בית פורומים כל העולם כולו

ועדיין לא נושענו: זאלי'ס מיט פרישע אויסרייד אויף סירוב לדי"ת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/12/2010 22:14 לינק ישיר 
ועדיין לא נושענו: זאלי'ס מיט פרישע אויסרייד אויף סירוב לדי"ת

די זאליס האבן די לעצטערע צייטן געפונען א נייעם תשובה אויף שרעקליכן חילול השם פון סירוב לדי"ת איבער 10 יאר, וואס לויטעט אז זיי זענען שוין גרייט צו גיין אויב איז מען דן אויך אויף קרית יואל.

וואס די קומענדיגע תירוץ וועט זיין - אויב וועלן די ראשי קהלילה מסכים זיין צום וויפלטן מאל צום פרישן תנאי - איז נישט באקאנט, אבער איך שיהי', דער תירוץ דאסמאל איז לכערליכער פון לעכערליך.

יעדער ווייסט וואס די הזמנה לדי"ת איז געווען: די זאלונים האבן שלא בדרך התורה ארויסגעווארפן די סאטמארע ראשי קהילה פון אפיס אין וויליאמסבורג, און די ראשי קהילה פארלאנגען צוריק די בעלות אויף די נכסים וועלכע זענען אוועקגענומען געווארן בגניבה וגזילה פון די ראשי קהילה און פון די טויזנטער מעמבערס וועלכע האבן דערין אריינגעלייגט זייער בלוט און שווייס.

קומט אצינד א תירוץ אז וואס? אז ממוז אריינעמען קרית יואל. אזוי? פארוואס נאר קרית יואל? אפשר אויך בני ברק? און אפשר פארלאנגען מיר אז מזאל אריינעמען ירושלים און מאנטריאל און בית חיים יושע דמאנסי? און אפשר אויך די ירושה חפצים? און אפשר אויך "דער איד"?

מארגן וועלן זיי זאגן אז מען מוז אויך דן זיין אויפן ציון הקדוש אין די שטאט סיגוט...

צום ענין: טייערער רז"ל, איר האט א צל ספק אז איר קענט עפעס תובע זיין אין קרית יואל? שיקט אן הזמנה לדין תורה! ויקוב הדין את ההר.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2010 00:01 לינק ישיר 

און אצינד איז א קטן אפירגעקומען מיט א טענה (מיט ריזיג-פארגרעסערטע אותיות) אז עס איז יא פארהאן א סכסוך אין קרית יואל אויף וואס ס'איז שייך מסופק צו זיין אז דאס איז א גניבה, וואס דאס איז די בניני הישיבה.

טא, פארלאנגט ער אז מען זאל גיין צו די די"ת איבער די בניני הישיבה.

איך האב פאר אים נייעס: אייערע ראשי קהילה האבן אנדערשט געוואלט! און זיי זענען ליבערשט אריין אין "ערכאות של עכו"ם" טאקע צוליב די טענה פון די דאזיגע בנינים!

און זיי האבן נאך עד היום אלע ברירות צו רופן צו א בי"ד ישראל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2010 01:20 לינק ישיר 

עטס דארפסט פארשטיין
אז ווען זיי הערן די ווארט די דין תורה ווערן זיי פארלוירן,
די גרעסטע קעפ ווערן איינגשפאנט צו ספינען אלעס וואס איז שייך צו פארוואסערען די טעמע מיט אלע מינע ספינס, ווי ס'איז גענוי זייער 'תהליכות הקהילה'.

עס איז נישטו קיין שום דרויסענדע מפשר וואס האט פראבירט צו ברענגן די סוכסוך צו די''ת וועלכע וועט נישט עדות זאגען אז ר' זלמן לייב טייטלבוים איז א טרוקענער מסרב לדין.

אדרבה כאפט אייך אריבער צו אזא רב ווי הגאון ר' ישראל דוד הארפענענס וועלכע האט אוועקעגעבן שווערע שעות צו ברענגן די סוכסוך צו די''ת אין ער האט מיט זיי נישט געקענט באקומען קיין ג'חמתמ'טע ש''ב

עס וועט נעמען ציפיל צייט צו באשרייבן די גאנצע השתלשלות פין אנהייב, פין ווען קהל האט זיי געשיקט די ערשטע 3 הזמנות
אויף וואס זייער אנטווארט איז דאן געווען א אסיפה אין ברכה סימא ווי זייער טוען האט זיך אויפגעשטעלט בריש גלי אראפרייסענדיג די בי''ד כאחד הריקם, (וועמען זיי אליין'ס ניצן יעצט אין ב''פ ביי זייער שול)
ביז זיי זענען אויפגעשטאנען מיט די היפאקריטישע אויסרייד פין תהליכות הקהילה
אז נישט מער אין נישט ווייניגער נאר די מענטשן וואס זענען אויף זייער פעיראל אלס דיינים אין האבען שוין געלאזט הערן זייער מיינונג מעגן פסקנ'ן די די''ת, א אויסרייד וועלכע איז די בעסטע באווייז מיט וועם מ'האנדעלט דא
דערנאך מיט די אפשען - פין וואס זיי האבען קורץ דערנאך צירקוגעצויגען, מיטן סלאגען 'לפנום משה''ד'
פין 3 דיינים וואס זענען אויסגעשפראכענע שונאים פין סאטמאר אין ע''פ רוב געוועזנע איינגעשטעלטע אין ישיבה אדער די משפט שלום גרופע וואס די 10 גרעסטע בתי דינים זענען ארויסגעקומען קעגן זיי,
וועלכע האט נאך מער געוויזן מיט וואס פארא מסלפים אין מסרבים מ'רעדט דא.

נאר יעצט כשכלתה עליהם הרעה, די גאנצע וועלט טאטעלט שוין, יעדער איז באקאנט מיט די טרוקענע פאקטן און נאך 10 יאר זענען זיי נאך אלס פיסטע מסרבים,
מוזען זיי אויפקומען מיט נייע אין איבערקייען זייער אלטע משכילישע אויסריידן פאר די סירוב וגזילה

איינס פין די הויפט אויסריידן ביי זיי, וועלכע זיי ניצן יעצט איבער איז 'קרית יואל'
ד''ה ווען ב''פ האט זיך געשטעלט צו די''ת, ווי די ריכטער האט זיי געצווינגען, האבען זיי נישט געמעגט פארלאנגן אריינצומישען וומ''ס
ווען ב''ב האט זיך געשטעלט צו די''ת, ווי די רבנים האבען זיי געצווינגען, האבען זיי נישט געמעגט פאלאנגען אריינצומשען ירושלים
אבער וומ''ס דארף זיין אנדערש.....
נאך מער פארשטייט איינער פארוואס ב''פ אין ב''ב האבען נישט געקענט ניצן דעם משכילישען אויסרייד פין תהליכות הקהילה???

די היפאקריאטיע אין פאלטשקייט שרייט פאר זיך
שטעלט אייך פאר, אז איר רופט אייער בר פלוגתא צו די''ת וועגן א בילדינג אין דער בר פלוגתא ענטפרט
כ'קום נאר אויף די ביזט מסכים צו דן זיין דיין אויף א צווייטע בילדינג וואס האט גארנישט מיט יענעם צו טוהן

קרית יואל באלנגט נישט פאר וומ''ס
אין אויב האבען זיי וועלכע תביעה אויף קרית יואל זאלען זיי שיקען א הזמנה
אין וומ''ס האט מען בכח הזרוע ארויסגעווארפן די ראה''ק בגזילה, און קרית יואל האט מען קיינעם נישט פארשיקט
און אויב יא, קרית יואל האט שוין עטליכע מאל קלארגעשטעלט אז זיי וועלן זיין גרייט זיך צו שטעלן צו די''ת תיכף ומיד, ווי נאר מ'שיקט זיי א הזמנה.

קיין שום אויסרייד וועט נישט פארענטפרן די פרעכען סירוב פין הרב זלמן לייב טייטלבוים
עס איז נישט דא קיין שום תירוץ שבעולם פארוואס ער זאל זיך נישט שטעלן צו די''ת ביי זבל''א ווי אלע ק''ק בישראל האבען געטוהן
קהל האט שוין צענדליגע מאל קלארגעשטעלט אז וויאזוי דער בי''ד וועט פארלאנגן וועט די די''ת געפירט ווערן
דער נתבע קען נישט איינטיילן וואס די תביעה זאל זאל זיין
אויב האט ער סיי וועלכע אנדערע תביעה קען ער אליין שיקען א הזמנה, ויקוב הדין את ההר

אין זארגט אייך נישט, זייערע פירער זענען נישט אינגאנצען משוגע
זיי ווייסען זייער גיט דעם ריינעם אמת
אין דאס איז די סיבה פארוואס זיי זענען פארנומען צו פיטערן מיט אזעלכע צידרייטע ספינס ספעציעל ביי די 'שרעקעיגע נושא' פין דין תורה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 00:46 לינק ישיר 

כ'וויל איין זאך פארשטיין
די זשיגאן'ס האבען יעצט אנגעהויבן איבערקייען די קינדערישע באבע תירוץ אויפן סירוב לדין וועגן ''קרית יואל''

קען מיר איינער מסביר זיין
לו יהא אז ס'דא אזא מין זאך אז וויבאלד כ'האב מיט דיר א סוכסוך איבער איין זאך מעג איך פארלאנגען א פשרה צו באקומען א חלק פין, אדער זיך מתדיין זיין אויף, 'אלע' דיינע נכסים,
טראץ וואס דער 'תובע' שרייט 'מיין תביעה' האט גארנישט מיט יענע נכסים

אבער אויב האבען זיי טאקע סיי וועלכע תביעה אויף קרית יואל דעמאלטס פארוואס שיקען זיי נישט קיין הזמנה?????
קרית יואל האט דאך שוין צענדליגע מאל קלארגעשטעלט אז אויב מ'שיקט זיי א הזמנה זענען זיי גרייט זיך צו שטעלן צו די''ת
נו פארוואס שיקען זיי נישט קיין הזמנה????
די תירוץ איז  קלאר
עס נישט קיין סוד וויפיל ער האלט ביים קומען צו דין תורה פאר זיינע קעלבער דארף ער נאר ווייץ צו קייען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 01:39 לינק ישיר 

זייער טענה וואס זיי פרובירן ארויפצושמירן איז אז ס'איז א "תביעה נגדית" פונעם נתבע.

די תירוץ איז אז ס'איז נישט.

דער תובע אין די די"ת איז ר' בערל פריעדמאן ודעימי', און דער נתבע איז כהנא\פערלשטיין. קיין איינע פון די צוויי האבן נישט קיין כי הוא זה שייכות מיט קרית יואל, ר' בערל קען נישט געבן שטחים און בנינים פון קרית יואל, און דאס האט נישט קיין שום שייכות נישט צו זיין תביעה און נישט צו זיין פערזענליכקייט בכלל. 

און מאידך גיסא איז דער אמת, אז כהנא האט ניטאמאל קיין שום טענה ומענה אין די וועלט קעגן קרית יואל. אויף דעם איז אבער געזאגט געווארן אז "אויב יא", אויב האט כהנא יא א תביעה קעגן ר' דוד עקשטיין אדער ר' אברהם וויעדער, קען ער זיי "היינט" רופן צו די"ת, און זיי וועלן זיך שטעלן תיכף ומיד, און די די"ת וועט זיין פארטיג נאך פאר די נעקסטע געריכט הירינג!...

דעק טריק פון וועלן אריינעמען קרית יואל אלס "איין גרויסער דיון", א דבר שאינו, דאס קומטצוליב וואס זיי ווייסן גאנץ פיין אז אין קרית יואל איז נישטא קיין שאנסן אויף גארנישט, ווילן זיי כאטש פרובירן צו די שוואכקייטן וואס מיר קענען האבן אין וומ"ס זייענדיג דער אינו מוחזק וועט זיי קענען פירן צו א פשרה אויך אויף קרית יואל.

דאס איז זייער א שיינער ביזנעס חשבון, אבער דאס האט מיטן שו"ע נישט קיין שייכות... 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 19:48 לינק ישיר 

האט איר שוין אמאל געזעהן א דין תורה ווי דער נתבע איז פארנומען אויספויקן זיינע תנאים אויף היידפארק?

קומטס נאר צו א בית דין
אין לייג פאר ביי א בי''ד דיין גאנצע ליסט מיט טענות, תביעות, תנאים, אמתלאות, כו'
אין זאל די בי''ד זאגען וויאזוי ס'איז אויסגעהאלטן צו פירן א די''ת אין וואסערע רעכטן א תובע אדער א נתבע האט

דאס אז ער טוט עס אויף היידפארק אדער אין זיין צייטונג ווייזט קלאר ''אז ביי א בי''ד וויל ער עס נישט אויסשמיעסן''
ווייל ער וויל פין דעם ווארט בי''ד נישט הערן, והא ראי' איבעראל ווי ער איז יא ביי א בי''ד איז עס ווי מ'האט אים געצווינגען.
ער וועט פארקויפן אלע מינע לאקשען וואס איז פינקט גיט פאר היידפארק אבי ביי א בי''ד נישט אנקומען

הלוואי זאלען זיי זיך אזוי ארימיטשען צו טרעפן א היתר פארן גיין אין קארט ווי צו טרעפן א היתר אויף די סירוב לדין..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2010 00:10 לינק ישיר 

סקאטמאלען:

אויב עקזעמינירט מען פארזיכטיג די השתלשלות פון די לעצטע 10 יאר, איז כל מי שיש לו מח בקדקד, וועט קומען צו די החלטה אז קיין שום חתימה אין די וועלט גייט נישט ציברענגן די סיכסוך צו די"ת, מצד הזלונים, נאר איין זאך און וועלט וועט ברענגן די זאליס צו די"ת, אויב זיי וועלן ממש געדריקט ווערן צו די וואנט, למשל אז א דשאדש צווינגט זיי אז אויב זיי גייען נישט צו די"ת פארלירן זיי אלעס, דעמאלטס וועלן אלע פארלאנגען פון חתימות בטל ווערן אלע תהליכי קהלה טענות גייען פארגעסן ווערן, ובארא פארק יוכיח.

דער עיקר באווייז, איז דער פאקט אז אויב מ'קוקט צוריק צו די ערשטע מינוט פון ווען די אהרונים האבן געשיקט די ערשטע הזמנה ביז בערך 3-4 יאר נאכדעם, ווען ר' אהרן האט חתונה געמאכט אין ארמארי, אין ס'האט זיך אנגעהויבן פרישע פארהאנדלונגען דורך רב טירנויער פון מאנטריאל, ביז דעמאלטס איז מיטאמאל בייגעפאלן צו פארלאנגען פון ר' אהרן א חתימה, אדרבא קוקטס דורך אלע פאפירן פון שמואל פריד, און די בריוון פון די זאלוני קהל, קיין זכר פון ר' אהרן חתימה, עטס ווייסט וואס זיי האבן געטענה'ט ביז דעמאלטס? יא איר האט גיט געגעסט: די אלעמען באקאנטע קאראפטירטע ערפינדונג פון "תהליכי הקהלה", אז היות דער רבי איז בעה"ב זענען זיי שונה משאר קהלות, און לפנים משורת הדין זענען זיי גרייט צו גיין צו ר' יצחק מאנדל און יצחק שטיין, ממש אזעלעכע צדיקים, זיי זענען גרייט "לפנים משורת הדין" צו גיין צו אויסגערופענע שונאים פון ר' אהרן, אבער א נארמאלע בי"ד אזוי ווי אין בארא פארק, ח"ו! זיי פארשטייען דאך נישט תהליכי הקהלה, 4 יאר שפעטער וועקן זיי זיך אויף מיט א פרישע המצאה אז ר' אהרן דארף אויך אונטערשרייבן, און זיי האבן נאך די העזה צו זאגן אז ר' אהרן'ס ביסל טינט איז גאר די עיכוב צו די"ת,

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2010 19:09 לינק ישיר 



תוקן על ידי דיןתורה ב- 27/12/2010 19:11:11




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2010 19:11 לינק ישיר 

 
די תהליכי הקהילה טענה פארדינט נישט קיין לאנגע הסברים עס איז מופרך מעיקרה, עס דינט בלויז פאר א ביישפיל וויאזוי די אנדערע אויסריידן קוקען אויס, ווידער די טענה אז מהר''א דארף חתמנ'ן ש''ב איז ווידער די זעלבע, ווייל מהר''א האט קלאר געשטעלט אז אויב בי''ד זעהט איין אז ער דארף חתמנ'ן וועט ער גלייך חתמנ'ן, אין לדעתי זעה איך נישט פארוואס ס'וועט אויספעלן ווייל די מחלוקה איז איבער ראה''ק נישט אויף אדמו''ר'ת אדער ירושה, והא ראי' אין בארא פארק ביי די די''ת האט עס בי''ד אינגאנצן נישט פארלאנגט, אין די גאנצע סיבה פארוואס אין ב''ב האט עס בי''ד יא פארלאנגט איז ציליב דעם וואס די רבי'ס זענען פארשריבן אלס שותפים אין די נכסים, ווידער די טענה וועגן אריינמושן קרית יואל איז א שאד צו רעדן דערפון ווייל אויב וואלט געווען סיי וועלכע תביעה אין קרית יואל וואלט צד מהרז''ל שוין לאנג גערופן צו דין תורה אדער אין ערכעות ווייל צד מהר''א האט געזאגט אז מ'שיקט זיי א הזמנה קומען זיי גלייך, שוין נאכדעם וואס דאס איז בכלל נישט קיין קאנטער תביעה ווייל די טענות איבער מהרז''ל אין וויליאמסבורג זענען גאנץ אנדערע טענות ווי איבער מהר''א אין קרית יואל מיט אנדערע תובעים ונתבעים, פינקט ווי צד מהר''א האט עס נישט געקענט פארלאנגן אין ב''פ אדער ב''ב, ע''כ לדעתי קען איך נישט זעהן וואסערע פרישע אויסרייד צד מהרז''ל זאל דא האבען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2010 20:51 לינק ישיר 

איך זעה אז איינער ברענגט אינעם אנדערן פארום א בריוו ווי מהר''א שרייבט די טענה אז מ'דארף גיין די אייגענע דיינים ביי א סיכסוך פין עמיצן מיט די מוסדות, אזווי מ'האט מיר צוגענומען רשות כתיבה פין יענע פארום וועל איך דא ענטפרן,
וואס דעמאלטס איז געווען ווייס איך נישט, אבער מ'קען אינגאנצען נישט מדמה זיין די יעצטיגע פאל ווען די עצם דיון איז ווער איז ''קהל יטב לב'' משא''כ דארט איז די דיון געווען איבער איינעם וואס האט א סיכסוך מיט די מוסדות, אין עס איז זעלבסט פארשענדליך אז צו זאגען אז די דיינים זאלען קענען אליין'ס פסקנ'ן ווער זייערע בעלי בתים זענען אין ווער זייער ראש הקהילה זענען, דאס איז מופרך מעיקרה, פינקט ווי צד מהר''א האט עס נישט געקענט פארלאנגן אין בני ברק אדער אין ב''פ.
אין נאך מער, דארט ניצט מען בכלל נישט די טענה פין תהליכה הקהילה, דארט טענה'ט פשוט דער נתבע, התובע הולך אחר הנתבע אין ער שלאגט אים פאר דעם בי''ד וואס אים איז ניחא, אין לכאורה אויב וואלט דער תובע פארלאנגט זבל''א וואלט דער נתבע מסכים געווען פינקט ווי ביי די סיכסוך פין נ' בראך ווי ער האט גענפרט אז ער וויל נישט דייני הקהילה האט מען אים געגבן די ברירה פין זבל''א,
והעיקר, די דיינים וואס צד מהרז''ל פארלאנגן האבען שוין קלאר געזאגט זייער מיינוג בכתב שלא בפני בע''ד אן אפי' אויסהערן צד מהר''א, אין וויאזוי קענען זיי להלכה נאך זיין דיינים אין דעם דיון?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2010 21:24 לינק ישיר 

היראים כתב:
האט איר שוין אמאל געזעהן א דין תורה ווי דער נתבע איז פארנומען אויספויקן זיינע תנאים אויף היידפארק?

קומטס נאר צו א בית דין
אין לייג פאר ביי א בי''ד דיין גאנצע ליסט מיט טענות, תביעות, תנאים, אמתלאות, כו'
אין זאל די בי''ד זאגען וויאזוי ס'איז אויסגעהאלטן צו פירן א די''ת אין וואסערע רעכטן א תובע אדער א נתבע האט

דאס אז ער טוט עס אויף היידפארק אדער אין זיין צייטונג ווייזט קלאר ''אז ביי א בי''ד וויל ער עס נישט אויסשמיעסן''
ווייל ער וויל פין דעם ווארט בי''ד נישט הערן, והא ראי' איבעראל ווי ער איז יא ביי א בי''ד איז עס ווי מ'האט אים געצווינגען.
ער וועט פארקויפן אלע מינע לאקשען וואס איז פינקט גיט פאר היידפארק אבי ביי א בי''ד נישט אנקומען

הלוואי זאלען זיי זיך אזוי ארימיטשען צו טרעפן א היתר פארן גיין אין קארט ווי צו טרעפן א היתר אויף די סירוב לדין..


אויף וואס איז דא זיך צו טענה'ן 
די ראה''ק האבען דאך מציע געווען זייער א גלייכע זאך פאר די זאלי'ס
קומט צו א בי''ד של זבל''א אין שרייבט אינטער ש''ב, אין לאמיר בלויז דן זיין אויף די אופני הדיון מיט אלע מיט טענות, תביעות, תנאים, אמתלאות, כו'
אויב בי''ד וועט זאגען אז ע''פ הלכה קענען ענק פארלאנגן תהליכה הקהילה מיט אלע ענקערע אנדערע טענות, דאן וועלן זיך די ראה''ק צושטעלן גלייך, פארוואס האט איר מורא פין דעם אפשען

קום צו א בי''ד ויקוב הדין את ההר!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2010 21:53 לינק ישיר 

איך זעה מיטאמאל א סברה רחוקה וויזוי מ'זאל קענען אפי' בדוחק גדול מדמה זיין דעם צעטיל אהער, ס'מיטאמאל גוט פאר א דשאוק, דארט האט א יחיד געהאט א טענה קעגן א געוויסע תקנה רוחניות פון די קהלה, קומסטו עס מדמה זיין צו א מאסיווער דיני ממנות תביעה פון "ווער איז" קהל יטב לב,

דאס איז איין זאך וואס איך באוואונדער שטארק די זאליס, זיי האבן עפעס א אויסערגעווענליכע NERVE, העזה, חוצפה, איך וואלט קיינמאל און מיין לעבן נישט געהאט די האָזע צו זאגן אן קיין שום בושה, אז א געשוואוירענער דיין, אדער אזא איינער ווי יצחק מאנדל צו יצחק שטיין זאל מחליט זיין ווער עס זאל זיין דער בעה"ב פון נכסים ווערד אהאלב ביליאן דאלאר,

טראכטס באמת אריין, לויט די זאלויניס וואלט נישט מער אין נישט ווייניגער נישט קיין אנדערער ווי יצחק מאנדל געזאלט זיין דער וואס זאל פירן די גרעסטע אין האקעלסטע דין תורה בימינו, אפי' ווען ער איז ווען נישט קיין געשוואוירענע שונא פון ר' אהרן וואלט עס געווען א אומפאראנטווארטליכקייט, קענענדיג זיין קריאזע כאראקטער, עאחכו"כ אז ער איז גאר דער שיינער איד פון זייער קהלה אין מונרו,

אין באבוב איז ידוע איז דער דיין רב טויבער אנגעשלאסן צי צד רב"צ, דארט האט צד רב"צ קיינמאל נישט עולה על הדעת געווען צו פארלאנגן אז רב טויבער זאל זיין דער דיין, פאר איין סיבה, ס'האט גארנישט מיט זייער צידקות, פשוט ווייל זיי האבן פשוט נישט דו סארט האזע ווי די זאליס, זיי זענען נארמאלע מענטשן, צו פארלאנגען אזא זאך דארף מען זיין זייער עראגענט און מאפיאנעריש,

די זעלבע איז מיט אהרן וועלץ, ער וואלט פונקט אזוי געקענט זאגן אז דער רב ר' בעריש מייזליש, זאל דן זיין דער סיכסוך, נאר ווי געשמיסט, ס'האט גארנישט מיט קיין צידקות פון אהרן וועלץ, ס'פשוט, העזה, חוצפה, nerve,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2010 02:00 לינק ישיר 

אין מהרזל''ס פארום ברענגן ביידע צדדים אראפ א משל צו בארכטיגן זייער צד, אין וועל ברענגן ביידע טרוקענערהייט וירא הקהל וישפוט, וועלכע עס איז דומה לנידן דידן און וועלכע עס איז פשוט נישט אמת

 אויששש
בערל האט געהאט א גרויסע געשעפט אויף דיוויזשאן עוו. און יענקל איז געקומען און איהם ארויסגעשליידערט מיט די געוואלד, בערל האט איהם כדרכה של תורה געשיקט א הזמנה צו די"ת און יענקל האט זיך משתמט געווען מיט פארשידענע תירוצים, בערל האט בלית ברירה ובהיתר ב"ד געקלאגט דעם יענקל אין געריכט, און נאך מערערע הירונגען און אורטיילן פון נידעריגע און העכערע געריכטן האט די געריכט באשלאסן אז די סכסוך צווישן בערל און יענקל געהערט צו דין-תורה.
יענקל זעהענדיג כי כלתה אליו הרעה ער מוז זיך שטעלן צו א די"ת און אונטערשרייבן שטרי בירורין, האט ער אויסגעטראפן א געדאנק: ער פאדערט אז בערל זאל ביי די שטרי בירורין אויך אריינרעכענען זיין לאקאל אויפן 13 עוו. און זיין לאקאל אינעם שאפינג סענטער.
בערל ווי פארשטענדליך זאגט איהם בלא, דו האסט עפעס געהאט א דין ודברים מיט מיר איבער די אנדערע געשעפטן, אויב יא רוף מיך צו די"ת און איך וועל מיך אוודאי צושטעלן.
איז ווער איז דער וואס וויל נישט קיין דין תורה ? ............... אוודאי בערל
עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן

 
zibala
מעכיל האט געהאט א קייט פון געשעפטן אויסגעשפרייט בכל אתר ואתר,
מעכיל האט געהאט צוויי קינדער מיט מערערע מענעדשערס,
איינטאג האט מעכיל ארויסגעשליידערט מענעדשער בערי, און הייסט אז נאר יענקל מיט זיינע געהילפן זאלען ראנען די געשעפטן,
בערי איז דאך נישט קיין נאר, מיטן הילף פון א זוהן פון מעכיל באפעסטיגט ער זיך אין איינע פונן די צווייגן פונעם געשעפט, און שרייט ארויס מיט א הויכהילכער אין מיט א מאביל קאמענד סענטער אז איך בין נאך אלץ דא,
ס'שטעלט זיך נישט אפ דא נאר ער רופט צו דין תורה און ווען ער קען נישט ברענגן שט"ב לויפט ער און קארט, ווען דער ריכטער שיקט צו דין תורה שרייטער איך גיי נאר דן זיין אויף דארט ווי איך האב נישט געקענט צוכאפן פון מעכיל דארט ווי איך בין פעסט באפעסטיגט אין געהיידשקעט דעם געשעפט שפיל איך נישט,
איז ווער איז דער געווינער ביים דין תורה???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2010 20:14 לינק ישיר 

דין תורה
דיין לעצטע תגובה ווייזט וואס פאר א שקרנים אין ספינערס מ'רעדט דא
מ'מאכט א מעשה אין מ'לייגט שוין א משל אויף דעם...

זיי ברענגן נאך א גאנצע ראי' אז קרית יואל מיז אטאמאטיש זיין אין די דיון
ווייל ר' דוד עקשטיין איז געווען אינטערגעשריבן אויף די הזמנה לדין תורה
אלא מאי... אין לויט דעם קומט דאך אויס איז יוסי בראך ראה''ק ווייל ער איז געווען אינטערגעשריבן אויף די TRO??
ווער ווייסט?

ווער עס געדענקט די מצב דעמאלטס, יעדער האט מורא געהאט זיך ארויסצושטעלן,
די גרויזאמע טעראר מיט צענדליגע יארען עקספיריענס האט פלייסיג געארבעט, אין די פאר גבורים האבען גערעדט  בשם אלע ראה''ק,
פאר דעם מיינט נאכנישט אז זיי זענען די תובעים

די תובעים זענען די ראשי קהילה פין די ארונים אין די נתבעים זענען ראשי קהילה פין די זאליס, אין קיינער קען נישט איינטיילן פאר'ן תובע וואס זיינע טענות זאלען זיין אין ווער זיין נתבע זאל זיין
אין אויב וויל דער נתבע פאלאנגען א תנאי זאל ער עס טוהן ביים בי''ד

אויף היידפארק וועלן זיי קומען מיט אלע מיני שקרים, אבי נישט ביי א בי''ד!
אויב איז טאקע נאר קרית יואל די גאנצע פראבלעם פארוואס זאגסטו עס נישט פאר בי''ד?
פארוואס אין ב''ב אדער אין ב''פ האבען עס די ארונים נישט געקענט טענה'ן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2010 06:03 לינק ישיר 

די טענות הזאלונים אבער די טעמע פון קרית יואל האלטן זיך אין איין טוישן יעדן טאג, אין ווי נאר איין טענה פאלט אוועק פארן זיי גלייך צים נעקסטן, מצידי האב איך נישט קיין פראבלעם צי מיטגיין מיט זייערע אלע פרישע תירוצים, ווייל איך קען באשטיין באמת צו וויסן וואס דער יסוד פון זייער טענות זענען,

קודם האט זיך עס אנגעהויבן מיט דעם המצאה אז נישט מער און נישט ווייניגער היות ר' זלמן לייב האט אסאך אנהענגער אין קרית יואל, קומט זיך פאר זיינע חסידים פון די נכסי הקהלה והמוסדות פראצענטועל, לויט וויפיל איינוואוינער ס'וואוינען דארט, אן קיין פארווען אן קיין פארוואס

פארשטייט זיך דער סברה איז זייער אינגיכן געפאלן אין שלאכט, ערקלערנדיג אז פראצענטן טיילט מען נאר ווען ביידע צדדים האבן עפעס א יסוד פאר זייער תביעה, נאכער קען מען מאכן א "פשרה" למען השלום, אבער משורת הדין, קען אזא טענה נישט לעבן קיין איין רגע,

איז מען געגאנגען צום נעקסטן טענה, אז זיי האבן יא לעולם א תביעה פאר קרית יואל, פארוואס? אדער ווייל ר' זלמן לייב איז תובע בשם געוויסע ראשי הקהלה וואס מ'האט 25 יאר צוריק ארויסגעווארפן, אדער אז ר' אהרן איז געווארן אויס מרא דאתרא פון קרית יואל, און ר' זלמן לייב האט איהם איבערגענומען,

לאמיר אנעמען אז רגלים לדבר, צו די אויוונדערמאנטע טענות, איך זעה נישט וויזוי, אבער לאמיר זאגן
for argument sake
, אז יא, מיינט דאך דאס אז קרית יואל איז כדאי לעצמו, אין ס'לגמרי נישט אנגעוויזן אין וומ"ב, לו יצויר אויב מאיזה סיבה וואלטן די אהרונים קיינמאל נישט תובע געווען וומ"ב, וואלטן די זאליס פונקט אזוי געקענט גובה זיין קרית צו צוליב טענת משה מאנרוער אדער צוליב טענת מרא דאתרא, נו אויב אזוי וואס געבט דיר רעכט צו משלב זיין די צוויי דין תורות אין מאכן איינס, דאס זענען דאך באזונדערע קהלות, באזונדערע מקומות, אנדערע מעמבערס, אנדערע טענות, אנדערע צדדים,
ממילא אויב האסטו א תביעה איבער קרית יואל ווער לאזט דיך נישט שיקן א הזמנה לדין תורה, און מ'וועט ביידע באזונדער דן זיין כדת וכדין

לאור הנ"ל, האט זיך נעכטן געטוישט דראסטיש די ניגון, אז נישט אז מ'האט בלויז "אויך" א תביעה אויף קרית יואל, נאר קרית יואל איז גאר איינס מיט וומ"ב, ס'איז ממש היני הך, די זעלבע ראשי הקהלה זענען בעה"ב אויף ביידע, די צדדים זענען די זעלבע, ס'ממש איין זאך, ממילא מוז קרית יואל אויך אריינגענומען ווערן אין די זעלבע נושא, ווייל מ'קען נישט דן זיין איבער נאר א חלק פון די זעלבע נכסים,

אויב דאס איז גאר די סברא, בין איך מער צימישט ווי בעפאר, און איך פארשטיי לגמרי נישט וואס די מילער איז דא, וואס האבן די זאליס צו מורא האבן, אפי' די אהרונים זאלן נישט אינטערשרייבן אז מ'מוז אויך רעדן פון נכסי קרית יואל, וועט זיי עס ממילא גארנישט העלפן, צו זיי ווילן יא צו נישט איז עס אטאמאטיש אויפן טיש, ווייל ס'איז דאך איינס,

פונקט ווי איינער זאל רופן איינעם צו די"ת איבער א הויז, און די הויז האט א קאך, א שלאף-צימער א דיינונג רום א טוילעט אין א בעיסמענט, וועט דען איינעם עולה על הדעת זיין אז אויב מ'זאל נישט ארויסשרייבן ברחל בתך אז אינעם דיון איז אויך נכלל די דיינינג רום, איז דער דיינינג רום דען אויסגעשלאסן? דאס איז אזאך וואס מ'דארף מיטאמאל פארלאנגען, ממילא אויב איז עס איינס, איז עס אטאמאטיש נכלל אין די דין תורה, צו די אהרונים ווילן צו נישט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2010 20:13 לינק ישיר 

סקאט זייער גיט געשריבן,
אגב, איך ווינדער מיך אבער אויב ס'איז נאך דא איינער ביי צד מהרז''ל וואס האלט אז זייער פירער איז באמת גרייט זיך צו שטעלן צו די''ת אויף די נכסי קהל יטב לב, די אלע טענות וואס מ'ברענגט טעגליך ארויף איז די זעלבע געדאנק ווי די אפגערעגטע תהילכות הקהילה א שטייגער ווי זיבעלע'ס משל וואס כ'האב אויבן געברענגט, אין פארוואס טוט נישט וויי פאר די ערליכע פין זיי די געוואלדיגע חילול ש''ש, אתמהה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ועדיין לא נושענו: זאלי'ס מיט פרישע אויסרייד אויף סירוב לדי"ת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.