בית · פורומים · הרשם · התחברות · כניסה למנהלים
בית · פורומים · אנשי שלומינו ·

ויהי אחרי "מעיל מארט"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/1/2008 17:08 לינק ישיר 

צום סןף טייערער,

אין זיין דור?

ר' זלמן לייב פילאפף
ר' שלמה לייב וויינבערגער
ר' חיים דוד כ"ץ
ר' זושא כ"ץ
ר' שרגא האגער
ר' יחיאל באב"ד
ר' נפתלי מאיר באב"ד
ר' הערשל אויש
ר' אפרים ראזען
ר' אשר עקשטיין
ר' אלטר אליעזר הורוויץ
ר' אפרים שמעון לייכטאג
ר' אלעזר הורוויץ
ר' שמואל בנימין לויפער
ר' ברוך נתן האלבערשטאם

אטו כי רוכלא קען איך עפעס אויסרעכענען אלע וואס טוען אין דין תורות אדער אין איסור והיתר?
דאס איז אלעס נאר אויפן שפיץ גאפעל ווער עס פאקט עם אלץ אן
אין לערנען,

מ'דארף נישט זיין קיין גרויסע תלמיד חכם צו קענען מער ווי ר' יצחק.

אבער ווי מ'זאגט אין ענגליש Don't get me wrong 

ר' יצחק איז א גרויסער בעל כשרון ער האט געוואלדיגע כשרונות
און היינו מה דאהני ליה
ער פארשטייט גוט א עסק,
ער האט א גוטן פעדער,
און א גוט צונגעל.

און וועגען דעם פארשטייט ער גיט אזא מין זאך ווי RINCE AND CHILL
אדער אנדערע נייע ערפינדונגען ער כאפט גוט א מציאות און ער קען דאס גיט צולייגען
אויף טעלערלעך און אויף פאפיר,
אבער דעס מאכט עם נאכנישט קיין תלמיד חכם צו קענען שרייבען א תשובה להלכה
אזאך וואס געהערט דווקא צו גדולי דורינו

ר' בנימין לאנדא קען נאך אזויפיל לערנען ווי עם און ער פארשטייט נאך אזוי גיט ווי עם
ר' נפתלי מאיר באבד פארשטייט נאך אזוי גיט ווי עם
און אפילו ר' שמואל טייטעלבוים פון טארטיקובער בי"ד
פארשטייט עס אויך אזוי גיט ווי עם

ער איז אבער דער הדיוט קופץ בראש
אין באלד וועט דא ווערען א שטורעם ווען דער הוסיף משה
וועט זיך מחולק זיין מיטן אבני שיש
דעמאלטס וועלען מיר מוזען אריין ברענגען דעם האמאראדער
ער זאל מכריע זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2008 18:47 לינק ישיר 

ווערביןאיך, איך זע אז ס'איז דיר פשוט שווער אונצונעמען א "מציאות". פארפאלן "צוםסוף" בערנגט אויף א שטארקע נקודה. אוודאי קען מען אים נישט פארמעסטן מיט די ריזן ווי הרב וואזנער און ר' יחזקאל ראטה וכו', אבער אין זייערע יארן וועט ער זיין דער, דאס איז שוין א סוד פאר גאנץ בראד, און פאר דעם זענען דא אזוי פיל אומפארגינער וואס פראבירן צו האקן אויף אים, אדרבה רעכן מיר אויס ווער נאך היינט בדורינו פיר אזוי פיל פון די שמוציגע סארט דין תורות און ס'איז דא אויף זיי אזוי ווייניג שמוץ, דער באקאנטער לאנדא אין וו"ב פירט בערך האלב פון די דין תורות וואס ר' יצחק פירט און ס'איז דא אויף ר' יצחק אפילו נישט 1% פון די שמוץ וואס ס'איז דא אויף לאנדא.

די האסט נישט געענטפערט אויף די שאלה פון "צוםסוף", ווער נאך אין "זיין" דור, קען ד' חלקי שלחן ערוך, איך וועל זיך נישט נעמען אויף יעדע נאמען באזונדער אבער עטליכע יא:

ר' זלמן לייב פילאפף = קען נישט קיין חושן משפט, אפילו אויב יא איז ער קיינמאל נישט געזעצן ביי א דין תורה אפילו עכ"פ אלס א טוען אדער בורר.
ר' שלמה לייב וויינבערגער = קען נישט קיין חושן משפט, אפילו אויב יא איז ער קיינמאל נישט געזעצן ביי א דין תורה אפילו עכ"פ אלס א טוען אדער בורר.
ר' חיים דוד כ"ץ = קען נישט קיין חושן משפט, אפילו אויב יא איז ער קיינמאל נישט געזעצן ביי א דין תורה אפילו עכ"פ אלס א טוען אדער בורר.
ר' זושא כ"ץ = קען נישט קיין חושן משפט, אפילו אויב יא איז ער קיינמאל נישט געזעצן ביי א דין תורה אפילו עכ"פ אלס א טוען אדער בורר.
ר' שרגא האגער = קען נישט קיין חושן משפט, אפילו אויב יא איז ער קיינמאל נישט געזעצן ביי א דין תורה אפילו עכ"פ אלס א טוען אדער בורר.
ר' הערשל אויש, ער קען אפשר וואס ר' יצחק קען, אבער אין כשרונות קומט ער נישט צו 5 מייל צו ר' יצחק.
ר' אפרים ראזען, איך קען אים נישט.
ר' אשר עקשטיין = קען נישט קיין חושן משפט, אפילו אויב יא איז ער קיינמאל נישט געזעצן ביי א דין תורה אפילו עכ"פ אלס א טוען אדער בורר.
ר' אלטר אליעזר הורוויץ = קען נישט קיין חושן משפט, אפילו אויב יא איז ער קיינמאל נישט געזעצן ביי א דין תורה אפילו עכ"פ אלס א טוען אדער בורר.
ר' אפרים שמעון לייכטאג = קען נישט קיין חושן משפט, אפילו אויב יא איז ער קיינמאל נישט געזעצן ביי א דין תורה אפילו עכ"פ אלס א טוען אדער בורר. ער איז געזעצן ביי א גט "אלס א תלמיד להתלמד" דאס ערשטע מאל אין זיין לעבן, נישט לאנג צוריק ביי די וואלהענדלער גט". און די שטעלסט און צו צו ר' יצחק וואס פירט שוין דין תורות אין די ענינים אסאך יאר.
ר' אלעזר הורוויץ = קען נישט קיין חושן משפט, אפילו אויב יא איז ער קיינמאל נישט געזעצן ביי א דין תורה אפילו עכ"פ אלס א טוען אדער בורר. קען אפשר או"ח יו"ד.
ר' שמואל בנימין לויפער, איך קען אים נישט
ר' ברוך נתן האלבערשטאם, איך קען אים נישט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2008 19:27 לינק ישיר 

די אלע וואס די האסט דא אויסגערעכענט אז זיי קענען נישט קיין חושן משפט

ר' יצחק איז נישט ווערט צו פוצען זייער שטויב
ער איז אזוי ווייט פון זיי אין תורה ווי פון אלף בית אינגעל ביז זיין רבין

זיינע כשרונות וואס ער האט מיטן אוצר החכמה אינאיינעם
איז א געוואלדיגע צוזאמשטעל
איך קען בוררים וואס קענען נישט גארנישט אין זיי זענען געלונגענע בוררים
צוליעב אוצר החכמה,
ס'איז א נייע וועלט מ'דארף גארנישט קענען דער קאמפיוטער שיסט אלעס ארויס פאר דיר.

ער קען פירען דין תורות ווייל ער איז א בעל כשרון
אבער תלמיד חכם?
זייער זייער ווייט
אן זיין קאמפיוטער קענסט עם שטעלען מיט לייבי ראטה.

זיצען ביי דין תורות היינטיגע צייטען האט נישט קיין שייכות מיט קענען לערנען
והא ראיה ר' יצחק דנן.

ער איז מסדר גיטין?
טאקע א בראך!
אבער פון די אנדערע זייט
קומען זיינע כשרונות זייער צוניץ טאקע ביי גיטין ווי מ'דארף טרעפען מיטל וועגען
וויאזוי צוזאמצו ברענגען צוויי פארעקשנטע צדדים.
ס'איז פון די שווערסטע זאכען וואס צו דעם פעלט זיך מער אויס א מענטש ציט כשרונות
ווי א תלמיד חכם, ווייל רוב עניינים ביי גיטין שטייען שוין אין אוצר החכמה, מ'דארף נאר וויסען ווי אזוי 
דאס צו נוצען, און דאס קען ער.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2008 20:02 לינק ישיר 

צום סוף,

איך האב גארנישט קעגן ר' יצחק
זאג מיר נישט אז עקספיריענס מיט כשרונות האבען איבער גענומען
דעם הוי עמילים בתורה

איך בעט דיך מאך נישט קיין חוזק פון גאנץ יהדות החרדית אז מיר פארמאגען נישט קיין גרעסערס
ארויסצושטעלען ר' יצחק'ן אויפן אויבן פון תלמידי חכמים, רבנים, דומץים, מוצים, דיינים

איז א פראסק פאר דיינות
אין א פראסק פארן אינטעליגענץ פונעם יהדות החרדית, אז זיי דערקענען נישט קיין נפקא מינה
צווישן כשרונות אין גאונות.

אזא תשובה באלאנגט פאר גאוני גדולי דורינו, אין ער איז זייער ווייט פון דע קאטעגאריע.

איך בין באמת זייער נאנט מיט עם אין איך קען עם זייער פון דער נאנט, און איך האב עם זייער ליעב
   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2008 20:08 לינק ישיר 

גלאטכשר

מ'האט דא אויסגערכענט א ים מיט רבנים.

דער מציאות איז אז אויב איינער האט א גאר ערנסטע "כריתות" שאלה, צו וועמען גייט ער (דאהי אין ניו יארק)

איך גלויב אז נאר צו איינעם פון אט די רבנים מובהקים

ר' פישעלע הערשקאוויטש
ר' יחזקאל ראטה
ר' הערשל אויש
ר' בנימין לאנדא

אוודאי איז נאך אסאך תלמידי חכמים מופלגים און באמת'ע קענערס
אבער ר' יצחק שטיין איז דערווייל נישט קיין STAR., פארוואס, ווייל די פאמפע פון די פאר היידפארק יונגלעך האט נאך נישט געארבעט.

עטס וועטס שרייבן א מיליאן מאל אויף אים די טיטלען הגאון הקדוש שר התורה, אפשר וועלן די יונגלעך און די נשים אנהייבן אים אנקוקן אלס גדול...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2008 21:22 לינק ישיר 


איך בין מחולק מיט ענק אלע, ער איז נישט קיין מלאך און נישט קיין גלח, טרייבטס נישט איבער, סך הכל ער האט זיך אריין געשטעלט אין גרעסערע שיך ווי זיין סייז, ער וואלט געווען א פשוטע פיינע דיין, ער פראבירט אבער צי מאכען א הוהא ווי ער איז קימענדיגער פוסק הדור, ער שרייבט תשובות, און ער לויפט אין פארם מאכען א די.וי.די. ווי ער באטראכט די טשיקענס, נאכדעם לויפט מען צי דאַרט זען וויזוי מען מאכט האט קאפס און מען באשרייבט עס אין דער פלאם, ממילא ברענגט ער ארויף אויף זיך בייז בליט, ווייל ער איז נישט דער וואס זאל פארטרעטן כלל ישראל, ער איז גיט צי זיין א פשוטע דיין.

ער איז א בשר ודם אזוי ווי אלע אנדערע רבנים, איך האב אויבן נאר געוואלט ארויס ברענגן איין זאך, ווערטס נישט דערשראקן ווען ער שרייבט א תשובה, ער געט א הכשר אויף פלייש, און ער וויל אויסניצן מאמענטום פאר זיך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2008 23:29 לינק ישיר 

אברהם הערש וואזנער, דער נייער דיין פון די ארוניס איז אין מיינע אויגן מסתם די  גרעסטע באמבע פון די עידזש דיינים.

ער פירט טאקע נישט קיין דין תורות, אבער ער ווערט אינוואוולד (דורך זיין זיידן) מיט כמעט אלע ערנסטע שאלות וואס ווערן אנגעפרעגט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2008 07:26 לינק ישיר 

אזוי טראכטענדיג אריין פון די יונגע עידזש דיינים, קומט מיר אויפן געדאנק אז ס'איז זייער מעגליך אז ר' שמעון משה וואלדמאן איז באמת א גרעסערע כלי פון ר' יצחק שטיין, בתורה, עבודה און ישרות.

זיין פראבלעם איז נאר אז ער וואוינט אינעם דארף, ווען ער וואלט געווען אין שטאט, וואלט ער אים געוויס איינגעפאקט מיט עקספערטיז.

לגבי וואזנער, ביסטו נישט באקאנט. פרעג יעדן ערסטן תלמיד חכם, וועסטו געוואויר ווערן אז ער איז זייער שטארק אינוואלווד דורך זיין זיידן אין גאר קאמפליצירטע שאלות (אבארשענס וד"ל). וואס איך ווייס קלאר אז ער איז א ביג-ליג'ער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2008 07:29 לינק ישיר 

איך זע אז די וויכוח ציט זיך שוין זייער לאנג, (בד"כ האב איך נישט די צייט און מוח אנטייל צונעמען און אלע וויכוחים דא)
אבער דא קען איך מיר שוין נישט איינהאלטען
טייערער צום סוף ! עס זעט אויס אז די האלטסט נאך זייער אנפאנג !! (גלאט אויך) קודם כל נישט קיין חילוק ר' יצחק'ס גדלות בימינו אז איינער קען צו ער פירט די"ת איז בכלל נישט קיין באווייז אויף עכטע תלמיד חכם'שפט כידוע לכל עס איז זייער קינדעריש צו זאגען אז יא, פרעגטס וועם אימער וואס קען זיך אויס און חו"מ, אוודאי איז דא ת"ח וואס פירען די"ת אבער עס איז זייער ווייט אז יעדער וואס זיצט ביי א די"ת אדער איז א מסדר גיטין איז א ת"ח !!! ווען יא וואלט שוין געווען א עולם התיקון
(אפשר איז שמחה ראטה וכדו' אויך א ת"ח מופלג?)
און יעצט כלפי ר' יצחק זאלסטו מיר זייער מוחל זיין איך קען אים פערזענליך ער איז זייער א גרויסער בעל כשרון אבער דעיטס איט!!
נישט קיין גרויסע לערנער און וכו' וכו' (איך זיך אים נישט צו בארעדען ממילא וועל איך זיך אפשטעלן ביי דעם)
קיין איינער פון די אלע רבנים וואס מען האט דא אויסגערעכענט זענען נישט און זיין קאטעגאריע זיי זענען אלע אסאך אסאך העכער פון דעם זיי זענען אויסגעריפענע ת"ח ויראי השם! ווי קען מען זיי בכלל פארגלייכען?
אז ער קען גיט שרייבען א תשובה איז ער נאכנישט גרעסער פון זיי!!
ולסיום האב איך אמאל געהערט א גיט ווארט אויף אים "ר' יצחק איז א "גיטע" מעדיקעיד דאקטער" !!! דוק ותשכח עס איז א טייער ווארט  און ווער עס קען ר' יצחק (און וויל נישט סתם אים גרויס מאכען) האט מיר מודה געווען אז עס איז אן אמת ווארט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2008 17:46 לינק ישיר 

צום סוף

איך מאך מיט דיר א געשעפט
די ברענג מיר א דיין אדער א מו"ץ וואס קען ווייניגער ווי ר' יצחק.

כעלעמער א טייער ווארט פאר ווער ס'קען עם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2008 19:05 לינק ישיר 

צום סוף,

ברענק א מו"ץ וואס קען ווייניגער ווי עם

דריי נישט אהין אין צוריק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2008 20:54 לינק ישיר 

ווערבין איך

אין דיין רשימה איז דא אפאר גרויסע תלמידי  חכמים, אבער עס איז אויך דא אפאר קליינע חברה וואס זענען בכלל נישטע אים דעם ליג

איך שרייב נישט קיין נעמען דא ברבים ווייל זיי האבען מיר גארנישט געטון, אין זיך זיך נישט דא קללה פון ארור מכה רעהו בסתר.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2008 22:11 לינק ישיר 

פסקנען דין תורה'ס איז בכלל נישט קיין ראי', ווייל איך קען א דיין וואס מאכט נישט קיין סוד ער האט עס געזאגט שוין פאר עטליכע מענטשען ער האט זיך געלערנט חושן משפט ביי דין תורה'ס, ער איז געזעצן דארט און געקיקט וואס די אנדערע טיען, און ער האט אויפגעכאפט דעם ציגאנג, און היינט קען ער שוין אליין, (די פראבלעם מיט דעם איז נאר אז ביי וועם ער האט זיך געלערנט האט אויך נאר אזוי זיך אויסגעלערנט, קימט אויס אז סאיז שוין מפי עבד מפי שפחה וכו'), עכ"פ איז קיין ראי' פון פסקענען דין תורה'ס נישט דא.
איך האב אמאל געהערט פון דעם לייכטאג (איך האב נאך דעמאלטס נישט געוויסט וואספארא שקרן און בלאפער ער איז) אז יצחק שטיין קימט צי אים יעדע נאכט, און גייט דארך מיט אים אלע דיני תורות און ער געט אים די מראי מקומות ער זאל קענען מארגען קימען ווי א למדן אין בית דין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2008 22:40 לינק ישיר 

צום סוף,

אנטשולדיג נישט איך האב דאס געשריבן

"דערווייל איז דא "איינער" וואס איז לשיטתך גרעסער פון אים, דאס איז וואזנער פון מאנסי, ""ווייל זיין זיידע שמועסט זיך דורך מיט אים"""!!! אין עניני "איבארשען". און דאס שטייגט איבער חו"מ און פסק'נען שאלות 20 יאר.

איך האף אז די הייבסט אן פארשטיין ווי נעריש דאס איז.
"

דאס אנדערע מאהל קוק נאכאמהל איבער פאר די שרייבסט.

איך האב נאר געוואלט אהער שטעלען דע תשובה אויפן פלאץ

איך פארשטיי דיך זייער גוט פארן נישט וועלן אויסרעכענען נעמען
ווייל ס'איז כמעט נישט בנמצא.
אין ווער עס האלט דארט טאר מען דאס טאקע נישט מפרסם זיין.
איך בין אויך נישט דא צו בארעדען דעם אדער יענעם
איז ממילא לאמיר בלייבן ביי דעם שלום על ישראל.

לייג נאר נישט אריין ווערטער אין מיינע תגובות.







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2008 23:01 לינק ישיר 

והעיקר שכחתי,

איך האב געם סטעיטמענט נישט געמאכט
ווייל ביי מיר איז נישט שייך צו זאגען אויף איינעם אז ער קען מער פון ר' יצחק
ווייל איך קען נישט קיין דיין וואס קען ווייניגער ווי עם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אנשי שלומינו > ויהי אחרי "מעיל מארט"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.