י"ז ניסן התשפ"ד
25.04.2024
חרדי'שע יידישע באריכטן

דער מאסקעס עפאכע קערט זיך צוריק?

אינטערעסאנטע באריכטן איבער אלעס וואס האט היינט פאסירט אין אלע הינזיכטן אין מדינת ישראל. א דעמאנסטראציע פון די עדה החרדית, דער דאקטער וואס איז נפטר געווארן, די מאמע וואס איר קינד איז דערטראנקן געווארן - און נאך...

דער מאסקעס עפאכע קערט זיך צוריק?
סיכום חדשות היום ביידיש צילום: עיבוד בחדרי חרדים

- שירה מדלעי, די מוטער פון דער פינף יעריג הראל מדלעי, וואס איז דערטרונקען געווארן אין א שווים-באסיין אין בת ים און געפינט זיך אין א קריטישן צושטאנד אין וואלפסאן שפיטאל, האט געזאגט: "מיר האבן נישט קיין אהנונג וואס פונקטליך האט דארט פאסירט. זיין מצב איז דערווייל נאך נישט פארבעסערט געווארן. איך בעט אז די ציבור זאל דאווענען און זיך אונטערנעמען קבלות טובות".

- פראטעסטירער פון דער עדה החרדית זענען ארויס דעמאנסטרירן קעגן חילול קברים אין דער גוש עציון געגנט. אינמיטן דער דעמאנסטראציע איז א שאק גראנאט ארויפגעווארפן געווארן אויפן קאר פון דעם גאב"ד העדה החרדית הגאון רבי טוביה ווייס, דורך די פאליצייאישע כוחות וועלכע האבן פרובירט צו צושפרייטן די דעמאנסטראציע.

פאליציאנטן ארעסטירן פראטעסטירער היינט ביים דעמאנסטראציע/ קרעדיט: צלמי בצדק

- יאיר פינס איז באשטימט געווארן אלס דירעקטאר גענעראל פונעם פרעמיער מיניסטער'ס אפיס. פינס איז א בני ברק געבוירענער און ער האלט זיך נאנט צום חרדי'שן ציבור.

יאיר פינס/ קרעדיט: טוויטר נפתלי בנט

- כדת משה וישראל: 10 יאהר נאך ווערן באפרייט פון די געפענגעניש אין עזה ביי די חאמאס טעראר גרופע - האט גלעד שליט היינט חתונה געהאט. די ברייט בארעדטע חתונה איז פארגעקומען אין דער עמק חפר געגענט און בלויז משפּחה מיטגלידער און נאנטע פריינד זענען ערלויבט געווארן זיך צו באטייליגן ביים חתונה.

נתניהו מיט גלעד שליט/ קרעדיט: קובי גדעון, לע"מ

- ברוך דיין האמת: דער דאקטער ר' מרדכי הימלפרב פון גבעת שמואל געגענט אין בני ברק איז נפטר געווארן. ער איז געוועהן א דאקטער פאר חרדי'שע פאציענטן אין בני ברק און האט אויך געדינט אלס דאקטער אין דער איכילוב שפיטאל. ער איז געוועהן א מאדזיצ'ער חסיד. זיין לוויה קומט פאר אין די יעצטיגע שעות ביים בית החיים אין גבעת שמואל. ת.נ.צ.ב.ה.

ר' מרדכי הימלפרב ז"ל.

- א פייער האט אויסגעבראכן אין א פיר-שטאקיגער געביידע אין די חרדי'שע שטאט מודיעין עילית. פילע איינוואוינער זענען עוואקאירט געווארן. צענדליגע פייערלעשער האבן שווער געארבעט צו פארלעשן דעם פייער.

די פייער אין מודיעין עילית/ קרעדיט: בט"ש וחירום.

- דאס צוריקקערונג פון דער מאסקעס עפאכע? אין א דיסקאסיע מיט די פרעמיער מיניסטער נפתלי בנט, איז באשלאסן געווארן אז מען וועט צוריק ארופצולייגן דער פליכט פון אנטוהן מאסקעס אין פארמאכטע ערטער, בלויז נאך א דורכשניט פון 100 קאראנא-אנגעשטעקטע פער טאג, במשך א וואך צייט.

די ימינה פארטיי רעכט היינט אפ גרויסע פייערונגען אין ליכט פון די סוקסעס פון דער פארטיי פארזיצער נפתלי בנט וועלכע האט סוקסעספול פארמירט א רעגירונג. די פרעמיער מיניסטער בנט וועט אנטייל נעמען און איבערגעבן א רעדע פאר די פארזאמלטע.

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 1 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד