בית פורומים היימישע קרעטשמע

קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/9/2005 02:27 לינק ישיר 

יישר כח זרח'ל פארן זיך אננעמען פאר מיר. זעהט אויס אז דער ראש הקהל האט אנגעהויבן קאלעכען נעבעך רח"ל, אדער ליינט ער ניטאמאל אדורך די לאנגע תגובות פון דעם ארענדער, וואס דאס פאר זיך איז פרעכע חוצפה נומער גאזיליען (באלאנגט אויך אין קינדערישע רייד: איין נומבער נאך די לעצטע נומבער...).

==

וואס מיינט 'נייגעריגע קאטשקע'? זענען קאטשקעס מער נייגעריג ווי טשערעפאכעס (טורטל'ס)?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/9/2005 02:34 לינק ישיר 

קרעמער, כאדאך אים דן געווען לעקאף זעכיס,
ער האט א אנדערע גערסע אין דעם פיזמענ, און דאס האט אים געברענגט צי א שטיקל ביאור עפ"י ניגלע, בעת דו ביסט געבליבן אז ס'מיז זיין נאר עפ"י קאבאלע...

------

באגב;
זעסט איך לייען יא דיינע לאנגע ארטיקלען און אפשאצונגען...
KEEP IT UP



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 02:38 לינק ישיר 

זרח'ל; כ'האב שוין טאקע לאנג נישט געשריבן קיין לאנגס און קיין ברייטס. דאס האט באמת א סיבה וואס מיר וועלן נישט יעצט אריינגיין דערין. אבער יישר כח פאר די קאמפלימענטן. טענק יו טענק יו.

באגב (וואס מיינט באגב? ביי אונז פלעגט מען זאגען 'אגב' אדער 'דרך אגב', דא זעה איך לעצטנס דער עולם שרייבט אסאך 'באגב', איז דאס היברו?); יענטאאש האט אויך אויסגעטוישט שפעטער אינעם פזמון... אנשטאט פוס איז פעט (וואס איך האב געדענקט פון חדר) "פוס איז נאס", אבער מען קען זאל אז אלו ואלו...

יענטאאש;

איך האב אזוי געלאכט פון דיין לאנגע פשט'ל... כ'קען דיר גארנישט זאגען... אבער דאס מערסטע האב איך געלאכט פון די לעצטע שורה: תוקן ע"י יענטאאש...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/9/2005 03:29 לינק ישיר 

יענטאש

קרעמער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 06:45 לינק ישיר 

נאט-טו-ביזי; פארוואס קומט זיך מיר צוויי גרינע מענטשעלעך? ווייל איך האב זיך אנגענומען פאר דיר בנוגע די "תוקן ע"י יענטאאש"? מען טאר זיך נישט פרייען ווען יענער ווערט געטשעפעט. (חס ושלום... מיר טשעפן קיינעם. עס איז נאר אזא פריינטליכע ציפ... אין מיין חדר פלעגט מען זאגען: איך געב דיר נאר א 'קליינע' ציפ...).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/9/2005 17:14 לינק ישיר 

און די גאר נאנטע טעג גרייטן זיך די -כמעט- גרויסע קינדער פון כיתה ח' צו מאכן דעם גרעסטן שפרונג אינעם קינדערישען לעבן.
דהיינו?
"אונז גיימיר שוין זיין K.T.H."
צו פייערן דעם לאנג ערווארטעטן געווינס קומט פאר די פאלגענדע:
5:50 ווען די בעל קלינגט 'פאר ענגליש' לעשט מען אויס אלע לייטס אויפן פערטע שטאק און 'טרופ חדר' און מ'הייבט אן זינגען "טרארארא K.T.H. טרארארא K.T.H. טרארארא רא רא רא רא רא רא K.T.H." (אויפ'ן זעלבן ניגון ווי 'סוף קעמפ') ווען די געמיטער ווערן שוין אויפגעהייטערט טוישט מען דעם ניגון צו "ווע הא הא הא, ווע הא הא הא" (אויפן טאן פון שלמה'לע'ס 'וישמעו רחוקים')
ביז משה בראך מיט אברהם שייע קומען נישט אן מיט מכות רצח, ווילן נישט די קינדער וויסן פון גארנישט.
שפעטער 6:18 ווען ס'איז שוין 'פעק-אפ' שיסט מען ארייו די בריעף-קעיס און קלאזעט, און מ'רייסט אראפ דריי סטעפס אויפאמאל אריין און יאסי פאלאק'ס באס, מ'כאפט די 'בעק-סיעטס' מ'שטעלט זיך ארויף אויף די סיעטס און מ'זינגט שוין ווייטער, ביז מ'הערט אויפן מייק "70,80,90 ראס,גייט אראפ פון באס"
די וואס גייען אויף 'וויטריאל'ס באס' הערן תיכף " אויף מיין באס (מיט א פתח)טאר קיינער נישט שטיין"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 17:24 לינק ישיר 

mefikel;

you crack me up

long live KTH! KAY TEA AGE




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/9/2005 17:38 לינק ישיר 

א'מחיה, מומע לאה,פעטער שייע!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 17:54 לינק ישיר 

ביי אונז פלעגט מען ממשיך זיין:

א מחיה, מומע לאה, פעטער ישעיה, פעטער אליעזר, מיט די גראבע גלעזער
==
רינגע ראנגע ראוזי פאקע פאלע פאוזי, עשעס עשעס ווי אלל פאל דאון (איינמאל האב איך געהערט אז דאס שטאמט פון עבודה זרה, איינער ווייסט?).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/9/2005 18:21 לינק ישיר 

הע, מיין מאמע איז די בעסטע פון די גאנצע וועלט!

מיין באבע מאכט א מחיה'דיגע אייז קרים, סאיז אזוי באנטש גוט.

מיין טאטע האט גראבע מויסעלס, ער האט אפי' אויפגעהויבן א טיש מיט איין פינגער!

מיין פעטער'ס קאר קען פארן די שנעלסטע, טויזענט מיליאן מיליאנעם, ער האט אפילער נישט מורא פון קיין פאליס, ער פליט אוועק אין איין סעקונדע.


(כ'גלייך באזונדער ווען קליינע קונדער רעדן, און זיי ווייסן נישט פון קיין פראפארץ. אויך ווייסן זיי נישט צו מחלק זיין פון ריעליטעי ביז דמיון. מ'טרעפט עס צומאל אויך ביי ערוואקסענע...)

מפיקל: ווי פיינעלי פאונד סאם מיוטשעל אינטערעסט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 18:32 לינק ישיר 

מצורף קובץ

-מוישי, האסט מורא פון א לייב?

- ניין!

- לאמעך זעהן. (געט א שאקל מיט די האנט אין מוישי'ס פנים)

-...

- פעה, האסט געבלינקט דיין אויגן. האסט יא מורא פון א לייב!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/9/2005 19:35 לינק ישיר 

ווען א 'ארמי' (סאלדאט) לייגט זיין הענט העכער דיין קאפ ווערט עס אינגאנצן צושפאלטן... (אזוי האט מען מיר אריינגערעדט אין 'גיטע' בית).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/9/2005 20:11 לינק ישיר 

איך גיי רופן מיין גרויסע 'בחור-ברודער' ער וועט דיך "באבוקערען"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/9/2005 20:23 לינק ישיר 

פארפאלן, "מפוקל" פאקט מיך איין אין זיין לינקע הויזן טאש (לויט אנדערע גירסאות: אין זיין לינקע פאה).

ער דערמאנט אזעלכע גוטע זאכען פון חדר...

מיין טאטע האט א בלוטעדיגע פאסיג!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/9/2005 22:34 לינק ישיר 

פאר פורים און חדר

בער'ל: איך וויל זיין פורים רב, ווייל מיין עלטערע ברודער פלעגט אייביג זיין, און איך קען נעמען זיין 'קידוש'.

משה יודע'לע: אנא! ס'איז א פארשטינקענע קידוש די רבי קען עס שוין, ס'גייט אזוי " יום הששי, ויחילו חיימאוויטש.... נעבעך!"




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.