| נשלח ב-21/9/2005 03:20 |
|
| |
נישט די שופר און ניטאמאל דעם רב'ס הארציגע כליפעריי ביי די שלוש סעודה תורה טוט אזוי שטארק ערוועקען צו תשובה ווי די רונדיגע בארכעס. עס איז נארוואס ארויס פון אויווען, יובאנגעס און רונדיג באגאסען מיט די גלאנץ פון לויזע אייער, זיי טוען מעורר זיין צו פאריכטען די אנגעזאמעלטע עבירה'לך ווי אמשנעלסטענ'ס ווייל אט גייען מיר שוין זאגען אחות קטנה און א עק מיט'ן פארגאנגענעם יאר.
די באבע איז געווען ביי אונז אין שטוב און זיך צוגעקוקט מיט פארגעניגען ווי די אייניקלעך גייען אין די זעלבע פיס טריט ווי איהרע עלטערען וואס האבען געקענט דריי זאכען קאכען, באקען, רוימען, זי זאגט אונז אז דאס קומענדיגע יאר וועט זיין ציקער זיס און משיח וועט זיכער קומען. דער זיידע ברומט אינטער, נו וואס רעדסטע, נאך היי יאר. היי יאר וועלען מיר נאך גיין קיין ירושלים.
סליחות. דער סימבאל פון די לעצטער וואך אין יאר, דער נאמען וואס גיט א דזשאכע אין יעדער פארדשאוועטע נשמה. ווי קען מען אריין פאלען אין ניי יאר אן אויפשטיין סליחות? אין אלע ווינקלען פון וויליאמסבורג זעהט זיך שוין אן דער סליחות וואס קומט אט צוגיין. איך גיי אריין צום לאקאלען ספרים געשעפט, דער ארבעט'ס אינגערמאן האנדעלט איין א קליינער ווייעך-דעקעל סליחות אין לייגט דאס גלייך אריין אין ביזעם טאש צו מאכען זיכער עס איז צו די מאס, ער נעמט עס צוריק ארויס, שרייבט אויף להו"מ עמי"ו עשי"ו און נאך ענליכע פירקלערייען און לייגט עס צוריק און אנדערען ביזעם פארזיכערט אז קיינער וועט עס אים נישט פון טאש ארויס נעמען.
די בין הזמנים'ניקעס קויפען יעדעס יאר א נייעם סליחות מיט ווי מער מפורשים אין די זייטען. א חתן קומט אריין קויפען פאר די כלה דער דיקסטע מחזור מיט א ווייעכען לעדערנעם דעקעל, געפארבט מיט גאלד אין די זייטען. דער סוחר פרעגט, וואסערען נאמען קריץ איך ארויף? איין מינוט, ער קאלט די גרויסע שוועסטער, מאכען זיכער אז יא מען שרייבט די נייע לעצטע נאמען, הוי וועט זי קוועלען.
אז מיר'ן אלע אזוי ערליך זאגען סליחות ווי די כלה גייט לייענען איר נאמען פון דעקעל וואלטען מיר געווען עבירות-פריי.
גענוי ווי די פאליציי גיט ארויס א טיקעט קוואוטוס, האט דער גבאי באקומען א פארארדענונג פון די רעבעצין צו פארקויפען וואס מער זיצען. ער זאגט די רעבעצין שרייט דער מצב איז דערדריקענד.
אלע יאהר צאהל איך אים איין די פאר גראשען פאר א זיץ און א צוקנייטשטער צוואנציגער צווישען זיינע פינגער פאר לא יחרץ געלט, היי יאהר וויל ער איך זאל אויך דינגען א פרויען זיץ. איך זאג אים אז די פרוי קומט נאר צו שופר בלאזען און די איבעריגע בין איך איר מוציא, ער איז פארעקשענט איך זאל אויך צאהלען פאר א פרויען זיץ. איך זאג אים צו איך וועל קומענדיג יאר קויפען אפטער פון זיין נייע סאדא מאשין ביים נאכט שיעור. והוא באחת, אלע מתפללים דארפען טראגען דעם עול פון די רעבעצין וואס וועט דאס יאר חתונה מאכען צוויי אייניקלעך.
הייסט כ'האב נישט קיין ברירה? יא, קענסט איר געבען די 12 שורות דעמאל'ס עט איין זיץ זיין גענוג.
די רעבעצין האט היי יאר אפגעשריבען די נעמען פון אלע פאטענציאלע זיצער'ס און זיצערען אויף ווייסע סטיקער'ס און זי וויל קיין איין באנק נישט זעהן ליידיג! זאל איך אריין פאלען אריין אין מויל פון די רעבעצין? איך גלויב אז ניין.
מיין אלעמען באקאנטער בעל הבית גרייט זיך ארויס צו פארען פון אמעריקא אויף יו"ט, צום רבי'ן. און נישט סתם פארען, נאר פליעהן -ערשט קלאסיג- קיין ישראל. ווען אימער ער מאכט אזא נסיעה נישט צוליב שוואול-טאג נאר אויסשליסלעך רוחניות, הערשט א אטמאספער אין דער ארבייט ווי ביי די קינדער וואס האבען פרייטאג א האלבען טאג חדר, אפילו די שיקסלעך ווייסען אז דער באסס איז דע טעג זייער האולי, ער רעדט צו זיי מיט די אויגען אויף אראפ, ער טוט זיך אן דעם היט צו אשר יצר.
היי יאהר גרייט ער זיך צו פארען ביז איבער סוכות, ער וויל מיך אני הקטן מאכען קעניג אויף א נאכט, ער לאזט מיר נאטיצען אויף אלע ווענט, פאשרייבט ווי א צוואה אויף געהל פאפיר וואס איך דארף ארלעדיגען צו האלטען דאס געשעפט און די כלים, ווייל מען קען צו אים נישט צוקומען איינמאל ער פארלאזט דאס געבורט ארט צום לאנד פון די אבות.
ביים רבי'ן אין הויף איז ער פון די גרויסע שושקעס, אלע קניעהן פאר זיינע גרינע דאללארען וואס ער ברענגט געביגעלט און פריש געפאקט פון די באנק אז אלע נומערען זענען נאך אין די רייע, דארט ער מאכט דעם אנשטעל אז ער ווייעכט נישט נאך עהרע.
געהערט האב איך אז ער טוט אפילו אנציען אויף מפטיר יונה, ווען ער הארכט מיך גיט ער דעם רבי'ן דאס געלד אינעם זעלבען רויטען באנד ווי די באנק האט דאס איהם אהין געגעבען, ווייל דער מפטיר האט דער רבי אין באד.
צו מיינע האנד האט דערגראכט א צעטעלע ווי ער שרייבט זיך פאר וואס מיטצוטראגען אויף די רייזע, איינע פון די זאכען איז א שופר מסתמא איז ער באזארגט פון ווערען געשטראנדעט אין אן אראביש אינזעל ערגעץ ווי ח"ו.
איך האב אים נישט געוואלט וויי טוען אבער איך וואלט אים געוואלט זאגען אז א קאפ פון א בהמה דארף ער נישט טראגען.
די פריזשדער אינדערהיים ווערט געדוכטער פון טאג צו טאג, מען קאכט גרויסע טעפ פיש ווי אויף א שבע ברכות, מאליערטע און פלעינע, דער פיש סוחר זאגט יעדען צו א קאפ מיט צוויי אויגען. די וויידלעך זאל מען יעצט פארקויפען די גויים, די וואס ווילען אויסטרינקען די דצ"ך עד"ש וויין.
די צימרינג קעיק זענען אויסגעשוהר'ט לעבען די האניג קוכען, יעצט וועלען מיר האבען וואס אנצובייסען ביי פאוזע.
אלע געשוויסטער אמפערען זיך ארום ווער עס זאל עסען אין קימפעט ביי די מוטער די ביינאכט סעודה און ווער בייטאג, מען וואלט געדארפט איינפירען א דאקטאר'ס אפוינטמענט בוך ביי אלע אידישע עלטערען און ווער עס מעלדט זיך פריער דער איז זוכה צו קומען עסען אויף די מאמעס קאנטע.
איינע קען נאר קומען בייטאג סעודה די אנדערע וויל נאר קומען ביינאכט, די מאמע איז ווי פארלוירען זי ווייסט נישט וויפיל קינדער וועלען קומען אבער זי קאכט אן ווי אויף א ארימע חתונה.
דער שכן וואס האט זיבען טעכטער האט ארויס געשיקט דאס גאנצע מיליטער פארקויפען האניג, פארשטייט זיך אז די הכנסה גייט פאר די טעמעשווארע לעידיס אקזולערי. באלד וועלען זיי פארקויפען האלעפצעס אויף שמחת תורה, א ווייסע בארד אויף פורים אלעס פאר די הכנסה פון די מוסדות. ווער עס פארקויפט דאס מערסטע האניג גייט אריין אין א גורל צו געווינען א זילבערנע בעכער. נו וואס טוט מען נישט אז די מוסדות זאלען קענען צאלען די מלמדים אין צייט?
מיינע קינדער האבען אהיים געברענגט צעטליך אז אויב ברענגט מען נישט קארטלעך די קומענדיגע וואך וועט מען אהיים שיקען, זיי ווייסען שוין הפנים אז איך מאך זיך גאר ווייניג צו טוען גיבען זיי מיר שוין נישט די צעטליך. היי יאר האט די הנהלת המוסדות צוגעלייגט א נייער שטייער וואס רופט זיך בילדינג אויסגאבעס, און אידיש רופט מען דאס רבישע חתונה אויסגאבע'ס. יעדעס מאל איך הער אז דער רבי האט געהאט א אייניקעל ווייס איך שוין פאראויס אז די ישיבה גייט אין שנת ה'תשפ"ץ האבען א שווערער בודזשעט.
תוקן על ידי - נאטורליך - 21/09/2005 3:22:40
תוקן על ידי - נאטורליך - 21/09/2005 3:24:22
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/9/2005 22:13 |
|
| |
די גאסען שפרידעלט מיט בחור'ליך וואס קומען אהיים פראווען דעם בין הזמנים אינטער די מאמע'ס פארטוך. די ישיבה מיז זיך שליסען ווייל די מגידי שיעור העלפען געפערליך ארויס אין שטוב, אהאא- הלוואי מיין בעל הבית פארשטייט אויך אזוי.
די מאמע באטראכט דאס קליין בערדעל וואס האט שוין אנגעהויבען שפראצען פון איר קנאק יאנקעל זי זאגט אים "נו חיים יאנקעל גיי מאך דיר א שיעור מיט א חבר און דריי זיך נישט אינטער די פיס". מען פאקט אויס די שמיציגע חאלאטען און די ספרים, אי"ה אויף ווידער זעהן צויי וואכען נאך סוכות.
ער מאכט נוי סוכה ביז אינמיטען די נאכט, שטייט אויף שפעט און ווערט אנטרינען פון די אויגען איידער די מאמע קען אים בעטען ער זאל אהיים ברענגען צוויי דאזען אייער מיט א מילך פון גראסערי נאכען דאווענען, קומט אהיים שפעט נאכמיטאג מיט'ן אויסרייד אז דער שיעור האט זיך פארצויגען און די מאמע קוועלט אז דער בענאק האט זיך אויסגעריבען און די הויכע שכר לימוד צאהלט זיך אויס, ביי די זעכצען איז ער געווארען צו לייט. די שכינים זאגען "ער עט מערצעשעם קענען א חתן ווערען ביי די זיבעצען און דריי פערטעל".
דער פארמאסי, מיין אינשארענ'ס אגענט ווי אלע מוסדות פון ארץ ישראל, ארגענטינע און דאהי האבען שוין געשיקט דעם נייעם לוח, אטייל שיקען אין א פלאסטיק מען זאל עס קענען טראגען און באד, אנדערע מיט א מאגנאט פאר'ן פריזשדער, צו א נויט לייגען מען היינט אריין א לוח און אלע צייטונגען. יעצט האבען מיר גענוג לוח'ס צו הענגען אויף יעדע טיהר און אפילו אין בית הכבוד, מען זאל שטענדיג וויסען ווען ס'איז דער עלות און די שקיעה, בקרוב וועט איינער שיקען אין פארום פון א באמפער סטיקער.
איין מוסד בין איך שטארק מכיר טובה, זיי לייגען צו יעדעס יאר א קליין ענוועלאופ מיט א סטעמפ דערויף, אייביג קומט עס אן פונקט ווען ס'איז מיר אויסגעגאנגען די סטעמפ'ס. יישר כח פון טיעפען הארצען, דער אייבערשטער זאל אייך באצאלען כפל כפלים.
מושי'לע פרעגט צו אפשר האבען אטייל אנדערע זמנים.
דאס ערשטע קוק איך אלע יאר צו חנוכה וועט האבען איין אדער צוויי שבתים, היי יאר וועט נאר זיין איין מוצאי שבת פארטי, איך האב שוין גערופען די שוויגער פארציילען די בשורה, איך ווייס זי פריידט זיך זייער דערצו. דערנאך קוק איך ווען מיין פרוי'ס געבורט'ס טאג געפאלט. אז איך פארצייכען עס אין מח וועל איך מיט ג-ט'ס הילף דורך לעבען דאס יאר אין פרידען.
דער שמש האט שוין אויפגעהאנגען די צעטלען אז זונטאג וועט מען זאגען סליחות אום 5 אזייגער, עס האט נאך נישט פאסירט אז דער רב זאל קומען צייטליך אבער דער צעטעל איז נאך פון אלטען רבי'ן וואס האט יא אכט געגעבען אז מען זאל נישט אויף אים דארפען ווארטען. איינער פרעגט דעם שמש, וואס פאר-א-גיט יאר ער שרייבט נישט ארויס 5:30, ער פארענטפערט דעם רב, דער 0 אויפען טייפרייטער איז צובראכען.
אונזער שוהל'כעל ווערט צוגערישט צו די הייליגע טעג, די טישען ווערען מער צינויפגעריקט מען זאל קענען אריין קוועטשען נאך א באנק לכבוד די מכובדים וואס קומען אהער נאר אויף די הייליגע טעג, און נישט ווייל מיר האבען עפעס חזן קווארטין פאר א חזן, נאר ווייל ביי זייער וועכענטליכער שוהל ענדיגט מען שפעט. די ראשי קהלה זאגען עס איז אלעס כדאי, זיי זאגען צו א חודש נר למאור ביים מי שבירך, א צווייטער איז מנדב נייע האנטוכער פאר די מקוה, צוזאגען און ליעב האבען קאסט נישט קיין גרייצער –זאגט די מאמע-. איין אזא "וואנע-בי" עושר האט פאריאר געמאכט מי שבירך'ס פאר די גאנצע משפחה, פון א צעטיל האט ער באפוילען דעם גבאי'ן צו פארלייענען די נעמען פון אלע קאזינ'ס פון בעלגיע און חיפה, אפילו פאר'ן 4 טאגיק קינד, א נעפיו פון אויסטראליע וואס האט נאך נישט קיין נאמען האט ער געזאגט "איך מיין מען וועט אים רופין מנחם נאכען זיידען קענסט אים אויך מאכען א שבירך". ווען ער זאל שנדר'ן איין דאללאר פאר יעדען נאמען וואלט איך נישט געדארפט דינגען א פרויען זיץ.
די רעבעצין האט באוויזען דאס אומגלויבליכע, דאס ווייב מיינע האט איר אייגען זיץ, איך בין געגאנגען בודק זיין אין ווייבער שוהל, עס שטייט קלאר און דייטליך מיט סידור אותיות מרס. יאנקעל לעצטערנאמען. איך האב איר געזאגט אז כ'האב איר געקויפט א אייגען זיץ דאס איז א מתנה לכבוד יו"ט, זי זאל עס ניצען פאר שהחיינו, איך זאג איר א אייגען זיץ איז א שטייגער ווי מען קויפט א חלקה אויפ'ן בית עולם. האט זי זיך באליידיגט און איבער פארציילט די שוועסטער, די שוועסטער האט איר געטרייסט אז קויפען א אייגען חלק איז א סגולה צו אריכת ימים. זי איז אזוי עקסיידעט צום אייגען שמאהלען צוזאם-לייג בענקעל אז זי וויל קומען אויך צו סליחות.
די ווייבער גרייטן אן גענוג פאפיר אין די סליחות צו האבען ווי אריין ווישען די טרערען. אלס קינד געדענק איך, ס'האט פאסירט אז די באבע איז געבליבען צו שחרית נאך סליחות, פון גרויס פרייד אז זי גייט קענען הערען שופר נאכ'ן דאווענען. ווען דער זיידע האט געחוזקט דערפון האט זי געזאגט אז זי וואלט אפילו געדאווענט פאר'ן עמוד מ'זאל איר נאר לאזען. איך האב זייט דעמאלס געוויצעלט מיט דע באבע זי זאל חזנ'עצען, אויב זי האט אמאל פרובירט האב איך איר געזאגט זי מיז אנטוען א גארטעל מיט א קוטשמע, אנדערש איז מען נישט יוצא .
און יעצט. פארצייל איך אייך דא בסוד סודות, קיינער טאר נישט וויסען.
עס איז דא א שטיקעל רעדע אז דער אמעריקאנער חלום זאל פארווירקליכט ווערען ביי אונז אין די משפחה, א אייגען הויז. יא איר הערט גיט, עס קלינגט פרעמד, די האנט ציטערט שרייבענדיג, אבער מען רעדט דערפון אין גרויסען. מצוה גוררת מצוה, קאנטרי גוררת הויז. מיין רב וואלט מיך שוין געמוסרט היום אומר לו גיי אין קאנטרי ומחר קויף א הויז. אבער ער ווייסט כשאני לעצמי, מיר איז גיט א געצעהלט אין פרייען פעלד. פארשטייט זיך ווילאנג עס איז דא א "די עס על" קאנעקשען מיט ווארימע קאווע און א דאכענע.
אייגענטליך רעדט מען שוין דערפון זייט מיר קענען זיך, זי רעדט שוין דערפון זייט מיר האבען זיך געטראפען דאס צווייטע מאהל אלס חתן כלה, דאן האט זי שוין געפרעגט צו איך בין א סיטי-פערסאן אדער די סובורב'ס. איר רייץ צו האבען א אייגען הויז שטייגט ממש פון טאג צו טאג, איטלעכ'ס מאל א פריינד קויפט א דירה איז זי גארנישט אזוי פרייליך נאר עס ערוועקט זיך נאכאמאל דאס אינערליכע באגער פון האבען א אייגען פאסט קעסטעל.
ביז דערווייל איז גארנישט אייגענס, דער קאר איז נאך נישט אויסגעצאהלט, די סוכה וואס כ'האב איז געירש'נט פון גרויסען ברידער ער זאגט ער וועט עס צוריק נעמען ווען ער מאכט חתונה. נאר די צוריסענע שיך מיט אלע בילל'ס איז אייגענ'ס אבער איך וואלט זיי גערען אייך אהין געגעבען. יעצט האט זיך אינטער געריקט עפעס וואס איך וויל נאך נישט רעדען דערפון, צוליב א בייז אויג. ביז ווען איך זעה נישט מיין נאמען אויפ'ן טיהר אויף א הילצערנעם בלעכעל, דע וואס מען מאכט נאר אין מאה שערים.
טאמער הער איך צוריק דערפון אין די גאס ווייס איך אז מען קען אייך נישט געטרויען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/9/2005 05:40 |
|
| |
איך האב זיך געחלומ'ט אז דער וועקער קלינגט און טרומפייטערט, פון גרויס געפייפעריי בין איך אויפגעשטאנען. די פיאות געלאזט אויף אראפ, געלאפען מיט מושי'לע און די נשמה אויפן שפיץ נאז, מיט'ן געוויסען אז איך קום שון אן צו ככלות כוחינו.
דער רב איז אריינגעקומען פונקטליך, פונקט צעהן צו זעקס, נאך איידער ער האט אנגעהויבען אשרי האבען שוין די האקעלע נשמות פון אינטער'ן פארהאנג געשליכצט הויעך מיט א ניגון. מיין באבע'ס שאכטעל טישא'ס איז שוין ליידיג ביים ערשטען וסלחת לעונינו.
ביי יתגדל איז ער שיעור נישט אריינגעפארען אין א אנדערען ניגון, ווען נישט מיר אלע מיטפארער העלפען ארויס און ברימען אינטער וואלט דער רב אריין געפארען "ראנג וועי". זענען מיר אפגעקומען מיט א לייכטען "שארט סטאפ"
ביי שמע קולינו ווערען אלע חזנים, מיין שכן וואס איז נאך אין זיין לעבען נישט צוגעגאנגען צום עמוד זינגט דעם שמע קולינו מיט ציגעמאכטע אויגען און רויטע נאז ווי ער זיצט יעצט אויפען היסב בעט. יעדער איז שוין שטיל און מען ווארט אויפען רב, אונזער חזן מעכיל זינגט נאך הויעך לשמוע אל הרינה, מיר אלע זאלען נישט פארגעסען פינעם אמת'ן חזן מעכיל. ער ווינדערט זיך נאכדעם פארוואס יעדער קוקט אים אן מיט א קרימע נאז. א צווייטער שכן לאזט זיך שפירען אז דער טשאלענט איז נאך נישט באערדיגט, זאל עס אים נישט גערעכענט ווערען.
מיין ווייב זאגט זי האט נישט צופיהל מיטגעהאלטען. וויפיל איך זאל איר נישט אנצייגען פאר א יו"ט וואס מען זאגט און ווי מען לאזט אויס, ווערט זי כסדר פארטומעלט מיט'ן מחזור, ווי איך וואלט געלייענט א רעסעפי ביך, זי איז אבער העכסט גליקלעך מיט'ן נייעם זיץ אפילו זי האט גארנישט געהערט. אהיים קומענדיג זאגט זי "כ'האב נישט געהערט כתר, קען זיין ווייל כ'האב געדרימעלט?".
נאך סליחות פרעגט מושי'לי פארוואס איך טרינק קאווע, זיין רבי האט געזאגט אז מען דארף פאסטען א האלבען טאג, איך זאג אים אז א טייל פירען זיך צופאסטען דע צווייטע האלב פון טאג. נאך א יאר אדער צוויי, איינמאל די אויגען עפענען זיך אביסעל מיז איך אנהייבען מתקן זיין דעם שבועות ביז נאכען עלות און שלאגען כפרות מיט א טשיקען. אא"וו
אפשר וואלט איך אים געדארפט זאגען איך מאך היינט א סיום מסכת, א ליגנער וויל איך נישט זיין.
אין רעסטוראנט האב איך זיכער געמיינט וועט זיין ליידיג נאך סליחות. א חבר וואס איז פון די בני עלי' פרעגט מיך רויטערהייט ווען איז חצות? איך זאג אים א מינוט פאר די וואשט זיך צום אייער שפייז סענדוויטש. אוי ווען זיין שווער זאל אים דא זעהן, באפעהלט ער די טאכטער צו נעמען א גט אן די צוויי הינדערט דאללאר.
איך מאטער זיך שוין לאנג פארוואס איין טאג זאגט מען דעם פזמון מיט א געוויין "אולי יחוס" און דער אנדערען טאג זאגט מען עס מער כאפעדיג און בגילופין. עס קען זיין אז די מחברי הפיוטים האבען אויך פארשטאנען אז נישט אלע טאג זאל מען זיין בעצבות. אדער קלער איך אז זיי רעכענען זיך מיט מיר איך זאל נישט פארשפעטיגען דעם באן.
דער דירה אגענט זאגט אז טאמער ברענגט מען אים דעם דעפאזיט א וואך נאך סוכות לאזט ער נאך צוויי טויזענט דאללאר, שפעטער גייט די פרייז ארויף. איך שלאג אים פאר די אויסגעקלאפטע הושענות מיט'ן אתרוג אן דעם אראפגעבראכענעם פיטום. ער זאגט וויצען אין א זייט ער וויל מאכען א קאנטראקט איידער די הייליגע טעג, ער וויל וואס ווייניגער טראכטען פון ביזנעס אום ראש השנה. גיי ווייס צו איך טאנץ נישט אריין אין א וואלד וואס האט נישט א וועג ארויס. די דירה איז גארנישט אזוי גרויס עס האט 4 צימערען צוויי דערפון האבען ניטאמאל קיין שויבען צו די גאס. מען גייט עס אנהייבען בויען נאך סוכות, עס וועט זיין פארטיג אויף ? נישט זיכער, עס ווענדט זיך ווי קאלט עס וועט זיין דער ווינטער, און פארשטייט זיך אויב איך וועל אים אראפ לייגען די פארלאנגטע איינגאבעס יעדע פאר חדשים, קען מען רעדען פון בעפאר תש"ע
שוין א פאר חדשים וואס די שוועסטער האבען באשלאסען צו מאכען א עק פון וואונען ביי יענעם, ווי איך קוק עס אן, איז דער איינציגער חילוק צו מען זאל צאהלען רענט אדער מארדגעטש, די דירה פון וואס מען רעדט איז נישט גרויס, מען גייט האבען 18 שכינים אנשטאט 4. אבער ס'יז מיינס.
דער גאנצער אויפטו איז דער עלעוועיטאר, איך שלאג פאר צו בויען א עלעוועיטאר אינעם יעצטיגען הויז, און מען קען בלייבען דא און זיך איישפארען א 5 צו 6 הינדערט אלפים.
זיי מסביר פאר א ווייבעריש קעפעל אז סייווי, עס באלאנגט פאר די באנק די ערשטע 30 יאר. א דירה וואס קאסט 400 טויזענט מיט אינטערעסט, ביי די ענדע דרייסיג יאר האט מען אריין געצאהלט א מעלוינע פאר די באנק אומווילענדיג, טא פארוואס צאלען אזויפיל פאר די באנק ווען מען קען עס צאלען א אידישען לענדלארד, ער ניצט דאך דאס געלט פאר גיטע זאכען. רעדט מען דא פון מעדיסאן עוועניא? גייען מיר האבען א טיהר-מאן צו אינטער העלפען מיט'ן קערידזש? די שוועגערען זאגט "ליעוו איט אפ טו אס, לייק דע קאנטרי" וועסט זיין צופרידען.
מען קלינגט אלע גיטע פריינד צו נעמען עצות, איינס בעסער פון די צווייטע. יא נעמען די דריטע שטאק, נישט נעמען. מען רעדט דאך דא פון א דירה ווי מען וועט אי"ה אריין לאזען א שנירעלע איין טאג, איך מיז שון נישט פאריכטען די צובראכענע "וואדווארקס" מען גייט שוין נישט לאנג זיין דא. מען רעדט שוין נישט פון פעינטען ווייל נאך אביסעל און מען מופט.
זאגט מיין שווער איך זאל גיין פרעגען א גיטען איד. הממ וועלכער איד איז נישט גיט? און וועט מיר דער גיטער איד געבען צושטייער? א ברכה קען איך באקומען פון גמ"ח איינשטאלט. יענעס מאל איך האב זיך גענויטיגט האט ער מיר געווינטשען איך זאל קענען גרינג באצאלען.
דערווייל גיב איך נישט קיין דעפאזיט, ראש השנה ביים פארקויפען די עליות אדער יום כיפור ביי פאזע וועט שוין דער אויבערשטער אריינשיקען דעה בינה והשכל וואס מיר בעטען אזוי שטארק דריי מאל א טאג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/10/2005 21:55 |
|
| |
דער בעה"ב קלינגט פון בני ברק אלע צוויי שעה, היינט וויל ער וויסען אויב עס קומען טשעק'ס אין די פאסט, נעכטען פרעגט ער וועלכע קאמפאני'ס שיקען געלט און אויב איך מאך יעדען טאג די דעפאזיט'ס, איין טאג האב איך אים געטשעפעט אז כ'האב אוועק געשיקט אפאר גוים. א צווייט מאל צימבעל איך אים צו ער וואלט מיר געוואלט שיקען א אתרוג פון ישראל, ער נעמט אלעס אן בתמימות.
ער זאגט ער האט אריין געווארפען מיין קוויטעל ביים אר"י הקדוש און ביי נאך צדיקים. און ער האט מיך אפילו מזכיר געווען ביי זיין רבי'ן לכבוד ניי יאר. איך זאג אים אז דאס ווארימקייט וואס איך האב געשפירט שבת ביי נשמת איז זיכער דעם רבי'ן צו פארדאנקען. זאגט ער, אז ער האט מיך מזכיר געווען ערשט מוצאי שבת.
פרייטאג זאג איך אים:
אדוני המלך, עס האט זיך געמאכט א געלעגענהייט, איך פאר מוצש"ק אויף אומאן !!!
וואס זאגסטע? לאזט אלעס איבער און פארסט? ווי קענסטו אזוינס טוען? די ביסט אפילו נישט א אומאן גלייבער?
פארוואס דען נישט? איך האב א נדבן פאר'ן טיקעט, א ברעסלאווער פעטער צאהלט עס. סארי, באט איך וויל זייער פארען.
אבער די לייגסט דאך מיר צוגרינד די ביזנעס, איך בעט דיר יאנקעל האב רחמנות.
וואס זאל איך טוען? איך דארף א עצה פון ר' נחמן צו איך זאל קויפען א דירה? אפשר וועט ער אפילו געבען צו שטייער.
יאנקעל לאז דיך ארויס, ר' נחמן וועט נישט אויפשטיין פון קבר גיבען עצות.
אוי וואס טו איך דא? איך קרעכצע שווער, איך אטעם הויעך, אקעעעי א ברירה האב איך? פאר'ן בעה"ב וועל איך צוליב טוען, אבער איך וויל דער בעה"ב זאל עס גיט געדענקען, אזא געלעגענהייט מאכט זיך נישט יעדען טאג. איך געב אויף ר"ה אין אומאן.
אוודאי יאנקעל, ביזט א צדיק, כ'וועל דיר שטארק מכיר טובה זיין, יאנקעל קויף די דירה איך וועל דיר העלפען אבער זעה צו האלטען דאס געשעפט אין די ראמען. איך וועל דיך באלוינען.
ער גרויסט זיך יעצט זיכער ביי זיינע פריינד אין ביהמ"ד אז ער האט מיך ארלעדיגט.
איך דארף איינקויפען אויף ראש השנה, מילגרוים, נייע מעסער, טיקעט'ס פאר די פלעי חול המועד, פייגען פאר שהחיינו, די העמדער פון קלינער'ס. רויטע עפעל. די ליסטע וואקסט און די קעשענע ווערט מאגער, די געברויכען זענען קע"ה גרויס, און דאס גרינס לאזט זיך אויס. די קינדער דארפען שיך, דער בוטשער וויל געלט.
די רעבעצין האט שוין ארויף געלייגט דאס ראש השנה פרוכת, די לייבען אויפ'ן ווייסען ארון קודש קוקען אויס מער שרעקעדיגער ווי די בלויע פון א גאנץ יאר. זי זאגט באפעלעריש דעם שווארצען קוימען קערער, "קליען אפ גוד, ביג האלעדעי טאמארוי", זי לייגט אריין געניצטע אויגען גלעזער אין קעסטעל פאר די אלטע וואס פארגעסען די בריללען אינדערהיים, אפאר איבעריגע מחזורים. דאס איז דאך די איינציגעגע אויפגאבע פון א רעבעצין וואס גייט אין א קרוין טיכעל, צוגיין צום ברעטעל קען זי דאך נישט.
דערנאך גייט זי קוקען צו אלעס קלאפט אין יענעם עק ווייבער שוהל. זי זעהט דעם אלטען ר' פייבוש ניצט די פרויען באד-רום זי שרייט אים אן גייט אייך ארויס פון דא. ביי די מענער איז פיהל, זייט נישט אזוי בייז רעבעצין שרייט ער צוריק און ער לויפט ארויס מורמלענדיג אי אפשר להתקיים.
ביי סליחות ערב ראש השנה הערשט שוין נישט די אנגעצויגענקייט ווי יענע וואך, די פענצטער זענען מער נישט פארהויכט, אידען גריסען זיך היינט איינער דעם צווייטען. און ווען נישט די לאנגע פזמונים וואלטען אפאר באקאנטע אנגעקומען שוין צום סיום.
היינט זאגט שוין מעכיל די סליחות, ער איז מער געלאסען און מאכט נישט א וועזען פון שמע קולינו ווי דער רב. יעדעס יאר קראצט ער אפיר א נייעם נוסח אויף די כי רבו עונינו'ס, איך פיהל זיך גאנץ גיט אז צוליב מיר זינדיגע דארף ער מאכען אזוינע שיינע מעלאדיעס.
א האלבע שעה איידער מען ענדיגט, הייבען שוין די זריזין מקדימין אן מיט די התרת נדרים, מיין שכן האט עס ליעב צו זאגען שטייטערהייט ווי ער ציילט א בינטעל טויזענטער'ס, אלע יאר פרוביר איך זיך ארויס צו דרייען פון אים, היי יאר איז אים געלונגען מיך אריין צו כאפען אין זיין נעץ, בין איך מיר אנטרינען בעפאר ער האט אנגעהויבען. האט ער צוגעריפען א קליין בחור'ל און אים געצוויגנען ער זאל מיט אים מאכען די התרה, דער בחור האט זיך געבעטען אז ער איז שוין א געמתערטער עס האט גארנישט געהאלפען. ווען נישט איך זאג אים אז ער איז זיך טועה מיט מיין ברידער וואלט ער מיך נאכען דאווענען אזוי באשייגעצט.
אלע גיטע פריינד ווינטשען זיך שוין 4 וואכען א כתיבה וחתימה טובה, בענטשען זיך אן אז מען זאל זיך אויסבעטען א גיט יאר. איין חבר וואס איז פון די שאקעלדיגע זאג איך, עך וועל מער מערצעשעם אויסבעטען א גיט יאר אן אזויפיל שאקלען לולב מיט מיין האנד.
אין די זעלבע צייט הייבט זיך אן א געקאלעכטץ, אלע גיטע פריינד וואס מיין סעל נוממער איז אויף זייער סעלעפון אדרעסס ביך קאלען מיך צו ווינטשען א גיט יאר, דער שכן פון קאנטרי וואס האט מיר שוין געזאגט ביים געזעגענען אז איך זאל האבען א כתיבה וחתימה טובה, קאלט ווידער און איז מוסיף אז איך זאל מיר אויסבעטען א גיט יאר, ארלעדיגט. דערנאך קאלט מיין שוואגער און די מומע.
א זיס יאר פאר אלע אידישע קינדער
תוקן על ידי - נאטורליך - 03/10/2005 21:54:13
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/10/2005 01:52 |
|
| |
מיט א הערצליכען קיש לייגען מיר צוריק די ראש השנה מחזורים אויף די קומענדיגע צוועלף חדשים, צוויי מיט א האלב טאג אין יאר גיב איך זיי וואקאציע, איך נעם זיי ארויס פון די אינטערשטע רייע אין ספרים שאנק.
אסאך האבען זיי זיך אנגעזעהן און אנגעהערט. עס האט זיי זיכער שטארק געשמקעט וויאזוי אלעס דרייט זיך ארום זיי. האסט דעם מחזור? ווי איז דער מחזור? לאז עס נישט אין שוהל, נעם עס אראפ פון טיש, לייג עס אין שאנק. זיי האבען זיך צוגעהערט ווי מיר ווינטשען זיך אן איינער דעם צווייטען לשנה טובה, ווי מיר וויינען זיך אויס אויף א תחל שנה וברכותי'ה, ווי מיר קרעכצען ביי נתנה תוקף, ווי מיר פרובירען מיט אלע כוחות צו העלפען דעם חזן זינגען מלך אביון. צום ווידער זעהן אום תשס"ח, משיח זאל אוודאי פריער קומען.
עס ווערט שטיל, דער רב קומט אריין מיט'ן שלאף קאפעל און געהל-ווייסער גארטעל וואס ער האט באוויזען ארויס צו שווערצען פון דייטשלאנד איידער ער האט איר פארלאזט. ער גיט א שטרענגען בליק, א פחד פאלט אויף אלע פארזאמעלטע, ער לויפט צום עמוד מיט'ן גראבען מחזור און דאווענט מנחה.
צו מעריב טיט ער אויס די וואכעדיגע שטימע און פאנגט אן אההה האאא האאאה מיט זיין דיקע רבנישע שטומע, און הייבט אינטער זיין סטאדע שאף צו די העכערע ספערען, ווער ווייסט וויפיל נעכט ער איז אויפגעווען צו חזר'ן דעם נוסח עס זאל זיך פליסען פון צווישען די ציין כזקן ורגיל. ער דריקט יעדעס ווארט מען זאל אים געדענקען צום גיטען און ציטראגען אין שטאט אז ער איז א פיינער און ווארימער דאווענער.
א סקרוך גייט דורך די ביינער ווען ער זאגט לדוד מזמור, אט גייט מען שוין ווינטשען תכתב ותחתם פאר די זכרים, און תכתבו ותחתמו פאר די נקיבות, דער נוסח האט מען ספעציעל אויסגעארבייט פאר די וואס א גאנץ יאר האבען זיי נישט קיין צייט נאר זאגען כאף לאף פאר אלע אויף א מאל גיט שבת, צו גיט יום טוב. היינט דארף מען יעדען באזינדער באגריסען, שאקלען מיט די האנד, ווינטשען אן אויפהער און ווער עס קען בעסער ווינטשען און לענגער שאקלען הרי זה משובח. ווער רעדט נאך פון די וואס שאקלען מיט ביידע הענט ווי מען כאפט אן די ארבעה מינים.
מיר האבען געווינטשען לשנה טובה פאר אלע זיידעס און באבעס עלטערען און גיטע פריינד, יעדער האט זיין אייגענארטיגען נוסח וואס זיי פארגעסען נישט פון יאר צו יאר. דע באבע זאגט א ברכה אויף דיין קאפ, מיין שכן זאגט אלע יאר מיט מזל זאלסטע לעבען. דער רב ווינשט לויט זיינע געברויכענישען. אויב האט ער באקומען ווייניג שמוליארעס פאר יו"ט ווינטש ער אונז אלע צו האבען פילע טאשען, אויב די רעבעצין האט זיך נישט ספעציעל באקלאגט זאגט ער אונז מיר זאלען אויסבעטען אלעס גיט'ס, אויב
דער זיהן שטייט אים אינטער די פיס זאגט ער מיר זאלען אלע זעהן נחת.
א שיינער טייל פון עזרת נשים קומען מיט ווייסע טורבאן'ס, לאזען אינדערהיים די עבודה זרה שייטלעך. מיין פרוי האט מיך געפרעגט צו זי זאל אויך פרובירען גיין מיטן ווייסע טיכעל אין שוהל, כ'האב איר געזאגט אז אן די שייטלען זעהן אלע אויס אייניג און זי ריזיקירט אז איך זאל איר אויפטוישען מיט א צווייטע רעבעצין אין שוהל, האט זי שנעל פארדרייט דעם שמועס.
איינער א טוער אין הכשירים האט געזאגט אויפ'ן ווייבערישען האט-ליין אז פייגען קען זיין ווערים און ביי אונז איז נישט געווען קיין פייגען די ערשטע נאכט יו"ט, כ'האב עס סייווי נישט ליעב. האט מען גשהחייניט אויפן נייעם מעסער. דער מעסער סוחר האט ארויס געשטעלט א גאנצער טיש מיט גרויסע מעסער'ס אויף די גאס, א ערלית'טע וואס גייט פארביי רופטו זיך אן צו די חברטע "דעיר מאסט בי עלאט אויף פייטונג אין דיס קאממינועטי"
שחרית דאווענט דער רב'ס איידעם, א גרויסער כל יכול איז ער נישט, די שטימע באגיסט ער צופרי מיט לויזע אייער, שכל האט ער גראדע ווי א חזן, עס זאל נישט אויסגערעדט זיין אבער וויפיל מען האט אים פרובירט מעביר צו זיין שלעפט ער לענגער און זיכט אפיהר ניגונים וואס קיינער קען נישט. דער שווער, א מבין האט אים געזאגט ער זאל אליין עפענען א שוהל'אכעל און זיין געגענט. תיכף נאך שחרית מאכט ער קידוש אויף היימישע געבעקס און פרעגט די ארומיגע צו זיי דארפען נישט אביסעל מזונות. אלע יאר פארגעסט ער נישט צו זאגען אז דאס דאווענען מאכט אים דאס הארץ חליש'ען.
אלע וואס זענען עולה מאכען מי שבירך'ס פאר די זוהן און טעכטער ווייב און שוויגער. דער רב מאכט פאר די צדיקי הדור און קרעכצעט ווי איינער וואס וויל זאגען "חוץ אני הקטן איז שוין נישט איבער געבליבען אסאך צדיקים" איך האב אויך געביר'ךט דאס ווייב און קינדער, כ'האב איר געזאגט נאכען דאווענען אז דער גבאי האט גערעדט פון איר ביים לייענען. זאגט זי "ער האט אוודאי געוואלט וויסען אויב די זיץ איז באקוועם, הא?"
עס קומען פאר גרויסע מיטונגען ווילאנג מען זאל מאכען פאזע, די מיטונג געדויערט באלד וויפיל דער פאזע. ענדליך רופט ער אויס "מעט בלאזען צוועלף אזייגער". ווייס איך כ'האב צייט צוריק קומען ביז איינס אזייגער.
פאר תקיעת שופר זאגט ער אונז אפאר ווערטער, אלע יאר זאגט ער אז ער וויל נישט מאריך זיין ווייל סי'שפעט און מיט דעם ציהט ער אויס מיט משלים און נמשלים אן א עק. איך פרוביר אלץ אנצוקומען נאך אלעמען און צו להכעיס האלט נאך ער ביים אנהויב.
דאס איז שוין א טראדיציע, צום דוכענען קריכען די שכינים'ס קינדער אריין צו מיר אינטערען טלית און קיצלען זיך מיט מושילע'ן. דערנאך שיק איך אים אהיים מיט זיין מאמע, זי זאל שטעלן דאס עסען אויפ'ן פייער. זי טרעפט אבער אייביג מיט וועם צו שמועסען און מאכט זיכער אז איך קום אהיים פריער.
ביי תשליך פרעגען אלע ווען האט מען ביי ענק גענדיגט? ווי שטענדיג ווער עס האט גענדיגט דער ערשטער דער איז דער געווינער. איך ווארף אריין אלע עבירות אין וואסער פאר די פישלאך. מיט א תפילה צו השי"ת אז דער פיש סוחר זאל נישט כאפען דעם פיש וואס האט אויפגעגעסען מיינע עבירות און צוריק שיקען צו מיר א היים ווי יוסף מוקיר שבת.
איך וויל שלאפען אבער זי לאזט נישט, זי זאגט אז עך קען נאך פארשלאפען דאס מזל. כאפ איך נאר א דרימעל אויפ'ן דיוואן.
קוים וואס דער ראש השנה איז אדורך די גיטע פריינד הייבען שוין אן דאס איבערבעטונג, די כפרות מארקעט איז שוין אין פולען שוואנג, די גבאים הענגען ארויס צעטלעך ווי מען זאל זיך פארקוקען פאר שבת שובה דרשה און איך פרעג זיך אליין בין איך גרייט אויף יום הקדוש?
וועל איך שרייבען א משל וואס מען זאגט נאך פון הייליגען ריזשענער דאכט זיך.
געווען אמאל א פשוטע'ר דארף'ס מאן, קיינמאל נישט געווען אין א גרויסע שטאט, נישט געוויסט פון גארנישט חוץ זיינע קיעהלעך און פערד. יארען לאנג האט ער געלעבט באשיידען צווישען זיינע הינער און פעלדער. געשעפט זיין חיונה פון פארביי גייער וואס האבען גענעכטיגט אין זיין פארצייטישע קרעטשמע.
מאכט זיך אמאל אז ער פארט אין דערנעבענדיגען וואלד אנגרייטען האלץ אויפן ווינטער און פארבלאנדזשעט אריין דאס ערשטע מאל אין א גרויסע שטאט, דער קאפ שווינדעלט אים ער האט נישט קיין השגה ווי ער איז, וויאזוי איז ער אהין אנגעקומען, ווי גייט מען צוריק צום דארף, ער שמייסט פלינק אויף די פערד, פארט רעכט'ס מאכט א לינק'ס ער זעהט פון די זייט א גרויסער פאלאץ ארום גענומען מיט א צום פון מארמויער שטיין. נישט וויסענדיג וואס דא טוט זיך, אינגאנצען דערשראקען שמייסט ער נאך מער די פערד ביז דער ריט האט זיך צוריסען. א בראך. וואס טוט מען?
פלוצים דערזעהט ער א שטריק הענגט אויף די זייט פון מויער, ער טראכט נישט קיין צוויי מינוט נאר נעמט ארויס א מעסערעל און שניידט אפ דער שטריק פון אויבען און אינטען און וויל דערמיט פאריכטען זיין ריט.
ער ווייסט אבער נישט, אז דער שטריק וואס ער האט אזוי לייכטזיניק צוריסען, איז באהאפטען ביז אינעוויניג אין פאלאץ, דער קעניג וואס וואונט אין דעם פאלאץ ניצט דער שטריק צו באהעפטען זיין גרויסער וואנט זייגער.
דער קעניג פון פאלאץ זעהט אז דער זייגער וואס איז באהאפטען צו דרויסען פון פאלאץ איז פלוצים אראפ געפאלען און זיך צובראכען, מאכט א ויצעקו. מען גייט קוקען און מען זעהט ווי א מגושם'דיגער פויער פאריכט זיין שמייסער מיט'ן קעניג'ס שטריק. מען בינדט אים אין קייטען און מען ברענגט אים פאר'ן קעניג.
דער קעניג זעהט מיט וועם ער האט צו טוען, דער פויער ווייסט נישט אז ער איז אין א קעניג'ס פאלאץ ער ווייס ניטאמאל וואס מיינט א קעניג, וואס קען מען אים טוען?
זאגט אים דער קעניג, הער אויס, איך זעה אז די ווייסט נישט וואס פאר א זינד די ביזט באגאנגען, גערעכט די ווייסט נישט אז איך בין א קעניג, אמת די האסט נישט קיין אנונג וואס א צער די האסט מיר גורם געווען, איך קען דיך נישט שטראפען פאר'ן זיין א מורד במלכות. אבער זאג נאר, ווייסטו אז דער שטריק געהערט נישט צו דיר? מעג מען גאנבענען? מעג מען צורייסען יענעמ'ס א זאך? דאס ווייסט דאך יעדער קינד. פאר דעם קומט דיר א שטראף. אזויפיל וואלסטו געדארפט אבאכט געבען.
א יעדער עבירה באשאפט שלעכטע מלאכים, יעדער זינד איז פוגם אין אלע עולמות און מאכט אן חרבנות אין די וועלטען וואס מיר האבען נישט קיין באגריף, עס ווארפט אום ציגעל פון בית המקדש של מעלה און נאך אסאך הויכע ענינים וואס דער שכל פון מיר קליינע מוריטשקעס דערגרינטעווען נישט, אבער אזוי שרייבען אונזערע רבי'ס.
מיר זענען ווי יענער דארף'ס מאן וואס ווייסט נישט פון קעניג און קיינמאל נישט געווען אין א פאלאץ. מיר ווייסען נישט אז מיט א קליינע עבירה'לע רייסט מען איבער א שטריק אין יענעם עק הימעל.
אבער יעדער מענטש פארשטייט אז מען טאר נישט זאגען ליגענט מען טאר נישט רעדען לשון הרע, מען טאר נישט פארשעמען קיין שום איד. מען דארף מכבד זין די עלטערען, אפילו א דארף'ס מאן פארשטייט אז יענעמ'ס שטריק טאר מען נישט אפשניידען און פאר דעם שטראפט דער קעניג.
אלזא בעטען מיר איבער דעם אייבערשטען פשוט און פראסט פאר'ן זיך נישט אויפפירען ווי א מענטש דארף זיך אויפירען.
מיר גייען יום כיפור אין שוהל צו בעטען דעם אייבערשטען אויף אלע פשוטע זאכען וואס מען האט זיך נישט גיט אויפגעפירט. עס אז נישט דא קיין תירוץ צו מצער זיין א צווייטען. אפפאפען א חבר. חוזק מאכען פון יענעם. נישט מכבד זין א עלטערען איד, נישט טוען חסד.
השי"ת מאענט און פארלאנגט פון אונז קליינע מענטשעלך זייער ווייניג. און דאס וואס ער פארלאנגט פון אונז איז פשוט אז מיר דארפען עס צו טוען ווייל אפילו אונזער קליינער שכל גיבט אזוי מיט.
אלזא זייטשע מיר אלע מוחל, און זאל השי"ת פארגיבען אלע אונזערע זינד הקטן כגדול.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2005 05:34 |
|
| |
אפילו איך דערווייטער זיך פון צו באטאפען די טשיקענ'ס מיט די רויע האנד, האב איך א פארגעניגען צו אבזערווירען די גאסען ווי קינד און קייט באפריינדען זיך מיט די כפרה'לעך און ווערען מיט זיי פאניע בראד. אזוי ווי די באבעס מיט זייערע דינסט שטייענדיג אין שטאל אין דער אלטער היים. איין כפרה איז אריין געלאפען אין א דערנעבענדיגען בעקעריי, א צווייטע איז שיעור נישט ארינטער געלאפען דעם מאנסי באס.
צום גדלי'ה, די וויליאמסבורג'ע מאמעס טוען אן די קינדער שבת'דיג, מען מאכט זיי פריש די פיאות, די אינגלעך און מיידלעך אנגעטוען "מעטשינג", מען רופט די חבר'טעס מיט די חב'רטעס חבר'טע און מען גייט מאכען דעם גרויסען טריפ וואס הייסט שלאגען כפרות. ווי עס וואלט געווען מיטעל נאכט, די גרעסטע קערידש שלעפט מען ארויס לכבוד די כפרות צערעמאניע.
נאך אין קאנטרי האב איך געהערט ווי איין אידענע ווייזט פאר א צווייטע די מציאות וואס זי האט געקויפט, און זאגט דאס וועט מען קענען אנטוען צו כפרות שלאגען אדער חול המועד.
מען שלאגט און פאכעט מען דרייט און קאפעט. איך זעה ווי אן אלטער מאן שלאגט איבער זיין אלטישקע, זי שרייט אז דאס קוויטשעריי פון הין גריזעלט אין די אויערען און טוט איר צוטומלען אז זי קען נישט זאגען די תחינה מיט כונה, דער מאן זאגט זי וועט יוצא זיין צו פארענדיגען אינדערהיים, זי גייט נישט איין און סי יו"ט אינדערוואכען.
א אינגעל'ע שטייט אויף א מילך קעסטעל און די הויעכע מאמע בייגט זיך אנידער, דאס געטריי קינד דרייט איבערען טיכעל און לאכט הויעך. ווען דאס הינדעל האט אן געגאסען די מאמע'ן האט זיך דאס געלעכטער אפגעטון. אלע ארומיגע זענען זיך צולאפען.
א בחור טראגט א היים פאר די מאמע -די קימפעטארען- א הינדעל אין א גרויסע ברוינע חלה בעג. דער אלטער בחור וואס ארבייט ביי די כפרות פאר 4 דאללאר א שעה ווארענט אים אן ער זאל איר צוריק ברענגען אן א פעלער. "מאך א לאך זי זאל קענען אטעמען שרייט ער אים נאך". אויפען וועג צולעכערט זיך דאס פאפירענע בעג פון דעם רעגען און ער מיז נעבעך טראגען דאס הינדעל מיט די צוויי הענט, דער היט פליעט אים צו יענער זייט גאס, א אינגערמאן דערבארימט זיך און טוט עס אים אן.
די כפרות קוויקעריי הערען זיך פון עק וויליאמסבורג ביז אריבער דער בריק, א גרופע קינדער לויפען ארום פון איין כפרה צענטער צום צווייטע, ווען זיי באמערקען אז איינע פארגעסט צו שטויסען, שפרינגען זיי גראד צו מיט א פלינקייט צו אריין כאפען די מצוה, א שטויס צו געבען מיט די לינקע פיס ווי דער רבי אין חדר האט אנגעזאגט. ביז די גרויסע טרייבען זיי אוועק.
חנה'לע פרעגט מיך פארוואס די טשיקענ'ס קוואקען אזוי? און אויב זיי האבען שכל אז מען גייט זיי שחט'ן. דערנאך זאגט זי פאר משה'לען, זיכער שרייען זיי אויף די וואס טראגען מיט'ן עירוב.
ביי דער כפרות צוזאם-קום שמועסען די אידענע'ס דורך וואס מען האט שוין געקאכט פאר יו"ט, וויפיל סוועטער'ס און קליידער מען האט שוין געקויפט אויף שמחת תורה. אלע זאגען אייניג "איך בין שוין פארטיג". ווי צוויי וואכען פאר פסח, קיינער וויל נישט מודה זיין אז דאס פריזער איז נאך ליידיג, די בהמה וואס דער בוטשער גייט לאזען שחט'ן פאר פלייש אויף יו"ט איז נאך ניטאמאל געבוירען. ווען מען זאל קען אפשטיפען סוכות אויף א וואך ווי מען רוקט פאראויס דעם זייגער וואלטען אלע געשטיפט מיט די צוויי האנד. אבער פאר די גאס זאגט מיין שכן'טע אז זי האלט שוין ביים 7'טען פלאש קאמפוט און די שוועגערען רימט זיך אז זי האלט ביים צוענדיגען די לעצטע שטערען פאר די סוכה.
מיין שוויגער - וואס מיינט אז סע גייט מיך אסאך אן- זאגט מיר אז זי האט שוין דער גאנצער יו"ט אין פריזער. זאג איך איר דעמאלס קום איך נישט צו קיין סעודה, כ'האב ליעב פרישע עסען.
ווי אלע יאר נעם איך ארויס דאס אמערסטען צוקנייטשער צעהנער פון טאש און דריי ארום דעם קאפ, איך באשטיי אז פרעזידענט העמילטאן אויפ'ן בילד זאל זיין א כפרה, איך גיב אים אפילו א שטויס אויף די גרויסע אויגען ברעמען. וואס א נפקא מיני' צו איך גיב לייזען דעם שוחט צו מיין שכן א כולל אינגערמאן וואס האט שוין פאר 2 יאר צוריק געהאט אריבער 10 קינדער, ביידע צופליקען עס וואס גיכער און ביידע דארף עס וויכטיגער פון מיר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2005 18:30 |
|
| |
זייט דעם ערשטען טאג ראש השנה בין איך א געתשליך'טער איד, מיט דעם אלעם האב איך ליעב צו זעהן דער ספעקטאל פון תשליך ביי קענט עוועניא א טאג פאר ערב יום הקדוש. ווי אלע גייען צום וואסער מיט פילע טאשען עבירות און קומען אהיים זינד פריי.
דאס געדרעהנג איז גרויס, די פאליציי מאכען ארדענונג, מנינים מנחה-מעריב איינע נאכען אנדערע, איינער זיכט צו בארגען א גארטעל, א צווייטער וויל א קאר רייד קיין ניי וויליאמסבורג, א דריטער גייט נאך געלט, א הינט בילט פאר א תיקון, א רוסישער פארקויפט זייגערליך מיט פאלשע בלומען. דא און דארט קומט א רבי'לע און באגלייטנוג פון זיינע 10 הויז בחורים און שמשים וואס שטופען זיך צו זעהן אויב דעם רבין'ס עבירות האבען א אנדערע קאליר.
היינט איז פון די טעג אין יאר וואס טייל חסידים ערלויבען זיך דורך צו פארען א רויט לייט און פארקען ביים פייער היידרענג.
קינדער קריכען ארויף אויפן צוים און די עלטערען שרייען טאנץ אראפ. א פרומער בחור האט געברענגט אלע פארבליבענע ברעזעל אריין צו ווארפען פאר די פויגעל אין ים. אן אלטיטשקע האט אריין געווארפען דאס גאנצע טאשקע מיט געלד און ברעקלעך אויסגעמישט, זי זאגט אז זי דארף נישט דאס חמץ און שטוב, זי בארימט זיך אז זי איז יעצט רואיגער, זי האט שוין גארנישט קיין עבירות. און דאס וואסער האט נאך דער זעלבער שיף גערוך ווי אלס קינד. דערפאר האב איך זי ליעב.
די גאסען ארום זענען פארצוימט מיט פאליציי בריקאדען און אלע גייען צום וואסער מיט'ן ציהל אהיים צוקומען אן עבירות.
איך זאג דעם אייבערשטען, ווילאנג דאס וואסער רוישט איז א סימן מיר האבען נישט צופיל געזינדיגט. אזויפיל יארען וואס אידען שליידערען דא אריין דאס גאנצע זינד און מאכען דאס וואסער געדיכט מיט רויטע עבירות און עס איז נאך נישט פארגעקומען א צונאמי אין וויליאמסבורג.
א ארטיסטקע פרעגט א אינגערמאן וואס גייט דא פאר, ער זאגט "ווי טרוי דע סינז אין וואדער".
א אינגערמאן וואס איז געזיצען לעבען מיר אויפן באן האט געזאגט תשליך אופ'ן בריק. ער פרעגט מיך ווען איך גיי? איך זאג אים איך האב ניט קיין צייט, איך שיק די זינד מיט'ן ווייב, זי נעמט קעער דערפון. ער האט מער נישט גערעדט צו מיר, איך האף ער האט מיך נישט גענומען ערענסט.
דער דירה פארקויפער איז ווידער ארויף געקומען מיט א פיקס-פארטיגען פלאן, געמאלעוועט אויף א גרויס ווייס פאפיר מיט בלויע פירקעלאכץ, ער וויקעלט און דרייט דאס איין אין א שיין ביקסעל. ער וויל אונז געבען דעם טעם ווי מיר גייען קויפען א 25 שטאקיגע וואלקען קראצער און מאנהעטען. ער רייצט אן די אויגען און ווייזט ווי עס וועט זיין דער וואש-רום און ווי דער פסחיגער קאך. וואס ער ווייזט נישט, איז די שליסלען צום באנק.
און פאר נאך צוואנציג קענט איר האבן א גאר גרויסע פארטש, מען וועט קענען מאכען דערפון נאך א צימער ווען סע וועט זיך אויספעלען מערצעשעם.
נאך צוואנציג וואס? צוואנזיג טויזענט, די חכם.
מיט דעם האט זיך געשלאסען דער וועכענטליכער באזיך, דערווייל האט ער נישט באוויזען מיך איבערצייגען דאס וויכטיקייט פון קויפען א כאטקע אין וויליאמסבורג פאר 400 טויזענט און טשעינדש. און אפילו ווען יא דארף ער מיר קלאר זאגען וועלכער גיטער איד לאזט אפען דעם סעיף ביינאכט איך זאל קענען ארויס נעמען 100 אלפים מזומן.
דאס איז מיין זייט, פרוביר נאר צו כאפען א שמועס מיט די צד הכלה וועט איר זיין איבעגעצייגט אז איך גיב א דעפאזיט און שרייב אינטער קאנטראקט א וואך נאך סוכות.
וועלען מער גיין אנגרייטען דעם ווייסען קיטעל מיט'ן וואקסענעם ליכט, דער מחזור מיט די בשמים, דעם טלית זיך איינציוויקלען צו זאגען תפילת זכה און הערען דאס געוויין פונעם רב ביי כל נדרי, זאלען מיר אלע זוכה זיין צו לייגען די הענד אויף די קעפלעך און בענטשען אונזערע טייערע זיסע שעפעלעך דאס יאר און אלע יאר. ביז דער אייבערשטער וועט זיך מרחם זיין און שיקען נאך אונז דעם אדלער ער זאל אונז אויפהייבען אויף איהרע פליגעל און א טראג טוען קיין ירושלים עיר הקודש מקריב זיין קרבנות און הערען דאס שיינע געזאנג פון די לוויים און זעהן די כהנים ביי די עבודה. אמן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/10/2005 03:01 |
|
| |
אויב א גאנץ יאר בין איך נישט אין דער שטאפעל פון עסען גלאט לשם מצוה, אויך נישט פון די וואס זאגען הריני אוכל שלא לשם הנאת גופי. ערב יום כיפור איז פארט א מצוה צו עסען, פשוט עסען ווייל אזוי האט ג-ט געבאטען. איך פרעג די סענדוויטש מאכער'קע ביים רעסטוראנט פארוואס איז די קאווע ארויף מיט א ניקעל? זאגט זי ווייל געז איז ארויף. זי גיבט צו, אז היינט איז א מצוה צו עסען פונקט ווי מצות פסח ביינאכט, זאל איך זיך לאזען באצאלען פאר די מצוה פרייליכערהייט.
מען גייט זיך נאכאמאל ווינטשען ביים שוויגער און עלטערען, אלע זיפצען אינטער און ווינטשען א גרינגען תענית. שכינות קאלען ווידער איבערבעטען אז מען האט געלייעט א באטעל מילך צו דזשוס און נישט אפגעגעבען. אינגע פארלעך שלעפען זיך פון איין עק וויליאמבורג צו די אנדערע אריין כאפען א ברכה פון די עלטערען. מען עסט שוין די מפסקת מיט א קלאפעדיג הארץ. די הענד לייג איך ארויף אויף די קעפאלעך פון די נשמה'לאך, זאל דער אויבערשטער אונז גיבען כח זיי צו בענטשען ביז'ן טיפע עלטער ווען זיי וועלען קומען מיט זייערע קינדער און אייניקלעך געזינט און פריש.
איך גאלפ אראפ שנעל די טרויבען מיט אבעקאדע איידער דער פייפער צעשרייט זיך, איך טרינק די ניין שלינגעס וואסער, טוה אן די פאפאטשען וואס איך האב נאך פון שטאפיר און מען לאזט זיך ארויס צום שוהל מיט'ן מטה לוי און דער טלית בייטעל.
מיט'ן טלית און קיטעל זיץ איך מיר איינגעהילט אינעם קאלטען שוהל אויף די הארטע באנק, פון צווישען די עטרה שטיפ איך ארויס דער שפיץ נאז ווען אלע קרעכטצען ביי תפילת זכה, ווען די אידען וואלטען געזאגט תפילת זכה איינמאל א חודש וואלט די וועלט געהאט א שענער פנים. אלע יאר דאנק איך באזינדער דעם רבוש"ע אז איך קען נאך נישט זאגען די איינגערינגעלטע ביי תפילת זכה. זאל דער אייבערשטער אונז אלע פארצייען.
דער רב באווייזט זיך באקליידט און ווייסען ווי א כלה, ער סודות'ט זיך מיט'ן גבאי און מען באשליסט צו שיקען ר' חיים דוב דער פרנס צו עפענען דעם ארון קודש. מען וועקט אים אויף פון זיין דרימעל אבער ער פריידט זיך אז מען האט אים אויסגעקליבען צו דעם בכבוד'יג פאסטען. א כל נדרי פחד הענגט אין די לופט, די אנגעגעסענע שליקערצען שטיהל ארויס די סעודה המפסקת און ציילען אפ וויפיל בלעטלעך עס איז פארבליבען אין מחזור אויף היינט נאכט. די כל נדרי דרשה איז מער ווייניגער די זעלבע ווי דאס לעצטע יאר, אלע קענען דאס שוין אויסענווייניג.
אינטער מיר זיצט דאס יאר ר' בערל, זייט פארגאנגענעם שבועות ווען ער האט פארלארען דעם טאטען האט ער זיך היינט צום ערשטען מאל פארגינט א שטיקעל זייף זיך ארום צו וואשען לכבוד דעם הייליגען טאג. דער קיטעל איז אים נאך פוירפעל מיט גרעיפ דזשוס פון פסח. אלע יום כיפור'ס ברענגט ער שמעקעדיגע געווירצען אין שוהל אריין צו זיין פון די מזכה את הרבים, דאס יאר האט ער איינגעהאנדעלט קליינע גלעזערנע באטעלעך מיט פעפערמענט און אמערעטאוי, איין פלעשעל האט געהאט דעם טעם פון שווארצע ליקעריש. א צווייטע פון גרינע ציין פאסטע. ווען עס איז נישט יום הקדוש וואלט איך געברענגט פון די פרוי'ס קאבינעט אביסעל ספאק-ליז-קאליברוין, זאלען אלע אידען הנאה האבען. איטליכע האלבע שעה שיקט ער ארויס זיינע אינגלעך צו טיילען שמעק פאר אלע מתפללים. דאס גאנצע שוהל ווערט פארוואנדעלט מיט שארפע ארוימע, אלע זענען מבינים אויף די טאבאק, מען שמעקט אריין ביז די געהיסאכטץ הייבט זיך אן אויף א גרויס פארנעם. די קינדער לייגען טאבאק אויף פאפיר און דאס גאנצער שוהל שמעקט ווי א קרעטשמע אין דער אמאליגע צייט. א באזינדערע מערכה האט ער מיט'ן אתרוג אדער לימאנע וואס ער שטיפט אריין בשמים נעגעלעך און אלע זייטען עס שמעקט פון קטורת, איך האב אים געבעטען ער זאל מיר פארקויפען דעם אתרוג איך זאל קענען דערמיט שלאגען די ד' מינים איז ער געווארען אינגאנצען בשמחה. ער איז פון די וואס נעכטיגען און שוהל.
ווי דער "קאונט-דאון" צום ספאטניק, ציילט ר' בערל'ס בחור'ל חיים ווילאנג עס איז ביז'ן זמן פון מוצאי, יעדע שעה רוימט ער מיר אריין אין אויער נאך 5 שעה, נאך 4 שעה פארבליבען, ביי נעילה זאגט ער שוין נאך 20 מינוט, נאך 4 3 2 און מען בלאזט שוין די תקיעה און מעריב'ט מיט גרויס שמחה. דער שאטעל הויבט זיך צום ספעיס, ער לויפט ארויס פון שוהל ווי א אפגעביסענער פון א שלאנג ווען ר' בערל שרייט אים נאך גרייט אן די הבדלה.
א סוכה'לע א שיינע, עס איז נישט מיינע.
מען שטעלט אויף א ברעט און עס פאלט אנידער, איך מאך א שלאק עס פליהט אריבער צום פארטש פון שכן יענע זייט גאס, איך רעד צום אויבערשטען קלארע דיבורים, ווילסט א סוכה? שטעל אפ דעם ווינט! ווילסט איך זאל שאקלען לולב? שיק צו א שיינער ארבעה מינים אן קונצען, און ער הארכט זיך צו צו מיר. פון אלע עקען גאס הערט מען די האמער קלאפערייען ביז פארטאגס. די סוכה ווערט פארטיג צום זמן, אויפגעהאנגען די אתרוגים מיט עפעל, די האניג גלעזעלעך מיט מעהל. שטערען'ס איינגעוויקעלט אין פלאסטיק. די קראצמעך לייט'ס בלינקען ארום די סוכה סיסטעמאטיש. דער ווינט בלאזט אלעס אוועק אפילו די געלט פון טאש פליהט ארויס איידער איך קען זי אפציילען.
מיין מנהג פון זייט די חתונה, איז צו קויפען אן אתרוג און לולב אויפ'ן אויסקוק, וועלכער אתרוג עס קוקט אויס שיין, קאלירפאל און רונדיג, שמאל פון אויבען אן א בייכעל, ווערט מיינער. דער ערשטער לולב וואס שטייט גראד, איז דיק און לאזט זיך שאקלען, בין איך א קונה. איך שטעהל זיך נישט אויב ער האט א פלעק וואס קיינער באמערקט נישט, א קריץ וואס מען קען נישט זעהן נאר מיט שפאקטיווען. עס שאדט נישט אז דער לולב איז געשפאלטען דא צו דארט, דער עיקר עס זאל אויסזעהן ראש הקהל'יש. אן אתרוג מעג זיין אן קיין שום פינטעל אויב עס איז קרום קוקט דאס אויס ווי א באנאנע, איז עס צוביילט פון די זייטען מעג ער זיין פלעק-ריין איך דארף אים נישט. א לולב מעג זיין פארמאכט און כשר אפילו פאר די בריסקע אויב עס איז פיצינקע אדער אויסגעדארט הייסט ער נישט ביי מיר א שאקעל-באר, איך דארף אים נישט. און דערפאר געדויערט מיר גאנצע 10 מינוט דאס קלייבען די ארבעה מינים. און איך פיהר זי ביי די הושענות ארום דעם באלעמער רינג ווי א דער גביר פון שטאט.
איך גיי אויף דער גאס צו האנדלען פרישע נוי סוכה, ערשט קויף איך 5 קיישעלעך פאר א דאללער צו בינדען דעם לולב. דערנאך שאף איך איין א פסול'ן ארבעה מינים פאר מושי'לע. א ליבאוויטשער בחור שטייט מיט א גרויס רענצעל אין פארקויפט אתרוגים מיט פאלשע טרויבען, הדסים מיט בליטשקעדיקע נוי סוכה, איך פרעג אים וויפיל וועל איך קריגען פאר א גלאטען צוואנציגער, ער זאגט ער גיט מיר אוועק דאס גאנצע רענצעל פאר א הינדערטער ער איז אויסגעשעפט און הינגעריג, און האט נישט מער קיין כח צו שטיין אויף ליע עוועניא אין דער גאס רעגען. ער פארציילט אז ער קומט פון כפר חב'ד און האט נישט ווי יום טוב צו מאכען, איך האב אהיים געברענגט עסען צו אונז אין די סוכה, ער האט געזאגט אז ער האט אין זיין לעבען נישט געגעסען אזוינע געשמאקע מאכלים ער וויל ביי אונז בלייבען ביז נאך סוכות. און שוהל האבען מיך די חברים מקנא געווען מיט מיין סוכות'דיגען אורח.
די ליכט ברענען שוין אין די סוכה, דער בענקעל אויבען אן איז גרייט פאר אברהם אבינו, ער זאל נאר קומען. און מען לאזט זיך אין שוהל אריין צו הערען פון אלע מתפללים זייערע מעשיות וויאזוי שווער עס איז אנגעקומען דער סוכה געבויעכטץ, א מאנגעל און לולבים, די שוויגער האט א קליינע סוכה, דער בעה"ב צאהלט נישט אויף יו"ט.
אין די סוכה הערען מיר אלע יאר די נייע ניגונים פון די שכינים, די געשרייעריי פון די מאמעס, ברענג אריין לעפלעך, טראג ארויס די טעלער, כ'האב נישט קיין פלאץ צו זיצען, די זיפ איז קאלט, די סאדא האט זיך אויסגעגאסען, מען האט פארגעסען די האניג. אא"וו.
איין פזמון זענען מיר געוואונט צו הערען אלע יאר פון די שכנה אינטען, "מרדכי מאיר זיץ איין ווייל די כאפסט א פראסק", פון ווען ער איז געווען 3 יאר ביז איצט וויל מענדל מאיר נישט זיצען שיין. מושה'לע ווארט שוין מיט א שמייכעל זייט די ערשטע נאכט סוכת אויף די געשריי, עס האט נישט געשפעטיגט צו קומען. נאך די פיש הערט זיך דער בת קול קלאר און דייטליך "מענדעל מאיר זיץ איין ווייל די כאפסט א פראסק" און מיר אלע פלאצען אויס אין א הילכיג געלעכטער. אפאר מינוט דערויף "מענדל מאיר עס אויף דאס פלייש ווייל די כאפסט א פראסק"
דער כולל אינגערמאן פון אויבען האט אויך דאס יאר א נייער ניגון אויף אתה בחרתנו. לישב בסוכה האט ער געזאגט מיט א געשטיקט קול און צו מיין אושפיזא האט ער געשיקט מיט זיין מיידעלע צוויבעל קיגעל מיט ביער, כ'האב ביידע נישט ליעב.
די גרינפעלד'ס האבען זיך אסאך אנגעהערט מיט שוועקי ווייל נאר זיינע ניגונים זינגט מען דאס יאר. איך שריי אריבער צו מיין חבר און שכן אז ער מען קען בענטשען מזומן ער ענטפערט נישט, זיכער איז ער שוין אינטער די דאכענע.
כדי מען זאל נישט אויסטוישען דעם רב אינטערען טלית מיט איינעם פון די אנדערע מתפללים , שאקעלט דער רב אונזערע מיט 6 אדער 10 הדסים, שלעפט דאס שווערסטע אתרוג. סוכות איז ביי אים גאר א געהויבען יום טוב, ער סערווירט זיין געמיינדע מיט שטאלץ. פארציילט סוכות'דיגע מעשה'לעך פון צדיקים, גלעט די קינדער אין די בעקעלאך, ביי הלל זינגט ער א ניגון וואס דער טאטע זכרונו לברכה האט מקובל פון זיין עלטער זיידען אז די לויים האבן דאס געזינגען אין צווייטען ביהמ"ק.
די הושענות, אוי אויף די הושענות ווארט ער שוין זינט פאר א יאר שמיני עצרת. טייכען טרערען קייקלען זיך אראפ אויף זיין גאלדענע בארד פון גרויס פרייד אז דאס גאנצע שוהל ווארט אויף אים צו זאגען איטליכען הושענה אין די קליינע קינדער שטייען אויף די בענק צו כאפען א בליק וויאזוי דער רבי טראגט דעם ספעציעלען הושענה זאגער אין איין האנד, און די 4 מינים אין די אנדערע. יעדער הושענה למענך זאגט ער שטייט ווי איינער וואס האלט אן א הייסער טעלער זיפ מיט א פעסטקייט. די רעבעצין שטייט פון ווייבער שוהל מיט'ן טאשטיכעל און פארלאזט נישט ווייניגער טרערען אז דער טלית זאל זיך נישט אראפ גליטשען און די נאז זאל אים נישט קראצען, אלעס זאל דורך גיין מיט'ן רעכטען פיס ביז די ענדע.
מעכיל דער חזן דאווענט היינט אויך זייער רואיג, קענטיג עס ווארט אים אפ פיינע בהמה פלייש אינדערהיים. צו דער זעלבע צייט באקוקען אלע די אנדערענ'ס אתרוגים, ווי עס וואלט געווען א אתרוגים מארק, אויב האט איינער א שיין אתרוג טוען אים אלע קאמפלימענטירען, איך וואלט אויפגעשריבען אויפ'ן אתרוג ביקסעל אין ענגליש. "דאונט דזשאדז מי ביי דע אתרוג".
מען זאגט שוין למען דעת דער גבאי האט שוין פארקויפט אלע עליות און מושה'לע דערמאנט זיך צו שאקלען לולב. איך שיק אים צו די סוכה מיט'ן אתרוג אין איין האנט, דער לולב אין די צווייטע איך ווארען אים אן ער זאל עס צוריק ברענגען גאנץ און קיינעם נישט אויסשטעכען דערמיט די אויגען, זאגען ערליך די ברכה מיט'ן שהחיינו. 15 מינוט דערויף איז ער צוריק אן דעם לולב ער האט עס איבערגעלאזט אין די סוכה ווען א אינגעל האט אים גערופען קוקען אויב עס איז דא באווארפען'ס אין ווייבער שוהל.
דער שמחת בית השואבה האט זיך שוין אייגענטליך אנגעהויבען זונטאג פאר יום טוב, ווען איך האב נישט געפענט דאס געשעפט (מיין ביזנעס) זונטאג און נישט ערב יו"ט, אזויפיל מעג איך דאך טוען אז מען גיט מיר איבער די הערשאפט אויף א פאר וואכען.
די מיטארבעטער ווילען איך זאל בלייבען בעה"ב כאטש ביז נאכ'ן חנוכה באונעס.
מיר האבען אנטייל גענומען אין דעם שפאציר אויף די וויליאמסבורגע גאסען און אריין געבליקט ביי אלע רעבעלעך אין די סוכה, מאנכע האבען גרויסע שטערען וואס די חסידים האבען מנדב געווען, זיי שרייבען די נאמען און מאמע'ס נאמען דארינטער. איין רעבעצין וואס האט געשמעקט אז מיר קומען נאר זעהן צו מען שלאפט שוין דארט איז אונז נאכגעלאפען פרעגען צו מיר ווילען נישט הייסע טיי.
הוח"מ זענען מיר געפארען קיין בארא פארק און קראון הייטס צו זעהן וויאזוי אידען זענען מקיים דעם ושמחת בחגיך, אלע רביים פירען ב"ה גרויסע טישען איינער מער צוקיקער'ס איינער ווייניגער פלייש. איינער טיילט הייסע קיגעל א צווייטער הייסע לאקשען. דער עיקר מען לאזט זיך קאסטען רבבות צו זיין דער שמועס אין גאס "דער באקארעסטער רבי האט די שענסטע סוכה און די פארענטשעס זענען פיל מיט היטען. די ווענט זענען באהאנגען מיט צוציענדע בילדער פון אלטען רבינ'ס הויז און גארטען, און פון זיין באבע'ס מציבה, אלעס הענגט אויסער פון סוכות. איך זעה ווי א טאטע שטיפט אריין א קליין שטיקעל קיגעל פאר'ן 3 יעריג אינגעל אין פיסקעל און זאגט "עס מענדי סי שריים פון רבי'ן"
געחל המועד האט מען אין בראנק'ס זאא מיט אסאך היימישע פענימער און ווייסע זאקען, ווייל דארטען האבען די קינדער אויסגעוועלט. שטייענדיג אין די ליין פרעגט א אידענע צו מיר האבען פלאטץ פאר איר מיט די משפחה אהיים צופארען. א צווייטער איד וויל וויסען אויב עס איז דא א סוכה ערגעץ ווי. א דריטער וויל וויסען אויב די קאטען קענדי האט א השגחה. ב"ה אידען האבען אלס צו זארגען.
דער זיידען העמדעל איז געווען נישט קשה, היבש סחורה איז געבאקען פון פאר פסח. שמעלצער וועט קיין דארדזש קלאאני קיינמאל נישט זיין, אפילו אין קומענדיגען גלגול. אז ער וועט זיך אביסעל מער משוגע מאכען האט ער א שאנס צו ווערען היוא גרענד. חנה'לע איז מיטגעקומען, די קינדער האבן אלע הנאה געהאט, מיט א גיט געפיהל אז איך בין מקיים א בפירוש'ער שולחן ערוך חיים אדם לשמח את אשתו וביתו. אז ביי זיי איז דאס א שפיעל גייט מען צום שפיעל. וואס העט איך געטון ווען זיי ווילען פארען קיין סעמאליע.
מען קויפט שוין הושענות פאר די גאנצע משפחה, די וואס שלאגען מיט איין כפרה פאר די גאנצע משפחה קענען לכאורה קלאפען מיט איין הושענה.
דער הימעל טוט זיך איר'ס, באגיסט אונז מיט עמערס וואסער, ווי נאר די סכך טריקענט אויס קומען די וואלקענעס צוריק, ווען און ווי זי טרעפט א לעכעל אין שלאק קומט זי אריין אין די סוכה ווי אלטע גיטע פריינט און יאגט אונז ארויס צום שטוב אריין. דער ווינט בלאזט אוועק דעם שטריימעל און באלד גריסט מען זיך מיט א גיט קוויטעל.
 |
|
|
|
|
|