י"ז ניסן התשפ"ד
25.04.2024
יידיש - סיכום חדשות היום

א טעגליכע איבערזיכט איבער די הויפט געשעענישן אין מדינת ישראל

'בחדרי חרדים' גייט ארויס מיט א פרישן פראיעקט וועלכע וועט ברענגען טעגליך די הויפט געשעענישן אין מדינת ישראל. יוסי שטארק ברענגט די נייעס'לעך וועלכע האבן באשעפטיגט דעם חרדי'שן עולם אין ארץ ישראל

א טעגליכע איבערזיכט איבער די הויפט געשעענישן אין מדינת ישראל
מחאת חרדים. אילוסטרציה צילום: Sebi Berens/Flash90

- נאך דעם פרישן קאראנא כוואליע וועלכע האט אויסגעבראכן אין די שטעט מודיעין או בינימינה ביי 2 באזונדערע סקול'ס - האט דער געזונטהייט מיניסטער פון מדינת ישראל באפוילן אז די קינדער אין די דאזיגע 2 שטעט זאלן צוריק אנהייבן טראגן מאסקעס.

חסידישע בחורים מיט מאסקעס/ קרעדיט: אוליבר פיטוסי, פלאש 90

 

- פאלציאנטן אין די חרדי'שע שטאט מודיעין עילית האבן ארעסטירט א פאלעסטינער יוגנטליכע וועלכע האט בארויבט א בית המדרש אין שטאט.

- פאלעסטינער באריכט: מיליטערישע מדינת ישראל שיפן האבן ארויסגעשאסן מיסעל'ס מיט א ציהל צו דערוואטערן פיש-כאפער פון עזה וועלכע האבן זיך דערנענטערט צו די מדינת ישראל וואסערן.

- נעכטן זענען אנטפלעקט געווארן 46 נייע אנגעשטעקטע אין דעם קאראנא ווירוס. אין פארגלייך צו דעם פריעדיגן וואך ווען בלויז 5 זענען אנגעשטעקט געווארן. 32 דערפון זענען אין א שווערן צושטאנד.

- דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער נפתלי בנט האט אטאקירט דעם ניי-אויסגעוועהלטן פרעזידענט פון איראן, אבראהים-ראיסי: "די איראנער פאלק האט נישט געוועהלט דעם פרעזידענט - נאר די רעליגיעזע פירער חמינאי האט איהם אויסגעוועהלט". ער האט גערופן פאר די אינטערנאציאנאלע געמיידע צו אנערקענען אין די שאדן וואס קען ווערן צוגעברענגט דורכ'ן האנדלען מיט די איראנע פירער, וועלכע האט אימגעברענגט אין די פארגאנגענהייט צענדליגע טויזענטער ציווילער בירגער.

- 52 טעג נאכ'ן 'מירון אומגליק': די מדינת ישראל גאווערמענט האט באשטעטיגט דאס עפענונג פון א אויספארשונג קאמיסיע וועלכע וועט ווערן געפירט דורך א שופט.

די משפחה מיטגלידער פון די אומגעקומענע אין דער 'מירון אומגליק' ביי א זיצונג אינעם פארלאמענט/ קרעדיט: נועם מושקוביץ/דוברות הכנסת

 

- דער בודזעט פאר דעם אויפארשונג קאמיסיע: 6 מיליאן שקלים פאר די בתי משפט וועלכע וועלן זיין פארמישט אין די אויספארשונג.

- די מדינת ישראל גאווערמענט האט באשטעטיגט דאס פארלענגערונג פונעם מיליטער'ישן הויפט קאמאנדיר, אביב כוכבי, וועלכע וועט פארבלייבן אין זיין הויעכראנגיגע פאזיציע פאר נאך א יאהר.

- שווערע מהומות האבן אויסגעבראכן אין די דיר אל-אסד געגענט, נעבן כרמיאל, נאך וואס עטליכע פאליציאנטן זענען געקומען מאכן ארדענונג ביי אן אראבישן חתונה וועלכע איז געפייערט געווארן מיט גאן-שיסערייען. 1 ארטיגע איינוואוינער איז שווער פארוואונדערט געווארן פון שיסערייען און נאך 4 פאליציאנטן זענען לייכט פארוואונדערט געווארן.


- עטליכע באאמטע אין די אפיס פונעם פריעדיגן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו, האבן אנטפלעקט פאר די מידיע אז זיי זענען באפוילן געווארן צו פארשמיידן פארשידענע דאקומענטן עטליכע שעה בעפאר נפתלי בנט האט אנגעהויבן צו דינען אלס פרעמיער מיניסטער. עס ווערט געפענט א שווערן אויספארשונג צו דערגיין די מאטיוון פון נתניהו.

 

בחצרות האדמו"רים והרבנים

- גאב"ד העדה החרדית הגאון רבי טוביה ווייס איז היינט אנגעקומען צום ערשטענ'ס אין די היסטאריע, פאר א באזוך אין אשדוד לכבוד א חתונה פון אן אור-אייניקל.

- הגאון רבי חיים קנייבסקי האט זיך באטייליגט היינט ביים שמחת הבר מצווה פאר אן אור-אייניקל, א זון פון זיין 'נאמן ביתו' הרב אריה קנייבסקי.

- האדמו"ר מויז'ניץ איז אנגעקומען פאר א בליץ-באזוך אין לאנדאן לכבוד דעם מעמד הנחת אבן הפינה פאר זיין תלמוד תורה אין שטאט. נאכן באזוך וועט דער רבי ארויספארן קיין שווייץ פאר אפרוה.

קורונה יידיש נפתלי בנט אסון מירון תשפ"א רבי חיים קנייבסקי

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 11 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד