י"ד אייר התשפ"ד
22.05.2024
פרישע נייעס

פסק איבער קארלינער צוואה און טויזענטער ביים ברית אין בעלזא

די טעגליכע באריכט אין יידיש פון יוסי שטארק. איבער שמחת בית בעלזא, צוואה אין קארלין, איראנער שפיאן און אטאקע פון נפתלי בנט

פסק איבער קארלינער צוואה און טויזענטער ביים ברית אין בעלזא
סיכום חדשות היום ביידיש צילום: עיבוד 'בחדרי חרדים'

- שמחת בית בעלזא: היינט איז פארגעקומען די 'שמחת הברית' פאר א אור אייניקל פון האדמו"ר מבעלזא, א זון פאר זיין אייניקל הרב חיים מאיר רוקח. טויזענטער חסידים האבן זיך באטייליגט ביים שמחה. ויקרא שמו בישראל: יוחנן בן הרב חיים מאיר. דער אבי הבן ווערט גערופן אויפ'ן נאמען פונעם בעל ה'אמרי חיים' מויז'ניץ זצ"ל, וועלכע איז געוועהן א איידעם ביי הרה"ק רבי זאב מראחמסטריווקא, דער זון פון הרה"ק רבי "יוחנן" זצ"ל מייסד שושלת ראחמסטריווקא.

האדמו"ר מבעלזא וואונטש מזל טוב פאר די טויזענטער חסידים.

מיט סנדקאות איז מכובד געווארן די עלטער זיידע, האדמו"ר מבעלזא. קוואטר - דער זיידע הרב שלום מוסקוביץ'; כיסא של אליהו - דער עלטער זיידע גאב"ד מאקווא; מן הכיסא - יו"ר בד"ץ יורה דעה הרב שלמה מחפוד (וועלכע האט געלערנט דעם אבי הבן צו דינען אלס מוהל); מוהל - אבי הבן הרב חיים מאיר רוקח; מן הסנדק - דער זיידע הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח; ברכות - דער עלטער זיידע האדמו"ר ממעליץ; עמידה לברכות - דער עלטער זיידע האדמו"ר מדעעש.

- היינט האט די שב"כ זיכערהייט אגענטור, ערלויבט צו פאבליצירן אז דער ישראל'דיגן בירגער וועלכע איז ארעסטירט געווארן נאכן שעדיגן די זיכערהייט פון מדינת ישראל – איז אן אראבישע ביזנעסמאן מיט'ן נאמען: יעקב אבו אל-קיעאן. ער ווערט באשולדיגט מיט ארויסליפערן פאר איראנער שפיאנאזש אגענטן, געהיימע אינפארמאציע איבער מדינת ישראל זיכערהייט פערזענליכקיייטן און איבער די מדינת ישראל מיליטער.

אל-קיאען האט געשאפט די אינפארמאציע זייענדיג אריינגעמישט אין די מדינת ישראל פאליטיק פאר א שטיק צייט, ווען בוגי יעלון האט איהם פארגעשטעלט אלס קאנדידאט פאר זיין 'תל"ם' פארטיי צום פארלאמענט.

יעקב אבו אל-קיעאן/  פייסבוק

- נאך א זיצונג אין די בית דין פון ביתר עילית איבער די ירושה וואס דער איינוואוינער פון שטאט, הרב אליהו קרפל ז"ל, האט איבערגעלאזט – האבן די דיינים געפסק'נט אז די גאנצע פארמעגן פון הרב אליהו ז"ל וועט אריבערגעפירט ווערן פאר'ן בית המדרש פון חסידות קארלין, אזוי ווי דער נפטר האט געשריבן.

הרב אליהו ז"ל איז אומגעקומען ביי די 'קארלין טראגעדיע'. ער איז ארויף אלס אימיגראנט קיין ארץ ישראל זייענדיג א קליין קינד, אן קיין פאמיליע מיטגלידער. ער האט ליידער נישט זוכה געוועהן אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, און דערפאר אפגעשריבן זיין שיין פארמעגן וועלכע ער האט געשאפט דורכאויס די יארן, פאר האדמו"ר מקארלין.

די לוויה פון הרב קרפל ז"ל

- דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נפתלי בנט האט היינט אטאקירט מיט שארפע ווערטער דעם פריעדיגן פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו. בנט האט איהם אראפגעריסן פארן נעמען קרעדיט אויף סוקסעספולע רעפארמען וועלכע זענען דורכגעפירט געווארן דורך אנדערע מיניסטארן און אויף זיך שטאלצירן מיט נישטיגע טאהטן. די רעדע האט אנגעמאכט א גרויסן גערודער אין לאנד.

נפתלי בנט ווילדעוועט אין פארלאמענט קעגן נתניהו/ קרעדיט: אוליביה פיטוסי, פלאש 90.

- ברוך דיין האמת: ‏דער באקאנטע חרדי'שע שריפט שטעלער החרדי הרב שמואל רוט ז"ל (באקאנט אלס שמואל ארגמן) איז פלוצלינג נפטר געווארן אין עלטער פון 77 יאהר. ר' שמואל האט זיך נישט געשפירט גוו אינמיטן נאכט און אינדערפרי האט ער ליידער אויסגעהויעכט זיין נשמה. ת.נ.צ.ב.ה.

יידיש נייעס

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד