בית פורומים כל העולם כולו

נענועים - ניגוני סאטמאר ימים נוראים - תשע"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/9/2011 08:15 לינק ישיר 
נענועים - ניגוני סאטמאר ימים נוראים - תשע"א




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/9/2011 19:46 לינק ישיר 


צו הערן אדער דאונלאודן דעם איבערשפיעל דרוקט אויפ'ן עד

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/9/2011 23:38 לינק ישיר 



 
בסאטמר כבר מתכוננים ל'נענועים' • בכורה מוזיקלית
כחלק מהתכונה הרבתית לחודש החגים בחצר סאטמר, הפיקו אלבום ובו ניגונים חדשים לצד אוצרות מוסיקה ישנים • כל הפרטים • ויש גם מיקס ארוך מכל שירי האלבום
ישראל חבר, בחדרי חרדים 07:35 02/09/2011
   
 
הדפס שלח לחבר סלולר
5






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/9/2011 00:06 לינק ישיר 

איך בין מורא'דיג מורגש,

דאכצעך מיר, אזא סארט ניגון ווי דער סאטמארער נענועים ניגון איז ממש אין דומה לו, א יחיד במינו,

דער ניגון איז ממש יורד לחדרי בטן און וועקט אויף א אומגלויבליכער בענקשאפט צו אונזער רבי'ן זצ"ל,

פאר סאם ריזען, איך ווייס נישט פארוואס, עטס קענטס מיך אנרופען א פארנאטיקער, אבער איך שפיר אז דער ניגון האט עפעס א שייכות צום רבי'ן ספעציפיש, זיין דרך והנהגה, עס ברענגט ארויס קורת חייו,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2011 01:47 לינק ישיר 

הערליכע קאסעטע "נענועים" פון ניגוני סאטמאר לימים נוראים וחג ערשינען

אין די טעג איז ערשינען דער נייער "נענועים" קאסעטע אויף וועלכע  מען הערט די הארציגע ניגונים און מעלאדיעס וועלכע וועלן געזונגן ווערן אין די קומענדיגע ימים נוראים הבעל"ט בחצרות קדשינו, ביי די תפלות בחצרות קדשינו.

 

דער קאסעטע אנטהאלט די נייע ניגונים אויף די קומענדיגע ימים נוראים שנת תשע"ב וועלכע זענען ספעציעל ניי-פארפאסט געווארן לכבוד די ימים טובים הבאים לקראתינו לשלום. ווי באקאנט איז דער מנהג רבותינו הק', אז מען זאל מדי שנה בשנה מחבר זיין נייע ניגונים, וואס מען זינגט אויף פארשידענע פיוטים במשך דעם גאנצען דאווענען אין די הייליגע טעג.

 

די היי יעריגע קאסעטע טראגט די נאמען "נענועים" און פונקט ווי אלע יארן ווערט דער פראיעקט ארויסגעגעבן דורך הרה"ח שלמה צבי בר"מ עקשטיין הי"ו, פון די ראשי המשוררים בחצרות קדשינו, אליינס א מחבר פון מערערע סאטמארע ניגונים שוין אסאך יארן.

 

ווי אין די פארגאנגענע יארן, האט אויך דאס יאר דער בארימטער מלחין הרה"ח ר' יודא הלוי ווערצבערגער הי"ו פארפאסט א ריי מיט הערליכע ניגונים, וחפץ ה' בידו הצליח, האט ר' יודל הי"ו דאס יאר באוויזן צו ערצייגן גאר הארציגע ניגונים וועלכע זענען ספעציעל צוגעפאסט אויף די צייט פון יאר, בעת מען איז שופך שיח פאר הקב"ה בעת התפלה אין די הייליגע טעג. דער מלחין הרה"ח ר' יודל הי"ו האט שוין פאר אריבער דרייסיג יאר די זכי' צו פארפאסן די ניגונים פאר מרנן ורבנן רבוה"ק בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע, און אצינד האט ר' יודל הי"ו אנגעהאלטן זיין חזקה וואס איז מורשה לו מאבותיו, און האט פארפאסט די הארציגע ניגונים וועלכע זענען מלא טעם וחן, און וועט זיכער מעורר זיין לבבות ישראל לאביהם שבשמים.

 

באזונדער האט אויך דאס יאר דער חשוב'ער מוציא לאור הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו מחבר געווען צוויי פון די ניגונים, דעם ניגון אויפ'ן פיוט "וכל מאמינים", און אויך דער "מארש" וועלכע וועט געזינגען ווערן אין די הייליגע טעג אויף "אין קצבה" וועלכע פארמאגן ביידע זייער אייגנארטיגן חן.

 

אין די פארגאנגענע וואכן האט א הערליכע קאפעליע מנגנים זיך אפגעגעבן מיט'ן ארויסגעבן דעם קאסעטע טעיפ. אויף א העכסט פראפעסענאלן אופן, באגלייט מיט הערליכע מוזיק געשפילט דורך די טאלאנטפולע מוזיקאנטן מוה"ר יואל פייערשטיין הי"ו קרית יואל, און מוה"ר אברהם שמעון מארקאוויטש הי"ו פון קרית יואל, פון וואס דער ציבור וועט אי"ה שטארק נהנה זיין.

 

אצינד לכבוד די ימים הנוראים איז ערשינען דער סי די, און איז דא צו באקומען אין אלע ספרים און טעיפ געשעפטן, ווי אויך ביי די מקוה אידן אין די סאטמארער בתי מדרשים אין די וועלט. עס איז איצט א גוטער געלעגענהייט פאר'ן גאנצען ציבור זיך איינצוהאנדלען דעם טעיפ, צו קענען זיין בקי אין די ניגונים בשעת התפלה.

 

-הערט און האט הנאה-

 

•♦•




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2011 01:48 לינק ישיר 

ראדני_קינג כתב:
איך בין מורא'דיג מורגש,

דאכצעך מיר, אזא סארט ניגון ווי דער סאטמארער נענועים ניגון איז ממש אין דומה לו, א יחיד במינו,

דער ניגון איז ממש יורד לחדרי בטן און וועקט אויף א אומגלויבליכער בענקשאפט צו אונזער רבי'ן זצ"ל,

פאר סאם ריזען, איך ווייס נישט פארוואס, עטס קענטס מיך אנרופען א פארנאטיקער, אבער איך שפיר אז דער ניגון האט עפעס א שייכות צום רבי'ן ספעציפיש, זיין דרך והנהגה, עס ברענגט ארויס קורת חייו,


די טבע פין א מענטש איז
ווען א מענטש האלט מיט א זאך וואס גייט אים אריין אין די ביינער אין באנעמט אים ווערט עס ביי אים איינגעקריצט
אויב וועט ער הערן דעם ניגון וואס ער האט געהערט בשעת ער איז באנומען געווארען וועט עס אים אויפוועקן די געפילן

פינקט ווי ווען א סאטמערע חסיד הערט דעם אהבה רבה ניגון קומט ארויף זכרונות פין א ווארימע א''ר שבועות
די זעלבע ווען מ'הערט די נענועים ניגון דערמאנט עס די הייליגע נענועים אין סאטמאר
אזעלכע הייליגע מאמענטען איז שווער מסביר צו זיין ווער רעדט נאך פין הו''ר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/9/2011 03:34 לינק ישיר 

באמת א שיינע סידי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/9/2011 17:17 לינק ישיר 

ביי אוצר ספרים סטאר אויף ליע עוועניו קען מען עס קויפן פאר $10 א סידי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2011 01:38 לינק ישיר 

פין אידישע וועלט

ווי איך הער וועט אי"ה די וואך ארויסקומען די נייע סידי מיט די פרישע ניגונים פאר ימים נוראים פון חסידי סאטמאר (מהר"א) תשע"ב. די אלבום דאס יאר טראגט די נאמען "נענועים" און פונקט ווי אלע יארן ווערט די פראיעקט ארויסגעגעבן דורך הרה"ח שלמה הערש עקשטיין, פון די ראש השוררים בחצר סאטמאר, אליינס א קאמפאוזער שוין אסאך יארן.

דער אלבום פארמאגט אין זיך א הערליכע סעריע פון נייע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן לכ' די ימים הנוראים הבעל"ט בחצר סאטמאר (מהר"א) אין צוגאב צו נאך 2 היסטארישע ניגונים לבית סאטמאר.

"נענועים" איז נישט בלויז נאך א אלבום וואס קומט ארויס יערליך אלול צייט, נאר דאס טראגט מיט זיך גאר א היסטארישן ווערד, ווען דער היסטארישער נענועים ניגון וואס איז געזינגען געווארן מיט גרויס דביקות ביי די הייליגע נענועים פון הרה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע אום יו"ט סוכות, און עס ווערט נאך עד היום געזינגען מיט א אויסטערלישע התעוררות אין די סאטמארע בתי מדרשים בשעת די נענועים. ווערט אצינד ארויסגעגעבן צום ערשטן מאל אויף א פראפעסיאנאלן פארמאט דורך א הערליכע קאפעליע באגלייט מיט מוזיק.

שוין אסאך יארן וואס סאטמארע אידן איבער די וועלט האבן ארויסגעקוקט אויף אזא פראיעקט, נאכדעם וואס דער "נענועים ניגון" ווערט פאררעכנט צווישן די הייליגסטע ניגונים ביי חסידי סאטמאר וועלכע זינגען דאס ביי די נענועים און ביי די הקפות אום שמחת תורה וווי אויך ביי די רבי'שע חופות און ביי די יארצייט סעודות אום כ"ו אב.

דער ניגון איז פארפאסט געווארן דורך דעם באקאנטן קאמפאוזער הרב בעריש ווישעווער ע"ה (אגב, ווער איך יעצט געוואר אז זיין ארגינעלע נאמען איז ר' בעריש הורוויץ) עס פארמאגט 7 פעלער, און מען פארציילט אז ווען ער האט געמאכט דעם ניגון האט ער זיך פארגעשטעלט ווי ער שטייט ביי די נענועים פונעם רבי'ן זי"ע און לויט זיינע תנועות ביי די נענועים האט ער מחבר געווען דעם ניגון.

היות דער ניגון איז היפש א שווערע ניגון דעריבער זענען פאראן א גרויסער פראצענט פונעם סאטמאר'ן עולם וואס קענען עס נאר למחצה לשליש ולרביע, פונקט גוט צו קענען מיטזינגען מיט'ן עולם, אבער אסאך מענטשן וואלטן עס יא געוואלט קענען געהעריג.

אויסער דעם איז במשך די לעצטע 32 יאר אוועקגעפאלן 2 פעלער פון דעם ניגון צוליב וואס ביים ברך משה זי"ע פלעגט געדויערן די נענועים עטוואס קורצער ווי ביים פעטער און דערפאר פלעגט מען אויסלאזן צוויי פון די 7 פעלער, אזוי ארום אז דער יונגער דור ווייסט בכלל נישט אז עס קומט נאך צוויי פעלער צו דעם ניגון.

אלזא, יעצט איז ערשינען די "נענועים ניגון השלם" מיט אלע פעלער און מיט אלע תנועות, די ארויסגעבער זענען נאכגעגאנגען פונקטליך יעדן קוועטש ווי ווייט מעגליך ביי די אלטע משוררים פון רביה"ק מסאטמאר לבית ווערצבערגער בני הרה"ח ר' יקותיאל צבי ז"ל וועלכער איז געווען דער ראש המשוררים אין סאטמאר אריבער א יובל יארן, און האט נאך געזינגען ביי רביה"ק מסאטמאר אינדערהיים אין קראלי פאר'ן קריג.

אויסער דעם היסטארישן נענועים ניגון פארמאגט דער אלבוים נאך א ניגון "נפשי לה'", וואס עס האט מחבר געווען הרה"ח ר' יקותיאל צבי ווערצבערגער ז"ל לרגל די קבלת פנים פונעם רבי'ן זי"ע ווען ער איז צוריקגעקומען פון ארץ ישראל בשנת תשט"ז לפ"ק, כידוע איז דער רבי געפארן דעמאלטס מרעיש צו זיין איבער די קליפת הציונות און דער רבי האט דאן אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דרשות, און ביים צוריקקומען איז געווען א קבלת פנים וואו ר' יקותיאל צבי האט מחבר געווען דעם ניגון פול מיט געגועים פון אמונה אין השי"ת און אין ביאת המשיח. אין אנהויב פון דעם טרעק קען מען הערן אן אויסצוג פון יענעם פייערליכן קבלת פנים ווי דער עולם זינגט דעם ניגון מיט התרגשות.

דער ניגון איז אצינד נתפרסם געווארן שטייענדיג בשנת האבל פון ר' יקותיאל צבי ז"ל וועלכער איז היי יאר נפטר געווארן לחה"ה.

די איבריגע ניגונים זענען נתחבר געווארן דורך די לאנגיעריגע סאטמארע קאמפאוזירער הר"ר יודל ווערצבערגער הי"ו און הר"ר שלמה הערש עקשטיין הי"ו

די מוזיק איז געשפילט געווארן דורך ר' יואל פייערשטיין פון קרית יואל און דורך ר' אברהם שמעון מארקאוויטש פון קרית יואל, און עס איז רעקארדירט און צוזאמגעשטעלט געווארן דורכ'ן באקאנטן טאלאנספולער אינגערמאן ר' משה קרויס הי"ו פון MK Studio.

די קווייער איז צוגעשטעלט געווארן דורך די "סאטמארע קאפעליע", און אנגעפירט ביי MK. די סאלאס זענען ווי פאלגענד: הרה"ח ר' שלמה צבי עקשטיין הי"ו, ר' עמרם אקער הי"ו, ר' יואל גאנדל הי"ו, הב' מרדכי גאלד נ"י, הילד אלימלך שטיין נ"י און הילד ישראל דוד אינדיג נ"י
.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/9/2011 01:39 לינק ישיר 

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=18&t=14908



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > נענועים - ניגוני סאטמאר ימים נוראים - תשע"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר