ט' אדר ב' התשפ"ד
19.03.2024
שווערע טראגעדיע'ס

הארצרייסענדע לוויה אין אוקריינע און יארצייט אין סאדיגורה

א קורצן איבערזיכט איבער אינטערעסאנטע און טרויעריגע געשעענישן וועלכע איר האט מעגליך פארפאסט. פון די הארצרייסענדע לוויה אין אוקריינע, דורך די עקסידענט אין בני ברק, ביז די גרויסע יארצייט אין סאדיגורה

הארצרייסענדע לוויה אין אוקריינע און יארצייט אין סאדיגורה
סיכום חדשות היום ביידיש צילום: באדיבות המצלם

- א שווערע טראגעדיע: די 4 יעריג חרדי'שע מיידל וועלכע האט זיך דערטראנקן פריער אין די וואך אין א פריוואטע שווים באסיין, האט היינט ליידער אויסגעהויעכט איר נשמה.

- א פרישע אנקעטע דעקט אויף אז 52% האלטן אז די נייע גאווערמענט בהאנדלט "נישט גוט" די קאראנא אויסבראך. בלויז 38% האלטן אז די בהאנדלונג איז יא גוט. פאר צוויי וואכן צוריק זענען די רעזולטאטן געווען אנדערש: 49% האבן געהאלטן אז די בהאנדלונג איז "יא גוט", און 38% האבן געהאלטן פארקערט. אזוי אויך, 43% האבן גזאגט אז בנימין נתניהו האט בעסער באהאנדלט די קאראנא, און בלויז 21% האבן געזאגט אז נפתלי בנט האט עס בעסער באהאנדלט.

- הגאון רבי אברהם יהושע סולובייצ'יק, ראש ישיבת בריסק, וויילט אויף אפרוה אין שווייץ. ברוך גודלבסקי האט אויפגעכאפט דעם ראש ישיבה שפאציר'נדיג מיט מקורבים און משפחה מיטגלידער נעבן דעם דאבוס טייך מיט א שירעם און א פלאסטיק אויפן הוט.

- א ריז'ן ציבור פון חסידים און אנשי מעשה האבן זיך היינט באטייליגט ביים ערשטן יארצייט סעודה פונעם בעל ה'עטרת ישראל' פון סאדיגורה זצ"ל, אפגעראכטן ביי זיין זון און ממשיך דרכו, האדמו"ר מסאדיגורה. דער רבי איז אויך ארויף אויפן ציון פריער אינעם טאג.

- צענדליגע חברים פון די דריי בחורים וועלכע זענען אומגעקומען ביים שווערן פליגער קראך אין אוקריינע, האבן זיך היינט באוייליגט ביים הארצרייסנדן לוויה וועלכע איז פארגעקומען אין קאלאמיאה אין אוקריינע.

- הרב מאיר נחמן אלחדד, די פאטער פון די ברידער משה מרדכי ז"ל און יוסף דוד ז"ל וועלכע זענען אומגעקומען אין די 'מירון טראגעדיע', האט זיך באטייליגט ביים לוויה און איבערגעבן דברי הספד, און דברי חיזוק פאר די בחורים וועלכע האבן אויסגעבראכן אין א יאמערליכן געוויין.

- א שווערע טראגעדיע האט היינט פאסירט אין בני ברק, ווען מרת אילת חנה פוקס ע"ה, ווייב פונעם באקאנטן גראמער רבי נפתלי פוקס, איז אומגעקומען ווערנ'דיג אראפגעקלאפט דורך א ווילדער קאר דרייווער אויף די הרב קוטלר גאס אין שטאט.

נייעס יידיש

art

'בחדרי' גם ברשתות החברתיות - הצטרפו!

הוספת תגובה

לכתבה זו טרם התפרסמו תגובות

תגובות

הוסיפו תגובה
{{ comment.number }}.
{{ comment.message }}
{{ comment.writer }} | {{ comment.date_parsed }}
הגב לתגובה זו
{{ reply.writer }} | {{ reply.date_parsed }}
טען עוד