י"א ניסן התשפ"ד
19.04.2024
שרעקליכע נייעס

די דריי ישיבה בחורים וועלכע זענען אומגעקומען

א קורצן איבערזיכט איבער די שווערע טראגעדיע ווי דריי ישיבה בחורים זענען ליידער אומגעקומען ביי אן עקסידענט אין אוקריינע. חברים און משפחה דערציילן

די דריי ישיבה בחורים וועלכע זענען אומגעקומען
הבחורים שנהרגו באסון צילום: באדיבות המצלם

דריי בחורים זענען היינט אומגעקומען ביי א שרעקליכן עקסידענט אין אוקריינע ווען א קליין פליגער האט געקראכט מיטנעמענדיג מיט זיך, ליידער, די ישיבה בחורים און די פיילוט.

החתן עמרם פראמעוויטש ז"ל פון מאנסי (20) הבה"ח הערשי ווייס ז"ל פון לאנדאן (19) און הבה"ח לייזער בריל ז"ל פון וויליאמסבורג (20).

די דריי בחורים האבן געלערנט אין ישיבת מיר און זענען ארויסגעפארן קיין אוקריינע פאר 'בין הזמנים'. פאריגע וואך דינסטאג זענען זיי אנגעקומען קיין בודאפעשט אין אונגארן, און פון דארט ווייטער געפארן קיין אוקריינע.

די בחורים האבן געלערנט אין ישיבת מיר אין ירושלים, ביים חבורה פון הרב ברוך שווארץ.

החתן עמרם פראמעוויטש ז"ל איז געווארן א חתן צוויי וואכן נאך פסח צו משפחת אובערלענדער אין בארא פארק. ער איז געוועהן א חשובע בחור. געלערנט אין מוסדות ויז'ניץ מאנסי און ארויף קיין ארץ ישראל צו ישיבת 'עמק התלמוד' אין ירושלים, און פון דארט אריבער לערנען קיין מיר.

זיין חבר דערציילט פאר 'בחדרי חרדים' אז עמרם ז"ל פלעגט ארויפברענגען א שמייכל אויף יעדעם. "אויסער זיין כח השמחה פלעגט ער זיצן און הארעווען אין תורה און האט אייביג מקפיד געווען ממשיך צו זיין מסורת אבות און נישט נאכגיין די מאדע".

הבה"ח לייזער בריל ז"ל האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און געלערנט אין די סאטמאר מוסדות. ער איז ארויף קיין ארץ ישראל לערנען אין ישיבת טשעבין און פון דארט אריבער לערנען קיין מיר.

זיין חברותא דערציילט פאר 'בחדרי חרדים' אז לייזער פלעגט האבן א קביעות'דיגע שיעור תורה און אפילו ווען מ'איז ארויסגעפארן האט ער מקפיד געווען נישט אריבערצופירן דעם טאג אן א שיעור תורה. "ער האט געהאט א גאלדענע הארץ און א שטענדיגע שמייכל אויפן געזיכט".

הבה"ח הערשי ווייס ז"ל האט געוואוינט אין לאנדאן, געלערנט אין סאטמאר מוסדות, און פון דארט ארויף קיין ארץ ישראל צו ישיבת מיר.

איינער פון די משפחה מיטגלידער אין ארץ ישראל דערציילט פאר 'בחדרי חרדים' איבער א חשובע בחור וועלכע ער האט אסאך אריינגענומען אויף שבתים ביי זיך אין שטוב: "ער פלעגט גיין לערנען יעדע שבת נאכמיטאג, און ער פלעגט זייער העלפן מיין באבע וועלכע איז קרוב צו 100 יאר אלט. אייביג געהאט א שמייכל און ליב געהאט צו העלפן אנדערע".

ת.נ.צ.ב.ה.

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד