ט' אדר ב' התשפ"ד
19.03.2024

ישעיה זאב טאבאק ופנחס מסרנו מרגשים בקאבר - "באלד"

הזמרים ישעיה זאב טאבאק ופנחס מסרנו מגישים קאבר מרגש ליצירה שביצעה מקהלת הילדים 'יונגערליך' באלבומה השני. הלחן של נפתלי שניצלר ואת המילים כתב הרשי וינברגר יחד וולוול שמלצר 

ישעיה זאב טאבאק ופנחס מסרנו מרגשים בקאבר - "באלד"
יהודי מתפלל צילום: יח"צ

מילים:

פון אלע זייטן מען לויפט,
זיך מען באהאלט
אויף די גאס א מלחמה,
שווערע באמבעס פאלט
אליין איך ווארט, אויף מיין
מאמע מאמע ליב
געדארפט פארלאזן אונזער שטוב
פון די צרות וואס גייט פאר
אין באהעלטעניש, די ערד
איז קאלט און פראסט
אזויפיל אידן זייער היים איבערגעלאזט
שטיל איך פרעג, וואו איז
מיין מאמע ליב
איך וויל שוין אהיים אין שטוב
איך בענק מיך אזוי ביז גאר
כ׳בין הונגעריג און קאלט,
אויף די פיס שטעל איך זיך אויף
מיט אויגן נאס פון טרערן, קוק איך ארויף
אוי אוי מאמע, דו האסט מיר
צוגעזאגט אז באלד, טאקע באלד
נעמסטו מיר אהיים, ארויס
פון די פינסטערניש דא
אן עלטערער איד ער זאגט מיר,
דו דארפסט זיך נישט זארגן
זי וועט זיכער קומען דיר נעמען,
היינט אדער מארגן
ווייל ווען א מאמע זאגט אז באלד,
באלד, באלד טאקע באלד
וועט קומען דער מינוט, זי ווייסט וואס דיר
איז גוט, ס'דארף קומען דער ריכטיגער שעה.
באלד באלד, זי קומט שוין באלד באלד,
זי איז שוין באלד באלד דא,
נאך שנעלער ווי דו מיינסט
באלד באלד, איך קום שוין באלד באלד,
איך בין שוין באלד באלד דא,
און מיר גלייבן אז נאך היינט
מער קיין ווייען, קיין געשרייען, ניין
פארווישט די טרערן, צרות הערן ניין
יא מ'ווייסט, אז ווי א מאמע מאמע ליב
בויסטו באלד אויף דיין שטוב
וואס וועט לייכטן און
שיינען מיט פראכט
אין גלות ביי אונז אזא קעלט
און אזא פראסט
אבער אונזער מאמע האט אונז
קיינמאל איבערגעלאזט
אהבתי, אתכם אהבתי,
ולא אעזוב את עמי
אפילו אין די טונקעלסטע נאכט
אונזערע זיידעס זענען
אריבער א וועלט מלחמה
און וואס איז געווען זייער
איינציגסטע נחמה
אז משיח, ער קומט שוין באלד,
באלד, באלד טאקע באלד
יעדע צער און פראבלעם ער פאררעכט
אוי כאטש מיר זענען באהאלטן
שוין טויזענטער יארן
אוי רבונו של עולם, וואס איז
מיט דיין הבטחה געווארן
דו האסט אונז צו געזאגט אז באלד,
באלד, באלד טאקע באלד
קינד מיינס איך בענק, איך קום שוין
צו ענק, יעצט געשעהט עס עכט
באלד באלד, איך קום שוין באלד באלד,
איך בין שוין באלד באלד דא,
נאך שנעלער ווי איר מיינט
באלד באלד, איך קום שוין באלד באלד,
איך בין שוין באלד באלד דא, און
מיר גלייבן אז נאך היינט

יונגערליך באלד קאבר ישעיה זאב טאבאק

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.message }}
{{ comment.writer }} | {{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.writer }} | {{ reply.date_parsed }}
טען עוד