גייען אפשר אפ שפארן די שול בקרוב, און ארויסווארפן נחמן, האט ר' זלמן קיין ווארט נישט גערעדט.

ביז איצט ווי די שאף צו די שחיטה זענען מיר נאך געגאנגען זאלי, איצט איז דאס פארטיג.

 

_

 

שלמה יענקעל איז נעבאך די מערסטע צימישט,

ווייל די רבי זי''ע האט דאך געגעבן בענטשען פאר ר' זלמניו די לעצטע שבת על אדמתו, דרינגט זיך שלמה יענקעל אויף אז דער רבי זי''ע האט געוואלט אז ר' זלמניו זאל זיין רבי,

ועוד איז שלמה יענקל מחדש אז ווען די רעביצען ע''ה ( אויף וועם ר' זלמניו טרעט א צינד און ער האט איר געריפן מכשיפה ) האט געקויפט פאר ר' זלמניו לייכטער אז חיי שרה זאל האבן וואו צו צינדען ליכט, האט זיך רבינו הקוה''ט אנגעריפען ''אזעלכע לייכטער קויפסטו אים? אים דארפען מען רבישע לייכטער'' עכ''ל
( מקור: שר החלום)

 פון דעם דרינגט זיך דער בדחן הירוק אויף אז אז רבינו הקוה''ט זי''ע האט געוואלט אז ר' זלמניו זאל זיין זיין ממלא מקום, רח''ל מהאי דעתה,

אצינד ווען ר' זלמניו האט בנועם מידתיו אריין געריקט א מעסער און ריקן פאר זיינע ידידים די אהבה מתתרת'ניקעס, גליסט זיך פאר  שלמה יענקל צו פארלייקענען די אויבען דערמאנטע עפיזאטאן, אז ר' זלמניו האט נישט געבענטשעט, און דער רבי זי''ע האט נישט געזאגט אז פאר ר' זלמניו דארף מען קופן רבישע לייכטער, 

ער איז נעבאך גוט צימישט,

 

 

(29)

 

שאנדע ! זאליס באהערן א רעפארם יוד כ"א כסלו

ווער ס'האט נאר א קוק געטיען אויף די זאלי סקעזשול פין היי יאר כ"א כסלו היי תיכף געמעערקט אז ס'איז דאס כמעט די זעלבע ווי פאריאר, אין מען קען רואיג זאגן אז די אלע
 בדחנים, רענדערס, פראפארמערס, מארשעליקס, קיינער איינער פין זיי האט נישט קיין זוק יראת שמים, וד"ל

אבער היי יאר האבן זיי געטאן דאס אומגעלבליכס, זיי האבן געטיען א פרעצענדענלאזע אקט וואס אין קיין שום ארטעדקסשיע קהילה אין די וועלט האט נישט געטיען ביז היינט
זיי באהערן א רעפארם יוד רח"ל דער סטיווען קרויזמאן פין לארנאס ניו יארק אלץ אורח הכבוד.
ער גייט נישט אין קיין קאפל איבערן טאג
האט די טמא'נע טעלוויזע אינדערהיים
זיין ווייב גייט אין אייגענע האר
ער גייט אין א רינגל, ער האט א הינט אינדערהיים
ער האט שוין ליידער קינדער מחללי שבתים, פאר קיין שום יוד געזאגט

אויסער דעם איז ער א קרימנאלער מענטש וואס ער איז שוין אנגעקלאגט געווארן.

אין די זאלי'ס זענען נאך מוציא לעז אויפן רבי'ן ז"ל אז ער איז געזעצן אויפן ביטש ביים ים ווי נשים רח"ל דרייען זיך, ווי באקאנט דער רבי ז"ל איז פין דארט אנטלויפן נאך 2 טעג אין צוריק געגאנגען אין יאסל וואסנער'ס דירה אין אויף דעם אנערען אים די זאליס ווייל ער האט דארט געהאט א דירה, אין די רעבעצין איז אהין געגאנגען אנעם פרעגן דעם רבי'ן ז"ל בעפאר.

דעס איז ליידער די פירות פין די אלטע רעבעצין, מען האט אייביג געוואסט אז אלע מאדענע יודען אין אלע נשים מיט לאנגע שאטלען האט מען אייביג געריפן די רעבעצי'ס מענשטן זיי זענען געווען די רעבעצינ'ס פרעינד'ס
אין דער געלער בדחן שלמה יאנקל האט נאסטלגיע פין יענע גלארייכע צייטן ער בענקט זיך נאכן די קאקאש קעיק אין די אלע אפגעפארנע יודען. אין איך דארף נישט ארויס וואספארע פויער ער איז.

אין די גרעסטע פלא איז ווי אזוי דער הייליגער ברך משה האט אמאל געזאגט אויף דעם מסור יאסל וואלדמאן שר"י
אז ער האט נישט קיין תורה קיין חכמה, אין ניטאמאל געלט האט ער.......

דער סטיוון קרויזמאן האט ניט אמאל קיין טאלער צי זיין נאמען, דאס ווייזט רעפארם יוד + מבזה זיין דעם רבי'ן = זאלי

וויפיל אנשי שלמינו זאלן שפרינגען חסדי ה' דארף מען פי כמה זינגען אין האפקען דעם ברוך הוא אליקנו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים אינס האמיר מיט די זאליס נישט קיין שייכות, זייערע מעשים אין מחשבות זענען פיגול ביי זיי איז אלעס צערמאניאל אז אפילו יוסף הערש וויינשטאק ( דער ר' מעשיל געלבשטיין ז"ל ביי די זאליס ) האט זיך אויס געדריקט אז די כ"א כסלו ביי די זאליס היי יאר איז א בחינה פין קליפת נוגה (מעורב טוב ורע )

_

 

א בושה אז ארטאדאקסישע אידן זאלן רופן אזא פערזאן צו זייער פארזאמלונג.

נישט קיין וואונדער אז זיי האבן ליב זיך צו באטיטלען אלס נייטראל/סטאטוס קווא.

ווער האט געגלייבט אז זיי וועלן אנטון אזא אקט פארן ארטאדאקסישן יהדות נאמנה.

מ'קען בלויז דאנקן השי"ת אז די כת האט זיך אפגעטיילט פון סאטמאר.

_

 

דער קרויסמאן איז א מחלל שבת געווען אלע יארן.
זיינע קינדער זענען הולך בדרכיו, און נישט קיין שומרי תורה ומצוות

אזא איינעם אנערט מען?

 

_

 

דער מחלל שבת האט ליידער מבזה געווען דעם רבין' באופן נורא דארט אין זאל.

 

 

(30)

 

מען רייסט זיך ביי הגז"ל אין שטוב וועגן די דרשה היינט נאכט

היינט איז געווען א איבער קערניש ביי הגז"ל אין שטוב, צי מען ער זאל מוחה זיין וועגן די רעבצינ'ס שול
(מען קען מיינען די גאנצע פמליא של מעלה ווארט אויף זיין דרשה )

הגז"ל האט דערווייל אנגענימען די שטעלנוג אז ער מיז זיך נישט אריין אין די גאנצע געשעפט ער האט נישט גערעדט דערפין ביי די זאלי'ס דינער אין קרית יואל מוצאי שבת. ער האט נישט געלאזט ר' ארי' ראזנפעלד זיין דיין אינטער שרייבן מיט הרב מארגענשטערן אין הרב טענבוים.

דעס קומט ווייל משה בן פראדל מיט אליעזר קעסנטבוים מיט יעקב בער האבן אים אן געווארנט צי שטיין ווייט דערפין
ווייל ער האט נאר צרות פין די בני יואל הן אין די קווינס'ער ישיבה לאכן די בני יואל בחורים פין אים ביי קיין איין מערכה שטיין זיי אים נישט צי די האנט ער האט געמיזט צוריק ציען פין מתביתא ברך משה אדאנק די בני יואל אין ביי די וואלן אין קרית יואל געבן זיי נישט צי שטייער קיין פיאסטער פאר די מערכה.

אבער מעכיל שלעזינגער מיט אברהם בער יאקאבוויטש שרייען אז ער מיז יא דערפון ווייל מען האט געטשעפט די הייליגע רעבעצין, אין אויך איז דא א זאלי שפילנטער וואס קומט פין יענעם לאגער איז זיי פארפירן אז ער מיז יא רעדן דערפין

וועלן מיר היינט נאכט זעהן ווער ס'וועט אויספירן.

 

_

 

די בני יואל שעלטן גיפערליך אז ר' זלמן לייב האט קיין ווארט נישט גערעדט וועגן צישפארן די קרעטשמע. זיי שיקן ארום גאר געמיינע טעקס מעסיזשעס קעגן ר' זלמן לייב, אז ער ניצט זיי נאר אויס, אבער ווען זיי דארפן הילף איז ער נישט צים האבן.

_

 

עס איז געווען א מחלקה פון די צוויי בענאקעס פון ר' זלמניו,

דער ממלא מקום יענקל בערעלע האט געשריגען אז ר' זלמניו זאל האלטען דאס פרעסער פארקנאקט, ווייל ער קען דעם טאטען פון די נאנט, וואס ווייניגער ער רעד, איז אלס בעסער, און געזונטער פאר די טובה פון די זאלי פארטיי,

דער חיים הערשעלע פון יפו, האט געשריגען און פארפירט, און גשריבען אימעיל'ס פארן פאטער, אז ניין! מען מיז די ארוינים אנלערנען, מען מיז זיי ווייזען, און ווען ר' זלמניו וועט מוחה זיין, וועט די גאנצע פאמליא של מעלה, די מלכים שרפים, חיות אופני הקודש, מסכים זיין, און קרית יואל ווערן ווערן איבערגעדריייט כסדום ועמורה, תיכף ווען ר' זלמניו וועט אנפאנגען שעלטען און שרייען,

זעט אויס אז בן פראדעל האט נאך אלס דאס לעצטע ווארט, און ער האט געשטימט פאר יענקל בערעלע, זעט אויס ער וויל אים חנפענען ווייל ער וויל נאך האבן די זכיה צו שטיין ואנטערען בענקעל פון דעם בן התימנו יעקל בערעלע

ובכן צדיקים יראו וישמחו, וישרים וישרים יעלוזו טע טע טע טעדאם טע טע דאם באם באם באם!!!!

 

(31)

 

חצוף פערלשטיין רופט הרב זילבערבערג, אנטזאגט !

דער געמיינער יונגאטש שאולי פערלשטיין וועלכער האט אנגעפירט א שמוציגע אגיטאציע קעגן הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג, האט געהאט די חוצפה אים צו רופן צו זייער כ"א כסלו צערעמאניע.

די גבאים דארט האב אים ארויסגעשמיסן פון דארט אז ער לויפט נאך יעצט.

 

 

(32)

 

זאליס באשייגעצן דעם יונגל אהרן טייטלבוים

פראגאנגענע וואך אין די זאלי חדר אויף טראפ עוו. ביי לאנטש האט דער מלמד ואס רעדט צי די קינדער אויס געריפן אז 3 קינדער זאלן ארויף קומען, איין קינד הייסט אהרן טייטלבוים

ווען מען האט אויס געריפן דעם נאמען אהרן טייטלבוים, האט אנגעהויבן ווערן קולי קולות אין לאנטש רום פין אלע קינדער

שייגץ טמא ימח שמו, אין טאמיר ס'איז נישט געווען געניג זענען געשטאנען 2 מלמדים אין געמאכט מיט די הענט אז מען זאל שרייען נאך העכער, ביז די קינדער האבן אנגעהויבן צי ווארפן זאכן אויף עם אימשולדיג קינד דעמאלס האט דער מנהל געהייסן סטאפן.  ע"כ המעשה

דעס זענען די פירות פין די עמלקים פין די היינטיגע צייטן, נישט נאר זייערע שולן אין ווערצהייזער דארף מען פארמאכן
נאר אפילו זייערע פארשלטענע בתי חינוך ברויך מען פארשפארן.
 
אויף די זאליס טאר מען קיין רחמנות נישט האבן זיי זענען רשעים אין מרי לב אין זיי זענען עלול אויף רציחה.

_

 

זייער פארדארבענע חינוך שטינקט ארום אין די גאס
ווי שוין דא באריכטעט איז געווען א ריזיגע פראטעסט אין לאנטש רום ווען ר' אברהם ישעי' ווייס האט בטעות דערמאנט ''ר' געציל זאגט אז''

נעבעך אויף אזעלכע דורות, די לעצטע פאר וואכען שפאנט מען איין פין די צאן קדשים פין די תשב''ר ביז די קווינס בחורים אויף א הייליגע מיסיע: ארומגיין רייסען צעטליך פינעם גרויסען סעודת הודאה פין די סאטמערע.
אין יעדער קען עדות זאגען אז זיי טוען די זשאב בשלימות לויט די מאקסימום פין זייערע מעגליכקייטן אבער ווען זיי זאלען וויסן וויפיל מער געלט ס'ברענגט ווען מענטשן דערמאנען זיך מיט וואס פאר א חינוך מ'האט געוואלט אינזערע קינדער ערציען, אין ב''ה אז מ'איז פין דעם פטור געווארען, דאנקט מען הקב''ה אויף דעם אין מ'איז מוסף מיט א הערליכע הוספה פאר'ן דינער.

פאר א פשוט'ע דוגמא, כאפט א שפאציר ביי איינס פין זייערע בתי מדרשים ספעציעל אין ראדני, ווי יעדע וואך ווערן די ווענט אפדעיטעד מיט די פרישע פאשקאווילן פין זייער פארום אדער פין זייער שמיציגער צייטונג, אין די קינדער שטופן זיך ארום די צעטליך עס צו ליינען. נעבעך פאר אזא חינוך, פאר אזעלכע פירות.

 

 

(33)

מהר"א מסאטמאר: מער נישט קיין ווידיאוס ביי דינערס

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פארבאט ביים דינער דאס באנוצן פון ווידיאוס ביי דינער פון מסודות'ן אין ארגאנעזאציעס אין קרית יואל.
אזוי אויך האט דער רבי פארלאנגט מען זאל מער נישט שיקן די קינדער לערנען מוזיק, ווייל עס נעמט אוועק דעם קאפ פון לערנען.

(34)

 

זאלי'ס און ירושלים שיקן בקשת מחילה פאר מרן ראב"ד הבד"ץ

ווי יעדער איינער ווייסט אז די לעצטע 6 יאר איז מרן רבי משה שטערנבוך ראב"ד העדה החרדית נישט אריין געטרויטן ביי די זאלי'ס און ירושלים דערנאל וואס זיי האבן עטליכע מאל פוגע געווען בכבודו אלץ ווייל ער האט מקיים געווען דעם ולא צגירו מפני איש און זיך נישט דערשראקן פון יצחק ווייס (יוסף 90) און נישט פון יוסף שווארץ און נישט פון נחום אטיק. און דערביי איז ער נישט געלעדנט נישט מסיבות יאר צייט שיעורים וכדו' יעצט האבער האבן זיי איינגעזען אז עס איז נישט קיין תכליס אז ביי די אובן אן פעלט איינער פון די חברי הבית די צדק (און און רחוב יונה ביי די ארונים איז א מעכטיגע שיינע אויבן-אן). און די חושובע'ר ראש בית דין אלץ זיך נישט ביים איבערגעבן און זייערע הענט. און אזוי אויך דעם קומענדיגע חודש אדר גייט ר' חיים הערשעלע פון ירושלים בר מצוה מאכן זיין ערשטן קינד און למען הטראסק דארף זיין שיינע בילדער. פאריגע וואך זענען אראפ געפארן א ספעציעל משלחת פון עלטערע אידן פון די קהילה און ירושלים און הר נוף געגנט און ירושלים צו איבער בעטן דעם ראש בית דין און אזוי אויך מכבד זיין מיט נואם הכבוד. דער חשובער ראש בית דין האט אנגענומען די הזמנה אהער האט ספעציעל נאכאמאל מדגיש געווען אז עס איז דא א תורה און די תורה איז פאר אלעס.

(35)

 

ר' עקיבא וויינשטאק שניידט אריין אין שילד-קרויט !

איך ווייס נישט צי דער בריוו פון ר' עקיבא וויינשטאק איז אמת
אבער ער שניידט אריין אין (שילד)קרויט איז עס גייט א רויעך.

לאמיר הערן די דריי מקבלי שוחד ומגלי פנים בתורה, טענענבוים, מארגנשטערן (שילדקרויט) מיט קויפמאן עפעס ענטפערן.

דאס איז אויסערדעם וואס די דריי באנדידטן האבן אים לעבן נישט קיין גע'פסק'ט קיין איין "חושן משפט" שאלה.
האבן קיינמאל נישט אויסגעהערן דעם אנדערן צד.
האבן א שטארקע נגיעה צו די תובעים בערכאות.

(36)

 

ברעקינג: זאלי פלייש ערנסטע חששות. פראקלאמירט נייע שחיטה

עס קומען פאר געהיימע זיצונגען ביים לאקאלן נועם המדות מיט שוחטים פון שיקאגא, נאכדעם וואס מ'איז געוואויר געווארן ערנסטע חששות ביי די זאלי פלייש.

חששות איבער טריפה ממש און איבער ניקור פראבלעמען, וועלכע זיי טרייען צו פארווישן, אבער עס קומט מער און מער ארויס.

רז"ל האט קודם געזאגט אז מ'דארף גארנישט טאן אבער האט באקומען אסאך פרעשור אז מ'מוז שוין עפעס טאן, ווייל ס'קומט ארויס אין די גאס.

דעם מוצש"ק האט ער געלאזט רופן אן אסיפה פון דיינים און עטליכע שוחטים און דארט איז אויפגברענגט געווארן אז ער גייט פראקלאמירן א נייע "ממליחה ואילך" פלייש !
א נייע "שחיטה מהודורת"... / "שחיטת בית יוסף"  (גלאט גלאט)

(דער רמ"א איז שוין נישט גוט????????)

און עס איז אויך געבליבן אז ער גייט רעדן דערפון כ"א כסלו אינעם וועסטערן פלאזא, ווי ער גייט אויסרופן קבל עם ומלואה, אז "איך  מאך נאכאמאל נאך מיין ברידער... !

די שאלה שטעלט זיך יעצט:
1) מעג מען משנה זיין פון רעבעזעכרויענע לעבראוכע ?
2) האט דער רעבעזעכערוינע לעבראווכע געגעסן טריפה ?
3) מעג מען זיין קליגער פון אונזערע רעבע'ס ?
4) דער רעבעזעכרוינע לעבררואכע האט דאך נישט געהאלטן פון קיין חומרות ?

די קליגערע וועלן אבער פרעגן:
1) פארוואס פארציילט מען נישט דעם אמת ?
2) וועלכע חששות זענען פארגעקומען ביז היינט ?
3) וועט די נייע פלייש נישט זיין ממליחה ואילך ?
4) וועלכע זאלץ וועט מען ניצן, שטיינזאלץ אדער כעמיקאל זאלץ ?
5) וואס איז מיט "צלע י"ב?
6) וואס איז מיט קאשויער רב'ס חששות?
7) וואס איז מיט די טריפה'נע מעסערס?

פרטים יבואו

_

 

ווען איר זאלט וויסען וואס אזעלכע רבנים ווי הגאונים הגר' ישראל דוד הארפענעס, הגר' בנציון שטראסער, הגר' אפרים שמעון לייכטאג, הגר' חיים פיוויל שנעבאלג האבען געזעגט אויף די ביז יעצטיגע שחיטה {אין די תיקון זינט די נייע שחיטה המהודרת פין טעקסאס} (כ'רעדט שוין/יעצט נישט פין די עופות) וואלט זיך די האר פין קאפ אויפגעשטעלט.
זיי האבען עס נישט געזאגט ברבים, כ'וועל עס נישט נאכברענגן אבער..... פרעגט זיי אליין'ס

 

_

 

עס שטעלט אלס מער און מער ארויס אז כ''ק רבינו שליט''א איז דער רבן של ישראל, און יעדע גוטע זאך וואס רבינו שליט''א טיט אויף לטובת הכלל, ווערט איינגעפירט ביי גאנץ כלל ישראל, אפי' ביי די זאליבאנעצעס, ( וואס האבן נעבאך נישט קיין רבי)

 

רבינו שליט''א האט איינגעפירט חתונה תקנות, קימט צו גיין לייזער קעסטנבוים דער אבי אבות הזאליס, און בויעט אויף א פרדס זאל, אז יודען זאלען קענען חתונה מאכען ביליג,

 

רבינו שליט''א פירט איין א באגריף פון א היכל התורה, ווערט מיטאמאל און זופניק א היכל התורה, און ראדני, און אזוי ווייטער, עס ארבייט זיך פשוט נישט אויס, ווייל און א פלאטץ וואס מען ווידערשפעניגט אונעם הייליגען באשעפער, איז נישט דא קיין ס''ד,

 

איצט קימט די שחיטה, די זאליבאנעצעס האבן זיך דער זען און א ערענסטע פראבלעם,  זייט רבינו שליט''א האט איינגעפירט די שחיטה און טעקסאס, האט די מליחה ואילך בוטשער אנגעהויבען אונטעררצוגיין, די סיבה איז פשוט ווייל דער עולם וויל עסן כשר'ס

 

האבן די חכמי חעלעם, די אנפירער פון די זאלי פארטיי געמאכט אן אסיפה, און צו זייער גרויס צער באשלאסען און מען מיז אויך מאכען א נייע שחיטה, פשוט אז דער בוטשער זאל קענען בלייבען אפען,

 

אבער וואס דארף מען מאכען א אייגענע שחיטה, עס איז דאך א שאד אויף די געלט, מען קען דאך מיט דעם געלט צאהלען פאר פארמעגליך – דאסקאהל אד''ג ???

 

איז מען אויף געקימען מיט א עיצה אז מען גייט פשוט אויסשפיעלן דעם עולם, מען האט זיך פארבינדען מיט מיעל מארט, און מען האט באשטעלט ביי זיי א גאנץ טראנספארט פון שחיטת בית יוסף וואס מיעל מארט שטעלט צו פאר די ספרדים און תימענע, און ויהי לשחיטה חדשה, די גראפיגערס זיצען אצינד און גרייטען שוין צו די באמבאסטישע מודעות, פון די נייע זאלי שחיטה, וואס וועט ערשינען מארגען אונעם געאסרטען טמא'נעם צייטונג ''דער יוד''

 

נאך מער עס איז ניטאמאל  די עכטע שחיטת בית יוסף עס איז אביסעל מער גלאט, וואו די געהעריגע פלייש, די עכטע גלאטע פלייש איז נאר די פון טעקסאס, מען רופט עס נאר נישט בית יוסף, ווייל מיר זענען רמ''א יודען,

 

 

(37)

 

זאלי מלמד צעברעכט ביידע הענט פאר יונגל אין לאנדאן

א מלמד ראטענבערג האט אנגעבראכן די ביינער פאר א יונגל סאבאוויטש פון כתה ז', אינעם זאלי סאטמארער חדר אין לאנדאן
עס דרייט זיך איבער די שטאט מיט די מעשה, ווייל שלום ציק דער שלעגער פירער פון די זאליס חדר כאפט אריין פון זיינע זאליס פטור צו ווערן פון דעם שלעגער מלמד, ווייל די ארונים וועלן עפענען קומענדיגעס יאר נאך חדרים און דער סוף וועט זיין נישט קיין גוטער.
ס'איז דא וואס זאגן אז דאס יונגל איז אן ארוני און דער מלמד א זאלי, און דערפאר האט ער אים צעבראכן די ביינער, און דערפאר וויל שלום ציק נישט ווארפען דעם מלמד רוצח, אבער ס'איז נישט קאנפוירמד.
יעצט עפעס אינפארמאציע איבער די סאטמארער תלמוד תורה אין לאנדאן:

דאס יאר תש"ע האבן די ארונים ווי באקאנט געעפנט א חדר אין לאנדאן.
מ'האט געעפנט פון נוירסערי ביז כתה ה'
און פון כתה ט' און ארויף.

פון כיתה ו-ח והאט מען נישט געעפנט, און די רציחה'דיגע באנעמונג וועט אי"ה פירן דערצו.

 

 

(38)

 

ירושלים: שווארטץ אנגעמקלט

פרייטאג צונאכטס האבן די עלטערע בחורים פון ר' חיים הערשלע ישיבה אין ירושלים, וואס כידוע געפינט זיך די ישיבה גדולה אין א שרעקליכען נידריגער מצב, לא יאומן כי יסופר, עס איז א בושה וחרפה פאר ר' חיים הערשלע אז ער האט אזא ישיבה.

יוסעלע שווארטץ וואס איז חיים הערשלע אויסערן מיניסטער.. פירט אן די מלחמה קעגן די בחורים, יעדען שבת דאווענען די בחורים באנאזאם, אבער די וואך האט ער אפגעמאכט אז ער שפארט אפ דאס פלאץ ווי זיי האבן איצט געדאווענט, און מען גייט נעמען די קליינע בחורים דאווענען אויף אן אנדערע פלאץ. דער חכם מחוכם איז אויפגעקומען מיט א מורא'דיגען פלאן אז ער גייט נישט דערציילען פאר די עלטערע בחורים ווי די קליינע גייען דאווענען, אזוי האט ער געטאן און שטרענג אנגעזאגט די קליינע בחורים אז זיי זאלן נישט דערציילען ווי מען גייט דאווענען די וואך שבת.

פארשטייט זיך די עלטערע בחורים זענען געוואויר געווארן פונעם גרויסען סוד... אינמיטען שטילע שמונה עשרה פרייטאג צונאכטס האבן זיי אויפגעבראכען די טיר ווי די קליינע בחורים האבן געדאווענט, זיי האבן געכאפט יוסף שווארטץ און אים שווער אנגעמקלט די ביינער, מיט שווערקייטען האט ער זיך ארויס געראטעוועט פון זיי און אנטלאפען מיט די נשמה אין די האנט.

די עלטערע בחורים האבן געמאכט פונעם ביהמ"ד א חורבן צובראכען און צוקנאקט וואס עס איז זיי געקומען אונטער די האנט.

איצט האט ר' חיים הערשלע געגבען א היתר פאר יוסף שווארטץ צו גיין מסר'ן די בחורים ביי די משטרה.

דאס איז שוין נאכדעם וואס חול המועד האבן די בחורים שווער צוקלאפט און אויסגעבראכען 2 שיניים פון חיים הערשלע גבאי יצחק ווייס.

_

 

א טאטע פון א בחור פון די אויסגעשפילטע ר' חיים הערש ישיבה גדולה, איז צוגעגאנגען צו ר' חיים הערש זינטאג, און אים פארגעהאלטען איבער וואס עס טוט זיך אפ דארט ר"ל.

און ער האט אים געזאגט פארוואס ער לאזט יוסף שווארץ זאל אים פירען, אזא איינער וואס איז געווען א שרעקליכע שונא פון מרן בעל ברך משה זי"ע, און רעדט נאך היינט צוזאם אויף אים כל דבר אסור, פאריגע וואך האט דער שוטה געזאגט אין ישיבה פאר א בחור, אז די ברך משה איז געווען אין אמעריקא דאס וואס קוק איז געווען אין א"י רח"ל.

ר' חיים הערש האט זיך פארגלייזט די אויגען און אים געזאגט אז ער הערט נישט קיין לשון הרע... און ער האט אים געזאגט, אז דאס אז ער רעדט אפען ברך משה, איז דא אסאך גוטע אידן וואס רעדן אויף אים.

שיין דערלעבט

_

לויט די התנהגות פון דעם יאסל שוואנץ, זעהט ווארשיינליך אויס אז ער וועט נאך מאכן פון די זאלי פארטיי וואס בן פראדל האט (כמעט) מצליח געווען צו מאכן פון גאנץ סאטמאר. ער באנוצט זיך דארט מיט די זעלבע טריקן און טאקטיקן ווי פראדעלע'ס אין זיינע גוטע יארן.

הערט א שטוינענדע געשיכטע פון היינטיגן טאג ! יעצט באקומען אין אישי פון ירושלים.

אין אריבער 25 הייזער אין ירושלים, פון בחורים אין ירושלימער ישיבה, האט היינט געקלינגען דער טעלעפאן, און אויף די אנדערע זייט הערט זיך אזוי:

"אגוטן דאס איז חיים הערש, כ'האב געוואלט זאגן אז ווער ס'וועט טשעפען יאסל שווארץ איז אזוי ווי מ'טשעפעט מיר אליין, כ'האב שוין לאנג געזאגט אז ס'איז ידו כידי נפשו כנפשי רוחו כרוחי, און אלעס וואס ער טוהט איז אין מיין נאמען. ווער ס'וועט זיך וואגן אים צו טשעפען וועל איך זיך נוקם זיין אין אים בזה ובבא. און אלע בחורים אן אויסנאם זאלן דעם שבת גיין דאווענען אין די שטיבעלעך."

איך פערזענליך, וואונטש זיי הארציג "יוס"ף ה' עליכם אלף פעמים ככה".

 

 

(39)

ברעקינג: געבראטענע צרות מיט בית פאלאק

די זאליס זענען צופליקט אויף שטיקער, צוהרגט און צושלאגען, חושך ואפילה, איבער פאלאקס בית החיים.

איצט אין די מינוטען קומט די נייעס אז עס האט אויסגעבראכן א פייער ביי איינע פון די הייזער אויף פאלאקס בית החיים, דארט ווי עס ליגן די מאנגאס.

דאס איז ביי די הויז פון רייכמאן, וואס איז אמאל געווען די דירה פון ר' יוסף לייב קאהן, ווי עס קוקט אויס האבן עס די זאליס אונטער געצינדען אז דער רייכמאן זאל ארויסמופן פון דארט.

די לעצטע פאר וואכן איז חושך ואפילה ביי די זאליס איבער פאלאקס בית החיים.

די זאליס זענען אויף געשטאנען פונעם ביטערען חלום, נאך 4 חדשים וואס זיי האבן געסיינט קאנטראקט איבער פאלאק בית החיים, און זיי דערזעהן זיך אין א ביטער פעקל, קיין נארמאלער מענטש וויל קיינער נישט אהין לייגן, אויסער מאנגאס, קינדער, אלטע מיידלעך, וכו', עס איז זיי ביטער ווי א זית, די לאטס אליין האט זיי אפגעקאסט צו קויפן איבער 5 מיליאן דאלער!!!  און זיי דארפן אריין לייגן כאטשיג נאך 1 מיליאן דאלער עס אהער צו שטעלן ווי א בית החיים.

און זייער עולם האלט נישט ביים געלט געבן, פאריגע וואך האט ישעי קרויס אויפגעבען צו זיין דער קלאקטער, נאכדעם וואס ער האט געזעהן אז נאכן פאמפען און פאמפען, געבאקענע דרשות פון די בעקערס עזריאל גליק, לבן פערלשטיין, פייפן זיך די זאליס אויס און האלטן נישט ביים געבן קיין פעני דערפאר, יעדער מיט אן אנדערע תירוץ.

איינער זאגט, 1) איך האלט סיי ווי נישט ביים ליגן דארט, ווייל איך בין א נארמאלער מענטש 2) איך האב נישט קיין מאנגא 3) איך ווייס נישט וואס עס וועט זיין און 10 יאר ארום ווען יעקב בער און חיים הערש גייען זיך הרגענען ווער עס וועט האבן פאלאקס בית החיים 4) די אהרונים קומען אויס אסאך ביליגער 5) איך קען ליגן אין בני יואל לעבן לייטנער 6) גייט צו דין תורה און פארטיג 7) פערלשטיין שרייבט אז ער גייט לייגן יעדן אומזינסט טא וועל איך דאך ממילא ליגן, וואס איז דאס בעטן געלט 8) אז רז"ל האט א פראבלעם צו שרייבן שטרי בירורין זאל ער באצאלן 9) איך גלייב נישט פערלשטיין א ווארט, ער האט אונז צוגעזאגט אז די אלטע בית החיים האבן מיר 10) און די קליגע זאגן נאך בעסער... מען גייט דאך צוריק האבן די אלטע בית החיים... מארגן.. באלד... פריער... שפעטער... אלעס בלייבט ביים אלטן...

די סך הכל איז, די זאליס האבן נישט קיין געלט געמאכט, נאך אלע פאמפען האבן זיי נישט צוזאאם געקראצט קיין 100 טויזנט דאלער!!!

פאריגע וואך איז אריין אברהם בער יאקאבוויטש יו"ר פון פאלאקס בית החיים צו רז"ל, און ער האט געזאגט אז אזוי ווי ער זעהט אז דער עולם געט נישט קיין פעני, און פון די אנדערע זייט האלט דער עולם נישט ביים לייגן נפטרים דארט, גיט ער אויף. און פון היינט און ווייטער האט ער מער גארנישט מיט פאלאקס בית החיים, און ער דארף צוריק די האלב מיליאן דאלער דיפאזיט וואס ער האט שוין איין געשטעקט דארט. אברהם בער האט ביטערליך פארפירט, אז ווי ער איז נאר געגאנגען נאך געלט אפילו ביי די גרעסטע זאלי עשירים, און ווער רעדט נאך ביי פרעמדע, האט אים יעדער אויסגעלאכט און אים גארנישט געגבען.

רז"ל האט אנגעהויבען זיך צו בעטן צו אים מיט טרערן אין די אויגען, ער האט אים מסביר געווען אז ער וועט זיך שעמען ארויס צו גיין אויף די גאס פאר בושה, אברהם בער האט אים געזאגט אז עס אינטערסירט אים נישט, אים איז גוט צו ליגן לעבן זיין רבי לייטנער, אז רז"ל האט א פראבלעם ווי צו ליגן זאלט איר צוזאם שטעלן די געלט, אבער איך בין פארטיג דערמיט. רז"ל האט זיך געבעטען צו אים ווי צו א גזלן, אברהם בער האט אים געזאגט דאס איז עס, גענוג איז גענוג, איך בין נישט אייער בהמה, יעדער האט זיך אפ געלאזט און קיינער העלפט מיר נישט, מען האט געמאכט דעם חשבון אז עס וועט ליגן אויף מיין קאפ אזוי וועל איך זיין דער אייזל און באצאלען די 5 מיליאן דאלער פון מיין טאש, איך האלט נישט דערביי.
 
ער האט איבער געלאזט רז"ל מיט פאלאק לאט אפען קאפ.

פון די אנדערע זייט האבן די זאליס געבראטענע צרות, די מוכרים פאלאק, רייכמאן, וואלהענדער, האבן זיך פאריגע וואך צוזאם גענומען און סטראשנען די זאליס, אז טאמער זיי קלאזן נישט ביז אפאר וואכן גייען זיי מער נישט לאזן לייגן קיין נפטרים דארט, ווילאנג זיי גייען נישט קלאזן.

די מוכרים ווייסן אז איצט האבן זיי די זאליס אין די האנט, ווייל זיי האבן שוין דארט אפאר משכונות, טוען זיי מיט די זאליס וואס זיי ווילן, און טרייבן ארויף די פרייז.

די זאליס האבן געמיינט אז זיי וועלן אריין ריקען דארט אפאר מתים, און דערנאך וועלן זיי גיין צו די מוכרים און זיי זאגן, אז זיי מיזן אראפ לאזן די פרייז אז נישט ציען זיי צוריק פון די מכירה, און די מוכרים וועלן נישט האבן קיין ברירה ווייל וואס טוט מען דא מיט די מאנגאס וואס ליגן שוין דא. אבער די מוכרים האבן געטאן דאס פארקערטע און זיי זאגן איצט האבן מיר שוין אפאר משכונות, קומט עטץ מיט די געלט איז גוט ואם לאו לאזן מיר מער נישט באגראבן.

איצט איז חושך ואפילה ביי די זאליס, עס הערשט א שטיק בית החיים דארט, און זעהן זיך נישט ארויס פון די ביטערן פאלאק פלאנטער.

 

 

(40)

ברעיקינג: בייק לעין אויף בעדפארד אראפגענומען געווארן!

אשריך רבי ארי' לייב גלאנץ שליט"א!!!

אשריך אשריך!!!

שרייען אויס די טויזנטער וויליאמסבורגער אידן!

בשעת דער גנב משה דוד נידערמאן האט אנגעברענגט אויף אונז די בייק לעין, און עס געשטיצט ביי די קאמיאנטי בארד, איז איצט אפגעטאן געווארן די פארברעך וואס דער גנב האט געברענגט אויף ווילי.

אשריך רבי ארי' לייב גלאנץ שליט"א!!!

_

 

עס דערמאנט פונעם גנב וואס האט אנגעצינדען א הויז, און ווען עס האט שוין גוט געפלאקערט איז ער געקומען צו לויפן מיט אן עמפער וואסער אין די האנט שרייענדיג אז ער ראטעוועט...

משה דוד האט אנגעברענגט די בייק לעין, איצט שרייט ער אז ער האט עס אוועק גענומען... און ער ראטעוועט ווילי...

 

 

(41)

 

סקאנדאל : מזיזות פארקערט אין פרדס זאל

נעכטען איז געווען א חתונה איז פרדס זאל אינמיטן די חתונה איז אנגעקומען ר' אפרים הערש שמילאוויטש דער רבי פין קרעמניץ אין ער האט אנגעבויבן צי פארפירן אז די מזיזות זענען פארקערט געלייגט געווארן ביי די טירן

ר' זישא כ"ץ האט אבער געזאגא אז הגז"ל האט עס געלייגט דער ר' אפרים הערש האט געגעבן א קוק אן דעם ר' זישא מיט א בליק אין אזוי ווי געפרעגט די צידרייטער וואס מאכסטו מיך משיגע
אין זיי האבן זיך ביידע צי לאכט.

דערווייל לויפט ר' אפרים הערש פארפירן קעגן די מזיזות אין פרדס זאל.

 

(42)

 

שוידער ! רב זילבערבערג קענסלט דעם שבת

שרעקליכע נייעס אין א חילול השם ווערט יעצט אנטווילקט.

הרב זילבערבערג האט געקענסלט דעם שבת אין ווילאימסבורג אלץ א רוזלטאט פין שרעקליכען טעראר פין די זאליס
וועגן ראס קעסיל אין דער עירוב..
 
ליידער א יעדע רב/רבי וואס האט דעס יאר באזיכט וויליאמסבורג איז געפיינגט געוארן אין געמיזט דורך גיין בושות פין די זאלי באנדע.

_

 

איך ליין דא די לעצטע פאר וואכן האר אויפשטעלנדע טעראר אקציעס וואס די קווינס בחורים דרייען אן די לעצטע פאר וואכן אין ווילי, איך קען פשוט נישט פארשטיין, זענען די זאליס טאקע די רוב אז יעדער רב שרעקט זיך פאר זיי?

 

_

דאס וואס איך האב געשריבען היינט צופרי.

טעראר: זאליס מערכה קעגן הרב זילבערבערג

איצט איז געקומען די רייע אויף הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א וואס קומט די וואך שבת פראווענען אויף ווילי.

די זאליס לייגן איין וועלטן אז ר' צבי מאיר זאל אונטער שרייבן א בריוו קעגן די עירוב אין ווילי, שמעון ווייזער פון UJO איז די גרעסטע אנפירער פון די טעראר מערכה, ער פרובירט מיט גוטן און מיטן בייזן, די נאכט האט ער געמאכט פאני קאלס א גאנצע נאכט צו ר' צבי מאיר אין שטוב מיט אלע מאוסע לאזונגען ווי מחללי' מות יומת, מחלל שבת, אויך יוסעלע פליט פון דבר יום ביומו האט געקאלט א גאנצע נאכט.

ווייזער האט געזאגט פאר ר' צבי מאיר אז יעדער רב וואס קומט אויף ווילי מיז אונטער שרייבען קעגן דעם עירוב, אז נישט מיינט דאס אז ער שטיצט די עירוב, און ער שטיצט מחללי שבתים.

איצט גרייט צו ווייזער מיט יוסעלע פליט א מערכה כבידה קעגן ר' צבי מאיר, די ווילי גאסן וועלן באקלעבט ווערן, און אך און וויי וועט זיין מיט די סיין פאר ר' צבי מאיר הויז.

איצט איז געקומען די בשורה אז רבי צבי מאיר קענסעלט דעם שבת אין ווילי, צוליב מורא אז די זאליס וועלן אים נאך באקלאפן.

_

 

ה ז ד ע ז ע י ! ! !

רבי צבי מאיר זילבערבערג לא ישבות בשבת ויצא בוויליאמסבורג!!!

עלבון התורה ובזיון תלמיד חכם באופן נורא!

אי' העיט ואי' הסופר להכתב על החוצפה הנוראה והטרור אכזרי אין דוגמתן מהמערכה שפילה שהזאלונים ערכו נגד הגאון רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א.

כבר כמה חדשים נקבע שהגאון רבי צבי מאיר שליט"א ישבות בשבת ויצא בעיר וויליאמסבורג, ויערוך התפלות והבאטע באולם הגדול ראז קסטל.

הזאלונים אחר שהסתיימו הטרור נגד האדמו"ר מסקווירא, התחילו עם הטרור נגד רבי צבי מאיר שליט"א!!!

בין הדברים שהזאלונים תבע:

א. שיכתוב מכתב חריף נגד העירוב בוויליאמסבורג.

ב. שלא יערוך התפלות והבאטע בהאולם ראז קסטל ששייך להנגיד רבי יצחק רוזנבורג מראשי קהלה סאטמר.

ג. שידרוש רק בביהמ"ד של הזאלונים ולא בביהמ"ד של אהרונים.

ד. יתאכסן רק אצל חסיד זאלוני.

הטרור והרדיפות בימים האחרונים עד אין שיעור אי אפשר לתאר, צלצלו ושלחו שלוחים לרבי צבי מאיר יום אחר יום שיסכים על התנאים הנ"ל. אחר שלא עלתה בידם ומיאן לקבל, ולא השתחוה למעשה אלימות וטרור. נטלו כל כלי זיינם למלחמה, והתחילו טרור נורא ושפיכת שמים נגדו, באופן גס ומחפיר אשר תצילנה אזני כל שומע.
 
לא יאומן כי יסופר עד היכן נתדרדרו, הודיעו לו שינקם בזרוע ויבזה אותו בבזיונות שפלים כשיבוא, כל השבת יעריכו מלחמה כבידה נגדו, ויצעק עליו ברחובות, יתפרסמו כתבי פלסתר בשווקים וברחובות לרחצה, וכו'. בחורי ישיבת קווינס צלצלו לביתו ביום ולילה בחירופין וגידופין בצעקות בלע ושמץ.
 
בשבת העבר הבדיקו זאלונים מודעה שקר בהבתי מדרשים שרבי צבי מאיר יערוך באולם קאנקארד, והיום פרסמו ברחובות פאשקאוויל הכונו תושבי וויליאמסבורג "מחלל שבת בא".

ולדאבון בית ישראל, ולדאבון תושבי וויליאמסבורג הודיע היום הגאון רבי צבי מאיר שליט"א שמבטל השבת בוויליאמסבורג.

 

(43)

בילד וויאזוי דער מישמאשער צדיק בענטשט יאסעלע וואלדמאן

ס'איז דא א באוואוסטער בילד וויאזוי דער מישמאשער צדיק הרב מארגנשטערן בענטשט דעם מסור און מענטעל קעיס יאסעלע וואלדמאן בשתי ידים. ווער ס'האט די בילד ווערט געבעטן עס ארויפצולייגן דא, יישר כוח.

זאל יעדער זען וואספארא מישמאש ער איז.

 

(44)

 

שאק? נידערמאן באגנבעט עלטערע אידן!!!


ביי די עפנענוגס צערעמאניע פין משביע אין וויליאמסבורג האט נידערמאן אויפגעטרעטן אין צווישען באדאנגט ער זיך דארט פאר מר. הערי ארענשטיין (וואס ער געט אסאך געלט פאר מעד קאנסול זיי זאלן טייטלן עסן פאר ארעמע אידן אין האט געגבען אסאך געלט פאר משביע), אויכט געט ער אסאך געלט אז מען זאל געבען פאר עלטערע אידן וואס דארפן הירינג עדס אדער גלעזער וכדומה, אין משה דוד זאגט אים דארט אינדערמיטן קוקט דא ביי 3:20 וז"ל

Let me say something else which is from the bottom of my heart, I want to really tell you thank you on behalf of the hundreds of seniors close to 1500 seniors who receive our services,

 

And because of you they have a better life, because of you they have herring ads, and they have other important things as glasses and every thing, so they can go on and continue with their life thank you very moth


יעצט לאמיר זיך אלע אליין פרעגן האט שוין איינער געהערט אדער ווייסט איינער פין א עלטערע איד וואס באקומט פין  UJO הערינוג עדס אין גלעזער אדער אנדערע זאכן??? ער זאגט אז קרוב צו 1500 עלטערע אידן באקומען עס פין אים!!!

אוודאי בדאנקט ער זיך פין די "באדעם פין זיין הארץ" אז ער קען זיך אנפילען די טאש אין באגנבענן דעם איד, וואס מיינט נעבעך אז ער געבט גרויס געלט פאר צדקה אין ער הלעפט הונדעטער עלטערע אידן באקומען זיין הילף, אין דער גנב פילט זיך אן זיין טאש מיט די געלט, אין לאזט די עלטערע אידן אויפן וואסער.

עד מתי יהי' זה לנו למוקש?? ווילאנג נאך וועט וויליאמסבורג דארן לאדען פין דעם גנב?? ווילאנג נאך וועלן מיר אים לאזן באגנבענן וויליאמסבורג אין עלטערע אידן אין שטיין שטיל אין די זייט??

 _

מאיר הירש מאכט נישט קיין געלט פון נכסי ציבור?
מאיר ווערטהיימער מאכט נישט קיין געלט פון נכסי ציבור?
יענקל פריינד מאכט נישט קיין געלט פון נכסי ציבור?
ארי' לייב גלאנץ, חיים ווערצבערגער, קאט די קרעפ,

 

(45)

משביע קאך איז געווארן א מעיזשער ביזנעס

משביע, איז געווארן א ביזנעס פונקט ווי אלע גרויסע
זיי עפענען שוין יעצט איבעראל און אלע אידישע געגענטער און באקומען מיליאנען דאלארן פון די גאווערמענט
אלעס און זכות פון ר ישעילע !

_

 

זאלן זיי מאכן מיליאנען ווילאנג זיי טיילן דערפון פאר אידישע קינדער און זענען מחי' 100דערטער אידן יעדן טאג.

זייער זכות איז גאר גרויס.

נעמט אקוק וואס די גנבים ווי ODA קעסטענבוים וואס האט א גאנצע 4 שטאקעדיגע בילדונג אויף העווארד סט. נאר פאר פאגראמען (חוץ די מעדיקעל סענטער) און פאקט פראגראם אויף פראגראם אין טאש אריין, עס איז נישט דא איין איד ווען זיי האבן געהאלפען, נאר פארקערט צענדליגער אידן אונטער געברענגט וואס האבן געוואלט טוען די זאכן פארן ציבור.

דאס זעלביגע איז מיט דעם גנב נידערמאן וואס האט איבער 50 פאגראמען ואס ער פירן אן פאר ווילי, און קיינער איז נישט נהנה דערפון נאר זיין ווייב אין קינדער וד"ל.



המשך יבוא



תוקן על ידי פארמעגליך2 ב- 06/01/2010 22:27:26




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2010 22:18 לינק ישיר 

(46)

מודה ועוזב: רז"ל פיליפ אויס מסרב לדין

 אין די איצטיגע טעג ווערט געמאלדן מיט גרויס פרייד אז ב"ה רז"ל פיליפ האט זיך געבויגן צו די הוראת הבי"ד פון רבי נסים קארעליץ און ער האט שוין אנגעהויבן צו אויספאלגן דעם פסק פון די בי"ד.

עס מוז דא באטאנט ווערן אז די ארבעט דא אויף הייד פארק האט אויפגעטהון זיינס און נאכן אויפדעקן לעיני כל די אומגלויבליכע סירוב לדין ולא ציית דינא פון רז"ל פיליפ וסייעתו אונטערן נאמען פון "תלמוד תורה רבינו יואל בני ברק" צו אויספאלגן דעם פסק בי"ד בנוגע די באצאלונגען פאר די בני המשפחה פון דער לאנג-יעריגער מנהל הת"ת הרב רחמים בר משה שליט"א, עס האט שוין געהאלטן עד כדי כך אז די בי"ד ידוע ומפורסם פון הגר"נ קארעליץ האבן שוין ארויסגעגעבן א היתר זיך צו ווענדן צו די ערכאות און ארויפצווינגען א עיקול אויף רז"ל פיליפ'ן.
ווי פארשטענדליך האט דאן די נייעס אויפגעשוידערט יעדן מענטש וואס טוהט איהם וויי חילול ש"ש צוזעהנדיג אז נישט קיין צוויטער פון א דיין א מכלומרשטער קנאי (?) זאל זיין א פרעכער מסרב לדין ולא ציית דינא און וואו ביי א בי"ד וואס ער האט זיי אויסגעוועלט צו דן זיין איבער דעם סכסוך בנוגע אט די "געוועזענע" ספרד'ישע תלמוד תורה.
די זאליס האבן נישט געוואוסט וואו זיך אהין צוטהון מיט די מעשה נבלה פון רז"ל פיליפ (נישט רז"ל פיליפ און נישט ריח"מ פרידמאן...) נאך עטליכע טעג האבן זיי שנעל צוזאמגעשטעלט א קונטרס (ווי זייער נוסח אין אזא פאל) און פארענטפערט די עבירה פון פיליפ'ן מיטן אויסטרעפן א גרעסערע עבירה אויף דעם בר משה אז ער נעמט געלט פון די רעגירונג, אבער זעהענדיג אז די תירוץ ארבעט זיך נישט אויס, האבן זיי געוואלט אפלייקענען די גאנצע פסק פון בי"ד דורכ'ן אויסשטעלן א צווייטע פאלטשע בריוו פון בי"ד וואס וועט אלעס אפלייקענען.
דער שעיר לעזאזל יואל יוזשעף בן עזריאל איז געלאפן צום בי"ד מיט די פאלטשע בריוו און זיי געזאגט אז דאס האט ברך משה געמאכט, די בי"ד האט אריבער גערופן דעם בר משה און געהערט פון איהם אז ער האט נישט קיין יד אין דעם, האבן זיי נאכן גובה עדות זיין באשריגן דעם יוזשעף מיט קולי קולות אז ער זאל איבערגעבן פאר פיליפ'ן וסייעתו אז זיי שרעקן זיך נישט פאר די אלע דריידעלעך אין די טמא'נע אינטערנעט וכדו' דאס וועט זיי נישט ברעכן פון צו משמיע זיין די דעת תורה אז זיי זענען מסרבים לדין, זיי האבן איין איינציגע ברירה אראפצונעמען די אות קין דורך אויספאלגן דעם פסק בי"ד תיכף ומיד.
עס האט נישט געקומען קיין גאנצע מעת לעת און דער שיק אינגל איז געקומען צולויפן מיט א גרויסע חלק פון די סומע וואס מ'האט געדארפט אראפלייגן לויט די פסק, און טאקע גלייך האט די בי"ד ארויסגעגעבן א בריוו אפצוהאלטן דערווייל זייער ביז יעצטיגע היתר זיך צו ווענדן צו די ערכאות.
יעצט האפט מען נאר אז ר' זלמן לייב (פיליפ) זאל משפיע זיין אויף ר' זלמן לייב (ט"ב) אויך דאס צונאכמאכן און זאפארט ארויסציען די תביעה פון די ציוניסטישע געריכט און אונטערחתמענען שטרי בירורין כדת תורה.
געדענקט: תשובה צו טהון איז נישט קיין בושה, ומודה ועוזב ירוחם 
 

(47)

הגה''צ ר' חיים לייב כ''ץ גאב''ד סערדעהעלי שליט''א ציגאסט אין וומ''ס

די פארגאנגענע שב''ק האבען תושבי וומ''ס געהאט צו ציגאסט הגה''צ ר' חיים לייב כ''ץ שליט''א גאב''ד סערדעהעלי
ווי א שיינער ציבור האבען זיך באטייליגט ביי די תפילות אין באטע אין ש''ש.

-------------
אבער די זאלי'ס................ איז דאס נישט געווען ניחא, ווייל........... ער גייט דאך נישט אין שפאן, אין אראפרייסען די צעטליך איז דורך די קווינס בחורים איז נישט געווען גענוג, (דאס טוט מען דאך שוין היינט פאר כמעט יעדע מוסד..)
האבען די נערים המונערים נאכגעשריגען דעם חשוב'ן ת''ח ויר''ש דעם שבת ציפרי.

וויי פאר אזא חינוך, המבזה ת''ח וכו'

(48)

לע"נ הרבנית מרת חי' רויזא ע"ה

מען דארף א טראכט געבן די רשעות וואס מען האט קיינמאל נישט אפגעשטעלט, און נאך עד היום גייט עס אן באונס או במזיד, רביה"ק זי"ע האט געהאט דריי טעכטער וואס זענען ל"ע אועק אינגערהייט, נישט איבערלאזענדיג קיין דורות און קיין זכר נאך זיי, מרת חי' רויזא, מרת אסתר, מרת רחל.

א נאמען געבען און פאראייביגט א לע"נ, האט מען נאר נאך צוויי, בית רחל, בית אסתר, אבער פאר די עלטסטע טאכטער בית חי' רויזא נישט.

סאטמאר האט בנינים לרחצה אויף דער גאנצער וועלט, תלמוד תורה, מיידל שולע, בתי מדרשים, קעמפס, כוללים, ישיבות, גמ"ח, ביקור חולים, שמחה זאלן, מקואות, וכו', אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעקוואד, בעסוואטער, לאנדאן, אנטווערפן, מאנטשעסטער, מאנטריאל, ארגענטינא, בני ברק, ירושלים, אלעד, און נאך, אבער קיין איינע פון די בנינים, צו אפילו אין די בנינים, געפינט זיך נישט די נאמען פון מרת חי' רויזא, לא יפקד ולא יזכר.

פארוואס? דאס איז א שטיק רשעות וואס איז אומעגליך צו באשרייבן, נאר אזוי פיל אפען שפיץ גאפל, די נאמען חי' רויזא איז חזיר טרייף געווען ביי...? און אירע מענטשן פירן נאך עד היום קריג מיט אלע כוחות אויסצורייסען איר נאמען, און ווער עס האט נאר געוואלט מאכן א זכר פאר די צדיקת חי' רויזא איז גלייך געווארן א שייגץ טמא, און גערוידפט עד חרמה, און זיכער האט מער נישט באקומען קיין בעכער ביי די בר מצוה, און לייכטערס ביים חתונה מאכן.


עס איז שוין די העכסטע צייט מען זאל אפשטעלן די רשעות, און מען זאל אנהייבען א נאמען געבן נאך איר, א מיידל שולע, בית המדרש וכו'.

פארוואס האב איך מיך דערמאנט איצט, ווייל די מוסרים מלשינים פון קרית יואל, וויינען און שרייען אז מען וויל רח"ל אויסרייסען די נאמען פון הרבנית מסאטמאר ע"ה, און מען וויל נישט פאלגן איר הייליגע צוואה, מען וויל אפשפארן די ביהמ"ד וואס שטייט לעילוי נשמתה.

איז אזוי, ווי איך הער איז זייער שרעק אינגאנצען אומזינסט, און א פאלטשע געוויין, ווייל קהל יטב לב פלאנט אי"ה טאמער וועט צוריק איבערנעמען די גע'גנב'טע הויז, וועט מען ווייטער לאזן רוב חלק פאר א ביהמ"ד, צו היכל טישן וכו', וואס וועט ווייטער זיין לע"נ הרבנית ע"ה, איר נאמען זאל ווייטער זיין צום געדענקען, לעילוי נשמתה בעולם העליון, חוץ דעם איז דא צענדליגע בנינים וכו' וואס הייסן נאך איר און איז לעילוי נשמתה.
 
און ארגסטן פאל, אז איר נאמען וועט אראפ גיין פון א קרעטשמע וואס מען רעדט דארט צוזאם א גאנצן טאג כל דבר אסור, און מען טוט דארט כל פעולות שבעולם אונטער צו ברענגען די מוסדות און קהלות וואס רביה"ק זי"ע האט אויפגעשטעלט, און אלע מוסרים ומלשינים מסרבים לדין זיצן דארט און שטיפען דעם טאג, וועט עס נישט שאדן טאן פאר איר נשמה בעולם העליון.

אבער און די זעלבע צייט זאל מען דארט אויך מאכן א שטיבל ללימוד התורה לע"נ הרבנית הצדיקת מרת חי' רויזא הי"ד, אז איר הייליג נאמען זאל אויך זיין צום געדענקען, און אלע זכותים זאל גיין לטובת איר הייליגע נשמה.

פארוואס וויינען נישט די מוסרים ומלשינים אז די נאמען פון חי' רויזא האט מען אויסגעריסען?

פארוואס וויינען נישט די מוסרים ומלשינים אז נאך עד היום ארבעטן זיי מיט אלע כוחות אויסצורייסען איר הייליג נאמען?

ת.נ.צ.ב.ה.

_

השם ינקום דמה

_

עס לאזט זיך נישט גלייבן וואס דא שטייט, דאס הארץ ווערט צוריסען.

שטייט דא א רבן של ישראל א קדוש וטהור, און הייסט אז דאס ביהמ"ד זאל הייסן לע"נ זיין לעצטען טאכטער חי' רויזא ע"ה, וואס איז נעבעך אוועק געריסען געווארן פון אים, דאס צער פונעם רבין זי"ע איז דאך נישט מעגליך פארצושטעלען, דאס הארץ בלוט נאר פון טראכטן דערוועגן.

אבער מען פייפט אים אן, און מען לאזט נישט טאן זיין רצון.

איך מיין אז מען זאל ארויף לייגן איצט א סיין פאר חי' רויזא בבית מדרשינו אין בני ברק, צו ערפילען איינמאל פאר אלעמאל די רצון קדשו פון מרן רביה"ק זי"ע, און אפשטעלען די רשעות פונעם תמחה זכר חי' רויזא מתחת השמים, וואס גייט נאך אן ליידער עד היום.

 

(49)

ריי שריט אינטערגענימען קעגן שומרי החומות

נעכטען איז געוען א אסיפה פין 25 מענטשן פין קרית יואל וויליאמסבורג בארא פארק אין מאנסי
אין ס'איז געווען א טייל פין די קהילה מענטשן אין ס'איז באשלאסן געווארן.

אז טאמיר שומרי החומות גייט זיך נישט ברעכן אין ווייטער אדווערטייזן אין דער שונד בלאט דער איד
גייט מען מאכן א קאמפיין ארויס צי ווארפן די פישקע פין איבער 6000 הייזער פין אנשי שלומינו.

אז טאמיר דער קדוש מניערו (דער היטשען כאפער) שלמה מייער
מיט דער פאפאנער (חכם)  ישעי' שווארץ
האלטן אז ס'איז וויכטעגער דער איד ווי זיך צי צישטעלן צי קהל יטב לב
זאל מען נישט האלטן קיין שומרי החומות פישקע אינדערהיים.

בשם ה' נעשה ונצליח.

_

די עסקנים האבן געבעטן איבער צי געבן
אז פאר די מערכה איז זייער זייער וויכטיג צי זעהן פאר א יעדן פרייז אין דער וועלט אז דער קדוש מניערו שלמה מייער זאל זיין ארויס פליען פין שומרי החומות ער האט העכער זיך בעלי בתים וואס זיי זענען בעל בית אין שומרי החומות

הרב יושע האלנדער
הרב אפרים ראזנפעלד
הרב מיכל רובין
הרב פייוויל האפמאל
הרב ישעי' שווארץ

מען בעט א יעדן איינעם וואס קען זיך מיט איינע פין זיי זאל זיי בעטן למען הקיום פין דעם כולל זאל מען ארויס ווארפן שלמה מייער

דער קדוש מניערו שלמה מייער איז דער גרעסטער אבסטיקעל פאר די מערכה ער באלנגט נישט אין אזא חשוב'ן כולל

ס'איז א חרפה אין א בושה אז אזא יוד ווי שלמה מייער זאל זיין דער פירשפרעכער ביי שומרי החומות ביז ווילאנג שלמה מייער איז  דארטן גייט מען ליידן פין שומרי החומות.

­_

דאכט זיך אז דאס איז די בעסטע תקנה וואס איז נאר אמאל ארויסגעקומען פון דעם קהל'ישן אפיס.

דאס איז נישט קיין פארטיי אישו אז מען זאל קענען זאגן אז ס'איז פאליטיקעל קארעקט אזוי אדער פאליטיקעל קארעקט אזוי. דאס איז א אידישקייט זאך און אויף אידישקייט קען מען נישט איינגיין אויף קיין פשרות.

דא רעדט זיך פון א צייטונג וואס האלט אויף מנובלים וואס זייער גאנצע קאפ ליגט אין טינופת (וד"ל) מבזה צו זיין אונזער רבי'ן שליט"א. עס איז נישטא קיין שום היתר אין די וועלט פאר קהל מחזק צו זיין די וואס געבן חיזוק פאר אזא שרעקליכע עבירה. ווער ס'וויל אדווערטייזן אין דער איד קען עס טאן בכבוד גדול, אבער ער קען נישט קומען דערנאך און בעטן שטיצע פון אונזער היימישן עולם אין אונזערע שולן.

קהל האט נישט גע'אסר'ט פאר קיינעם צו אדווערטייזן אין איד. ווען קהל וואלט דאס געטאן וואלסטו געקענט זאגן אז ס'איז א סטופעט תקנה.

_

אפשר וואלט מען געדארפט טוישען דעם קעפעל פון דעם אשכול,

א רייע שריט דארף גענימען ווערן געקען שלמה מייער,

איך האב גערעד צו א גרויסער עסקן פון כולל שומחי החומות, ער שרייט חי וקים, אז דער שלמה מייער, מיט זיין געמיינע פאליטיק, און שנאה צו קהל יטב לב, פירט כולל שומרי החומות און באד אריין, עס איז העכסט צייט פון דעם דאזיגען נחש פטור צו ווערן, והכול על מקומו יבוא בשלום,

אגב פארציילט ער מיר אז מען האט שוין געכאפט די שלמה'לע, א היפש פאר מאל מיט גניבה'ליך, דעריבער איז כולל שומרי החומות צופרידען אז דער שלמה'לע האט זיי פארקאכט דעם קאשע, ווייל איצט וועט מען רואיגערהייט  אפצושיקען דעם שלמה'לען  צו די זאליבאנעצעס, אויף משלוח מנות!!!

(50)

 

טעראר: זאליס מערכה קעגן הרב זילבערבערג

איצט איז געקומען די רייע אויף הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א וואס קומט די וואך שבת פראווענען אויף ווילי.

די זאליס לייגן איין וועלטן אז ר' צבי מאיר זאל אונטער שרייבן א בריוו קעגן די עירוב אין ווילי, שמעון ווייזער פון UJO איז די גרעסטע אנפירער פון די טעראר מערכה, ער פרובירט מיט גוטן און מיטן בייזן, די נאכט האט ער געמאכט פאני קאלס א גאנצע נאכט צו ר' צבי מאיר אין שטוב מיט אלע מאוסע לאזונגען ווי מחללי' מות יומת, מחלל שבת, אויך יוסעלע פליט פון דבר יום ביומו האט געקאלט א גאנצע נאכט.

ווייזער האט געזאגט פאר ר' צבי מאיר אז יעדער רב וואס קומט אויף ווילי מיז אונטער שרייבען קעגן דעם עירוב, אז נישט מיינט דאס אז ער שטיצט די עירוב, און ער שטיצט מחללי שבתים.

איצט גרייט צו ווייזער מיט יוסעלע פליט א מערכה כבידה קעגן ר' צבי מאיר, די ווילי גאסן וועלן באקלעבט ווערן, און אך און וויי וועט זיין מיט די סיין פאר ר' צבי מאיר הויז.

(51)

 

א בקשה צי ר' שלום אליעזר פרענקל

זייט הרב החסיד ר' דוד עקשטיין האט געמאכט די קהל'ס אסיפה אז ווער ס'אדערווייזט אין דער איד קען אין אינזערע שילן  נישט מאכן קיין אפיעל אין קאלקעטען געלט מיט קיין פישקעס וכו.
 
בין איך געווען פין די גרעסטע שטיצער פאר דעם ביל ווייל די גאנצע פארשטייט אז איינער ספאנסערט טעראר האט א דין ווי דעם טערארסיט אליינס.

למעשה האבן שוין גרויסע ארגענזעציעס אויף געהערט צי אדעווטייזן אין דער איד
חובת ירושלים
זינבערעגן
ארגעטינע
בוני עולם
RCCS

בן פראדל'ס בענאק יושע הערש זאגט אז די מערכה קאסט שוין פאר דעם שינד בלאט דער איד א וואך 7000 דאללער

וויל איך דא אויף פארדערן אין בעטן די וויליאמסבורגע קהליה מיטן גזבר הרב החסיד ר' שלום אליזער פרענקל אין די זעלבע די בארא פארקע קהילה מען זאל אראפ נעמען אלע כולל שומרי החומות פישקעס פין אינזערע בתי מדרשים.
 
דער קדוש מנעירו שלמה מייער לאכט פין אינז ער זאגט אינז קען מיר נישט אויס פירן.

איך פאדער אויף קהל צי נעמען שריט ווי אמשנעלסטן אין מבער זיין אלע פישקעס.

א חוץ אויב קהל וויל אליינס ציזאם נעמען די געלט פין די פישקעס אין איבער געבן פאר די כולל דירעקט אין ארץ ישראל
אן דעם וואס ס'זאל אדורך גיין די הענט פין דעם באנדיט שלמה מייער

עת לדבר....

(52)

ווילי: תולדות אהרן ביטער אנגעפראסקעט

די תולדות אהרן חברה זענען געפערליך אנגעפארסקעט, זיי האבן דעם שבת געכאפט ביטערע שווערע פעטש אין ווילי.

די גאנצע שבת איז געווען מיט אראפ געלאזטע נאז, פרייטאג צונאכטס איז דער תולדות אהרן רבי געגאנגען דאווענען אינעם גע'גנב'טן שול אויף ראדני, די שול איז געווען כמנהג המקום ליידיג, א קנאקעדיגע 200 שטריימלעך.

פרייטאג צונאכטס ביים טיש, איז געווען א א ביטער קליינער עולם, ער האט געפירט טיש אין קאנטינעטאל נאר אויף א האלבע זאל, עס איז געווען בלויז 5 שטאקעדיגע פארענטשעס, וואס איז געווען חרוב ליידיג, אינעם גאנצען זאל איז אפשר געווען 150 ביז 180 שטריימלעך, מיט א 100 בחורים, עס האט אויסגעקוקט ווי שבת פאר תשעה באב.

די בזיונות איז געווען עד אין לשער, עס איז געווען פוחת והולך, נאכדעם וואס אמאל האט ער געפירט אין בנין עסטרייכער, מיט 10 שטאקעדיגע פארענטשעס, דערנאך די זעלבע אין ברכה סימא, און איצט אינעם האלבן ליידיגען קאנטינעטאל זאל.

אינעם זעלבען זאל האט פאר יאר געפירט טיש, כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון א"י, די זאל איז געווען געפאקט מקצה אל קצה, טויזענטער אידן האבן זיך דורך געדרייט מען האט קיין נאדל נישט געקענט אריין שטעקן.

און דאס איז שוין נאכדעם וואס דער מן הארץ רז"ל איז אוועק געפארן אויף שבת די וואך, כדי אז זיין ריזיגן עולם וואס גייט יעדע וואך צו זיין טיש.. זאל גיין די וואך צו תולדת אהרן.

פאריגע וואך איז רז"ל נישט אוועק געפארן, דאס איז געווען אפצוטאן רבי לייבוש לייזער, ווייל רבי לייבוש האט געפירט טיש אין אנטווערפן בשעת רז"ל איז דארט געווען, טראץ וואס רז"ל האט איינגעלייגט וועלטן אז ער זאל נישט קיין טיש פירן, טא פאריגע וואך האט ער ביטער נקמה גענומען אין רבי לייבוש...

ביי שלוש סעודת האט שוין אויסגעקוקט דארט ווי תשעה באב אליין, עס איז געווען א געפערליכע מרה שחורה, די טישן פארענטשעס איז געווען פיסט און וויסט, ווען איינער האט אריין שפאצירט דארט האט זיך דער גאנצער עולם אויפגעהויבען קוקן ווער עס האט אריין שפאצירט.

איך מיין אז די תולדות אהרן'ע וועלן דעם שבת נישט פארגעסען....

_

איך ווייס נישט פון וועלכע וויליאמסבורג דור רעדטס, אין די וויליאמסבורג וואס געפינט זיך אין ברוקלין איז די וואך געווען א "געפאקטער" זאל מן הקצה אל הקצה ביים תולדות אהרן רבי'ס טיש.

ס'קוקט אויס ווי דו האסט שוין געהאט אפגעשריבן דעם תוכן פאר שבת און האסט נאר געווארט דער שבת זאל אריבערגיין זאלסט קענען אויסגעבן דיין ווייטאג...

איך ווייס נישט וואס ס'דריקט דיר, אבער הונדערטער אידן האבן זיך געווייקט ביים טיש און ביים געהויבענעם שלש סעודות.

(53)

דער גוי (איד) כאפט ביטערע אטאקע

משה פראדל די פירער פון דער גוי (איד) און געוועזנער גבאי האט געכאפט א שווערע אטאקע.

די וואך אין דער איד גיסט ער אויס זיין כעס ער שימפט און שעלט, ער קען דער אטעם נישט כאפען, ער לויפט פון איין קללה צום צווייטען, פון עס גיסט בלוט פון אים.

פון צומישענישט מישט ער אלעס, און כאפט ווערטער ווי הייסע לאשקן, ער גיט זיך ארויס זיין בויך ווייטאג וואס בעדערט אים געפערליך.

עס איז כדאי ער זאל יעדע שטיק צייט שרייבן וואס באדערט אים געפערליך אזוי ווייסן די אהרונים וואס צו טאן ווייטער...

טייל פון די ליסטע אויף וואס ער שרייט ביטערליך די וואך

דאס מערסטע פארפירט ער אויף:
דאס אז די אהרונים נעמען קרעדיט פאר ברכה סימא.

און די אהרונים האבן די בית החיים

דערנאך:
די אהרונים נעמען קרעדיט פאר חיים יושע זאל אין מאנסי.

מען האט געריפען בן פראדל אין קארט פארן איינשפארן און טרינקען דאס בלוט פון מרן ברך משה.

מען האט געשיקט א "קאנטעמפט": פאר דעם מסרב לדין זלמן לייב וואלדמאן.

רבינו שליט"א איז סאטמאר רבי.

די מהודר'דיגע סאטמאר אריזאנע מצות.

די מהודר'דיגע סאטמאר טעקסאס בהמה גסות.

די מהודר'דיגע קרית יואל טשיקן שחיטה.

די יסודי התורה שיעורים.

די בני יואל האט מען די סוער אפגעהאקט.

די אהרונים לאכן אפ פון די פאלטשע צדיקים מיט די ברייטע ביבער הוטן.

די מצה בעקעריי פון דוד ראזנבערג טוט נאך די מצה בעקעריי פון די אהורנים צו נעמען היימישע אינגעלייט צו באקן.

דער בלאט מאכט אפ ווער עס איז שר התורה, מנהיג ישראל, קדוש, וכו' און נישט בן פראדל מיט מיידלעך שטערן.

ר' דוד עקטשיין האט אויפגעשטעלט די ערשטע ביליגע זאל אין קרית יואל פאר "האלב" די פרייז פון ברכה סימא.

די אהרונים וועד הקרי פארמאגן 100'דערטער עקערס שטחים אין קרית יואל, בשעת די זאליס זענען ביטער אין דער ערד.

די אהרונים האבן די בית המדרש הגדול אין קרית יואל.

די הייליגע גענבטע רעביצין שול רופט מען אן ווערץ הויז.

ר' דוד עקשטיין איז א גוי.

הגה"צ אב"ד סאטמאר ווילי שליט"א, איז נישט סאטמאר וויליאסמבורג רב.

די ווילידטש באלאנגט פאר די אהרונים.

רוב קרית יואל שטימט פאר די אהרונים.

אזוי שעלט ער גאנצע בלעטער, און יעדער וואס שטארבט אין ליגט בבית החיים דקהל יטב לב, און נישט מיט די מאנגוס אין פאלאקס בעק יארד, אלס קנס שטייט נישט ווי זיי ליגן, די אלע זענען נישט באגראבען געווארן לויט דער איד...

_

 

כ'האב יעצט געזעהן דעם שמיציגען צייטונג
אין כ'פארשטיי פארוואס א נארמאלע מענטש קען דעם צייטונג נישט נעמען אין די האנט אריין פיל מיט ביליגע עקעלדיגע קללות, מעשיות וואס זענען נישט געשטויגען, אויף אזא געמיינע ביליגע אופן

ער איז אסאך שילדיג אין די פארביסענקייט פין די זאלי'ס, זיי זענען מורא'דיג פארגלייבגט אין דעם צייטונג אין יעדע בחור'ל קען עס אויסעוויניג אין זאגען נאך ווארט ביי ווארט פין יעדע קללה מיט אמונה פשוטה, אין רעזולטאטען זעהט זיך זייער שנעל נעבעך.
ער לייגט אריין אין זיי דערביטערקייט אין פארביסענקייט, אין זיין מחנה קוקט נעבעך אזוי אויס.

_

דאס וואס "דער בלאט" האט געטאן מיטן פרדס זאל, דאס עסט די זאליס אויף די נשמה.

שטייט דא אליעזר קעסטענבוים וואס איז היינט אן אויסגעשפילטער מענטש, זיין חלום צו ווערן ראש הקהל איז סאטמאר האט זיך גענדיגט מיט א שטענדער אין באטלאהן...

עס ספענדט איבער א מיליאן דאלער, ווייל עס גייט זיין א באמבא אין די גאנצע וועלט, ער מאכט א זאל וואס איז נאך נישט געווען, יעדער איד מקצה העולם ועד סופו גייט רעדן דערפון, אינג און אלט גייען זיין ביזי, אלע רבנים גייען עס לויבן, די שטאט וועט זיך איבער דרייען.

ענדליך קומט די צייט מען מעלדט מיטן גרעסטען פאמפע וואס איז שייך, די זאל איז דא!!! הרבני הנגיד החסיד הקדוש הצדיק הידוע בכל העולם כולו רבי אליעזר קעסטענבוים שליט"א האט געבויעט די זאל.

און...?

גארנישט...!!! עס איז היינט שוין דא 6-7 זאל פאר חתונה תקנות, ווי א שירעם נאך א רעגן, קיין שום חידוש נישט, נישטמאהל א נייעס, דא קומט נאך דער טמא'נער בלאט און שרייבט אז עס איז צו פארדאנקען רבינו שליט"א פארן זאל...

די זאליס זענען קראנק דערפון, די גאנצע מיליאן דאלער פון אליעזר איז ווערט חרוסת, אין גארביטש אריין, נישט אומזינסט שעלט ער כעס'יג אין "דער גוי", המקום ינחם...

נאך איין קשיא: פארוואס האט אליעזר נישט אנגעטאן רז"ל א שטריימל ביים חנוכת הבית?

(54)

פרייליך ביי די זאלי'ס, מ'האט לופט צו אטעמען, דער הייליגער בעקער איז ציריק...

  היינט אינדערפרי טרעף איך מיין גאר נאנטער ידיד א פארביסענער זאלי'ס וועמען איך זעה {- ווי אלע זאלי'ס} נאר שעלטן די לעצטע שטיק צייט, אבער דאס מאל איז ער איז העפי אין אויפגעהייטערט, די שמייכעל איז פין אויער צו אויער (בערך ווי ווען זייער רבי לאכט ווען ער הערט א זשאוק)  קוקט אויס ווי היינט האט ער געהאט א גיטע טאג וואס ער שוין לאנג נישט.

כ'האלט נישט איין מיין נייגער אין כ'פרעג אים וואס ביזטו אזוי פרייליך, ענק האבען 'שוין' די ביה''ח אדער איז דא נאך א מאנגא אין פאללאקס לאט, אדער וואס?

ער ציט אויס זיין ברייטע שמייכעל אין מאכט ווי איינער זאגט ''אסאך בעסער'ס ווי דעם'' נו! וואס? פרעג איך אים שוין מיט מער נייגער,

וואס הייסט כ'וועל דיר ווייטער שיקען די טעקסט מעסעזש וואס כ'האב יעצט באקומען, אין ביז אפאר סקונדעס קלינגט מיין טעל' פאר צייכען אז א פרישע טעקסט מעסעזש איז ערשינען, אין כ'ליין די פאלגענדע:

SatmarHQ: BREAKING! Farmaglich just Update New Eshkol Yidisha Gedank: http://bit.ly/1uJKMD

כ'שטיי אין כ'קוק אים אן.... די רעדסט פין 'פארמעגליך פין היידפארק', (א ברייטע) יא ענטערט ער מיר מיט א זיגרייכע שמייכעל? אין לייגט צו זיגרייך:  באלד גייט מען עס אוואדאי טיילן ביי אינז אין כולל, כ'האף אז דאס מאל וועט זיין גענוג קאפיעס פאר יעדן, אין אינז העמיר האבען וואס ענק צו ענטפרן, ריש דיך!

אין ער פארשטייט נישט פארוואס כ'קוק אים אזוי אן, אין ווי ער האט זיך צינאר געלייגט, אין פאווערד גלייך די ברעקינג נויז פאר זיינע איבריגע קאנטאקטס.

נו, כ'ווייס נישט אויב ער שטייט נאך אלס, מיט די טעקסט מעסעזש, כ'האב מיך געאיילט, אין אריינגעזעצט אין קאר אנצוקומען צו מיין ציל, 

אזוי פארענדיג האב איך מיך נישט געפוילט, אין אריינשפאצירט אינעם נייעם קינדערישען פארום, אין כ'באגעגן זיך טאקע מיט זיין פרישע מעכטיגע אשכול, ס'האט שוין א קליפ צו ליגען די ''ערשטע'' אינעם (נייטראלען) אשכול, אין פארשטייט זיך אז קיינער קען דארט נישט מגיב זיין ווי אייביג..... ווייל ווען יא...!
אין וואס אנדעקט ער דארט???
 א מעכטיגע אטאקע קעגן ר' יונה אין פארשטיי!!!!!!!!!!!!!! ער לאזט זיך נישט שפייען אין די קאשע, אין ער מאכט חוזק פין אלע ארונישע ניקס פין היידפארק, אזש כ'בין נייגעריג אויב די ארונישע ניקס וועלן זיך נישט שעמן ארויסצוגיין אין גאס.....

נו, טראכט איך צו מיר, פין דעם רעדט מען? דאס מאכט זיי אזוי העפי? קען זיין מען האט מען נישט געצאלט אין די פעיפעל אקאונט? נו! א קשיא אויף א זאלי'ס.

קוק איך ווייטער זעה איך א פרישע אשכול מיטן פרייליכען קעפל וואס ליינט זיך: ברוכים הבאים צו אונזער חשובע גאסט 'פארמעגליך'

ווי די קינדערלעך פאטשען זיך די בייכער, ענדליך וועט מען קענען רואיג לעבן, ''פארמעגליך פין היידפארק'' איז ציריק דא.....די שמחה איז געוואלדיג

_

עס איז א נחת צו זען וואו די סאמע העכסטע קעפ פון די זאליבאנעצעס, זענען אזוי אנגעווייטאגט אויף הרה''ח ר' שמואל ווידער הי''ו
דער פעלשער שימפ אריין אויף ר' שמואל מיט אזא האס, אז עס איז ממש א נחת צו קיקען,

איינער ווייסט וואס ר' שמואל רעגט אזוי אויף די זאליבאנעצעס? אז זיי וואלטען אים אויפגעריסען וואו מען רייסט אויף א פיש פון ריקען?

אבער מיר ווענדען זיך צו ר' שמואל, גיי אן ווייטער!!! כה לחי'!!! די באהאלטענע פעילות וואס די טיסט, ארויס צו נעמען די פאכמאריטע זאלבאנעצעס, פון די פעדערען, ארבייט זייער זייער גוט!!!

_

דרך אגב ווען ר' שמואל זאל כאטשיג זיין דער רבי יונה וואלט כאטש געווען א שטיקעל נחמה פאר זיי.

ר' שמואל טוט וויכטיגערע פעולות ווי שרייבען אין פאמפען אויף היידפארק, ב''ה.

עס איז אמאל אדורך א חכם אין א דארף זעהט ער ווי אפאר דארפסלייט שטייען אין שפייען מיט האס  אויף א קליינע מיני ווען, אין שעלטען אין שרייען אויפן מיני ווען.
פרעגט זיי דער חכם וואס ווילט איר פין דעם מיני ווען?
ענטפרט דער יונגסטער פין זיי: וואס הייסט דער 'בולדאזער' האט די נאכט ציווארפען אינזער הויז וואס מיר האבען נאר ג'גנב'ט פינעם שכן.
דער חכם האט זיי נישט געקענט מסביר זיין אז דאס איז א מיני ווען אין זיי האבען א אימשילדיג קרבן אין א בולדאזער קוקט אינגאנצען נישט אזוי אויס.
אין דער חכם זענדיג מיט וועם ער האט דא צו טוהן, איז זיך ווייטער געגאנגען מיט א שמייכעל אויף די ליפען.

אזא פנים טראגען זיי נעבעך!

אין ווען מ'וויל אפטוהן אין נקמה נעמען אין ר' שמואל, האקט מען אויף ר' יונה אין מ'שרייט משכיל....

_

די צושרויפטע זאליס זענען אין א ביטער פארלעגענהייט, דא נענטערט זיך דער דינער וואס מען מאכט כ''א כסליו און וואס מיינט איר, ס'איז ביטער ווי א גאל, יעדער לאכט פון זיי, די טייערע עסקני המוסדות גייען צו די נייע זאלי חסידים און זענען מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס מען זאל זיך עפענען די קעשענעס און וואס מיינט איר באקומט מען צוריק? א ארויס געשטרעקטע צינג!!!, דא איז מען פארזינקען אין חובות פונעם נייעם פאללאק לאט מאחורי הגדר, קיינער וויל דארט עפעס נישט ליגן, יא, זיי האבן פראבירט איינצורעדן דעם עולם אז באמת איז דאס איינס מיטן אלטן בית החיים, ס'איז נאר א המשך פונעם אלטן, און עפעס קלעבט דאס נישט, קיינער וויל נישט געבן דעם מינימאלן סכום פון ח''י מאות שקל כסף, זיי האבן שוין פאברעצירט מכתבים און חלומות פונעם הייליגן ויואל משה אבער זיי האבן נאך אלץ ליידיגע טאשן,

 

האט מען באשלאסן צו מאכן א גענעראל פארזאמלונג, אבער טאקע נאר פאר גענעראלן, משה גבאי מיט זלמן לייב טייטלבוים פארופן א גענעראל פארזאמלונג טאקע ביים רבין אין שטוב, די גענעראלן גייען אריין אל הקודש פנימה, און מען זעצט זיך ארום דעם טיש, פון איין זייט אביש וויינבערגער מיט מאיר ראטה, יודעלע וויינשטאק, זרילע גליק, ליפא טייטלבוים, אדמו''ר מבלעקבערי, יאנקל כהנא, משה גבאי, סיני טייטלבוים, שאול פערלשטיין, משה וואלף קליין, וואלי פריעדמאן, וכו', און מען גייט מטכס עצה זיין וואס מען טיט, ווי איז משה שמואל זופניק? גיט דער רבי א פרעג, איך האב דעם טיפש נישט גערופן!, ענטפערט משה גבאי, איך מיין זאלסט עהם יא רופן, זאגט זלמן לייב, פון די חכמים וועסטו קיין פעני נישט באקומען, דער שוטה לאזט זיך סאקן, גיי רוף עהם,

 

והדבר יצא מפי הרבי שליט''א און משה גבאי נעמט דעם טעלעפאן און רופט אן משה שמואל זופניק און זאגט עהם אז בפקודת הקודש זאל ער שוין אריבער קומען אל הקודש פנימה, עס נעמט נישט מער ווי א 6-7 מינוט און ויבא, ער איז דא, דער רבי שליט''א הייבט אן די אסיפה און נעמט דאס ווארט און הייבט אן מיט א דערשטיקט קול, מיט א דערביטערט געמוהט, ווען טרערן פליסן פון זיינע זיסע אויגעלעך, מורי ורבותי, ס'איז נישט גיט, ס'איז זייער נישט גיט, ס'איז זייער זייער נישט גיט!!! און פלאצט אויס מיט א ביטער געוויין, אזש אז דער עולם האט מיט געוויינט, עפעס האט דער רבי ארויס געשריגן אינמיטן די בכיות, ס'איז געווען זייער אומקלאר, אבער מען האט יא געקענט הערן איז ווי ער שרייט נעבעך מנהמת לבו, אהרן, גזלנים, שמואל ווידער, חלה דעקל, קדוש'ל, פאללאק, חיבת ירושלים, יענקעלע11, פארשפארן א בית המדרש, יעקל שווארץ, שחיטה מונחת, ר' ישראל חיים מנשה, פרדס פיגא, דוד עקשטיין, שטיינער סטאדיו, וכו' הקיצור ס'איז געווען אזא התעוררות ממש ווי הושענא רבה ביי די זאליס.

 

משה גבאי נעמט איבער דאס ווארט, און זאגט מורי ורבותי, איך בין דאך נאנט צום רבי'ן, ס'איז ממש לא זז ידו מידי, און איך וועל אייך אויסזאגן אז שוין צוויי וואכן וואס דער רבי מאכט נישט צו א אויג, ס'גייט עהם ממש בנפשו, לא די אז דער אהרן איז נישט ערגעץ אין א בעיסמענט אין סוט קאראליינע, ווערט ער דער רבן של ישראל, בו בזמן וואס ביי אונז איז כשיטת הבית שמאי פוחת והולך האלטן די אהרונים כשיטת בית הלל און זענען מוסיף והולך, יא, "בגדול החל ובקטן כלה", מיר האבן א גרויסן היכל און א קליינע קהילה..., אבער וויל לאנג מיר האבן נאך געהאט די ריכטער די שופטים אויף אינזער זייט האבן מיר זיך אויס געלאכט, אך דא עקא, מיר פארלירן שוין ליידער די דזשאדזשעס, יא, די דזשאדזשעס ימח שמם האלטן מיר ביים פארלירן, אזוןי ווי איר הערט, ריכטער דעמערעסט, ריכטער אבראזיא, ריכטער אוענס, די אפעלעט קארט ריכטער אלע האבן זיך אוועק געדרייט פונעם אמת און זענען געווארן אהרונים, עה עה עה... און דער עולם וויינט ווייטער, עה עה עה...

 

דער רבי שליט''א נעמט זיך ארויס דאס ווייסע טאשן טיכל, ווישט זיך אפ די זוידיגע טרערן, און זאגט, רבותי, מיר דארפן עפעס טוהן, לא עת לחשות, די גאנצע האראוואניע פון 10 יאר גייט חלילה לטמיון, און באמת איז דאס נישט נאר 10 יאר נאר שוין באלד 18 יאר וואס מיר ארבייטן אויף דעם, און דאס אלעס קען חלילה גיין לאיבוד, לאמיר צוזאמען טראכטן, יועץ ברוב תשועה, ווער עס האט א פלאן זאל דאס דא ארויף ברענגען,

 

משה גבאי רופט זיך אן אז ער האט א פלאן, ער האלט אז מען זאל אינטער צינדן דעם נייעם בנין אויף ווייט עוועניו און דעם בית המדרש אויף הופפער סטריט, זאלן די אהרונים בלייבן אויף די גאס, וועלן זיי ציפאלן, און קיקט זיך שוין ארום וועמען צו שיקן, ער ווארפט שוין זיינע בליקן צו משה וואלף קליין און ער הייבט שוין אן צו שמייכלען, ער חלום'ט שוין ווי דער אהרונישער בית המדרש אויף הופפער סטריט פלאקערט אפ און די אהרונים הייבן צוריק אן צו קומען קיין ראדני, אוי וועט זיין זיס צו געבן כאטש נאך איין שטויס פאר ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער, חיים אליעזר גראס וועט זיך קומען בעטן פאר א עלי' לכבוד די יארצייט פון זיין טאטן ר' יוסף יושע גראס ע''ה און איך וועל עהם זאגן א גרויסן לא מיט א אל''ף, יא, די אויגן הייבן עהם שוין אן צו גלאנצן, די ישועה איז שוין דא, אבער זלמן לייב גיט זיך א הייב אויף און זאגט, האלד איט!!! דער פלאן איז נישט גיט, מיר פארקויפן זיך פאר א נועם המידות פארטיי, פאר איידעלע שטילע ארענטלעכע מענטשן, ווי קענען מיר זיך ערלויבן אינטער צו צינדן די תלמיד תורה און דעם בית המדרש, ס'וועט דאך אונז מבאיש ריח זיין, זאגט משה נעווער מיינד! ס'האט געארבייט אין קרית יואל ביי ילד שעשועים סא פארוואס זאל עס דא נישט ארבייטן?, יא יא זאגט זלמן לייב, דארט האסטו דאס אנגעצינדן און אנגעלייגט אויף אהרן'ען, די האסט געלאכט און יעדער האט עהם באשמיצט, איך בין נישט גרייט דערויף, איך קען נישט נעמען די היץ.

 

אלא מאי וואס זאלן מיר טוהן? פרעגט משה, זאלן מיר בלייבן זיצן מיט צוזאם געלייגטע הענט?, עפעס דארפן מיר טוהן, דער בוטשער פארלירט קאסטאמערס יעדן טאג, דעם בית החיים האבן זיי, ר' ישראל חיים מנשה שיקט שלוחים יעדן טאג אז ער וויל צוריק גיין צו זיי, זיבענבערגן און חיבת ירושלים האבן אויפגעהערט צו אדווערטייזן אין איד, די יו טי איי קאמפאני איז פארזינקען אין חובות, מיט וואס בלייבן מיר, נישט קיין רוחניות און נישט קיין גשמיות, זאגט זלמן לייב, לאמיר טראכטן עפעס א בעסערע עצה, וואס מיר קענען טוהן, נו, מען טראכט און מען טראכט, אויפאיינמאל שרייט אויס זלמן לייב, בינגו!!! איי גאט איט!!! איך האב א מעכטיגע עצה, וואס? וואס? שרייט יעדער איינער בנשימה אחת, זאגט זלמן לייב, לדעתי דארף מען צוריק רופן דעם פארמעגליך, יא יא, דעם טייערן פארמעגליך, זאל ער צוריק קומען פון ריטייערמענט, און דאס גייט זיין אונזער ישועה, איי איי האט ער זיי אריין געפליקט, יעדעס מאל וואס ער שרייבט קדוש'ל פלאצט אהרן אוועק, יא, מען דארף עהם צוריק ברענגן,

 

ניין, זאגט משה גבאי, דאס קען נישט געשעהן, פארוואס? פרעגט זלמן לייב, פארוואס? ענטפערט משה, מיר זענען עהם שולדיג קרוב צו 70 אלפים ווי קען איך עהם בעטן ווייטער צו ארבייטן, נו, דאס אלעס? פרעגט דער רבי שליט''א, רבי משה שמואל וועט דאך זיכער וועלן האבן א חלק אין ראטעווען אונזער קהילה, ער וועט זיכער געבן די שבעים אלפים כיכר כסף, און הייבט שוין אן מסביר זיין פאר משה שמואל וואס פאר א גרויסע זכי' ער קען זיך יעצט קויפן, די שמחה אמיתית פון יעדן זאלי וואס דער פארמעגליך ברענגט וועט אלעס גיין אויף זיין חשבון, יש קונה עולמו בשעה, ער קען זיך יעצט איינקויפן דעם זכות פון ראטעווען די גאנצע מלכות הזאלי.

 

וואלי פריעדמאן האקט אריין, און זאגט, אעך קים יעצט פון ארץ ישראל, אעך האב דארט אויסגעטיילט פאר די 16 כולל יונגעלייט די קאפיס פון פארמעגליך, וואס זאל אעך זאגן פאר'ן רבי, ס'האט זיי פשוט מחי' געווען, איך ריר מיך נישט אוועק אן דעם, ס'איס מיך פשוט מחי' נפש, איבעראל ווי אעך גיי נעם איך דאס מיט, אפילו אין בית הכסא, און אפילו אין די מקוה, אעך שלאף מיט דעם, אעך שטיי אויף מיט דעם, דאס איז ביי מיר חשוב'ער ווי די עשרת הדברות, און אעך וויל בעטן משה שמואל ער זאל האבן שכל און אנעמעם דעם רבינס הצעה און באצאלן די 70 אלפים פאר פארמעגליך, און נאר דאס קען ראטעווען די זאך,

 

משה שמואל טראכט און טראכט, ענדליך גיט ער א שריי אויס א קיי, איך גיי באצאלן די 70 אלפים, דער עולם האט ספאנטאן אנגעהויבן צו קלאטשן, מען האט זיך געגעבן א היי פייוו, משה שמואל שרייבט אויס דעם טשעק ועיר הזאלי צהלה ושמחה.

 

 

(55)

העכסט געלונגענע פארטי אין אנטווערפען פאר סאטמארע כולל

איצט הער איך אז פארגאנגענע וואך מוצש"ק פ' וירא איז פארגעקומען אין אנטווערפען א גאר העכסט געלונגענע מסיבה לטובת כוללינו "ויואל משה" ד'סאטמאר, וואס שם'ט מיט איר גוטן נאמען.

די הערליך עלעגאנטע פארטי איז פארגעקומען אין גרויסן "בית רחל" זאל, אין די צופלוס פון מענטשן איז געווען געוואלדיג! מען האט כסדר צוגעשטופט טישן און בענק צוליב די געוואלדיגע צופלוס פון מענטשן.

איינע פון די סיבות אויף די געוואלדיגע שטראם פון נשים צדקניות איז געווען וויבאלד הרבנית הצ' תליט"א אשת הגה"צ אב"ד קהלתינו בווימסב"ג שליט"א איז ספעציעל געקומען צו פארן, און אויך אויפגעטרעטן מיט א מייסטערהאפטע רעדע.

די מסיבה איז אריבער גאר געלונגען, און געגעבן גרויס חיזוק פאר די הנהלת הכולל.

אויף צומארגנס זונטאג איז די חשובע רעביצין אריבערגעפארן קיין לאנדאן, ווי זי האט אויפגטראטן מיט "פינף" דרשות פאר פרויען און מיידלעך.

(56)

וואס זיכט שאול פערלשטיין אין לאנדאן

זייט די אהרונים האבן געפענט זייער תלמןד תורה אין לאנדאן ביז כיתה ה' אין ארויס גענימען 210 " סאטמערע קינדער "
איז די זאלי מוסד זייער געפאלן ברוחניות ובגשמיות די לאגע דארטן איז ממש פאטאל אנגעצויגן.

די מצב הגשמי איז געבראכן אז מען האט אריבער געריפן קיין לאנדאן שאול פערלשטיין מיט בינימין הערש בערקאוויטש
נאך געלט פאר די לאנדאנער מוסדות גאר.

ביז יעצט איז לאנדאן געשטאנען גוט אין געלט פשוט ווייל די עכטע סאטמער די אהרוינים האבן געהעאט א געפיל פאר די מוסדות יעצט אז זיי האבן ארויס גענימען זדי קינדער ענען זיי געליבן מייסענטס מיט שנעק בינדיגער דאמב הערצקע מאטיאש ברויער גרינהוט גליק שטערן לעברעכט וכו' וכו'
וואס זיי האבן נישט קיין שום געפיל פאר סאטמאר זיי זענען דארטן פשוט ווייל שכר לימוד איז ביליג אין סאטמאר אין ווייטער די בערגער'ס די מיליאנערן זענען ליידער א טייל פשוט אין באנקראט אין די איבערגע האבן געכאפט נערווען אטעקעס אין זיי געבן נישט קיין געלט האט מען געמיזט אריבער פין אמעריקע שאול פערלשטיין מיט בינימין הערש בערקאוויטש צי שאפן גלעט

אין ווייטער ברוחניות קערט זיך יעצט לאנדאן איבער וואס א זאלי מלמד האט צי שלאגן א עלטער יונגעל אין דער יונגעל איז אין שפיטאל.
שלום ציג האט געמאכט א אסיפות הורים צים ערשטען מאל היסטאריע ביי די אסיפות האבן זיך אויך געפינען די אהרוינים ווייל ס'איז אין די עלטערע כתה ווי זיי האבן נאך נישט קיין חדר פאר זיי .
שלום ציג האט געהאט דאס ניין יעריגס פאר הרה"ג ר' שלום יצחק קרויס שליט"א אין אויסער דעם פרובירט ער יעצט ציפרידן שטעלן די אהרוינים בפרט.

דער הארטער שלום ציג וואס איז געווען משה בן פראדל'ס שיק יונגל אין לאנדאן זעט אז ער קען אויך כאפן מכות רצח
ער שעלט אז ער איז געבליבן מיט די שנעק בינדיגער דאמב הערצקע מאטיאש ברויער גרינהוט גליק שטערן לעברעכט וכו' וכו' וואס די אלע האבן נישט קיין שייכות צי סאטמאר זיי זענען נאר די גרעסטע קריטקער.

_

אבי שאול איז ביזי מיט דעם.
ווייל וויפיל כ'האב אים לעצטענס געטראפען איז ער שוין ''נעבעך נישט ביים אלטען'' ער איז נעבעך ניכטער געווארען, פין דעם פליצום'דיגע טראגעדיע.
לכאורה וועלן יעצט די זאלי'ס דארפן זיכען א פרישען פרעדיגער.
כ'האלט אז יעצט וועט ער נישט האבען אזא מסירת נפש קעגן גיין צו די''ת.

אגב, די זאלי'ס האבען א ביה''ח אין לאנדאן אדער זיי לייגען ביי כדתיא?

(57)

ר' זלמניו גייט פיטערן די זאליבאנצעס מיט שחיטת בית יוסף!

עס שטעלט אלס מער און מער ארויס אז כ''ק רבינו שליט''א איז דער רבן של ישראל, און יעדע גוטע זאך וואס רבינו שליט''א טיט אויף לטובת הכלל, ווערט איינגעפירט ביי גאנץ כלל ישראל, אפי' ביי די זאליבאנעצעס, ( וואס האבן נעבאך נישט קיין רבי)

 

רבינו שליט''א האט איינגעפירט חתונה תקנות, קימט צו גיין לייזער קעסטנבוים דער אבי אבות הזאליס, און בויעט אויף א פרדס זאל, אז יודען זאלען קענען חתונה מאכען ביליג,

 

רבינו שליט''א פירט איין א באגריף פון א היכל התורה, ווערט מיטאמאל און זופניק א היכל התורה, און ראדני, און אזוי ווייטער, עס ארבייט זיך פשוט נישט אויס, ווייל און א פלאטץ וואס מען ווידערשפעניגט אונעם הייליגען באשעפער, איז נישט דא קיין ס''ד,

 

איצט קימט די שחיטה, די זאליבאנעצעס האבן זיך דער זען און א ערענסטע פראבלעם, זייט רבינו שליט''א האט איינגעפירט די שחיטה און טעקסאס, האט די מליחה ואילך בוטשער אנגעהויבען אונטעררצוגיין, די סיבה איז פשוט ווייל דער עולם וויל עסן כשר'ס

 

האבן די חכמי חעלעם, די אנפירער פון די זאלי פארטיי געמאכט אן אסיפה, און צו זייער גרויס צער באשלאסען און מען מיז אויך מאכען א נייע שחיטה, פשוט אז דער בוטשער זאל קענען בלייבען אפען,

 

אבער וואס דארף מען מאכען א אייגענע שחיטה, עס איז דאך א שאד אויף די געלט, מען קען דאך מיט דעם געלט צאהלען פאר פארמעגליך – דאסקאהל אד''ג ???

 

איז מען אויף געקימען מיט א עיצה אז מען גייט פשוט אויסשפיעלן דעם עולם,

 

מען האט זיך פארבינדען מיט מיעל מארט, און מען האט באשטעלט ביי זיי א גאנץ טראנספארט פון שחיטת בית יוסף וואס מיעל מארט שטעלט צו פאר די ספרדים און תימענע, און ויהי לשחיטה חדשה,

 

די גראפיגערס זיצען אצינד און גרייטען שוין צו די באמבאסטישע מודעות, פון די נייע זאלי שחיטה, וואס וועט ערשינען מארגען אונעם געאסרטען טמא'נעם צייטונג ''דער יוד''

 

נאך מער עס איז ניטאמאל די עכטע שחיטת בית יוסף עס איז אביסעל מער גלאט, וואו די געהעריגע פלייש, די עכטע גלאטע פלייש איז נאר די פון טעקסאס, מען רופט עס נאר נישט בית יוסף, ווייל מיר זענען רמ''א יודען,

 

_

עס לאזט זיך נישט גלייבן.

רבינו שליט"א איז דער רבי פון כלל ישראל צי די זאליס זענען  מסכים אדער נישט.
עס איז נאכנישט דא קיין 2 יאר, זינט רבינו שליט"א האט כ"א כסלו תשס"ז במעמד רבבות ערקלערט אז א "נייע מהודר'דיגע" שחיטה פאר גסות קומט אי"ה, און האט דערביי אראפגעלייגט טייל פון די מעלות פון די נייע שחיטה המהודרת.

די זאליס האבן געלאכט און געשאסן ליצנות. געשימפט און געשאלטן.
1) היתכן אז מ'איז משנה פון רעבעזעכרוינע לעווראכע?
2) וואס איז נישט גוט געווען ביז היינט?

וכהנה רבות...

דאס גרויסע לאכעריי און כיכערייע האט אנגעהאלטן ביז ביז ביז...
עש"ק עקב איז ערשינען אינעם שומף צייטונג פון משה בן פראדעל, נישט מער און נישט ווינציגער:
די זאליס עפענען א מהודר'דיגע שחיטה פאר גסות... מיט נייע "סארט" הידורים"... פאר "מחמירים" בכשרות הבשר".

WOW
WOW
WOW


ווער האט "דארט" אויפגעוויזן אז מ'דארף עפעס טאן פאר כשרות...?
ווער האט "דארט" געפענט די קעפלעך זייערע אז "ביז היינט" איז נישט געווען "איי איי איי"?
ווער האט "דארט" געדרוקט די קנעפלעך אז "מיר" קענען נישט הייסן סאטמאר בלויז דורך "לאכן".. און חוזק מאכן?

יעצט זאגט מיר ווער איז סאטמארער רבי?
און וואו הארכט מען אים?

הא?

 

(58)

 

נישט פארגעסן דעם יקרבו קיגל

ס'ווערט שוין די צענטע יארצייט פין דער עם הארץ האט פוער פיו געווען פאר רבינו שליט"א
בפניו פינעם רבי'ן דער ברך משה זי"ע
ווי דער עם הארץ האט געשריגן אז רבינו שליט"א ווארט שוין אויף יקרבו ימי אבל אבי עפ"ל.

אלץ זכר פין דעם זאל יעדער די וואך מאכן דעם יקרבו קיגל

(59)

ברעקינג: דינייד ביה"ח מאשען - דיסקאווערי געגאנגען

די ריכטער אין מאנרא האט היינט דינייד די מאשען אז די געריכט זאל בכלל נישט קענען אריין קוקן אין די בית החיים דיעד קעיס, נאר די געריכט דארף יא אריין קוקן און זעהן איבער די קעיס.

אויך שרייבט ער אז די נעקסטע זאך וואס קומט איצט איז די דיסקאווערי, ד.מ. אז די אלע מענטשען וועמען די אהרונים האבן פארלאנגט אז זיי זאלן קומען אין געריכט איז נעקסט.

צווישען די וואס וועלן דארפן אראפ קומען אין געריכט און מען וועט זיי אויספארשען זענען די קלעקערס די הויפטן פון די מוסרים ומלשינים מסרבים לדין ווי: ר' זלמן לייב טייטלבוים, ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן, ר' שאול פערלשטיין, ר' זלמן לייב פילאפף, ר' שלמה לייב וויינבערגער, וכו'

עס ווערט ערווארטעט גאר ליסטיגע טעג

_

דאס וואס איך האב געשריבען אפאר חדשים צוריק - איצט מיטן פסק פונעם ריכטער ווערט עס א פאקט.

אטאם באמבע! עין תחת עין

א ט א ם  ב א מ ב ע ! ! !
א ט א ם  ב א מ ב ע ! ! !

ברעקינג!!!

פאר צוויי וואכן צוריק האבן די כת המסרבים לדין והולכי הערכאות העולמי, והולכי בג"ץ, געשיקט א דיסקאווערי פארלאנג צו די 5 ראשי חברי קהלתינו הק' אן קיין שום היתר בי"ד, אז זיי מיזן קומען אויפטרעטן פאר די זאלי לויער איבער די נושא פונעם בית החיים דקהלתינו הק' אין קרית יואל, וואס דאס איז א שרעקליכע מסירה והליכה לערכאות.

זיי האבן דאס געשיקט פאר
הרב החסיד רבי בערל פריעדמאן שליט"א ראה"ק
הרב החסיד רבי דוד הויער שליט"א סגן ראה"ק
הרב החסיד רבי שמואל אויבערלענדר שליט"א סגן ראה"ק
הרב החסיד רבי יצחק ראזענבערג שליט"א סגן ראה"ק
הרב החסיד רבי דוד עקשטיין שליט"א סגן ראה"ק בקרית יואל
הרב החסיד רבי שמואל דוד מארקאוויטש שליט"א גבאי ביהמ"ד הגדול
הרב החסיד רבי יוסף ווייס שליט"א מראשי חברה קדישא.

א דיסקאווערי מיינט אז דער וואס באקומט עס דארף קומען צו די לויער פונעם צד שנגד - וואס דא מיינט עס די זאליס, און די לויער קען אים אויספרעגן ווי לאנג ער וויל, אים משוגע מאכן, און ארויס שלעפן וואס עס גייט נאר, און נאך דעם עס ניצן אין געריכט, און טאמער מען קומט נישט שיקט מען א ספוניע וואס דעמאלס דארף מען קומען אין קארט פארן ריכטער.

נאך פילע השתדלות ביי די כת המסרבים לדין אז זיי זאלן צוריק ציען פון די דיסקאווערי, און נאכדעם וואס קהל יטב לב דסאטמאר האט געשיקט א בריוו צו זייערע משלחים די באוויסטע פאשקאווילען שרייבערס, די בג"ץ ממליחה ואילך בי"ד, און בריוו איז געשיקט געווארן צו יעדעם פרעזנדליך, אז די זאך ליגט בידם, און זיי קענען דאס אפשטעלען, און טאמער זיי וועלן עס נישט אפשטעלן ביז פארגאנגענעם וואך דארנערשטאג, וועט קהל מיזן טאן פעולת וואס וועט זיי שטארק נישט שמעקן, און דורך דעם וועלן זיי מיזן בעל כרחך אפשטעלן זייער דיסקאווערי מסירה פארלאנג (באגעלייגט די בריוו פון קהל).

איצט איז די צייט שוין דורך, און עס איז געפאלען אויף טויבע אויערן, און זיי גייען ווייטער אן מיט די הליכה לערכאות וחילול שם שמים באופן נורא, איז נישט דא קיין ברירה, און כדי אפצושטעלען די שרעקליכע חילול ה' והליכה לערכאות, האט קהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר בהסכמת רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א, און קעגנזאץ עין תחת עין צוריק געשיקט דיסקאווערי פארלאנגן צו די ראשי מסרבים לדין, מחללי שם שמים, הולכי הערכאות העולמי, והולכי בג"ץ, און מיט דעם האפענדיג וועלן די מחללי שם שמים והלוכי בערכאות מיזן בעל כרחך צוריק ציען פון זייער מסירה פארלאנג.

כל המחלל שם שמים בסתר נפרעים ממנו בגלוי!

די נעמען וועל איך מעלדן מארגן.


אזוי פיל קען איך זאגן, עס קומט א פרייליכע סוף וואך, די וואך וועט אויסקוקען בערך אזוי:

דער איד די וואך וועט זיין א זאק מיט די ארגסטע קללות נמרצות, מחאות ואזהרות, דברי בלע וניאוץ אפען ארגסטן פארנעם...

דער איד וועט זיין די פראנט פעטש פינק רויט בלויא אלע קאלערס וואס איז נאר שייך...

משה גבאי וועט שרייבן אן ארטיקל אזש זיין מאמע בן פראדל וועט אים העלפן שרייבן...

משה לייב דייטש וועט שרייבן א לאנגע עדיטאריאל די לענגסטע וואס איז שייך, ער וועט נעמען אזאלעכע אידישע ווערטער און טויטע קללות וואס קיינער וועט נישט פארשטיין... אפשר די אידישיסטען וואס וואוינען אין אפריקא...

מיידלעך שטערן וועט שרייבן אלע דברי חשק ונבלות, וואס איז נאר שייך, ער וועט אפיר קראצן דאס ארגסטע מנובלות פון אלע עקן וועלט...

מנשה סילוף (פילאפף) וועט ברענגן פאדרייטע געשטיקעלטע רמב"ם, אור החיים, דברי יואל, תניא, און עס באזאלצן מיט נעצישע קללות, אז טאקע אט דאס האבן זיי געמיינט...

ליפא טייטלבוים וועט האקן און שרייען, און נישט דאווענען א גאנצע וואך לכבוד דעם...

שמשון וועט נאך שרייען די ארגסטע קללות יעדער אהרוני וואס ער וועט טרעפן אויפען גאס...

מיכעלע שלעזינגער וועט אנשפייען יעדע אהרוני וואס וועט אים אקעגן קומען...

שלמה לייב וויינבערגער וועט זיך ארום דרייען אויף די גאסן אין זיך שאקלן ווי א לולב ארויף און אראפ, רעכטס, לינקס, און פראנט און אין בעק...

קוטשי וואלי וועט ווערן רויס בלויא פינק, און שרייען וואס ווילט עטס פון מארק גרינען...

לבן פערלשטיין וועט האלטן פרישע געבאקענע דרשות, און זיך אנהעצן מיט חלומת ודמיונות, ביז פאלאק'ס בית החיים וועט מען עס הערן...

זישא כ"ץ וועט פארליינען די בוך מיין קאמף פון היטלער ימ"ש און ניצן אלע קללות קעגן די אהרונים...

ווארט מיט שפאנונג!

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2684080&forum_id=16386

און נאכדעם האב איך געשריבען דאס

היינט איז אנגעקומען די דיסקאווערי פארלאנג וואס איז געשיקט געווארן פון קהל יטב לב דסאטמאר צו די ראשי כת המרבים לדין, הולכי ערכאות, מוסרים חמסנים גזלנים, והולכי בג"ץ

דאס זענען טייל פון די נעמען וואס האבן עס באקומען (אין מוקדם ומאוחר ווייל אלע זענען די זעלבע..)

ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן

ר' שאול פערלשטיין

ר' זלמן לייב פילאפף

ר' יודא אליעזר יאקאבאוויטש

ר' יקותיאל יודא טייטלבוים

ר' שלמה לייב וויינבערגער

ר' יעקב כהנא

יעצט קענען די זאליס שרייען מוסרים הולכי ערכאות חגרי שק....

זאלן זיי זיך אנטאן זעק, זיך באווארפען מיט פאפעטעס, און פון טמא'נעם קארט ארויסגיין!

_

אלזא, די זאליבאנעצעס האבן היינט אפגעהאלטען א מעכטיגען ניצחון, וואס זייט די גראנד ברעקונג פון די פאלאק'ס סעמעטערי האבן זיי נאך אזא גוטען טאג נישט געהאט,

וואס האט פאסירט?

עס האט פאסירט אזוי, די זאליס האבן מקיים געווען בדחו''ר  די גרויסע ''מצווה'' פון ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם, ולא לפני העכו''ם, און זיי האבן געריפען קהל יטב לב ד'סאטמאר און גויאישען קארט, מיט א טענה, היתכן? מען לאזט זיי נישט גנב'ענען דעם בית החיים,

האבן די ארוינים געזאגט פאר'ן שופט, אז היות אז מיר זענען יודען, זענן מיר געצווינגען אויסצופאלגען אלעס וואס עס שטייט און די הייליגע תורה, דעריבער ווילען מיר אז דער טענה זאל קימען פאר א ב''ד,

און די זאליס האבן געשריגען, פוי! פוי! ח''ו! פאר א ב''ד? זייט ווען גייט מען צו א ב''ד?  דאס איז דאך ביהרג ועל יעבור, עס איז אפי'ערגער פון דעם סקול דיסטריקט, ניין, בשאו''א מיר גייען נישט צו דין תורה,

נאר וואס יא?

מיר ווילען ווייטער טוען די גרויסע ''מצווה'' פון גיין און גויאישען קארט!!!!

מיר האבן אפי' א היתר פון דער ב''ד הגדול היושבים בקיעפ, וואס זיי האבן און שיפלאד א היתר, געבויעט אויף עת לעשות לה', וואס איז גילטיג אלע מאל, עס עקספייערט קיינמאל נישט, ווען מען דארף עס ניצן, צו אונטערברענגען סאטמאר, קען מען עס ניצען!

און דידן נצח!!! דער שופט האט היינט מסכים געווען אז דער טענה אויפן דיעד באלאנגט טאקע און קארט!!!

די שמחה, די התלהבות, וואס הערט ביי די זאליס, אז מען האט געקענט געבן נאך א ריק פארן רבש''ע איז דאך איין לשער,
 
שמשון יענקל איז שוין עד דלא ידע!!! ער לאזט שוין מעסעשדשעס,

דער לא ציית לדינא הרב פילאף האט אויס געבראכען און א בכיה של שמחה, אזאנס, מען קען ווייטער טרעטען אויף די הייליגע תורה, דאס איז דאך אונזער גאנצער ציהל,

דער וויינבערגער פון פייע איז א ביסעל באזארגט אז עס וועט מיזן ערשינען און געריכט מיט די לאנגע בארדע, און די רבנישע ברילען, אבער דאך שיינט אים די צירה וואו א מלאך, אזאנס, דער באשעפער האט געכאפט נאך א ריק!!!

בקיצור מען האט גוט צו געפיקסט ג-ט ב''ה, די זאליס זענען גוט געלאוינט, עס איז א בחינה פון רשע בשעה שמשחקות לו!!!

_

 

יא יא, די זאליס האבן ווייטער געווינען, האבן זיי דען אמאל פארלוירן? NEVER!!!
סיי וואס דער ריכטער וואלט גע'פסק'עט וואלטן זיי געקלעימט וויקטארי, ווייל אפילו דער ריכטער וואלט געזאגט אז דאס איז
יא רעלידזשעס וואלטן זיי געשריגן אז זיי האבן געווינען ווייל זיי לויפן שוין אין אפעלעט... נוסח, רעבעצינס שוהל, דא איז גארנישט נתחדש געווארן, דאס איז געווען ערווארטעט און גלייבטס מיר, איי גייט דאס זיין רעלידזשעס און נאך ווי רעלידזשעס, זיי וועלן נאך דארפן בויען א מקוה אין געריכט הויז...

ס'איז קלאר נאך דעם בארא פארק/דעמערעסט אפעלעט פסק אז
א ריכטער קען נישט ארויס ווארפן א קעיס ווייל ער/זי האלט אז סוף כל סוף וועלן זיי דארפן אנקלאפן מיט רעליגיע, כן הדבר הזה, פונקט ווי אין בארא פארק איז געווען די טענה "באארד מעמבער" און די ריכטערן האט געזאגט אז סוף כל סוף וועלן מיר אנקלאפן אין רעליגיע האט זי דאס לכתחילה ארויס געווארפן, האבן די אפעלעט ריכטער געזאגט אז ניין, מען קען נישט ארויס ווארפן א קעיס על שם העתיד, הער אויס דעם קעיס און דערנאך וועסטו מחליט זייט אויב דאס איז רעלידזשעס, דא איז אויך אזוי, אויפן אויבערפלאך איז דער נושא נאר דער דיד, קען דער ריכטער נישט זאגן אז איך ווארף דאס ארויס ווייל סוף כל סוף וועלן
מיר אריין קראכן אין רעליגיע, נאר ער דארף דאס קודם אויסהערן, און גלייבט מיר, יעדע דריטע סענטענס וועט זיין, רבי, הלכה, שלחן ערוך, בעל שם טוב, טעמי המנהגים, וכו', ווען מיר האבן דעם שליסל, וואס הייסט "רעליגיע" וועלן מיר דאס ניצן כאוות לבינו,

און בכלל, ווער ס'איז קהל יטב לב פון ברוקלין האט שוין דער קארט גע'פסק'עט אז זיי קענען זיך נישט מישן, נו, חלום'ען די זאליס אז דער קארט גייט זיך אצינד יא מישן און געבן פאר זיי בעלות? גייט דען דער קארט צוריק ציען פון זייער פרירעדיגן פסק אז זיי קענען זיך נישט מישן? ווייל אויב יא, איז אפשר גייען זיי זיך ענדליך יא מישן און מחליט זיין אז ר' בערל פריעדמאן איז פרעזידענט אזוי ווי ריכטער ראזענוואסער האט גע'פסק'עט, אבער דאס גייט נישט געשעהן!!!
זיי וועלן ווייטער בלייבן ביי זייער החלטה אז זיי קענען זיך נישט מישן און ווער ס'איז אוחז ביד דער בלייבט ווייטער בעל הבית,
אלזא, זאליס טייערע, כאפט אייך נישט צו צו שטארבן אצינד...
איר האט נאכנישט צוריק דעם בית החיים, און אפשר איז אצינד א שעת הכושר צו מאכן א שטיקל חשבון אז אפשר איז שוין גענוג מיט די אלע ערכאות'ער, און אפשר קענען זיי טרעפן עפעס א היתר צו גיין צו א דין תורה, כהילכות גוברין יהודאין, אפילו א דיעבד היתר, אפילו א דוחק היתר, אולי ואולי...

(60)

שבת תולדות: זאליס גרייטן צו שווערע מערכה

די וואך שבת תולדות גייט זיין אין ווילי די רבי פון די עירוב, הגה"צ ר' חיים לייב כ"ץ שליט"א, און גייט פראווענען אין סקווירא ישיבה אויף העווארד.

לויט ווי עס הייסט איצט גרייטן איצט אן די זאליס א שווערע מערכה קעגן אים, פאשקאווילען, מחאות, טעראר וכו'.
 
איך האף נאר אז ער וועט נישט לייגן א סיין פאר די הויז ווי ער וועט זיין שבת, ווייל די אהרונים וועלן עס צו ברעכן...

(61)

זאלי'ס און בני ברק מסר'ן היימישער יונגערמאן?

איינער פון די די זאליס און בני ברק ... שכטר איידיעם פון באוויסטן גנב מ. וו. האט די לעצטע וואך אריינגעגבן א קלאגע און די שטאט רייט אנטקעגן א חשובער יונגערמאן אז ער האט ארויסגעבויט זיין דירה אן קיין רשות. היינט זונטאג פארטאגס זענען אנגעקומען פילע פאלציאנטן און שיכון קרית יואל און האבן ארויס געטריבן די קליינע קינדערלעך מיט די די צובראכענע עלטערן פון די בעטן אויף די גאס. טייכן טרערן האט זיך געגאסן פון די קליינע קינדערלעך און פון די בני המשפחה און פון די גאנצע קהילה.

(62)

סטרייק אין קיעפ סט' כולל

א זאלי'ס האט מיר יעצט פארציילט אז ס'גייט אן ערנסטע פראבלעמן אינערהאלב זייער כולל אין וומ''ס
אזש די יונגלייט וואס לערנען אין קיעפ ביי ר' יקתוא' ט''ב האבען געסטרייקט ווייסט איינער אויב עס איז אמת?, אין אויב יא עפעס מער דעטאלען?

דאס איז שוין באקאנט, אז זייער כולל, טריט די יונגלייט ווי הינט, זיי צאלען די שוואכסטע, אין ס'האט די שוואכסטע צורה, אבער כ'האב נישט געוויסט אויף אזוי ווייט

_

כ'האב יעצט ערהאלטען מער דעטאלען פין א כולל יונגערמאן, וועלכע האט מיר געבעטן כ'זאל שרייבען דערפון, ווייל אזוי וועט זיך אפשר זייער ..... אויפוועקן.
אין זאלי'ס כולל אין וומ''ס איז מען שילדיג די מאגערע געהאלט (מ'צאלט דארט די שוואכסטע, דאס איז די סיבה פארוואס די בעסטע יונגלייט פין די זאלי'ס זיכען זיך אנדערע כוללים, אין דארט בלייבן די אפפאל פין גאנץ וומ''ס, כידוע) זייט חודש סיון תשס''ט, דאס מיינט אז מען איז זיי שילדיג כמעט 6 חדשים.
דאס האט געפירט דערצו אז די קיעפ סט' כולל פין ר' ישראל בצלא' וועצב''ג האט פארגאנגע זינטוג אפיציעל געסטרייקט, אין די ביהמ''ד איז געווען ליידיג.
די וואס האבען געוואלט לערנען האבען געלערנט אין ראדני, האפענדיג צו ציען מער אויפמערקזאמקייט. אבער דערווייל האט עס נישט געברענגט רעזולטס.
מ'בעט דעם גאנצען ציבור ווער עס קען ארויסהעלפן די מצב זאל זעהן וואס מ'קען דא טוהן!
אז די בני תורה זאלען קענען לערענען אימגעשטערט ווייל אויב גייט עס אזוי ווייטער וועלן זיי נאך איין טאג אויסקוקען ווי זייער סאסאמאן'ס כולל אין ק''י.

 

(63)

זאליס פרישע מערכה מיט ר' מאיר בעל הנס

די זאליבאנער האבן קוים געפארטיגט מיט ר' מאיר בעל הנס פין זינבערגען האבן זיי שוין א פרישע מערכה ר' מאיר בעל הנס חבת ירושלים די וואך האבן זיי פריש אראפ געפליקט אלע סיינס אין ראדני ארויס געשינטען פין לוח המודעות דעם עד פין חבת ירושלים. מאיר ראטה האט אויס געשייגצט אין ראדני הרה"צ ר' משה לאבין שליט"א אבדק"ק חרדים אז ער גייט רעדן ביי חבת ירושלים מאיר ראטה האט אים געזאגט אז טאמיר ער גייט רעדן האט ער מער נישט קיין דריסת הרגל אין ראדני שיל ס'איז דא געוויסע זאליס וואס פירן די  מערכה מיט חבת ירושלים ווייל פעשווארסקער רבי שליט"א איז די נשיא ווייל ער איז געווען ביי רבינו שליט"א ווילן זיי עס אינטער ברענגן

בקיצור די זאליס זענען פיל מיט מערכות

(64)

סאטמאר מהרז"ל רעביצין אויף בליץ באזיך אין לאנדאן מיט אשת ר' מעכיל שלעזינגער

די זאליס האבן זיך שוין אויף געוועקט פין דים 10 יעריגן ר' לייביש לייזער חלום האבן זיי אנגעהויבן א ניי חלום וואס ריפט זיך דער  לייזער קעסנטבוים פלוצלינג איז ער געווארן דער גרעסטער געבער אין דער גרעסטער עושר אויף אזוי ווייט הגז"ל האט זיף אוועק געכאפט פין זיין 3 וואכדניג וויקאנץ ווי ער פעניאט שוין דארטן אהיים צי קומען צי נייעם זאל "הפרדס"

איבריג ארויס צי ברענגן ווער דער קעסנטבוים איז אין זיין שמוציגן פארגאנגהייט אין זיינע שומציגע אינוועסטינגען אין די ווייטע אזיע וד"ל

פלוצלינג די וואך האבן זיך זאלי באנדע אויף געוועקט פין זייער קורצער חלום זיי האבן געהערט אז רעביצין חי' שרה טייטלבוים מיט מעכל'טע שלעזניגער מיט יענקי רובין זענען אריבער געפלויגן קיין לאנדאן צי שאפן געלט פאר די הפרדס זאל ווייל דער בילאנער דער אזיאנער קענסטבוים האלט נישט ביים באצלען

דער גנב קעסנטבוים געט נישט קיין געלט נאר ווי ער קען האבן געלט מיט כבוד ער וועט ארויס געבן ספרים האבן א כולל ער וועט זיך אפילו זעצן לערנען אלעס וועעגן כבוד.

ווי ס'קוקט אויס קען ער קיין גרויס כבוד נישט האבן פין קיין בליגען זאל וואס די קרעדיט דערפין וועט גיין צים סאטמער'ן רבי'ן.

(65)

רוסישע פרויען ווילן נישט ציריקקומען באקען היי יאר אין בראדוועי

היי יאר האבען די רוסישע פרויען נישט געוואלט ציריקקומען באקען מצות אין די בראדוועי מצה בעקעריי, אין דערווייל האבען זיי א שטיקעל פראבלעם ווייל רוב מצות דארט פלעגן זיי באקען.

זיי האבען אנגהויבן נאכצומאכען די סאטאמאר בעקעריי מיטן נעמען יונגעלייט אין כולל יונגעלייט (זיי האבען עס א נאמען געגבן ''בני תורה כיתה'' אין ג'יובל'ט אז זיי האבען אנדעקט אמעריקא מיט א נייע אויפטרעף, ווען אין פאקט טוט עס שוין די סאטמערע בעקעריי די לעצטע פאר יאר אין רז''ב האט עס אייביג קריטיקירט), אין מ'דארף זיי צאלען אסאך מער.


{די סאטמערע בעקערייען אין וומ''ס אין ק''י האבען ב''ה נישט דעם פראבלעם, ווייל דארט האט מען לכתחילה נישט געוואלט נעמען די רוסישע ציליב ערנסטע חששות, אין עד היום הזה באקען אין ק''י היימישע פרויען אין און וומ''ס יונגלייט אין בחורים}

(66)

בזיון נורא: רז"ל פיליפ מסרב צו די"ת אין ארץ ישראל

עס ווערט ענדעקט א שרעקליכע בזיון וואס שפילט זיך אפ פון אונטערן טיש מיט די ספרד'ישע תלמוד תורה אין ב"ב ארץ ישראל.
ווי באקאנט האבן לעצטנס די וועד פוןן די ת"ת בראשות רז"ל פיליפ ארויסגעווארפן צום יעדנ'ס וואונדער דעם לאנג-יעריגער מנהל הרב רחמים בר-משה שליט"א מיטן טענה אז ער פעלטשט אין די עבודת הקודש, הרב רחמים האט זיך גלייך דערנאך (חודש תמוז תשס"ט) געוואנדן צום בי"ד און געפאדערט זיינע זכותים, די נתבעים (רז"ל פיליפ וסייעתו) האבן אויסגעוועלט די בי"ד פון ר' נסים קארעליץ און נאך וואס ביידע זייטן האבן גע'חתמ'ט שטרי בירורין איז פארגעקומען די זיצונגען און די בי"ד האט ארויסגעגעבן פארגאנגענעם ו' תמוז א קלארן צייטווייליגן פסק.
אצינד שטעלט זיך ארויס אז רז"ל פיליפ וסייעתו פייפן זיך אריין אינעם פסק און האבן דאס נאכנישט אויסגעפאלגט עד היום הזה, און דאס בי"ד האט יעצט ארויסגעגעבן א היתר פאר הרב רחמים זיך צו ווענדן צו די ערכאות ארויפצוצווינגען די פסק אויף רז"ל פיליפ, און גלייכצייטיג צו פאדערן א עיקול אויף די בנין פון די ת"ת.

איך האפ צו באקומען באלד די פעיפערס און דאס גלייך ארויפלייגן וירא הקהל וישפוט

ס'שטעלט זיך נאכאמאל ארויס דערפון די פאלטשע פנים פון די צביעות'דיגע מקנאי קנאת ד' צבקות וואס ווען ס'קומט צו זייער טאש אדער זייער אינטערעס מעג מען טרעטן אויף די תורה הק' און מ'מעג מבזה זיין די נאמען פון רביה"ק זי"ע עד עפר, ווי צום ביישפיל: די זאליס אין בג"ץ הציוני, די זאליס אין ב"פ, די בני יואל אין קרית יואל, די וועד פון ספרד'ישע ת"ת אין ארץ ישראל וכו' וכו'

בושה וחרפה תכסה פניהם איך הער אז די גאס אין ארץ ישראל שטינקט שוין פון די שרעקליכע אומדערהערטע בזיון ווען א א.ג. קנאי'שער דיין בישראל איז מסרב לדין, אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה !!!
  

(67)

פירות פין פארדארבענע חינוך אין 82 מוסדות

כ'טערף יעצט א מלמד אין 82 מוסדות, פארציילט ער מיך א ספעקטאל וואס האט זיך אפגעטוהן אין לאנטש רום פארגאנגענע וואך אין טרופ עוו' ביי לאנטש
ר' אברהם ישעי' ווייס, וועלכע רעדט אויף די מייק האט זיך (בטעות) ארויסגעכאפט עפעס א ווארט - רעדענדיג פין עפעס א הלכה האט ער צווישען אנדערע געזאגט: ''ר' געציל זאגט אז.... ''
מער האט נישט אויסגעפעלט, אין די לאנטש רום איז געווען אויף רעדער
שמיציגע לאזונגען פין די תינוקת של בית רבן, האבען זיך אנגעהויבן מיט קולו קולות, (כ'וויל עס נישט נאכשרייבן, ווייל נאך אלעם זענען זיי נאך קטנים וואס האבען נאכנישט קיין דעת) קעגן קרית יואל'ע דיין שליט''א מיט א עקעלדיגע מאס חוצפה
די הארץ האט וויי געטוהן ווען אזעלכע יונגע מוחות זענען שוין אזוי מלמדי מלחמה, ווי יעדער יונגעל האט פראבירט נאכצומאכען זיין טאטען'ס קללות וואס ער הערט שבת ביי די סעודה
אזש מ'האט די קינדער נישט געקענט שטיל מאכען, אזש ר' משה מנהל איז אראפגעקומען טיילען פעטש (ווער געדענקט נאך ווען ער ווערט ווילד?) אין מ'האט שווער באראויגט די ''אנגעצויגענע געמיטער'' אין פארשטילט די שמיציגע פיסקעס קעגן דעם ת''ח.

דער מלמד ווייזט מיר אן אז דאס נאר א דוגמא, וואס מ'הערט דארט קינדער פארציילען נאך וואס זיי הערן זיך אלס אין זעהן אויף די ווענט אין ראדני (א שטייגער ווי די זכור את אשר עשה לך עמלך צעטליך וכו' וואס הענגן אויף די ווענט אין ראדני, ווי אלע תשב''ר האבען זיך געשטיפט עס צו ליינען, כדי צו באקומען א גלעט פין זיין טאטע, ר'''ל)

יענער מלמד מערקט מיר אן אינטערסאנטע פוינט, אז נאך אלעם האבען נישט די זאלונים קיין שום ערנסטע טענות קעגן ק''י דיין, ווייל די ארונים האבען פין קיינמאל ועד היום בכלל נישט געניצט זייערע דיינים פאר קיין שמיץ אדער נעגעטיוו
עס איז נישט בנמצא קיין איין פאשקעוויל פין סיי וועלכע דיין פין די ארונים, קיין שום חתימה ''קעגן'' די זאלי'ס, ממילא זעהט מען נישט פאר וואס זיי זאלען האבען א חוצפה'דיגע האס קעגן ק''י דיין
נאר וואס דען.......... דאס קרענקט זיי אזא גדול בתורה ויראה, וועלכע איז אזוי ארויפגעגקוקט אין די גאנצע וועלט, אין ''האלט אנדערש ווי די.......ר''ל''
איז ער נישט קיין???

וויי פאר אזא חינוך.....

ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו

(68)

ריח''מ פר''מ ציט ציריק?!

כ'וויל דא באהאנדלען א טעמע וואס כ'האב שוין לאנג געוואלט אויסשמיעסן

לעצטענס האט ריח''מ פר''מ געלאזט פאלן סטעימענטס פאר עטליכע מענטשן, ווי מ'האט געקענט אפען זעהן אז ער באוויינט זיין עבר, ער האט באוויינט זיין רילעישאןשיפ צווישען אים אין רבינו שליט''א, אין ווי אויך האט ער שטארק אויסגערימט רבינו שליט''א אין שטאלצירט אז ער האט אזא תלמיד.

מענטשן האבען ג'טעהנ'ט אז דאס קומט ציליב זיין עלטער אין די זכרון ארבעט שוואכער אבער נאך די סטעיטמענט וואס ער האט געזאגט פאר'ן קרית יואל'ע דיין די וואך, שטעלט זיך ארויס די בילד זייער קלאר {כ'האב עס נאר געהערט פין א כלי שלישי, אין כ'וועל נישט ברענגן די לשון, אבער ווער עס ווייסט די פינקטליכע לשון זאל עס ביטע פאוסטען)
ער האט נעבעך באמת אנגעזעהן ווי ער איז אנגעקומען,

באמת האט זיך שוין אנגעזעהן צייכענס דערפון פאר א לאנגע צייט ציריק ווען רבינו שליט''א איז אים געווען מנחם אבל אין עס איז דאן פארפירט געווארען זייער א ווארימע שמיעס אין זינט דאן האט ער שוין געלאזט פאלען סטעיטמענטס פאר עטליכע מענטשן רוב דערפון במסיח לפו תומו, ווי ער שטאלצירט אז רבינו שליט''א איז זיין תלמיד, (א זאך וואס ער האט שטארק ארויסגעברענגט פאר 25 יאר ציריק ביי די הכתרה פין רבינו שליט''א, ווי ער האט אים שטארק אויסגערימט)  אין ביי געוויסע פעלער באוויינט די רילעישאןשיפ, - ווי ער האט בפ' געזאגט פאר ק''י דיין די וואך.
די זעלבע האט יעדער געזעהן די וואך ביי די טארטיקאוו-קאסאן'ער חתונה ווי האט זיך אויפגעשטעלט פאר רבינו שליט''א אין געהעריג בארגריסט, אין געוען אנוועזנד ביי די מצווה טאנץ פין רבינו שליט''א וכו'

ספעעציעל האט רעפלעקטירט זיין אפוועזענהייט ביי די קידוש פין פאללאק'ס ביה''ח, אין ביי די גענעראל פארזאמלונג דערנאך א' סליחות אין ראדני,  וואס געצויגען אויפמערקזאמקייט, נאכדעם וואס ער איז פאקטיש די רעספעקפולסטער אטאריטעיט ביי די זאליס.

ביי אינז איז דאס נישט גיין גרויסע העדליין, מיר האבען ב''ה א זעלטענע פראצענט פין יודן אמת'ע ת''ח ויר''ש זקנים ונשיא פנים (יודן ת''ח איז באמת קיינמאל נישט גענוג, אבער ב''ה מיר האבען זיך נישט וואס צו שעמען פין קיין איין קהילה) נאר די שאלה איז אויב וועט אוזוי גיין ווייטער, וואס וועלן די זאלי'ס טוהן, צו ר' לייבוש קען מען דאך שוין נישט גיין.....

(כ'פארשטיי אז די זאלי'ס וועלן זייער ווילד ווערן אויף דעם אשכול, אבער פארמעגליך וועט שוין פארבעצירן עפעס א נחמה)

 

_

דער גאנצער שמועס איז אירלעווענט
ר' ישראל חיים מנשה איז א מורא'ידגע שוואכלינג אין יעדן הינזיכט סיי אין פסקים אין סיי אין זיך לאזן אויף העצן.

ר' ישראל חיים מנשה האט זיך געלאזט אויף העצן קעגן רבינו שליט"א ביי די נשים מקוה אין וויליאמסבורג וואס ווער ס'איז באקאנט איז די גאנצע פרשה ווייסט אז ס'איז א שקר גס זיין גאנצע איינרעדעניש.

ער האט זיך געלאזט אויף העצן ביי די ירושלימער רבנות פרשה ווי ער האט זיך איינגערעדט אז רבינו שליט"א האט געשטערט זיין נאמנעציע אלץ ווערן רב, ווי ר ' ישראל חיים האט עס געזאגט פאר ר' לייביש וויינפעלד יענעם יאר ערב שביעי של פסח מיט טענות קעגן רבינו שליט"א.

ער האט אינטער געשריבן שמוץ בריוון קעגן רבינו שליט"א יעדע 5 מינוט אן א בלינק מיטן אויג.

פין די אנדערע זייט ווען ער זעהט דעם רבי'ן שליט"א פאלט פאר אים אינגאנצען , ער האט נישט קיין שום קוראזש פאר אים, ער ווערט ציברעקלט ווען ער זעהט אים.
 
די גרעסטע פלא איז, די שמועס וואס ער ר' ישראל חיים מנשה האט די וואך געהאט מיטן קרית יואל'ער דיין וועגן רבינו שליט"א ( יעדער זאל זיך אליינס נאך פרעגן )

אבער ווי געשמועס איז ער ארום גענימען מיט שלעכטע מענטשן וואס העצן אים כסדר אין קיין שכל ווי ר' לייביש לייזער האט ער נישט, מבחין צי זיין דעם אמת.

_

מען קען נישט בלעמען ריח"מ בפרט אויב איז ער ווי דו שרייבסט א שוואכלינג, נישט יעדער האט קוראזש און גאטס זיך צו קריגן, ממילא אז מען האט אים אנגעהעצט ביי די מקוה, און ער איז עס נישט געגאנגען קאנפירמען איז עס נאר פשוט געווען שפעטער א גרינגערע ארבעט אים קאנווינסן ער זאל זיך צושטעלן.

איך האב געהערט פונעם באזוך פונעם דיין ר' געציל, ממקור קרוב מאד האט ער במשך דעם שמועס ארויסגעברענגט אז ער איז שטארק מעריץ דעם רבין, און זיך פארענטפערט אז ער איז א איינגעשטעלטער (במלא מובן המלה) און דערפאר האט ער זיך געמוזט צושטעלן.

ער איז טאקע נישט אזוי גרויס ווי רבי משה ארי' און ווי דעם ברך משה, אבער די צוויי זענען גענוג א ראי' ווי ווייט שטוב מענטשן קענען פארדרייען א קאפ, ממילא די אלע בריוון וואס ער האט געשריבן נאך תש"ס זענען אזוי ווערט ווי די בריוון פון ברך משה נאך תש"ס, און מען קען צו אים נישט האבן קיין טענות
ממילא די אנדערע לישכע געאוינים האבן דאך די אלע יארן דעם ברך משה מצער געווען, רז"ל פילאפף האט דאך באקומען פון די עף בי איי סטרעיט א ליס פון די סט"א, און במו עיניו געזען ווער ס'שטייט בראש....

_

עס איז קלאר אז ריח''מ איז אנגעווייטאגט אויף רבינו שליט''א,
צילוב ווייל רבינו שליט''א האט אים געגבען אנצוהערן אז ווען מען האט געבויעט די מקווה טהרה, אז ווען מען בויעט א מקוה וואס איז טהרתן וקדושתן של ישראל, מיז מען זיין דערביי, און האלטען א אויג אז אלעס זאל זיך פירען הלכה'דיג און אויס געהאלטען, מען קען נישט ליגען אונטער די דאכענע מיט א זוהר הק'

עס איז אויך קלאר אז ער האט נאכן אונטער שרייבען לטובת דעם הייליגען מוסד שער החמלה, ציריקגעצויגן פון זיין היתר בכתב,   

עס איז אויך קלאר אז ער האט אונטערגעשריבען א צעטיל, וואס האט באטיטעלט  107 פון אונזער ראשי הקהלה, דאס שענסטע און בעסטע וואס סאטמאר פארמאגט, בוגדים – רשעים,

(און נאכ'ן ארויס געבן דעם פסק דין אז אלע אונזערע ראשי קהלה זענען רשעים און בוגדים, האט ער געמאלדען אז אויב וויל מען איבערהערן דעם פסק דין, קען מען קימען צו אים, און ער וועט עס אונז איבערזאגען, נאכן אונז געבן דער פראוועליגיע פון אויס הערן אונזער טענות, אבער די ראשי הקהלה האבן ענדערש אויסגעקליבען ר' זלמן גרויז שליט''א, וואס האט נאך נישט ארויס געגעבן דעם פסק אז די ראשי קהלה זענען בוגדים - רשעים, אד''ג)

עס איז אויך קלאר אז ער האט גובה עידות געווען פון די צוויי ליצים ווידער -  שטערן נאכן הסתלקות פון רבינו הקוה''ט דער ברך משה זי''ע, כאילו דער ברך משה זי''ע האט געוואלט אז ר' זלמניו זאל אים ח''ו ממלא מקומו זיין,
 
טראץ וואס ער האט גוט געקענט ר' זלמניו, ער האט אפי' אנגעווארענט זיי נעפיו, הרה''ג ר' ישראל חיים האראוויטץ שליט''א, אז ער זאל פון ר' זלמניו שטיין מיילען ווייט, ווייל ער האט נישט קיין פינטעל יראת שמים,

 ער איז געווען דער מג''ש פון ר' זלמניו, און ער האט אים גוט געקענט, און ער האט אויך גאנץ גוט געוויסט, וואס דער רבי דער ברך משה זי''ע האט געוואלט, און ער האט קלאר געוויסט אז די גאנצע מציאות פון אזא ר' זלמניו, איז פשוט א פאליטישע מאנווער, פון א פאר מפיאנערען, וואס ווילן בלייבן מיטן שטעקן, און עס האט מיטן ברך משה גארנישט,

איז אנשטאט אוועקשטיין פון די ''גובה עידות צערעמאניע'' און עס לאזען פאר די צוויי הרב פילאף - וויינבערגער, האט ער זיך צילוב ווייטאג אויף רבינו שליט''א אנטייל גענימען און די צערעמוניע וואס דער בן פראדעל מיט זיין גאלד פרענד, האבן ארגענעזירט, אז זיי זאלן קענען ווייטער זיין די פילאטען, 

מיט דעם אלעם, קענען די זאליס נישט אנווייזען, ווען מען האט דעם דיין ח''ו מבזה געווען, נאר קאפויער, ביי איינער פון די אלף שמות מסיבות, האט איינער פון די חשובע רענדער אנגעווארענט דעם ציבור, אז מען זאל נישט רעדען אויף די דיינים, אפי' מען זעט אז זיי פירען זיך אפשר נישט אזוי דיינים, דארפן זיך פירען, ווייל זענען זיי זענען פארט דיינים,

אונזער שטעלונג בנוגע ר' יח''מ שליט''א איז אלע מאל געווען, אז אונז ארנעקענען נישט זיין אויטריטעט, בנוגע יעדע זאך וואס האט צו טאן מיט הנהגת הכלל, אויף דעם האבן מיר אונזער גרויסען הייליגען רבי'ן זאל זיין געזונט, מיר אנערקענען ר' ישראל חיים מנשה שליט''א אלס א ערליכע וואוילער יוד, טראץ וואס זיינע מעשים זענען מילד גערעד היפש קאמפלעצירט, 
דאס איז אויך געווען די סיבה, פאר וואס מיר האבן אזוי געארבייט אז דאס שטול פון די ירושלימער רבנות, זאל פארפילט ווערן דורך הגהרי''ט שליט''א, און נישט דורך דעם חשובן דיין, ווייל מיר אנערקענען אים נישט אלס אן אויטריעטעט, צוליב זיינע פעילות בעבר, אבער ער זאל זיצען און אויף ראס סט, נעמען קוויטליך פון די וואס גיבן אים, כל הכבוד, קיינער לייקענט נישט אז ער איז א ערליכער יוד!  

_

דער יו גא איגען

ר' מנשה מראסס סטריט איז פין גרעסטע פארברעכער אין די מחלוקה.
 
1) קודם ווי אזוי ער האט געהעצט דעם ברך משה וואס איז דא א טעיפ דערפין
ממש ווי א געשילטער נאצי ער האט ליידער אויס געניצט דעם ברך משה'ס מצב .

2) ער האט געשריבן אויף קהל המה כרעו ונפלו (שפעטער איז מען געוואיר געווארן ווער ס'איז געפאלן)

3) ער האט ציזאם געריפן אלע געשעפטן אין וויליאמסבורג אין זיי געזאגט אז מען האבן מסירות נפש אויפן בלאט אזוי ווי חילול שבת

4) געגעבן דעם היתר צי גיין אין ערכאות פארן בית החיים.

5) נישט געלאזט די זאלי'ס קומען צי קיין דין תורה פאר קיין פרייז אין וועלט

6) ער האט געלאזט ארסעטירן רעכטס אין לינקס, ווען דער ביק האט געלאנדעט אין וויליאמסבורג .

ליידער די אלע זאכן קומען אים אהיים
1) ער הייבט שוין אויך אביסל צי רעדן אין די זייט, וד"ל.
2) ער זעט וואספארא אויס געשפילט יודל ער איז, זייט ער האט פארלוירן היסטאריש דאס ירושלימער רבנות.
3) אין ער זעהט ווי אזוי די רבי וואקסט אין די וועלט

מע טאר אויף אים נישט רחמנות האבן, לא תחוס עינך

_

ר' מנשה איז קיינמאל לעבן די ווארט ערליכע איד נישט געשטאנען, צווישען אים און כ"ק מרן רבי לייבוש לייזער שליט"א קען מען זאגן להבדיל!

טייל פון די סיבות איז ווייל:

ער האט האט אויסגעריסען די תורה הק' ביי אידן!

ער האט אויסגעריסען די ווארט דין תורה! 

ער האט מתיר געווען צו גיין אינעם טמא'נעם בג"ץ!

ער האט מתיר געווען צו ארעסטירען בחורים אינגעלייט פאר א קרוין וכו'!

ער האט נישט געלאזט די סאטמאר מחלוקה אנקומען צו דין תורה!

ער האט האט אויסגעריסען די ציווי ה' אז מען טאר נישט גיין בערכאות!

ער האט געהאלפען ממנה זיין אן עם הארץ פאר א רבי טראץ וואס ער האלט אז ער איז א גארנישט!

ער האט געט א הכשר אפען סאטמאר בוטשער סטאר 82 נאר ממליחה ואילך!

ער געט ממליחה ואילך אויך קיין הכשר נישט, ער גייט פון יאר צו יאר דארט נישט אריין!

נאך היינט צו טאג לאזט ער אריין אין 82 בוטשער סטאר די שוואכסטע בדיעבד פלייש!

ער געט א הכשר אויף די מקוה אבער נאר פארן טשעק, און פון יאר צו יאר טרעט ער נישט אריין!

ער האט מצער געווען טויזענטער אידן און געטרינקען פון זיי דאס בלוט!

ער האט געשריבן פאשקאווילען בריוון מיט מיאוסע לשונות קעגן טויזענטער אידן!

ער האט געטאן אלעס וואס זיין רבי אביגדור האט געהייסן!

ער האט זיך אנגעפאקט מיט די גניבה גזילה געלט פון אביגדור!

ער האט געהאלפן און אליין שרעקליך מצער זיין מרן בעל ברך משה זי"ע!

ער האט געהעצט און געטרינקען דאס בלוט פון מרן בעל ברך משה זי"ע!

ער האט מתיר געווען סקול דיסטריקט נאכדעם געאסרט!

ער האט געאסרט בני יואל נאכדעם מתיר געווען!

ער האט מתיר געווען פלעסטיק אויף די היטן שבת, נאכדעם געאסרט!

ער האט מתיר געווען אן עירוב אויף ראדני נאכדעם געאסרט!

ער האט געמאכט אן עירוב פאר פוילישע גוים נאכדעם געאסרט!

וכו'

נאר וואס איז איצט געשעהן...?

געשעהן איז ער האט זיך דערזעהן איצט באלד ביי די 80 יאר, אז ער איז אין ערגעץ נישט אנגעקומען, טראץ וואס ער איז ראב"ד ראסס... ראב"ד פון א לישקע סיין.... נשיא מוסדת רמ"א....

ער האט געפייגערט צו ווערן ירושלימער רב, אבער די ירושלימער אידן האבן געזאגט ניין! זייי דארפן נישט א רב א פאשקאווילען שרייבער, איז ער געבליבען זיצן אויף ראסס סט. דאווענט אין זיין ביהמ"ד מיט אפאר מרה שחורה אידן. פון די אנדערע זייט שטייען טויזענטער טויזענטער סאטמאר אידן און שעלטן אים, און אין די גאנצע וועלט איז ער אפ געפרעגט אפגעלאכט.

די זאליס פון די אנדערע זייט ניצן אים נאר אויס פאר שייגץ שטיק, פאשקאווילען שרייבן, מתיר צו זיין ערכאות, נישט לאזן קיין צו דין תורה, פארקויפן בדיעבד פלייש, וכו', זיינע קינדער האבן די זאליס נישט גהעריג קיין פרנסה געגבען, און פאר ר' לייבוש פריעדמאן האבן זיי קלאר געזאגט אז ער ווערט נישט דיין נאך די 120.

האט די דיין מיט זיינע מענטשן אפגעמאכט גענוג איז גענוג, זיי גייען מער נישט לאזן אז דער דיין זאל זיין די שייגץ שמאטע פון די זאליס, און ער גייט אויפהערן צו שרייבן פאשקאווילען, וכו'.

און דאס וואס עס גייט פאר די לעצטע צייט.

_

וויפיל עזות שטעקט ווען ר' מנשה מראסס סטריט פרעגט הרה"ג ר' געציל פארוואס די רבי האט א שווער הארץ אויף אים.
אין אז ער האט קיינמאל נישט וויי געטיען דעם רבי'ן.

דעס האט פאסריט די וואך מיטוואך נאכט ווען הרה"ג ר' געציל האט אים ארויף געטראגן זיין ספר אגלי דבש.

_

וואס הייסט ער ציט צוריק? האט ער דען בכלל צוריק געצויגן?
לאמיר זעהן ער זאל ארויס שרייבן קלאר און דייטליך אז
טעיתי טעיתי וטעיתי, (ער איז דאך געוואוינט חוזר צן זיין פון זיינע פסקים)
זאל ער שרייבן כנוסח וואס ער האט געשריבן ביים סקול דיסטריקט, כנוסח וואס ער האט געשריבן ביים עירוב,
און דאס הייסט אפשר צוריק געצויגן, נישט אז ס'וועט אויסמאכן אין מיינע אויגן, ס'וועט פונקט אזוי אויסמאכן ווי זיינע פריריגע געמויזעכטס, אבער קען מען אפשר אנרופן צוריק געצויגן, ביי מיר אין חדר איז געווען עפעס א ווילדער צאפ, איך וויל נישט פורס בשמו זיין, היינט איז ער שוין א חשובער אינגערמאן,
OK איך בין דאך א איש אמת, בין איך מודה... איך בין דאס געווען, איך בין אין חדר געווען א געזונטער בארדאק, ווי מען זאגט א ווילדער חי', און איינמאל נאך א גיט שטיקל בארדעריי
און נאכן כאפן צוויי געזונטע פראסקעס פון מיין רבי
גיב איך עהם א פרעג אזוי תמימותדיג "וואס האב איך געטוהן?"
נו... נו... מיין רבי כאפט דעם שטעקן און גיט מיר געזונטע
מכות און שרייט דאס כאפסטו פארן פרעגן וואס דו האסט געטוהן,

רבי ישראל חיים טייערער, דאס פרעגן פונעם דיין רבי געציל שליט''א וואס איר האט געטוהן איז נאך ערגער פון די אלע שייגעצשטיקן, יא, איך ווייס אז די רעבעצין פארפירט געפערליך אז זי וויל ליגן דארט ווי אירע עלטערן און געשוויסטער ליגן, און ווילט איר צופרידן שטעלן, אבער לא זו הדרך, דאס וועט אייך קנאפע העלפן, בעטס אייער גבאי נחמי' קרויס זאל אזוי גיט זיין אייך אראפ טראגן קיין 5 צאנז קט. טיט אייך אויס די שיך און גייטס אריין מיט בכיות נוראות און זייט מקבל נזיפה און זייט מפייס דעם רבין שליט''א, פון דארט כאפט א שטיקל נסיעה די פאר שפאן ביז צום ציון הקדוש פון רבותינו הקדושים, און בעטס זיי איבער פארן חורבן עולם וואס איר האט אנגעמאכט, (גייט אריין פון די בעק, וויגדור זאל אייך נישט זעהן),  און פון דארט ווען איר קומט אהיים מאכט א סטאפ אין אונזער בית המדרש הגדול אויף הופפער, און שרייטס אויס פאר די הונדערטער
לומדים ומתפללים, חטאתי עוויתי ופשעתי, חטאתי לאלוקי ישראל, חטאתי לרבותינו הקדושים, חטאתי לכל בני קהילתינו הקדושה ובראשם כבוד קדושת רבינו הקדוש שליט''א, און דאן אולי ואולי וועט דאס הייסן צוריק געצויגן, ואולי יחוס ואולי ירחם, אבער דעם פני תם וואס ווייסט אפילו נישט וואס ער
האט געטוהן, דאס וועט אייך קנאפע העלפן...

_

דער דיין גייט ארום זייער צימישט, אין דאס האט נישט ציטין מיט די רעבעצן אדער מיט די רבנות אין ירושלים, דער דיין איז דאך א ערליכער נאר אין די מחלוקה איז ער בלינד געווען וועגן השוחד יעוור, אבער לעצטענס הייבט ער זיך אן צו כאפן אז עפעס די תלמידי חכמים קלעבן צום רבין אין די ליידיגייערס קלעבן אין זלמן לייב, ער האט אפאר וואסן צוריק גיזאגט פאר רי''וו אז ער פארשטייט נישט, זיין נעפיו ר' יעקב הערש פריעדמאן וואס איז א תלמוד חכם עצום באלאנגט עפעס צי ר' אהרן אזוי אויך זיין ידיד ר' לייבוש וויינפעלד קלעבט עפעס זייער צו ר' אהרן זיי זאגן נאך פון עם עפעס גדולות און דא איז ער מיט מעכל שלעזינגער און נאך אפאר קלים, זעט אוס אז ער כאפט זיך שוין מיט וועם ער בלאבט דארט.

(69)

מיילך שטערן ציפראסקט זיין נעפיו

היינט איז נפטר געווארן ל"ע די מוטער פין ר' מרדכי גוטמאן (גאלדן פלו) דער חזיר מיילך שטערן איז דארט אויך א איידים

ר' מרדכי גוטמאן אפילו ער איז א זאלי האט ער נישט געוואלט זיין מאמע זאל ליגן קבירת חמור ביי פאללאק'ס בעק יארד
אין ער האט איר געלייגט אין אין געהעריגן בית החיים.

והרשעים כים נגרש דער חזיר מיילך שטערן האט געסטראשט קודם אז ער קומט נישט צי לווי' נאכדעם האט ער אנגעהויבן צי אגיטירן אז מען זאל איר יא לייגן ביי פאללאק'ס בעק יארד
איינע פין ר' מרדכי גוטמאנ'ס קינדער האבן זיך קעגן געשטעלט דעם חזיר, האט  מיילך שטערן ברבים אראפ געלאזט א פראסק פאר זיין פלעמניק פארן זיך קעגן שטעלן קען גאר זיין די וואך אין דער איד וועט זיין ארטיקלען קעגן זיין אייגענע משפחה.

(70)

קוטשי וואלי מיטן גרויסן מויל דרייט זיך אין ב"ב און מהנה דעם ציבור

איך הער אז דער רויטער קוטשי וואלי דרייט זיך אין בני ברק און לאזט הערן פעך און שוועבל על ימין ועל שמאל
צום ערשט פארפירט ער געפערליך ער איז ערשט יעצט געוואר געווארן דעם גרויסן סוד אז די זאליס זענען געפלויגן פון סאטמאר ביהמ"ד, ער טענה'ט אז מ'האט זיך ננישט געטארט לאזן און ער לאזט זיך אויך נישט און דאוונט דירעקט יא אין סאטמאר, וואו די ציבור איז זיך מחיה מיט זיינע דברים של טעם ווי ער ברענגט ארויס די ווייטאג און צארן וואס הערשט ביי זייער לאגער, ער שרייט חי וקים אז ער איז בטוח אז ער גייט ליגן אין די ביה"ח דקהילתינו קיינער וועט איהם נישט לייגן מאחורי הגדר

וואלי טענה'עט אז ר' לייבוש האט עפעס א שלאנג פון צווישן זיינע מקורבים וואס וויל טשעפען סאטמאר. דער שלאנג האט איהם געשלעפט וויזיטן דעם ר' אהרן און דער שלאנג האט איהם געשלעפט וויזיטן דעם קלויזנבורגער מיט א אפענע ציהל צו טשעפען סאטמאר און ווייזן אז ער פייפט אן יעדן (אפי' נאך די קווינסער שבע ברכות)

וואלי קען זיך נישט איינהאלטן (וואס איז ביי א ניכטערן אויפן לונג איז ביי א שיכור אויפן צינג) ער פרעגט מיט א פליאה
וואס האט ר' לייבוש אזוי פארפירט פאראיאהר אין אנטווערפן קעגן די נעמען געלט און קעגם די גיין אין ערכאות הציוני
בשעת ווען דא לויפט ער וויזיטן דעם קלויזנבורגער, הוא מותיב והוא מפרק, אז עפעס א שלאנג דרייט דאס אן און מ'מוז איהם כאפן ווי שנעלער
עפ"ל

 

(71)

"פאלאקס לאט" קאנקורירט מיט חסד של אמת

עס טוט זיך א כאפצעם ביי די זאליס, נישט אויף לעבעדיגע נאר אויף מתים !

יעדע נפטר וואס האט נישט באלאנגט אין ערגעץ
נישט געווען קיין מעמבער אין ערגעץ
נישט געצאלט קיינמאל קיין מעמבערשיפ
האט ליידער געהאט א שווער און מיטגעמאכט לעבן

איז אמאל אנגעקומען אין "חסד של אמת"
ווייל שאול פערלשטיין האט זיך נישט געקימערט מיט אים.

היינט צי טאג ווען שאול פערלשטיין איז דעפרעסט
נעמט ער אן כל .... וכל ..
אומזיסט און דערמיט דערלאנגט ער א מעכטיגן זעץ פאר "חסד של אמת" וואס ווערט אנגעפירט דורך הרה"ח ר' מענדל ראזענבערג.


דעם מוצש"ק ווען דאס מיידל רייז איז ליידער נפטר געווארן, האט נישט קיין צווייטער ווי רז"ל געקאלט זיין שוואגער, אב"ד ביסטריץ אז ער מוז לייגן דאס מיידל אין פאלאק'ס לאט, כאטש וואס אירע עלטערן זענען נטמן אין ביה"ח דקרית יואל.


איינער זאגט מיר אז די וואך האט מען געגעגעבן קידוש אין ראדני יעדן טאג (!)

פארוואס פרעג איך אים.
ווייל מיר האבן ב"ה געהאט א טויטען יעדן טאג ביי פאלאק !   !   !

_

ישעי קרויס פראקאלאמירט!

אונז וועלן אזוי לאנג פייערען ניצחון, און מיט פרייד קלאפען מיט די הענט, ביי יעדע אומגליק, זאל זיך נישט מאכען, ביז עס ווען ליגען און פאלאקס לכה''פ 300 מיתים, מיר האפען אז וועט זיין און גיכען! 

נאך עקלערט ר' ישעי שליט''א דער פארזיצער פונעם מעכטיגען ''ארץ החיים קאמפיין'', אז מיר האפן  אז משיח זאל נישט אונטראפטען, און שטערן די אויפבלי פון פלאקס, מיט תחית המתים,  

רח''ל! עס איז פיקטיוו, אבער ווער ער רעד צו א זאלי און די דאזיגע טעג, שמעקט עפעס אזא מין גרוך פון אים!

(72)

זאליס פרישע אטאקע אויף פעשוואסקער רבי

די זאליס ווי מען גייט אין מען שטייט שימפען זיי אויפן פעשווארסקער רבי שליט"א
יעצט האבן זיי אן געהויבן מיט א פרישע רונדע אטאקע אויפן פעשווארסקער רבי ווייל ער איז נעכטען געווען ביי א באזיך ביי קלוינבארג'ן רבי'ן שליט"א פין ב"פ די זאליס שרייען אז פעשוואסקער רבי איז נשט זייערס מער.

(73)

"פיקסן" שבע ברכות אין קווינס - פשעווארסק-רז"ל

איך האב שוין פריער געשריבן, מיר ווערן בכלל נישט אזוי ענטויזיסטיש פון ר' לייבוש'ס באזוך ביי רבינו שליט"א (מהר"א), ווייל ווי געזאגט קען מען דאס נישט אויפקעשן, קיינער איז נישט מחולק אז ער איז א ערליכער איד א עובד ה' (און אויב איז אמת די מעשיות וואס מען דערציילט דא פון די חתונה דארף ער צו זיין א שטארקער חכם, וכבר אחז"ל סייג לחכמה שתיקה, וכן הוא נוהג).

איך ראט דיר, אויב ווילסט שטארק וויסן וועם צו בעטן מען זאל אראפקריכן פון אים (אז דו האסט שטארק רחמנות אויף אים) כאפ דיך אריבער היינט נאכט אין קווינס, און האלט מיט די שבע ברכות דארט, ובשם כל הקהל הקודש זענען מיר דיך מכבד צו זיין דער שליח ציבור און ברענגן א לייוו ריפארט פון דארט.

אויב איז אמת וואס מען האט א געשריבן פון נעכטן – וואלט איך נישט געוואלט זיין אינעם היינטיגן טאג אין זיינע הויזן.

סקאט, מיר ווארטן אויף א ריפארט....

­­_

פונעם באזוך פון פשעווארסק'ער רבי'ן, ביים סאטמארער רבי'ן זעה אים נישט קיין גרויסע פליק פאר רז"ל.

ר' לייבוש לייזער הייסט נישט פיליפ אדער וויינבערגער און איז נישט אויף זייער פעיראלל, אלזא טוט ער וואס א "נארמאלער מענטש" טוט.

אבער די אנדערע זאכן וואס ער "טוט נישט" - אין דעם זעה איך פיל מער, ווי אין דעם וואס ער טוט יא.

אין אנטווערטפען ביי רז"ל האט ער ארויסגעוויזן "קאלטקייט" און אפאטיע
אין אנטווערפען ביי סאטמאר'ן רב אין וויליאמסבורג (ר' מענדל)
האט ער ארויסגעוויזן "ווארימקייט" און נאענטקייט.

נעכטן נאכט האט ער ארויסגעוויזן קאלקייט צו רז"ל
אין ווידער ווארימקייט און נאענטקייט צו ר' מענדל.

דאס פאדערט א גרויסער לימוד !

_

כ'האב יעצט געהערט פין א איש מהימן
די זאלי'ס האט זיך געבעטן פאר די חתנוה איינס פין די גבאים אז ער גייט ברענגט רז''ל צו די חופה אין מ'זאל אים געבן א ברכה - אין פארשטייט זיך אז זיי האבען עס אפגעזאגט.
אויך האט ער זייער געוויינט, אז מ'זאל נעמען זלמן לייב פעלדמאן זאל פירן די חופה (טראץ וואס ער האט געמאכט א ב''מ נעכטן נאכט) אבער........צו זייער מזל האט עס ר' שלמה עס נישט געוואלט אננעמן וועגן פארשטענליכע סיבות, אין איין'ס פין די גבאים האבען אנגעפריט די חופה.

_

דער ר' לייבוש איז נעבעך א שוואכלינג, א קאוערד, די אהרונים האבן געהאלטן א גאן איבער זיין קאפ און אים געצווינגען אז ער "מוז" קומען צו ר' אהרן, און ער האט זיך געבראכן צו טעראר.

הא הא הא. קיין בעסערן וויץ ווי דעם האב איך נישט געהערט.

דאס אז ר' לייבוש איז א גאליציאנער האסטו נישט געהערט "פון די אהרונים" ווי דו פרובירסט צו קלעימען. האסט עס געהערט פון מיר און פון סקאט, טא האק נישט קיין טשייניק.

ווער ס'איז מסופק וואס ר' לייבוש'ס מענטשן האלטן פון די זאליס קען אנרופן די גבאים און אליינס רעדן צו זיי. זיי זענען גערעגט אויף כח וויאזוי רז"ל רוקט זיך אן צו א חתונה וואס איז נישט זיינס, בשעת ר' לייביש האלט אינמיטן געבן לחיים פאר'ן עולם און דרייט אלעס איבער און באפעלט תיכף פאר די מוזיק דורך זיינע שיק יונגלעך אז ער זאל אנפאנגען די זעקסטע הקפה ניגון און נאך פאר עפעס וואס גיט זיך ר' זלמן א שטעל אויף א שטרעק אויס זיין האנט צו ר' לייביש ווי א באפעל אז ער זאל זיך שוין אויפשטעלן טאנצן.

און נאכאמאל, ניין, ר' לייבוש האט גארנישט מיט די סאטמארער רבי'ס איינגעשטויסן. די אהרונים האבן קיינמאל נישט געקלעימט דער רבי האט חביבות צו אונז און יענער רבי האט חביבות צו אונז, ווייל ביי די אהרונים בויט זיך א רבי מיט חסידים נישט מיט חביבות. אבער אויף וועמען ר' לייבוש האט א שווער הארץ איז דווקא אויף רז"ל, אזש אז ער איז געגאנגען און ארויסגענומען זיינע טעכטער פון ר' זלמנ'ס מוסדות.

ר' לייבוש האלט פון ר' זלמן 0! ער וועט אים ח"ו נישט מבזה זיין ווייל ער איז א הייליגער און איידעלער איד אבער אויב חביבות ווייזט ער ארויס מער חביבות פאר ר' מענדל ט"ב ווי פאר רז"ל.

(74)

שוידער ! זאליס באקאטירן ר' מאיר בעל הנס

די זאלי באנדע איז געפערליך ציווילדוועט אויף ר' מאיר בעל הנס זינבערגען מיט חיבת ירושלים פארן סטאפן אריין צי לייגן עדס אין דער שינד בלאט דער איד.
 
אלץ נקמה האט משה בן פראדל ארויס געגעבן דעם ארדער אז מען טאר נישט די וואך מאכן אן אפיל פאר ר' מאיר בעל הנס זינבערגען, אין זיי האבן אראפ געפליקט אלע פאסטארס אין זייערע שילן.

די ווילדער שריט איז גאר ווען ר' זלמן לייב פאריפט זיך אלץ  בעל מידות שטעלטס ענק ווען ער איז נישט בעל מידות ווי אזוי דער עם הארץ וואלט זיך ווען אויף געפירט.

ס'איז זיכער פאר א יעדן איינעם אז ר' מאיר בעל הנס וועט זיך אן נעמען, אין די רשעים ועלן קיין שליטה נישט האבן..

_

שמואל טייטלבוים האט פרייטאג אנגעריפען אלע זאלי שמשים, אז אין אלע זאלי שולן זאל מען אראפ רייסן די רבי מאיר בעל הנס זינבערגען מלוה מלכה צעטלעך, און די גבאים זאלן נישט אויס ריפען די מלוה מלכה.

ווייל זיי האבן נישט געלייגט אן עד אין דעם שמוציגען דער איד.

(75)

בן פראדל שטראף אפערציע אין ר' חיים יושעלע


וויבאלד ר' חיים יושע האט זיך נישט געוואלט צישטעלן צי בן פראדל'ס שדים טאנץ מיטן פאלאק'ס בעק יארד האט דער מטורף בן פראדל מיט בן בנו פין פראדל באשלאסן מען גייט נקמה נעמען אינעם געצערטעלטן בן יחיד זי האבן געדעקט די וואך אין דער איד רב וואזנער אלץ דער סאטמאר מאנסי רב.
 
שור שנגח את הפרה טארי רי ראם טארי רי ראם

(76)

די זאליבעצענס גרויסע געווינערס?...,

די נארישע קעלבלעך האבן שוין ווייטער געווינען,
און גאנץ נארמאלע זאליס (אויב עס איז בכלל דא אזוינס)
זאגן נאך איבער די פערדערישע סטעיטמענטס פון דעם מסור דמתא און שמייכלען, איי האבן מיר געווינען, זאגן זיי, וואס האט איר געווינען?
פרעג איך אזוי נייגעריג, וואס הייסט וואס מיר זענען געבליבן מיטן סוער...
און עס געדוירט עטליכע מינוט ביז די LOW IQ קעלבלעך כאפן זיך וואס זיי האבן געזאגט און ווערן באלד פארשווינדן, יא איר האט גיט געהערט, זיי האבן געווינען ווייל...
זיי זענען געבליבן מיטן סוער, זיי זענען געבליבן מיטן הייליגן סעפטיק טענק, לאמיר כאפן א שטיקל בליק, וואס האט ווער געוואלט, און וואס איז היינט צו טאג, וועלן מיר זעהן ווער עס האט געווינען און ווער איז טיף במחתיך.
ווי לאנג די רעבעצין האט געלעבט איז קהל בית פיגא געווען אויף קעסט ביי קהל, נישט געצאלט קיין יוטיליטיס, געהאט לעקטער, וואסער, געז, סוער, אלעס אויף קהלס חשבון,
לאחר פטירתה האט קהל געשיקט א בריעוו אז די פעטע יארן האבן זיך גענדיגט און זיי זאלן מוחל זיין זיך אליין באצאלן זייערע יוטיליטיס, די בני זולל-ים האבן דאס נישט פארטראגן
זייער בלוט דרוק איז ארויף געשפינגען צו א גראד וואס איז 4 מאל אזוי גרויס ווי זייער IQ, און האבן מחליט געווען צו רופן קהל אין געריכט, זיי האבן געטענה'ט אז קהל האלט זייער
עיר-קאנדישאן יוניט'ס אויף "זייער" דאך, און אז קהל נוצט "זייער" בעיסמענט פאר א חלק פונעם היכל התורה,  למעשה האט דאס געריכט געפסקעט, אז קהל איז יא בארעכטיגט צו ניצן דעם דאך און דעם בעיסמענט, און אז זיי זענען (לעת עתה אן קיין פערמיט) נישט בארעכטיגט צו נוצן די דירה פון די רעבעצין פאר א בית המדרש, נו, ווער מיינט איר האט געווינען, הא?
אויב האט איר א IQ פון אינטער 55 דאן האבן די זאליבעצענס חברה געווינען,..

וואס וואלט א נורמאלער מענטש געטוהן ווען וירא כי כלתה אליו הרעה, מען כאפט א געזינטן פליק, מען פראבירט צו שיקן שלוחים און זעהן וואס מען קען עפעס פארהאנדלן, סוף כל סוף
האט קהל דאך נישט פראבירט אפצושפארן דעם בית המדרש, דו 2-3 מנינים קרעציגע צוריק געבליבענע חברה שטייען אונז בכלל נישט אין וועג, קהל האט זיי קיינמאל נישט גערודפט, מען האט בלויז פארלאנגט אז זיי זאלן זיך אליין באצאלן די הוצאות, און מיט א פאר קליינע פאדערונגען פון קהל האט מען זיך געקענט דורך קומען כידוע לכל, אמת רוב מתפללים פון זייער קהל האט מסכים געווען זיך אדורך צו קומען מיט קהל, והכל על מקומו יבא בשלום, מען מישט איבער דאס בלעטל ומפטירין כדאתמול, איז געקומען א מעסעדזש פון דעם מתווך אז כאטשיג רוב מתפללים
זענען מסכים צו די פארלאנגן פון קהל, אבער זייער ראשי (רשעי) הקהילה האבן דאס אפגעווארפן און זענען נישט מסכים אויף קיין שום פארשטענדעניש, סא, וואס האלט איר וואלט אונזער קהל געדארפט טוהן און וואס מיינט איר וואלט זייער קהל געטוהן ווען זיי געווינען ווען אין קארט זייערע תביעות, הא?
צו מיינט איר אז זיי וואלטן אונז ערלויבט ווייטער צו לערנען כאטש איין טאג אין זייער בעיסמענט, אויב זיי געווינען ווען?, צו וואלטן זיי אונז געלאזט נוצן דעם דאך פאר אונזערע עיר-קאנדישאן יוניטס אוב זיי וואלטן געווינען דעם דאך? געוויס אז נישט, נו אויב אזוי איז נאר פארשטענדליך אז קהל דארף און קען אדורך פירן דעם פסק אז זיי טארן נישט ניצן די דירה פאר א בית המדרש נאר פאר א דירה און נישט לאזן נוצן די יוטיליטיס פאר א נישט לעגאלן בית המדרש, רשעות? קען זיין, אבער די פראגע איז ווער זענען די רשעים, די וואס האבן גערופן קהל אין קארט בלי שום הזמנה לבית דין, צו קהל וואס איז מקיים דעם עם עיקש תתפתל, און גיט זיי צו פארזיכן אביסל פון זייער אייגענע רשעות'דיגע רעצעפט,

אצינד צום גרויסן מעכטיגן געווינס, דאס איז קלאר אז "לעת עתה" באשר הוא שם איז זייער בית המדרש נישט לעגאל, די פערדעלעך שרייבן מיט א ניצחון אז זיי דאווענען דארט איעדן טאג, זיי לייגן ארויף קליפס ווי זיי פייפן זיך אריין אין קארט'ס פסק און דאווענען יא, על אפו וחמתו פונעם ריכטער, וואס מיינט איר גייט דער ריכטער טוהן קומענדיגן נאוועמבער דעם צווייטן, הא? ער וועט זיך מסתמא ביקן פאר יוזל וואלדמאן
און בעטן מחילה פאר די צער און עגמת נפש וואס ער האט עהם גורם געווען, אדער וועט ער גיין מיט די מחוצפים בכל חומר הדין? וואס מיינט איר, הא?, טאמער מיינט איר אז דער ריכטער ועט זיך אפווישן די נאז און זיך נישט וויסענדיג מאכן וואס דו קרעציגע בני זואל פאפן זיך אריין אין עהם, דאן קענט איר נישט
דעם קארט סיסטעם אין אמעריקא, זיך מתחצף זיין פאר א ריכטער איז די גרעסטע עבירה, יא, די גרויסע גבורים קענען לאכן און חוזק מאכן פון כ''ק אדמו''ר שליט''א, זיי קענען לאכן פון די תורה, זיי קענען לאכן פון באשעפער, (זיי גלייבן דען אין שכר ועונש?) אבער פארן לאכן פונעם ריכטער ווערט מען שטרענג באשטראפט,

אלזא, ווען די לויערס האבן די פאריגע וואך דאנערשיג גערופן דעם ריכטער מיט איין געוואלד אז ס'איז סכנות נפשות, די הייליגע סעפטיק טענק איז אין באלדיגע סכנה, האט דער ריכטער גענטפערט אז קיינער זאל נישט טוהן גארנישט ביז צום נעקסטן קארט דעיט וואס איז א צוויי וואכן אוועק, אפס!!!, א מעכטיגער געווינס, האט ער דען געהייסן אז מען מיז זיי צוריק געבן עלעקטריק? ניין!!! האט ער געהייסן זיי צוריק געבן דאס וואסער? ניין!!! האט ער געזאגט אז ביז דעמאלטס מעגן זיי דארט לעגאל דאווענען? ניין!!!, וואס האט ער געזאגט, אז אין צוויי וואכן גייט במילא זיין א קארט סעשאן נו לאמיר ווארטן אויף געמאלטס, איז דאס טאקע אזא מעכטיגער געווינס?,
האבן זיי דען נישט פארלוירן אלע תביעות וואס זיי האבן תובע געווען פון קהל?  און איז דען נישט קהל געבליבן מיט אלעם וואס די זאליבעצענס האבן געוואלט צו נעמען? אבער גיי טענה דיך מיר א קורץ געבינדענעם זאלי-בני יואל-רעבעצינס, יוסעלע מסור זאגט אז זיי האבן געווינען, האבן זיי זיכער געווינען... 

(77)

1400 תלימידים איכם ???????

די גרעסטע אפטימסטן וואס האבן אפגעשאצט הגז"ל'ס הקפות זענען געקומען צי די החלטה אז זיין קלימאקס ביי די זעקסטע הקפה אינדערפרי איז געווען 600 שטריימעלך

שטעלט זיך א הארבער ר' זלמן לייב, קווינסער יעשיווע האט שוין פראדיצירט 1400 תלימידם חתונה געהאט  
ווי זענען זיי, פארוואס קומען זיי נישט צי זייער ביק...

פארוואס לויפן זיי ארום צי איעדען רעבי'ן אין שטאט ,אין פין זייער רבי'ן איז בל יראה ובל ימצא ?

אין הכי נמי די זאליס דארפן גארנישט אין פארגינען א יעדען רבי'ן,אבער  וואס איז געבליבן פין דעם משכיל נפתלי בלומנפעלד דרשה פין רבי'ס נקידה אז מען זאל מחזק די זאך..........

_

לכאורה מיינט דער דעקלעראציע ארויס צו ברנגען, וואו פאלגענד,

און א יעדע חסידות וואו שוואך דער רבי זאל נישט זיין, וועלן די בחורים און יונגעלייט, בלייבען מקישור און זייער רבי'ן, און קימען צו די טישען, און תפילות אד''ג,

אבער אונזער ר' זלמניו, איז א אזא גארנישט, אז אפי די יונגווארג, שאקעלען זיך אפ פון אים מיט אפשיי, און ווילן זיך וואס ווייניגער געפינען און זיין ד' אמות, און שעהמען זיך ביטער זיך אונדעפעצירען מיט ר' זלמניו.

זיי באווייזען זיך נאר, איין מאל און 28 ווען מען א קידוש החמה, שלוש פעמים בשנה, גיבן זיי א אוועק א האלבע שעה מוצאי יו''ט פאר די פיקטשער, אז די ארוינים זאלן כאטש מיינען אז דער זלמניו פארמאגט עפעס,

ווען מען טרעפט א האס אנגעגעסענע זאלי, און מען צימבלט אים, אויף די פיסטקייט, און לעהרקייט, בכמות ובאיכות, וואס הערשט און די געגנבעטע בנינים, קימט אייביג דער תירץ, ''אזוי קימט עס און סאטמאר''

די זאלאבאנער מיינען נעבאך, אז מיר זענען זיכרון געשלאגענע, מיר געדענקען נישט די טויזענטער, טויזענטער חסידים ואנשי מעשה, וואס פלעגען פארפילען דעם אלטען בית מדרש אויף ראדני, בימי מועד, זיי די נייע געקימענע, וועלן אונז פארציילען וואו אזוי א יו''ט דארף אויס קיקען און סאטמאר, לויט זיי אזוי און די שכינותדיגע מישקאלץ,

_

נישטא קיין ווערטער, נאר מעתיק צו זיין וואס יענקעלע11 האט געשריבן אין א צווייטן אשכול
איך מיין דאס איז די מעשה (וויץ) פון יאר

וז"ל:
אגב רעדענדיג פון משה גבאי איז כדאי צו דערציילן אז דעם יום טוב גיי איך אהיים פון בית המדרש מיט איינעם פון מיינע וויליאמסבורגע ידידים, און ווער קומט אונז אקעגן? דער מלאך המוות אליין, אונזער אלטער (געוועזענער) ידיד משה גבאי קומט אונז א קעגן און מיט אזא בלעכן פנים גיט ער מיר א גרויסן שלום עליכם, וואס מאכסטו עפעס? גיט ער מיך א פרעג, רופט זיך אן אונזער ידיד אז מיר רייסן זיך ארום, דעם משה'עס אויגן האבן אנגעהויבן צו קוועלן, אבי צוויי אהרונים קריגן זיך שוין, וואס גייט שוין פאר צעווישן ענק? גיט ער א פרעג, אפשר קען איך שלום מאכן?, ענטפערט אונזער חבר, NO CHANCE פאר א שלום, איך האב אלץ געמיינט אז ביי די אהרונים זענען מיר אלע באחדות און נאר ביי ענק זאליס קריגט מען זיך, און למעשה וואס זאל איך דיר זאגן משה, איז פונקט פארקערט, ביי אייך זאליס האלט יעדער אייניג, און ביי אונז רייסט מען זיך ארום, וואס גייט שוין פאר? פרעגט ער מיט איין אטעם, און די שפייעכטס הייבט עהם שוין אן צורינען פונעם פיסק, COME ON זאג מיר שוין וואס עס גייט פאר, וואס עס גייט פאר? איך וועל דיר זאגן, איך גיב א פרעג היינט אין בית המדרש פון א קופקע אידן וואס האט ענהאלטעט בערך 10 מענטשן, און איך פרעג זיי זאגטס נאר וואס האלט איר איז געווען דער שענסטער פארט פון די ימים טובים, נו, משה האסטו געדארפט הערן די ענטפערטס (און פארגעסט נישט דאס איז געווען פאר נעילת החג) איינער זאגט אז די תקיעת שופר דרשה אין וויליאמסבורג איז געווען עפעס מורא'דיג, די בכיות וואס דער רבי האט אראפ געלייגט און ווי דער עולם האט מיט געוויינט איז געווען עפעס העכערס, זאגט דער צווייטער אז כאטשיג די דרשה איז געווען מורא'דיג אבער עהם האט די תפלות פון מלכיות זכרונות שופרות אינגאנצן באנומען, יעדעס ווארט וואס איז ארויס געקומען מפי רבינו איז געווען מיט געפיל און מיט הרגשים, רופט זיך אן דער דריטער אז אמת ראש השנה איז געווען עפעס מורא'דיג אבער דאס קומט נישט צו צו שלש עשרה מידות, דאס תהלים זאגן די דרשה דאס האט עהם פשוט דערמאנט וואס ער האט געליינט פונעם הייליגן טאג שלש עשרה מידות ביים הייליגן ייטב לב זי''ע, גיט דער פערטער א שמייכל און זאגט אהוביי ידידיי איך בין זיכער אז איר זענט נישט געווען ביים רבי'ן שליט''א ביי די סעודה
ערב יום הקדוש, מען האט געקענט אנטאפן די קדושה, דאס ערנסטקייט איז געווען אין לשער, על כל פנים, דער פופטער און זעקסטער און אזוי ווייטער יעדער האט געהאט אן אנדערן מיינונג, ביי איינעם דער אושפוזין טיש, ביי איינעם די נענועים, ביי איינעם דער הלל,  הקיצור, 10 מענטשן מיט 15 מיינונגען, אבער ביי אייך, איז יעדער מיט איין מיינונג, איך האב היינט אינדערפרי אין די מקוה אין ראדני אזוי א פרעג געטוהן די זאליס, וואס איז ענקער שענסטער פארט פון די ימים טובים, און כולם בפה אחד געבן א זאג, "נעילת החג טיש", נו, משה, פרעג איך דיך
איז נישט ביי אייך דא אחדות? יעדער מיטן זעלבן מיינונג?, בו בזמן וואס ביי אונז אהרונים האט יעדער א אנדערער מיינונג, משה'עס פנים איז געשוואלן געווארן פאר כעס, און אפגעפיצט
פון אונז אן א גיט יום טוב.

(72)

די רבי וועט ארויסקומען מיט די כשר'ע טעלעפאנען??

לויט ווי איינע פון די מקרובים פון די גערע רבי שליט"א וועלכע וויילט איצט אין אמעריקא, האט מיר איבערגעגעבן. האט די גערער גאר גרויס חשק זיך צו טרעפן מיט'ן רבי'ן שליט"א. וואוסענדיג אז ער איז די איינציגסטע אדרעס אין אמעריקא וועלכע טוט אויף פאר אידישקייט. אז די רבי זאל אים העלפן אויספירן די כשר'ע טעלעפאנען אין אמעריקא. פאר ווער עס ווייסט נישט, פירט די גערער אן די קאמפ אין ארץ ישראל אנקעגן די נישט כשר'ע טעלעפאנען. און ער וויל דאס איינפירן אין אמעריקא אויך. דערווייל אן קיין סוקסעס, דעריבער וויל ער אז די רבי זאל זיך אריינלייגן אין דעם, אזוי וועט עס האבן הצלחה אין אמעריקא.

_

הגרז"ל וועט זיכער זאגן אז די רבי ז"ל האט געהאט א נישט כשר'ע טעלעפאן...
במילא טאר מען נישט אוועקגיין פון די מסורה

(79)

פאר Excavating ניצען נאר בעריש פעלדמאן

וויבאלד די זאלי'ס גייען אן מיט זייער טעראר, וואס ווערט געפירט דורכ'ן וועלטס לוזער - דער אפיציעלן גבאי פין רז''ל, שוין זייט ער איז געווארען דער מתשב''ק ביי רביה''ק בעל ב''מ ז''ל.
דאס מאל ''ווילן זיי'' אז ר' בעריש פעלדמאן זאל זיין דער קרבן, אין זיי ווילן אויסגיסען אויף אים  זייער כעס, אויף דעם וואס די וויליזש אינספעקטאר האט פארארדענט אוועקצונעמן דעם הייליגען - אבער אימלעגאלען סויער פין די רעביצין'ס הויז,
אין זיי טענה'ן אז מ'האט געניצט ר' בעריש'ס טרעקטאר (לכאורה א פשוט'ע שקר אדער דמיון - אבער וואס ווילט איר פין אנגעווייטאגטע?)
אלזא רופן זיי פאר זייערע מרי לב אין ק''י פין די בנ''י/זאלי'ס (ווי שוין אויפגעוויזען איז עס גאנץ א קליינע %), מען זאל נישט ניצן ר' בעריש פעלדמאן,

ליינט וואס איין'ס פין די קווינס בחורים האבען געשריבן אין זאלי/קינדערישע פארום כדי צו באקומען א קניפ אין בעקל פין  זיין מנהל אין זיין ''ראש ישיבה'' - פאר'ן טוען די ''נקודה פין רעבעציןזיכרוינליווראכע'':
 
 א וויכטיגע בקשה צי אלע אנ"ש ווי אימער וואס טיען בויען אין די געגענט פין UPSTATE אזוי ווי דע בהמה בעריש פעלדמאן האט זיך צי געשטעלט צי דעם רשע דוד אין ער האט געטיען די Excavating ארבעט נעכטען ביי די רעבצין ביהמ"ד דע גוי אין טראקטער זענען געווען זיינע פארשטייט זיך ער האט עס געטיען פאר געלט זאל ער אין אלע אנדערע בעלי מלכות פין קרית יואל זעען אז ער דערלייגט געלט מיטען זיך צוזאם שטעלען מיט דעם רשע אפשר וועט ער נישט קענען טיען דע אלע רציחות'ער געדעקט לאו אכברא גנב אלא חורא גנב (איך האף אז סאיז גיט געספעלט) האט נישט קיין חלק אין גניבה רציחה נעמט א חלק אין אפשטעלן דע אלע טעראר עכ''ל

כ'מיין אז דער עולם פארשטייט אליין'ס וואס מ'האט צו טוהן
בכללל איז זייער וויכטיג, ווען איר רופט א בעל מלאכה אדער איר קויפט איין א געשעפט, מאכט זיכער צו שטיצען א היימישען, ספעציעל איינעם וואס ווער אפעקטירט פין זייער טעראר.
(ספעציעל ווען עס האנדעלט זיך אין א זאך וואס האט מיט כשרות אד''ג, וואס אויף דעם האבען זיי נישט קיין נאמנות, ווייל זיי האבען אין לעדל א היתר וואס הייסט ''עס לעשות'', אין מיט טרעטן  זיי אויף די תוה''ק, ווען אימער ס'פעלט  זיך אויס. )

_

יא יא, דאס האט רבי ז"ל געמיינט, יא יא

צוגרינד לייגן יענעם'ס פרנסה

פארוואס?

ווייל ער האט אנגענומען א דזשאב

ווי וואלט אייך געשמעקט ווען מען פראקלאמירט דא נישט צו נוצן און געבן ביזנעס פאר ענקערע מענטשן (איך רעכן נישט אויס קיין נעמען ווייל איך ווייל קיינעם נישט שאדן מאכן) וואס האבן געהאט א יד מיטן ברענגן דעם סוער, און וואס האבן זיך געשלאגן מיט די ווילידזש אינספעקטאר (מענטשן וואס מען זעט אויפן בילד)

והאחרון הכביד, טשעפענען א יונגערמאן וואס כמעט א יעדער אין קרית יואל אפגעזען ווי ער באלאנגט האט שוין הנאה געהאט פון גמ"ח הצלה, א אינגערמאן וואס איז זיך מוסר נפש פאר יענעם, ובעיני ראיתי כמה פעמים, קומען אידן (זענען דאס אידן?) מענטשן (זענען דאס מענטשן?) און פרובירן יענעם'ס פרנסה אונטערצוברענגן פארוואס?
ס'איז דא ביי ענק קלינער'ס ס'איז דא ביי ענק פלאמבערס, ס'קומט מיר אמאל אויס זיי צו נוצן
פון היינט און ווייטער בלי נדר
נאו מאר

אזעלכע רשעים!!!!!!!!!!!!

 

_

וואס האס " ווייטאג " שנאה " אהבה מסתרת " מידות גריעות " טופשות " קען טאן צו א מענטש,

מען נעמט א יונגערמאן, א עסקן, וואס העלפט ארוינים " בנ''י און  להבדיל זאלי'ס צוגלייך, א יונגעמאן וואס יעדע מאמע זאגט א קאפיטעל תהילים יעדען טאג, אז אירע קינדער זאלן נישט דארפן אנקימען צו אים, און מען רייסט אים אראפ, מען איז מקפח זיין פרנסה, פארוואס?

ווייל דער מסור דמתא, דאכט זיך אז  מען האט געניצט זיין טראקטאר, ארויס צו גראבען דער אומלעגאלער, חבית של צואה רותחות, (וואס מיט דעם איז מען מעניש אויף יענע וועלט ''המלעיג על דברי חכמים'')

אויב די זאליס ווילן אים באקאטירען דאן זאלן זיי נישט דיילען דער נימער 7831212 ווען זיי האלטען א צוויי חדשים דיגע קינד, בלוי, צילוב אטמ'ען פראבלעמען, וד''ל

(80)

ברעקינג: רז"ל'ס אחים אנחנו אנגעפירט דורך זיין שטוב

די אויפדעקונג די לעצטע פאר טאג איבער אחים אנחנו אז עס ווערט אנגעפירט דורך זיינע אייגענע יונגאטשען, יוצאי חלציו בכלל, ואדמו"ר מבלעקבעריי בפרט איז נישט קיין שום חידוש פאר די יודעי דבר.

יעצט אבער איז עס ארויסגעקומען אין עפנטליך און עס האט אנגעהויבן שטונקען אינדרויסן אז רז"ל דארף אפשפארן זיין פורום, דא האקט ער אויף "טעלעפאן'ס" ביי מענטשן אינדערהיים און דא מאכט מען די גאנצע אינטערנעט ביי אים אין שטוב און אין זיין משה גבאי'ס אפיס אין דער איד.

ולהוי ידוע:

זייט נישט באזארגט, ער שפארט עס נישט אפ !
ער מאכט נאר דעם אנשטעל אז עס וואקעלט זיך !


רז"ל וויל נישט אפשפארן זיין שמוציגע פורום - ער מוז עס האבן צום אטעמען. ער קען עס אפשפארן, מיט'ן הייסן זיין זון און זיין גבאי. ער וויל נישט !

עס איז אזא נועם המידות סארט שפיל.

_


דעם עם הארץ הגדול, האט אויף געשטעלט א שטוב אקאראט וואו ער קיקט אויס, ווען מען קיקט אויף זיינע בענאקעס, זעט מען אויף וואס זיי זענען 'זרע קודש'' אייניקליך פון ר' משה ביזטעריצער פון ביזטריץ,
ער האט נישט קיין איין בענאק וואס זאל זיין א מורה הוראה, אדער אפי' ווערט זיין צו זיין א רעבל פאר א מנין יודען, אפי' דער חיים הערשעלע וואס די זאליבאנער רעדען פון אים מיט פארגלייזטע אויגען פון זיין ''קדישה צדקות'' איז נישט מער וואו א אלקאהליקער, וואס האט נישט קיין שמחות החיים נאר מיט די ביטערע טראפ,

משא''כ די שטוב וואס רבינו שליט''א האט אויף געשטעלט, אלע קונדער איינס, ביי איינס, גדולי תורה, בעלי הוראה, ת''ח ואנשי מעשה, רבנים, גאונים, וכו'

***

ביז דא האב איך צוזאמגעשטעלט פון די נארישסטע שטותים וואס ווערען אין הייד פארק רעגעלמעסיג געבאקען בלויז פון יו"ט סוכות ביז איצט. און די סארט געשרייבעכעצער ווי זאליס, פני זאליס חפו (מיליאן מאל), עם הארץ, דשיגאן, זאלבאנצער, נועם המידות, מאכיל נבילות וטריפות, און נאך הונדערטער נארישע לשונות און צונעמען, גייט שוין אן פאר איבער צען יאר, און מען האלט ביי דער א'. דער זאלי קימערט גאר ווייניג וואס שמואל ווידער שרייבט און באקט פאר צען יאר.

אין די צען יאר וואס שמואל ווידער מיט זיינע צען "ניקס" וואס ער פארמאגט, האט נישט אפגעהאלטען דעם סאטמארער רבין מיט'ן סאטמארען ציבור פון קיין איין געוואקס, צו בויען און פארשפרייטען תורה ויראת שמים. דער סאטמארער רבי איז געווארען פון די גרעסטע רביס אין דער וועלט כאטש שמואל ווידער שרייבט צענדליגער מאל זאלי, ופני זאלי חפו.

עס האלט שוין אזוי ווייט אז קיינער גלייבט אים נישט קיין איין ווארט ווייל אלע זעען דאך אז די געשרייבעכצער האט נישט געבויעט ר' אהרןס ישיבה, און עס האט נישט אפגעהאלטען די ישיבה אין וויליאמסבורג צו ווערען די "גרעסטע" חסידישע ישיבה אין דער וועלט.

ר' אהרןס מענטשן האבען נאך יארען לאנג איינגעזען אז די אלע זאכען זענען ניטאמאל ווערט צוליינען. זיי האבען איינגעזען אז טראץ הייד פארק מיט אלע סארט נארישע און ראדיקאלע באשרייבעכצער, האט דאס דאך נישט געברענגט פאר ר' אהרןס מוסדות אין וויליאמסבורג קיין איין קינד מער ווי א דריטעל פון סאטמאר וויליאמסבורג.

עס האט קיינער אין די וועלט נישט אפגעקויפט ר' אהרן אלס א ערענסטער אדם גדול טראץ הייד פארק מיט שמואל ווידער האבען אים געקרוינט אלס דער שר התורה, היראה, הכשרות, העסקנים, והחכמה.

דאך זעט מען אז די אבנארמאלע נאנסענס האלט אן. עס איז דאך נישט צום באגרייפען אז איין מענטש זאל באמת טראכטען אז ער אליין גייט אונטערברענגען איינע פון די גרעסטע חסידותן אין דער וועלט. עס איז נישט מעגליך אז א נארמאלער מענטש זאל נאך לאנגע יארען אפשרייבען מיליאנען ווערטער וואס איז געגאנגען אינעם גרעסטען לענדפיל, זאל ווייטער האלטען אין איין שרייבען ווייטער און ווייטער די זעלבע שטותים טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, חודש נאך חודש, און יאר נאך יאר, און נישט איינזען אז אלעס וואס איז פארגעקומען די לעצטע 10-11 יאר איז נישט געווען אין די טבע. קיין איין זאך וואס איז זיך פארלאפען זייט פסח תשנ"ט איז נישט געווען עפעס וואס די מענטשהייט האט געקענט פאראויס זאגן אדער אפילו וויסען.

דאך זעט מען אז שמואל ווידער ווערט נישט קלוגער. ער ווערט נישט עלטער און ער גייט ווייטער אן אז משה גבאי האט געשלאגן שמואל טייטלבוים און אז 82 בוטשער איז מאכיל טריפות.

בין איך געגאנגען פארשען די זאך, פארוואס און פארוועם שרייבט ער זיינע נארישע חלומות און רצויניותער. איך האב נישט לאנג געדארפט ארבעטען און איך בין געוואר געווארען אז אלעס וואס ער שרייבט און ער האלט נאך די געלונגענע מייסטער ווערק פון זיינע ספינס און אפגעריסענע אוועקגעווארפענע שרייב ארבעט, איז בלויז פאר "משפחת מיטעלמאן". זיי זענען נאך די איינציגע וואס קויפען אפ און פארקויפען ווייטער שמואל ווידערס אפגעריסענקייט. הערט און שטוינט, אפילו יצחק קארצאג וויל שוין נישט הערען וואס שמואל ווידער פארקויפט אים, ווייל שמואל האט אים צוגעזאגט אז דורך זיין שרייבען וועט פון ר' זלמן לייב נישט בלייבען א זכר. נאך אכט יאר אפקויפען שמואל ווידערן, האט יצחק קארצאג אים געזאגט אז ער זאל זוכען נייע קליענטען ווייל ער קען שוין נישט מער נוצען זיין סחורה. איז עס געבליבען אלעס אלעס נאר פאר די קלוגע משפחת מיטעלמאן.

וויל איך איך צו זיי שרייבען און זיי לאזען וויסען אז אלעס וואס איר ליינט דא איז הונדערט פראצענט אמת. איר זאלט נישט זיך אוועקרירען פונעם אמת, אזוי ווי ר' שלום נחמן פילאף האט שוין געזאגט פאר זיינע קינדער, זיי זאלען בלייבען ביי ר' אהרנען. איר אויך משפחת מיטעלמאן, זאלט זיך נישט אוועקרירען פון שמואל ווידערן. איר זאלט ווייטער וויסען דעם אמת אז אלע אלע אלע זאליס זענען חפו...

איר זאלט ווייטער גלייבען אז ווען נישט ר' אהרן וואלט שוין נישט געווען קיין זכר נישט נאר פון סאטמאר נאר פון בכלליות אידישקייט. און נישט נאר ביי חסידים נאר אויך ביי די ליטווישע. און דאס איז די סיבה פארוואס אלע ליטווישע גדולים זעען אויך איין אז ר' אהרן האט אפגעראטעוועט דעם כלל ישראל פון עסען אומגעזאלצען פלייש און חמץ בפסח.

איר זאלט ווייטער גלייבען אז משה גבאי מיט קאמפאט שלאגען זיך פיזיש יעדען איינציגען טאג. איר זאלט גלייבען אז זאלי קען נאר שמייכלען. איר זאלט גלייבען אז זאלי איז א עם הארץ כאטש די קינדער פון די וויליאמסבורג מיטלמענער האבען ביי אים געלערענט אין די צעירים. איר זאלט ווייטער גלייבען אז ר' ישראל חיים מנשה חלשט גוט צו לעבען מיט זיין תלמיד מובהק ר' אהרן און אזוי זאלט איר אלעס גלייבען וואס שמואל ווידער פארציילט אייך שוין די לעצטע צען יאר און האפענטליך פאר די צען יאר הבעלל"ט.

אבער איידער שמואל ווידער נעמט זיך אונטער צו שרייבען פאר נאך צען יאר, דארף ער פון איין אלע ברודערס און אייניקלעך א קאנטראקט אז איר וועט אים נישט אויסשפילען. איר מוזט אים צוזאגען אז איר וועט פון אייער זייט זיכער מאכען אז איר וועט נישט קלוג ווערען. איר מוזט אין אונטערשרייבען אז איר וועט בלייבען מיט דעם שכל וואס איר פארמאגט איצט, בעסער געזאגט מיט דעם שכל וואס איר פארמאגט נישט... און אויך דארפט איר אים צוזאגען אז די קינדער און אייניקלעך וואס וועלען געבוירען פון איצט און ווייטער זאלען ווייטער ראטען אין אייך. איר זאלט זען און זיכער מאכען אז זיי זאלען נישט פארמאגען קיין איין טראפ שכל, און ער פון זיין זייט וועט אייך ווייטער מהנה זיין מיט זיינע געלונגענע ספינס און נארישקייטען וואס איר וועט קיינמאל נישט כאפען אז עס איז געשריבען בלויז פאר אייך, חמורים.

ביים מסיים זיין מיין בריוו, וויל איך אייך נאר מוסר מודעה זיין אז דאס וואס שמואל ווידער האט געשריבען אז משה שמואל זופניק האט געזינדיגט, זאלט איז אוודאי גלייבען, אבער פארט, קען ער נאך אלץ זיין דער רב אין אייער בית המדרש אויף הופער סטריט...




ווי עס שרייבט אייך, פארמעגליך

 



תוקן על ידי פארמעגליך2 ב- 06/01/2010 22:23:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2010 01:21 לינק ישיר 

עס איז נישט ערלויבט צו רעאגירן אין דעם אשכול.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/1/2010 17:53 לינק ישיר 

מנהל אפשר פארעכט מען דע פלעצער וואס מקען נישט ליינען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2010 23:43 לינק ישיר 

סקעפטיקער זאגן אז ווען מ'רעכנט צוזאם איינס מיט איינס איז דאס א חלה דעקל, ווען מ'לייגט צו נאך איינס איז דאס  שוין א מיטעלמאן...........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2010 03:23 לינק ישיר 

דער אשכול איז פארמאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א בריוו צו די משפחת מיטעלמאן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר