י"ז ניסן התשפ"ד
25.04.2024
די וויכטיגע נייעס

דעם כאאס אין כנסת און 50 קאראנא-אנגעשטעקטע סטודענטן

וויכטיגע באריכטן, נייעס און אינטערעסאנטע פאסירונגען וועלכע האבן פאסירט היינט אין מדינת ישראל. אין פארלאמענט, אויפ'ן גאס און בחצרות האדמו"רים והרבנים

דעם כאאס אין כנסת און 50 קאראנא-אנגעשטעקטע סטודענטן
סיכום חדשות היום ביידיש צילום: עיבוד בחדרי חרדים

- ביתר עילית: אן 11 יעריג קינד איז פאוואונדערט געווארן ווען ער איז אראפגעקלאפט געווארן מיט זיין ביציקל דורך א באס אויפן וועג צום תלמוד תורה.

- די מדינת ישראל געווארמענט האָט געבעטן די פארייניגטע שטאטן אפצוהאלטן צייטווייליג דאס עפענונג פון דעם פאלעסטינע קאנסולאט אין ירושלים כדי נישט צו שאפן פאליטישע שוועריקייטן פאר דער נייער רעגירונג.

- אין הדסה עין כרם איז נפטר געווארן די אייניקל פון האדמו"ר ממשכנות הרועים. די יונגע פרוי מרים שינדל רוחמה בארים ע"ה איז נפטר געווארן אין עלטער פון 27 יאר נאך יארן פון ליידן פון א שווערער קראנקהייט.

- די קאראנא אין ישראל: די געזונטהייט מיניסטעריום שאצט אז שוין אנפאנג קומענדיגע וואך וועט די קאראנא אויסשפרייטונג דעגרייכן 1,000 אנגעשטעקטע פער טאג.

- קאראנא אויסברוך אין א פרייער סקול אין תל אביב: מער ווי 50 סטודענטן זענען אנגעשטעקט געווארן אין א מסיבה אין סקול.

- דער 6 יעריגן הראל מדלעי וועלכע איז דערטקאנקן געווארן אין א שווים-באסיין אין בת ים דעם פארלאפענעם וואך האט ליידער אויסגעהויעכט זיין נשמה, נאכן ליידן פון שווערע אטעם קאמפליקאציעס.

- א כאאס אין פארלאמענט: אביר קארא פון די ימינה פארטיי האט צוויי מאל געשטימט ווען מ'האט ארויפגעברענגט א נייעם געזעץ אינעם פארלאמענט. ער האט זיך אנטשולדיגט און געזאגט אז ער האט נישט געוואוסט אז עס איז פארבאטן.

‏- האדמו"ר מגור האט זיך באטייליגט ביים חנוכת הבית פאר ישיבת בית נחמיה בראשות זיין זון הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר.

הרב זאב הגר נכדו חביבו פון האדמו"ר מויז'ניץ ממונסי האט באזוכט אין שטוב פון גאב"ד העדה החרדית הגאון רבי טוביה ווייס. דער גאב"ד האט מיטגעשיקט מיט איהם זיין ספר 'שערי טוביה', און געבעטן עס איבערגעבן פאר דעם זייד'ן.

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד