1. עמוד הבית
  2. מוזיקה
  3. מוזיקה

צפו: מוטי ויזל הרטיט בקומז'יץ עם היצירה 'ברכת הבנים'

במסגרת קומזיץ שנערך ערב הימים הנוראים תש"פ בנתניה ביצע אמן הרגש מוטי ויזל את היצירה 'ברכת הבנים' שביצע במקור אמן הרגש והנשמה מיכאל שניצלר. את ויזל מלווה הקלידן יענקי לנדאו • צפו

אליעזר חסיד, א' חשון תשפ"א 19/10/2020 09:46

מוטי ויזל מוטי ויזל צילום: מתוך קליפ

מילים:

אין א קליין געסעלע זייטיג,
אין א קאלטן קורצען פרייטאג,
שפאצירט אין לאס אנדזשעלעס א איד ר' צבי גלאנצשטיין,
געקומען זיך טרעפן מיט נאך פראפעסארן,
אין א פרעמדע שטאט פארכאפט געווארן,
שוין באלד שבת וואו קען מען איינשטיין.

אין שול אין זיין נאנטען שכינות,
נאכ'ן דאווענען געבליבן דארט אליין איז,
דער זייגער'ל גייט זיין וועג אלץ שפעטער ער ווייזט,
פלוצלינג קומט יודעלע צו צו איהם'ן,
שלום עליכם ביי וועם עסט איר ביי וועמען,
קומט נאר מיט מיר איר וועט זיין מיין שבת גאסט.

ווער זענט איר? פרעגט ער ווען מיט איהם וואקט ער,
צבי גלאנצשטיין א מוח דאקטער,
געקומען פון ניו יארק זיך טרעפן מיט נאך דאקטורים אזעלכע,
זאגט אים דער איד איך האב קיין עין הרע קינדער אכט,
איין נישט געזונט פאר קיין שום איד געדאכט,
עס איז שווער צו דערקענען לאמיר זעהן אויב איר וועט יא דערקענען וועלכע.

שבת שלום ומבורך,
זינגט דער טאטע מיט די קינדערלעך מיט'ן אורח,
בואכם לשלום,
מלאכי השלום,
איי איי איי מלאכי השרת.

דער אורח קוקט ער דערקענט נישט עס איז אים א חידוש,
דער טאטע גיסט אן דעם כוס מען גרייט זיך צו קידוש,
די קינדערלעך די געטרייע,
שטעלן זיך אין א רייע,
דער טאטע בענטשט יעדן קינד מיט א טרער גאר הייס.

ישמך אלקים כאפרים,
בייג אראפ דיין קעפעלע מיין קינד שמואל חיים,
דער באשעפער פון דער הויעך,
וואס גיבט געזונט און כוח,
זאל דיך בענטשען מיט א ווארימע ברכה'לע.

ישימך אלקים כמנשה,
קום נאר מיין שלמה'לע מיין יוס'עלע און דו אויך שרה דוואשע,
דעראשעפער זאל ענק היטן,
און בענטשען מיט אלעם גוטן,
יעצט קום נאר אהער מיין אינגסטע קינד רחל'ע.

ישימך אלקים,
מיין טייער ליב קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה,
דער באשעפער זאל דיר געבן,
געזונט און לעבן,
איך זאל דיך אויך קענען אונטער די חופה פירן.

ישימך אלקים,
מיין טייער ליב קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה,
דער באשעפער זאל אפשפארן,
פאר דיר געזונטע יארן,
דער טאטע שטייט געבויגען א שטילקייט טוט מען שפירן.

דער אורח גייט צו שטייט,
און רופט דעם בעל אכסניא אין א זייט,
רחל'ע! דיין רחל'ע! איך ווייס שוין זי איז דאס דער,
ווען איר האט זיך צו די קינדער געבויגען,
האב איך באטראכט אייערע אויגען,
ביי רחל'ע האב איך געזעהן אן עקסטערן טרער...

מה נאמר לפניך יושב מרום,
שוין אזוי לאנג דרייען מיר זיך דא ארום,
ומה נספר לפניך שוכן שחקים,
אין דעם קורצען פרייטאג צובראכן יעדע'ס גוף און לייב איז,
מיר ווארטן שוין אויף דעם ליום שכולו שבת,
דיינע קינדערלעך וואלגערן זיך פון איין צום אנדערען מקום.

ק-ל מלך רופא נאמן,
אזויפיל קינדערלעך האסטו מיט פראבלעמען,
דו דארפסט שוין נישט דערקענען דו ווייסט דאך אלעס אליין שוין,
וועלכע'ס קינד אן עקסטערן טרער,
בענטש דיינע קינדערלעך ובכן יהי רצון.

ישימך אלקים כאפרים,
די קליינע יתומים'לעך קוק דיך שוין אויף זיי אום,
טאטע זכרונו לברכה זאגן ער קען שוין,
וועלכע טאטע וועט איהם נאך בענטשען,
טאטע אין הימעל בענטש זיי דו דאס מאל.

ישימך אלקים כמנשה,
ווען קומט מאמי אהיים פון שפיטאל? ענטפער דו די קשיא,
ווייל נאר דו קענסט היילן,
און רפואות פאר זיי טיילן,
רופא חולי עמו ישראל.

ישימך אלקים,
בענטש יעדן אידיש קינד,
כשרה כרבקה כרחל ולאה,
א מאמע מיט א טרער טוט שטרעבן,
איר קינד זאל עס דורך לעבן,
לאלתר לחיים ולשלום פאר-שרייב אים.

ישימך אלקים,
מיר זאלען זיך טרעפן אין ירושלים,
מיט שרה מיט רבקה און רחל ולאה,
דער באשעפער זאל אונז געבן,
אונז זאל מיר שוין דערלעבן,
צו זינגען מזמור שיר ליום השבת.





הוסף תגובה

תגובות

אין לשלוח תגובה הכוללות דברי הסתה, דיבה וסגנון החורג מהטעם הטוב.
  1. מסכות?  (ל”ת)


  2. מוטי אתה מכונת רגש  

    יוסי

  3. מוטי המלך  

    דוד

;