אהרן מרדכי בעלזער און חיים הערש בני ברק'ער לויפן נאך סאטמאר ירושלים רב!
ווען ר' אהרן טייטלבוים האט געוואלט באקומען אויפמערקזאמקייט אין די וועלט ווערענדיג א סאטמאר רבי, האט ער אנגעהויבן טון משוגענע שטיק אדער זאכן וואס אין סאטמאר האט מען דערפון בעפאר קיינמאל נישט געוויסט. צווישן זיי איז דאס גיין באזוכן דעם צאנזער פון נתני', דעם צאנזער פון בארא פארק און צום לעצט דער בעלזער.
די אלע דריי הנ"ל האבן גאנץ גוט געוויסט אז ר' אהרן'ס באזוך ביי זיי איז נישט מחמת גרויס אהבה, נאר פשוט ווייל ער דארף העדליינס. עכ"פ די אלע דריי, ווי מער ר' אהרן האט זיך אנגעהויבן צו זיי מקרב זיין, אלס מער זענען זיי נאכגעלאפן די זאליס אז זיי ווילן מיט זיי אויך לעבן גוט.
און אזוי איז טאקע געווען, ווען ר' אהרן איז געווען אין ארץ ישראל איז ער געלאפן באזוכן דעם נתני'ער, למעשה ווען דער נתני'ער איז געווען אין אמעריקע האט ער געחלשט צו קומען באזוכן ר' זלמן לייב אפילו אן דעם וואס ער האט אים קודם באזוכט. דער צאנזער פון בארא פארק איז קודם געקומען באזוכן ר' זלמן לייב פאר ער האט אים אפילו באזוכט. די זעלבע די בעלזא זענען נאכגעלאפן די זאליס פאר שלום א לאנגע צייט, און ווען זיי האבן געזען אז עס וועט נישט ארבעטן האבן זיי געלאזט ר' אהרן קומען קודם באזוכן.
היינט ווען הגה"צ סאטמאר רב פון ירושלים איז געווען מנחם אבל זיין אין וויזניץ, האבן זיך גלייך צוגעזעצט נעבן אים אהרן מרדכי בעלזער און חיים הערש מייזליש צו כאפן אפאר בילדער. דער רב האט אפגעזאגט המקום ינחם און אוועקגעגאנגן פון דארט. דאס איז אלעס ווען אהרן מרדכי ווייסט אז קיין שלום וועט נישט זיין, אבער דאך חלש'ן זיי אפילו פאר א בילד מיט די וואס פאררופן זיך עכט סאטמאר!
 |
|