בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צער גידול בנים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/8/2005 18:12 לינק ישיר 
צער גידול בנים

אין דער בלאט די וואך איז געווען א בריוו וואס איינער האט געשריבן, וועגן דעם פראבלעם פון שיקן קינדער צו פרי אין חדר. איינע פון די פראבלעמען וואס ער האט דארט אויסגערעכנט איז אז עלטערן האבן נישט קיין געדולד צו די קינדער, ווייל אין די צייט וואס דאס קינד איז צוויי און א האלב יאר [און די מאמע האט זיך קוים אפגערוהט פון ערציען דעס קליין קינד] קריכט שוין ארום א אינגערע קינד פון עטליכע חדשים אלט. און די אזוי-אויך-אויסגעהארעוועטע מאמע האט נישט קיין כח און געדולד צו דאס קינד. ממילא פריידט זי זיך זייער ווען דאס קינד קען שוין ענדליך גיין אין חדר.

ווי עס קוקט מיר אויס, זעהט אויס אז דער שרייבער וויל מרמז זיין אז מענטשן זאלן זיך מונע זיין פון האבן קינדער אזוי נאנט איינס צום אנדערן. און לעצטנס הער איך אויך פון אינגעלייט וואס זאגן אז געוויסע היימישע רבנים ראטן גאר דאס צו טון. האב איך געוואלט אנפרעגן וואס האלט דער עולם דערוועגן?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 18:27 לינק ישיר 


איך האב נישט קייו מיינוג אין די זאך
קען זיין ביסט גערעכט קען זיין אז נישט
איך וויל סתם וויסן

ווען די זאגסט "היימישע רבנים"
וועם מיינסטע דערמיט???

ווער זענענן די רבנים??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 18:47 לינק ישיר 

משיח'ס רבנים...

די וועלכע האבן געהייסן פראדוצירן אידישע פילמ'ס ???




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2005 18:48 לינק ישיר 

עס איז זיכער דא פעלער וואו אפילו היימישע רבנים זענען מתיר צו נעמען די סארט פילן.

אבער אלעס ברויך א דעת תורה.

און בתנאי אז מען פרעגט דעם זעלבן דיין אלע שאלות.

נישט נאר ווען עס קומט אויס באקוועם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2005 18:48 לינק ישיר 


<ווער זענענן די רבנים??>

די רבנים זענען

שרידים אשר ה' קורא,

אשר לא כרעו לבעל,


ומקיימים את הפסוק

"לא תגורו מפני איש",

אפילו ווען דער שלעגער רעדט דיר איין אז ער איז א "קנאי".







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 18:51 לינק ישיר 

יא יא.

פאר געלט האט אפילו משה רבינו געטראפן "שונאי בצע"...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/8/2005 18:53 לינק ישיר 


http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?whichpage=1&topic_id=1169522



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 18:59 לינק ישיר 

למעשה זענען דא היימישע חסידישע רבנים וואס נישט נאר געבן התירים ווען מען פרעגט זיי אהן אין די זאכן, נאר עצה'ן אינגעלייט אויב זעהן זיי איין אז עס איז א תועלת.

איך האב אויך נישט א איינזייטיגע שטימונג איבער די טעמע, פשוט ווייל עס איז נישט מעגליך. יעדער משפחה איז אנדערש, אין פארשטייט זיך אז מען דארף פרעגן א מורה הוראה. אבער דאס איז ביי מיר קלאר: אז די וואס מיינען אז עס איז א מצוה צו האבן דריי קינדער יעדע צוויי יאר, אבער זיי האבן נישט די געלט אין נישט די געדולד אויפצוהאדווען די קינדער, עד כדי כך אז מזעהט למעשה קינדער פון גרעסערע משפחות דרייען זיך ארום ווי לעבעדיגע יתומים, זענען זיך מיס טועה.

פארשטייט זיך, אז היינט בייקומען קינדער מער אטענשן פין זייערע עלטערן ווי אמאל. אין איינער וואס קען דאפלן - נישט צוטיילן - די סומע ליבשאפט וכדומה וואס עס קומט זיך פאר א קינד אשרי לו. טאמער אבער נישט, בין איך מסופק צו עס איז נישט בגדר יצא שכרו בהפסדו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/8/2005 20:53 לינק ישיר 

איך האלט אז עס האט נישט צו טאן מיט וויפיל קינדער מען האט נאר וויפיל נערוון מען האט
איך קען מענטשן מיט גרויסע משפחות וואס האבן געדולד צו דע קינדער און מען זעט עס אן
און עס איז דא גרויסע משפחות וואס מען האט נישט קיין געדולד אין השם ישמרינו תוצאות מי ישירנו
אין איך קען זייער אסאך פין דע וואס זענען ביזי א גאנצן צייט מיטן זעך וואטשן אין קיינער פין זיי(יעדע כלל האט א יוצא מן א כלל) האבן נישט קיין געדולד צי דע קינדער וואס זיי האבן שוין יא, אוודאי מען קישט זיי אין מען לעקט זיי פעטשע מעטשע אבער יעדן דריטן טאג דארף מען וועקעשןאין יעדן צווייטן טאג לאזט איבער ביי א שכן אדער בעביסיטער פאר שאפינג יא מען ברענט זיי א היים טויס מיט נאש אבער נישט דעס איז דער תכלית נישט פין דעם קומט דע ווארמקייט
און דעס וואס זיי ווילן זעך וואטשן מיינען זיי בכלל נישט דאס קינד נאר זיך אין זיך אין זיך

אוודאי איז דא אויסנאם וואס דאס דארף מען זיך דורכרעדן
מיטן דיין\רב


תוקן על ידי - d1d2d3d4 - 12/08/2005 21:04:02



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 07:34 לינק ישיר 

אויב משיח-ה' מיינט דעם ארטיקל אונטערן קעפל: "ביי מיר האט דאס פאסירט", ווייס איך נישט אין וועלכע שורה ער האט באמערקט אז דער שרייבער וויל אז מען זאל זיך מונע זיין פון האבן קינדער אזוי נאנט איינע צום צווייטן. אפגעזען וועלכע בריוו ער מיינט, האט ער אבער אויפגעברענגט א גוטע נושא, וואס איז זיכער נוגע פילע פון דעם עולם דא.

דער אמת איז אז דער טעמע געהערט אויסדרוקליך פאר רבנים, און עס איז כלל נישט א פרישע נושא, עס ווערט שוין געברענגט אין חז"ל און ווערט ברייט אויסגעשמועסט אין פריערדיגע שו"ת ספרים.

פרויען זענען היינט שוואכער ווי אמאל, און אמאל מיין איך נישט ווי די פרויען פון הונדערטע יארן צוריק, נאר די פון צוואנציג יאר צוריק. אין דער צייט וואס זייערע מאמעס האבן געקענט דערטראגן א צען קינדער, און זענען געווען גרייט פאר נאך... זענען די היינטיגע פרויען זייער עמפינדלעך צו קינדער, און קוים וואס זיי האבן איין צוויי קינדער הייבט מען שוין אן צו טראכטן פון בורט קאנטראל.

די וואס זוכן צו קאנטראלירן וויפיל קינדער צו האבן, ווערן צוטיילט אין צוויי קאטעגאריעס, די ערשטע ווי פריער דערמאנט. די וואס זיי אדער זייערע מענער קענען נישט צוהערן די געוויינען פון די קינדער און זייערע קוויטשערייען און זענען פון די נערוועזערע צווישן אונז אדער קענען זיי סתם נישט סובל זיין איבעריגע קאפ וויי, וואס יעדע קינד באזונדער מאכט אן.

דער צווייטער קאטעגאריע זענען די וואס האבן שוין פראבלעמען פון האבן פילע קינדער. דאס נעמט אריין די וואס זייער מח קען אויף אן אמת נישט דערטראגן צופיל דערפון, וואס ווי באוואוסט איז דא א געוויסע דעפרעסיע וואס קומט מיט האבן א קינד, און ס'פארהאן פרויען וואס האבן דאס אויף גאר א שטארקן אופן, און די דארפן ווי פריער נעמען ראט ביי א פארשטענדליכן מורה הוראה, און טון וואס די הלכה זאגט אין אזא פאל.

דאס וואס קוטשמע (זאג, אויך זומער גייסטו דערמיט?) האלט אז די וואס האבן נישט קיין געלט און האבן קינדער אן א חשבון פון ווי צו באצאלן שכר לימוד וכדומה, איז נישט אינגאנצן אויסגעהאלטן, ערשטנס גלייבן מיר דאך אז געלט קומט פון אויבן און צו יעדן קינד קומט צו א ברויטל ביים געבורט, צווייטנס ווען עמיצער זעט אז זיין משפחה וואקסט אים, וועט ער זיך אביסעלע מער אנשטרענגען און ארבעטן פלייסיגער צו ברענגען נאך א פאר טאלער אין שטוב. אבער ווען ער שרייבט וועגן געדולד איז ער שוין איינמאל גערעכט, עלטערן שיסן ארויס קינדער און מען האדעוועט זיי אויף גערעגטערהייט, און צומאל אפילו מיט א געוויסע אכזריות. דאס איז שוין אן ערנסטער פראבלעם.

מען האלט יעצט מוצאי ת"ב, און יעדער וויל דאך מקרב זיין די גאולה, און ווי די גמ' זאגט אז אין בן דוד בא עד שתכלה נשמה שבגוף מיינט דאס דאך אז מען זאל האבן ווי מער קינדער, (מיר איז שווער אז אויב ווערט די נשמות פון די לעצטע דורות "רעסייקלד" און קומט פונדאסניי אראפ אויף דער עולם צו מתקן זיין די פריערדיגע עוונות, איז ווען וועט דאס אויסגעליידיגט ווערן? אבער דאס וועל איך לאזן פאר אן אנדערס מאל). נו, זאל דער בורא אונז העלפן זיי ערציען רואיגערהייט מיט פיל נחת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/8/2005 18:58 לינק ישיר 

עס איז כדאי ארויסצוברענגען א נקודה וואס נישט אלע זענען באקאנט.

ר' דיפלאמאט האט א געוויסע טעות אין דעם. די שאלה ווערט טאקע ארומגערעדט אין פריעדיגע שאלות ותשובות, אבער די תשובה צו די שאלה האט זיך געטוישט אין די לעצטע דרייסיג יאר. אין די סיבה איז נישט ווייל היינט האבען פרויען ווייניגער כח ווי אמאהל צ.ב.ש. נאר ווייל די שאלה איז שוואכער געווארען.

אמאהל איז נישט געווען כמעט מעגליך מונע צו זיין אן עיבור מיט פילען אזוי ווי היינט, די עיקר מהלך איז געווען דורך אריינלייגען א שטיקעל אינעם רחם, און אזוי ארום מונע געווען אז די פרוי זאל ווערען מעוברת (היינט צו טאג טוט מען דאס אויך, נאר אויף פעלער ווי עס איז דא שטיקעל סכנה פאר די מאמע צו ווערען מעוברת).

אריינלייגען א שטיקעל איז פארבינדער מיט שאלות פין עיקור און הוצאת ז"ל, ממילא האבען רבנים אמאהל שטארק מחמיר געווען אויף דעם, און פין דעם האט זיך גענומען דער אידעשער "מנהג" צו האבען אסאך קינדער.

ווען פילען זענען ארויסגעקומען אין די תש"כ יארען בערך, איז די שאלה פין עיקור גענצליך אוועק געפאלען, ווייל עס נאר לזמן, און אויף'ן פאל וואס די מאן האט שוין מקיים געווען פרי' ורבי', בלייבט די שאלה נאר אז מען איז מבטל דעם מאן פין מצות שבת, (מיט צוויי סגול'ס), און אפילו דאס איז אויך נישט אזוי ווייט נוגע פארן פרוי ווען זי וויל נישט קינדער יעצט, און עס איז נישט דא קיין איסור מצד הדין, טרעפט מען אין די תשובה ספרים וועגען דעם, אז עס האט זיי נישט "געשמעקט" מתיר צו זיין נוצען פילען אהן קיין חשבון, ווייל דעמאלס וועלען מענטשען זיך מתיר אפילו אויף אופנים וואס מען טאר נישט (למשל מענער זענען מחויב צו האבען וואס מער, און אויף'ן פאל וואס די פרוי איז מסכים, נאר די מאן וויל נישט, אין די היתר מער קאמפליצירט), האבען די רבנים בדרך כלל געזאגט אז נוצען פילען איז אסור און מען מעג נאר ע"פ הוראת חכם.

פארשטייט זיך אבער, אז דאס וואס מענטשען האבען אויף דעם מסירת נפש, ווייל זיי מיינען אז די שאלה איז עפעס א מורא'דיגע שאלה, און זענען זיך מונע פין פרעגען ווען זיי פילען אז זיי זענען נישט אין די מצב הנפשי פין האבען נאך א בעבי, ווען די יונגסטע קינד דרייט זיך נאך אינטער די פיס, און רעדט זיך איין אז דאס קען נישט זיין קיין היתר, איז א טעות גמור.

אוודאי איז שייך מסירת נפש אויף די מצוה פין שבת, אבער נישט יעדער האלט ביי דעם, ווען זיי זאלען וויסען די גדרים פין די מצוה, און אז פרויען זענען בכלל נישט מחויב אין שבת וכו'.

איך האף אז קיינער דא וועט נישט קאלט ווערען צו די געוואלדיגע זכי' און מצוה וואס השי"ת האט אונז געגעבען צו האבען קינדער, כן ירבו. אבער מען דארף צו וויסען דעם אמת אין דעם ענין, למרות וואס אסאך מענטשען מאכען אין דעם א גרייז.






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/8/2005 23:34 לינק ישיר 

ר' בארא פארקער גוט געזאגט, וואויל געשריבן. (וואס איז אבער דער ר' מיט וואס דו בא'טיטול'סט מיר? דאס איז דאך ביי מיר גאר א געפערליכער ווארט היינט צוטאג... גוט די מאל בין איך דיר מוחל...)

לאמיר נאר אביסל מגיב זיין אויף דיינע ווערטער. דו זאגסט אז היינט איז גרינגער ווייל דער פעולה איז אביסל אנדערש צוליב וואס מען נעמט איין פילן. לפי ידיעתי מאכן די דיינים נישט קיין חילוק צווישן די פילן, און די אנדערע סארט געבורט פארמיידונגען (וכו' וכו'). אגב די וואס זייערע ווייבער ליידן פון דעפרעסיע וועט די פילן נישט נאר, נישט העלפן, נאר פון די זייטיגע פראבלעמען וואס דאס מאכט אן איז אז דאס העלפט צו צום דעפרעסטן צושטאנד. וד"ל. מיר איז טאקע אינטערעסאנט אז אפילו היינט אין דעם פארגעשריטענעם וועלט אוואו מיר געפונען זיך, איז נאך אלס נישט אויסגעטראפן געווארן דעם מיטל וואס זאל פארמיידן אויף הונדערט פראצענט אן שום סייד עפעקטס א ריכטיגע בורט קאנטראל.

אינטערעסאנט, א חבר מיינער וואס איז ארומגעלאפן צו פילע רבנים זוכן א היתר (ער האט געהאט גאר ערנסטע פראבלעמען. ואכמ"ל) און קיינער פון זיי האט נישט ארויסגעהאט דעם מהות זיינעם און אים נישט געוואלט ארויסגעבן א היתר אויפן לענגערן טערמין, ווי אויך האט ער אריינגעכאפט א גוטן פסק פון געוויסע דיינים וואס האבן אים געפרעגט פארוואס ער גייט נישט צו זיין שטענדיגע מורה הוראה. צום סוף איז ער צוריקגעקומען צו זיין אייגענע דיין וואס האט אים צוגעשטופט צו נעמען א שטארקע מיטל קעגן קינדער. איך ברענג דאס נאר ארויס אז מענטשן זוכן זיך היתרים ביי פרעמדע און מיינען אז זייערע דיינים מיט די פארקנייטשטע מוחות וועלן זיי לאזן פייניגן. נישט אלס איז עס אזוי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/8/2005 00:12 לינק ישיר 

מילא דער דיין וואס האט געגעבן א פסק קענסטו זאגען איז א שוטה, אבער פארוואס א היתר אויף א לענגערע טערמין? עס איז נישט דא אזא סארט היתר.

בעסער צו בעטן כסדר א פארלענגערונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2005 05:08 לינק ישיר 


עפשטיין,

די ווייסט וואס יענער אינגערמאנס פראבלעם איז געוועהן אז די זאלסט קענען אריין רעדען צו דער פסק אין דעם ספעציפישען פאל איז גערעכט אדער נישט?





בהוקרה,
דזשיד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צער גידול בנים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר