בית פורומים היימישע קרעטשמע

קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/9/2005 17:29 לינק ישיר 

די לעגענדע אז רינג ארינג א ראזי קומט פון ע"ז איז שטותים והבלים איינער האט מיר יעצט געברענגט א צעטל פון ענגלענד וואס ער האט אויפגעפיקט און איינע פון די טוריזם פלעצער און דארט שטייט פשט אז פאר אפאר הונדערט יאר צוריק איז געווען א מגיפה און ענגלאנד און עס האט זיך אנגעהויבן מיט א RASH אויף די האנט און פארם פון א רונעכיגע רויז וכו' וכו' און די רפואה דערצו איז געווען אז מען לייגט אויף דעם אש או טאמער מען לייגט עס נישט איז מען אראפגעפאלן טויט
יעצט זינגטס ענק אלע אונטער די ניגון וועטס עטס זעהן אז די גאנצע ניגון שטימט כפתור ופרח
גענוג געווען נישט יעדער זאך וואס מען ווייסט נישט זיין מקור קומט פון ע"ז און טאמער מען זינגט עס גייט מען ווערן א קעצי ווען משיח קומט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/9/2005 17:52 לינק ישיר 

הוטסטאר;

יישר כח פאר די אינפארמאציע. אפשר ביסטו אזוי גוט און דו לייגסט ארויף א לינק צו אט דעם צעטל אדער אינפארמאציע פון ענגלאנד???

אדער שרייבסטו איבער ווארט-פאר-ווארט וואס עס שטייט דארט.

ווייל איך כאפ נישט פונקטליך די תוכן פונעם ניגון, אפילו נאך דיין שיינע ביאור.

אגב; שלום עליכם! נאדיר א גלעזל וויסקי



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 01:56 לינק ישיר 

ביי אונז פלעגט מען זאגן,
ביי ביי קארעלע קענסט דיך נישט אריינכאפען לאלאלא קישקיש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/9/2005 19:38 לינק ישיר 

ווי עס קוקט אויס איז דא א מחלוקת הפוסקים צו דער ניגון האט טאקע א שייכות צו די מגיפה אין ענגלאנד וואס הוטסטאר האט דערמאנט, עס זענען דא אזעלכע וואס זאגן עס באציט זיך טאקע אויף דעם אנדערע טענה'ן אז דאס איז סתם א נארישע ניגון וואס מען האט נאכדעם צוגעלייגט פשטים דערצו, דא האט איר עטליכע לינקס וואס רעדן פון די ניגון, וועסט דארט אויך טרעפן עטליכע שינוי נוסחאות פונעם ניגון.

http://www.niehs.nih.gov/kids/lyrics/rosie.htm

http://www.snopes.com/language/literary/rosie.htm

http://www.librarysupport.net/mothergoosesociety/rhymes/ringaround.html

ביי די וועי זעהט מען ביי די ניגון אויך וויאזוי עס איז פארענגלידישט געווארן דאס זינגן 'רינגע ראנגע ראזי', וואס עס קומט באמת 'רינג אראונד עי ראוזי' אדער 'רינג עי רינג אה'ראוזעס' אדער גאר 'ראונד עי רינג אף ראוזעס',



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/9/2005 19:46 לינק ישיר 

יישר כח בן הרחמן;

איך האב געוואוסט אז איך טוה ריכטיג ווען איך האב דיר מכבד געווען נאכצוזוכן די זאך.

==

קינדערישע גערעדאכץ:

אלע גארבידזש-מענס זענען מאפיא'ס... בפרט די מיט די גרינע בענדלעך ארומגעבינדן אויפן קאפ. זיי קענען אריינווארפן קינדערלעך אין די בעק פון די טראק און זיי אראפ'פלאש'ען...

אוי פלעגן מיר ציטערן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/9/2005 14:43 לינק ישיר 

'מעשיגע מעטארע'.....

אדער ווי די מיידלעך פלעגן עס בעסער אויסציען 'מעשיגע מעטארעהעהעהעהע'.......!!!...

(נ.ב. עס קען זיין אז דאס באלאנגט אויך ביים אשכול 'וועלטס טעותים', איינער ווייסט וואס עס מיינט 'מעטארע'..)

(אנטשולדיגונג: ס'קען זיין אז איינער האט דאס שוין אויפגעברענגט דא אין דעם אשכול, כ'האב נישט געהאט קיין געדולד דורכצוגיין די גאנצע. ואתכם המחילה.)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 15:53 לינק ישיר 

יענטאאש;

ניין! דו ביסט דער ערשטער אויפצוברענגען דעם נושא פון משוגע מעטארע.

ביי אונז פלעגט מען צולייגן דערצו: כי לעולם חסדו.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-23/9/2005 19:30 לינק ישיר 

שוין אויב עס גייט מיך יא גוט, לאמיר טרייען ווייטער:

קוקו.... (ווען מען זעט זיך צב"ש דורך א פענסטער.)

פיקעבו..... (בערך די זעלבע בחינה ווי קוקו...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/9/2005 21:14 לינק ישיר 

יענטאש: פאר דיין ווערק איבער "אברהמ'עלע מלמד



די אנדערע וואך ביים אנטאפן די לעכט, האב איך דיך דערמאנט פון די וויכיח וואס די שעלסט אראפ, איך האב אזוי אונטערגעלאכט אויפן קול.

מיין פרוי, שטייענדיג דערביי שאלטערט תיכף אויס דאס וואקוים מאשין, און פרעגט: וואס גייט פאר?

איך האב געמוזט בארגן מיין שכן'ס אפיס, ווי איך האב נאך איידער כניסת שבת ארויסגעדריקט דאס שטיקל.

שבת צופרי נאכן דאווענען, האט מיין שווער און שוויגער (זאלן זיך מיעהן) אפגעשטאט א סופרייז באזוך, לכבוד די בעפארשטייענדע אפשערן פון מיין צווייטע.

דער שווער, נישט זייענדיג צוגעוואונט צו די "היינטיגע לצים", האט זייער הנאה געהאט.

"לצים" ברומט ער זיך אונטער פינעף מינוט נאכן אפלאכן, נישט גלייבענדיג אז ערוואקסענע קענען אפי' אראפברענגן אויף די לעפצן די "אברהמ'עלע מלמד" ניגון, וואס דרך אגב ער האט זייער גוט געדענקט.

א גוט שבת.

תוקן על ידי - average - 23/09/2005 21:13:44



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/9/2005 23:54 לינק ישיר 

יעצט דערמאנט.....


"טאטי, אויף אפיקומן וויל איך באקומען 'וואקי-טאקיס'" (2 WAY RADIOS(

-מוישי, איך האב נייע 'וואקי-טאקיס' וויסט שפילן?

-יא

-אקעי, נעם דעי. הערסט מעך? הערסט מעך?

-יא! יא!

-יעצט? יעצט?

-לייג עס נישט אזוי נאנט צום מויל!

-אקעי, יעצט? יעצט?

-קום נענטער!

-פפאאאאא (ס'פייפט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 17:49 לינק ישיר 

אלע גויעם אין חדר הייסען קאמי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 18:51 לינק ישיר 

גם אני אענה את חלקי

לאכעלע וויינעלע

לאכעלע וויינעלע

לאכעלע וויינעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 18:59 לינק ישיר 

-איך בין בכלל נישט נייגעריג!

ניין 'נעבעך-נישט'!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/9/2005 19:01 לינק ישיר 

ביסט א נעב



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/9/2005 21:09 לינק ישיר 

ביזט א גראבע 'פעצאו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > קינדערישע גערעדעכצער-זכרונות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.