כ"ד ניסן התשפ"ד
02.05.2024
טעגליכע נייעס

די קאר פונעם רב איז באווארפן געווארן מיט שטיינער

די טעגליכע באריכט איבער וואס האט פאסירט היינט אין ארץ ישראל. נתניהו פארלאזט בלפור, א קרישמע ליינען אין בעלזא, א בריוו פון בייידן און נאך

די קאר פונעם רב איז באווארפן געווארן מיט שטיינער
משפחת נתניהו יוצאים מבלפור צילום: עמית פרנקל

- א טראגעדיע אין חסידות גור: ברוך דיין האמת – דער יונגערמאן הרב יעקב דוד לאנדאו, איינער פון די חשובע חסידים אין ערד, איז פלוצלינג נפטר געווארן אין עלטער פון 36 יאהר, איבערלאזנדיג 5 קליינע יתומים, ל"ע.

- צענדליגער בני ברק איינוואוינער זענען ארויס דעמאנסטרירן אויף דער 'מבצע קדש' גאס, א האלבע שעה פאר מוצאי שבת, אין פראטעסט קעגן אנקומען פון באסעס פון די 'אפיקים' און 'דן' פירמעס צו די פארקינג לאטס.

די קאר פון הרב שמואל אליהו איז היינט באווארפן געווארן מיט שטיינער, אין אן אראבישע געגענט אין ירושלים, אויפ'ן וועג צו הר הזיתים. די רב איז נישט געשעדיגט געווארן ב"ה.

- דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, ג'ו ביידן, האט געשיקט א וואונטש-בריוו צום נייעם מדינת ישראל פרעזידענט יצחק הרצוג, אין ליכט פון די גרויסע איינשווערונג צערעמאניע: "עס איז זיכער אז אין די קומענדיגע יארן וועסטו שטארק ביישטייערן צו פארשפרייטן שלום צווישן אראבער און יודן אין די ישראלדיגער געזעלשאפט".

- דער דירעקטאר פון די 'הדסה' שפיטאל, פראפעסאר זאב רוטשטיין, האט אפיציעל געמאלדן איבער זיין רעזיגנירונג פון פאזיציע, נאך וואס עס איז פארשפרייט געווארן פארשידענע טענות איבער זיין אויפפיהרונג אין שפיטאל.

- די רעפארמער באוועגונג אין מדינת ישראל האט אריינגעגעבן א פעטיציע אינעם ירושלימער דיסטריקט געריכט, טענהנ'דיג אז די שטאט-ראט טוט נישט אינפארסירן די וואנדאליזם קעגן שילדן אויף באסעס, וועלכע טראגן אויף זיך בילדער פון פרויען.

- עמית פרענקל, א שכן פונעם פרעמיער מיניסטער וואוינונג אין די בלפור גאס, האט באוויזן אויפצוכאפן דאס פארלאזונג פון די נתניהו פאמיליע, אין די שפעטע נאכט שעה'ן, אויס מורא פון א דערנידערונג דורך די לינקע ישראל'דיגן מידיע וועלכע האט געזוכט צו פייערן דאס ענדע פון די נתניהו קאדענציע.

- ברוך דיין האמת: הנגיד הרב החסיד רבי יקותיאל רוזנר ז"ל איז נפטר געווארן אין עלטער פון 47 יאר, נאכן ליידן אויף א שווערע מחלה. ער איז געוועהן איינער פון די גרויסע בעלי צדקה אין בארא פארק. ת.נ.צ.ב.ה.

- מעמד 'קרישמע ליינען' פאר אן אור אייניקל פון האדמו"ר מבעלזא, א זון פאר זיין אייניקל הרב חיים מאיר רוקח, וועלכע איז היינט געפראוועט געווארן אין תלמוד תורה בעלזא אין אשדוד.

 

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד