הפוך לדף הבית גמ"ח קופונים
בית · פורומים · הרשם · התחברות · פתח ונהל פורום · כניסה למנהלים
בית · פורומים · כל העולם כולו · סאטמאר קאורט נייעס - ביה"ח
שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/3/2012 19:37 לינק ישיר 
סאטמאר קאורט נייעס - ביה"ח

היינט איז געווען א הירינג און אפעלאט קארט, איבער דער דיד טרענספער פון די ביה"ח,

די זאלוניס טענה'ן אז דער CYL CEMETARY דיד זאל מען מבטל זיין,

די ארונים טענה'ן אז ס'איז נאנדשוסטישבל, און מ'זאל גיין צו דין תורה

איז א אראנדש קאונטי דשאדש געקומען מיט א פיקחות, אז היות די קהלה איז געבויט אויף שטאטוטן און אין די שטאטוטן שטייט מפורש אז יעדער סיכסוך מיז גיין צו דין תורה, איז אטמאטיש כאילו די צדדים האבן אויף זיך מחייב געווען דין תורה/ארביטרעישן, ממילא מוזן די צדדים - פון א לעגאלן שטאנדפונקט - זיך האלטן דערצו, אפגעזעהן צו ס'איז יא דשוסטישבל צו נישט,

אט דער פסק אפעלירן די זאליס

איך האלט אז דאס איז א גאניאלען בייפאל פון א דשאדש, וואס קיין איין שופט אנגעהויבן פון באראש געענדיגט ביי אלבעני איז בייגעפאלן, איך האלט אז די אפעלאט ריכטער וועלן אפרישיעטן אזא רעמעדיע, און עס נאך מער מחזק זיין

כנלפע"ד

סקאטמאלען, עסקווייער



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 20:28 לינק ישיר 

חלה דעקלע אפילו מען דארף גיין צי דין תורה ווייל אזו שטייט אין די שטאטוטן מיינט דאס אז ביז מען גייט נישט צי דין תורה איז אלעס אויף HOLD אין מען קען גארנישט טוישען אזוי די קארט האט אויך צוריק געלייגט די דידס פין די קעמפס וואס די זאליס האבען געטרענספערט די זעלבע זאך וועט זיין מיט די בית החיים איך זעה נישט קיין חילק
אין טאמער די קארט פאסקענט טאקע אז די טרענספער פין די בית החיים איז געווען גיט דעמאלטס וועלען די זאליס טאנענען אז די קעמפ איז אויך געווען גיט אטיס ע טוי וועי סטריט..



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/3/2012 20:48 לינק ישיר 

ער טענה'ט נישט אז דער טרענספער איז גוט אדער אז ס'שלעכט, ער זאגט "אין לי עסק בזה", עטס האטס מסכים געווען צו ארביטרעשן זענט עטס מחויב זיך צו האלטן דערצו, און קארט האט דא גארנישט וואס צו אריינרעדן לטב ולרע.

ליינט דעם היסטארישן פסק פון דשאדש וויקטאר אלפיערי:

http://www.nylj.com/nylawyer/adgifs/decisions/072310alfieri.pdf



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 20:48 לינק ישיר 

לדעתי איז בכלל נישט זיכער אז די אפעלעט ריכטער וועלן דאס אנעמען,
ווייל זיי זענען נישט אינטרעסירט צו נעמען סיי וואס פאר א שטעלונג אין דעם סכסוך,
ריכטער באראש האט זייער שטארק געוואלט געבן א נצחון פאר די זאלונים,
און ער האט זיי געגעבן דאס מערסטע וואס ער האט זיי געקענט געבן לויטן געזעץ,
די אהרונים האבן דאן פארפירט אז דער געריכט איז "יא" ערלויבט אריין צו רעדן
אין דעם סכסוך, ס'איז נישט מער ווי א קארפארעט סכסוך, און ס'האט גארנישט 
מיט רעליגיע, ווידער די זאליס האבן געשריגן אז דער קארט קען זיך בשום אופן
נישט מישן אין דעם סכסוך ווייל עס איז כולו רעליגיע ווי דער געריכט איז פארבאטן
לויטן געזעץ זיך אריין צו מישן, און ריכטער באראש האט באוויליגט צו פסקענען
לטובת די זאליס און האט מסכים געווען מיט זיי אז דער גאנצער סכסוך איז רעליגיע און 
דער קארט קען אין דעם נישט זאגן קיין שום מיינונג.

פארשטייט זיך אז די אהרונים זענען נישט ציפרידן געווען מיט דעם פסק, און זענען געלאפן דאס
אפילן, אבער די זאליס זענען אויך נישט ארויס צופרידן, זיי האבן געוואלט בעלות און ביי
באראש האבן זיי דאס נישט באקומען, פשוט ווייל לויט עם איז דער קארט בכלל נישט
בארעכטיגט צו זאגן קיין שום מיינונג ווייל ס'איז א רעליגיעזע אישו, און זיי קענען זיך אין דעם נישט
מישן, סיי דער אפעלעט קארט און סיי דער העכסטער קארט די ניו יארק סטעיט קארט אוף אפיעלס
האבן מסכים געווען צו נעמען די לייכסטע וועג ארויס און מסכים געווען מיט ריכטער באראש
אז דער סכסוך איז כולו רעליגיע, און זיי זענען נישט בארעכטיגט זיך אין דעם אריין צו מישן, 

איז געקומען ריכטער ראזענוואסער, וואס האט אגב געוואלט געבן א ניצחון פאר די אהרונים, און איז
אויפגעקומען אויף א המצאה, ער האט געשריבן אין זיין פסק אז ער איז מסכים מיטן פסק פון
ריכטער באראש, וואס איז באשטעטיגט געווארן פון די קארט אוף אפיעלס, אז דער סכסוך איז
א רעליגיעזע אישו און דער קארט קען זיך נישט מישן, במילא האט ער געטענה'ט אז מען זאל צוריק
גיין צו בעפאר דעם סכסוך, און אזוי ווי פארן סכסוך איז ר' בערל פריעדמאן געווען דער פרעזידענט
זאל אלעס "צוריק גיין צום אלטן" און ר' בערל זאל ווייטער זיין פרעזידענט, די זאלונים זענען תיכף
געלאפן אפיעלן דעם דאזיגן פסק, זיי האבן געשריגן געוואלד אז דאס אליין הייסט אריין געמישט אין
רעליגיע, דער אפעלעט קארט האט ווידער גענומען דעם לייכטן וועג ארויס, און האט מסכים געווען
מיט די זאליס, אז אפילו דער פסק, ווי גערעכט עס זאל נאר נישט זיין, הייסט אויך געמישט, און זיי
האבן אנולירט דעם פסק פון ראזענוואסער,

למעשה איז ריכטער ראזענוואסערס פסק געשריבן מיט גרויס חכמה, און אלע ווייטערדיגע געריכט
קעיסעס איז געווען באשריבן באריכות גאנצע חלקים פון ריכטער ראזענוואסערס פסק, ווייל ווי
געשריבן, האבן די אפעלעט ריכטער נישט אפגעווארפן דעם פסק פון ראזענוואסער אלץ נישט 
ריכטיג, זייער טענה איז נאר געווען אז די ריכטער קענען זיך אין דעם סכסוך בכלל נישט מישן, 
און ביי די פאלגענדע קארט קעיסעס סיי ביי די בארא פארק קעיס און סיי ביים בית החיים, איז
די טענה פון די אהרונים געווען אז לויטן פסק פון קארט קען מען זיך נישט מישן, און אויב איז דער
קארט מסכים זיך צו מישן אפילו מיט א משהו, דאן דארף מען אנעמען דעם פסק פון ראזענוואסער,
וואס איז אויבן אויף בכלל נישט געמישט, און ביזן היינטיגן טאג וואס די זאליס האבן בעטן פון קארט
איז געווארן אפגעווארפן מיט די טענה אז זיי קענען זיך און ווילן זיך נישט מישן אפילו למיחצא לשליש
ולרביע.

איז געקומען דער דריטער ריכטער (דאכט זיך אז דאס איז ריכטער אלפיערי, אויב מיין זכרון דינט נאך)
און געזאגט אז אמת דער קארט האט געפסקנט אז מען קען זיך נישט מישן אין דעם סכסוך, ווייל ווי 
מען רירט דאס נאר אן שמעקט דאס מיט רעליגיע, און אין רעליגיע קען זיך דער קארט נישט מישן,
איז ער געקומען אויף א המצאה, (ווייטער לטובת האהרונים) אז אזוי ווי יעדער מעמבער איז אינטער
געווארפן אינטער די שטאטאטן (ביי לאוס) פון קהל יטב לב, און אין די שטאטאטן שטייט זייער קלאר
אז סיי וואס פאר א סכסוך דארף מען גיין צו דין תורה, במילא זענען ביידע צדדים פארפליטעט מעיקרא
זיך צו שטעלן צו דין תורה, נישט על פי פסק הקארט נאר על פי התחייבות פון די שטאטאטן, לויט דעם
ריכטער הייסט דאס נישט געמישט אין רעליגיע, און ער האט געברענגן כמה וכמה קארט קעיסעס
ווי דער קארט האט געצווינגען רעליגיעזע ארגעניזאציעס זיך אינטער צו ווארפן אינטער זייער התחייבות
וואס זיי האבן זיך אינטערגעווארפן, כאטש די התחייבות פאר זיך איז א רעליגיעזע התחייבות, אבער
דער קארט צווינגט בלויז אויסצופירן די אינטער גענומענע התחייבות וואס איז לויט דעם ריכטער נישט
בגדר זיך מישן אין רעליגיע,

לדעתי קענען די אהרונים נישט פארלירן, ווייל אפילו דער קארט וועט אנעמען (וואס גייט לכאורה געשען)
אז צווינגען צו גיין צו דין תורה הייסט יא, געמישט אין רעליגיע, און וועט אפווארפן דעם פסק פון דעם
ריכטער, וועלן זיי ווייטער מיזן אנעמען זייער מהלך אז סיי וואס פאר טענה אין דעם דאזיגן סכסוך שמעקט
מיט רעליגיע און זיי וועלן ווייטער שרייבן אזוי ווי ביי לעצטיגע פסקים, אז ס'איז כולו רעליגיע, און זיי זענען נישט
בארעכטיגט זיך אין דעם אריין צו מישן. און שאול פערלשטיין וועט ווייטער בליבן דער געווינער אז זיי
וועלן פסקענען אז "אלעס בלייבט ביים אלטן"!!!. 





 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 20:51 לינק ישיר 

יישר כח קאלעגע סקאט, נאכן אפטייפן מיין גאנצע מגילה
האב איך באמערקט דעם פסק פון ריכטער אלפיערי, וואס
דו האסט דא ארויף געשטעלט, און איך בין פראאוד אז מיין
אלטער זכרון דינט נאך ב''ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
  בק טק - הוכח כמשחרר כאבי גב ומוריד לחץ משרירי הגוף.   בחגוי הסלע- חופשה שהיא חוויה גלילית מדהימה - אירוח זוגות ומשפחות לציבור הדתי בלבד   UPREAL השקעות פרטיות -
 
נשלח ב-26/3/2012 20:55 לינק ישיר 

וואס האט מען פין זאגען עתידות?
דער וואס רעדט ווייסט נישט אין דער וואס ווייסט רעדט נישט....



תוקן על ידי היראים ב- 26/03/2012 20:47:32




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/3/2012 20:58 לינק ישיר 

יענקעלע. דיין זכרון ארבעט נישט צו גוט.

צד מהרז"ל האט גע'טענה'ט ביי די באראש קעיס, אז די קאורט מוז אננעמען וואס "דער רבי" האט געהייסן, און באשטעטיגן אז ר' יעקב כהנא איז דער ראש הקהל. און די קאורט קען נישט גיין קעגן רבי'ן.

דער ריכטער האט נישט געפאלגט קיינעם פון די צדדים, נישט די ארונים צו באשטעטיגן ר' בערל פריעדמאן, און נישט די זאלונים, צו באשטעטיגן ר' יעקב כהנא.

גלייך נאכן פסק האט מען אין ראדני געזונגען "חסדי ה'" אבער די קלוגערע פון זיי האבן געזונגען איכה שטילערהייט, ווייל זיי האבן געכאפט אז דאס איז א גרויסע רעה, און א דאנק דעם קענען די זאלונים נישט אריינגיין אינעם בית המדרש החדש אום שבועות און ביי די נעילת החג טיש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 21:09 לינק ישיר 

2 זאכן, יאנקעלע

1. דער רעיון פון באצווינגען א צד צו קיין צו די דין תורה (compel to arbitrate) איז זייער א אנגענומענע זאך אין א נ"י קארטס, אזוי האט פאסירט אין סאטמאר ב"פ, און באבוב, און ביי פריוואטע אידישע קעיסעס, קארטס זענען זייער נוטה צו דער סארט רעמעדיע

2. דער אלפירי פסק רירט נישט צו דער עצם בעלות כמלא נימא, ער פסקנ'ט נאר איבער א רעמעדיע וויזוי צו איינמאל פאראלעמאל שליכטן די סיכסוך, במחילת כבודך, ראזענוואסערס פסק איז געווען א לצנות, ער האט געזאגט "היות מ'מישט זיך נישט וועגן דעם זענען די ארונים בעה"ב" דאס הייסט חוזק געמאכט, איך פארשטיי די לאקשן תורה אז "מ'גייט צוריק צום אלטן", די קארטס וויל קיינעם דערקלערן אלס בעלי בתים פינטל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 21:27 לינק ישיר 

ר/יענקעלע א שיינע פורים תורה.. קודם כל אין בארא פארק האבען די ארונים ביטער פארלארען די טענה אז סאיז רילידזעשעס, אין קארט קען זיך נישט אריין מישען די אפאלאט קארט האט קלאר געזאגט אז קארט קען זיך יא מישען וואס דעס האט געצוינגען אהרן וועלץ צי קימען צי דין תורה
#2 טא אויב אזוי פארוואס איז די טרענספער פין די בית החיים געווען גיט אין די טרענספער פין די קעמפס נישט געווען גיט פארוואס האט זיך די קארט יא אריין געמישט ביי די קעמפס אין נישט געשיקט צי דין תורה?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-26/3/2012 21:53 לינק ישיר 

אייעםסמארט, דו מישט צאם 2 באזונדערע ענינים וואס זענען לגמרי נישט תלוי הא בהא, "דין תורה", און "זיך מישן",

ביי די קעמפס האט מען נישט געשיקט צו דין תורה: ווייל קיין איינע פון די צדדים האבן עס נישט פארלאנגט, ממילא האט עס נישט געקענט און באטראכט גענומען ווערן, האט דער דשאדש געמוזט אדער מבטל זיין דעם דיד אדער באשטעטיגן,

ביי די ביה"ח, זענען די ארונים געווען די נתבעים, און זיי האבן פארלאנגט דין תורה, ממילא האט דער דשאדש געהאט א רעכט עס צו אנעמען, און שיקן צו דין תורה מיינט נישט "געמישט" אדרבא דאס איז נאך ווייניגער געמישט ווי ער זאל ווען מפורש מבטל זיין דעם דיעד, ווייל ער טוט "גארנישט" נישט מבטל און נישט מקיים, ער זאגט זאל בית דין דאס מחליט זיין, און לאזטס מיך ארויס פון דעם גאנצן עסק,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 21:58 לינק ישיר 

IAMSMART כתב:
ר/יענקעלע א שיינע פורים תורה.. קודם כל אין בארא פארק האבען די ארונים ביטער פארלארען די טענה אז סאיז רילידזעשעס, אין קארט קען זיך נישט אריין מישען די אפאלאט קארט האט קלאר געזאגט אז קארט קען זיך יא מישען וואס דעס האט געצוינגען אהרן וועלץ צי קימען צי דין תורה
#2 טא אויב אזוי פארוואס איז די טרענספער פין די בית החיים געווען גיט אין די טרענספער פין די קעמפס נישט געווען גיט פארוואס האט זיך די קארט יא אריין געמישט ביי די קעמפס אין נישט געשיקט צי דין תורה?


ווידער טענו לו בחטין והודו לו בזכר קדשו
1) אין בארא פארק איז עס געווען "UTA" נישט קהל יטב לב.
2) צווייטנס, האבן דאך די זאלונים געשריגן אין קאורט אז "דין תורה וועט אונז נישט איינטיילן".
3) האבן די זאליס שטענדיג געשריגן "סמכות עליונה", און תהלוכי הקהלה" און צום סוף איז עס אנגעקומען צו מענטשן וועלכע האבן נישט קיין סמכות עליונה און נישט קיין תהלוכי הקהלה.

אויב דו האסט נישט ערנסט צי ענטפערן ביזטו פטור.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/3/2012 22:50 לינק ישיר 

לאנצוט כתב:
ר/יענקעלע א שיינע פורים תורה.. קודם כל אין בארא פארק האבען די ארונים ביטער פארלארען די טענה אז סאיז רילידזעשעס, אין קארט קען זיך נישט אריין מישען די אפאלאט קארט האט קלאר געזאגט אז קארט קען זיך יא מישען וואס דעס האט געצוינגען אהרן וועלץ צי קימען צי דין תורה
#2 טא אויב אזוי פארוואס איז די טרענספער פין די בית החיים געווען גיט אין די טרענספער פין די קעמפס נישט געווען גיט פארוואס האט זיך די קארט יא אריין געמישט ביי די קעמפס אין נישט געשיקט צי דין תורה?

ווידער טענו לו בחטין והודו לו בזכר קדשו
1) אין בארא פארק איז עס געווען "UTA" נישט קהל יטב לב.
איך אגרי מיט דיר איך האב נאר געוואלט קלאר שטעלען אז דעס וואס יענקעלע האט געשריבען וועגען בארא פארק איז נישט אמת
2) צווייטנס, האבן דאך די זאלונים געשריגן אין קאורט אז "דין תורה וועט אונז נישט איינטיילן".
ווייז מיר אויף איין פלאץ ווי די זאליס האבען דעס געשריגען אין בארא פארק
אין ביטע פיל דיר אן דיין מויל מיט וואסער ווען די רעדסט פין די בארא פארק דין תורה אין ווער די מסרבים לדין זענען די זאליס האבען אריין געברענקט איבער 600 חתמות אז זיי ווארפען זיך אינטער בית דין שטרי ברירין אין מען ווארט יעצט אז די ארונים זאלען ברענגען זייערע שוין מער ווי א יאר אבער די שריי ווייטער מסרבים לדין סאיז נישט דא ווער סזאל לאכען
3) האבן די זאליס שטענדיג געשריגן "סמכות עליונה", און תהלוכי הקהלה" און צום סוף איז עס אנגעקומען צו מענטשן וועלכע האבן נישט קיין סמכות עליונה און נישט קיין תהלוכי הקהלה.

אויב דו האסט נישט ערנסט צי ענטפערן ביזטו פטור.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/3/2012 00:01 לינק ישיר 

ריכטער אמבראזיא האט דאס זייער גיט ארויס געברענגט, ער האט אויפמערקזאם געמאכט
אז די צדדים האבן קאמפליטלי געטוישט זייער טענות, לכתחילה האבן די אהרונים גטענה'ט 
אז דער קארט האט א רעכט זיך צו מישן ווער עס איז דער לעגאלער פרעזידענט פון א קארפארעישאן
וואס הייסט קאנגץ יטב לב אינקארפארעיטד, די זאליס האבן געטענה'ט אז דאס איז א רעלידזשעס 
קארפארעישאן, וואס דער בעל הבית דערפון איז דער רבי, במילא קען זיך דער קארט נישט מישן, 
באראש האט גפסקעט, אז יא, דאס איז א רעלידזשעס קארפארעישאן, און אז דער רבי איז בעל הבית
און נאר דער רבי קען מחליט זיין, (אדער א בית דין המרוצה לשני הצדדים,) דער קארט קען זיך נישט
מישן, ווידער ביי די אנדערע קעיסעס ווי ביי ריכטער אמבראזיא, דעמערעסט, אוענס, סלאבא, וכו'
האט זיך די טענות אינגאנצן איבער געדרייט, די אהרונים האבן געטענה'ט אז דאס איז רעלידזעס און אז דאס געריכט איז נישט בארעכטיגט זיך צו מישן, און די זאליס שרייען געוואלד אז נאר דער שווארצער כאלאטל זאל
פסקענען. ריכטער אמבראזיא אין זיין פסק ברענגט דאס קלאר ארויס,

און פאר דעם נארישן זאלי, בין איך בכלל נישט אינטרעסירט צו ענטפערן, ווייל ריכטערין דעמעראסט
שרייבט זייער קלאר אז ר' אהרן וועלץ וויל גיין צו דין תורה און ער האט שוין אינטער געשריבן
שטרי בירורין, און צו צווינגט מענדל שוויממער זיך תיכף צושטעלן צו דין תורה, שרייבט דער שוטה אז
די ריכטערן האט גאר געצווינגען ר' אהרן וועלץ צו גיין צו דין תורה און דעריבער איז מען ביי דין תורה. 
דאס אז ר' אהרן וועלץ האט פארלאנגט דין תורה כל הזמן, און מענדל שוויממער האט נישט מסכים
געווען. איז בכלל נישט מאסגעבענד.  

און פאר סקאט, עס איז אמת אז ס'איז אנגענומען צו צווינגען צו גיין צו דין תורה, און ריכטער אלפיערי  
האט צו געברענגט מערערע קעיסעס ווי דער קארט האט דאס פארלאנגט, באט אלעס איז נאר ווי
ערוועינט בתורת התחייבות פון בעפאר, נישט בתורת צווינגען צו דין תורה, ווי למשל,
ווען אני הקטן ר' יענקעלע שרייבט אינטער א התחייבות צו געבן יערליך 100 פאר אבני חסד,
און מחמת איזה סיבה שהוא וויל איך נישט איינהאלטן מיין התחייבות, איז דער קארט
בארעכטיגט זיך אריין מישן אין דעם סכסוך טראץ וואס אבני חסד איז א רעליגיעזע ארגאניזאציע,
ווייל דער דין ודברים איז דער התחייבות און נישט די רעליגיעזע ארגאניזאציע, אין באבעוו וכדומה
איז דאס הייסן גיין צו דין תורה געווען אף די רעקארד, נישט בתורת פסק פון קארט, ער האט
נאר געזאגט אלץ עצה טובה, און אויב איין צד וואלט זיך געקשנט וואלט ער דאס נישט געקענט ארויף צווינגען,  

די קעמפס איז א אנדערער אישו, מען האט פשוט אפגענארט דעם ריכטער ווען מען האט עם פארקויפט
באבקעס אז ביידע קארפארעישאנס זענען איינס און דאס זעלבע, און ער האט באשטעטיגט פארן
אטורני דזשענעראל צו טרענספערן דעם דיד פון קאנג. יטב לב צו דעם נייעם מחנה רב טוב קארפ.
און ווען ער איז געוואויר געווארן פונעם שווינדל איז ער בייז געווארן און צוריק געשטעלט דעם דיד אויפן
ארגינעלן נאמען, דער דיד אישו פונעם בית החיים איז אינגאנצן נישט דומה צום קעמפ דיד'ס.



 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2012 19:23 לינק ישיר 

דער גאנצער דיון איז איבריג, ווייל אפילו לו יהא אז דער ריכטער קען צווינגען די צדדים צו גיין צו דין תורה - וואס איז בכלל נישט זיכער, compell מיינט נישט קיין סאך מער ווי בעטן מיט שיינעם, און אין באבוב האט עס נאר געארבעט סיי ווייל ער האט געסטראשעט דעם וואס וועט שטערן א דין תורה, עפעס וואס קיין צד זוכט זיך נישט, ווי אויך די מעשה וואס ער האט געהאט דערציילט מיט מהר"ש מבאבוב, וואס האט גוט פארשעמט די צדדים.

דא ביי אונז זענען די ביידע זאכן נישט שייך. די זאליס וועלן זיך נישט שעמען אפילו מיט קיין סיפורים פון משה רבינו, זיכער נישט מיט קיין מעשיות פון רבי'ן זי"ע, ווידער סטראשען איז שוין נישטא מיט וואס. מ'האלט שוין יעצט נאך אלעם, און קיין שום ריכטער האט נישט קיין שטעקן מיט וואס צו "קאמפעלן" די זאליס צו גיין צו דין תורה.

לענינינו, די זאליס זאגן נישט אז זיי זענען נישט גרייט צו גיין צו דין תורה, זיי ווילן נאר נישט גיין צו קיין 'עכטע' דין תורה. זיי וועלן זאגן דעם געריכט אז פאר זיי איז פונקט גוט ריח"מ פר"מ און רש"ל מיט רז"ל וכו'. פאר א נויט וועלן זיי אויך צואווארפן ר' שמעון מאיר לאנדא מיט ר' יצחק מאנדל, און דער עמלק קוגל איז פארטיג. יוצא געווען די שטאטוטן.

קיין שום ריכטער קען נישט, און וועט נישט, זיך טרויען צו זאגן אז די זאליס מוזן דוקא גיין צו א ערליכן בית דין וואס וועט פסקנ'ען על פי תורה. וזהו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2012 19:52 לינק ישיר 

איך בין מסכים מיט אלעם וואס דו שרייבסט, די זאליס וועלן
טוהן אלעס נאר נישט צו גיין צו דין תורה, אבער וואס דו שרייבסט
אז COMPELLED מיינט שיין בעטן איז נישט ריכטיג, COMPELLED
מיינט געצווינגען!!!
    

com·pel

 kəmˈpɛl/ Show Spelled [kuhm-pel] Show IPA verb, -pelled, -pel·ling.
verb (used with object)
1.
to force or drive, especially to a course of action: His disregard of the rules compels us to dismiss him.
2.
to secure or bring about by force.
3.
to force to submit; subdue.
4.
to overpower.
5.
Archaic . to drive together; unite by force; herd.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2012 19:52 לינק ישיר 

לויט ווי די לויער זאגט דארף מען זיין זייער געווארענט פין די איבערקערענישען היינט ביים יארצייט, צילוב דעם וואס די ארונים ווייסן אז דאס איז דער לעצטער יארצייט וואס דער בית החיים איז אינטער זייער בעלות ווי זיי אליין ווייסן שוין אויך שטילערהייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > סאטמאר קאורט נייעס - ביה"ח
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.