י"ז ניסן התשפ"ד
25.04.2024
טעגליכע נייעס

קליין 8 יעריג מיידל'ס פינגער איז אפגעהאקט געווארן

די טעגליכע רובריק וועלכע ברענגט אראפ די יידישע חרדי'שע נייעס פון ארץ ישראל. דא וועט איר באקומען אן איבערבליק אויף אינטערעסאנטע געשעענישן וועלכע איר האט מעגליך פארפאסט

קליין 8 יעריג מיידל'ס פינגער איז אפגעהאקט געווארן
סיכום חדשות היום ביידיש צילום: עיבוד בחדרי חרדים

- אראבישע יוגנטליכע האבן באווארפן מיט שטיינער 2 מיניבאסעס מיט חסידי לעלוב-ירושלים וועלכע זענען געוועהן אויפן וועג צוריק פון דאווענען ביים ציון פון הרה"ק מלעלוב זצ"ל אין הר הזיתים, לרגל די יארצייט. בחסדי שמיים איז קיינער נישט געשעדיגט געווארן.

- דאס פינגער פון א קליין 8 יעריג חרדי'שן מיידל איז אינגאנצן אפגעהאקט געווארן פון איר האנד ווען זי איז אראפגעפאלן אויף א וואנט שפילנדיג אין הויף פון איר היים אין די שטאט נתיבות. די הצלה וואלאנטירן האבן געשאנקן א ערשטע הילף באהאנלונג און דאן איר אפגעפירט אין שפיטאל.

- דער אויסערן מיניסטער פון מדינת ישראל, יאיר לפיד, איז היינט אריין אין קווארענטין נאך וויילן אין עראפלאן, אויפן וועג צוריק פון בריסל, אינאיינעם מיט איינע פון זיינע ראטגעבער וועלכע איז אנגעשטעקט געווארן מיט די קאראנא ווירוס.

- דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נפתלי בנט האט היינט גערעדט מיט די בראזיל'יאנער פרעזידענט, וועלכע האט איהם געקלונגען צו וואונטשן איבער די נייער רעפארמירטע גאווערמענט אין מדינת ישראל.

דער ווארטזאגער פונעם פרעמיער מיניסטער'ס האט געמאלדן איבער דעם שמועס מיט דער בראזיל'יאנער פרעזידענט, און צוגעלייגט אז נפתלי בנט האט אים געדאנקט פארן אריבערפירן זיין אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים. א זאך וועלכע האט קיינמאל נישט פאסירט...

- נאך די שווערע גזירה פון אביגדור ליברמן קעגן די יונגעלייט וועלכע לערנען תורה און גייען נישט ארויס ארבעטן - האט די ימינה פארטיי געמאלדן אז זי וועט זארגן אז די גזירה זאל נישט ארויפגיין אויף די מזרחי'סטן וועלכע לערנען תורה, און גייען נישט ארויס צום ארבעט.

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 1 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד