בית פורומים אידישע געדאנק

נייע סידי : "אמן ואמן" היינטיגע אמאליגע ניגונים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/8/2010 00:04 לינק ישיר 
נייע סידי : "אמן ואמן" היינטיגע אמאליגע ניגונים

"אמן ואמן" איז א היסטארישע פראדוקציע וועלכע פארקערפערט אין זיך די בעסטע
כשרונות און העכסטע טאלאנטן פון די עולם הנגינה אויף גאר אן אייגנארטיגן אופן. "אמן
ואמן" ווערט ארויסגעגעבן דורך דעם באוואוסטן 'וועד מורא מקדש' וועלכע גיבן זיך אפ
מיטן מעורר זיין און מחזק זיין כלל ישראל איבער די גרויסע מעלות און הויכע ענינים פון
ענטפערן "אמן" און "אמן יהא שמיה רבא מברך" דורכן פארשפרייטן קונטרסים און גליונות
איבער די ענינים, אצינד גייען זיי א שטאפל ווייטער מיטן ארויסגעבן א מוזיק-אלבום מיט
10 הערליכע ניגונים וועלכע זענען עוסק אין דעם גרויסן ענין.
די לידער - א קאמבינאציע פון הערליכע קאמפאזיציעס פון היינטיגע און אמאליגע ניגונים -
זענען צוזאמגעשטעלט פון געשמאקע זאפטיגע גראמען וועלכע זענען געשריבן געווארן
דורך באגאבטע שרייבער און בדחנים ווי ר' יונתן שווארץ, ר' מרדכי דוד אסטרייכער, ר'
יואל ברוך ווייס און ר' מאטי אליאוויטש און נאך, די ניגונים זענען פאכמאניש אפגעזינגען
געווארן דורך דער וועלט בארימטער "שירה" כאר אין שפיץ פון א רייע באוואוסטע ערליכע
חסידישע בעלי מנגנים ווי ר' שרגא געשטעטנער, ר' יונתן שווארץ, ר' משה וויינטרויב, ר'
לוי יצחק פאלקאוויטש, ר' שמואל פריעדמאן, ר' משה אייזנברג, ר' מנחם מאשקאוויטש
און ר' יואל פאלקאוויטש, וואס יעדער איינער פון זיי זענען תורם פון זייערע בעסטע
טאלאנטן פארן אלבום, בנוסף צו הערליכער קינדער כאר'ס און סאלאס אראנדשירט דורך
ר' משה קרויס פון קרית יואל.
איבער אלעם איז די מוזיקאלישע אראנדזשירונגען וועלכע זענען געשריבן געווארן דורך
דעם וועלט בארימטן מוזיקאנט ר' ישראל לאם און אנגעפירט געווארן דורך די "נגינה"
אקעסטרע אין שפיץ פון ארי טייטלבוים. כאטש די ניגונים זענען נישט קיין נייע האט זיי ר'
ישראל באקליידעט מיט נייע פרישע הערליכע אויער-פארכאפענדע מוזיקאלישע קונצווערק
און עס וועט זיך שפירן אז 'פנים חדשות באו לכאן'. איין ניגון "בזמן" איז דוקא יא א נייער
חידוש וועלכע איז קאמפאזירט געווארן ספעציעל פארן אלבום דורך ר' מאיר דוד
לאווינשטיין הי"ו.
ווי פאסיג איז דער ארויסקום פון דעם סידי אצינד פאר דעם הייליגן יום טוב ראש השנה
ווען מען איז ממליך דעם הייליגן באשפער, און מיט דעם וועט מען זיך צוגרייטן צום הייליגן
יום טוב.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2010 00:04 לינק ישיר 

* width="500" height="405"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2010 00:59 לינק ישיר 

לכבוד דעם קומענדע נייע יאהר    
ת'הא ש'נת ע'ניית א'מן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/8/2010 02:15 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > נייע סידי : "אמן ואמן" היינטיגע אמאליגע ניגונים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר