כ"ה ניסן התשפ"ד
03.05.2024
קורץ אין שארף

יאיר לפיד פייפט אן זיינע אייגענע רעגולאציעס

פאליטישע, חרדי'שע און יידישע קורצע באריכטן איבער וואס עס טוט זיך אפ אין ארץ ישראל

יאיר לפיד פייפט אן זיינע אייגענע רעגולאציעס
סיכום חדשות היום ביידיש צילום: עיבוד בחדרי חרדים

די אויסערן מיניסטער פון מדינת ישראל, יאיר לפיד, פאלגט נישט אויס זיינע אייגענע רעגולאציעס, און איז געזעהן געווארן היינט אין לופטפעלד שפאצירן אן קיין מאסקע.

לפיד אין לופטפעלד/ קרעדיט: אהרן נוראני

אן אראבער וועלכע ארבעט ביים "רכבת הקלה" אין ירושלים איז נאכגעלאפן פררטעסטירער מיט שווערע ארבעט געצייג, און פראבירט זיי צו שעדיגן.

דער אראבער לויפט נאך די בחורים/ קרעדיט: ישי ירושלמי

האדמו"ר מדאראג געבט איבער דברי הספד נאכ'ן מיטה פון הרב יחזקאל דב (בערל) מנדל ז"ל (48), וועלכע איז נפטר געווארן נעכטן נאכט. ר' בערל ז"ל האט געוויילט עטליכע טעג אין שפיטאל אין א שווערע צושטאנד, נאכן ווערן פארוואונדערט אין א שווערן עקסידענט אין פוילן. ער האט איבערגעלאזט 6 יתומים.

האדמו"ר מדאראג ביים לוויה.

חסידי סערט ויז'ניץ זענען ארויף היינט אוונט דאווענען ביים ציון פונעם בעל החכמת אליעזר זצ"ל, לרגל דעם יארצייט.

די תפילה פון חסידי סערט ויז'ניץ.

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק וועלכע געפונט זיך אין אוקראיינע וואשט זיך די הענט אינעם מיניבאס פארן אריינפארן קיין בארדיטשוב.

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק אין אוקראיינע.

האדמו"ר מסקולען ירושלים איז ארויף היינט צום ציון פונעם "צדיק משטפנשט" אין שטאט גבעתיים, לרגל דעם יארצייט, אין באגלייטונג פון פילע חסידים.

האדמו"ר מסקולען ירושלים ביין ציון.

הגאון רבי שמעון גלאי וועלכע געפונט זיך אויף אפרוה אין דאבוס-שווייץ, אין א תורה'דיגן שמועס מיט זיינע באגלייטער.

הגר"ש גלאי אויף אפרוה/ קרעדיט: ב.ג.

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו התפרסמו 1 תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.date_parsed }}
טען עוד