י"ט אדר ב' התשפ"ד
29.03.2024
סיכום חדשות היום ביידיש

די היינטיגע נייעס'לעך: פונעם געשלעג אין כנסת ביז דעם שמועס מיט פיקסלר

קורצע באריכטן איבער די געשעענישן וועלכע האבן באשעפטיגט דעם ציבור אין ארץ ישראל. אין פארלאמענט, אין די חרדי'שע שטעט און אביסל פון אומעטום

די היינטיגע נייעס'לעך: פונעם געשלעג אין כנסת ביז דעם שמועס מיט פיקסלר

- די געריכט אין טבריה האט אנגעקלאגט 3 אראבישע יוגענטליכע וועלכע האבן באפאלן ישיבה בחורים אין א געגענט אין צפון מדינת ישראל. 2 יוגענטליכע וועלן וויילן אין ארעסט פאר 10 חודשים און די דריטע פאר 8 חודשים. די 3 וועלן אויך באצאלן פארגיטיגונג'ס געלטער פאר די געשעדיגטע.

- א דראמא האט זיך אפגעשפילט אין די 'ארגאניזירונג קאמיטעט' ווען ח"כ מאיר פרוש פון די יהדות התורה פארטיי האט געשריגן פאר די פארזיצער פון די קאמיטעט, עידית סילמן פון די 'ימינה' פארטיי: "דו ביזט א קליין מיידל". סילמן האט צוריקגעשריגן מיט אויפברויז און דער מידיע מיט נאך פילע פאליטיקאנטען האבן אטאקירט די ווערטער פון מאיר פרוש.

- די אויסערן מיניסטער פון מדינת ישראל יאיר לפיד וועט ארויספארן אין דעם קומענדיגן וואך פאר א ערשטמאליגן באזוך אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן.

- די לינץ' אין עכו: די געריכט דער געריכט האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן האביב אבו חביב, 41, פאר א טעראריסטישן אקט פון פראבירן צו מארדן מרדכי כץ, ווען ער האט געווארפן א שטיין צום קאפ פון כץ. ווען כץ איז אראפגעפאלן, האט ער געוואָרפן צו איהם נאך א שטיין. אין דער זעלבער צייט האבן אנטיילגענומען אין די לינץ' נאך 6 אַראַבער וועלכע האבן צושלאגן דעם יוד מיט שטיינער און שטעקענעס.

- ירושלים - בר אילן: א דעמאנסטראציע איז פארגעקומען קעגן די ארבעט וואס ווערט דורכגעפירט ביי די 'רכבת הקלה'. 6 פארשוינען זענען ארעסטירט געווארן נאכן שטערן די פארקער אויף די גאס.

- דער אויסערן מיניסטער יאיר לפיד האָט היינט אינדערפרי צום ערשטן מאָל גערופן אברהם פיקסלער, די פאָטער פון אלטע פיקסלער, און האָט געזאָגט אז ער שטייט צו זייער זייט. אין דעם שמועס האָט לפיד געזאָגט, אז ער האָט באפוילן זײַנע אפיס ארבעטער זיך צו מאָביליזירן און ארויסהעלפן דער משפּחה.

- דער געוועזענער פרעמיער מיניסטער און אפאזיציע פירער פון מדינת ישראל, בנימין נתניהו, האט איבערגעגעבן א פאליטישער דעקלאראציע: "פארגאנגענעם דאנערשטאג, האט דער אקטיווער פרעמיער מיניסטער יאיר לפיד צוגעזאָגט פארן אמעריקאנעם סעקרעטערי אוו סטעיט אנטוני בלינקן אז מדינת ישראל וועט נישט טוהן קיין דראמאטישע שריט קעגן איראן בעפאר זי וועט לאזן וויסן דעם בידען אדמיניסטראציע. דאס איז א שרעקליכע צוזאג וואס צושטערט דאס זיכערהייט-פאליסי פון מדינת ישראל".

יידיש חדשות כנסת מדינת ישראל

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 2 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.message }}
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד