כ"ה ניסן התשפ"ד
03.05.2024
די אינטערסאנטע חרדי'שע געשעענישן

היינטיגע באריכטן: דער בחור וועלכע קלאגט אן דעם פאליציי

א קורצן איבערזיכט איבער די אינטערעסאנטע פאסירונגען וועלכע האבן זיך אפגעשפילט אינערהאלב דעם חרדי'שן ציבור אין ארץ ישראל

היינטיגע באריכטן: דער בחור וועלכע קלאגט אן דעם פאליציי
פלאש 90

- האדמו"ר מויז'ניץ ביים טיש 'סעודה שלישית' אין חלדודנא – ענגלאנד, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער פארזאמלטע. זיין זון אב"ד ויז'ניץ אשדוד ווערט געזעהן באהאלטן זיין צורת קודשו פון דעם פאטאגראף.

- בלויז 4 טעג איז פארבליבן צו די יארצייט פון צדיק פון האדמו"ר משטפנשט זצ"ל וועלכע גאפאלט אום כ"א תמוז – און די אויטאריטעטן ווייגערן דערווייל פון באשטעטעגין דעם ארויפגיין צום ציון. חרדי'שע עסקנים לייגן שווערע דרוק אויף די שטאטראט אין גבעתיים און אין תל אביב, אבער דערווייל אן ערפאלג.

ביים ציון פון האדמו"ר משטפנשט זי"ע/ קרעדיט: יעקב כהן.

- די קאראנא ווירוס שפרייט זיך אויס: די מדינת ישראל רעגירונג האט באשטעטיגט אז יעדער בירגער פון 16 יאר און העכער וואס וועט ארויספארן פון לאנד וועט דארפן אונטער שרייבן אויף א דעקלעראציע מיט אן אונטערנעמונג אז ער וועט נישט פארן צו קיין איינע פון די פארבאטענע לענדער. ווער עס וועט זיך צוריקקערן פון איינע פון די פארבאטענע לענדער וועט מוזן באצאלן שטראף געלט, 5,000 שקל.

קרעדיט: עמית שאבי, לע"מ.

- א חרדי'שע בחור האט אריינגעגעבן א קלאגע קעגן די מדינת ישראל פאליציי, אויפן סכום פון 30 טויזנט שקל, נאך וואס ער איז געווארן אנגעשפריצט מיט 'בואש' וואסער דורך פאליציאנטן וועלכע האבן צושפרייט א דעמאנסטראציע אין ירושלים. די 'חוננו' ארגאניזאציע רעפרעזענטירט דעם בחור וואס טענה'ט אז ער איז נישט געוועהן פארמישט אין דער דעמאנסטראציע, נאר ער איז געזיצן אין א באס סטאנציע און איז געווארן אנגעשפריצט דורך פאליציאנטן וועלכע זענען געבליבן פארפירן אין די געסער נאכן פארשפרייטן די דעמאנסטראציע.

קרעדיט: פלאש 90.

- היינט איז באקאנט געווארן אז הגאון רבי גרשון אדלשטיין האט זיך געטראפן ערב שבת מיט מרדכי קרליץ און אים געשאנקן אן ערלויבעניש אנטייל צו נעמען אין די אויספארשונג קאמיסיע איבער די מירון טראגעדיע.

- דער באקאנטער פרייער דז'ורנאליסט אטילה שומפלבי האט אנטייל גענומען אין א יארצייט סעודה אין בית חב"ד אין סביון. שומפלבי האט גערעדט פאר די פארזאמלטע און דערנאך געשריבן אויפ'ן סאושל-מידיע: "איך בין נישט קיין גלויביגער און נישט קיין רעליגיעזער מענטש, אָבער דער פירערשאַפט כאראקטער פונעם רבי וועקט אויף מיין אינטרעסע די לעצטע פאר יאהר. איך טוה רעקאמענדירן פאר אלע ווא זענען אינטערעסירט צו לייענען אביסל איבער דעם פערזאן".

שומפלבי ביים כינוס אין חב"ד/ קרעדיט: יחזקאל איטקין.

- עטליכע מינוטן בעפאר דאס פארזאמלונג פון די קאבינעט אין מדינת ישראל, האט דער הויפט דירעקטאר פונעם געזונטהייט מיניסטעריום, פראפעסאר חזי לוי, געמאלדן אז ער רעזיגנירט פון זיין פאזיציע. לוי האט געדינט בלויז איין יאהר אין דעם פאזיציע.

פראפעסאר חזי לוי/ קרעדיט: דוד כהן, פלאש 90.

א פייער האט היינט אויסגעבראכן אין בית שמש. די פייער האט געבודז'עוועט נעבן א רייע פון באוויאוינטע הייזער, אבער נאך א שעה האבן די פייער באאמטע געמאלדן אז זיי האבן געכאפט קאנטראל אויף די כאאס.

נאכן פארלעשן די פייער אין בית שמש/ קרעדיט: כבאות והצלה

- אין ליכט פון די ניי פארמירטע גאווערמענט, האט דער מדינת ישראל אמבאסאדאר צו וואשינגטון, גלעד ארדן, געמאלן אז ער פלאנט צו רעזיגנירן פון זיין פאזיציע.

גלעד ארדן מיט בנימין נתניהו/ קרעדיט: יונתן זינדל, פלאש 90

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 4 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד