ב' אייר התשפ"ד
10.05.2024

אמנם כן, יצר סוכן בנו: אשר דרזנר משתפך • להאזנה

אשר דרזנר, בעל תפילה בימים הנוראים ו'גראמער' בימות השנה, משתפך בערב היום הקדוש: הס קטגור וקח סנגור מקומו • בחרוזי ליבו על הפיוט 'אמנם' עד כי מסכם את בקשת עם ישראל כולו 'פתח לנו שער'

אמנם כן, יצר סוכן בנו: אשר דרזנר משתפך • להאזנה

גראמען לכבוד יום הקדוש – פיוט "אמנם כן" מתורגם לאידיש בחרוזים, חובר על ידי ה"היימישער גראמער", בעל תפילה, ומנגן בחסד עליון ר' אשר זעליג דרעזדנער:

השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם

אמנם כן יצר סוכן בנו בך להצדק רב צדק ועננו סלחתי
אמנם כן,
באמת ווילן מיר אלע גוט זיין,
נאר מיר האבן א שווערע יצר הרע וואס איז אונז מחטיא,
דו וואס דו קעניגסט מיט רעכט,
קענסט אונז מאכן גערעכט,
זאג פאר אונז היינט סלחתי,

געל מרגל וגם פגל ספרו דוד שואג בקול יתן קול דברו סלחתי

לשון הרע פאר דיר ער טראגט,
הער נישט צו וואס ער זאגט,
נאר זאג איהם סניגור במקומו קחתי,
מיט דער קול וואס דו שרייסט מיט יללות,
וויי פאר מיינע קינדערליך אין גלות,
מיט דער זעלבע קול זאג אונז היינט סלחתי,

הס קטגור וקח סנגור מקומו ויהי ה' למשען לו למען נאמו סלחתי

דער מקטרג לאז נישט רעדן קיין ווארט,
נעם דער סניגור אויף זיין ארט,
אבער העלף איהם צו כי בחסדך בטחתי,
שטיי איהם צו דער רעכטער זייט,
הער נישט וואס דער אנדערע שרייט,
און זאג פאר אידישע קינדער סלחתי,

זכות אזרח וגם יפרח לשושנה חטא העבר וקול הגבר ממעונה סלחתי

דער זכות פון אברהם זאל בליהן,
אויף די שיינע רויזן זאל עס רוהען,
דער זכות וואס שרייט יען אשר עשיתי ולא חשכתי,
אלע חטאים פון אונז טוה אפ,
מיט א געשריי פון אויבן אראפ,
זאל זיך הערן דיין קול סלחתי,

טוב וסלח מחל וסלח אשמים ק -ה הקשב וגם השב ממרומים סלחתי

טוב וסלח,
אונזערע זינד טוה פארגעבן,
דו זוכסט דאך אונזערע תכלית אין לעבן,
אוי! הער אונז צו,
ווייל אויף דיר,
יתדותי תמכתי,
איין זאך טוה,
און ענטפער אונז סלחתי,

כאב תחבוש ובצול תכבוש עוני לך תהלה אמור מלה למעני סלחתי

אונזערע ווייטאג דארפן מיר דיר נישט פארציילן,
טוה אונז אויסהיילן,
אויף אונזערע זינד זאג אונז במצולות ים השלכתי, אוי!
פאר דיר איז עס דער שענסטער שבח,
אז דו ביסט מחל וסלח,
זאג נאר דעם איין ווארט סלחתי,

מחה פשע וגם רשע בני ברית נהג חסדך כן הודך לשארית סלחתי

מעק אויס אונזערע זינד,
יעדער עבירה פון יעדער אידיש קינד,
עולם חסד יבנה,
סלח נא כי היום פנה,
אדון החסד זאג אונז סלחתי,
מחה פשע וגם רשע בני ברית נהג חסדך כן הודך לשארית סלחתי

סכות רחשי וגם לחשי תרצה עון נשא למענך עשה ותפצה סלחתי

נעם אהן מיינע געפיהלן און וואס איך טראכט,
מיינע הארציגע תפילות בייטאג אין ביינאכט,
גארנישט עס זאל דיר נישט שטערן,
מיינע שטילע בקשות צו צוהערן,
אונזערע פעקליך טוסטו טראגן,
דו ווילסט אונז נישט שטראפן און נישט שלאגן,
אונזערע פשעים – אוי געוואלד! כי הנה באמתחתי,
עפן דיין מויל און זאג אונז היינט סלחתי,

פנה לעלבון מקום עון להשים צחן הסר וגם תבשר לבך חוסים סלחתי

צו אונזערע בזיונות טוה זיך קערן,
און פון די עבירות זאל מען פטור ווערן,
מיר ווילן זיך מיט דיר זיך פאראייניגען,
טוה אונזערע הערצער אויסרייניגען,
שלעפ אונז ארויס פון די טיפע בלאטער,
און מאך אונז ריין זויבער און לויטער,
מיר גלייבן דאך אין דיר בטחתי,
זיי אונז שוין מבשר סלחתי,

קולי שמע וראה דמע עיני ריב ריבי שעה ניבי והשיבני סלחתי

מיין קול טוה אויסהערן,
און קוק ווי ס'פליסט פון מיינע אויגן טרערן,
טוה זיך פאר אונז קריגן,
אלע מקטריגים צו באזיגן,
און ענטפער אונז סלחתי,

שמץ טהר כאב מהר כנאמר תמחה פשע לעם נושע ותאמר סלחתי

שמץ טהר,
כי ביום הזה יכפר,
ככתוב בתורתיך,
סלחתי כדבריך,
זאג פאר דיינע קינדערליך סלחתי,
וואש אויס אונזערע פלעקן,
אונזערע חטאים טוה אויסמעקן,
נקי מכל חטא,
אזוי ווי אין פסוק שטייט,
זאג פאר דיינע קינדערליך סלחתי,

שובה אלי ואשיבה,
השיבנו ה' אליך ונשובה,
שטרעק אויס דיין האנט הייליגע טאטע,
ווייל אין לנו מלך אלא אתה,
דער פתח של מחט מאכן מיר,
אבער עפן פאר אונז ברייט דער טיהר,
זיי אונז מקרב לעתיד הנה ברך ברכתי,
און אויף דער עבר בעטן מיר דיר סלחתי,

וטהר לבנו,
וראה דמע עיני,
הייליגע פאטער,
מיר האבן חרטה,
אז בעצת יצרי הלכתי,

זכרנו לחיים,
אפילו צו א פינטעלע פון יראת שמים,
הייליגע בורא,
מיר זאלן שטייגן בתורה,
כי תורתך לא שכחתי,

פתח לנו שער,
זאל קומען א יאר מיט נחת און געזונד אהן קיין שום צער,
שבתי בבית ה',
אהן קיין שום קלעם,
בית ה' נלך שמחתי,
בעל הרחמים נקראת,
נעם אהן אונזערע תפילות אונזערע טרערן די הייסע,
פון היינט אהן וועלן מיר שוין גוטס טאהן,
זיי אונז מוחל ווען מיר שרייען סלחתי,

השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם
תורה

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 2 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד