1. עמוד הבית
  2. מוזיקה
  3. מוזיקה

צפו: סנדי אופמן בקליפ אידישאי ללהיט שכבש את הרשת

הזמר סנדי אופמן מגיש גרסה האידישאית ללחנו של אמיר דדון, שבוצע במקור יחד עם שולי רנד - בין קודש לחול. בקליפ החדש, משחרר אופמן גירסה מקורית באידיש ללהיט שצבר מיליוני צפיות ברשת, כשעל המילים אחראי הגראמער וכותב הלהיטים שמואל גרינפלד. העיבוד המחודש הוא של אודי דמארי • צפו

אליעזר חסיד, כ"ד אלול תש"פ 13/09/2020 08:39

בין קודש לחול סנדי אופמן סנדי אופמן צילום: באדיבות המצלם

מילות השיר:

בין קודש לחול, אזוי איך לעב
איין פיס אויפן ברעג, די צווייטע זינקט אין וואסער טיף
זיין ערליך און וואויל, איך שטרעב
צווישן כוואליעס הויעך, וואקלט זיך מיין שיף

פאריאגט א גאנצע וואך, צו זייען און צו אקערן
אין הארץ, די לעכטיגקייט און פינסטער קומט צונויף
א שבת קודש, די נשמה אויפצופלאקערן
ואני קרבת אלוקים לי טוב
קרבת אלוקים לי טוב

בין קודש לחול, שטיי איך אליין
א שמאלע בריק צווישן הויכע בערג, אין טאלן אזוי טיף
די נשמה ווערן זאל, געוואשן ריין
הנשמה לך, הגוף פעלך, איך אויסרוף

גיין צו סליחות, מיט א רגש א געשמאקערן
ווען אין פעלד די קעניג קומט ארויס, אין הויף
ימים נוראים, די נשמה אויפצופלאקערן
אוי ווי זיס, קרבת אלוקים לי טוב
קרבת אלוקים לי טוב

מיין הארץ בענקט און מאנט
צו דיר ליבער טאטע כ'וויל זיין נאנט

נישט צו ווערן אינעם טיפן ים דערטראנקען
נאר להתענג על ה', אין טאטנ'ס הויף
אזעלכע גרויסע טעג, פאר אונז האסטו געשאנקען
אויסצושרייען, קרבת אלוקים לי טוב
קרבת אלוקים לי טוב





הוסף תגובה

תגובות

אין לשלוח תגובה הכוללות דברי הסתה, דיבה וסגנון החורג מהטעם הטוב.
;